שושלת ברעזנא

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

שושלת ברעזנא

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 8:51 am

אויף קול מבשר האט ר' הערשל פרידמאן אן אינטערוויו מיט הרב יונה לאנדא שליט"א איבער'ן ציון פונעם ליניץ'ער רבי פון באפאלוי, בין הדברים רעדט ער ארום איבער די פארגעסענע חסידישע דינאסטיעס, איינס דערפון וואס ער רעכנט אויס איז 'ברעזנא', דעריבער האב איך זיך דערמאנט אין אן ארטיקל וואס כ'האב זיך אמאל פארגעשריבן איבער די שושלת בית ברעזנא לתולדותיהם, און כ'ברענג איר אהער.

ב"ה
צווישן די –היינט- אומפאפלערע חסיד'ישער באוועגונגען אבער פון די נאכנישט פארגעסענע רבי'שע דינאסטיעס, רעכנט זיך בלי ספק אריין דער "ברעזנער דינאסטיע", א רבי'שע פירערשאפט וועלכע האט פארמאגט פילע חסידים און פארפיגט איבער פילע חסידים פארווארפן איבער די שטעט פון פאלעסיע, צו ענדע האט זי נעבעך מיטגעטיילט דאס זעלבער שיקזאל ווי עס האבן ליידער געטראפן מיט די אלע אנדערע דינאסטיעס און באוועגונגען וועלכע האבן געענדיגט זייער המשכה , און צום ענדע פון דעם שרעקליכען חורבן פונעם צווייטער וועלטס קריג.

עס איז אודאי מיט רעכט אונטער צו שטרייכן אז זייער סטאטוס אלס נאכנישט פארגעסן געווארן, איז צוליב איר אנגעהערשאפט מיט די גרויסע רבי'שע הויפן מיט וועמען זיי זענען געקומען אין פארבונדונג ביי שידוכים, מאכנדיג זיי פלורעל מיט די רבי'שע הויפן פון זלאטשוב, טשערנאביל און אוסטראה.
הגם עס איז שווער אדער אינגאנצן נישטא צו געפונען א ברעזנער חסיד, איז דאס אבער א פאקט, און עדות דערויף זענען די פולע יזכור בוכער וועלכע איך האב באזוכט, ווי מען געפונט אויסגעשפרייט אירע קלויזן איבער גאנץ פאלעסיע, ווי אין סטאלין, ראוונא, קאריץ, פינסק, לונינץ, דומברומביצא אא"וו.

די ברעזנער רבי'ס זענען באוואוסט מיט דער נאמען פעטשעניק, איז פארהאן דערצו א לעגענדע אז ס'נעמט זיך פון דעם וואס בשעת ס'איז ארויס די גזירה פון 'לעצטע נעמען' זענען די פקידים געקומען אין ביהמ"ד, אבער ר' מיכל'ע האט דאן נאך געהאלטן אינמיטן דאווענען, דעריבער האבן זיי נישט געקענט מיט איהם רעדן, נאר זיי האב זיך נאכגעפרעגט ביי די אנוועזנדע איבער איהם, האבן זיי פארציילט פאר די אגענטורן אז ער איז א גרויסער חסיד און פריש וכו', און זיי האבן גענוצט דאס ווארט 'פטשעני' וואס באדייט אויף רוסיש 'א פרומער', דעריבער האבן זיי פארשריבן ר' מיכל'ע אלס 'פטשעניק' 'דער חסיד'.

ר' מיכל'ע פטשעניק דער ערשטער רבי פון ברעזנא איז געווען א זוהן פון ר' דוד סטעפינער א תלמיד און אן איידעם פונעם זלאטשובער מגיד, ר' מיכל'ע האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון ר' ליב סטאלינער וועלכע איז געווען א תלמיד פון ר' שלמה קארלינער.

דאס אז ר' מיכל'ע האט זיך באזעצט אין קארלין נאך די חתונה האט צוגעגעבן אז ס'האבן זיך אין איהם מדבק געווען פילע סטאלינער חסידים און ווען ר' מיכל'ע האט זיך נאך זיין פאטערס הסתלקות יו"כ שנת תק"ע געצויגן קיין ברעזנא, האט ער אנגעהאלטן ווייטער די התקשרות מיט די חסידים וואס ער האט באקומען אין סטאלין, און דער אנגעבליכער סיבה דערצו איז אז ר' אשר דער צווייטער פון סטאלין האט זיך בערך אין דעם יאר תק"ע אריבער געצויגן פון סטאלין קיין קארלין.

לויט א ברעזנער מסורה ווערט פארציילט, אז דער פריץ פון ברעזנא האט שטארק מקנא געווען דער שטאט סטאלין וואס דארט איז פארהאן א רבי און חסידים קומען צו פארן און ס'לעבט, האט ער דעריבער איינגעלאדענט ר' מיכל'ע צו קומען וואוינען ביי איהם אין שטאט, און ער האט אויף זיין אייגענע קאסט געלאזט בויען א הויף פארן ר' מיכל'ע.

המשך יבא בל"נ ובעז"ה
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 1:25 pm

נאך דער פטירה פון ר' מיכל'ע האט איבער גענומען זיין זוהן ר' איציקל, ר' איציקל איז געווען א גרויסער עילוי, און אז ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית פעריל טאכטער פון הרה"ק ר' אהרן מטשערנאביל איז ער געווען זייער באליבט אין טשערנאביל.

אין זיינס צייט האט זיך דער ברעזנער חסידות פארברייטערט, און ס'זענען צו איהם געפארן מאסן אידן, עד כדי כך אז אפילו גויים זענען צו איהם געקומען נאך אן עצה אדער א ברכה.

ער איז נסתלק בשנת תרכ"ה

נאך זיין הסתלקות האט איהם ממלא געווען אויפן פלאץ זיין זוהן ר' יוסף, אבער ר' יוסף'ס הנהגה האט נישט לאנג געהאלטן ווען נאך בלויז פיר יאהר אלט זייענדיג אינגאנצן זעקס און דרייסיג יאהר איז ער נסתלק געווארן, און אויף דער פטירה זיינע פלעגן חסידים פארציילן דאס פאלגענדע סיפור, אויף ראש השנה פון תרכ"ט זענען די חסידים געקומען צו פארן קיין ברעזנא, און נאך יום טוב ווען זיי זענען געקומען זיך געזעגענען ביים אהיים פארן האט זיי דער רבי אפגעהאלטן און פארלאנגט פון זיי אז זיי זאלן בלייבן און אויסווארטן שמחת תורה, און ער האט זיי דערביי געזאגט: איילט זיך ניט, איר וועט קיין חרטה ניט האבן! שמחת תורה פארנאכט האט ער גערופן זיינע זוהן און זיי אנגעזאגט ווי זיי זאלן זיך אויפפירן, די גאנצע נאכט איז ער געווען מיט די חסידים און צו מארגנס איז ער געלאפן אין מקוה זיך אומגעקערט און אין בית המדרש אויס געהויכט זיין נשמה.

בשעת ר' יאסעלע איז נסתלק געווארן איז זיין זוהן ר' אברהם שמואל אלט געווען בלויז אכטצען יאהר, אבער דער זיידע ר' אהרן טשערנאבילער האט איהם אין א בריוו (דער בריוו איז געדרוקט אין ספר תורת שמואל-יאזעפאוו) באפוילן דאס ער זאל אויף זיך אננעמען די רביסטעווע און ווייטער פירן דער שלשלת, ביי איהם האט זיך אנגעהאלטן דאס רביסטעווע א משך פון 49 יאהר ביז ווען ער איז נסתלק געווארן בשנת נפטר בשנת תרע"ז-עח, זיין איידעם איז געווען דער פריערדיגער בעלזער רב ר' ישכר דוב זצ"ל.
צוגעלייגטע
reb avrum shmiel.gif
הרה"ק ר' אברהם שמואל פצ'ניק מברעזנא
reb avrum shmiel.gif (66.68 KiB) געזעהן 3990 מאל
rash.gif
הרה"ק ר' אברהם שמואל פצ'ניק מברעזנא
rash.gif (37.57 KiB) געזעהן 3992 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2679
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 3:23 pm

הרב בן בוזי,
א דאנק פאר די שיינע ווערק.
תחזקנה ידיכם!

איך זעה דו גיבסט אזא כאפ אריין "זיין איידעם איז געווען דער פריערדיגער בעזלער רב" - זאג מיר נאר נישט אז דו ביסט פארטיק... די קייט ציט זיך נאך ווייטער!
לעצט פאראכטן דורך משיח אום מיטוואך אוקטובער 21, 2009 3:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2679
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 3:38 pm

א קלייניקייט,
בלעטערענדיג דא אין דארט האב איך געזען אביסל אנדערע דאטומ'ס ווי די וואס די שרייבסט,
איך ווייס נישט וועלכע זענען די ריכטיגע, אבער איך שטעל זיי אהער מיט נאך קליינע הוספות, און איך גלייב אז כבוד תורתו וחכמתו וועט קענען פעסטשטעלן וואס איז ריכטיג.

ר' דוד מסטעפין, נפטר מוצאי יום כיפור תק"ע.

בנו ר' יחיאל מיכל מברעזנא נפטר ט"ו כסליו תר"ט.

בנו ר' יצחק נפטר ט"ז אלול תרכ"ה.

בנו ר' יוסף נפטר כ"ד תשרי תר"ל (וגם כפי דבריך שנפטר בהיותו ל"ו שנים משמע שנפטר בשנת תר"ל, כי נולד בשנת תקצ"ד).

בנו ר' אברהם שמואל נולד בשנת תרי"ב נפטר בשנת תרע"ח, ובמקום אחר ראיתי תרע"ה, אבל לכאורה זהו טעות הדפוס.
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 3:36 pm

תגובהדורך א גוט ווארט » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 3:52 pm

האט מיר יצחק אלפסי געזאגט: ווען עס איז דא א טעות הדפוס אין א ספר, נעמט מען א פענע און מ'צייכנט זיך צו אויף'ן גליון, און פארטיג.
אבער ווען איך מאך נאר א טעות הדפוס אדער נאר א פליטת הקולמוס ווערט דערפון א גאנצער שרייבונג און פולפול.
תכלית הידיעה אשר לא נדע

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 4:23 pm

משיח האט געשריבן:א קלייניקייט,
בלעטערענדיג דא אין דארט האב איך געזען אביסל אנדערע דאטומ'ס ווי די וואס די שרייבסט,
איך ווייס נישט וועלכע זענען די ריכטיגע, אבער איך שטעל זיי אהער מיט נאך קליינע הוספות, און איך גלייב אז כבוד תורתו וחכמתו וועט קענען פעסטשטעלן וואס איז ריכטיג.

ר' דוד מסטעפין, נפטר מוצאי יום כיפור תק"ע.

בנו ר' יחיאל מיכל מברעזנא נפטר ט"ו כסליו תר"ט.

בנו ר' יצחק נפטר ט"ז אלול תרכ"ה.

בנו ר' יוסף נפטר כ"ד תשרי תר"ל (וגם כפי דבריך שנפטר בהיותו ל"ו שנים משמע שנפטר בשנת תר"ל, כי נולד בשנת תקצ"ד).

בנו ר' אברהם שמואל נולד בשנת תרי"ב נפטר בשנת תרע"ח, ובמקום אחר ראיתי תרע"ה, אבל לכאורה זהו טעות הדפוס.

משיח האט געשריבן:הרב בן בוזי,
א דאנק פאר די שיינע ווערק.
תחזקנה ידיכם!

איך זעה דו גיבסט אזא כאפ אריין "זיין איידעם איז געווען דער פריערדיגער בעזלער רב" - זאג מיר נאר נישט אז דו ביסט פארטיק... די קייט ציט זיך נאך ווייטער!


א דאנק פאר די הערות, און כ'בין נאכנישט פארטיק, נעקסט וועל כ'שרייבן איבער ר' איציקל השני, ר' נחום יהושע ואחיו, די טויבמאן משפחה, און כ'האף אז אויף דערוויילע וועט דער עולם אביסל צוגעבן צו דער ענין.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 4:27 pm

כידוע איז איינער פון די נעמען פון אדער דער בעלזער רב ז"ל אדער דער בולגרייער רב ז"ל געווען פעטשעניק, ווייל דער בעלזער רב האט נישט געוואלט אבי א לעצטע נאמען, נאר א נאמען וואס האט א שייכות, למשל זינגער, ווייל אויף דייטש מיינט עס רוקח, אדער טווערסקי וכדו'
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 4:35 pm

והוא פלאי האט געשריבן:כידוע איז איינער פון די נעמען פון אדער דער בעלזער רב ז"ל אדער דער בולגרייער רב ז"ל געווען פעטשעניק, ווייל דער בעלזער רב האט נישט געוואלט אבי א לעצטע נאמען, נאר א נאמען וואס האט א שייכות, למשל זינגער, ווייל אויף דייטש מיינט עס רוקח, אדער טווערסקי וכדו'

דער בילגורייער רב האט זיך גערופן פטשעניק, אויף זיין מאמעס נאמען, און דער בעלזער רב האט זיך פאר א שטיק צייט גערופן טווערסקי אויף זיין מאמעס נאמען.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 9:07 am

והוא פלאי האט געשריבן:כידוע איז איינער פון די נעמען פון אדער דער בעלזער רב ז"ל אדער דער בולגרייער רב ז"ל געווען פעטשעניק, ווייל דער בעלזער רב האט נישט געוואלט אבי א לעצטע נאמען, נאר א נאמען וואס האט א שייכות, למשל זינגער, ווייל אויף דייטש מיינט עס רוקח, אדער טווערסקי וכדו'


רוקח מיינט א געווירצן מישער - דרא"ג סטא"ר, און אויף דייטש רופט מען דאס 'זינגער'.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2679
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג דעצמבער 28, 2009 7:50 pm

היינט, י"א טבת, איז די יארצייט פון הרה"ק ר' אברהם שמואל מברעזנא זצ"ל, די פערטע רינגל אינעם ברעזנא קייט.

ווען זיין פאטער ר' יוסף מברעזנא זצ"ל איז אוועק אין יונגען עלטער פון 36 יאר ווי אויבן דערמאנט, האט ער איבער געלאזט 3 זוהן:
א. האדמו"ר ר' מאיר מראוונא זצ"ל,
ב. האדמו"ר ר' יחיאל מיכל מקאריץ זצ"ל. נולד בשנת תר"ג, נפטר תרע"ג.
ג. האדמו"ר ר' אברהם שמואל מברעזנא זצ"ל, דער היינטיגע בעל הילולא.
מיט איין טאכטער.

דער זון ר' שמואל'יקל איז געווען אלט בלויז אכטצען יאר, אבער דער עלטער זיידע ר' אהרן טשערנאבלער, וועלכע איז דאן געווען א זקן מופלג איבער די אכציג, האט זיך געזארגט פאר זיינע איר אייניקלעך און פאר די המשך השלשלת, און האט ממנה געווען דעם יונגען ר' שמואל'יקל אלס אדמו"ר מברעזנא, וואס ער האט געפירט פאר כמעט 50 יאר ביז זיין הסתלקות י"א טבת תרע"ח.

ער איז געווען א איידעם ביי הרה"ק ר' מרדכי מזוועהיל זצ"ל.

בניו:
א. מ"מ האדמו"ר ר' יצחק מברעזנא זצ"ל, חתן ר' מרדכי מלאיעוו-טשערנאביל זצ"ל.
ב. האדמו"ר ר' נחום יהושע מדאבראוויטש זצ"ל. חתן ר' אלטר מרדכי ספרד מאוסטראה זצ"ל. נספה בשואה י"ד אב תש"ב. גם בנו ר' יצחק נפטר בשואה, בנו "הרב אהרן הלוי פיצ'ניק" גר בישראל, והוציא לאור עשרות ספרים וכתבים.
ג. האדמו"ר ר' יוסף מסארני זצ"ל.
חתניו:
ד. חתנו האדמו"ר ר' ישכר דוב מבעלזא זצ"ל (בזוו"ש).
ה. חתנו ר' משולם זוסיא מארעל זצ"ל.
ו. חתנו האדמו"ר ר' יעקב יוסף מאנדל מקאזין זצ"ל (מבית אוסטראה).
ז. חתנו ר' אלתר פרלוב מקוידינוב זצ"ל.

* * *

בן בוזי, אוואו זענט איר?
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג דעצמבער 29, 2009 10:13 am

איידער איך גיי ווייטער וועל איך קודם לייגן די בילדער פון די ברעזנער שושלת

1. ר' איציקל השני
2. בניו, ר' מיכלע
3. ר' אהרל'ע
4. 2 בילדער פון ר' נחומ'טשע (ר' נחום יהושע)
5. ר' אהר'לע טויבמאן
6. ר' גידאלטשע (גדלי') טויבמאן
צוגעלייגטע
reb yitzchokel.gif
reb yitzchokel.gif (36.56 KiB) געזעהן 3734 מאל
reb mechele.gif
reb mechele.gif (32.8 KiB) געזעהן 3734 מאל
reb aharele.gif
reb aharele.gif (26.2 KiB) געזעהן 3734 מאל
rny.gif
rny.gif (916 Bytes) געזעהן 3734 מאל
rnymbrzn.gif
rnymbrzn.gif (38.39 KiB) געזעהן 3734 מאל
reb aharon taubman.gif
reb aharon taubman.gif (50.87 KiB) געזעהן 3734 מאל
reb gedaltche.gif
reb gedaltche.gif (11.65 KiB) געזעהן 3734 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » פרייטאג ינואר 01, 2010 10:08 am

געפונען אין מיינע ארכיוון א חתונה בריוול פון ר' יוסף ב"ר יחיאל מיכל מקוריץ בן ר' אברהם שמואל מברעזנא,

די יחוס שטייט דארט אויסגעשריבן נכד ר' איציקל מברעזנא, ר' דוד מסטעפין, המגיד מטשערנאביל, ר' שמואל קאמינקער, ר' פינחס'ל קאריצער, אפטער רב, ר"ר שמעלקא, ר' מיכלע זלאטשובער, ר' יוסף ראדווילער, ר' ישראל טשאנער, ר' יוסף יאמפאלער, ר' יוסף מאוסטילא, הנעשחיזער, הדגל מחנה אפרים מסאדילקוב, ר' משה קארשובער, הרב ייבי מאוסטראה, הר' הירש לייב אליקער, הבעש"ט הק'.

איצטער ברויך מיר מאכן סדר אין דער יחוס.
צוגעלייגטע
yrishlimsky2.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג מאי 07, 2012 5:37 pm

בן בוזי האט געשריבן:נאך דער פטירה פון ר' מיכל'ע האט איבער גענומען זיין זוהן ר' איציקל, ר' איציקל איז געווען א גרויסער עילוי, און אז ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית פעריל טאכטער פון הרה"ק ר' אהרן מטשערנאביל איז ער געווען זייער באליבט אין טשערנאביל.

ער איז נסתלק בשנת תרכ"ה

נאך זיין הסתלקות האט איהם ממלא געווען אויפן פלאץ זיין זוהן ר' יוסף, אבער ר' יוסף'ס הנהגה האט נישט לאנג געהאלטן ווען נאך בלויז פיר יאהר אלט זייענדיג אינגאנצן זעקס און דרייסיג יאהר איז ער נסתלק געווארן.

בשעת ר' יאסעלע איז נסתלק געווארן איז זיין זוהן ר' אברהם שמואל אלט געווען בלויז אכטצען יאהר, אבער דער זיידע ר' אהרן טשערנאבילער האט איהם אין א בריוו (דער בריוו איז געדרוקט אין ספר תורת שמואל-יאזעפאוו) באפוילן דאס ער זאל אויף זיך אננעמען די רביסטעווע און ווייטער פירן דער שלשלת, ביי איהם האט זיך אנגעהאלטן דאס רביסטעווע א משך פון 49 יאהר ביז ווען ער איז נסתלק געווארן בשנת נפטר בשנת תרע"ז-עח, זיין איידעם איז געווען דער פריערדיגער בעלזער רב ר' ישכר דוב זצ"ל.


מיר שטעלן צו א קליין חלק פונעם בריוו וועלכע הרה"ק ר' אהרן טשערנבילער האט אפגעראכטן מתחילתו ועד סופו בכתב יד קדשו, ווי ער בעט אז מען זאל מלביש זיין זיינע אייניקלעך ר' אברהם שמואל און ר' יחיאל מיכל בחלוקא דרבנן אא"וו.

אויך איז אונטערגעקומען אין די לעצטערע שטונדן פילע אינפארמאציע וועלכע אנבאלאנגט די המשך גזע הקודש פון ברעזנא געקניפט און געבינדען מיט די ראדוויל-קרעמניצער גזע, און צוליב די פילע פארצווייקטקייטן צווישן די צוויי איז עס נישט אפגעטיילט פון יענעם אשכול, אט לייענט פון דא און ווייטער.
צוגעלייגטע
brezna_letter.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 11:49 am

לפטירת רבי איציקל מברעזנא
צוגעלייגטע
brezba ptira.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 5:53 pm

משיח האט געשריבן:היינט, י"א טבת, איז די יארצייט פון הרה"ק ר' אברהם שמואל מברעזנא זצ"ל, די פערטע רינגל אינעם ברעזנא קייט.

ווען זיין פאטער ר' יוסף מברעזנא זצ"ל איז אוועק אין יונגען עלטער פון 36 יאר ווי אויבן דערמאנט, האט ער איבער געלאזט 3 זוהן:
א. האדמו"ר ר' מאיר מראוונא זצ"ל,
ב. האדמו"ר ר' יחיאל מיכל מקאריץ זצ"ל. נולד בשנת תר"ג, נפטר תרע"ג.
ג. האדמו"ר ר' אברהם שמואל מברעזנא זצ"ל, דער היינטיגע בעל הילולא.
מיט איין טאכטער.



וואס איז דער נאמען פון רבי יוסף'ס רעבעצין ווייסט איינער?
און ווער איז דער טאכטער? וואס איז איר נאמען געוועהן? איר מאן? מיט וועם האט זי חתונה געהאט?

אגב איז אויך א א שלשלת ברעזנא און אונגארן, ווי איז דער ברעזנע פון וואס מ'רעד דא?

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2595
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 10:05 pm

ראש הקהל האט געשריבן:
משיח האט געשריבן:היינט, י"א טבת, איז די יארצייט פון הרה"ק ר' אברהם שמואל מברעזנא זצ"ל, די פערטע רינגל אינעם ברעזנא קייט.

ווען זיין פאטער ר' יוסף מברעזנא זצ"ל איז אוועק אין יונגען עלטער פון 36 יאר ווי אויבן דערמאנט, האט ער איבער געלאזט 3 זוהן:
א. האדמו"ר ר' מאיר מראוונא זצ"ל,
ב. האדמו"ר ר' יחיאל מיכל מקאריץ זצ"ל. נולד בשנת תר"ג, נפטר תרע"ג.
ג. האדמו"ר ר' אברהם שמואל מברעזנא זצ"ל, דער היינטיגע בעל הילולא.
מיט איין טאכטער.



וואס איז דער נאמען פון רבי יוסף'ס רעבעצין ווייסט איינער?
און ווער איז דער טאכטער? וואס איז איר נאמען געוועהן? איר מאן? מיט וועם האט זי חתונה געהאט?

אגב איז אויך א א שלשלת ברעזנא און אונגארן, ווי איז דער ברעזנע פון וואס מ'רעד דא?


שווער פון מרן מהרי"ד מבעלזא בזוו"ש
אין איינער פון די גליוני "אור צפון (בעלזא)" איז געוועהן א לענגערע מאמר איבער דער שלשלת , (ובגליונות שלאחר זה ניתוספו פרטים והגהות ואיזה תיקונים.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

שושלת ברעזנא - טויבמאן

תגובהדורך נחוניא » דינסטאג יוני 25, 2013 6:18 pm

רבי חיים טויבמאן מברעזנא איז געווען אן איידעם פון רבי יצחק מברעזנא
נפטר ה' טבת תרנ"ד
ער האט געהאט פינעף קינדער:
א] רבי מיכל טויבמאן מסלאוויטא - נפטר ו' כסלו
ב] רבי שמריה חתן רבי מרדכי דוב מטאמאשפיל
ג] רבי אהרן מברעזנא חתן רבי מרדכי ליבערזאן מקעשינוב בן רבי לייביש מפרוסקורוב - נפטר כ"ג סיון תרפ"ו
ד] רבי נחום
ה] רבי גדלי' משה מברעזנא חתן אחיו רבי מיכל מסלאוויטא

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דינסטאג יוני 25, 2013 6:21 pm

נחוניא האט געשריבן:רבי חיים טויבמאן מברעזנא איז געווען אן איידעם פון רבי יצחק מברעזנא
נפטר ה' טבת תרנ"ד
ער האט געהאט פינעף קינדער:
א] רבי מיכל טויבמאן מסלאוויטא - נפטר ו' כסלו
ב] רבי שמריה חתן רבי מרדכי דוב מטאמאשפיל
ג] רבי אהרן מברעזנא חתן רבי מרדכי ליבערזאן מקעשינוב בן רבי לייביש מפרוסקורוב - נפטר כ"ג סיון תרפ"ו
ד] רבי נחום
ה] רבי גדלי' משה מברעזנא חתן אחיו רבי מיכל מסלאוויטא

אינעם יזכור בוך פון "האשטש" איז דא א באשרייבונג איבער רבי צבי יהודא ליב ראבינאוויטש דער לעצטער רב פון האשטש וועלכער איז געווען אן איידעם פון רבי מיכל טויבמאן מברעזנא.
בתוך הדברים ווערט דערמאנט וועגן די נסיעות וואס די ברעזנער רבי'ס פלעגן קומען יעדע יאר קיין האשטש.
צוגעלייגטע
רבי צבי יהודא ליב ראבינאוויטש מהאשטש.pdf
(201.66 KiB) דאונלאודעד 151 מאל

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

רבי גדלי' טויבמאן מברעזנא

תגובהדורך נחוניא » מיטוואך יוני 26, 2013 11:11 am

א בריוו פון רבי גדלי' מברעזנא - כ"ד סיון תרפ"ט - און ער דערמאנט אז ער מאכט חתונה זיין טאכטער מיט הרב מטארנאפיל.
צוגעלייגטע
Reb Gedalya of Brezna.pdf
(37.78 KiB) דאונלאודעד 296 מאל

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מיטוואך יוני 26, 2013 11:44 am

אינטרעסאנט אז א רב אין ברעזנא זאל אנגעבען זיין אדרעס אלס 'תבת דאר 28'.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך אוקטובער 30, 2013 3:18 pm

ידי"נ מוה"ר יד"מ שליט"א האט מיר מזכה געווען מיט אט דער צייטונג אויסשניט דאטיר אקטאבער 9 1931-ווי עס ווערט באריכטעט דעם ראוונא רבי, רבי מאיר פטשעניק'ס פטירה, און אז ער איז געווען דער עלטסטער רבי.

איך האב נשיט כרגע די פרטים, ווער ווייסט ווען ער איז געבוירן געווארן?

דער יונגסטע ברודער, רבי אברהם שמואל מברעזנא איז געבוירן אום תרי"ב.
צוגעלייגטע
reb meir mrovno_Chicago Sentinel 10-9-1931.png
reb meir mrovno_Chicago Sentinel 10-9-1931.png (9.15 KiB) געזעהן 3222 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » זונטאג מארטש 02, 2014 11:38 am

א מעלדונג אין מעריב ח' אלול תשכ"ג איבער די פטירת פון הרבנית פייגא פעטשעניק אלמנת רבי אהרן מברעזנא\
http://jpress.org.il/Default/Scripting/ ... sc&sQuery=%u05e0%u05e4%u05d8%u05e8%u05d4%20%u05d4%u05e8%u05d1%u05e0%u05d9%u05ea&rEntityType=&sSearchInAll=true&RefineQueryView=&StartFrom=150&ViewMode=HTML

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג אפריל 03, 2014 3:17 pm

נחוניא האט געשריבן:רבי חיים טויבמאן מברעזנא איז געווען אן איידעם פון רבי יצחק מברעזנא
נפטר ה' טבת תרנ"ד
ער האט געהאט פינעף קינדער:
א] רבי מיכל טויבמאן מסלאוויטא - נפטר ו' כסלו
ב] רבי שמריה חתן רבי מרדכי דוב מטאמאשפיל
ג] רבי אהרן מברעזנא חתן רבי מרדכי ליבערזאן מקעשינוב בן רבי לייביש מפרוסקורוב - נפטר כ"ג סיון תרפ"ו
ד] רבי נחום
ה] רבי גדלי' משה מברעזנא חתן אחיו רבי מיכל מסלאוויטא

אין ספר בנין יהושע איז געדרוקט א תשובה פון הגה"צ ר' מיכל טויבמאן אב"ד סלאוויטא

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מיטוואך אפריל 30, 2014 10:36 am

אין שו"ת מים חיים איז דא א תשובה געשריבן צו החסיד המפורסם הרב דק' ברעזנא
לכאורה מיינט דאס רבי יחיאל מיכל מברעזנא

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יוני 10, 2014 1:43 pm

משיח האט געשריבן:היינט, י"א טבת, איז די יארצייט פון הרה"ק ר' אברהם שמואל מברעזנא זצ"ל, די פערטע רינגל אינעם ברעזנא קייט.

ווען זיין פאטער ר' יוסף מברעזנא זצ"ל איז אוועק אין יונגען עלטער פון 36 יאר ווי אויבן דערמאנט, האט ער איבער געלאזט 3 זוהן:
א. האדמו"ר ר' מאיר מראוונא זצ"ל,
ב. האדמו"ר ר' יחיאל מיכל מקאריץ זצ"ל. נולד בשנת תר"ג, נפטר תרע"ג.
ג. האדמו"ר ר' אברהם שמואל מברעזנא זצ"ל, דער היינטיגע בעל הילולא.
מיט איין טאכטער.

דער זון ר' שמואל'יקל איז געווען אלט בלויז אכטצען יאר, אבער דער עלטער זיידע ר' אהרן טשערנאבלער, וועלכע איז דאן געווען א זקן מופלג איבער די אכציג, האט זיך געזארגט פאר זיינע איר אייניקלעך און פאר די המשך השלשלת, און האט ממנה געווען דעם יונגען ר' שמואל'יקל אלס אדמו"ר מברעזנא, וואס ער האט געפירט פאר כמעט 50 יאר ביז זיין הסתלקות י"א טבת תרע"ח.

ער איז געווען א איידעם ביי הרה"ק ר' מרדכי מזוועהיל זצ"ל.

בניו:
א. מ"מ האדמו"ר ר' יצחק מברעזנא זצ"ל, חתן ר' מרדכי מלאיעוו-טשערנאביל זצ"ל.
ב. האדמו"ר ר' נחום יהושע מדאבראוויטש זצ"ל. חתן ר' אלטר מרדכי ספרד מאוסטראה זצ"ל. נספה בשואה י"ד אב תש"ב. גם בנו ר' יצחק נפטר בשואה, בנו "הרב אהרן הלוי פיצ'ניק" גר בישראל, והוציא לאור עשרות ספרים וכתבים.
ג. האדמו"ר ר' יוסף מסארני זצ"ל.
חתניו:
ד. חתנו האדמו"ר ר' ישכר דוב מבעלזא זצ"ל (בזוו"ש).
ה. חתנו ר' משולם זוסיא מארעל זצ"ל.
ו. חתנו האדמו"ר ר' יעקב יוסף מאנדל מקאזין זצ"ל (מבית אוסטראה).
ז. חתנו ר' אלתר פרלוב מקוידינוב זצ"ל.


איינע פון די ביכער פון הרב אהרן פעטשעניק נכד אדמו"רי ברעזנא:
https://archive.org/stream/nybc211968#page/n6/mode/2up


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 13 געסט