משפחת אויערבאך צאצאי התולדות יעקב יוסף

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » זונטאג אפריל 07, 2013 4:26 pm

נחוניא האט געשריבן:
מיילעך האט געשריבן:רבי דוד אויערבאך התגורר בעיר בארדיטשוב, ואח"כ עלה לארה"ק. נלב"ע בשנת תק"צ ומנו"כ בעיה"ק טבריא.


והנה תמונת מצבתו ומצבת בתו.
צוגעלייגטע
Teveria.jpg
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4792
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג אפריל 07, 2013 5:06 pm

דער פאטער פון ר' אברהם בער חמעלניקער האט געהייסן ר' יהודא לייב, איז מיין שאלה צו ער איז געווען דער זעלבער ווי ר' יהודה לייבוש אויערבאך אב"ד ווישנאוויץ וועלכע שרייבט זיך אונטער אויף אן הסכמה (נעתק אין אהל רח"ל) צו א "הלכות רב אלפס" געדרוקט אין סלאוויטא תקס"ח "היתה אלי יד החזקה מכבוד מחו' ידידי הרב הה"ג חסידא ופרישא ק"ש מהו' משה ני' האבד"ק סלאוויטא" וממילא איז שווער וויאזוי איז ער געווען זיינס א מחותן, אדער איז דאס ר' ארי' לייב מחמעלניק בן ר' ליפא מחמעלניק תלמיד הבעש"ט הק' דער שווער פון ר' שמואל אבא מסלאוויטא?

אין שכונת קראון הייטס אין ברוקלין איז פארהאן אן עלטערער איד ממשפחת אווירבוך וועלכע איז זיך מתייחס נאכן בעש"ט הק' און דער תולדות, איז מיר אינטערעסאנט צו זיין יחוס איז דורך דעם וואס ר' יעקב פנחס בן רא"ב איז געווען דעם ר"ר ברוך'לס איידעם.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2714
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » זונטאג אפריל 07, 2013 5:18 pm

בן בוזי האט געשריבן:אין שכונת קראון הייטס אין ברוקלין איז פארהאן אן עלטערער איד ממשפחת אווירבוך וועלכע איז זיך מתייחס נאכן בעש"ט הק' און דער תולדות, איז מיר אינטערעסאנט צו זיין יחוס איז דורך דעם וואס ר' יעקב פנחס בן רא"ב איז געווען דעם ר"ר ברוך'לס איידעם.

איידער מען פראבירט צו מאכן אייגענע השערות, איז גלייכער אים אנצורופן.
וואס איז זיין ערשטע נאמען?

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2487
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

איז רבי אברהם דוב געווען די תולדות איידעם?

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 2:32 pm

סאיז דא וואס זאגען אז הרה"ק רבי אברהם דוב מחמעלניק איז געווען א איידעם ביים הייליגען תולדות, ווייל ער שרייבט אויף עם חתני און א בריעוו. אויבער די יודעי קורות העיתים זאגען אז ער איז געווען א איידים ביי חתנו רבי צבי בן רבי חיים צאנזער פון די באווסטע בראדער קלויז.( נישט דעם דברי חיים .וואס דער בעש"ט הק' האט מעיד גדולות ונצורות אויף די קלויז).איי פארוואס שרייבט דער תולדות חתני ווייל ער האט עם זייער ליב געהאט וואו א אייגען קינד. ווייסט איר אנדערש אדרבה לאז מיך הערן.
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מאנטאג אוגוסט 19, 2013 2:53 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 2:40 pm

די אויבן דערמאנטע "יודעים" זאגן נישט אזוי, נאר איינער פון די אויערבאך אייניקליך (געבראכט בשמו במכתבים למערכת אין איינער פון קובצי נחלת צבי). דער עיקר סמך זיינער איז דאס וואס דער תולדות שרייבט אויף ר' חיים צאנזיר "מחותני" (אזוי ברענגט מען, איך האב עס נישט אליינס געזעהן). און אויף דעם איז שוין דא א בעסערער יישוב.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2487
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 2:47 pm

הסרפד האט געשריבן:די אויבן דערמאנטע "יודעים" זאגן נישט אזוי, נאר איינער פון די אויערבאך אייניקליך (געבראכט בשמו במכתבים למערכת אין איינער פון קובצי נחלת צבי). דער עיקר סמך זיינער איז דאס וואס דער תולדות שרייבט אויף ר' חיים צאנזיר "מחותני" (אזוי ברענגט מען, איך האב עס נישט אליינס געזעהן). און אויף דעם איז שוין דא א בעסערער יישוב.

וואס הייסט זיי זאגען נישט אז ער איז געווען א אייניקל און נישט קיין איידים? במחילת מעלת כבודו קענט איר זיך בעסער מסביר זיין?

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 2:54 pm

ניין, איך מיין צו זאגן אז דער גירסא (אז רא"ד מחמעלניק איז געוועהן איין אייניקל און נישט קיין איידים פון'ם תולדות) איז א דעת יחיד. אבער אס איז קלאהר אז רא"ד'ס אייניקליך זענען אייניקליך פון דעם תולדות, לית מאן דפליג.

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 2:58 pm


אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2487
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 3:23 pm

הסרפד האט געשריבן:ניין, איך מיין צו זאגן אז דער גירסא (אז רא"ד מחמעלניק איז געוועהן איין אייניקל און נישט קיין איידים פון'ם תולדות) איז א דעת יחיד. אבער אס איז קלאהר אז רא"ד'ס אייניקליך זענען אייניקליך פון דעם תולדות, לית מאן דפליג.

דאס בין איך אויכעט מודה אז זיי זענען נכדי התולדות. בדרך אגב די וועלט זאגט אז דער פוסק הדור הגאון רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל איז געווען בן אחר בן ביז צום רבי אברהם דב מחמעלניק, אבער טעות הוא בידם ער עיז געווען בן רבי חיים יהודה לייב בן רבי אברהם דוב בן רבי דוד יהודה יודל בן רבי יואל פייבל שטיין חתן רבי דוד מחמעלניק בן הרה"ק רבי אברהם דוב ,קומט אויס אז רבי שלמה זלמן איז באמת געווען א שטיין און זיין זיידע האט זיך א נאמען געגעבען אויערבאך. אבער אחרי ככלות הכל וואס האלט איר בנוגע צו רבי אברהם דוב איז געווען דער תולדות איידעם?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 3:31 pm

כבוד הרב מרימינוב,

האט איר נאך אזעלכע וויכטיגע פראגעס צו פרעגן? וואס איז פשט פון דאס עפענען אזעלכע מאדנע אשכולות? איבער אלע פון די משפחות און ספקות זענען שוין פארהאן אשכולות, אויב האט איר מוסיף צו זיין, אדרבא ואדרבא.

דאס איז דער מיינונג פון צאמווייניגטענס איין מאן

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג אוגוסט 19, 2013 7:07 pm

מיינס אויך, אבער ביטע עם צווייזען די ריכטיגע אשכולות.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג נובעמבער 26, 2013 3:59 pm

מיילעך האט געשריבן:ר' אברהם דוב מטשערנאוויץ בן ר' יהודה דוד אויערבאך בן ר' יואל פייבל שטיין חתן ר' דוד אויערבאך מטבריה בן ר' אברהם דוב מחמעלניק.


איך באמערק יעצט אז הרחי"ל אויערבאך שרייבט אז זיין זיידע האט געהייסן ר' דוד יהודה (יודיל) אויערבאך, אויב עס העלפט בעסער אפירצוזוכען פרטים.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2714
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תאריך פטירת רבי אברהם דוב מחמעלניק

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג מארטש 27, 2014 10:53 am

בקובץ נחלת צבי גליון י"א נדפס רשימת יארצייטן עתיקה בו נרשם שרבי אברהם דוב מחמעלניק נפטר ד' אייר תקע"א.
יצויין שעל ספרי הלבושים יש הסכמה שכתב ביום י"ז אב תקע"ז, ובכן ברור הדבר שתאריך השנה לא מדוייק.
ולכאורה נפטר בין השנים תקע"ח - תק"פ, אבל לא מאוחר משנת תק"פ, כי בשנת תקצ"ד כבר נולד בן לנכדו רבי אברהם דוב ארטינבערג שנקרא על שמו.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2487
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

רבי חיים לייב אויערבאך זצ"ל - כ"ח אלול תשי"ד

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דינסטאג מאי 06, 2014 2:04 am

הרה"צ רבי חיים יהודה לייב אויערבאך זצ"ל איז געבוירן ד' טבת תרמ"ז און עיה"ק יפו לאביו רבי אברהם דוב בער אויערבאך זצ"ל רב ואדמו"ר ב'טשערנאוויטץ .געווען די אכטע דור ל'הרה"ק תולדות יעקב יוסף מ'פולנאה זיע"א. ער איז געווען א'חריף און א'בקיא עצום ,און געקריגן סמיכה פון הגאון רבי חיים בערלין זצ"ל (בן הנצי"ב מ'וואלאזשין זצ"ל).

בשנת תרס"ו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית צביה ע"ה בת הרה"צ רבי שלמה זלמן פרוש (גליקמאן) זצ"ל מ'גדולי עסקני ירושלים. ער האט געלערנט קבלה מפי המקובל הרה"צ רבי שמעון צבי הורויטץ (לידער) זצ"ל ראש ישיבת שער השמים, ומ'גדולי מקובלי ירושלים. און ביי די אכצען יאר בשנת תרס"ו לפ"ק האט ער מיט רבי שמעון צבי הורויטץ זצ"ל געגרינדערט די באווסטע ישיבת המקובלים שער השמים און אלט שטאט ללימוד תורת הנגלה והנסתר. וואס לערענען דארטן און האט ארויס געגעבן מסלתה ומשמנה מגדולי המקובלים עד עצם היום הזה.

בשנת תרע"ו ביי די ערשטע וועלטס קריג האט מען אים געשטעלט אלס די סגן פון די פרס'ישר קאנסול און ער האט זיך ממש איינגעשטעלט זיין לעיבן מיט געבען פאלשע איראנער פאספארטן כדי מ'זאל קענען אוועק לויפן פון דינען און מיליטער ביי די טערק ,וואס האבן דעמאלטס געוולעטיגט און ארץ ישראל,און אזוי געראטוועט הונדערטער מענטשן פון טויט.מ'האט אים פארמאסערט און מ'האט אים דן געווען למיתה רח"ל און ער האט זיך באהאלטען א'פאר חדשים ,ביז די טערק האבען פארלאזט ארץ ישראל.

בשנת תרפ"ח האט ער געגרינדערט א'ישבה פאר ספרדישער קינדער מיט די נאמען שער השמים און אויך א'כולל ללימוד תורת הנגלה.בשנת תרצ"א האט ער זיך ארויס געלאזט קיין אמעריקא און פארברענגט דארט מער פון צוויי יאר לטובת הישיבה .בשנת תש"ח ביי די שחרור מלחמה ,האבען די אראבער צו ווארפען די ישיבה און אלט שטאט .און די ישיבה איז אריבער צו די נייע שטאט וואו ס'שטייט עד עצם יום הזה.געווען א'חכם מחוכם און א'גאון עצום מחבר געווען אסאך ספרים ובתוכם ספר חכם לב על שולחן ערוך אבן העזר, געשריבען תשובות להלכה בד' חלקי שו"ע ,ועוד ספרים רבים.נפטר לבית עולמו ביום כ"ח אלול תשי"ד לפ"ק.ומנוחתו כבוד בהר המנוחות.יהי זכרו ברוך.
צוגעלייגטע
YLAuerbach.jpg
YLAuerbach.jpg (12.93 KiB) געזעהן 2351 מאל
250px-Chaim_Yehuda_Leib_and_Tzivia_Auerbach_graves.jpg
250px-Chaim_Yehuda_Leib_and_Tzivia_Auerbach_graves.jpg (14.49 KiB) געזעהן 2351 מאל
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דינסטאג מאי 06, 2014 7:33 am, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2487
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דינסטאג מאי 06, 2014 2:14 am

ער האט איבער געלאזט קינדער און איינקליך גאוני עולם, ובתוכם;
1. הפוסק הדור הגאון האדיר רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל.
2. חתנו המגיד המפורסם הגאון רבי שלום שוואדראן זצ"ל
3. חתנו הגאון האדיר רבי שמחה בונם לייזערזאן זצ"ל מראשי ישיבת שפת אמת גער
4. בנו הגאון רבי אברהם דוב זצ"ל ראש ישיבת אור שמח
5. חתנו הגאון רבי משה מאיר פראג זצ"ל ראש ישיבת שומרי החומות
6. חתנו הגאון הצדיק רבי אברהם הורויטץ זצ"ל (החברותא של הסטייפלער גאון זצוק"ל )

נכדו הגאון הגדול רבי שמואל אויערבאך שליט"א, ועוד נכדים ונינים גאונים ומרביצי תורה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מאי 06, 2014 9:49 am

איבער זיין באזוך אין אמעריקא וואס ער דערמאנט קומענדיג נאך געלט פאר די ישיבת המקובלים שער השמים, ווערט דא געברענגט:
viewtopic.php?p=595535#p595535

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מאי 06, 2014 11:22 am

מיללער האט געשריבן:יישר-כח ר' מיילעך,
אין א קובץ בשם די ברכה אין שטוב וואס חסידי קרלין-סטולין פלעגן ארויסגעבן, איז אנגעגאנגען בהמשכים א מדור 'חסידים הראשונים', איינע פון די דמותים ווערן דארט באשריבען הרה"ח ר' יואל פייביל אויערבאך מחיפה ב"ר אלעזר שלמה אויערבאך מצפת ז"ל מנאמני בית הרה"ק ר' יוחנן מסטאלין זצ"ל.

לויט ווי עס שיינט פונעם נאמען איז ער פון די משפחה, אפשר ווייסט איר זיין יחוס צו ר' יואל פייבל שטיין?



מיילעך האט געשריבן:ר' אלעזר שלמה בן ר' יהושע מרדכי אויערבאך מראשי חסידי קארלין בטבריה בן ר' יואל פייבל הנ"ל.


מכתב בידי ר' אלעזר שלמה אווערבאך מטבריא משנת תרמ"ז באוסף פקו"א:
http://brieven.dpc.uba.uva.nl/cgi/t/tex ... 1I_D209070
צוגעלייגטע
awerbach.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מאי 06, 2014 11:32 am

מכתב מר' אברהם דוב אווערבאך מירושלים נכד התולדות זצ"ל משנת תרמ"ז:
http://brieven.dpc.uba.uva.nl/cgi/t/tex ... ame;size=S

המכתב משתרע על שני עמודים בין השאר מזכיר את "הרב הצ' מראחמיסטריווקא שליט"א" וחותם "הק' אברהם דוב אווערבאך נכד הרב הצדיק וכ'ו התולדות הק' זי"ע ונכד הרב הגאון הצ' מחמעלניק - עיה"ק ירושלים"

במי המדובר?

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג מאי 06, 2014 11:58 am

לכאורה ר' אברהם דוב ב"ר דוד יודל ב"ר יואל פייבל (אבי ר' חיים ליב)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מאי 06, 2014 1:32 pm

הסרפד האט געשריבן:לכאורה ר' אברהם דוב ב"ר דוד יודל ב"ר יואל פייבל (אבי ר' חיים ליב)

ווארשיינליך, הייסט דאס אז ער האט געוואונט אין ירושלים

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג מאי 06, 2014 2:00 pm

חתימת ר' יעקב יוסף (ממונה פון כולל קאסוב אין טבריא) ב"ר יואל פייבל, מיט זיין זיגל 'יעקב שטיין':
http://brieven.dpc.uba.uva.nl/cgi/t/tex ... 1I_D207341

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מאי 06, 2014 2:27 pm

הסרפד האט געשריבן:חתימת ר' יעקב יוסף (ממונה פון כולל קאסוב אין טבריא) ב"ר יואל פייבל, מיט זיין זיגל 'יעקב שטיין':
http://brieven.dpc.uba.uva.nl/cgi/t/tex ... 1I_D207341


האלטן מיר שוין ביי דריי קינדער פון ר' יואל פייבל שטיין-אווערבאך
א. בנו ר' דוד יהודא אויערבאך (אבי ר' אברהם דוב אבי ר' חיים לייב)
ב. ר' יהושע מרדכי אויערבאך מטבריא (אבי ר' אלעזר שלמה אבי ר' יואל פייבל מחיפה)
ג. ר' יעקב יוסף שטיין מטבריא

דא איז פארהאן א בריוו פון צפת תרס"א אונטערגעשריבן דורך דריי אייניקלעך פון "ר' יעקב ב"ר יואל פייבל"
http://brieven.dpc.uba.uva.nl/cgi/t/tex ... 1I_D215758
אפשר זענען דאס אייניקלעך פון דעם דערמאנטן ר' יעקב [יוסף] שטיין

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מאי 06, 2014 2:34 pm

א בריוו געשריבן ו' כסלו תרמ"ד פון טבריא דורך "ליבא אלמנת מו"ה אברהם דוב ז"ל מחמעלניק":
http://brieven.dpc.uba.uva.nl/cgi/t/tex ... 1I_D207996
דאס איז זיכער נישט דער פריערדיגער ר' אברהם דוב (אבי ר' חיים לייב) וואס האט נאך געלעבט בשנת תרמ"ד, טא ווער איז דאס יא?

אינעם זעלבן דאטום שרייבט אויך "משה בה"ר מו"ה אברהם דוב ז"ל מחמעלניק":
http://brieven.dpc.uba.uva.nl/cgi/t/tex ... 1I_D208008

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג מאי 06, 2014 2:35 pm

מסתבר אזוי, ווייל אין די רשימה מיט ר' יעקב יוסף'ס זיגל ווערט טאקע דערמאנט א יתום "אלטיר ב"ר משה נכד ה"ר יעקב בהרי"פ ז"ל" פון כולל קאסוב, און ר' יעקב יוסף ווערט דערמאנט אין די זעלבע רשימה אלץ "ר' יעקב ב"ר יואל פייבל ז"ל"

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג מאי 06, 2014 2:36 pm

מיללער האט געשריבן:א בריוו געשריבן ו' כסלו תרמ"ד פון טבריא דורך "ליבא אלמנת מו"ה אברהם דוב ז"ל מחמעלניק":
http://brieven.dpc.uba.uva.nl/cgi/t/tex ... 1I_D207996
דאס איז זיכער נישט דער פריערדיגער ר' אברהם דוב (אבי ר' חיים לייב) וואס האט נאך געלעבט בשנת תרמ"ד, טא ווער איז דאס יא?

עס איז געוועהן א צווייטער משפחה וואס דער אבי המשפחה האט געהייסן ר' אברהם דוב פון חמעלניק, ווארשיינליך נישט קיין יחסנים.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט