ר' משה ארי' עסטרייכער מקראלי זצ"ל וצאצאיו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

ר' משה ארי' עסטרייכער מקראלי זצ"ל וצאצאיו

תגובהדורך יעקעלע פוקס » דאנארשטאג דעצמבער 04, 2008 2:53 pm

מיללער האט געשריבן:...דאס וואס שרייבט וועגן דעם טשענגערער רב ר' יהונתן בנימין עסטרייכער,
..ברויכן מיר יעצט דערגיין מער איבער דעם צדיק הנ"ל.

לאות ידידות וועל איך דיר פארציילען א שטיקען השגחה עליונה:
מיר האבען אין די אלע יארען זיך ווייניג (אויב עפעס) אנגעשטאלפערט אין אט דער טשענגערען רב הרה"ג ר' יונתן בנימין עסטרייכער זצ"ל
נעכטן!!! האב איך געזהן ערגעץ אראפ ברענגען א מעשה:
די הייליגע בארדיטשוב'ער זצוק"ל איז אמאל געפארען קיין קראלי זיך טרעפען מיט די ארטיגע רב הרה"ג ר' משה ארי' עסרייכער זצ"ל, ביים אנקימען קיין קראלי האט ער נישט געטראפען דעם רב אין שטיב, נאכען ווארטען דריי טעג, האט ער געהערט אז די קראלער רב איז ספעציעל אוועקגעפארען זייענדיג א מתנגד צום דרך החסידות נישט וועלענדיג זיך טרעפען מיטן הייליגען קדושת לוי מורא האבען'דיג אז דער מאגנעט וועט טין דאס זייניגע, און ער וועט פארכאפט ווערן אין חסידות,
האט ער געטראפען דארט אין שטיב א תינוק המוטל בעריסה, האט דער קדושת לוי געפרעגט ווער איז דאס קינד, האט מען אים אים געזאגט אז דאס איז קראלי רב'ס זוהן יונתן בנימין, האט ער זיך אנגערופען" יא יא, אבער דער קליינער וועט נאך זיין א גרויסע חסיד"
זכותם יגן עלינו
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

ר' לוי יצחק עסטרייכער ממונקאטש

תגובהדורך ווארד2007 » זונטאג אוגוסט 30, 2009 12:13 pm

ר' לוי יצחק עסטרייכער איז געווען א זון פון הגה"ק רבי יונתן בנימין עסטרייכער אב"ד טשענגער, א זון פון הגה"ק רבי משה ארי' עסטרייכער אב"ד קראלי, דער שווער פון ר' יושע מקראלי ז"ל.
ער האט געטראגן דעם נאמען לוי יצחק נאכן הייליגן קדושת לוי, די מעשה איז געווען אז דער קדושת לוי איז אמאל געקומען קיין קראלי און זיך געוואלט טרעפן מיט ר' משה ארי', און ר' משה ארי' האט דאן נישט באלאנגט צו חסידים, און ער איז ארויסגעשפרינגען פון פענסטער, ער האט זיך נישט געוואלט טרעפן מיטן קדושת לוי. ווען דער קדושת לוי איז אריינגעקומען אין שטוב איז געלעגן אין וויגעלע דאס קליין קינד יונתן בנימין, האט ער געזאגט ער וועט שוין זיין מיינס.
און שפעטער האט רבי יונתן בנימין א נאמען געגעבן זיין קינד נאכן הייליגן קדושת לוי.
ר' לוי יצחק איז געווען א בעל בתי'שער איד, ווי אויך א דורכגעווייקטער חסידישער איד, ער איז נפטר געווארן בשנת תרנ"ט, און דער דרכי תשובה האט אים מספיד געווען און האט געזאגט, נישט לאנג צוריק האב מיר פארלוירן די רבי פון אלע רבנים, מיינענדיג דעם שינאווער רב ז"ל, און יעצט האב מיר פארלוירן די רבי פון די בעלי בתים.
ער האט זוכה געווען אויפצושטעלן א הערליך שטוב, ווי מען זאגט האט ער זוכה געווען צו דריי איידעמער גרויסע תלמידי חכמים, א כהן א לוי א ישראל, דער כהן איז געווען רבי מאיר וואלף הכהן זאלצער דער מונקאטשער דיין, דער לוי איז געווען רבי פינחס הלוי בילליצער אב"ד סערענטש ומח"ס גבעת פינחס, און דער ישראל איז געווען???????


די עסטרייכער משפחה איז ברייט און פארצווייגט.
ווער עס האט אביסל אינפארמאציע מיטצוטיילן זאל זיך אנרופן ביטע.

מי יודע יום היארצייט שלו?????
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » זונטאג אוגוסט 30, 2009 2:05 pm

כמדומה איז ר' גדלי' עסטרייכער פון לאנדאן (חתן ר' משה אלי') א אייניקל פון ר' לוי יצחק,
אין בני ברק איז דא א איד עסטרייכער די שווער פון ר' שניאור זלמן טאבאק שו"ב אויך א אייניקל פון די משפחה,
.

דער גראפיסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 16, 2009 11:21 pm

תגובהדורך דער גראפיסט » זונטאג אוגוסט 30, 2009 4:29 pm

אלס אן אייניקל פון די משפחה וואלט מיר געווען זייער אינטערסאנט צו וויסן ווי אזוי איך קום אן ביז ר' משה ארי' עסטרייכער וואס לויט מיין זיידן זז"ג זענען מיר אייניקלעך
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » זונטאג אוגוסט 30, 2009 6:57 pm

געב אן דיין נאמען (נו גילוי....) אדער דיין זיידעס נאמען, און אפשר קען מען אנהייבן צו שפינען די גאלדענע קייט
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

דער גראפיסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 16, 2009 11:21 pm

תגובהדורך דער גראפיסט » זונטאג אוגוסט 30, 2009 7:25 pm

פארבינד זיך מיט מיר אין אין אישי מיט דיין אימעיל אדרעסס
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 31, 2009 12:08 am

מיר האבן שוין געשריבען אמאל אין די אשכול פונעם טשימפא רב זצ"ל אז אויך ער באלאנגט צו די משפחה, די פאלגענדע שרייבט ר' פייש קרויז איבער די סדר היחס:
פייש קרויז האט געשריבן:די יחוס פון טשימפא רב צום קראלי רב ר' משה ארי' איז אזוי.

ר' משה דוד
בן ר' יוסף זלמן ממונקאטש
בן ר' משה דוד ממונקאטש
בן ר' יוסף שלמה זלמן דיין במונקאטש מתלמידי החתם סופר.
בן ר' אליעזר
בן ר' משה ארי' אב"ד קראלי


האלט מיר ביי דריי קינדער פון ר' משה ארי'

א. בנו ר' יהונתן בנימין אב"ד טשענגער
ב. ר' אליעזר
ג. חתנו ר' יהושע פריינד מקראלי

-

עס איז אינטערעסאנט אז דער סעלישער רב ר' יהונתן בנימין הכהן בעמח"ס נפש יהונתן איז געווען א זוהן פון ר' משה ארי' הכהן, מ'זעהט אויך די צוויי נעמען, איז דאס פון די משפחה?

אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע: אין אייגן זעקל

תגובהדורך ווארד2007 » מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:29 pm

אין די הקדמה פון תולדות אדם פון טשימפא רב מיין איך אז ער ברענגט אז ער איז געווען א אייניקל פון ר' יונתן בנימין דער טשענגער רב, כיצד יתקיימו שניהם? ער איז דאך א ברודער מיט ר' אליעזר

ווער ווייסט?
ווי לאנג ס'גייט דיר גוט!, פארגיס נישט יענעם'ס בלוט!
ווייל פון הימל דארט אויף דיר מען קוקט!, און דיין קומענדיגער דור קען נאך זיין אפגעריקט!
(קרעדיט: מיכאל שניצלער)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 31, 2009 5:24 pm

ווארד,
אינעם אשכול איבער טשימפא רב האט מען געפרעגט די קשיא, ולית נגר ובר נגר דיפרקיניה (מי יפרק שברים?)

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2009 3:18 am

מיללער האט געשריבן:מיר האבן שוין געשריבען אמאל אין די אשכול פונעם טשימפא רב זצ"ל אז אויך ער באלאנגט צו די משפחה, די פאלגענדע שרייבט ר' פייש קרויז איבער די סדר היחס:
פייש קרויז האט געשריבן:די יחוס פון טשימפא רב צום קראלי רב ר' משה ארי' איז אזוי.

ר' משה דוד
בן ר' יוסף זלמן ממונקאטש
בן ר' משה דוד ממונקאטש
בן ר' יוסף שלמה זלמן דיין במונקאטש מתלמידי החתם סופר.
בן ר' אליעזר
בן ר' משה ארי' אב"ד קראלי


האלט מיר ביי דריי קינדער פון ר' משה ארי'

א. בנו ר' יהונתן בנימין אב"ד טשענגער
ב. ר' אליעזר
ג. חתנו ר' יהושע פריינד מקראלי




ס'איז געוועהן נאך א ברודער ר' מאיר יודא, (ווייזט אויס א נאמען נאך זיין טאטן ר' מאיר יודא)
אזוי האב איך געפינען אויף דשעני, איך נעם נישט קיין אחריות...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 10:09 am

איך האב יעצט ערהאלטן א בריוו פון א אונגארישער ריסערטשער מיט עטליכע פרטים פון מציבות אין מונקאטש און קראלי ממשפחת עסטרייכער, ער צייגט אן אז היות עס איז באקאנט אז דער אריגינעלער מונקאטשער ביה"ח איז חרוב נאר מ'האט באוויזען מפנה צו זיין א חלק פון די קברים ממילא פעלט ליידער געוויסע מציבות וחבל על דאבדין.

די פאלגענדע מציבות האט ער געפונען:
ר' יונתן בנימין ב"ר משה ארי' אב"ד טשענגער, בטשענגער נפטר תקצ"ד
ר' אלכסנדר יונתן ב"ר אליעזר, בקראלי נפטר תרי"ב
ר' טובי' ב"ר יונתן בנימין, בסאטמאר נפטר תרפ"ו
ר' יוסף שלמה זלמן ב"ר משה בנימין, במונקאטש נפטר תרפ"ט
ר' מאיר יהודא לייב ב"ר משה בנימין, במונקאטש נפטר תר"צ

נמצינו למידין ושואלין;
1) איינער האט לכאורה א טעות מיט דעם נאמען 'משה בנימין' אדער 'משה דוד' אבער יענער איז געווען ב"ר יוסף שלמה זלמן ב"ר אליעזר ב"ר משה ארי', ואבי ר' יוסף שלמה זלמן ור' מאיר לייב ממונקאטש.

2) ר' אליעזר ב"ר משה ארי' האט געהאט נאך א זוהן, ר' אלכסנדר יונתן אין קראלי.

3) ווער איז ר' טובי' ב"ר יונתן בנימין מסאטמאר?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 1:02 pm

צוויי פון די מציבות אשר הזכרתי לעיל (תשוח"ח לאחד מחסידי או"ה על אדיבתו)
צוגעלייגטע
YonasanCzenger.jpg
ToviaOst.jpg

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2009 2:24 am

מיללער האט געשריבן:3) ווער איז ר' טובי' ב"ר יונתן בנימין מסאטמאר?


ס'קען זיין צוויי מענטשן,
אדער איז דער ר' טובי' א זון פון ר' יונתן בנימין אב"ד טשענגער, (לכאורה נישט ווייל ער איז אוועק תרפ"ו זאגסטו)
אדער א דור שפעטער,
ווייל ר' יונתן בנימין אב"ד טשענגער האט געהאט א זון ר' פנחס וואס האט עולה געוועהן סוף ימיו לא"י,
דער ר' פנחס האט געהאט א זון ר' יונתן בנימין וואס האט אויך עולה געוועהן לא"י ושמנ"כ,
איז מסתמא דער ר' טובי' א זון פון ר' יונתן בנימין השני...
.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2009 10:08 am

הרב מ'שאץ, אז איר קוקט אין די מציבה זעהט מען דאך קלאר אז מ'רעדט פון א דור רביעי לר' יונתן בנימין מטשענגער, ונכד ר' דוד קרויס-פייגעליס מאונגוואר, מ'זעהט אז דער ר' טובי' איז נפטר געווארן בחיי אביו בשנת תרפ"ו, און לויט ווי עס שיינט איז ער געווען א נגיד וטפסר, ביתו היתה פתוח לרווחה, ישיבות תמך, וגמול חסדו נודע בשערים. תנצב"ה.

וזאת למודעי, דער דערמאנטער פארשער האט נאך אסאך חומר איבער די משפחה, פאר מער אינפארמאציע ביטע זיך ווענדען צו מיר אין אישית.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 09, 2009 10:51 am

יעצט געטראפן אויף USHMM וועב-ארט א בילד פון ר' פישל עסטרייכער ממונקאטש ומשפחתו, וואס איינער פון די מפשחה האט באשטייערט פאר די 'האלעקאוסט מוזעאום' אפשר קען איינער איבערגעבן דעם יחוס פון דעם ר' פישל וועלכער שיינט צו זיין א חסידישער איד מיטן גאנצען טראגע? דארט ווערט דערמאנט אז ער איז געווען עפעס א מאכער אין די ארטיגע קהילה.
צוגעלייגטע
Ostriecher.jpg

אוועטאר
קבל את האמת
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 05, 2008 2:00 pm

תגובהדורך קבל את האמת » מאנטאג נובעמבער 09, 2009 11:16 am

אינטערסאנט
דאכט זיך אז דער ר' פישל ענדעלט צו ר' אברהם צבי עסטרייכער ני"ו בן ר' משה אליהו ע"ה

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » מאנטאג נובעמבער 09, 2009 11:20 am

א אינטערסאנטען אויסדרוק אויפען מצבה פין הג"ר יהונתן בנימין אב"ד טשענגער:" איש ישר ואוהב להבין פשט".

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך פאברואר 10, 2010 2:56 pm

קבל את האמת האט געשריבן:אינטערסאנט
דאכט זיך אז דער ר' פישל ענדעלט צו ר' אברהם צבי עסטרייכער ני"ו בן ר' משה אליהו ע"ה


קען זיין אז ער ענדלט צו ר' אברהם צבי אויך, אבער צו הרה"ח ר' משה אלי' זעלבסט ענדלט ער אויך.

א הערליך בילד פון ר' משה אלי' עסטרייכער ע"ה
צוגעלייגטע
ostreicher.jpg
ostreicher.jpg (27.84 KiB) געזעהן 3030 מאל

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך פאברואר 10, 2010 7:19 pm

מיללער האט געשריבן:הרב מ'שאץ, אז איר קוקט אין די מציבה זעהט מען דאך קלאר אז מ'רעדט פון א דור רביעי לר' יונתן בנימין מטשענגער, ונכד ר' דוד קרויס-פייגעליס מאונגוואר, מ'זעהט אז דער ר' טובי' איז נפטר געווארן בחיי אביו בשנת תרפ"ו, און לויט ווי עס שיינט איז ער געווען א נגיד וטפסר, ביתו היתה פתוח לרווחה, ישיבות תמך, וגמול חסדו נודע בשערים. תנצב"ה.


ווי געשריבן אויבן איז ער געוועהן א זון פון ר' יונתן בנימין השני, (ב"ר פנחס ב"ר יונתן בנימין - טשענגער) אבער ר' יונתן בנימין אליין איז געוועהן א איידעם ביי ר' דוד פייגעלעס משום הכי שטייט אויף די מציבה נכד ר' דוד פייגעלעס,
***

כלפי ר' פישל עסטרייכער, איז אין מונקאטש געוועהן א גרויסע פארצווייגטע משפחה משפחת עסטרייכער, מ'זעהט זיי כמעט אין אלע ספרים ביי די נעמען פון די מעות קדימה אין די שטאט מונקאטש,
.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך פאברואר 10, 2010 9:31 pm

באקומען אין אישי פון א משפחה מיטגליד,

בילד ר' יונתן בנימין השני, אביו של ר' טובי' הנ"ל, דער ר' יונתן בנימין האט עולה געוועהן קיין ירושלים און נסתלק געווארן אין די פ' אדער צ' יארן,
צוגעלייגטע
000038_695429f073a2b4eduvw908.jpg

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג מאי 03, 2010 9:52 pm

די מציבה פון ר' משה ארי' עסטרייכער אין דעם אלטן ביה"ח אין קראלי,

עס איז אנגענומען אז זיין פאטער ר' מאיר יהודה וועלכע איז אויך געוועהן רב אין קראלי ליגט נעבן אים, זקנים וואס זענען דא געוועהן נאך די מלחמה זאגן אז די מציבה איז געוועהן האלב איינגעזינקען און צובראכן, כהיום זעהט מען נישט גארנישט מימין ומשמאל פון ר' משה ארי',
צוגעלייגטע
IMG_0313.JPG

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג מאי 03, 2010 9:57 pm

דאס איז די מציבה פון די רעבעצן פון ר' יונתן בנימין אב"ד טשענגער,
די מציבה איז געשריבן געווארן בשעתו אויפן באפעל פונעם דעמטאסדיגן רב דער מנוחת אשר, ווי מ'קען מערקן אז די טיטלען אויף ר' יונתן בנימין איז גאר גרויס, קדוש עליון וכו', וואס אין יענע צייטן איז דאס נישט געוועהן האלסעיל טיטלען,
צוגעלייגטע
IMG_0305.JPG

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג מאי 04, 2010 11:15 pm

געפינען אין סוף ספר דרכי זקנים, (שע"י היבראו בוקס)
צוגעלייגטע
זקנים.pdf
(48.56 KiB) דאונלאודעד 192 מאל

אברהם שלמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך אברהם שלמה » פרייטאג מאי 07, 2010 4:32 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:די מציבה פון ר' משה ארי' עסטרייכער אין דעם אלטן ביה"ח אין קראלי,

עס איז אנגענומען אז זיין פאטער ר' מאיר יהודה וועלכע איז אויך געוועהן רב אין קראלי ליגט נעבן אים, זקנים וואס זענען דא געוועהן נאך די מלחמה זאגן אז די מציבה איז געוועהן האלב איינגעזינקען און צובראכן, כהיום זעהט מען נישט גארנישט מימין ומשמאל פון ר' משה ארי',


לויט מיין זיידע ז"ל, א לאנדסמאן פון קרולע, די מציבה האט געשטאנען פאר דער מלחמה
עס קוקט אויס אז ער האט געמאכט א טעות. ר' משה ארי' עסטרייכער איז דאך געווען א זון פון ר' מאיר יהודה.
צוגעלייגטע
untitled.JPG
untitled.JPG (31.38 KiB) געזעהן 2737 מאל

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » מוצ"ש מאי 08, 2010 8:25 pm

ר' משה ארי' פריינד זצ"ל הראש הקהל מסיגוט האט געהייסען נאך ר' משה ארי' עסטרייכער. ר' משה ארי' פריינד'ס טאטע הצדיק ר' יהושע קראלער, איז געווען אן איידעם בזו"ר ביי ר' משה ארי' עסטרייכער. אין האט א נאמען געגעבן 'משה אריה' נאך זיין ערשטען שווער.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 24 געסט