שושלת בית אוזרוב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 10:19 am

א בילד פון ר' ראובנ'לע עפשטיין מאוז'רוב אויף דער עלטער, ר' ראובן איז נסתלק געווארן בשנת ת"ש ווען זיין זוהן ר' יחיאל האט אים ממלא מקום געווען ביז צום ליקווידירונג.
צוגעלייגטע
oz-rabbi-epstein-reuven-1b.jpg

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 11:52 am

א פלאכע ביבער הוט גאר
ווי איז דאס אוזשרוב אין גאליציע? פוילין?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4542
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 11:55 am

דאס איז נישט פלאך, דאס איז פון אן אונטערשטע ענגעל דערפאר זעהט עס אויס אזוי אויפן ערשטער בליק.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

משה זוך מיר
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 3:58 pm

תגובהדורך משה זוך מיר » דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:16 pm

יאסל האט געשריבן:א פלאכע ביבער הוט גאר
ווי איז דאס אוזשרוב אין גאליציע? פוילין?

דער בילד פון זיין (בעל אש דת) זיידען ר' חיים שמואל מיט זיין זון ר' אליעזר זענען אויך מיט פלאכע ביבער הוטען

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מארטש 29, 2012 3:23 pm

קיין סדר בשושולת אוזרוב האט מען דערווייל נאכנישט געמאכט, אבער קודם אפאר בריווען פונעם אזשעראווער רבי דער בעל אש דת, נאך פון זיינע צייטן אלס רבי אין אמעריקאף ווי מען זעהט האט ער געוואונט אין די בראנקס.

http://archive.org/stream/chaimbloch00r ... 2/mode/1up
צוגעלייגטע
chaimbloch00reel04_0881.jpg

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4542
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג מארטש 29, 2012 4:47 pm

אז איר האט מעלה געווען זכרונו, לאמיר דערציילן וואס כ'האב לעצטנס געהערט פון א איד וואס ביי זיין זיידע האט עס פאסירט, און ער האט עס פון עמען געהערט.

דער איד (רשמ"ש) איז געקומען אויף אמעריקע אין די פריע יאהרן לאנג פאר דער וועלט מלחמה עפאכע, ער איז געווען פונדערהיים אן אזשעראווער חסיד. דאהי האט ער זיך זייער געמוטשעט מיט פרנסה צוליב שמירת שבת, יעדען פרייטאג האט ער זיך צוזעגנט פון זיין ארבעט געבער, און אויף זונטאג איז ער ווידער געווען אויף דער יאגדע צו געפונען א נייער מקום עבודה, וחוזר חלילה. ביז דער מצב איז געווען ממש אומדערטרעגליך איז אריבער געפארן צום אזשעראווער רבי און זיך צו איהם אויסגעוויינט.

האט איהם דער רבי אנגעווינטשן צו טרעפן א נייער ארבעטס פלאץ, צוגעבנדיג דערביי, מער וועט מען אייך שוין נישט טשעפענען.

דער אנדערע וואך האט ער ווידער געפונען ביי איינע פון די פילע שניידערייען א פלאץ צו ארבעטן, מיטן חשבון צו ציען פון דעם פלאץ חיונה אויף נאך זעקס טאג. ווען עס קומט אבער אהן פרייטאג נאכמיטאג קומט צו איהם דער בעל הבית, א איד וועלכע האט ליידער אליינס נישט עומד בנסיון געווען, און ער פרעגט איהם, ש"מ דו ביזט נאך דא? ס'דאך באלד שבת, גיי שוין אהיים. נישט טראכטנדיג קיין צוויי האט ער געהויבן הענט און פיס און אהיים געלאפן. דאס איז געווען דאס לעצטע מאל וואס ער האט געדארפט זוכן א נייער פלאץ צום ארבעטן פון יענעם פרייטאג האט דער בעה"ב זיכער געמאכט אלעמאל אז ער גייט אהיים אין צייט פאר שבת, א זאך וואס קיינע פון די אנדערע ארבעטער זענען נישט ערלויבט געווארן.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אפריל 15, 2013 2:41 pm

בן בוזי האט געשריבן:יעצט באקומען אן אישי: א בילד פון בן בתו ר' תנחום בעקער מאוז'רוב חנצ'ין (קרעדיט: ש"ג)

יעצט געטראפן אז דער אוזרוב'ער רבי זאל-געזונט-זיין איז איידעם ביי ר' משה בוראק ז"ל פון טאראנטא:
http://www.cjnews.com/node/85679

וואו עס שטייט דארט, איז הרב בוראק געקומען אלט זייענדיג זעקס יאר בשנת תרפ"ח פון סקאלאט, גאליציע קיין טאראנטא, קאנאדא וואו זיין פאטער איז געווארן א מלמד, דארט איז ער אויפגעוואקסן און אויסגעשטיגען אלס איינע פון די פראמינענסטע רבנים אין קאנאדא, ביז ווען ער איז ארויף קיין בני ברק צו וואונען ביי זיין טאכטער און איידעם דער אזורובער רבי ר' תנחום בעקער (באלאנגט אויך צו די ליסטע פון אייניקלעך ממלאי מקום זקינם) שליט"א.

איז מיין פראגע, איז דער אוזרובער רבי אן אמעריקאנער געבוירענער? ווער איז/געווען זיין פאטער חתנו של האש דת?

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » מאנטאג אפריל 15, 2013 2:55 pm

ער איז אמעריקאנער געבוירענער. זיין פאטער ר' דוד אלי' איז געווען א רב אין מילוואקי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אפריל 15, 2013 3:10 pm

מיילעך האט געשריבן:ער איז אמעריקאנער געבוירענער. זיין פאטער ר' דוד אלי' איז געווען א רב אין מילוואקי.

א הילכיגען שלום עליך מורי ורבי! אלעס געלוינט ארויסצולשעפן א תגובה פון רבי'ן זאל זיין געזונט, חבי כמעט רגע.

איף טרעף דעם פאלגענדן הקדשה:
http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 5061_5.pdf
ר' דוד אליהו ב"ר תנחום בעקער כיהן ברבנות בארה"ב יותר ממ' שנה ונפטר כ"ה אייר תשל"ט

הייסט דאס אז ער איז געווען רב אין אמעריקא (מילוואקי) אזוי פריה ווי תרצ"ט, וואו קען מען מען טרעפן מער איבער אים?

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2787
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

שלשלת "אוזרוב" (אוזעראוו)

תגובהדורך רבניש » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 3:41 pm

איך בין נהנה פונעם ספר באר משה אויף נבואים וועל איך שרייבען די שלשלת הרביים לבית "אוזרוב"

דער ערשטער איז געווען הרה"ק רבי יהודא לייב עפשטיין זצ"ל תלמיד של ה"חוזה" מלובלין, ה"יהודי הקדוש" מפשיסחא, ה"אוהב ישראל" מאפטא, וה"אור לשמים" מאפטא, זצ"ל

ער איז אויפגענומען געוארן לאב"ד אוזרוב בשנת תקע"ב - בשנת תקפ"ז נפטר רבו בעל ה"אור לשמים" מאפטא היות שהיה ממובחר תלמידיו הוכתר באדמורות ע"י חסידי אפטא ונעשה האדמו"ר מאוזרוב, אבל לא היהי גר באוזרוב שנתמנה לאב"ד אופלע אח"כ, ושם מנו"כ
הנהיג עדתו כעשר שנים ונפטר בכ"ג לחודש טבת תקצ"ז

ממלא מקומו היה בנו האדמו"ר רבי יחיאל חיים עפשטיין זצ"ל - שהיה ג"כ אב"ד אפטא - ולאח"כ בא להתגורר באוזרוב. היה מתלמידיו של הסבא קדישא מראדאשיץ זצ"ל. בקיץ תרמ"ח חלה והלך לקראקא לדרוש שם בהרופאים, ובח' תמוז נפטר ונקבר בבית עלמין העתיק שם בקראקא.

ממלא מקומו בנו האדמו"ר רבי אריה לייביש (השני) (נקרא ע"ש סבו האדמו"ר הראשון) הוא הנהיג את עדת אוזרוב במשך עשרים ושש שנים מתרמ"ח עד תרע"ד מבין חסידיו הבולטים היו אדמו"ר רבי מאיר יחיאל האלעשטאק דער אוסטרובצער גאון זצ"ל.

האדמו"ר רבי לייביש השני האט איבערגעלאזט 5 זון 1) האדמו"ר ר' אברהם שלמה מ"מ באדמורות אוזרוב. 2) ר' אליעזר שלום אב"ד פארצבע, 3) ר' יוסף אב"ד יוזעפאף, 4) האדמו"ר ר' אלטר משה דוד אב" טארלא ואדמו"ר טעמישלאוו, ור' יעקב, - שתי בנותיו: מרת חוה אשת האדמו"ר ר' ירחמיאל צבי ראבינאוויטש מביאלא ובזיווג שני אשת האדמו"ר ר' עמנואל וואלדפריעד מרוספא-לאדזש (חמיו של האדמו"ר ה"אש דת" ו"באר משה" מאוזורוב-כענטשין-קראקא.) ובתו מרת פייגא אשת ר' יעקב ירחמיאל טויב מראדום, בנו של האדמו"ר רבי שמואל אליהו מזוואהלין. (דער טאטע פונעם "דברי ישראל" האדמו"ר הראשון לבית מודשיץ)

האדמו"ר ר' אברהם שלמה הרביעי בשלשלת האט געפירט עדתו פאר 4 יאר י"א חשון תרע"ח נפטר זייענדיג אלט 53 יאר - זיין שווער איז געווען האדמו"ר ר' חיים שמואל הלוי הוראוויץ מכענטשין - דער איידעם איז געווען א גרויסער חסיד פונעם שווער האט ער אריינגעברענגט פילע מנהגים פון כענטשין צום אוזורובער הויף. דער חענטשינער רבי איז געוון א בן אחר בן פונעם "חוזה" אין אן אייניקען פון דען "גוטן יוד" פון ניישטאד - א זון פונעם הייליגען מאור ושמש.

בנו רבי משה יחיאל הלוי עפשטיין - בעל ה"אש דת" ו"באר משה" מילא את מקומו כאדמו"ר מאוזרוב (נולד ו' טבת תר"נ) - לזוויג ראשון נשא את בתו של האדמו"ר ר' עמניאל וואלדפריעד הנ"ל - ולזוויג שני בתו של הרה"ג ר' מנחם מענדל טענענבוים מחסידי אמשינוב. - אויסער זיין תורה גרויסקייט איז ער געווען אן עסקן לטובת מועצת גדולי התורה של אגודת ישראל, אין שנת תרפ"א האט ער געמאכט א רייזע צו אמעריקא אלס א חלק פון א משלחת אויפצוטרייבן געלט לטובת די אגודת ישראל דארט ווילענדיג א האלב יאר - דערנאך בשנת תרפ"ו האט ער פארלאזט פוילן קומענדיג קיין אמעריקא צו די איסט סייד דארט האט ער געוואוינט א קורצע תקופה דערנאך אריבער צו די בראנקס ווי ער האט געוואוינט 26 יאר דארט האט ער זיך אפגעגעבען מיטן שרייבען זיינע הערליכע ספרים.

אין נוי יארק האט ער פארלוירען זיין איינציגען זון הב' אברהם שלמה נישט איבערלאזענדיג קיין דורות רח"ל - זיין ספר אש דת האט ער א נאמען געגעבן לשמו ולכרו "אש" אברהם שלמה.

באב תשי"ג עלה להתגוררר בארה"ק בתל אביב - ווי ער איז אויך געוען אינוואלפדט אין עניני הכלל כמו החינוך העצמאי - ומזכיר אגדות ישראל, די עדת המזרח האט אויך געטראגן א געוויכט ביי אים וואס האט אים באנומען צוליב זייער גרויסע ירידה וואס די ציונים האבן אנגעזייעט אויסניצענדיג זייער תמימות... האט ער געארבייט פאר קירוב מיט מסדר זיין שעורים זיי אביסל צוריקצוברענגען. ווי אויך האט ער געקעמפט פאר חילול שבת מסתמא ווייל וואס אין אמעריקא איז דאס געווען די מכת המדינה פון ווי ער איז געקומען - דעם נאמען חענטשין האט מען מוסיף געווען ארויפקומענדיג לארה"ק ביז דאן האבן זיך די חענטשינער חסידים געדרייט ארום די באיאלער רבין רבי יחיאל יהושע זצ"ל - אויך אן אייניקעל פון האדמו"ר מכענטשין

דער היינטיגער רבי ר' תנחום בקר שליט"א - איז א אמעריקאנער געבוירענער אין די שטאט מילוואקי ווי זיין פאטער האט געהאט א ביהמ"ד געלערענט האט ער בישיבת לייקוואד ניו גערסי

בקיצור דער יחוס איז פונעם כענטישנער זיידע זייענדיג א באח"ב פונעם חוזה מיטן זעלבער נאמען הוראוויץ אין א אייניקל פונעם מאור ושמש ווי פרירער דערמאנט.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג ינואר 24, 2014 2:22 pm

מיללער האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:יעצט באקומען אן אישי: א בילד פון בן בתו ר' תנחום בעקער מאוז'רוב חנצ'ין (קרעדיט: ש"ג)

יעצט געטראפן אז דער אוזרוב'ער רבי זאל-געזונט-זיין איז איידעם ביי ר' משה בוראק ז"ל פון טאראנטא:
http://www.cjnews.com/node/85679

וואו עס שטייט דארט, איז הרב בוראק געקומען אלט זייענדיג זעקס יאר בשנת תרפ"ח פון סקאלאט, גאליציע קיין טאראנטא, קאנאדא וואו זיין פאטער איז געווארן א מלמד, דארט איז ער אויפגעוואקסן און אויסגעשטיגען אלס איינע פון די פראמינענסטע רבנים אין קאנאדא, ביז ווען ער איז ארויף קיין בני ברק צו וואונען ביי זיין טאכטער און איידעם דער אזורובער רבי ר' תנחום בעקער (באלאנגט אויך צו די ליסטע פון אייניקלעך ממלאי מקום זקינם) שליט"א.

איז מיין פראגע, איז דער אוזרובער רבי אן אמעריקאנער געבוירענער? ווער איז/געווען זיין פאטער חתנו של האש דת?



בספר הנפלא החדש "מיכאל באחת" לתולדות הגה"צ רמ"א פארשלעגער זצ"ל, יש ערך מיוחד ממכתבים להג"ר משה יעקב בוראק ז"ל הנ"ל ובראשו קוים קצרים לתולדותיו שצרפתי פה.
צוגעלייגטע
IMG_20140124_142232_293.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 03, 2014 5:07 pm

רבניש האט געשריבן:האדמו"ר רבי לייביש השני האט איבערגעלאזט 5 זון
1) האדמו"ר ר' אברהם שלמה מ"מ באדמורות אוזרוב
2) ר' אליעזר שלום אב"ד פארצבע
3) ר' יוסף אב"ד יוזעפאף
4) האדמו"ר ר' אלטר משה דוד אב" טארלא ואדמו"ר טעמישלאוו
5) ר' יעקב

שתי בנותיו:
6) מרת חוה אשת האדמו"ר ר' ירחמיאל צבי ראבינאוויטש מביאלא ובזיווג שני אשת האדמו"ר ר' עמנואל וואלדפריעד מרוספא-לאדזש (חמיו של האדמו"ר ה"אש דת" ו"באר משה" מאוזורוב-כענטשין-קראקא.)
7) מרת פייגא אשת ר' יעקב ירחמיאל טויב מראדום, בנו של האדמו"ר רבי שמואל אליהו מזוואהלין. (דער טאטע פונעם "דברי ישראל" האדמו"ר הראשון לבית מודשיץ).


אויפן ספר מגדל דוד - פעטריקוב תרנ"ג זענען דא א גאנצע ליסטע פון חותמים מהעיר אוזרוב, אנגעהויבן פון האדמו"ר רבי יהודא ליבוש מאוזרוב ובניו.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2429
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » פרייטאג יוני 13, 2014 9:53 am

בן בוזי האט געשריבן:
כתר ישועה האט געשריבן:אויב אזוי, פארוואס טראגט דעם אש דת זיין משפחה נאמען "עפשטיין" כשם משפחתו של המאור ושמש זי"ע?


דער חענטשינער האט סייווי נישט געהייסן עפשטיין ער האט געהייסן הורוויץ-שטערנפעלד, קאן זיין אז זיי זענען ערגעץ ווי קרובים ארויף ציהר ווייל דער מאור ושמש איז אויך געווען א לוי-עפשטיין (נישט אויסמישן מיט לעווין-עפשטיין...)


לאמיר קלאר מאכן די זאך.
הרה"ק מאוזשרוב בעל אש דת זצ"ל איז געווען בן אחר בן להרה"ק רבי יהודה לייב אפשטיין תלמיד הרה"ק הרבי מ'לובלין זיע"א והיהודי הקדוש מ'פשיסחא זיע"א.

וחוץ מזה היה אמו הרבנית מרת מירל רייצא בת הרה"ק רבי חיים שמואל מ'חענטשין נכד הרה"ק רבי יוסף ברוך אפשטיין זצוק"ל הנקרא הגיטער איד בן הרה"ק המאור ושמש זיע"א.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 11, 2014 3:45 pm

רבניש האט געשריבן:
האדמו"ר רבי לייביש השני האט איבערגעלאזט 5 זון 1) האדמו"ר ר' אברהם שלמה מ"מ באדמורות אוזרוב. 2) ר' אליעזר שלום אב"ד פארצבע, 3) ר' יוסף אב"ד יוזעפאף, 4) האדמו"ר ר' אלטר משה דוד אב" טארלא ואדמו"ר טעמישלאוו, ור' יעקב, - שתי בנותיו: מרת חוה אשת האדמו"ר ר' ירחמיאל צבי ראבינאוויטש מביאלא ובזיווג שני אשת האדמו"ר ר' עמנואל וואלדפריעד מרוספא-לאדזש (חמיו של האדמו"ר ה"אש דת" ו"באר משה" מאוזורוב-כענטשין-קראקא.) ובתו מרת פייגא אשת ר' יעקב ירחמיאל טויב מראדום, בנו של האדמו"ר רבי שמואל אליהו מזוואהלין. (דער טאטע פונעם "דברי ישראל" האדמו"ר הראשון לבית מודשיץ)
.
צוגעלייגטע
אוזרובער.png
אוזרובער.png (6.83 KiB) געזעהן 1911 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אפריל 28, 2015 4:15 pm

דער מארגן זשורנאל טבת תרפ"א מעלדט איבער דעם אנקום פונעם אוזרובער רבי קיין אמעריקא - באגלייט מיט א בילד פונעם רבי'ן זצ"ל אין יענע תקופה

בילד
בילד
בילד
בילד

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5282
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך דעצמבער 16, 2015 12:57 am

רבניש האט געשריבן:האדמו"ר רבי לייביש השני האט איבערגעלאזט 5 זון 1) האדמו"ר ר' אברהם שלמה מ"מ באדמורות אוזרוב. 2) ר' אליעזר שלום אב"ד פארצבע, 3) ר' יוסף אב"ד יוזעפאף, 4) האדמו"ר ר' אלטר משה דוד אב"ד טארלא ואדמו"ר טעמישלאוו, ור' יעקב, - שתי בנותיו: מרת חוה אשת האדמו"ר ר' ירחמיאל צבי ראבינאוויטש מביאלא ובזיווג שני אשת האדמו"ר ר' עמנואל וואלדפריעד מרוספא-לאדזש (חמיו של האדמו"ר ה"אש דת" ו"באר משה" מאוזורוב-כענטשין-קראקא.) ובתו מרת פייגא אשת ר' יעקב ירחמיאל טויב מראדום, בנו של האדמו"ר רבי שמואל אליהו מזוואהלין. (דער טאטע פונעם "דברי ישראל" האדמו"ר הראשון לבית מודשיץ)

148336.jpg

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2787
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך דעצמבער 16, 2015 1:07 am

א בעל צורה ...

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5282
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך דעצמבער 23, 2015 7:11 pm

מיללער האט געשריבן:א בילד פון ר' ראובנ'לע עפשטיין מאוז'רוב אויף דער עלטער, ר' ראובן איז נסתלק געווארן בשנת ת"ש ווען זיין זוהן ר' יחיאל האט אים ממלא מקום געווען ביז צום ליקווידירונג.

unnamed.png

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 23, 2015 7:14 pm

אינטערעסאנט, מיר האבן דעם בילד געברענגט א בלאט צוריק אלס דער 'אש דת' וכן מסתבר.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מאי 17, 2016 10:34 am

רבניש האט געשריבן:איך בין נהנה פונעם ספר באר משה אויף נבואים וועל איך שרייבען די שלשלת הרביים לבית "אוזרוב"

דער ערשטער איז געווען הרה"ק רבי יהודא לייב עפשטיין זצ"ל תלמיד של ה"חוזה" מלובלין, ה"יהודי הקדוש" מפשיסחא, ה"אוהב ישראל" מאפטא, וה"אור לשמים" מאפטא, זצ"ל

ער איז אויפגענומען געוארן לאב"ד אוזרוב בשנת תקע"ב - בשנת תקפ"ז נפטר רבו בעל ה"אור לשמים" מאפטא היות שהיה ממובחר תלמידיו הוכתר באדמורות ע"י חסידי אפטא ונעשה האדמו"ר מאוזרוב, אבל לא היהי גר באוזרוב שנתמנה לאב"ד אופלע אח"כ, ושם מנו"כ
הנהיג עדתו כעשר שנים ונפטר בכ"ג לחודש טבת תקצ"ז

ממלא מקומו היה בנו האדמו"ר רבי יחיאל חיים עפשטיין זצ"ל - שהיה ג"כ אב"ד אפטא - ולאח"כ בא להתגורר באוזרוב. היה מתלמידיו של הסבא קדישא מראדאשיץ זצ"ל. בקיץ תרמ"ח חלה והלך לקראקא לדרוש שם בהרופאים, ובח' תמוז נפטר ונקבר בבית עלמין העתיק שם בקראקא.

ממלא מקומו בנו האדמו"ר רבי אריה לייביש (השני) (נקרא ע"ש סבו האדמו"ר הראשון) הוא הנהיג את עדת אוזרוב במשך עשרים ושש שנים מתרמ"ח עד תרע"ד מבין חסידיו הבולטים היו אדמו"ר רבי מאיר יחיאל האלעשטאק דער אוסטרובצער גאון זצ"ל.



יעצט קומט אריין די דערפרישענדע נייעס פון א קבוצה וואס געפונט זיך די טעג אין קראקא, אז מ'האט ב"ה געפונען ציונו ומקום מנו"כ פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי יחיאל חיים מאוזרוב זצ"ל אויפן נייעם ביה"ח אין קראקא, נישט ווייט פונעם קבר פונעם קראקאווער רב הגה"ק רבי שמעון סופר זצ"ל.

מער דעטאלן און בילדער ווי נאר עס וועט אריינקומען, פאלגט נאך ווייטערדיגע מעלדונגען.

תולעת-ספרים
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 9:52 am

א קבוצה וואס געפונט זיך די טעג אין קראקא

תגובהדורך תולעת-ספרים » דינסטאג מאי 17, 2016 10:53 am

כ' ווייס נישט צו עס איז דא דער ריכטיגע פלאץ, אבער אזוי ווי כ'האב מורא אז ס'איז אפשר שפעהט, וויל איך בעטען וועהר ס'האט א שייכות צו אט די "קבוצה וואס געפונט זיך די טעג אין קראקא", און בעטען פון זיי בכל לשון של בקשה כדלהלן:
אזוי ווי אין דער נייער בית החיים אין קראקא ליגט די (צווייטער) רעביצין פון הרה"ק ר' ישעיה'לה מטחשויב הי"ד מרת אסתר מרים בת הרה"ק ר' יעקב צבי מפאריסוב ע"ה, און צווי פון איהרע קינדער וואס זענען אוועק יונגערהייט, הילד בן ציון ע"ה והילד מאיר שלום ע"ה, אויב זיי קענען מאכען א גוטער פאטא 'פיקטשער' פון די מציבות, ווייל עס איז א גרויסע ויכוח צווישען די 'לומדים' ו'חוקרים' אויף דעם. א גרויסען דאנק און דער זכות זאל אייך ביישטיין.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2263
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דינסטאג מאי 17, 2016 1:41 pm

מיללער האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:ממלא מקומו היה בנו האדמו"ר רבי יחיאל חיים עפשטיין זצ"ל - שהיה ג"כ אב"ד אפטא - ולאח"כ בא להתגורר באוזרוב. היה מתלמידיו של הסבא קדישא מראדאשיץ זצ"ל. בקיץ תרמ"ח חלה והלך לקראקא לדרוש שם בהרופאים, ובח' תמוז נפטר ונקבר בבית עלמין העתיק שם בקראקא.

יעצט קומט אריין די דערפרישענדע נייעס פון א קבוצה וואס געפונט זיך די טעג אין קראקא, אז מ'האט ב"ה געפונען ציונו ומקום מנו"כ פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק רבי יחיאל חיים מאוזרוב זצ"ל אויפן נייעם ביה"ח אין קראקא, נישט ווייט פונעם קבר פונעם קראקאווער רב הגה"ק רבי שמעון סופר זצ"ל.
מער דעטאלן און בילדער ווי נאר עס וועט אריינקומען, פאלגט נאך ווייטערדיגע מעלדונגען.

בשורה משמחת!
מען וועט דאס האפנטליך אריינלייגן אינעם יערליכן נסיעה קיין קיעלץ ח' תמוז לרגל הילולא קדישא פון הרה"ק ר' מרדכי מקאזמיר זי"ע, און מען איז דערביי אויך פוקד דעם ציון הקדוש פונעם אמרי נועם וואס די יארצייט איז אויך ח' תמוז, וועט מען בעז"ה דאס אויך צולייגן צום נסיעה.

זכות אבות
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 02, 2016 1:52 pm

המציבה והכיתוב הזמני של הציון הקדוש

תגובהדורך זכות אבות » דאנארשטאג מאי 19, 2016 8:53 am

כל הסיפור עצמו, עוד יכתב בהמשך.
צוגעלייגטע
המציבה שנמצאה עם הכיתוב הזמני.JPG
המציבה הזמנית

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2263
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג מאי 19, 2016 9:48 am

זכות אבות האט געשריבן:כל הסיפור עצמו, עוד יכתב בהמשך.

ווער זענען די קברים אויף ביידע זייטן?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מאי 19, 2016 10:22 am

תולעת-ספרים האט געשריבן:כ' ווייס נישט צו עס איז דא דער ריכטיגע פלאץ, אבער אזוי ווי כ'האב מורא אז ס'איז אפשר שפעהט, וויל איך בעטען וועהר ס'האט א שייכות צו אט די "קבוצה וואס געפונט זיך די טעג אין קראקא", און בעטען פון זיי בכל לשון של בקשה כדלהלן:
אזוי ווי אין דער נייער בית החיים אין קראקא ליגט די (צווייטער) רעביצין פון הרה"ק ר' ישעיה'לה מטחשויב הי"ד מרת אסתר מרים בת הרה"ק ר' יעקב צבי מפאריסוב ע"ה, און צווי פון איהרע קינדער וואס זענען אוועק יונגערהייט, הילד בן ציון ע"ה והילד מאיר שלום ע"ה, אויב זיי קענען מאכען א גוטער פאטא 'פיקטשער' פון די מציבות, ווייל עס איז א גרויסע ויכוח צווישען די 'לומדים' ו'חוקרים' אויף דעם. א גרויסען דאנק און דער זכות זאל אייך ביישטיין.

viewtopic.php?p=210827#p210827


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 9 געסט