ר' משה ארי' עסטרייכער מקראלי זצ"ל וצאצאיו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אברהם שלמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך אברהם שלמה » מוצ"ש ינואר 14, 2012 10:06 pm

From the Jewish cemetery in Olaszliszka
Ester Shatin nee Ostriecher daughter of Chenger Rav
wife of Reb Shimon HaCohen Shatin
http://varhegyi-family.net/Gabor/Hungar ... index.html
צוגעלייגטע
2006-04-02 421.jpg

אברהם שלמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

ר' צבי בן מו"ה משה אריה אסטרייכער ז"ל

תגובהדורך אברהם שלמה » זונטאג מארטש 25, 2012 4:58 pm

און הומנא בית החיים
א ר' צבי בן מו"ה משה אריה אסטרייכער (זיכער נישט ר' משה אריה אסטרייכער ז"ל אב"ד קראלי)

"נכבדי ארץ הקשיבו לקולו לבטל גזירה"
צוגעלייגטע
P1012976.JPG

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3872
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

ספר שהיה שייך לרבי משה אריה מקראלי

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג מאי 15, 2014 4:12 pm

ספר ישן
צוגעלייגטע
REB MOSHE ARYE.jpg

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג מאי 15, 2014 5:55 pm

אויב זיין טאטע האט געהייסען ר' מאיר יהודא און דא שטייט א''י ווי שטימט עס?

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11919
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 15, 2014 6:04 pm

עס שטייט טאקע מ"י.

אויף וועם גייט ארויף אב"ד דק"ק קראלי? אויף רבי מ"י (מאיר יהודה), אדער אויף רבי ארי' משה (משה ארי')? אדער אויף ביידע?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג מאי 15, 2014 6:06 pm

מ''י שטייט נישט. אבער א קלארע בילד/סקען וואלט זיכער ארויסגעהאלפען.
אב''ד קראלי קען מיינען ביידע פון זיי.

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3872
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג מאי 15, 2014 6:21 pm

SPUSMN האט געשריבן:עס שטייט טאקע מ"י.

אויף וועם גייט ארויף אב"ד דק"ק קראלי? אויף רבי מ"י (מאיר יהודה), אדער אויף רבי ארי' משה (משה ארי')? אדער אויף ביידע?

איר זעהט גוט עס שטייט מ"י איך ווייס נישט אויף וועם עס גייט ארויף אבער עס שטייט בהרב מו"ה מ"י

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:39 pm

אגב, עפעס א פנקס פון קהילת קראלי דארף צו זיין אין ירושלים אינעם ארכיון המרכזי לתולדות העם היהודי אפשר לוינט זיך נאכצוקוקען דערין וואס עס ענהאלט.

שמואלישעי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 25, 2013 9:09 pm

תגובהדורך שמואלישעי » דאנארשטאג מאי 15, 2014 8:17 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:אגב, עפעס א פנקס פון קהילת קראלי דארף צו זיין אין ירושלים אינעם ארכיון המרכזי לתולדות העם היהודי אפשר לוינט זיך נאכצוקוקען דערין וואס עס ענהאלט.

וויאזוי טרעפט מען דא

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2352
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » פרייטאג מאי 16, 2014 1:37 pm

אברהם שלמה האט געשריבן:From the Jewish cemetery in Olaszliszka
Ester Shatin nee Ostriecher daughter of Chenger Rav
wife of Reb Shimon HaCohen Shatin
http://varhegyi-family.net/Gabor/Hungar ... index.html


רבי שמעון הכהן שאטין אבד"ק שאראשפאטאק [חתן הטשענגער רב] ליגט ער טאקע אין שאראשפאטאק?
ווי קומט אבער רבי שמעון'ס רעבעצין צו ליגן אין ליסקא?
רבי שמעון איז נפטר געווארען בשנת תרכ"א
זיין רעבעצין אסתר ע"ה איז נפטרה געווארען בשנת תרס"א
האט זי געהאט א זיווג שני?

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מוצ"ש מאי 17, 2014 8:37 pm

יא מנ''כ בשאראשפאטיק כמ''ש בשער ספרו כהנת עולם מהרשש''ך אחרון.

ר' שמעון נולד בלאסק לאביו ר' משה יחיאל הכהן שאטין, אחר פטירת אשת נעוריו נשא את בת ר' יונתן בנימין עסטרייכער אב''ד טשענגער. אחר פטירתו ביום ב דר''ח חשון תרכ''א בדמי ימיו נשאה הרבנית מרת אסתר שנשארה עם ילדיה יתומים רכים את ר' מרדכי אריה ליביש וואלד (שנתאלמן מאשתו מרת מלכה) אב''ד קיראל-העלמעץ. לימים באו צאצאי הרבנית מרת אסתר בקשרי שידוכים עם צאצאי ר' מרדכי אריה ליביש.

קומט אויס אז פאר אלע דריי איז דאס געווען זיוג שני.


כנראה אחרי פטירת ר' מרדכי אריה ליביש ביום טו אלול תרל''ו חזרה הרבנית לאזור שאראשפאטיק וליסקא אבער בר מן דין ווי ווייט איז דען ליסקא פון שאראשפאטיק?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25268
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מאי 28, 2014 4:14 pm

מציבה על הביה"ח מט. חברון בניו יארק בחלקת מונקאטש של ר' חיים יועץ עסטרייכער בנו של ר' משה אריה עסטרייכער נכד רבי יהותן בנימין מטשענגער, עם זוגתו (קרעדיט; חברי מכון מורשת חכמי אמעריקא)
צוגעלייגטע
IMG_0417.JPG

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך פאברואר 25, 2015 8:05 pm

מצבת "אבן מתנוסס בנזר משפחת איסטרייך" ר' אלכסנדר יהונתן ב"ר אליעזר ז"ל על ביה"ח הישן בקראלי
צוגעלייגטע
הונגריה_תשעה_056 (1).JPG

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג פאברואר 26, 2015 12:18 pm

מצבת ר' יהונתן בנימין מייזעלס ז"ל, נין ונכד להגאון בעל תוס' שבת ז"ל והגאון אב"ד דק"ק טשענגער ז"ל, על הביה"ח בקיראלי-העלמעץ
צוגעלייגטע
Meisels Yonathan Binyamin (1).jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 12:31 am

תולדות הגה"ק רבי יהונתן בנימין עסטרייכער זי"ע אב"ד טשענגער - בגליון עלים לתרופה (פר' ויק"פ תשע"ה)
צוגעלייגטע
רבי יהונתן בנימין עסטרייכער מטשענגער.pdf
(99.35 KiB) דאונלאודעד 137 מאל

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

ר' מרדכי אסטרייכער מירושלים

תגובהדורך נחוניא » פרייטאג אוגוסט 19, 2016 11:17 am

איך זוך פרטים איבער רבי מרדכי אסטרייכער פון ירושלים.
ער איז לכאורה נפטר געווארן אין די תר"נ יארן.

הרב ר' אשר
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 03, 2013 5:17 pm

תגובהדורך הרב ר' אשר » מוצ"ש אוגוסט 20, 2016 8:54 pm

י"ז מנחם אב, איז ד'יארצייט פון ר' שמשון (ווינער) וורטהיימר. תפ"ד
וואס משפחת אסטרייכער איז זיך מתייחס נאך עם.
טראכט גוט וועט זיין גוט

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מוצ"ש אוגוסט 20, 2016 9:56 pm

הרב ר' אשר האט געשריבן:י"ז מנחם אב, איז ד'יארצייט פון ר' שמשון (ווינער) וורטהיימר. תפ"ד
וואס משפחת אסטרייכער איז זיך מתייחס נאך עם.

וויאזוי זענען זיי זיך מתייחס נאך אים?

שיח יצחק
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 18, 2016 4:07 pm

ר'משה ארי' עסטרייכער מקראלי זצ''ל וצאצאיו

תגובהדורך שיח יצחק » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 12:40 am

שמעתי שיש השערה בן אחר בן מפטירת ר' שמשון ווערטהיימער ז''ל שנת תפ''ד עד פטירת ר' מאיר יודא עסטרייכער ז''ל אבי ר' משה ארי' ז''ל שנת תקל''ה נ''א שנים

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3872
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » מיטוואך מארטש 08, 2017 12:25 pm

מעניין בתולדות וביאגראפע של רבי מאיר לייב איסטרייך זצ"ל רבה הראשון של קראלי אבי רבי משה אריה

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3872
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

חתימת רבי מאיר יהודה

תגובהדורך dovidal » מיטוואך מארטש 08, 2017 12:29 pm

מקראלי ומקודם מאויבן
צוגעלייגטע
MYI----------.jpg

שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 1:49 pm

תגובהדורך שואל ומשיב » מיטוואך מארטש 08, 2017 7:06 pm

מען האט דיר שוין געזאגט אז דאס איז נישט ער נאר א אייניקל.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מיטוואך מארטש 08, 2017 10:22 pm

מיללער האט געשריבן:איך האב יעצט ערהאלטן א בריוו פון א אונגארישער ריסערטשער מיט עטליכע פרטים פון מציבות אין מונקאטש און קראלי ממשפחת עסטרייכער, ער צייגט אן אז היות עס איז באקאנט אז דער אריגינעלער מונקאטשער ביה"ח איז חרוב נאר מ'האט באוויזען מפנה צו זיין א חלק פון די קברים ממילא פעלט ליידער געוויסע מציבות וחבל על דאבדין.
די פאלגענדע מציבות האט ער געפונען:
ר' אלכסנדר יונתן ב"ר אליעזר, בקראלי נפטר תרי"ב
ר' יוסף שלמה זלמן ב"ר משה בנימין, במונקאטש נפטר תרפ"ט
ר' מאיר יהודא לייב ב"ר משה בנימין, במונקאטש נפטר תר"צ

ר' משה בנימין (טאטע פון ר' יוסף שלמה זלמן און ר' מאיר יהודא ליב) איז געווען א זון פון ר' מנחם מענדל עסטרייכער ב"ר אלכסנדר יונתן הנ"ל. (ר' מנחם מענדל איז געווען אן איידעם ביי ר' יצחק שמעון פעלדמאן פון מיהאלפאלווע). ר' משה בנימין איז געווען אן איידעם ביי ר' שמשון עוזר הורוויץ אין מונקאטש (א ברודער פון ר' יוסף זרח הורוויץ).

ר' משה בנימין האט געהאט א ברודער ר' ישראל דוד, וועלכער איז אויך געווען אן איידעם ביי דעם ר' שמשון עוזר הורוויץ.

די צוויי ברידער ווערן דערמאנט אין די פרענומעראנטן פונעם ספר ארחות חיים פון הג"ר יהודא ארי' לעווינגער [איידעם פון ר' יצחק שמעון פעלדמאן הנ"ל].
לעצט פאראכטן דורך נחוניא אום מאנטאג מארטש 13, 2017 12:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3872
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג מארטש 09, 2017 12:42 am

שואל ומשיב האט געשריבן:מען האט דיר שוין געזאגט אז דאס איז נישט ער נאר א אייניקל.

דאס איז דער ערשטער= ווער האט געזאגט אנדערש ? ער האט געוואנט אין אויבן ישן קודם קראלי עיין בתשובות נוב"י אליו

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דאנארשטאג מארטש 09, 2017 4:01 am

dovidal האט געשריבן:
שואל ומשיב האט געשריבן:מען האט דיר שוין געזאגט אז דאס איז נישט ער נאר א אייניקל.

דאס איז דער ערשטער= ווער האט געזאגט אנדערש ? ער האט געוואנט אין אויבן ישן קודם קראלי עיין בתשובות נוב"י אליו

ער האט נישט גערעדט צי ער איז יא געקומען אדער נישט געקומען פון אובן ישן, נאר אז די כתב דא איז פון דעם צווייטן מאיר יודא איסטרייך דיין מאובן ישן, דאס האט אוודאי נישט געשריבן א איד וואס איז געבוירן אין די מיטעלע ת' יארן.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מערכת להתענג און 13 געסט