רבי צבי הירש ראזענבוים מ'קרעטשניף זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קאץ און מויז
שר חמש מאות
תגובות: 783
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » זונטאג אפריל 29, 2018 12:55 am

קאכעדיגע האט געשריבן:דא האט איר א לינק צו א פולע מנחה ערב שבת מיט די גאנצע פרייטאג צונאכטס דאווענען שנת תשמ"ז

ווי נעמט מען די פענע אראפצושרייבן די רגשי הלב וואס האט זיך געפילט ווען די קרעטשניבער רבי פלעגט אריינקומען צו מנחה מיט א רויטע פלאמעדיגע פנים, און אנפאנגען שטיל...יתגדל ויתקדש שמיה רבא, מיטן בענקעדיגן נאדבורנא נוסח, די מנחה פרייטאג צונאכט'ס מיט די געשרייען און קרעכצען פון טיפן הארץ, די געשריי "טאטע קרוין", אונמיטן שמונה עשרה, וכולהו. מען איז ארויס אויסגעוואשן נאך די מנחה, ווער ס'האט עס מיטגעלעבט ווייסט וואס איך מיין.

הערטס און האט הנאה

https://drive.google.com/file/d/1zO0oFe ... ?usp=shari

א גרויסן ייש"כ פארן דאס ארויף לייגן עס יעצט אויס געהערט לכבוד די יומא דהילולא קדישא די וואך
מיר בענקן זיך צוריק צו די תפילות און טישן בהילו נרו פונעם רבין זצ"ל

בראד שינער
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 15, 2018 6:54 pm

תגובהדורך בראד שינער » מאנטאג אפריל 30, 2018 2:09 pm


בראד שינער
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 15, 2018 6:54 pm

תגובהדורך בראד שינער » מאנטאג אפריל 30, 2018 2:28 pm

חידוש נפלא האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:
פייש קרויז האט געשריבן:ווען דער בעלזער רבי איז איינגעשטאנען ביי אים אין כפר אתא, איז ער געשלאפן אין זיין בעט, און אין בעלז איז דאס עפעס אויסערגעווענליך, צו שלאפן אין א צווייטנס בעט איז אין בעלז געווען כמעט מן הנמנע.

ב''ה
כל הסיפור הזהמצוץ מן האצבע . הרה''ק מבעלז מעולם לא הי בכפר -אתא-----------------------[עטה] ולא ישן ישן במיטת שני .ור' הערשעלע מעולם לא סיפר דבר זה.
------------------------------------------------נקודה------------------------------------------------------------------------------------------------------------


אנטשולדיגט, עס איז א דבר ידוע וואס קרעטשניפער רבי פלעגט דאס שטענדיג פארציילן אז דער הייליגער בעלזא רב זי"ע איז איינגעשטאנען ביי אים אינדערהיים, און קרעטשניפער רבי זצוק"ל פלעגט כסדר זיך באניצן מיט עטליכע זאכן וואס בעלזא רב האט געניצט פון יענע תקופה, נאר עס איז נישט געווען אין כפר עטה נאר אין ירושלים, פרעג דיך גיט נאך פאר די שרייבסט עפעס און שרייב נישט אבי געשריבן אז עס איז אויסגעזויגן פון די פינגער אינדערצייט וואס במחילת כבודך ווייסט איר נישט די פאקטן

[image][/image]
צוגעלייגטע
גליון בעלזא.jpg
גליון בעלזא.jpg (218.3 KiB) געזעהן 1170 מאל

בראד שינער
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 15, 2018 6:54 pm

תגובהדורך בראד שינער » מאנטאג אפריל 30, 2018 2:33 pm

אדמו"ר מקרעטשניף זי"ע עם האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א תשנ"ט
צוגעלייגטע
img870.jpg
img870.jpg (431.28 KiB) געזעהן 1167 מאל

בראד שינער
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 15, 2018 6:54 pm

תגובהדורך בראד שינער » מאנטאג אפריל 30, 2018 2:35 pm

האדמ"ר מנדבורנא חדרה זצ"ל ויבלח"ט אדמו"ר מסאטמאר שליט"א
צוגעלייגטע
img867.jpg
img867.jpg (636.25 KiB) געזעהן 1167 מאל

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג אפריל 30, 2018 4:20 pm

וועלכע יאר איז ער נפטר געווארן?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
קאץ און מויז
שר חמש מאות
תגובות: 783
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » מאנטאג אפריל 30, 2018 4:23 pm

סידיראם האט געשריבן:וועלכע יאר איז ער נפטר געווארן?

תשס"ו

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג אפריל 30, 2018 4:38 pm

נודה לך האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:
אלעס באשערט האט געשריבן:היינט נאכט איז זיין יארצייט.
זכרנו ימים מקדם זיין עבודה, ספעציעל יעדן שבת ווען ער האט געברענט ביי "נשמת"
איך געדענק ווען איך בין געווען ביים רבין אויף א שבת אין מונסי, (געפירט דעמאלטס אין שער אפרים ישיבה)
שבת אינדערפרי בעפארן לייענען איז די רבי ארויסגעגאנגען פאר א וויילע און זיך געטוישט בעקיטשע, בין איך צוגעגאנגען אנכאפן די בעקיטשע וואס ער האט זיך נארוואס אויסגעטאן, האב איך געפיעלט אז עס איז דורכגעווייקט נאס, טופח ע"מ להטפיח פון זיין ברען ביים שחרית דאווענען.

זכותו יגן עלינו ועכי"א

יא און אונז ווען אונז ענדיג מיר שחרית איז מיר די פיאות אינגאנצען נאס, נאך פון די מקוה,
ער האט געהאט א מנהג ער פלעגט ארויס גיין נאך שחרית פארען ליינען זיך אפרוען פונעם שחרית האט ער אלץ געזאגט א ווערטעל אויפן וועג ארויס
אמאל האב איך פארשטאנען און אמאל נישט, אבער געשמייכלט האט מען אלץ, צוליב זיין חן און צהלת פנים מיט וואס ער האט גערעדט
געווען א פלאם פייערדיגער איד, אזא געשמאק, אזא דערהויבענקייט, אך ווייס נישט ווי אנצוהייבען,
ווען סקומט זיין יארצייט וועקט זיך אביסל אויף די אלטע הרגשים
ווי דערלעבט מען נאך אזא מנחה ערב שבת אזא השתפכות הנפש
זיין צורה אליינס האט געברענגט א הרהור תשובה זכותו יגן עלינו


יא עס בענקט!!


דערצייל נאך. איך בין נאך אלס ברוגז אויף מיין חבר פארוואס ער האט מיר דאס אלעס נישט פארציילט ווען ער האט געלעבט, ליידער האב איך נישט זוכה געווען צו קענען געהעריג בחייו, אבער זייט מיין חבר האט מיך אנגעווארימט בין איך געווארן א שטיקל חסיד... עפעס אזעלכע סארט עבודות וואס מען זעהט נישט בימינו אלה, זיין מסירת נפש זיין קדושה, זיין לעכטיגקייט. וואס איך הער אלס צוזאם פון תלמידיו וחסידיו. נורא נוראות

א שאד א שאד אז בחייו האבן מיר נישט זוכה געווען כמעט אים צו קענען, גדולים צדיקים במיתתם יותר מבחייהם. זכותו הגדול יגן עלינו.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג אפריל 30, 2018 11:37 pm

הער אויס די הויכע שמונה עשרה פון מנחה עס איז מער פון אלע סיפורים....
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

גרויסע-גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » מאנטאג אפריל 30, 2018 11:43 pm

זבחי צדק האט געשריבן:כ'אב מיך יעצט דערמאנט, איך האב ביי מיר אין באזיץ א גאנצער דיסק MP3 פונם קרעטשניפער רבי'ן זצ"ל
כ'העל עס אי"ה ארויף לייגן

ר' זבחי צדק, פליז טו אונז א טובה, און זיך עס אויף, און שטעל ארויף.
די בענקעניש איז נישט צום אויסהאלטן!

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג אפריל 30, 2018 11:47 pm

געהערט היינט פון א איד וואס איז געווען אין בארא פארק אויף שבת מיט'ן קרעטשניפער רבי, דארט האט האט ער מעורר געווען די בחורים אז מען זאל זאגן די קידוש אויף די קרעטשניפע נוסח, צולייגנדיג בצחות לשונו, אז אויב מען וועט אזוי טוהן, קען מען זיין זיכער אז דאס וועט זיין די איינציגסטע חסרון וואס זיין שווער וועט טרעפן אין אים... ער וועט שוין עפעס אנדערש נישט טרעפן... און האט אנגעהויבן צו זאגן די נוסח ושבת קדשיך איי ושבת קדשיך וגו', און פלוצלינג זעהט ער ווי עס גיסט זיך טרערן פון זיינע אויגן מחמת גרויס התרגשות.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

בראד שינער
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 15, 2018 6:54 pm

תגובהדורך בראד שינער » דינסטאג מאי 01, 2018 12:08 am

די רבי זי"ע האט איינמאל פארציילט, עס איז געווען א איד ער האט געהייסן ר' משה טויב ע"ה, וואס האט געוואוינט אין שטאט כפר עטה, ער פלעגט זיצן אין הארעווען זיבצן אכצן שעה א מעת לעת, אבער ער איז געווען אין זיינע אויגן אזוי ווי בלאטע, מען פלעגט קומען פארקויפן אייז, פאר די איינווינערס, אין שטאט, פלעגט שטיין אין די שורה, זייער מיט א פשטות.
און די לעצטע יארן זיינע, פלעגט ער קומען דאווענען, א יעדן טאג מיט רבי'ן ז"ל מנין שחרית, און נאכן שחרית פלעגט לערנען חק לישראל, עס איז געווען זייער א אלטע נאר מיט רש"י אותיות.
ווען ער איז נפטר געווארן, האט אים די רבי זי"ע געזען אין חלום, און ער פרעגט אים ר' משה, וויאזוי זענט איר דארטן אדורך, האט ער ארויס גענומען דעם חק, און ווייזט פאר רבי'ן, דאס האט מיך געראטוועט.
והוסיף רבינו זי"ע, א מענטש וואס געווען אנגפילט מיט תורה און יראת שמים, א חסיד א עניו, אבער די חק האט אים געראטוועט.

בראד שינער
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 15, 2018 6:54 pm

תגובהדורך בראד שינער » דינסטאג מאי 01, 2018 12:22 am

דער רבי זי"ע האט פארציילט, איינמאל איז געקומען צום סאטמאר רבין זי"ע, א קרובה וואס אויך געווען א יתומה ל"ע,
האט דער סאטמאר רב געזאגט, פאר יעדן איד האט ער אהבת נפש, ולקרוב אסאך מער, און אויב ער גייט אויפ'ן אייבערשטן וועגן, איז דער אהבה בלי שיעור וערך.

איך בין א יוד
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 2:01 pm

תגובהדורך איך בין א יוד » דינסטאג מאי 01, 2018 2:56 pm

זייער א שיינע ניגון, די רבי זי"ע פלעגט עס זיגנען מידי שבת בשבתו, ביים טיש פרייטאג צינאכטס.
און די דאווענען איז דאך אין לשער ואין לתאר, יישר כוחכם,

איינער האט אפשר א בילד פון די לויה ?

המתבודד בין הבריות
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 04, 2013 7:30 am

על הכל

תגובהדורך המתבודד בין הבריות » מיטוואך מאי 02, 2018 10:47 am

פשש, יש"כ דערמאנט זיסע צייטן ביי די טישן
בהיות שאין אדם יודע עיתו...

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1448
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » זונטאג מאי 06, 2018 6:17 pm

בראד שינער האט געשריבן:האדמ"ר מנדבורנא חדרה זצ"ל ויבלח"ט אדמו"ר מסאטמאר שליט"א

די לעצטער לינקס וואס שטייט איז אדמו"ר מקרעטשניף סיגוט שליט"א ?

מודה ומהלל
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 25, 2018 10:52 am

תגובהדורך מודה ומהלל » מאנטאג מאי 07, 2018 2:59 am

אדער יא האט געשריבן:
בראד שינער האט געשריבן:האדמ"ר מנדבורנא חדרה זצ"ל ויבלח"ט אדמו"ר מסאטמאר שליט"א

די לעצטער לינקס וואס שטייט איז אדמו"ר מקרעטשניף סיגוט שליט"א ?

נכון.
ולידו עומד רבי אלתר כהנא מזידיטשוב ירושלים זצ"ל.

אוועטאר
זעליג
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 26, 2008 4:35 am

תגובהדורך זעליג » מאנטאג מאי 07, 2018 3:51 am

ובתווך עומד המשב"ק ר' שמחה הערשקאוויטש שליט"א, (קרעטשניף א גיטן...)

משה ברמן
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 1:47 pm

תגובהדורך משה ברמן » דינסטאג מאי 08, 2018 8:06 pm

מזל"ט לאירוסי נינו עם נכדת רבי סענדר ארלנגער לרפו"ש

בראד שינער
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 15, 2018 6:54 pm

תגובהדורך בראד שינער » מאנטאג יולי 23, 2018 11:39 am

כתר ישועה האט געשריבן:ס'איז דא אפאר שמועס חיצוניות וד"ל וואס אנדערע גופים האבען צו געקלעיבט בנוגע דעם היסטורי' פון הרה"ק מוהרנ"ח פון בראדשין זי"ע הי"ד.
יאך האב גיהערט א שמועס' פון דעם היינטיגען קרעטשניפער רבי שליט"א פון עיה"ק ירושלם ת"ו וואס ער האט פארציילט וועגען דאס טרעפין דעם ציון פון זיין זיידער הרה"ק ר' ניסן חיים זי"ע (אגב, דער הינטיגער רבי הרה"צ ר' ניסן שליט"א הייסט טאקער נאכ'ען זיידען זיינער. חיים הייסט ער נישט וועגן זיין זיידען פון מאמע זייט האט גיעלעבט הוא הרה"צ ר' חיים מרדכי ר"ב זצ"ל דער נאדווערנער רבי פון בני ברק). ס'האט דאס געטראפן א לויבאוויטשער חסיד וואס ווינט בשליחות דיכט זיך מיר און בראדשין ע"פ עדויות פון זקני המקום. דעם חבדסקער האט געלאזט רופן דעם רבי'ו זי"ע וועגען שמועס וואס ער הערט ארום דעם. און לאחר חקירה ודרישה כדבעי איז טאקער נתגלה געווארן מקום קבותו. די שמחה וואס האט זיך דאמאלטס געטראפן ביי רבינו הקדוש איז אין לשאר ואין ניתן לתאר על הכתב. דער רבי איז גליך ארויס געפארן צו דעם שטאט אינאיינעם מיט זיין עלסט'ען קינד ממלא מקומו שליט"א און מהאט דארט געטרונקען לחיים באנפין נהירין. ר' ניסן שליט"א האט פארציילט נאך וועגען דעם און אויך די מעגליכקייט פון די לעבן באתר דנן במעלת ושבחת החסיד לויבאוויטש הנ"ל, אבער ווען יאך ועל אי"ה האבן צייט. יעצט איז ערב פסח און הזמן דחוק מאד.
העב א נייס דעי!



אפילו עס איז שוין אריבער אפאר שיינע יארן, קענט איר נאך יעצט משלים זיין,[align=center][/align]

בראד שינער
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 15, 2018 6:54 pm

תגובהדורך בראד שינער » מאנטאג יולי 23, 2018 12:54 pm

בדרך אגב, האב איך גהערט, אז רבי ניסן חיים זי"ע איז געקומען אין חלום בשנת תשנ"ח, צו זיין זון רבינו הק' און פאר געהאלטן פאר וואס מאכט ער נישט, קיין מציבה אויף זיין ציון, האט רבינו הק' געפרעגט טאטע איך ווייסט נישט דיין מקום מנוחתו, האט ער אים מגלה אז ליגט באהאלטן אין שטאט סטאניסלוב, אין דער רבי זי"ע איז געווארן זייער אויף געשוידערט.

און נאך יענעם תקופה, האט די אינטער גענומען די שווערע נסיעה צי דעם ווייטן אוקראיינה מיט די צובראכענע שטארזן, און מיט א טראנספארטציע וואס זייער שווער ארום צופארן, מען איז ארויס געפארן פון ירושלים עיה"ק, בשעטמו"צ, קודם איז מען געווען קיין אנטווערפן צו זיין אויף שבת, און פון דארטן, איז דער רבי ז''ל געפארן דורך קיוב לופטפעלד, עס האבן זיך משתתף געווען הרה"ח רבי מרדכי קורלאנד משב"ק. און ער געווען די דאלמיטשער (מתרגם בלע"ז).

און זיין חשובע אייניקל הרה"ג רבי יחזקאל שרגא ראזענבוים שליט"א. און נאך איינער א אדם חשוב, פון אנטווערפן. סך הכל איז געווען פיהר מענטשן. און מען צו געפארן קיין סטאסנילוב. אין מען איז איינגעשטאנען ביים ארטיגן רב הרה"ג ר' משה לייב קולסניק שליט"א. וואס ער וואוינט נאך איצט דארטן.

און ער האט פארציילט. פארן רבי ז''ל אז ער גובה עדות געווען פון אנשים נאמנים , אז מען האט דעפאטירט אלע אידן פון בראדטשין קיין סטאסנילוב לאגער, און יעדער וואס דארט אנקומען איז ליידער אומגעקומען געווארן. אבער די טאטע ז"ל האט מצליח געווען צו אנטלויפן. אין שטאט סטאניסלוב, און האט זיך באהאלטן אין א בונקער פאר דריי יאר. מיט געציילט'ע אידן. און נעבן דעם בונקער אביסל ארויפציר. איז געווען באהאלטן און אנדערע בונקער נאך דרייסיג אידן. עס איז געווען אין געגנט פון די הויף וואס עס געווען די הויז פון זיין פעטער הרה"ג רבי חיים'ל זצ"ל, וואס האט אנגפיהרט א חצר א ישיבה מיט א קהילה,

און דער טאטע האט געלעבט ביז די סאוויעטין זענען אריינגומען צו אייננעמען די שטאט פון די דייטשן ימ"ש. מען האט געמיינט אז די מלחמה איז שוין געעדיקט. אבער נאך אפאר וואכן האבן די דייטשן צירוק איבער גענומען די שטאט. פאר נאך אפאר חדשים. און יענעם ווינטער בשנת תש"ד. איז ער קראנק געווארן איז ער ל"ע נפטר לשמי מרומים. איז רבי משה לייב ממשיך . אז ער האט געהערט פון כמה וכמה אנשים. וואס זיי האבן זיך מטפל מיט די קבורה . איז זיין האבן מיט מסירת נפש. עס איז נאך געווען א סכנה ארויס צו גיין אויף די גאס. און זיין האבן באערדיגט בכבוד הראוי, ת"ח שמת הכל קרוביו, אבד"ק קהילת עיר בראדטשין, ביים חלקת הרבנים אינעם שטאט סטאניסלב בית החיים.

די רבי ז''ל איז ארויף צוזאמען צום בית החיים מיט אים. און ער האט אנגעצייגט בערך די מקום מנוחתו. און די רבי האט אויסגעברעכן אין ביטערן געוויין. מיט די בכיות נראות האבן מיט געוויינט אלע ארומיגע.

עס איז געווען א מחזה נורא אפילו עס ידוע אז די רבי איז א בעל בכי אבער דאס מאל. האט יעדער מיט געוויינט מיט שטורמעליכע געוויין. און די רבי האט אויסגבורכן מיט דברי הספד לקיים .... און איבער געבעטן די טאטע ז''ל כבן המתחטא לאביו אז ער האט נישט געהאט קיין מנוחה ביז יעצט.

פון די רעביצין מיט די קינדער איז נאך נישט קלאר. ביז יעצט וואס האט פארסירט צו זיי. קיין איינער ווייס נישט פאר זיכער צו זיי זענען אומגעקומען על קידוש השם .
לעצט פאראכטן דורך בראד שינער אום מאנטאג יולי 23, 2018 5:23 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

בראד שינער
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 15, 2018 6:54 pm

תגובהדורך בראד שינער » מאנטאג יולי 23, 2018 1:20 pm

הרהק רבי ניסן חיים זצ"ל אבדק"ק בראדשין
צוגעלייגטע
123.jpeg
123.jpeg (161.72 KiB) געזעהן 314 מאל

בראד שינער
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 15, 2018 6:54 pm

תגובהדורך בראד שינער » מאנטאג יולי 23, 2018 1:22 pm

מציבת זכרון
צוגעלייגטע
456.jpeg
מציבת זכרון
456.jpeg (357.96 KiB) געזעהן 308 מאל

בראד שינער
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 15, 2018 6:54 pm

תגובהדורך בראד שינער » מאנטאג יולי 23, 2018 1:36 pm

די מציבה זכרון איז ליידער שוין צובראכן .
צוגעלייגטע
IMG-20180723-WA0021.jpg
IMG-20180723-WA0021.jpg (504.85 KiB) געזעהן 297 מאל
IMG-20180723-WA0020.jpg
IMG-20180723-WA0020.jpg (678.9 KiB) געזעהן 297 מאל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט