ר' צבי הירש שיף אבי הישמח משה ומשפחתו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

ר' יוסף אב"ד קאלבאסוב

תגובהדורך ווילוויסן » מיטוואך אפריל 24, 2013 10:58 pm

באקאנט אז דער ישמח משה האט געהאט א פעטער ר' יוסף קאלבאסובער רב, וואס ער האט געלערנט ביים אים אין זיינע אינגע יארן.
מ'זאגט אז דער חוזה האט געזאגט אז דער ישמח משה מעג לערנען שער היחוד ווייל ער האט געלערנט די גאנצע תורה מיט זיין פעטער דער קאלבאסובער רב.

כאטש פון ישמח משה זעלבסט איז נישט קלאר צי ער איז געווען א ברודער אדער שוואגער מיט זיין פאטער ר' צבי הירש, איז ער ווארשיינליך געווען א ברודער.

דער ר' יוסף האט געהאט א זון ר' יעקב, דער ישמח משה ברענגט אים אראפ אין הגהות שולחן ערוך אין יו"ד סי' שמ"א, אז ער איז נתוודע געווארן פלוצים ממיתת ר' יעקב בן דודו ר' יוסף.
אין מאורי גאליציע ברענגט ער אראפ פון פנקס קאלבאסוב אז דער ר' יעקב האט געוואוינט אין אפטא, ער באטיטולט אים "הרב הצדיק".

ס'דא א איד נצר למשפחת טייטלבוים מאפטא שוין עטליכע דורות, וואס האט במסורה אז ער שטאמט פון דעם צדיק ר' יעקב טייטלבוים מאפטא. ס'פעלט אים אבער א דור צוויי, די ווייטסטע וואס ער איז אנגעקומען איז צו ר' אברהם טייטלבוים געבוירן אין יאר תקס"ח און געוואוינט אין אפטא.

איך זוך פרטים איבער ר' יוסף מקאלבאסוב און זיין זון ר' יעקב, אויב וועט מען וויסן ווען ר' יעקב איז געבוירן קען מען אויסרעכענען צי ר' אברהם ט"ב איז געווען זיין זון אדער אייניקל.

אויך אויב ס'איז באקאנט פאר איינעם אויף קלאר, אז דער ישמח משה'ס פעטער ר' יוסף איז געווען זיין טאטע'ס ברודער?

אלעס ארום דעם קען קלאר מאכן נאך א שושלת לבית התמרים.

בתודה מראש.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 11:19 am

מיללער האט געשריבן:בני ר' צבי הירש שיף אבי הישמח משה, כפי שהובאו בספר 'הגה"ק בעל ישמח משה' פרק א' סימן ו':

א. בנו ר' יצחק שיף - נזכר בתשו' השיב משה סי' פ"א, בסוף ימיו דר בכפר בעכערוב, ובספר הנ"ל הועתק נוסח מציבה בער ברדיוב מר' מאיר ב"ר אלעזר בנו של ר' יצחק מבעכעראוו.

כמו"כ נזכר שם ר' יוסף צבי ט"ב ב"ר יצחק הנ"ל שבנו היה ר' חיים יהודה טייטלבוים אב"ד קאבא חתן ר' מאיר טענענבוים אב"ד פוטנאק [וממשפחה זו הם האחים ר' משה צבי אב"ד קאבא ז"ל ואחיו יבלחט"א ר' אליעזר חיים ט"ב שליט"א מקר"י]

ר' יצחק היה אחיו של מרן היש"מ רק מאב אחד

ב. בנו ר' ישראל יהודה - אחיו היחיד של היש"מ מאב ואם, הגה"ק בעל אפסי ארץ מנאנאש ז"ל כותב שאביו ר' יחיאל מבארדיוב היה חתן ר' יעקב אשר מנו"כ בירושת"ו שהיה חתן ר' ישראל יהודה אחי היש"מ.

ג. בתו מרת חה אשת ר' יעקב טייטלבוים - מקובל בהמשפחה שהיש"מ סיבב שם משפחתו מ'שיף לט"ב ע"י גיסו ר' יעקב, בנו של ר' יעקב היה ר' אלעזר אבי ר' יצחק ט"ב מבארדיוב חתן ר' חיים אברהם אורנשטיין אב"ד בארדיוב בעמח"ס דברי אברה, משפחת ר' יעקב מרדכי ט"ב ע"ה ממט. קיסקא הם נכדי ר' יעקב ט"ב גיסו של היש"מ.

ד. בתו מרת הינדא אשת ר' יושע רייך מזבארוב - היה להם בן בשם ר' צבי רייך שבתו מרת שרה היתה אשת ר' אברהם פר"מ אבי ר' שלמה אהרן בעמח"ס מראה אש

ה. בתו אשת ר' משה נתן - חתן ר' משה נתן היה ר' דוד יצחק עקשטיין-פר"מ מפריסטיק חותן ר' לייבוש לייזער זקנו של הר"ק ר' יענק'לע מפשעווארסק זצ"ל


אינעם אשכול פון דעם יוראפעישער צדיק נסתר, וואס שטעלט מצבות פון די באטורער חלקה אין ניי-יערסי, האט זיך פארוואנדלט א שמועס איבער א מציבה ממשפחת היש"מ, און דאדורך זענען מיר אויפגעראכטן געווארן מיט א תגובה פונעם גרויסן ווילוויסענער בקי וחריף סיני ועוקר הרים, וועלכער האט ברוחב ידיעתו צוגעשטעלט נאך א טאכטער פון רבי צבי הירש שיף אבי מרן היש"מ זצ"ל, איך גיב זיי איבער דאס ווארט:


ווילוויסן האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:מיללער, אולי א שייכות מיט דעם.

]
יוראפ האט געשריבן:75
מרת פערל ב"ר טובי' [ב"ר דוד יצחק] טייטלבוים, אשת ר' זאב דרו - כ"ט אייר תש"ע

ביי איר שטייט נאר 'ממשפחת היש"מ', דער נאמען דוד יצחק איז דא אין די משפחה (נישט טייטלבוים) ר' דוד יצחק עקשטיין מפריסטיק חתנו של ר' משה נתן חתנו של ר' צבי הירש אבי מרן היש"מ (ר' דוד יצחק זקנו של הרה"ק מהר"י משפעווארסק זצ"ל)


דער ישמח משה האט געהאט א שוועסטער וואס האט חתונה געהאט צו ר' שמואל פרידמאן, זיי האבן געהאט א זון ר' יוסף צבי, דער ר' שמואל האט געוואוינט סוף ימיו אין זבארוב און איז דארט אוועק אינגערהייט, זיין יתומ'ל יוסף צבי איז דאן נתגדל געווארן ביים גרויסן פעטער דער ישמח משה, [אזוי שטייט אויף זיין מצבה]. און דער ישמח משה האט געזאגט אז מיט דעם באצאלט ער צוריק די טובה וואס זיין עלטערע שוועסטער האט געטון מיט אים ווען ער איז געווארן א יתום אלס קינד.

דער ר' יוסף צבי פרידמאן האט זיך אנגעהויבן צו רופן אזוי ווי זיין אויפציכטלער דער ישמח משה בשם "טייטלבוים".
ער האט חתונה געהאט מיט מרת חנה בת ר' משה יוסף ב"ר יואל פלעגמאן דיין במאד.
די קינדער פון ר' יוסף צבי זענען געווען. ר' שמואל טייטלבוים, ר' דוד יצחק טייטלבוים מערדאבעניע, און א בחור שלום טייטלבוים.

די פערל ב"ר טובי' ב"ר דוד יצחק ט"ב איז ווארשיינליך זיינס אן אייניקל. און וועגן דעם שטייט נישט נכדי הישמח משה נאר ממשפחת הישמח משה ודו"ק.

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 12:53 pm

אגב רבי משה יוסף פלעגמאן ז"ל דומ"צ ה' מאדא נעפיו של הישמח משה
נכתב באריכות בספר תולדות גאוני הגר-תולדות העיר מאד
שי"ל ע"י בן הגאון בעל בית נפתלי ממאד ז"ל בשנת תרע"א-

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 2:27 pm

ראש הקהל האט געשריבן:אגב רבי משה יוסף פלעגמאן ז"ל דומ"צ ה' מאדא נעפיו של הישמח משה
נכתב באריכות בספר תולדות גאוני הגר-תולדות העיר מאד
שי"ל ע"י בן הגאון בעל בית נפתלי ממאד ז"ל בשנת תרע"א-

ראש הקהל
ר' משה יוסף פלעגמאן איז אויך געווען א נעפיו פון ישמח משה?

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 883
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » דינסטאג אוגוסט 13, 2013 9:55 pm

ווילוויסן האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן:אגב רבי משה יוסף פלעגמאן ז"ל דומ"צ ה' מאדא נעפיו של הישמח משה
נכתב באריכות בספר תולדות גאוני הגר-תולדות העיר מאד
שי"ל ע"י בן הגאון בעל בית נפתלי ממאד ז"ל בשנת תרע"א-

ראש הקהל
ר' משה יוסף פלעגמאן איז אויך געווען א נעפיו פון ישמח משה?


יא
עיי"ש דף י"ג ע"א וע"ב מדפי הספר-רבי משה יוסף פלעגמאנן ז"ל חתן הגביר המפורסם רבי שלום טייטלבוים ז"ל
ס'קוקט מיר אויס ווי דער יוסף צבי פריעדמאן איז געווארן אן איידעם ביי א פעטער זיינע,
ווי אויך ווערט געברענגט דארט אז דער ישמח משה איז געוועהן דער שדכן אצל ר' יוסף צבי פריעדמאן ז"ל
ראה שם תולדותיהם באריכות

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » זונטאג אוגוסט 18, 2013 1:56 pm

און וואס שטייט דארט ? ווער איז דער גביר מפורסם ר' שלום טייטלבוים?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 12:05 pm

אין ניו דזשערסי וואשינגטאן סעמעטערי חלקת 'ערשטע ווארשאווער קאנג'
איז דא אפאר מצבות פון משפחת טייטלבוים
ר' אברהם גדלי' ב"ר צבי שלמה - ל"ג בעומר תשט"ו
וזוגתו מרת מירל ב"ר ארי' לייביש - ערב פסח תשט"ו
ר' צבי הירש ב"ר אברהם גדלי' - ח' אלול תשי"ז
(א איבערגעדרייטע מצבה לכאורה אויך פון די משפחה)
יעקב ב"ר אברהם גדלי' - כ"ח אייר תשל"ה
דוד ב"ר אברהם גדלי' - ר"ח ניסן תשל"ט

זענען זיי פון משפחת הישמח משה זי"ע?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 12:23 pm

יוראפ האט געשריבן:אין ניו דזשערסי וואשינגטאן סעמעטערי חלקת 'ערשטע ווארשאווער קאנג'
איז דא אפאר מצבות פון משפחת טייטלבוים
ר' אברהם גדלי' ב"ר צבי שלמה - ל"ג בעומר תשט"ו
וזוגתו מרת מירל ב"ר ארי' לייביש - ערב פסח תשט"ו
ר' צבי הירש ב"ר אברהם גדלי' - ח' אלול תשי"ז
(א איבערגעדרייטע מצבה לכאורה אויך פון די משפחה)
יעקב ב"ר אברהם גדלי' - כ"ח אייר תשל"ה
דוד ב"ר אברהם גדלי' - ר"ח ניסן תשל"ט

זענען זיי פון משפחת הישמח משה זי"ע?

פארוואס קלערט איר אזוי? איז דאס א פוילישע-ווארשאווער חלקה?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 12:30 pm

סתם פאר נייגעריגקייט - און לכאורה אז זיי רופן זיך ווארשא גלייב איך עס אז ס'איז נישט אונגארן

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג אוגוסט 26, 2013 2:01 pm

עס איז פארהאן פוילישער טייטלבוים'ס וואס זענען נישט קיין משפחה מיט הרה"ק מאויהעל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2013 11:16 am

מיללער האט געשריבן:בני ר' צבי הירש שיף אבי הישמח משה, כפי שהובאו בספר 'הגה"ק בעל ישמח משה' פרק א' סימן ו':

א. בנו ר' יצחק שיף - נזכר בתשו' השיב משה סי' פ"א, בסוף ימיו דר בכפר בעכערוב, ובספר הנ"ל הועתק נוסח מציבה בער ברדיוב מר' מאיר ב"ר אלעזר בנו של ר' יצחק מבעכעראוו.

כמו"כ נזכר שם ר' יוסף צבי ט"ב ב"ר יצחק הנ"ל שבנו היה ר' חיים יהודה טייטלבוים אב"ד קאבא חתן ר' מאיר טענענבוים אב"ד פוטנאק [וממשפחה זו הם האחים ר' משה צבי אב"ד קאבא ז"ל ואחיו יבלחט"א ר' אליעזר חיים ט"ב שליט"א מקר"י]

ר' יצחק היה אחיו של מרן היש"מ רק מאב אחד

ב. בנו ר' ישראל יהודה - אחיו היחיד של היש"מ מאב ואם, הגה"ק בעל אפסי ארץ מנאנאש ז"ל כותב שאביו ר' יחיאל מבארדיוב היה חתן ר' יעקב אשר מנו"כ בירושת"ו שהיה חתן ר' ישראל יהודה אחי היש"מ.

ג. בתו מרת חה אשת ר' יעקב טייטלבוים - מקובל בהמשפחה שהיש"מ סיבב שם משפחתו מ'שיף לט"ב ע"י גיסו ר' יעקב, בנו של ר' יעקב היה ר' אלעזר אבי ר' יצחק ט"ב מבארדיוב חתן ר' חיים אברהם אורנשטיין אב"ד בארדיוב בעמח"ס דברי אברה, משפחת ר' יעקב מרדכי ט"ב ע"ה ממט. קיסקא הם נכדי ר' יעקב ט"ב גיסו של היש"מ.

ד. בתו מרת הינדא אשת ר' יושע רייך מזבארוב - היה להם בן בשם ר' צבי רייך שבתו מרת שרה היתה אשת ר' אברהם פר"מ אבי ר' שלמה אהרן בעמח"ס מראה אש

ה. בתו אשת ר' משה נתן - חתן ר' משה נתן היה ר' דוד יצחק עקשטיין-פר"מ מפריסטיק חותן ר' לייבוש לייזער זקנו של הר"ק ר' יענק'לע מפשעווארסק זצ"ל


דורך די נייע מצבות וואס דער מצבות שטעלער ברענגט אפיר פונעם ביה"ח אין קרית יואל, בין איך געוואור געווארן פון נאך א צווייגל פון די משפחה פונעם הייליגען ישמח משה זצ"ל, ולא אמנע טוב.

דער דערמאנטער ברודער פונעם ישמח משה, ר' ישראל יהודא שיף, האט געהאט אן איידעם בשם ר' ארי' ליבוש דאנציגער פון די שטאט טערצאל, ר' ליבוש דאנציגער האט געהאט אן איידעם ר' נפתלי יעקב הכהן, דער זיידע פון ר' נפתלי יעקב מחבר ספרי אוצר הגדולים - אלופי יעקב.

מקור:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=13

דער ר' נפתלי יעקב (השני) איז געווען דער שווער פון ר' יחזקאל ווערצבערגער שו"ב (פאטער פון ר' בנימין ארי' שו"ב ועוד)

מציבה פון מרת רחל ב"ר נפתלי יעקב כהן אשת ר' יחזקאל וו"בעל הביה"ח בקר"י
בילד

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2013 12:05 pm

דער דאנציגער איז דעם חיי אדם'ס אן אייניקל?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג נובעמבער 21, 2013 1:17 pm

ווילוויסן האט געשריבן:דער דאנציגער איז דעם חיי אדם'ס אן אייניקל?

איך זאל אזוי וויסען פון צרות, ווי איך ווייס דעם תירוץ.

להשערה, גלייב איך נישט אז דאס זאל זיין אזוי, ווייל ווען יא וואלט דער אייניקל דאס דערמאנט בסדר יחוסו, ער שרייבט דאך דארט אלע יחוס פרטים וואס ער ווייסט.

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » מיטוואך דעצמבער 04, 2013 10:17 pm

מיללער האט געשריבן:אינעם אשכול פון דעם יוראפעישער צדיק נסתר, וואס שטעלט מצבות פון די באטורער חלקה אין ניי-יערסי, האט זיך פארוואנדלט א שמועס איבער א מציבה ממשפחת היש"מ, און דאדורך זענען מיר אויפגעראכטן געווארן מיט א תגובה פונעם גרויסן ווילוויסענער בקי וחריף סיני ועוקר הרים, וועלכער האט ברוחב ידיעתו צוגעשטעלט נאך א טאכטער פון רבי צבי הירש שיף אבי מרן היש"מ זצ"ל, איך גיב זיי איבער דאס ווארט:


ווילוויסן האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:מיללער, אולי א שייכות מיט דעם.

]
יוראפ האט געשריבן:75
מרת פערל ב"ר טובי' [ב"ר דוד יצחק] טייטלבוים, אשת ר' זאב דרו - כ"ט אייר תש"ע

ביי איר שטייט נאר 'ממשפחת היש"מ', דער נאמען דוד יצחק איז דא אין די משפחה (נישט טייטלבוים) ר' דוד יצחק עקשטיין מפריסטיק חתנו של ר' משה נתן חתנו של ר' צבי הירש אבי מרן היש"מ (ר' דוד יצחק זקנו של הרה"ק מהר"י משפעווארסק זצ"ל)


דער ישמח משה האט געהאט א שוועסטער וואס האט חתונה געהאט צו ר' שמואל פרידמאן, זיי האבן געהאט א זון ר' יוסף צבי, דער ר' שמואל האט געוואוינט סוף ימיו אין זבארוב און איז דארט אוועק אינגערהייט, זיין יתומ'ל יוסף צבי איז דאן נתגדל געווארן ביים גרויסן פעטער דער ישמח משה, [אזוי שטייט אויף זיין מצבה]. און דער ישמח משה האט געזאגט אז מיט דעם באצאלט ער צוריק די טובה וואס זיין עלטערע שוועסטער האט געטון מיט אים ווען ער איז געווארן א יתום אלס קינד.

דער ר' יוסף צבי פרידמאן האט זיך אנגעהויבן צו רופן אזוי ווי זיין אויפציכטלער דער ישמח משה בשם "טייטלבוים".
ער האט חתונה געהאט מיט מרת חנה בת ר' משה יוסף ב"ר יואל פלעגמאן דיין במאד.
די קינדער פון ר' יוסף צבי זענען געווען. ר' שמואל טייטלבוים, ר' דוד יצחק טייטלבוים מערדאבעניע, און א בחור שלום טייטלבוים.

די פערל ב"ר טובי' ב"ר דוד יצחק ט"ב איז ווארשיינליך זיינס אן אייניקל. און וועגן דעם שטייט נישט נכדי הישמח משה נאר ממשפחת הישמח משה ודו"ק.

ווער מיר געוואויער פון הונטער די קוליסן, אז הרה"ח ר' דוד יצחק טייטלבוים ע"ה פון דעטרויט וואס איז אוועק לעצטע וואך, ציעט אויך זיין יחוס פון די זעלבע משפחה די שוועסטער פון ישמח משה.
ר' דוד יצחק איז געווען א זון פון ר' טובי' הנזכר לעיל [א שוועסטער פאר די פערל וואס איר מצבה ווערט דיסקוסירט] ב"ר דוד יצחק ב"ר יוסף צבי בן אחות הישמח משה.
דער מנוח איז געבוירן אין באטור, געלערנט ביים ויגד יעקב אין פאפא, נאך די קריג חתונה געהאט קיין דעטרויט.

ר' דוד יצחק האט איבערגעלאזט פיר איידימער.
א. ר' יודל גרינפעלד מבאראפארק.
ב. ר' דוד יהודה גרונער מלעיקוואד.
ג. ר' ישראל אנדלער ממאנסי הנו הש"ץ לתפלות המוספין בימים הנוראים אצל הרבי מבאסטאן בברוקליין מאסס.
ד. ר' חיים פעלדער ממאנסי בן הרב מרדכי צבי מב"פ.
תשוח"ח לידידי החשוב שמסר הפרטים הנ"ל.

שתוקא בתרין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 16, 2013 11:01 pm

תגובהדורך שתוקא בתרין » מיטוואך דעצמבער 04, 2013 11:51 pm

מיללער האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן:דער דאנציגער איז דעם חיי אדם'ס אן אייניקל?

איך זאל אזוי וויסען פון צרות, ווי איך ווייס דעם תירוץ.

להשערה, גלייב איך נישט אז דאס זאל זיין אזוי, ווייל ווען יא וואלט דער אייניקל דאס דערמאנט בסדר יחוסו, ער שרייבט דאך דארט אלע יחוס פרטים וואס ער ווייסט.

צרות זאלט איר נישט האבן אפילו להשערה אויך נישט... בלויז שמחות און נחת

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1702
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2013 3:58 am

שתוקא בתרין האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
ווילוויסן האט געשריבן:דער דאנציגער איז דעם חיי אדם'ס אן אייניקל?

איך זאל אזוי וויסען פון צרות, ווי איך ווייס דעם תירוץ.

להשערה, גלייב איך נישט אז דאס זאל זיין אזוי, ווייל ווען יא וואלט דער אייניקל דאס דערמאנט בסדר יחוסו, ער שרייבט דאך דארט אלע יחוס פרטים וואס ער ווייסט.

צרות זאלט איר נישט האבן אפילו להשערה אויך נישט... בלויז שמחות און נחת

הגם שאין זה מקומו אבקש מחילה וסליחה מרומע"כ.
בתפלה למשה פונעם ישמח משה איז ער מזביר דעם פסוק ותבט עיני בשורי ווען זיי קיקען אויף מיר מיט א שלעכט אויג דאס מעג איך נאך זעהן אבער בקמים עלי מרעים, דאס שוין נישט, נאר תשמענה אזני, אבער נישט בפועל, עיי"ש

והיינו א השערה יא
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22372
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג דעצמבער 06, 2013 8:47 am

מציבת מרת חוה אשת ר' מנחם מענדל גליק בת ר' טובי' טייטלבוים הנ"ל:
viewtopic.php?p=771189#p771189
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מאי 01, 2014 10:13 am

ווער איז געווען "הרה"צ הפורסם ר' חיים טייטלבוים זצל"ה מגארליץ - חוסט"? האט דאס א שייכות מיט משפחת מרן הישמח מזה זצ"ל?
viewtopic.php?p=847095#p847095

בילד

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג מאי 01, 2014 10:30 am

בןהרחמן האט געשריבן:דא קען מען זעהן קלארער די בולעטין פון פר' שלח מיטן בילד פון מצבת ר' צבי הירש שיף.

לינק ארבעט שוין נישט
צוגעלייגטע
mm.jpg

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5727
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג מאי 01, 2014 12:24 pm

ווילוויסן האט געשריבן:באקאנט אז דער ישמח משה האט געהאט א פעטער ר' יוסף קאלבאסובער רב, וואס ער האט געלערנט ביים אים אין זיינע אינגע יארן.
מ'זאגט אז דער חוזה האט געזאגט אז דער ישמח משה מעג לערנען שער היחוד ווייל ער האט געלערנט די גאנצע תורה מיט זיין פעטער דער קאלבאסובער רב.

כאטש פון ישמח משה זעלבסט איז נישט קלאר צי ער איז געווען א ברודער אדער שוואגער מיט זיין פאטער ר' צבי הירש, איז ער ווארשיינליך געווען א ברודער.

דער ר' יוסף האט געהאט א זון ר' יעקב, דער ישמח משה ברענגט אים אראפ אין הגהות שולחן ערוך אין יו"ד סי' שמ"א, אז ער איז נתוודע געווארן פלוצים ממיתת ר' יעקב בן דודו ר' יוסף.
אין מאורי גאליציע ברענגט ער אראפ פון פנקס קאלבאסוב אז דער ר' יעקב האט געוואוינט אין אפטא, ער באטיטולט אים "הרב הצדיק".

ס'דא א איד נצר למשפחת טייטלבוים מאפטא שוין עטליכע דורות, וואס האט במסורה אז ער שטאמט פון דעם צדיק ר' יעקב טייטלבוים מאפטא. ס'פעלט אים אבער א דור צוויי, די ווייטסטע וואס ער איז אנגעקומען איז צו ר' אברהם טייטלבוים געבוירן אין יאר תקס"ח און געוואוינט אין אפטא.

איך זוך פרטים איבער ר' יוסף מקאלבאסוב און זיין זון ר' יעקב, אויב וועט מען וויסן ווען ר' יעקב איז געבוירן קען מען אויסרעכענען צי ר' אברהם ט"ב איז געווען זיין זון אדער אייניקל.

אויך אויב ס'איז באקאנט פאר איינעם אויף קלאר, אז דער ישמח משה'ס פעטער ר' יוסף איז געווען זיין טאטע'ס ברודער?

אלעס ארום דעם קען קלאר מאכן נאך א שושלת לבית התמרים.

בתודה מראש.

תולדות פון הגה"ק רבי יוסף מקאלבסוב זצ"ל וואס געווען באשריבן אין די גליון "מעדני מלכים" (שי"ל ע"י תלמידי ישיבה גדולה דסאטמאר קווינס, תשס"ט)
צוגעלייגטע
ר יוסף מקאלבסוב.pdf
(25.55 KiB) דאונלאודעד 126 מאל

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » זונטאג מאי 25, 2014 7:05 pm

עפעס פעלט פשט פון די מצבה ?
צוגעלייגטע
123.JPG

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » זונטאג מאי 25, 2014 7:12 pm

אפשר צ"ל 'ממשפחת', ווי אויף דעם מצבה פון א ר' דוד יצחק טייטלבוים: http://www.zadikim.org/contentManagment ... es/813.jpg
בילד
(יעצט זעה איך אס דאס איז דער אויבן-דערמאנט'ן ר' דוד יצחק פון ערדאבעניע)

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » זונטאג מאי 25, 2014 7:25 pm

הסרפד האט געשריבן:אפשר צ"ל 'ממשפחת', ווי אויף דעם מצבה פון א ר' דוד יצחק טייטלבוים: http://www.zadikim.org/contentManagment ... es/813.jpg

(יעצט זעה איך אס דאס איז דער אויבן-דערמאנט'ן ר' דוד יצחק פון ערדאבעניע)

יא לכאורה ממשפחת, אבער ווער איז א תלמיד פון ישמח משה דא ?

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » זונטאג מאי 25, 2014 7:29 pm

הסרפד האט געשריבן:
(יעצט זעה איך אס דאס איז דער אויבן-דערמאנט'ן ר' דוד יצחק פון ערדאבעניע)

וואנעט זעהט איר דאס?
אויב איר מאן איז ר' דוד יצחק מערדאבעניע איז זי געווען א זקינה מופלגת, ווארן איר שווער ר' יוסף צבי איז אויפגעצויגן געווארן ביים ישמח משה..

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » זונטאג מאי 25, 2014 8:46 pm

צושויער האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
(יעצט זעה איך אס דאס איז דער אויבן-דערמאנט'ן ר' דוד יצחק פון ערדאבעניע)

וואנעט זעהט איר דאס?
אויב איר מאן איז ר' דוד יצחק מערדאבעניע איז זי געווען א זקינה מופלגת, ווארן איר שווער ר' יוסף צבי איז אויפגעצויגן געווארן ביים ישמח משה..

ניין, איך האב דאס געשריבן אויף די בילד וואס איך האב צו געבראכט.
מכל מקום אפשר רעדט מען פון איין אייניקל זיינער.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: וואס עפעס? און 8 געסט