רבי יוסף מאיר ווייס ה'אמרי יוסף' מספינקא זצ"ל -ו' אייר תרס"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 06, 2018 6:26 pm

וואו איז דער דארף 'פטאריען'?

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך מארטש 07, 2018 12:59 pm

מיללער האט געשריבן:וואו איז דער דארף 'פטאריען'?

נישט ביי מיר אין בעקיארד, אבער אזוי ווערט ער דערמאנט

אויך אין די ארטיקלען אין דער איד, (זעה בייגעלייגט) שטייט אויך אזוי, אז ר' ר' יודא יודל איז געוען פון פעטריען
צוגעלייגטע
דער איד פרשת בא.JPG
דער איד פרשת בא.JPG (256.95 KiB) געזעהן 585 מאל
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

mar0was
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

תגובהדורך mar0was » מיטוואך מארטש 07, 2018 1:59 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:ראיתי כתוב

אז דער אמרי יוסף האט געהאט א שוואגער
הרבני הנגיד ר' יודא יודל מפטאריען ז"ל (בן הגה"צ ר' יעקב גאטליב זצ"ל אב"ד בויאם, וואס דער ר' יעקב גאטליב איז געווען מתלמידי הישמח משה, און א אייניקל פונעם יסוד יוסף און פונעם מגלה עמוקות, דער ר' יעקב איז געווען א איידעם ביי מו"ה צבי דייטש אשכנזי פון שפאטיק)
דער ר' יודא יודל איז געווען א מחותן מיטן בית היוצר ווייל רבי אברהם נתן יוסף זצ"ל בן הבית היוצר איז געווען זיין איידעם.

ער איז אויך געווען א שוואגער מיטן בית היוצר, וואס איז געווען א איידעם ביי זיין טאטן דעם ר' יעקב גאטליב

און דער ר' יודא יודל'ס רעבעצן, איז געווען א שוועסטער פונעם אמרי יוסף'ס רעבעצן

וויל איך וויסן

א) ווי קראנט דאס איז
ב) פון וועלכע רעבעצין איז ער געווען א שוואגער

גראדע פארציילט מען אויף אים א מעשה פלא

אז ער איז נפטר געווארן בכפר פטאריען, און ער האט געהאט א מקום תפלה בבית מדרשו פונעם שוואגער דער אמרי יוסף, און במשך די ערשטע י"ב חודש, האט דער אמרי יוסף נישט געלאזט שטיין אויף זיין פלאץ

זעה וואס איך האב געברענגט אויבן פון ספר ארחות ישרים (ווי ער באשרייבט משפחת ווייזער) וז"ל:
ובשו"ת הררי קדם בהקדמה שם נזכר שהר"ר יודל גאטליב מפארטריען (ב"ר יעקב אב"ד בויאם) היה גיסו וחסידו של בעל אמרי יוסף שנשיהם היו בנות מ' חנה פעסיל ע"ה בת הרה"ח ר' ישכר בער מסיסקוב הנ"ל. והרא"פ הרשקוויטש שליט"א אב"ד האליין סיפר שהר"ר יודל היה אביו של ה"ר יוסף מחבר ס' מנהגי זידיטשוב. ומרת חנה פעסיל הנ"ל היתה אשת 'הנגיד והלמדן ר' מאיר ע"ה' ממונקאטש חותנו של האמרי יוסף בזיווגו השני, ראה שושלת ספינקה ע' נ"ו (אך ראה שם בהק' שו"ת הררי קדם בהג"ה אות ד' שנערבבו עוד דברים ואין לי פתרונים האיך ליישב הלשון שנשתרבב בדפוס). ועדיין הדברים טעונים בירור.
(חותנו של בעל אמרי יוסף מספינקה מזיווג ראשון היה ה"ר מרדכי [אריה] מבורשא [כ"כ פאר יוסף ע' י"ד] ובמאורי גליציה [ח"ג עמ' 331] וכן בס' מספרות ישראל בהונגריא [ע' 306] כתבו שהיה גם חותנו של ר' יוסף לייפר מבורשא אחי מהר"ם מנדבורנא, ורמ"א מבורשא היה בן ר' יחיאל אב"ד סאלקא בנו השני של בעל קונטרס הספיקות. ומפי הרב מ"ש רוטנברג שליט"א אדמו"ר מקאסאני מנ"י שמעתי שהררמ"א היה חתן הר"ר משה גרשון פיש מבורשא נין ונכד להרב שמחה הכהן ראפאפורט זצ"ל אב"ד לובלין).

א) ווי קראנט דאס איז: לכאורה איז די מקור פון דעם דערמאנטן שו"ת הררי קדם.
ב) פון וועלכע רעבעצין איז ער געווען א שוואגער: די צווייטע, הרבנית הינדא בת ר' מאיר ממונקאטש.

אין Geni שטייט אז דער ר' יודל גאטליב איז געווען אן איידעם ביי ר' יחיאל מעכיל ליכטענשטיין, אפשר האט ער חתונה געהאט צוויי מאל, וצ"ע.

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך מארטש 07, 2018 2:04 pm

לאמיר קלאר מאכן עפעס וואס איך בין נישט קלאר

לויט זייער גירסא, איז ער געווען א שוואגער, דורך די רעבעצן דעם חקל יצחק'ס מאמע, (די זווג שלישי) אדער דורך די רעבעצן דער אורחות חיימ'ס שוויגער?

וכן מיהו הרב מ"ש רוטנברג שליט"א אדמו"ר מקאסאני מנ"י?

איך קען איין מ"ש רוטנברג מקאסאני לאנדאן, אין נ"י, איז דא רבי מאיר יה'וסף (בן רבי מנחם ישראל), רבי יה'וסף בנציון (בן רבי משולם פייש), און רבי יעקב יה'וסף (בן רבי אשר ישעי' חותן רבי מאיר יה'וסף הנ"ל), איז פון וועמען רעדט איר דא?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 07, 2018 2:42 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:וואו איז דער דארף 'פטאריען'?

נישט ביי מיר אין בעקיארד, אבער אזוי ווערט ער דערמאנט

אויך אין די ארטיקלען אין דער איד, (זעה בייגעלייגט) שטייט אויך אזוי, אז ר' ר' יודא יודל איז געוען פון פעטריען

יישר כח

איך האב געפרעגט ווייל איך האב געהאט א פעטער וועם מ'האט גערופן 'רבי שמעון פעטארניער' און איך פארשטיי אז,דאס איז די זעלבע דערפל, א נאמען וואס איך האב אויסער דעם נישט געהאט געהערט, יעצט האמיר א שטיקל 'הינט'.

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך מארטש 07, 2018 3:00 pm

גראדע קוק דארט אינעם בייגעלייגטן 'דער איד', וועסטו זעהן אז ר' בעריש וועבער זאגט אז ס'איז א דארף נעבן מונקאטש
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

mar0was
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

תגובהדורך mar0was » מיטוואך מארטש 07, 2018 3:29 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:לאמיר קלאר מאכן עפעס וואס איך בין נישט קלאר

לויט זייער גירסא, איז ער געווען א שוואגער, דורך די רעבעצן דעם חקל יצחק'ס מאמע, (די זווג שלישי) אדער דורך די רעבעצן דער אורחות חיימ'ס שוויגער?

וכן מיהו הרב מ"ש רוטנברג שליט"א אדמו"ר מקאסאני מנ"י?

איך קען איין מ"ש רוטנברג מקאסאני לאנדאן, אין נ"י, איז דא רבי מאיר יה'וסף (בן רבי מנחם ישראל), רבי יה'וסף בנציון (בן רבי משולם פייש), און רבי יעקב יה'וסף (בן רבי אשר ישעי' חותן רבי מאיר יה'וסף הנ"ל), איז פון וועמען רעדט איר דא?

לויט ווי איך האב ציטירט פוהעם ספר ארחות ישרים בשם שו"ת הררי קדם, איז ער געווען א שוואגער, דורך די רעבעצן דער אורחות חיימ'ס שוויגער (די זיווג שני).

לגבי הרב מ"ש רוטנברג שליט"א אדמו"ר מקאסאני מנ"י, ווייס איך נישט פון ווי איר האט ציטירט דעם נאמען, אין די ארטיקל אין דער איד ווערט דערמאנט צוויי מאל הרה"צ ר' משה שמואל ראטענבערג מקאסאני.

1. הרב משה שמואל ראטענבערג זצוק"ל מקאסאן קליינווארדיין, זוהן פון הרב יהוסף בעל בני שלשים, רמ"ש האט אימעגרירט קיין אמעריקא (בבראנקס ואח"כ בלאס אנגעלעס) פאר'ן קריג און איז נסתלק געווארן תש"ו. ער איז געווען די עלטער זיידע פון הרב משה שמואל מקאסאני לאנדאן און פון הרב מאיר יוסף מקאסאן נ"י (בני ר' מנחם ישראל ב"ר פנחס שלום ב"ר משה שמואל מקליינווארדיין), און עלטער זיידע פון הרב יוסף בנציון מקאסאן נ"י (ב"ר משולם פייש ב"ר פנחס שלום ב"ר משה שמואל מקליינווארדיין).

2. הרב משה שמואל ראטענבערג מקאזאווא, זוהן פון הרב חיים שלמה זוהן פון הרב יהוסף בעל בני שלשים. רמ"ש האט אימעגרירט קיין אמעריקא פאר'ן קריג, און שפעטער ארויף קיין בני ברק, און איז נסתלק געווארן תשל"ה. ער איז געווען די זיידע פון הרב יעקב יוסף מקאסאן נ"י (ב"ר אשר ישעי' ב"ר משה שמואל מקאזאווא) און עלטער שווער פון הרב מאיר יוסף מקאסאן נ"י (חתן ר' אשר ישעי' ב"ר משה שמואל מקאזאווא).

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך מארטש 07, 2018 4:09 pm

mar0was האט געשריבן:לגבי הרב מ"ש רוטנברג שליט"א אדמו"ר מקאסאני מנ"י, ווייס איך נישט פון ווי איר האט ציטירט דעם נאמען, אין די ארטיקל אין דער איד ווערט דערמאנט צוויי מאל הרה"צ ר' משה שמואל ראטענבערג מקאסאני.

1. הרב משה שמואל ראטענבערג זצוק"ל מקאסאן קליינווארדיין, זוהן פון הרב יהוסף בעל בני שלשים, רמ"ש האט אימעגרירט קיין אמעריקא (בבראנקס ואח"כ בלאס אנגעלעס) פאר'ן קריג און איז נסתלק געווארן תש"ו. ער איז געווען די עלטער זיידע פון הרב משה שמואל מקאסאני לאנדאן און פון הרב מאיר יוסף מקאסאן נ"י (בני ר' מנחם ישראל ב"ר פנחס שלום ב"ר משה שמואל מקליינווארדיין), און עלטער זיידע פון הרב יוסף בנציון מקאסאן נ"י (ב"ר משולם פייש ב"ר פנחס שלום ב"ר משה שמואל מקליינווארדיין).

2. הרב משה שמואל ראטענבערג מקאזאווא, זוהן פון הרב חיים שלמה זוהן פון הרב יהוסף בעל בני שלשים. רמ"ש האט אימעגרירט קיין אמעריקא פאר'ן קריג, און שפעטער ארויף קיין בני ברק, און איז נסתלק געווארן תשל"ה. ער איז געווען די זיידע פון הרב יעקב יוסף מקאסאן נ"י (ב"ר אשר ישעי' ב"ר משה שמואל מקאזאווא) און עלטער שווער פון הרב מאיר יוסף מקאסאן נ"י (חתן ר' אשר ישעי' ב"ר משה שמואל מקאזאווא).

דעם נאמען האב איך צוטירט פון דא

mar0was האט געשריבן:

זעה וואס איך האב געברענגט אויבן פון ספר ארחות ישרים (ווי ער באשרייבט משפחת ווייזער) וז"ל:
ובשו"ת הררי קדם בהקדמה שם נזכר שהר"ר יודל גאטליב מפארטריען (ב"ר יעקב אב"ד בויאם) היה גיסו וחסידו של בעל אמרי יוסף שנשיהם היו בנות מ' חנה פעסיל ע"ה בת הרה"ח ר' ישכר בער מסיסקוב הנ"ל. והרא"פ הרשקוויטש שליט"א אב"ד האליין סיפר שהר"ר יודל היה אביו של ה"ר יוסף מחבר ס' מנהגי זידיטשוב. ומרת חנה פעסיל הנ"ל היתה אשת 'הנגיד והלמדן ר' מאיר ע"ה' ממונקאטש חותנו של האמרי יוסף בזיווגו השני, ראה שושלת ספינקה ע' נ"ו (אך ראה שם בהק' שו"ת הררי קדם בהג"ה אות ד' שנערבבו עוד דברים ואין לי פתרונים האיך ליישב הלשון שנשתרבב בדפוס). ועדיין הדברים טעונים בירור.
(חותנו של בעל אמרי יוסף מספינקה מזיווג ראשון היה ה"ר מרדכי [אריה] מבורשא [כ"כ פאר יוסף ע' י"ד] ובמאורי גליציה [ח"ג עמ' 331] וכן בס' מספרות ישראל בהונגריא [ע' 306] כתבו שהיה גם חותנו של ר' יוסף לייפר מבורשא אחי מהר"ם מנדבורנא, ורמ"א מבורשא היה בן ר' יחיאל אב"ד סאלקא בנו השני של בעל קונטרס הספיקות. ומפי הרב מ"ש רוטנברג שליט"א אדמו"ר מקאסאני מנ"י שמעתי שהררמ"א היה חתן הר"ר משה גרשון פיש מבורשא נין ונכד להרב שמחה הכהן ראפאפורט זצ"ל אב"ד לובלין)./quote].

עד כאן דבריכם

לכן
לכתחילה וואלט איך געזאגט אז דאס איז דער רמ"ש מקאזאווא, וואס ווייזער איז מקרובי משפחתו, (בנו רבי אשר ישעי' מקאסאן היה חתן ווייזער), אבער לגבי פיש מבארשא, איז דער אנדערער רבי משה שמואל פון קליינווארדיין געווען א איידעם ביי די משפחה, מאכט מער סענס אז די משפחה זאל שרייבן פון אים, אבער ער איז קיינמאל נישט געווען קאסאני נ"י, ער איז געווען קאסאן אין קליינווארדיין, און דערנאך אין לוס אנדזשעלעס. (אין די בראנקס נאר געווען ביי זיין זון רבי פינחס שלום מקאסאן, וואס האט שוין געהאט א אייגענע בית מרדש פאר א שיינע פאר יאר פאר זיין טאטע איז געקומען).
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אחד מעיר
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 31, 2017 3:11 pm

תגובהדורך אחד מעיר » דינסטאג מארטש 13, 2018 5:16 am

mar0was האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:

זעה וואס איך האב געברענגט אויבן פון ספר ארחות ישרים (ווי ער באשרייבט משפחת ווייזער) וז"ל:
ובשו"ת הררי קדם בהקדמה שם נזכר שהר"ר יודל גאטליב מפארטריען (ב"ר יעקב אב"ד בויאם) היה גיסו וחסידו של בעל אמרי יוסף שנשיהם היו בנות מ' חנה פעסיל ע"ה בת הרה"ח ר' ישכר בער מסיסקוב הנ"ל. והרא"פ הרשקוויטש שליט"א אב"ד האליין סיפר שהר"ר יודל היה אביו של ה"ר יוסף מחבר ס' מנהגי זידיטשוב. ומרת חנה פעסיל הנ"ל היתה אשת 'הנגיד והלמדן ר' מאיר ע"ה' ממונקאטש חותנו של האמרי יוסף בזיווגו השני,

אין Geni שטייט אז דער ר' יודל גאטליב איז געווען אן איידעם ביי ר' יחיאל מעכיל ליכטענשטיין, אפשר האט ער חתונה געהאט צוויי מאל, וצ"ע.

בספר 'בית אבות' (יחוס למשפחת רוטנר כהנא ועוד, נתחבר ע"י הרב דוד נחמן רוטנר)
מובא בשם הרא"פ הרשקוביץ זצ"ל
שה'אמרי יוסף' בזיווג שני היה חתן רבי יחיאל מיכל ליכנשטיין והוא היה חתן רבי ישכר בער מסיסקוב .

לאלוקים פתרונים...

mar0was
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

תגובהדורך mar0was » דינסטאג מארטש 13, 2018 11:47 am

אחד מעיר האט געשריבן:

אזויפיל איז זיכער, אז די אמרי יוסף בזיווג שני און ר' יודל גאטליב זענען געווען שוואגערס, איידמער ביי א טאכטער פון ר' ישכר בער מסיסקוב.
די שאלה איז נאר ווער איז געווען זייער שווער, ר' מאיר ממונקאטש אדער ר' יחיאל מעכיל ליכטענשטיין.

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דינסטאג מארטש 13, 2018 1:27 pm

איז דא ווי מ'קען געוואר ווערן האמת עם מי?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

mar0was
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

תגובהדורך mar0was » דינסטאג מארטש 13, 2018 2:01 pm

אחד מעיר האט געשריבן:
mar0was האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:

זעה וואס איך האב געברענגט אויבן פון ספר ארחות ישרים (ווי ער באשרייבט משפחת ווייזער) וז"ל:
ובשו"ת הררי קדם בהקדמה שם נזכר שהר"ר יודל גאטליב מפארטריען (ב"ר יעקב אב"ד בויאם) היה גיסו וחסידו של בעל אמרי יוסף שנשיהם היו בנות מ' חנה פעסיל ע"ה בת הרה"ח ר' ישכר בער מסיסקוב הנ"ל. והרא"פ הרשקוויטש שליט"א אב"ד האליין סיפר שהר"ר יודל היה אביו של ה"ר יוסף מחבר ס' מנהגי זידיטשוב. ומרת חנה פעסיל הנ"ל היתה אשת 'הנגיד והלמדן ר' מאיר ע"ה' ממונקאטש חותנו של האמרי יוסף בזיווגו השני,

אין Geni שטייט אז דער ר' יודל גאטליב איז געווען אן איידעם ביי ר' יחיאל מעכיל ליכטענשטיין, אפשר האט ער חתונה געהאט צוויי מאל, וצ"ע.

בספר 'בית אבות' (יחוס למשפחת רוטנר כהנא ועוד, נתחבר ע"י הרב דוד נחמן רוטנר)
מובא בשם הרא"פ הרשקוביץ זצ"ל
שה'אמרי יוסף' בזיווג שני היה חתן רבי יחיאל מיכל ליכנשטיין והוא היה חתן רבי ישכר בער מסיסקוב .

לאלוקים פתרונים...

איך זעה אז איר האט געשריבן ליכנשטיין אין באָלד, און עס פעלט די "ט", איז דא עפעס א כוונה דערביי? ווייל איך הייב אן בויען עפעס א טיאריע אויף דעם.

אחד מעיר
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 31, 2017 3:11 pm

תגובהדורך אחד מעיר » זונטאג מארטש 18, 2018 6:02 pm

mar0was האט געשריבן:
אחד מעיר האט געשריבן:
mar0was האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:

זעה וואס איך האב געברענגט אויבן פון ספר ארחות ישרים (ווי ער באשרייבט משפחת ווייזער) וז"ל:
ובשו"ת הררי קדם בהקדמה שם נזכר שהר"ר יודל גאטליב מפארטריען (ב"ר יעקב אב"ד בויאם) היה גיסו וחסידו של בעל אמרי יוסף שנשיהם היו בנות מ' חנה פעסיל ע"ה בת הרה"ח ר' ישכר בער מסיסקוב הנ"ל. והרא"פ הרשקוויטש שליט"א אב"ד האליין סיפר שהר"ר יודל היה אביו של ה"ר יוסף מחבר ס' מנהגי זידיטשוב. ומרת חנה פעסיל הנ"ל היתה אשת 'הנגיד והלמדן ר' מאיר ע"ה' ממונקאטש חותנו של האמרי יוסף בזיווגו השני,

אין Geni שטייט אז דער ר' יודל גאטליב איז געווען אן איידעם ביי ר' יחיאל מעכיל ליכטענשטיין, אפשר האט ער חתונה געהאט צוויי מאל, וצ"ע.

בספר 'בית אבות' (יחוס למשפחת רוטנר כהנא ועוד, נתחבר ע"י הרב דוד נחמן רוטנר)
מובא בשם הרא"פ הרשקוביץ זצ"ל
שה'אמרי יוסף' בזיווג שני היה חתן רבי יחיאל מיכל ליכנשטיין והוא היה חתן רבי ישכר בער מסיסקוב .

לאלוקים פתרונים...

איך זעה אז איר האט געשריבן ליכנשטיין אין באָלד, און עס פעלט די "ט", איז דא עפעס א כוונה דערביי? ווייל איך הייב אן בויען עפעס א טיאריע אויף דעם.

כך נכתב בספר הנ"ל

mar0was
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

תגובהדורך mar0was » מאנטאג מארטש 19, 2018 11:16 am

אחד מעיר האט געשריבן:
mar0was האט געשריבן:
אחד מעיר האט געשריבן:
mar0was האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:

זעה וואס איך האב געברענגט אויבן פון ספר ארחות ישרים (ווי ער באשרייבט משפחת ווייזער) וז"ל:

בספר 'בית אבות' (יחוס למשפחת רוטנר כהנא ועוד, נתחבר ע"י הרב דוד נחמן רוטנר)
מובא בשם הרא"פ הרשקוביץ זצ"ל
שה'אמרי יוסף' בזיווג שני היה חתן רבי יחיאל מיכל ליכנשטיין והוא היה חתן רבי ישכר בער מסיסקוב .

לאלוקים פתרונים...

איך זעה אז איר האט געשריבן ליכנשטיין אין באָלד, און עס פעלט די "ט", איז דא עפעס א כוונה דערביי? ווייל איך הייב אן בויען עפעס א טיאריע אויף דעם.

כך נכתב בספר הנ"ל

מסתמא בלויז א טעות הדפוס.

מיין טיאריע איז געווען געבויעט אויף די נאמען ליכטשיין (מיט די "ט" אבער אן די "נ" און די "ש"), איך האב נישט געדענקט די פונקטיליכע נאמען.

[רבי חיים יוסף גאטליעב אב"ד סטראפקוב איז געווען אן איידעם ביי הנגיד ר' מאיר ליכטשיין פון טערצאל, אין ספר ארחות ישרים וואס איך האב געברענגט שטייט אויך הנגיד ר' מאיר (ממונקאטש), איך האב געקעלרט צו בויען א שטיקל שייכות צווישן די צוויי נגידים רבי מאיר מיט אפשר די זעלבע משפחה נאמען ליכטשיין, אבער עס שטעלט זיך אויס אז ס'איז לכאורה נישט די זעלבע משפחה נאמען.]

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dovidal און 10 געסט