שושלת ברעזנא

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מיטוואך יוני 11, 2014 1:55 am

ראש הקהל האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:היינט, י"א טבת, איז די יארצייט פון הרה"ק ר' אברהם שמואל מברעזנא זצ"ל, די פערטע רינגל אינעם ברעזנא קייט.

ווען זיין פאטער ר' יוסף מברעזנא זצ"ל איז אוועק אין יונגען עלטער פון 36 יאר ווי אויבן דערמאנט, האט ער איבער געלאזט 3 זוהן:




וואס איז דער נאמען פון רבי יוסף'ס רעבעצין ווייסט איינער?
און ווער איז דער טאכטער? וואס איז איר נאמען געוועהן? איר מאן? מיט וועם האט זי חתונה געהאט?


אגב איז אויך א א שלשלת ברעזנא און אונגארן, ווי איז דער ברעזנע פון וואס מ'רעד דא?


איך וועל בעזר שמו יתברך ענטפרען על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.


רבי יוסף'ס רעבצן האט געהייסן מרת מלכה.
א'טאכטער פון הרה"ק רבי שמואל אשכנזי זצ"ל. (שווער פון הרה"ק רבי יהושע מ'בעלזא זצ"ל).
ואשתו הרבנית הצדקת רחל'ה בת הרה"ק רבי איטשע מאיר זצ"ל מ'זשינקעוו בן הרה"ק האוהב ישראל מ'אפטא זיע"א.

און רבי יוסף מ'ברעזנא טאכטער האט חתונה געהאט מיט הרה"ק רבי שלום פערלאוו מ'בראהין-קוידענאוו זצוק"ל.(מגזע לעכאוויטש).ובעל מחבר ספר הנודע משמרת שלום.

און די שטאט ברעזנא וואס מ'רעדט דא געפונט זיך און וואהלין אוקריינא ,און ראוונע גובערניע לעבן מעזריטש.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יולי 24, 2015 11:52 am

משיח האט געשריבן:היינט, י"א טבת, איז די יארצייט פון הרה"ק ר' אברהם שמואל מברעזנא זצ"ל, די פערטע רינגל אינעם ברעזנא קייט.

ווען זיין פאטער ר' יוסף מברעזנא זצ"ל איז אוועק אין יונגען עלטער פון 36 יאר ווי אויבן דערמאנט, האט ער איבער געלאזט 3 זוהן:
א. האדמו"ר ר' מאיר מראוונא זצ"ל,
ב. האדמו"ר ר' יחיאל מיכל מקאריץ זצ"ל. נולד בשנת תר"ג, נפטר תרע"ג.
ג. האדמו"ר ר' אברהם שמואל מברעזנא זצ"ל, דער היינטיגע בעל הילולא.
מיט איין טאכטער.

דער זון ר' שמואל'יקל איז געווען אלט בלויז אכטצען יאר, אבער דער עלטער זיידע ר' אהרן טשערנאבלער, וועלכע איז דאן געווען א זקן מופלג איבער די אכציג, האט זיך געזארגט פאר זיינע איר אייניקלעך און פאר די המשך השלשלת, און האט ממנה געווען דעם יונגען ר' שמואל'יקל אלס אדמו"ר מברעזנא, וואס ער האט געפירט פאר כמעט 50 יאר ביז זיין הסתלקות י"א טבת תרע"ח.

ער איז געווען א איידעם ביי הרה"ק ר' מרדכי מזוועהיל זצ"ל.

בניו:
א. מ"מ האדמו"ר ר' יצחק מברעזנא זצ"ל, חתן ר' מרדכי מלאיעוו-טשערנאביל זצ"ל.
ב. האדמו"ר ר' נחום יהושע מדאמבראוויטש זצ"ל. חתן ר' אלטר מרדכי ספרד מאוסטראה זצ"ל. נספה בשואה י"ד אב תש"ב. גם בנו ר' יצחק נפטר בשואה, בנו "הרב אהרן הלוי פיצ'ניק" גר בישראל, והוציא לאור עשרות ספרים וכתבים.
ג. האדמו"ר ר' יוסף מסארני זצ"ל.
חתניו:
ד. חתנו האדמו"ר ר' ישכר דוב מבעלזא זצ"ל (בזוו"ש).
ה. חתנו ר' משולם זוסיא מארעל זצ"ל.
ו. חתנו האדמו"ר ר' יעקב יוסף מאנדל מקאזין זצ"ל (מבית אוסטראה).
ז. חתנו ר' אלתר פרלוב מקוידינוב זצ"ל.


האדמו"ר רבי נחום יהושע מדאמבראוויטש זצ"ל-הי"ד האט באזוכט אמעריקא בשנת תרצ"ה, אויפן ספר "ילקוט ישעיה" (ברוקלין, תרצ"ו) איז פארהאן אן הסכמה וואס רבי נחום יהושע האט געשאנקען דעם מחבר ביי יענעם באזוך, וויילענדיג אין ברוקלין.

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=3

(קרעדיט: מכון מח"א)
צוגעלייגטע
Untitled.png

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » פרייטאג יולי 24, 2015 12:02 pm

להעיר אז אויך אחיו ר' איציקל האט באזוכט אין אמעריקא
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 11:50 am

א מודעה אינעם לעמבערגער טאגבלאט דער "נייער מארגען" מיום: י' תמוז תרצ"ט איבער די פטירה פונעם ברעזנער רבי רבי איציקל פטשעניק
צוגעלייגטע
נייער מארגען, יום שלישי, יוני 27, 1939.gif
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג ינואר 29, 2017 3:18 pm

דער ברעזנער רבי, רבי איציקל פעטשעניק אויף באזוכן אין די שטאט פינסק
צוגעלייגטע
פינסקער ווארט, יום שישי, יולי 30, 1937.JPG
פינסקער ווארט, יום שישי, ינואר 28, 1938.JPG
פינסקער ווארט, יום שישי, ינואר 28, 1938.JPG (35.59 KiB) געזעהן 1926 מאל
פינסקער ווארט, יום שישי, אוגוסט 26, 1932.JPG
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

תגובהדורך יום זה מכובד » מאנטאג יולי 24, 2017 4:43 am

בן בוזי האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:


מיר שטעלן צו א קליין חלק פונעם בריוו וועלכע הרה"ק ר' אהרן טשערנבילער האט אפגעראכטן מתחילתו ועד סופו בכתב יד קדשו, ווי ער בעט אז מען זאל מלביש זיין זיינע אייניקלעך ר' אברהם שמואל און ר' יחיאל מיכל בחלוקא דרבנן אא"וו.

[/url].

די בריוו איז געדרוקט אין ספר בית שמואל להרב שמואל יוזפוב זצ"ל מחיפה נכד לבית ברעזנא, וואס די בריוו איז געלעגן ביי איהם.
די גאנצע בריוו איז נישט געשריבן בכתב יד קדשו פון רבי אהרן טשערנאבלער, נאר די חתימה.

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

רבי נחום יהושע בן רא"ש מברעזנא

תגובהדורך יום זה מכובד » דינסטאג יוני 26, 2018 11:39 am

ברעזנא.jpg
ברעזנא.jpg (143.7 KiB) געזעהן 1134 מאל

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג יולי 02, 2018 12:46 pm

מודעה וועגן איבערגעבן כתב רבנות פון פינסק קארלין להרב ר' יחיאל מיכל פטשעניק. דאס איז ווארשיינליך רבי יחיאל מיכל ב"ר יצחק'ל מברעזנא זצ"ל

פינסקער ווארט, יום שישי, פברואר 05, 1932; מדור Front page, עמוד 1
צוגעלייגטע
פינסקער ווארט, יום שישי, פברואר 05, 1932; עמוד 6.JPG
פינסקער ווארט, יום שישי, פברואר 05, 1932; עמוד 6.JPG (32.71 KiB) געזעהן 1098 מאל
reb mechele ben reb yitzchok.JPG
reb mechele ben reb yitzchok.JPG (34.54 KiB) געזעהן 1100 מאל
פינסקער ווארט, יום שישי, פברואר 05, 1932; מדור Front page, עמוד 1.JPG
פינסקער ווארט, יום שישי, פברואר 05, 1932; מדור Front page, עמוד 1.JPG (49.69 KiB) געזעהן 1100 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

מאך המוציא
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2018 4:28 am

תגובהדורך מאך המוציא » דאנארשטאג יולי 05, 2018 8:32 am

משיח האט געשריבן:א קלייניקייט,
בלעטערענדיג דא אין דארט האב איך געזען אביסל אנדערע דאטומ'ס ווי די וואס די שרייבסט,
איך ווייס נישט וועלכע זענען די ריכטיגע, אבער איך שטעל זיי אהער מיט נאך קליינע הוספות, און איך גלייב אז כבוד תורתו וחכמתו וועט קענען פעסטשטעלן וואס איז ריכטיג.

ר' דוד מסטעפין, נפטר מוצאי יום כיפור תק"ע.

בנו ר' יחיאל מיכל מברעזנא נפטר ט"ו כסליו תר"ט.

בנו ר' יצחק נפטר ט"ז אלול תרכ"ה.

בנו ר' יוסף נפטר כ"ד תשרי תר"ל (וגם כפי דבריך שנפטר בהיותו ל"ו שנים משמע שנפטר בשנת תר"ל, כי נולד בשנת תקצ"ד).

בנו ר' אברהם שמואל נולד בשנת תרי"ב נפטר בשנת תרע"ח, ובמקום אחר ראיתי תרע"ה, אבל לכאורה זהו טעות הדפוס.



אם נולד בשנת תקצ"ד כיצד היה לו כבר בן בשנת תר"ג???

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך אפריל 17, 2019 11:47 am

פון סארני'ר יזכרו בוך
צוגעלייגטע
nybc313981_0250.jpg
nybc313981_0250.jpg (182.43 KiB) געזעהן 692 מאל
nybc313981_0251.jpg
nybc313981_0251.jpg (224.71 KiB) געזעהן 692 מאל
nybc313981_0252.jpg
nybc313981_0252.jpg (197.6 KiB) געזעהן 692 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך אפריל 17, 2019 11:48 am

המשך
צוגעלייגטע
nybc313981_0253.jpg
nybc313981_0253.jpg (183.47 KiB) געזעהן 691 מאל
nybc313981_0254.jpg
nybc313981_0254.jpg (196.95 KiB) געזעהן 692 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך אפריל 17, 2019 11:51 am

אין "אנטאנאווקע" האט געוואוינט אין די שפעטע דרייסיגער יאהרן א רבי מיטן נאמען רבי יצחק פעטעשעניק. איך וואונדער זיך צו דאס איז רבי איציקל אדמו"ר מברעזנא און צו ס'איז באקאנט אז ער האט זיך אוועק געצויגן אהין?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אליעזר לאנדא
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 15, 2019 11:42 am

תגובהדורך אליעזר לאנדא » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 7:46 pm

בן בוזי האט געשריבן:געפונען אין מיינע ארכיוון א חתונה בריוול פון ר' יוסף ב"ר יחיאל מיכל מקוריץ בן ר' אברהם שמואל מברעזנא,

די יחוס שטייט דארט אויסגעשריבן נכד ר' איציקל מברעזנא, ר' דוד מסטעפין, המגיד מטשערנאביל, ר' שמואל קאמינקער, ר' פינחס'ל קאריצער, אפטער רב, ר"ר שמעלקא, ר' מיכלע זלאטשובער, ר' יוסף ראדווילער, ר' ישראל טשאנער, ר' יוסף יאמפאלער, ר' יוסף מאוסטילא, הנעשחיזער, הדגל מחנה אפרים מסאדילקוב, ר' משה קארשובער, הרב ייבי מאוסטראה, הר' הירש לייב אליקער, הבעש"ט הק'.

איצטער ברויך מיר מאכן סדר אין דער יחוס.

כמבואר לעיל איז ר' יוסף איז געוועהן ב"ר יחיאל מיכל ב"ר יוסף (חת"ר שמואל אשכנזי) ב"ר יצחק (חת"ר אהרן מטשערנאביל) ב"ר י"מ מברעזנא (חת"ר ליב מסטאלין) בן המגיד מסטעפין (ווער איז געוועהן דער שווער פון ר' יוסף קען איך נישט ליינען פון דער הזמנה, האט איינער א קלארע בילד ??)

איז ר' איציקל מברעזנא, ר' דוד מסטעפין, המגיד מטשערנאביל, אפטער רב, ר' מיכלע זלאטשובער, פשוט
ר' ישראל טשאנער, ר' יוסף יאמפאלער, ר' פינחס'ל קאריצער, הר' הירש לייב אליקער, קען מען אפשר משער זיין אז ער איז געוועהן א איינקיל פון ר' יחיאל מיכל מסקאליט (ב"ר נחמן משם ב"ר ישראל מטשאהן ב"ר יוסף יאמפאלער) חת"ר פנחס מקאלק חת"ר הערש לייב אליקער
הנעשחיזער, ר' פינחס'ל קאריצער, איז פון ר' יוסף מאוסטילא,
הדגל מחנה אפרים מסאדילקוב, הרב ייבי מאוסטראה, הבעש"ט הק', האט אפשר צו טוהן מיט ר' משה ב"ר פינחס ב"ר יוסף מאוסטילא וואס זיין ווייב איז עפעס געוועהן נכדת ר' י"י השני מאוסטראה ונכדת הבעש"ט (מסתמא ווייסט נחוניא מער)
בלייבט איבער ר"ר שמעלקא, ר' יוסף ראדווילער (??), ר' משה קארשובער (??)


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט