רבי צבי הירש ראזענבוים מ'קרעטשניף זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1321
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » מאנטאג יוני 17, 2019 4:57 pm

איך האב געהערט א מעשה:

צוליב די מעשה איז דער רבי זי"ע ארויף וואוינען אויף ארץ ישראל.

בשעת די מלחמה ווען עס איז געפאלן פסח, האט דער רבי ביי זיך אפגעמאכט אז ער עסט נישט קיין חמץ יעבור עלי מה.
האט ער זיך אוועקגעלייגט 8 מייערע'ן - יעדן טאג א מייער.

למעשה האט אוועק געגעבן 2 פאר א צווייטן, איז ער געבליבן מיט 6 מייערע'ן אויף גאנץ יום טוב. ער האט זיך צושניטן די 6 מייערן אויף שטיקעל'ך אזוי צו עסן אויף יעדן טאג.
עס איז געווען אחרון של פסח - דער רבי האט געפילט ווי ער גייט אויס (נאכן עסן 6 מייערן גאנץ יום טוב) וואס בעצם איז פיקוח נפש וואלט ער געמעגט עסן חמץ
אבער ער האט ביי זיך אפגעמאכט אז ער עסט נישט!

עס האט עם אויפגעבליצט א געדאנק, אין ארץ ישראל איז נישט דא קיין אחרון של פסח האט ער אפגעמאכט אז נאך די מלחמה גייט ער ארויף וואוינען אין ארץ ישראל מילא מעג ער יעצט עסן חמץ, און זיך אזוי געראטעוועט דאס לעבן!
זיעוכ"י אמן
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט