רבי יקותיאל יהודה ראזענבערגער מדיערעש זצ"ל - י"ז אלול תש"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 2:55 am

די תשובה איז איבער בנו הרה"ג חי"ל זצ"ל וועלכער איז געבוירן אין די ימי בין המצרים, כ"ו תמו"ז תע"ר.
ועמך כולם צדיקים

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 7:24 am

איך אומרים שם העיר לנכון ד'יערעש או געריש. יש הרבה עיירות שהקרי והכתיב אינם שווים, וממש יכולים לפתוח אשכול שלם בגראמאטיק על זה ועם הטעמים וכו'. ישנו דרך צחות המיוחס לאחד הצדיקים אזלא גרש גרשיים, והשערתי היא כי האות הראשונה נשמע כמו דזש, ומכאן הג' והד'.
בנוגע להתורת יקותיאל, ראיתי פעם כת"י, שיש שם משמעות שנסע להרה"ק ר' משה'לי שינאווא. האם אפשר לאחד הידענים מפה לכתוב לאיזה צדיקים נסע, אשר היא מפתח גדול להבנת תולדות הדורות
אכתוב פרט מעוניין ששמעתי פעם, כי לבד שיש בהמשפחה הרבה ת"ח, יש ביניהם בליע"ה אחוז גדול מאד שלא לפי ערך מוחות חריפים
בנוגע השאלה ששאל ר' יאסל אודות שידוכים, משאלתו נראה שאינו יודע המצב ברומעניע לגבי שידוכים לערליכע בחורים בימים ההם, איני יודע דיטעילס בנוגע הנפטר, אבל בכלליות אינו תמי'
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20274
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 7:40 am

הרב הפלאי, בענין האיך לומר דיערעש גערעש או דזשערעש, קבלתי מזקן אחד שאין אף אחד מהם הנכונה "ווועסט עס נישט קענען זאגן, צו דעם דארף מען רעדן א גוטן אונגעריש".
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 9:08 am

ביקסאד האט געשריבן:עס זענען פון אים פארבליבן זעק מיט כתבים בכל מקצועות התורה וועלכע ווארטן אויף א גואל.

דא אין די הקדמה פונעם בן המחבר ר' חיים ז"ל מדיעריש דערמאנט אז עס איז נאך דא אסאך כתבים תשובות און חידושי סוגיות ודברי אגדה.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 12:16 pm

פאראן א מליצה אויף זיי 'אזלא גרש גרשיים' פון איין גיערעש געווארן פילע גערשעיים....
בליעה"ר כן ירבו, בכל משפחות ישראל אמן

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 12:38 pm

לויט ווי מיין שוואגער זאגט מיר האט מען געזאגט דאס ווערטל ווייל עלטערע אידן פלעגן אויך ר' פרצ'ן רופן דיערעשער רב, און אויך זיין עלטערער ברודער ר' חיים האט זיך גערופן דיערעשער רב, און בכלל איז עס געווען פון די גרעסטע רבנישע משפחה נאך די מלחמה (אזוי שרייבענדיג טראכט איך אז מעגליך גאר די גרעסטע) ווייל די מאמע מיט אלע צען קינדער האבן איבערגעלעבט.
בנוגע חתונה האבן, האט מיין שוואגער גארנישט געהערט פון די משפחה אבער עס איז דא היפש אידן וואס זענען נאך געווען צוישן 25 און 30 יעריגע בחורים ביי די מלחמה, בעיקר האט מען נישט חתונה געהאט ווילאנג מ'האט נישט געהאט קיין באפרייאונג פון מיליטער ווייל וועלכע מיידל האט געוואלט בלייבן א לעבעדיגע אלמנה און מעגליך ח"ו אן עגונה.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 2:13 pm

והוא פלאי האט געשריבן:איך אומרים שם העיר לנכון ד'יערעש או געריש. יש הרבה עיירות שהקרי והכתיב אינם שווים, וממש יכולים לפתוח אשכול שלם בגראמאטיק על זה ועם הטעמים וכו'.

אין בזה חכמה גדולה, סך הכל מדובר באות ד דגושה.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 2:20 pm

אפשר זאגסטו מיר וואס א ד דגושה איז מיין רבי אין חדר האט קיינמאל נישט גערעדט דערוועגן
זיי אזוי גוט מאך נישט דערפון קיין אריכות ווייל באלד וועט מען שוין פארגעסן אז דער אשכול איז וועגן ר' יקותיאל יודא זצ"ך
אז מ'לעבט דערלעבט מען

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 2:36 pm

און פון א ג דגושה האט אייער רבי אין חדר יא געלערנט ?
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג סעפטעמבער 06, 2009 1:56 pm

ביקסאד האט געשריבן:און פון א ג דגושה האט אייער רבי אין חדר יא געלערנט ?

פאר מ'זעמיר ממשיך, היינט איז די יארצייט.
לחיים אלע אידן, זכותו יגן עלינו.
ענטפער: ניין

צוריק צום נושא פון זיינע חידושים, כ'האב נאך אמאל גערעדט מיט מיין שוואגער, און ער האט באשטעטיגט דאס וואס איך האב געקווענקלט, אז ס'איז דא טויזענטער כתבים און חידושים פון אים.
ער האט אליין געזען לעצטנס א קאפי פון א פאדערשטן בלעטל פון א ריזיגן כתב יד אויף הלכות טריפות.
על כן ווער ס'וויל זיך היינט מקבל זיין א גוטע זאך קען אנפאנגען צו טון בנוגע די כתבים פון א תורה ריז בדור האחרון, און לויט ווי מיין שוואגער זאגט דארף די ערשטע אדרעסע זיין ביי הרה"ג ר' יושע ראזענבערגער חבר ביד"צ עדה החרדית, וואס ער איז דער עלטצטער לעבעדיגער זון פונעם עלטצטען זון.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » מאנטאג אוקטובער 12, 2009 2:54 pm

וואס גייט פאר מיט ר' יושע'ען כ'הער אז ער איז שוין כמעט געוועזן אויף יענע וועלט?

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 863
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » זונטאג ינואר 23, 2011 3:36 pm

lebediger berel האט געשריבן:
ביקסאד האט געשריבן:צוריק צום נושא פון זיינע חידושים, כ'האב נאך אמאל גערעדט מיט מיין שוואגער, און ער האט באשטעטיגט דאס וואס איך האב געקווענקלט, אז ס'איז דא טויזענטער כתבים און חידושים פון אים.
ער האט אליין געזען לעצטנס א קאפי פון א פאדערשטן בלעטל פון א ריזיגן כתב יד אויף הלכות טריפות.
על כן ווער ס'וויל זיך היינט מקבל זיין א גוטע זאך קען אנפאנגען צו טון בנוגע די כתבים פון א תורה ריז בדור האחרון, און לויט ווי מיין שוואגער זאגט דארף די ערשטע אדרעסע זיין ביי הרה"ג ר' יושע ראזענבערגער חבר ביד"צ עדה החרדית, וואס ער איז דער עלטצטער לעבעדיגער זון פונעם עלטצטען זון.

לויט ווי איך האב געהערט פון אן אייניקל האלט מען שוין אינמיטן טוהן, מען פאנגט קודם אן מיטן טייפן א.א.וו., די פלענער זענען צו מאכן א דבר השלם צוזאמנעמען אלע כתבים וואס דאס קען אויסקומען 4-5 בענדער, און זיי בעטן ווער עס ווייסט פון כתבים זאל זיך מעלדן צו די אייניקלעך.

רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 20, 2010 11:06 am

תגובהדורך רבבה » זונטאג ינואר 23, 2011 4:07 pm

אין דעם נייעם קובץ פין באבאב עץ חיים איז דא א תשובה פין איהם וויא עהר נעמט זעך שטארק אהן פאר זיין שוויגער וועגען דעם שוועהר'ס ירושה . ס'איז א אינטערעסאנטע תשובה .

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » פרייטאג פאברואר 11, 2011 12:44 pm

אינעם אשכול החידות האמיר געלייגט א בילד פונעם תורת יקותיאל פונעם יד ושם קאלעקציע

יעצט האב איך דארט געטראפן צוויי בילדער פון די דיערעשע ישיבה וואס אויף איינע פון די בילדער די וואס זיצן אינמיטן מיט די פלאכע ביבער הוטן זענען קינדער פונעם תורת יקותיאל (לפי השערתי וואלט איך געזאגט אז איינער זעהט אויס ווי ר' פרץ ז"ל און איינער ווי דער גמזו'ער ז"ל), אויפן צווייטן בילד קען מען אויך זעהן אויף די אויבערשטע שורה עטליכע יונגלעך\בחורים מיט ביבער-היטלעך (אינטערעסאנט וואס זענען די סדרנים פין'ס וואס עטליכע אויף די אונטערשטע שורה האבן אויפן רעקל).
צוגעלייגטע
Aranyosgeres, Romania, Yeshiva students1.jpg
Aranyosgeres, Romania, Yeshiva students2.jpg

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » זונטאג פאברואר 13, 2011 1:25 pm

איז מעגליך אז דער וואס שטייט ביי די טיר (אויפן אונטערשטן בילד) מיט א ספר אין די הענט איז ער אליין?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25459
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 30, 2012 10:19 am

ביקסאד האט געשריבן:דער תורת יקותיאל איז אוועק אין מיטן קריג אין טארדא, י"ז אלו"ל תש"ד,
עס זענען פון אים פארבליבן זעק מיט כתבים בכל מקצועות התורה וועלכע ווארטן אויף א גואל.
זיין רביצין הרה"צ חנה בת הרה"ג ר' מנשה גאלדבערגער מ'סטראפקאוו איז אוועק כ"א אדר ראשון תשל"ח.

זיי האבן איבער געלאזט צעהן קינדער,
פינף זוהן,
הרה"ג ר' אברהם ברוך זצ"ל אב"ד גמזו, חתן הרה"ג ר' נתן דוד הכהן האללענדער אב"ד אמסאנא.
הרה"ג ר' חיים זצ"ל אב"ד דיערעש, חתן הגה"צ ר' מאיר שמערלער אב"ד גורא-המורא.
הרה"ג ר' חנניה יום טוב [ליפא] זצ"ל אב"ד אייכנשטאט, חתן הרה"ג אשכנזי אב"ד יאסי.
הרה"ג ר' פרץ שליט"א אב"ד סוליצא, חתן הרה"צ ר' אברהם יהושע העשיל הכהן גלאנץ.
הרה"ג ר' מנשה ז"ל, חתן אחיו הגדול אב"ד גמזו.

פינף טעכטער,
הרבנית הינדא ז"ל אשת הרה"צ ר' מרדכי לייפער זצ"ל מ'באניא.
הרבנית פעסל תחי' אשת הרה"ק ר' משה חיים רובין שליט"א מ'דינוב.
מרת אסתר תחי' אשת הרב אלטר חיים יהודה שמחה שליט"א.
מרת בילא תחי' להבל"ח אשת הרה"ג ר' יונה פילאף ז"ל מר"י סאטמאר.
מרת פיגא ז"ל אשת יבלחט"א הרה"ג ר' חיים ברוך פינק שליט"א מח"ח בעלזא.


בד"ה, היום יום י"א באב תשע"ב נפטרה הרבנית מדינוב בתו של בעל התורת יקתואל זצ"ל.

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 550
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

תגובהדורך יודל קליין » דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:20 am

ביקסאד האט געשריבן:הרה"ג ר' פרץ שליט"א אב"ד סוליצא, חתן הרה"צ ר' אברהם יהושע העשיל הכהן גלאנץ.

ר' אברהם יהושע העשיל הכהן גלאנץ איז א זוהן פון רבי ישכר בער גלאנץ פון שינאווע??
זה הקטן גדול יהי'

טייטל
שר האלף
תגובות: 1190
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » מאנטאג מאי 29, 2017 11:18 am

אפשר אן עמעריצישע שאלה אבער כ'האב געוואלט וויסן אויב הרבנית חנה איידיל אשת הרה"ג ר' חיים זצ"ל אב"ד דיערעש, בתו של הגה"צ ר' מאיר שמערלער אב"ד גורא-המורא לעבט נאך היינט צוטאגס?

אוועטאר
מענטשאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 05, 2013 8:50 am

תגובהדורך מענטשאלע » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 11:08 am

יהיה כן האט געשריבן:יו"ח של הה"ג ר' חיים ראזנבערגער מדיערעש זצ"ל

בנו מ"מ הה"ג ר' זלמן לייב שליט"א אבד"ק דיערעש ווימבס"ג
בנו הה"ג ר' אלימלך שליט"א ממאנסי
חתנו הה"ג ר' ישראל מענדל וואגשאל שליט"א
חתנו הה"ג מגיד מישרים ר' ישעיה אשר אנשיל ווייס שליט"א
חתנו הה"ג ר' זלמן הלברשטאם מטשאקעווע שליט"א בהגר"מ זצ"ל חבר הבד"צ של העדה"ח

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4247
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג נובעמבער 07, 2017 12:50 pm

פון דא
304_1.jpg
304_1.jpg (718.81 KiB) געזעהן 1267 מאל
דביה תחדי נפשא

איך בין א יואלי
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 3:36 pm

תגובהדורך איך בין א יואלי » מאנטאג אפריל 16, 2018 3:51 pm

האט איינער א בילד פון די מצבה?

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 2:23 pm

ארויפגעברענגט לכבוד די יארצייט
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

אוצרות ליסקא
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 10:49 am

תגובהדורך אוצרות ליסקא » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 2:34 pm

קען איינער צוצייכענען ווי ער שרייבט זיין יחוס צו רבי משה אוסטרער ז"ל בעל דרש משה על תהלים?

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2039
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 2:38 pm

טייטל האט געשריבן:אפשר אן עמעריצישע שאלה אבער כ'האב געוואלט וויסן אויב הרבנית חנה איידיל אשת הרה"ג ר' חיים זצ"ל אב"ד דיערעש, בתו של הגה"צ ר' מאיר שמערלער אב"ד גורא-המורא לעבט נאך היינט צוטאגס?

נפטר געווארן היי יאר, ממש פארן זוממער סעזאן

טייטל
שר האלף
תגובות: 1190
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 11:41 am

ראספשע האט געשריבן:
טייטל האט געשריבן:אפשר אן עמעריצישע שאלה אבער כ'האב געוואלט וויסן אויב הרבנית חנה איידיל אשת הרה"ג ר' חיים זצ"ל אב"ד דיערעש, בתו של הגה"צ ר' מאיר שמערלער אב"ד גורא-המורא לעבט נאך היינט צוטאגס?

נפטר געווארן היי יאר, ממש פארן זוממער סעזאן

viewtopic.php?p=1699368#p1699368


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 21 געסט