סיפורי קודש – איש מפי איש

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » זונטאג יוני 06, 2010 3:18 pm

ר' שמחה;
דאס אז ער איז א אייניקל פון ר"ר אלימלך האט מען אויך נישט דערמאנט פארן רב ז"ל?
לחיים ולברכה!

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג יוני 06, 2010 3:32 pm

נחמן נתן האט געשריבן:ר' שמחה;
דאס אז ער איז א אייניקל פון ר"ר אלימלך האט מען אויך נישט דערמאנט פארן רב ז"ל?

גארנישט האט מען דערמאנט. דער גבאי האט אפילו נישט געוויסט ווער איז פנחס. ער איז ארויסגעקומען פונעם רבין'ס צימער און געזאגט אז דער רבי ריפט פנחס. אזוי ארום קוקענדיג האט ער אוהם געפרעגט אויב ער הייסט פנחס.
דאס איז געווען דער גאנצע חידוש פאר אוהם, אז דער רבי האט אלעס גזעהן און געוויסט אהן אז מען זאל אוהם עפעס זאגען.
the SCY is the limit

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » זונטאג יוני 06, 2010 3:34 pm

הפלא ופלא! זייער א שיינער מעשה. זכותו יגן עלינו ועכי"א.
לחיים ולברכה!

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2068
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מאנטאג יוני 07, 2010 8:27 am

טאקע א מורא'דיגע מעשה
参考专家

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מאנטאג יוני 07, 2010 8:47 am

דא האב איך געשריבן די מעשה
צוליב דעם וואס די מעשה גייט אריין אין קאטאגאריע פון איש מפי איש, וועל איך עס דא נאכאמאל ברענגען
די מעשה האב איך געהערט פון מיין באבע זז"ג, וואס זי האט עס געהערט פון איר קאזין וואס בדידה הוי עובדא:
אין מונקאטש האט געוואוינט א איד, זיין ווייב איז געווען א ניכטע פונעם טאהש'ן רבי'ן רבי אלימלך זי"ע, עס האט זיך ביי זיי ל"ע נישט געהאלטן קיין קינדער. זיי האבן שוין געהאלטן א היבשע פאר יאר נאך די חתונה, אבער זיי האבן נאך ליידער נישט געהאט זוכה געווען צו זרע של קיימא, די ווייב פלעגט אפט מאל גיין צום פעטער זיך מזכיר זיין און דער פעטער האט אנגעוואונטשן אבער עס גייט א דורך א יאר נאך א יאר און דער שטוב איז ליידיג פון קינדער.

עטליכע האבן איר ג'עצה'ט אז ווען זי גייט אריין צום פעטער, זאל זי זיך איינשפארן אז ער מיז איר "צוזאגן" א קינד, זי פלעגט אזוי טוהן אבער דער טאהש'ער פלעגט נישט צוזאגן, ער האט איר אלעמעל געוואונטשן. ביז איינמאל האט זי זיך פאר'עקשנ'ט ווען זי איז אריין צום פעטער האט זי געבעטן אז דער רבי זאל איר צוזאגן א קינד, דער רבי האט אנגעוואונטשן כדרכו, דער אייבערשטער זאל העלפן, און געוויזן אז מ'קען שוין גיין. זי האט זיך אבער ווייטער ג'עקשנ'ט און געבעטן אז דער רבי זאל צו צוזאגן, דער רבי האט ווידער געזאגט, דער אייבערשטער זאל העלפן און געוויזן אז מ'קען שוין גיין. אזוי האט זי זיך געבעטן מערערע מאל ביז דער רבי האט איר געזאגט, אויב בוזטו גרייט אנצונעמען אויף זיך די שווערסטע יסורים וועט ער איר צוזאגן. זי האט ג'ענטפערט יא אודאי, האט איר דער רבי צוגעזאגט אז די וועט זוכה זיין צו זרע של קיימא.

איין אויפדערנאכט ווען זי איז שוין געשלאפן, דער מאן איז געזוצן אין דרויסענדיגן צומער און געלערנט, פלוצלינג שפרינגט אריין א "קאץ" פונעם פענסטער, שפרינגט צו איר קאפ און הייבט אן צו רייסן און קראצן אן רחמנות, זי האט אנגעהויבן צו שרייען דער מאן איז געקומען צו לויפן און קוים מיט צרות פארטריבן דעם קאץ, מ'האט איר אריינגעפיר אין שפיטאל ווי מהאט איר באהאנדעלט, זי איז אבער פארבליבן כל ימיה מיט אפענע וואונדן אין קאפ, זי האט געמוזט איבערבינדן די וואונדן יעדן טאג וואס דאס איז געווען שרעקליכע יסורים, אויך האט זי נישט געקענט שלאפן געהעריג זי האט געמיזט אינטערהייבן דעם קאפ.

אבער דער ברכת צדיק האט נישט געשפעטיגט צו קומען, נאך א קורצע צייט האט זי זוכה געווען צו האלזן א קינד געזונט און פריש.

(די צווייטע וועלט מלחמה איז געווען א גזירה מן השמים וואס צדיקים האבן נישט געקענט מבטל זיין, זיי זענען ביידע אומגעקומען אין קריג הי"ד)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דאנארשטאג יוני 10, 2010 9:06 pm

איך האב היינט געהערט א מעשה פון צעהלימער רב ז"ל פון איינעם וואס דער בעל העובדא אליינס האט עס אוהם פארציילט. (דער בעל העובדא איז געווען זיין שווער'ס חברותא)

עס האט געוואוינט א יוד און באראפארק וואס האט פארלוירען זיין גאנצע משפחה און די מלחמה יאהרען, און דא און אמעריקא האט ער נאכאמאל חתונה געהאט אבער ער האט לאנגע יאהרען נישט געהאט קיין קינדער.
דער יוד איז געווען נאהנט צום צעהלימער רב ז"ל און פון צייט צו צייט פלעגט ער אריין פארען אויף שבת קיין וויליאמסבורג צו זיין במחוצת קדשו פון זיין רבין.
א הערליכע בעל תפילה איז ער געווען (איך אליינס האב אוהם אסאך געהערט דאווענען) און ווען ער פלעגט זיין און וויליאמסבורג פאר שבת פלעגט מען אוהם מכבד זיין מיטען דאווענען, און ער פלעגט דאווענען אלע תפילות, קבלת שבת, שחרית, מוסף, מנחה, און אויך זינגען ביי שלש סעודות.
איינמאל א מוצאי שבת, ער געזעגענט זיך פונעם רב ז"ל און גיט א פרעג פונעם רב אויב ער האט הנאה געהאט.
דער רב האט אוהם גענטפערט אז יא! ער האט שטארק הנאה געהאט.
זאגט אוהם דער יוד, אז ער פערזענליך האט נישט הנאה געהאט.
פרעגט אוהם דער רב, פארוואס נישט.
פאנגט דער יוד אהן צו וויינען און זיך אויספאקען זיין פעקל צום רב.
ער האט פארלוירען זיין גאנצע פאמיליע אונעם חורבן, און האט דא נאכאמאל חתונה און ער האט ליידער נישט קיין קינדער, ער וועט אוועק גיין פון די וועלט און עס וועט ליידער נישט בלייבען קיין זכר פון אוהם. איז וואס פאר הנאה קען ער שוין האבען.
פאנגט דער רב אויך אהן צו וויינען אז ער האט אויך נישט קיין קינדער.

אזוי נאך א פאר מינוט, ריפט זיך דער רב אהן צו אוהם, לאמיר מאכען א געשעפט.
איך וועל דיר אהנווינטשען און די וועסט מיר אהנווינטשען.
און אזוי מיט בכיות נוראות האבען זיי זיך ביידע אהנגעווינטשען איינס דעם אנדערע.

דער סוף איז געווען אז דער יוד איז נפקד געווארען און עס איז היינט דא איין טאכטער זיינע, א גוטע חברטארען פאר מיינס א קאזינע.

ווען דער בעל העובדא האט דערציילט די מעשה צו דעם פון וועמען איך האב עס געהערט, האט ער זייער געוויינט און געזאגט אז דעם רב'ס ברכה איז מקיום געווארען אבער זיין ברכה איז ליידער נישט מקיום געווארען
the SCY is the limit

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג ינואר 16, 2011 9:20 pm

איך האב דעם שבת געהערט א מעשה פלא וואס איז געשעהן מיט ר' מרדכי בצלאל קליין שליט"א אבדק"ק סאטמער בלעיקוואד.

כידוע האט זיך דעם שבת געקאכט און לעיקוואד בענין א פאליציי מאן וואס איז געהארגט געווארען דורך א 19 יעריגער שחור (דעם רוצח האט מען היינט אינדערפרי געטראפען און קעמדען נו דשערזי און מעהאט אוהם ארעסטירט).

דערציילט מיר מיין איידעם נעכטען א מעשה וואס איז געשעהן בערך צוויי יאהר צוריק.

עס זענען געווען צוויי שווארצע נקיבות, מיסיאנערען, וואס פלעגען זיך ארום דרייען און די גאסען און לעיקוואד און פלעגען שרייען הויך אויפען קול זייער מנובלישע שטותים. זיי פלעגען זיך אסאך מאל אראף שטעלען לעבען סאטמער אויף פארעסט עוועניו און הויך ליינען זייער בייבל און מבלבל זיין דער עולם אונעווייניג בשעת'ן דאווענען.

מאכט זיך איינמאל אז ר' מרדכי בצלאל קומט און בית מדרש דאווענען און די צוויי שטייען דארט און שרייען.
האט ר' מרדכי בצלאל געהייסען איינעם צו גיין און זיי בעטען אז זיי זאלען זיך פליז אביסעל אפריקען און נישט שטיין אזוי נאהנט ווייל זייערע קולות שטערט דאס דאווענען.
די צוויי האבען זיך געמאכט נישט וויסענדיג און זענען ממשיך זייערס.
האט ר' מרדכי בצאל געהייסען ריפען די פאליציי.
עס ריקט זיך אהן א פאליסמאן און נאכען אויסהערען די טענות פונעם דיין, זאגט ער אז עס איז א פרייע מדינה און איעדער קען טוהן וואס ער וויל, און דערנאך זאגט ער מיט א זלזול צו ר' מרדכי בצלאל אז ער זאלל אריין גיין און שוהל צו זיין דאווענען און נישט דרייען א קאף וועגען די מיסיאנערען.

האט ר' מרדכי בצלאל געזאגט פארען פאליצאנט אז אויב ער נעמט נישט קער פון פארטרייבען די צוויי מיסיאנערען, וועט מען אוהם פארטרייבען, און ער דרייט זיך אויס און גייט אריין און בית מדרש.

דער פליסמאן האט דארט געלאזט די צוויי מיסיאנערען און איז זיך געגאנגען אויף זיין וועג צו אן אנדערע קאלל.
פארענדיג אזוי האט אויפאמאל ארויס געשפרינגען א הערש אויפען ראוד און פראנט פון דעם פאליס קאר. דער פאליסמאן ווילענדיג אויסמאדען דעם הערש האט ער פארלוירען קאנטראל און צו געפארען צו א בוים און געהרגט געווארען אויפען פלאטץ.
דאס איז געשעהן ממש א פאר מינוט נאכדעם וויא ר' מרדכי בצלאל האט אוהם געזאגט זיין פזמון.

מיין טאכטער האט צוגעשטעלט אז אויף דער ראוד (סענטרעל עוועניו) וויא דער פאליסמאן איז געפארען זעהט מען קיינמאל נישט קיין הערש.
זי האט מיר אויך געזאגט אז גאנץ לעיקוואד האט געקאכט פון די מעשה.

איך האב זיי געפרעגט, וואס איז געווארען מיט די מיסיאנערען, האט מיין איידעם מיר געזאגט אז די צוויי זענען נעלם געווארען און מעהאט זיי שוין מער נישט געזעהן.
זעהט אויס אז זיי האבען געהערט וואס איז געשעהן האבען זיי מורא באקומען אז דער דיין זאלל זיי אויך נישט שעלטען.

כן יאבדו כל אויבך.....
the SCY is the limit

שישא
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:41 am

תגובהדורך שישא » מאנטאג ינואר 17, 2011 12:32 pm

יהיה כן האט געשריבן:איך האב איצטער דורכגעקוקט די תולדות פון ר' יונה פר"מ געשריבן דורך בנו ר' ישעיה הנ"ל, וואס איז געדרוקט צום סוף פון די הגדה הנפלאה בית אברהם בית אהרן (פון זיין ברודער הרה"ג ר' אברהם אהרן מטשאפ ז"ל)


אויב איך מעג אריין האקן!
ווייסט איינער ביי וועם ר' אברהם אהרן הנ"ל געווען אן איידעם, מן הסתם שטייט עס אין תולדות הנ"ל.

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מאנטאג ינואר 17, 2011 12:35 pm

ר שמחה א מורא'דיגע מעשה, שכוח פארן דערציילען.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1067
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מיטוואך פאברואר 09, 2011 5:54 pm

כ'וועל שרייבן דא אן עפיזאד וואס מן הסתם איז עס שוין באקאנט פאר אסאך ליינער, אבער וויבאלד כ'האב עס געהערט ממקור ראשון און ס'האט א שטארקע מוסר השכל פאר אלעמען וועל איך עס דא אראפשרייבן.

כ'האב געהערט פון הגה"צ ר' ישראל חיים קאהן שליט"א רב דק' תולדות אהרן ירושת"ו, וואס ער האט אליינס געהערט פון זיין גרויסן פעטער כ"ק מרן פוסק הדור הגר"ש וואזנער שליט"א גאב"ד זכרון מאיר ובעל שבט הלוי, אז מטבעו האט ער געהאט גאר א שוואכן קאפ, און ער האט זיך שטארק געפלאגט אויף תורה, אבער איז געווען א שטארקע מתמיד און פלעגט לערנען אסאך שעות.

אין יענע צייט איז געווען גאר שטארק באוואוסט די "ישיבת חכמי לובלין" פון הגה"צ ר' מאיר שפירא זצ"ל דער לעגענדארער מייסד הישיבה, און כידוע האט מען נאר געקענט אנגענומען ווערן אין די ישיבה נאכן זיך פארהערן א באשטימטע צאל פון אפאר הונדערט בלאט גמרא. למעשה איז פאר הגאון ר' שמואל שליט"א איינגעפאלן א געדאנק צו פארן לערנען אין ישיבת חכמי לובלין, ער קומט אן אין ישיבה און גייט אריין צום ראש ישיבה הגאון ר' מאיר ז"ל צום פארהער, ר' מאיר שטעלט אים די פראגע "וואס קענסטו" וכדו', און ער ווערט געוואר אז הגאון ר' שמואל שליט"א קען נישט די באשטימטע צאל בלעטער גמרא וואס מען דארף זיך פארהערן אויף אריינצוקומען אין די ישיבה.

פארשטייט זיך אז ר' מאיר ז"ל האט איהם געזאגט אז זיין פלאץ איז נישט אין די ישיבה, וואס איז באשטימט נאר פאר אויסגערופענע מצויינים. נאר היות עס איז שוין געווען ביינאכט, האט איהם ר' מאיר געזאגט ער זאל איבערנעכטיגן אין לובלין, און מארגן נעמען דעם ערשטן באן און אהיימפארן און אריינגיין אין א פאסיגע ישיבה.

וואס טוט א מתמיד איבערנאכט אין לובלין? הגאון ר' שמואל לאוישט"א האט זיך אריינגעזעצט אין היכל הישיבה "חכמי לובלין", און אנגעהויבן צו האקן שטיקער לערנענדיג בהתמדה עצומה. אינמיטן די נאכט און ר' מאיר דער ראש ישיבה קומט אריין אין ביהמ"ד און הערט איינעם לערנען בשפה ברורה ובנעימה גייט ער צו און זעהט אונזער ר' שמואל זיצן און לערנען, פרעגט ער איהם "דו ביזט נישט פערצופאל היינט געווען זיך פארהערן ביי מיר", און ר' שמואל האט צוגעשטימט אז ער איז דאס געווען. ר' מאיר האט איהם געגעבן א קלאפ אויפן פלייצע "דו בלייבסט דא"!.

האט ר' שמואל צוגעענדיגט: "פון יענע נאכט בין איך נישט ארויס פונעם בנין הישיבה ביז איין און אהאלב יאר שפעטער!".

די געוואלדיגע מוסר השכל דערפון איז, אז אפי' עמיצער מיט א שוואכע קאפ, אבער אויב מען לערנט בהתמדה רבה קען מען מצליח זיין און שטייגן מעלות רמות בקנין תורה, און ווי דער הייליגער ווילנער גאון זצ"ל שרייבט "והעקשן יצליח".

השי"ת זאל געבן פאר הגאון פוסק הדור שליט"א לאנגע געזונטע יארן לשרת בקודש, ולהאיר עיניהם של ישראל בדבר הלכה.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » זונטאג יוני 03, 2012 6:33 pm

דאס איז די צווייטע חלק מעשה, די ערשטע חלק ווי אזוי רב וואזנער (וואס שטאמט פון גאנץ פשוטע עלטערן) איז אנגעקמען צו זיין הרב וואזנער איז א מעשה מיט זיין מאמע און ר' יוסף בוימגארטען אב"ד שיף שוהל בווין הבירה (רב וואזנער האט עס אליינס פארציילט פאר משפחת בוימגארטען).

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25613
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יוני 04, 2012 9:46 am

יוסף שרייבער האט געשריבן:דאס איז די צווייטע חלק מעשה, די ערשטע חלק ווי אזוי רב וואזנער (וואס שטאמט פון גאנץ פשוטע עלטערן) איז אנגעקמען צו זיין הרב וואזנער איז א מעשה מיט זיין מאמע און ר' יוסף בוימגארטען אב"ד שיף שוהל בווין הבירה (רב וואזנער האט עס אליינס פארציילט פאר משפחת בוימגארטען).


דו מיינסט די מעשה מיט רי"מ מקאפישניץ? איך האב פונקט נעכטן געליינט די מעשה אז דער משגיח ר' דן סג"ל איז נאכגעגאנגען די מעשה און געפרעגט הרב וואוזנער שליט"א וואס האט עס נישט באשטעטיגט פון פאקט נאר געזאגט אז עס איז מסתבר.

ווי איז דער מקור אז ער האט דאס דערציילט פאר די באומגארטן משפחה?

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » מאנטאג יוני 04, 2012 10:16 am

פון איינע פון די איינקלעך פון הרב וואזנער האב איך געהערט אז אין יח"ל איז געווען זייער שטרענג די סדרים און בינאכט האט מען אויסגעלאשען אלע לעקטער'ס מ'זאל גיין שלאפען, און אמאל ביינאכט האט (כ'מיין ס'איז געווען) ר' שימעלע ז'לכובר ז"ל געכאפט הרב וואזנער'ן אויפן גדר לערנען ביים שיין פון לבנה ווייל ער האט געמוזט ענדיגען א רמב"ם האט ער איהם צוגעוואנטשען דארט ער זאל האבען אייביג גוטע אויגען און געזונטע פיס...וואס הרב וואזנער האט נאך היינט ביז 120 געזונטערהייט.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג יוני 04, 2012 10:18 am

יא, אבער גיב א קוק ווי א מעשה קען פארדרייט ווערען, וואס האט איר געוואלט אז רב וואזנער זאל אויף זיך אליינס מעיד זיין אז די ברכה איז מקויים געווארען במילואו?? מען איז עם געגאנגען פרעגן אויב די מעשה איז אמת האט ער בענותניתו געזאגט: מסתבר אז יא ווייל מאן מאמע פלעגט מיר אלס זאגען לערען פלייסיג ווייל דו האסט נישט קיין אהנונג וואס איך האב אוועקגעגעבן פאר דיינעטוועגנס.

די מעשה שטאמט פון רב וואזנער אליינס ער האט עס פארציילט פאר צאצאי ר' שלמה בוימגארטען, פארדעם איז עס נישט געווען באוויסט, איך קען זיי איבערפרעגען נאכאמאל.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג יוני 04, 2012 10:24 am

בנוגע די אויבערדערמאנטע עובדות, האב איך אני הקטן געהערט מפיו הקדוש פון דער בעל שבט הלוי שליט"א אליינס, אז אכצען חדשים איז ער נישט ארויס פון דער בנין 'ישיבת חכמי לובלין'. נאך מער פון דעם אז ער האט געהאט א ברירה צו זעהן דער הייליגע 'חפץ חיים' ווען ער איז געוועהן אין לולבין, אבער ער האט געהאלטן אז דאס לערנען שטייט וויכטיגער. ער האט געהאט באשטעלט איינער (פאר געלט) זאל קומען צו די ישיבה אויף פיקען זיין בגדים צו טראגען צום וואשערין, אנשטאט ער זאל אליינס דארפען גיין.

בנוגע זיין ווערען ארויפגענומען אין די ישיבה, דער מכה בפטיש איז געוועהן ווען רבי מאיר שפירא האט געשיקט צוויי בחורים איהם באגלייטען צום באן, ווען זיי זענען צוריק געקומען, האט רבי מאיר געפרעגט וואס זיי האבען געשמועסט אויפן וועג, האבן זיי דערציילט אז דער גאנצע צייט האט ער נישט ארויס געקוקט פון זיין ד' אמות, גלייך ביים ארויף קומען אויפן באן ווי נאר ער האט זיך אוועק געזעצט האט ער ארויס גענומען זיין גמרא אין געלערנט כאילו לא היה. אויף דעם ארויף האט רבי מאיר זיי געזאגט רופטס איהם שנעל צוריק פאר דער באן נעמנט זיך פארען. דאס האב איך געהערט מפי הגאון רבי יוסף בנימין וואזנער שליט"א אמאל ביי א געלעגנהייט האב איך דאס איבער דערציילט פאר הגר"ש וואזנער שליט"א האט רעאגירט זאגענדיג כאילו דאס איז א נורמאלע זאך יעדע וואס האלט ביים לערנען וואלט אזוי געטוהן און ער איז נישט געוועהן אנדערש. האט ער צוגעלייגט כאילו דאס וואלט געוועהן אזא דבר פשוט, אז אמאהל האבן די לעקטער פונם בית המדרש געוועהן אויס געלאשען היות ער האט נישט געוויסט ווי מצינד דאס אן, האט ער צוגעשלעפט א טיש צום נר תמיד דאס איז געוועהן איין קליינע באלב פאר די ארון קודש כנהוג ער האט זיך ארויף געשטעלט אזוי אויפן טיש און געלערנט אזוי שטייענדיק, ביז ווען דריי דרייסיג פארטאגס האט זיך דער לעקטער אנגעצינדען אין רבי מאיר שפירא אריין געקומען און דער בית מדרש, אין געפאקט זיין מתמיד...

אגב האב איך געהערט פון רבי דוד הלחמי רב דפועלי אגודת ישראל ותלמיד יח"ל אז רבי מאיר שפירא האט אין זיין לעצטע יאר אנגעהויבען געבען א שיעור פיר אזייגער פארטאגס פאר א געקליבענע צאל בחורים, בערך צען, ווי ער פארגעלערנט הלכות התלוים בארץ, הגר"ש וואזנער איז געוועהן איינע פון די צען, ער זעלבסט רבי דוד הלחמי איז אויך געוועהן איינע פון די בחורים. דערציילט ער אז אלע צען האבען איבערגעלעבט די קריג אין זיך באזעצט אין ארץ ישראל.

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

סיפורי צדיקים וואס כ'האב געהערט ממקור נאמן

תגובהדורך דאנציגער » מאנטאג פאברואר 24, 2014 4:58 pm

איך גלייך צו פארשרייבן דא, סיפורים און מאמרים וואס כ'האב געהערט ממקור נאמן, רוב סיפורים וועלן לכאורה זיין פון סקווירא, און בעיקר פונעם היינטיגן רבין זאל מאריך ימים זיין. אבער אויך פון אנדערע וואס כ'האב זוכה געווען צו הערן איש מפי איש.
[די סיבה פון מיין שרייבן דאס, איז וויבאלד עס איז א גרויסע תועלת לדורות הבאים צו פארצייכענען די שמעתי'ס.. און כ'זע אז מיין שרייבן ביני לבין עצמי וועל איך נישט אנקומען, ווייל מ'דארף די גוטע פידבעק פון חברים, דערפאר און נאר דערפאר האב איך זיך באקלערט דאס צו טון דא.]

יהיו לרצון וכו' ויהי נועם וכו' הנני מוכן ומזומן להתחיל.. בהקדם האפשרי.
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דינסטאג פאברואר 25, 2014 1:48 am

פארציילט מיר הרב יצחק דוד גראסמאן שליט"א רב אויף מגדל העמק,אז הרה"ק רימניצער רבי זי"ע איז איינגעשטאנען ביי אים און שטוב. פרייטאג צו נאכט אינמיטן טיש איז אונגעקומען א'פרייע איד מיט לאנגע האר און די רבי האט אים במערקט און זיך דערשראקען,האט רבי איטשע דוד צוגערופען דעם איד און געזאגט צום רבי'ן אז דער איד איז א'חולי נופל ל"ע און געבעטן א'ברכה,,האט זיך די רבי אונגעריפען א'וודאי אז מ'טראגט א'משא אויף די קאפ פאלט מען,האט די רבי געזאגט דעם איד אז ער זאל זיך אפשערען נאך שבת וועט ער האבען די ישועה,און כך הוה זייט דענטסמאל איז ער מער נישט געפאלען און געזונט געווארען כאחד האדם און אויך געווארען א'בעל תשובה. זכותו יגן עלינו אמן.

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » דינסטאג פאברואר 25, 2014 3:28 am

scy4851 האט געשריבן:און דער אשכול האב איך געשריבען א מעשה, א מופת פון ר' ישעיעל'ע טשעחובער ז"ל, וואס איז געשעהן ביי אינז און די משפחה. איך האב עס געהערט פון מיינע עלטערען ע"ה, ווואס זיי האבען בייגעוואוינט די מעשה.

ס'פירט נישט צו'ם ריכטיגן פלאץ.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

טוב ה' לכל
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » דינסטאג יולי 09, 2019 8:08 pm

איך מיין אז דאס איז א געוואלדיגע אשכול. אסאך מענטשן דרייען זיך ארום פול מיט סיפורים וואס זענען נאך בכלל נישט אראפגעשריבן, און דא איז דא אן מקום ווי מען קען גרינגערהייט פארשרייבן און אפהיטן די מעשיות לדורות, און עס זאל נישט פארלוירן גיין פאר אייביג.
אי''ה וועל איך בקרוב ארויפקומען מיט סיפורים וואס איך האב מקבל געווען איש מפי איש, אנגעהויבן פון הרה''ק מראזוואדוב, ביז הרה''ק מסקולען וטאהש. ויהיה למשמרת עולם ולזכותי.

טוב ה' לכל
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

הרה''ק ר' אברהם מלעלוב בן הרה''ק ר' משה מרדכי מלעלוב (ואבי האדמו''ר מלעלוב צפניה שליט''א)

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך יולי 10, 2019 5:12 pm

דאס האב איך געהערט פונעם בעל המעשה, א איד פון וויליאמסבורג וואס האט געלערנט אין ארץ ישראל אלץ בחור, האט ער אמאל געגעסן שבת ביי זיינס א חבר. ווען זיין חבר איז אריינגעקומען צום סעודה, האט ער בטעות אריינגעהאקט אינעם טיש און עס איז אראפגעפאלן א לעכט און זיך אויסגעלאשן, איז ער געגאנגען ווייטער און שוין.
נאך די סעודה זענען זיי צוזאמען געגאנגען צו ר' אברמ'לע צום טיש. ווען זיי זענען אריינגעקומען האט מען געהאלטן אינמיטן זינגען 'כל מקדש', וואס דער רבי זינגט עס פאר אין לעלוב כידוע. פלוצלינג האט ער זיך געגעבן א שטעל אפ פון די פארזינגען און געזאגט 'איך וועל דערציילן א מעשה, איינמאל איז געווען א אינגערמאן וואס איז אריינגעקומען צו די סעודה און ער איז אדורך די טיש און אראפגעווארפן די לעכט און עס אויסגעלאשן', און ער האט אנגעהויבן צו שרייען 'שבת, שבת', און תיכף נאכדעם ווייטער ממשיך געווען מיטן ניגון. דעם אינגערמאן האט געכאפט א שוידער אין אלע ביינער... ויהי לפלא.

אויך האט ער מיר דערציילט, אז דעמאלטס ביים טיש האט דער רבי געבעטן מען זאל אריינברענגן אייז קרים. האט מען אריינגעברענגט א גרויסן טאץ אייז קרים... האט דאן דער רבי דערציילט אז איינמאל איז ער געווען מיטן פני מנחם פון גור ביי א חתונה, האט דער פני מנחם געזאגט אז עס זענען פארהאן צוויי סיבות פארוואס א מענטש זאל נישט ווילן עסן קיין אייז קרים, אדער ווייל ער שעמט זיך, עס פאסט נישט... אדער ווייל ער איז נער, און ער פארשטייט נישט אז עס איז גוט... און תיכף נאך וואס ר' אברמ'לע האט דאס דערציילט האט ער אנגעהויבן צו עסן די אייז קרים.......

טוב ה' לכל
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

הרה''ק הבבא סאלי זי''ע

תגובהדורך טוב ה' לכל » מיטוואך יולי 10, 2019 5:12 pm

דאס איך האב געהערט פון אן עלטערע חשוב'ע ספרדישע איד פון ארגענטינע: ער איז איינמאל געווען ביים בבא סאלי ביי א סעודה, און ער האט פאר יעדן איינעם געגעבן פונעם כוס של ברכה, און ער האט געטיילט און געטיילט, און דער בעכער איז גארנישט ליידיגער געווארן!! (עס איז א דבר ידוע, אבער דא האב איך עס געהערט פון א מענטש וואס האט עס אליינס בייגעוואוינט).

נאך האט ער מיר דערציילט: איינמאל איז ער דארט געווען ערב שבת, און ער איז געקומען פון בני ברק קיין נתיבות, וואס די וועג נעמט כאטש א שעה א האלב, אויב נישט צוויי. למעשה האט ער שוין געהאלטן גאר נאנט צום זמן און בדרך הטבע האט ער שוין נישט געקענט עס מאכן אנצוקומען קיין בני ברק פארן זמן. האט ער געפרעגט דעם בבא סאלי וואס צו טון, האט ער אים געהייסן פארן, און ער האט חוץ לדרך הטבע געמאכט די וועג אין ווייניגער פון א שעה! קפיצת הדרך ממש!

המשך יבא אי''ה על ר' יוסף וואלטוך מירושלים, הרה''ק מסאטמאר, הרה''ק מטאהש, האהבת ישראל מוויזניץ, ר' יוחנן מסטולין, ר' אשר פריינד, ועוד הרבה בעזהשי''ת.

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1533
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מיטוואך יולי 10, 2019 5:13 pm

גיי אן!
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

קיסריה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 499
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

2 שיינע עובדות ממרן הק׳ מסאקמיר זי״ע - מפי עד ראיה

תגובהדורך קיסריה » מיטוואך יולי 10, 2019 7:07 pm

איין מעשה האט פאסירט אין תשל״ז אין קרית יואל.

געהערט פון א איד וואס איז זיך געווען געזעגענען ביים רבי׳ן אין די בעיקערטאון דירה, שטייענדיג צעקוועטשט און צעדרוקט, די ליין ריקט זיך קוים קוים. אינמיטן זעט ער א טומל.

דער גבאי ר׳ יוסף אשכנזי נעמט זיך האסטיק זוכן עמיצן וואס איז נאר וואס ארויס פון רבינ׳ס צימער - דער רבי זוכט יענעם איד דרינגענד - יענער זאל שוין צוריק קומען. - נו גיי זוך.

מ׳לויפט ארויס אויפן הויף, אויפן גאס אבער זוך וועמען? ענדליך געט דער רבי א סימן אז דער איד איז א מאדערנער טיפ, נישט ממש וויליאמסבורג. שוין א שטיקל סימן איז דא, אבער דער איד איז נישטא.

א קיצור ר׳ יוסל קוקט איבער די קוויטלעך און פרובירט אויפכאפן ווער דער איד איז געווען. אבער הילד איננו. מ׳זוכט מ׳זוכט, פון די הונדערטער אידן וועלכע געווען אנוועזנד געווען אין שטוב און אין חצר האט זיך געריבן דעם שטערן, וועלכער פרעמדער איד איז דא געווען פריער, וויאזוי הייסט ער? וכו׳ וכו׳

נאך א וואך צוויי שפעטער האט א צווייטער מענטש וואס איז דארט געווען יענעם טאג - געטראפן דעם מאדערנעם איד אין מאנהעטן, און דערקענט אז ער קען אים פון ערגעץ.

גיט ער א פרעג: זענט איר אפשר געווען ביים סאטמאר רבי׳ן אין קרית יואל דעם און טאג? יא זאגט ער!

דער רבי זוכט אייך! דאס הויז האט זיך איבערגעקערט גלייך ווי איר זענט ארויס! ביטע קלינגט אן צו ר׳ יוסף אשכנזי אין הויז.
דעם איד איז גוט געווארן, וואס וויל דער רבי פון מיר?

שוין דער איד איז געפארן צום רבי׳ן, ווי נאר ער קומט אריין, און דער רבי דערקענט אים זאפארט און נעמט ארויס 30 דאלאר און גיט אים אהין. גייט לחיים ולשלום.

דער איד פרעגט פארוואס? אבער דער רבי ווייזט ס׳איז גוט, קענסט גיין.

ס׳דויערט נישט לאנג און דער מאדערנער איד דערמאנט זיך, נישט מער און נישט ווייניגער, ווען ער האט געשריבן דאס קוויטל האט ער געהאט בדעה צו געבן א 20׳ער. אבער די קלענסטע וואלוטע וואס ער האט פארמאגט איז א 50׳ער. ער פרעגט ווער ס׳האט טשענדזש פון א 50׳ער, קיינער האט נישט. שוין האט ער געגעבן פארן רבין דעם גאנצן 50ער.

ווי נאר ער איז ארויס האט דער רבי גערופן דעם גבאי׳ן און געהייסן צוריק רופן.

דאס איז איז די ערשטע מעשה
די 2טע מעשה (אויך פון א עד ראיה) וועט אי״ה נאכפאלגן.

YEG
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 4:18 pm

תגובהדורך YEG » מיטוואך יולי 10, 2019 8:05 pm

גהערט פין א איד וואס האט גהערט די מעשה פין א איד צי וועם רביה"ק מ'סאטמאר האט זיך אויס גשמויעס תיוכף נאך די שבעה פין הרביונת מזיוג ראשוין שוין נאכן פארליארן 2 קינדיער אז רביה"ק האט אים געזאגט אז נאכן מאכן א חשבוין הנפש זעט ער נישט פארוואס עס קיומט עם אזא עוינש חויץ אויף 1 חטא אז עס איז אמאל געווען א בחור אין ישבה וואס ער וואלט געדארפט משלח זיין אבער אלץ רחמנות אויף דעם בחור האט מען אים נישט משלח געווען אלץ דעם קען זיין קיומט מיר אזא עוינש אבער האט ריבה"ק מיט דעם אלעם האב איך נישט קיין חרטה עס פרייט מיר אז דער בחור איז און ישבה אין א ערליך סביבה

טוב ה' לכל
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

הרה''ק הנסתר ר' יוסף וואלטוך זצ''ל

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג יולי 11, 2019 5:14 pm

ר' יוסף וואלטוך איז זייער באקאנט אין די עולם הצדיקים הנסתרים. כהיום איז שוין דא א גאנצע ספר 'ר' יוסף וואלטוך', איבער אים, און עס זענען פארהאן פלא'דיגע סיפורים אויף אים, ממש ל''ו צדיקים מעשיות... און ער איז סך הכל אוועק אין יאר תשמ''ב, און מערערע האבן אים נאך געקענט, ווי ער פלעגט זיך אלץ ארומדרייען מיט זיינע צוויי זעק אין די הענט, צוליב זיינע פארהוילענע טעמים (עי' להלן), און וויאזוי מען זעט אים אלץ אויף די בילדער.

גראדע איז ער געקומען פון חסידיש - פוילן (נישט קיין ספרד'ישער, ווי אלע שטעלן זיך פאר...), און ער איז גאר געווען אן אייניקל פון ר' מיכל'ע זלאטשובער, ווי ער פלעגט זיך אלץ אינטערשרייבן, אבער וויאזוי ווייס איך נישט. זיינע איגנט יארן זענען א מיסטעריע און מען ווייסט נישט צופיל וואס און ווי ער איז געווען.

שפעטער איז ער ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל און געוואוינט אין תל אביב (וואס דארט איז ער געווען א גאסן קערער, וואס ער פלעגט זאגן אז ער קערט אוועק די אלע שמיץ וואס האט זיך אנגעזאמעלט דורכאויס דער טאג... וד''ל) און אין ירושלים. דארט האט ער געהאט קשרים מיט אלע צדיקים נסתרים, בפרט ר' יוסף דיין, ר' מנחם מנשה, און נאך אסאך. ווי אויך איז געווען גאר נאנט מיט בבא מאיר אבוחצירא ואביו הבבא סאלי זי''ע.


אבער איך וועל דערציילן סיפורים וואס איך האב אליינס געהערט פון א חברותא זיינער, א חשובע ירושלימ'ער איד וואס האט געלערנט מיט אים פאר א האלבע יאר, די לעצטע האלבע יאר פון זיין לעבן, אין ברסלב'ער בית המדרש אויף מאה שערים, און ער האט מיר דערציילט עטליכע פלא'דיגע סיפורים וואס ער האט אליינס מיטגעהאלטן דורכאויס דער האלבער יאר:

*
אין יאר תשמ''ב איז גאנץ ירושלים געווארן באהאנגען מיט גרויסע פלאקאטן איבער די גוטע בשורה וועגן דעם אנקום פונעם ברך משה מסאטמאר קיין ירושלים, דאס ערשטע מאל זינט ער איז געווארן רבי. דער מספר האט דאן שפאצירט מיט ר' יוסף אויפן גאס, און זיי זענען דורך אזא פלאקאט, האט ר' יוסף זיך געגעבן א רוף אן 'עה, ער גייט נישט קומען'... זיין באגלייטער, דער מספר, האט נישט פארשטאנען וואס ער זאגט, ער האט אים איבערגעפרעגט עטליכע מאל פארוואס עפעס זאגט ער אז ער גייט נישט קומען, אבער ער האט זיך ארויסגעדרייט פון ענטפערן. למעשה האט דאן אויסגעבראכן איינע פון די ציוניסטישע מלחמות (מלחמת שלום הגליל דאכט זיך מיר), און די גאנצע נסיעה איז דאן בטל געווארן...

*
ווען חבירו הקדוש בבא מאיר אבוחצירא איז פלוצלינג אוועק, איז ר' יוסף געווען זייער צובראכן דערפון און נישט געקענט זיך טרייסטען, אין א בחינה פון בחייהם ובמותם לא נפרדו. דאס לעצטע מאל ווען דער מספר האט געלערנט מיט אים, האט ר' יוסף אים געזאגט ''איך האב שוין נישט וואס צו זיכען דא, איך גיי שוין''...

ער איז דאן געפארן אויף א נסיעה מיט זיין חבורה צו די מקומות הקדושים אין צפון ארץ ישראל, כדרכו, און ווען ער איז געווען אויפן אידרא רבא, צווישן מירון און צפת, האט ער יעדעם ארויסגעשיקט און געבליבן דארט אליינס. שפעטער, ווען מען האט געזען אז עס גייט שוין אדורך צופיל צייט און ער קומט נישט ארויס, איז מען אריין און מען האט אים געפינען דארט ליגן באוואוסטלאז, און תיכף דערנאך איז ער אוועק!!
(ומבואר בזוה''ק ששם במקום ההיא נסתלקו כמה מתנאי הזוהר, ואחד מהם גם נקבר שם, כמו שכותב ר' חיים וויטאל בשם רבו האר''י הק', ומן הסתם יש לזה שייכות).


המשך על ר' יוסף וואלטוך יבא אי''ה
לעצט פאראכטן דורך טוב ה' לכל אום דאנארשטאג יולי 11, 2019 5:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט