סיפורי קודש – איש מפי איש

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

טוב ה' לכל
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

הרה''ק מטאהש זצ''ל

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג יולי 11, 2019 5:16 pm

עמער ווייטער ממשיך זיין מיט די סיפורי צדיקים בעזהשי''ת.

איך האב געהערט מערערע פלא'דיגע סיפורים פון איינע פון די חשובע גבאים פונעם רבי'ן, ממש בעל שמ'סקע מעשיות וואס איז שווער צו גלייבן אז עס האט פאסירט בימינו אלה, און איך וועל עס דא איבערגעבן בעזהשי''ת.
יענער האט עס מיר פרייוואט דערציילט, וניכרין דברי אמת הן, בכלל איז יענער גאר א תמימות'דיגער און פיינער, נישט קיין אויבער חכם וכו'. אלעס איז וואס ער אליין האט מיטגעהאלטן.

*
איינמאל האט ער געזאגט פאר זיינע בחורים 'אויב ענק וואלטן געוואוסט וואס איך קען אלץ זעהן, וואלטן ענק זיך פארשטעקט אין די מייזן לעכער'...

און טאקע פון מאל צו מאל האט ער פלוצלינג געקענט צוגיין צו א בחור און אים אראפלאזן אפאר קלינגעדיגע פעטש (וואס נאר יענער האט אליין געוואוסט פארוואס עס קומט זיך אים), און געגאנגען ווייטער....

*
אין מאנטריאל איז דא א גרויסע ספרד'ישע קהילה, אבער דער רבי האט אין אנהייב גארנישט געהאט מיט זיי. אבער פלוצלינג, איין טאג איז אריינגעקומען א ספרד'ישע איד צום רבי'נס שטוב און געזאגט פארן גבאי (המספר) אז דער רבי האט אים גערופן אין חלום... דער גבאי האט געמיינט אז ער מאכט זיך נאריש, אבער דער איד האט זיך פאר'עקשנ'ט אז ער מיינט עס גאר ערענסט.

איז דער גבאי אריין צום רבי'ן און איבער געזאגט וואס דער איד זאגט. האט דער רבי זיך אנגערופן 'איך ווייס'!! האט דער גבאי געפרעגט וואס דער רבי וויל פון אים, האט דער רבי געזאגט אז ער וויל ער זאל זיך אינטערנעמען שמירת שבת! האט דער גבאי עס איבערגעזאגט פארן איד, און יענער האט זיך עס טאקע אינטערגענומען.

פון דעמאלטס אן האבן מערערע ספרדישע אידן אנגעהויבן צו קומען קיין טאהש, אלע מיט דער זעלבע פזמון אז דער רבי האט זיי גערופן אין חלום... און פארשטייט זיך אז זיי אלע האבן געדארפט זיך אינטערנעמען שמירת התורה והמצוות. אזוי ווייט, אז איינער, א גרויסער רייכער לויער, האט געזאגט פאר דעם גבאי, אז זיין זון איזשוין גערופן געווארן מערערע מאל צום רבי'ן און זיך געדארפט אינטערנעמען כנ''ל, ביז ער וויל שוין נישט קומען מער...

אמר הכותב: כנראה האט דאס א שייכות מיט דאס באקאנטע סיפור, אז דער רבי איז געווען אויפן ציון פונעם אור החיים הקדוש, און געבעטן אויף זיינע ענינים, און דער אור החיים הק' האט מסכים געווען אים צו העלפן, בתנאי אז ער וועט אנהייבן צו זארגן פאר די ספרדישע אידנטום (כידוע איז דער אור החיים הקדוש געווען א ספרדי, דאכט זיך פון מאראקא). דאן האט ער געגעבן א נאמען פאר זיין ישיבה 'אור החיים' נאכן אור החיים הק', און זיך אנגעהויבן צו זארגן פאר די אידישקייט פון אחינו הספרדים וכנ''ל. והדברים ידועים.

המשך יבא אי''ה על הרבי מטאהש ועוד.
לעצט פאראכטן דורך טוב ה' לכל אום דאנארשטאג יולי 11, 2019 5:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

טוב ה' לכל
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » דאנארשטאג יולי 11, 2019 5:17 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:גיי אן!

יישר כח פארן חיזוק!!
אזוי ווייס איך אז כאטש איינער ליינט עס... :grin:

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1468
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דאנארשטאג יולי 11, 2019 5:28 pm

נישט געמערקט דעם אשכול ביז יעצט
דאס איז א געוואלדיגע זאך

ש'כוח פאר אלע וואס נעמען די מיה צו שרייבן דא.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2456
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג יולי 11, 2019 7:18 pm

ייש"כ הרב המכונה @טוב ה' לכל, מיר האבן זייער הנאה, כה לחי!

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג יולי 11, 2019 8:12 pm

אדער יא האט געשריבן:ייש"כ הרב המכונה @טוב ה' לכל, מיר האבן זייער הנאה, כה לחי!
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג יולי 11, 2019 10:11 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:דאס איך האב געהערט פון אן עלטערע חשוב'ע ספרדישע איד פון ארגענטינע: ער איז איינמאל געווען ביים בבא סאלי ביי א סעודה, און ער האט פאר יעדן איינעם געגעבן פונעם כוס של ברכה, און ער האט געטיילט און געטיילט, און דער בעכער איז גארנישט ליידיגער געווארן!! (עס איז א דבר ידוע, אבער דא האב איך עס געהערט פון א מענטש וואס האט עס אליינס בייגעוואוינט).

איך האב דאס געהערט פון א איד פון מאנצי. ער איז גראדע א קאלטער ליטוואק אדער יעקע, אקיצער, קאלט אוואו אייז.
ער האט געלערנט אין א ישיבה אין ארץ ישראל, און ער האט געהערט אז ביים באבא סאלי ווען ער טיילט די אראק ווערט די פלאש קיינמאל ליידיג. האט ער אפגעמאכט אז ער וויל דאס (נישט) בייגעוואוינען. ער איז אריבער ביי שלש סעודות און געזעהן אויפ'ן טיש ליגען דריי פלעשער, אבער ארומגענומען אז מען זאל נישט זעהן די אינהאלט, און ער געטיילט פון די דריי פלעשער, און אגאנצען צייט געטוישט צו א צווייטע פלאש, א שטייגער מען זאל נישט כאפען וועלכע מען האט שוין צופיל גענוצט... און ער האט נישט געטיילט נאר א רביעית... און עס האט זיך נישט אויפגעהערט צו גיסען פון די דריי פלעשער, נישט קיין חילוק וויפיל מענטשן עס האבען געטרינקען דערפונען
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דאנארשטאג יולי 11, 2019 10:56 pm

טוב ה לכל
טענק יו! א פארגעניגן צו ליינען

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 809
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » פרייטאג יולי 12, 2019 10:52 am

טוב ה לכל זייער שיינע זאכן אין ישר כח פארן אראפ שרייבן, אבער עס וואלט געווען א געוואלדיגע זאך צי לייגן א נאמען פין וועם איר האט עס געהערט, פשוט ווייל אן נאמען זע איך נישט פארוואס איר ריפט עס אן איש מפי איש
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

טוב ה' לכל
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

תגובהדורך טוב ה' לכל » זונטאג יולי 14, 2019 4:01 pm

בעל דעת האט געשריבן:טוב ה לכל זייער שיינע זאכן אין ישר כח פארן אראפ שרייבן, אבער עס וואלט געווען א געוואלדיגע זאך צי לייגן א נאמען פין וועם איר האט עס געהערט, פשוט ווייל אן נאמען זע איך נישט פארוואס איר ריפט עס אן איש מפי איש


איר זענט גערעכט!
דער גבאי פון טאהש איז הרה''ח ר' יצחק דוב ניימאן ני''ו
דער איד וואס האט געקענט ר' יוסף וואלטוך איז הרה''ח ר' ישראל חיים דאווידאוויטש ני''ו פון ירושלים
דער איד וואס האט מיר פארציילט אויפן באבא סאלי געדענק איך נישט זיין נאמען, איך קען נאר זיין איידעם וואס האט מיר צאמגעשטעלט מיט זיין שווער עס צו הערן.
דער איד וואס האט מיר פארציילט די מעשיות אויפן לעלובער, איז פרידמאן פון וויליאמסבורג...... איך געדענק נישט זיין ערשטע נאמען.
אי''ה פון יעצט וועל איך עס טוען.
יישר כח פארן הערה.

טוב ה' לכל
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

הרה''ק מטאהש זי''ע

תגובהדורך טוב ה' לכל » זונטאג יולי 14, 2019 4:05 pm

וועלן מיר ממשיך זיין וואס דער טאהש'ער גבאי האט מיר דערציילט:

איינמאל איז ער אריין אינעם רבי'נס צימער און געזען ווי א בחור וויינט יעמערליך. ווען דער בחור איז ארויס האט ער אים געפרעגט וואס עס גייט פאר, פארוואס האט ער אזוי געוויינט?
האט דער בחור אים דערציילט, אז ער איז ליידער זייער אראפ פון אידישן וועג, און זיין טאטע האט זיך געבעטן ביי אים אז ער זאל כאטש אריין צום רבי'ן, האט ער אים צוליב געטון און אריין צום רבי'ן, האט דער רבי אים פשוט פארגעלייגט אלע זיינע חטאות עונות ופשעים וואס ער איז באגאנגען... צוליב דעם האט ער אזוי געוויינט!!

*
איינמאל האט דער רבי אים געהייסן לערנען 'משיבת נפש', א ליקוט אויף התחזקות פון ליקוטי הלכות מהרה''ק ר' נתן מברסלב זי''ע.

*
דער גבאי איז איינמאל געווען ביים ברך משה, האט דער ברך משה אים געזאגט 'איך האב דא צען הויז – בחורים וואס דארפן שידוכים, דערמאן זיי ביי דיין רבי'.
האט ער זיי דערמאנט ביים רבי'ן, און דער רבי האט געזאגט אז ביז א יאר וועלן זיי אלע זיין חתנים. נאך עטליכע וואכן האט ער שוין באקומען א רוף פונעם ברך משה'ס שטוב אז פינף זענען שוין חתנים!

*
איינמאל איז דער הייליגער ריבניצער געווען אין טאהש, כידוע, און אלע בחורים זענען אריבער געבן שלום. פאר איינע פון די בחורים האט דער רבי נישט געוואלט געבן די הענט. דער בחור איז געווען א מחוצף, האט ער זיך געשטעלט אין די זייט און ווען א צווייטע בחור האט געגעבן פארן רבי'ן די הענט, האט ער געגעבן א לייג אריין זיינע הענט, אבער דער ריבניצער האט תיכף געגעבן א שלעפ אוועק זיין הענט און עס איז אים נישט געלונגען.

דער טאהש'ער רבי האט עס צוגעזען, און ער איז געווארן גאר בייז אויף אים, ממש אויפגעשוידערט. ער איז צוגעגאנגען צום בחור און אים געזאגט אז ער איז געווארפן פון ישיבה פאר עטליכע טעג, ווייל ער האט פוגם געווען אינעם כבוד פונעם צדיק הדור!!

איז דער בחור ארויס פון ישיבה, און ערגעץ ווי אין די טעג האט ער געפירט א קאר (מען קען שוין פארשטיין פארוואס דער ריבניצער האט נישט געוואלט אים געבן די הענט.....), האט דאן פאסירט א שרעקליכע עקסידענט מיט דעם בחור, אז דער קאר איז געווארן ממש א גל של עצמות, אבער דער בחור איז מיט ניסי ניסים ארויס לעבעדיג, אן קיין קריץ.

ווען דער בחור איז צוריק אין ישיבה און ער איז אריין צום רבי'ן אים צו דערציילן די נס וואס ער געהאט, האט דער רבי זיך אנגרופן, נאך פאר דער בחור האט עספיעט עפעס צו זאגן "איך האב געדארפט פועל'ן גרויסע ניסים פאר דיך אז די זאלבסט בלייבן לעבן, דו האסט פוגם געווען אינעם כבוד פון דעם צדיק הדור, און עס איז געווען זייער שווער צו ממתיק זיין די דינים פון דיר!!". ויהי לפלא.

בקרוב וועלן מיר אי''ה ווייטער ממשיך זיין מיט די סיפורים אויפן טאהשער רבי.

טוב ה' לכל
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

יישר כח!!

תגובהדורך טוב ה' לכל » זונטאג יולי 14, 2019 4:08 pm

יישר כח פאר ישוב הדעת, בעל דעת, NMI, אדער יא - פאר די חיזוק, און מוט צו שרייבן ווייטער.

טוב ה' לכל
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

הרה''ק הנסתר ר' יוסף וואלטוך זצ''ל

תגובהדורך טוב ה' לכל » זונטאג יולי 14, 2019 4:09 pm

דערציילט ווייטער די חברותא פון ר' יוסף:

ר' יוסף האט געהאט א שטוב ווי ער האט געוואוינט, ווי ער האט קיינמאל נישט אריינגעלאזט דארט קיין נפש חי. ער פלעגט אלץ זאגן, אז ער דארף שוין אהיימגיין ווייל ער איז שוין מיד און ער דארף שוין גיין שלאפן.... ווען ער איז אוועק איז מען דארט אריין, און מען האט געזען אז די גאנצע צימער איז פיל נאר מיט ספרים פון אלע זייטן, און אפילו א בעט האט ער נישט געהאט דארט!!

עכ''פ, איז ער געווען א גרויסער חובב ספרים. איינמאל איז ער געגאנגען מיט ר' יוסף צו א געוויסע כולל, און ר' יוסף האט אים געהייסן אז ער זאל אריינגיין אין דעם כולל און זאגן פאר דער און דער אינגערמאן אז ער זאל אים געבן דאס ספר וואס ער האלט יעצט ביים ארויסגעבן, און ער זאל נישט אפזאגן, ווייל ער האט היינט צופרי דערקענט אויף איינעם אז יענער איז א פגום...

שפעטער האט דער איד זיך נאכגעפרעגט וואס דא איז געווען, איז ער געוואר געווארן אז יענעם צופרי איז ר' יוסף געווען ביים כותל המערבי, איז א איד צוגעקומען צו ר' יוסף מיט זיין אינגל פאר א ברכה, האט ר' יוסף געזאגט אז ער קען נישט בענטשן דעם קינד וויבאלד דער קינד איז א פגום... די טאטע האט עס געלייקנט און גע'טענה'ט אז ער ווייסט גארנישט דערפון, און ער האט תיכף אנגערופן זיין רעביצין פרעגן וואס דא גייט פאר, האט זי זיך מודה געווען וכו'. ויהי לפלא.

טוב ה' לכל
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

המשך סיפורים מהרה''ק מטאהש זי''ע

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג יולי 15, 2019 6:30 pm

א צווייטע איד וואס האט זיך געדרייט פאר עטליכע יאר ביים טאהש'ער רבי, אין די ל' – מ' יארן, הרה''ח ר' חיים דוד ווייס שליט''א, דערציילט מיר איבער זיין גרויס קדושה און פרישות, אז ווען זיין צוויי יעריג מיידל אייניקל איז אריינגעקומען, האט ער זיך פארמאכט זיינע אויגן!

ווי אויך האט ער גאר נישט געגעסן די גאנצע טאג, און אפילו פארן דאווענען האט ער גארנישט געטרינקען, נאר ביינאכט האט ער אויסגעפאסט.
נאר שבת פלעגט ער עסן גאר אסאך, און אלעס האט ער אויסגעבראכן מוצאי שבת...

אויך איז ער כמעט גארנישט געשלאפן, און צומאל פלעגט ער ממש איינשלאפן שטייעדיגערהייט... און כאטש ער איז צומאל געווען זייער מיד און שוואך, אבער די רגע עס איז געקומען צו ענטפערן א 'אמן', איז ער פלוצלינג געווארן פריש און מונטער און גענטפערט מיט א שמחה און פרישקייט, מחמת חביבות המצוות!!

*
דאס האב איך געהערט פון א חבר מיינער (מי שרוצה שם דוקא, שישאל אישי), וואס האט עס געהערט פון א איד וואס האט עס געהערט פון דער בעל המעשה, הבחור דלהלן:
א בחור וואס איז געווען זייער ווייט פון אידישקייט איז געקומען צום רבי'ן און געוואלט רעדן מיט אים, אבער דער רבי איז די גאנצע צייט אוועקגעלאפן פון אים און זיך ארויסגעדרייט פון רעדן צו אים... דער בחור איז צוגעגאנגען צום גבאי ר' אלימלך קליין און אים דערציילט וואס דא גייט פאר, אז ער וויל צוקומען צום רבי'ן אבער דער רבי וויל מחמת איזה סיבה נישט רעדן צו אים. ער האט אויך געזאגט אז ער האט אסאך געלט און עס לוינט זיך אים אריינצולאזן...

איז דער גבאי אריין צום רבי'ן און געפרעגט וואס דא גייט פאר. האט דער רבי אפגעשריבן אויף א קליין צעטעלע א געוויסע אדרעס אין מאנטריאל און געזאגט פארן גבאי עס איבערצוגעבן פארן בחור. און אזוי האט ער געטון. דער בחור האט נישט געהאט קיין אהנונג וואס מען וויל פון אים און וואס געפונט זיך ביי דעם אדרעס, אבער אז דער רבי זאגט וועט ער עס טון.
ער איז אהין אראפגעפארן צום אראפגעשריבענעם אדרעס, זעט ער אז דאס איז א ארט ווי מען נעמט ארויס פונעם מענטש א כתובת קעקע... און יעצט האט ער שוין זייער גוט פארשטאנען וואס דער רבי האט געוואלט פון אים!

דער בחור האט נעבעך געהאט אריינגעקריצט א קעקע מיט א צורה פון א שתי וערב רח''ל ה' ירחם... און די רבי האט עס מרגיש געווען, כאטש עס איז נישט מעגליך געווען עס צו זען פון אינדרויסן, און דעריבער האט ער נישט געוואלט רעדן מיט אים, האט ער אים געשיקט צו דעם פלאץ, אז אויב וויל ער רעדן מיט אים, זאל ער צום ערשט עס אראפנעמען פון זיך. ויהי לפלא.

טוב ה' לכל
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 7:17 pm

המשך סיפורים מהרה''ק מטאהש זי''ע

תגובהדורך טוב ה' לכל » מאנטאג יולי 15, 2019 6:32 pm

איך וועל צוענדיגן מיט א פלא'דיגע זאך וואס איך האב געזען מיט מיינע אייגענע אויגן, ווען איך בין געווען ביי אים אויף א שבת:

ער איז שוין דאן געווען קראנק און ווי מען זאגט 'נישט דאהי', עכ''פ אזוי האט עס אויסגעקוקט. מען האט אים אריינגעברענגט צום טיש, און די איינציגסטע זאך איז געווען אז ער האט געטיילט שיריים. א געוויסע ישיבה איז דארט געווען, און אלע בחורים זענען אריבער נעמען שיריים. ביי אלע האט דער גבאי אריינגעלייגט דעם שטיקל קוגל אינעם רבינ'ס האנט און אזוי עס געגעבן פארן בחור, כאילו אז דער רבי געט עס... אבער ביי איינער האט דער רבי פלוצלינג אליינס גענומען די קוגל און עס אריינגעלייגט אינעם בחור'ס האנט, און דאס איז געווען א קאסאנער אייניקל, וואס כידוע האט דער רבי אלץ מחשיב געווען און מכבד געווען די קאמארנע און קאסאנע אייניקלעך.

שפעטער האב איך עס איבער דערציילט פאר א קרוב מיינער וואס וואוינט דארט, האט ער געזאגט אז אזעלכע זאכן איז מעשים שבכל שבת אז דער רבי ווייסט ווער עס גייט אריבער און פאר וועמען צו געבן אליינס, כאטש זיינע אויגן זענען פארמאכט.

רחש לבי
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 10:42 pm

תגובהדורך רחש לבי » מאנטאג יולי 15, 2019 7:08 pm

YEG האט געשריבן:גהערט פין א איד וואס האט גהערט די מעשה פין א איד צי וועם רביה"ק מ'סאטמאר האט זיך אויס גשמויעס תיוכף נאך די שבעה פין הרביונת מזיוג ראשוין שוין נאכן פארליארן 2 קינדיער אז רביה"ק האט אים געזאגט אז נאכן מאכן א חשבוין הנפש זעט ער נישט פארוואס עס קיומט עם אזא עוינש חויץ אויף 1 חטא אז עס איז אמאל געווען א בחור אין ישבה וואס ער וואלט געדארפט משלח זיין אבער אלץ רחמנות אויף דעם בחור האט מען אים נישט משלח געווען אלץ דעם קען זיין קיומט מיר אזא עוינש אבער האט ריבה"ק מיט דעם אלעם האב איך נישט קיין חרטה עס פרייט מיר אז דער בחור איז און ישבה אין א ערליך סביבה


"בבחינת "נורא עלילה" כידוע, דבמקום שצריך לחול דבר הנראה כעונש מזמינים ומסבבים ליד הצדיק איזה דבר הנראה כחטא, כדי שימצא מקום לחול העונש."
לש"ק של רביה"ק זי"ע פ' חקת תשכ"ז לפ"ק ועוד כמה פעמים.

Haklal
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מאנטאג יולי 15, 2019 7:11 pm

Wow, i didnt see this Ashkol till now
Anyway you can do it on a pdf?

Thank you

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג יולי 15, 2019 10:41 pm

איינער וואס פלעגט זייער אפט פארן קיין טאהש האט מיר דערציילט אז ממש א יאר פאר ער איז אוועק איז ער געווען דארט פרייטאג צונאכטס ביים טיש און די רבי איז געזעצן מיט צוגעמאכטע אויגן פון ווען מ'האט אים אריינגעברענגט ביז נאכן סעודה (אזוי ס'פלעגט כסדר זיין סוף ימיו). אין מיטן זינגען גיט זיך די רבי א הייב אויף די קאפ און קוקט ארויף אויף די לינקע פארענטשעס גאנץ אויבן, די יוד וואס האט מיר עס דערציילט האט געקוקט וואס דארט גייט פאר זעהט ער ווי צוויי בחורים שמועסן דארט.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג יולי 15, 2019 10:44 pm

טוב ה' לכל האט געשריבן:דאס האב איך געהערט פון א חבר מיינער (מי שרוצה שם דוקא, שישאל אישי), וואס האט עס געהערט פון א איד וואס האט עס געהערט פון דער בעל המעשה, הבחור דלהלן:
א בחור וואס איז געווען זייער ווייט פון אידישקייט איז געקומען צום רבי'ן און געוואלט רעדן מיט אים, אבער דער רבי איז די גאנצע צייט אוועקגעלאפן פון אים און זיך ארויסגעדרייט פון רעדן צו אים... דער בחור איז צוגעגאנגען צום גבאי ר' אלימלך קליין און אים דערציילט וואס דא גייט פאר, אז ער וויל צוקומען צום רבי'ן אבער דער רבי וויל מחמת איזה סיבה נישט רעדן צו אים. ער האט אויך געזאגט אז ער האט אסאך געלט און עס לוינט זיך אים אריינצולאזן...

איז דער גבאי אריין צום רבי'ן און געפרעגט וואס דא גייט פאר. האט דער רבי אפגעשריבן אויף א קליין צעטעלע א געוויסע אדרעס אין מאנטריאל און געזאגט פארן גבאי עס איבערצוגעבן פארן בחור. און אזוי האט ער געטון. דער בחור האט נישט געהאט קיין אהנונג וואס מען וויל פון אים און וואס געפונט זיך ביי דעם אדרעס, אבער אז דער רבי זאגט וועט ער עס טון.
ער איז אהין אראפגעפארן צום אראפגעשריבענעם אדרעס, זעט ער אז דאס איז א ארט ווי מען נעמט ארויס פונעם מענטש א כתובת קעקע... און יעצט האט ער שוין זייער גוט פארשטאנען וואס דער רבי האט געוואלט פון אים!

דער בחור האט נעבעך געהאט אריינגעקריצט א קעקע מיט א צורה פון א שתי וערב רח''ל ה' ירחם... און די רבי האט עס מרגיש געווען, כאטש עס איז נישט מעגליך געווען עס צו זען פון אינדרויסן, און דעריבער האט ער נישט געוואלט רעדן מיט אים, האט ער אים געשיקט צו דעם פלאץ, אז אויב וויל ער רעדן מיט אים, זאל ער צום ערשט עס אראפנעמען פון זיך. ויהי לפלא.

גאר אן אינטערעסאנטע עובדה ווייל לפי ידיעתי נעמט מען ארויס כתובת קעקע דורכן אריין קריצן פון פריש די ערידזשינעל קאליר פונעם מענטש. (קען זיין אז איך האב א טעות?)
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
פארפרוירן
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע: וואו סידא צועסן

תגובהדורך פארפרוירן » דינסטאג יולי 16, 2019 9:19 am

nmi האט געשריבן:
טוב ה' לכל האט געשריבן:דאס האב איך געהערט פון א חבר מיינער (מי שרוצה שם דוקא, שישאל אישי), וואס האט עס געהערט פון א איד וואס האט עס געהערט פון דער בעל המעשה, הבחור דלהלן:
א בחור וואס איז געווען זייער ווייט פון אידישקייט איז געקומען צום רבי'ן און געוואלט רעדן מיט אים, אבער דער רבי איז די גאנצע צייט אוועקגעלאפן פון אים און זיך ארויסגעדרייט פון רעדן צו אים... דער בחור איז צוגעגאנגען צום גבאי ר' אלימלך קליין און אים דערציילט וואס דא גייט פאר, אז ער וויל צוקומען צום רבי'ן אבער דער רבי וויל מחמת איזה סיבה נישט רעדן צו אים. ער האט אויך געזאגט אז ער האט אסאך געלט און עס לוינט זיך אים אריינצולאזן...

איז דער גבאי אריין צום רבי'ן און געפרעגט וואס דא גייט פאר. האט דער רבי אפגעשריבן אויף א קליין צעטעלע א געוויסע אדרעס אין מאנטריאל און געזאגט פארן גבאי עס איבערצוגעבן פארן בחור. און אזוי האט ער געטון. דער בחור האט נישט געהאט קיין אהנונג וואס מען וויל פון אים און וואס געפונט זיך ביי דעם אדרעס, אבער אז דער רבי זאגט וועט ער עס טון.
ער איז אהין אראפגעפארן צום אראפגעשריבענעם אדרעס, זעט ער אז דאס איז א ארט ווי מען נעמט ארויס פונעם מענטש א כתובת קעקע... און יעצט האט ער שוין זייער גוט פארשטאנען וואס דער רבי האט געוואלט פון אים!

דער בחור האט נעבעך געהאט אריינגעקריצט א קעקע מיט א צורה פון א שתי וערב רח''ל ה' ירחם... און די רבי האט עס מרגיש געווען, כאטש עס איז נישט מעגליך געווען עס צו זען פון אינדרויסן, און דעריבער האט ער נישט געוואלט רעדן מיט אים, האט ער אים געשיקט צו דעם פלאץ, אז אויב וויל ער רעדן מיט אים, זאל ער צום ערשט עס אראפנעמען פון זיך. ויהי לפלא.

גאר אן אינטערעסאנטע עובדה ווייל לפי ידיעתי נעמט מען ארויס כתובת קעקע דורכן אריין קריצן פון פריש די ערידזשינעל קאליר פונעם מענטש. (קען זיין אז איך האב א טעות?)

לאו דוקא. פארהאן אסאך וועגן דאס צו טון.
די וועלט איז ליידער א שטיק שקר, די איינציגסטע זאך וואס איז נאך אמת'דיג איז בלויז א שטיקל הערינג מיט אייער קיכל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט