רבי יהוסף ראטטענבערג זצ"ל בעל בני שלישים מקאסאן, כ"ג חשוון

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

פון אינעווייניג
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 22, 2008 9:00 pm

תגובהדורך פון אינעווייניג » דינסטאג נובעמבער 25, 2008 9:41 pm

תמונה מר' מנחם בראדי בעל באר מנחם שמצאתי בין גנזי
צוגעלייגטע
kaliv2.jpg

פון אינעווייניג
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 22, 2008 9:00 pm

תגובהדורך פון אינעווייניג » דינסטאג נובעמבער 25, 2008 9:49 pm

מציבת הרבי הראשון מקאסאן, זהו המצבה הראשונה, ואחר השואה החליפו המצבה בעשרות טעותים ל"ע
צוגעלייגטע
matziva.jpg

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » דינסטאג נובעמבער 25, 2008 9:57 pm

כבוד הרב פון אינעווייניג
כ"כ שלום אליכם, ס'איז מיר א גרויס כבוד אז דיין ערשטע תגובה איז געוואנדען צי מיר, יהי בואכם לברכה פון אינעווייניג און פון אויסעווייניג,
אויב איר האט גיט געזעהן מיין פריערדיגע תגובה, האב איך פשוט מעתיק געווען איינעמס הערות וואס ער האט מיר געשיקט אין אישי, און דאס איז נישט געוועהן מיינע רייד,
איך בין פולקאם מיט דיר, און איך ווייס אויך וואס דארט איז געוועהן, און נאך ווי עס איז געוועהן, אבער עס פעלט נישט אויס מאריך צי זיין אין דעם, וד"ל

כבוד הרב אלעס בייז
כ'האב הנאה אז די די ווילסט נישט אריינגיין אין די נושא, אבער עפעס האסטי פארט אריינגעווארפען, וויל איך דיר זאגען אז אויב די ווילסט וועלמער אריינגיין אין א שמועס פינקליך וועם ס'פאסט און וואס ס'פאסט.......
יעצט זיי נישט ברוגז די בני שלישים איז קלאר נישט געוועהן קיין תלמיד פינעם יטב לב, ער איז געפארען צי אסאך רבי'ס אבער א תלמיד איז ער געוועהן נאר פון די אויווענדערמאנטע, און דרך אגב האט אים די יטב לב זייער מעריץ געוועהן, כמובא למעלה כמה פעמים
און וועגען די קדושת יו"ט שטימט זייער וואס יענער האט געשריבן, ווער ס'איז אביסעל באקאנט, און דעס וואס ער זאגט 'מעולם' איז א שטארקע אויסדריק וואס איך שרייב אזוי נאר ווען איך בין 100 פערצענטיג, אבער אז די ביזט אזוי זיכער ווי די שרייבסט 'פונקט פארקערט', אדרבא! זאג אונז אויס ווען ער איז צי אים געפארען, מיר אלע דא וואלטען הנאה געהאט פון דיינע ידיעות....
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מיטוואך נובעמבער 26, 2008 5:01 am

ר' יעקל, א ריזיגן שקויעח, כ'קען נישט יעצט מאריך זיין, אבער כ'אף שפעטער אין טאג אדער מארגן צו האבן מער צייט און אביסל מער מאריך זיין

כבוד הרב פון אינעוווייניג, מ'האט גראדע פאר צוויי דריי חדשים צוריק געשטעלט א נייע מציבה (ע"י השתדלותו של האדמו"ר מ'קאסאן ב"פ) און די נייע מציבה איז געמאכט געווארן אקוראט לויט די אלטע, ממש די זעלבע.

און נישט נאר א נייע מציבה, נאר אויך א הערליכע נייע אוהל, ממש א פראכט, כ'על טרייען צו שאפן אפאר בילדער דערפון.

ע"כ פאר יעצט
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25441
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:34 am

איך וויל דא נאכאמאל עפנטליך באדאנקען בשם כל החברים פאר אלע אידן וועלכע האבן זיך מטריח געווען צו ברענגען חומר און מסמכים וועלכע האבן צוזאמען בייגעשטייערט צו דעם הערליכען אשכול בין כותלי בית מדרשינו, דער אשכול איז פון די שפיגעלעך פון אונזער פלאץ עסאיז א סימבאל פון אהבה ואחדות, א מוסטער פון גוטהארציגקייט ווען אידן פארגינען איינער דעם צווייטן, ישלם ה' פעלכם הטוב ויהי חלקינו עמכם.

איך וויל אויסדרוקן אן עקסטערע דאנק פאר ר' יעקל פוקס הי"ו וועלכע האט זוכה געווען צו זיין דער מתחיל במצוה ומגלגלין זכות ע"י זכאי, ואתו עמו החברים החשובים הנקובים בניקותם ה"ה; טהור-עינים, בן-בוזי, פון-אינעווייניג, יאסל, ר' שמחה, שטיקל-גבאי כולם אהובים כולם ברורים, ואבקש סליחה ממי ששכחתי שמו ואתכם הסליחה.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מיטוואך נובעמבער 26, 2008 10:06 am

יעקעלע פוקס האט געשריבן:
כבוד הרב אלעס בייז
כ'האב הנאה אז די די ווילסט נישט אריינגיין אין די נושא, אבער עפעס האסטי פארט אריינגעווארפען, וויל איך דיר זאגען אז אויב די ווילסט וועלמער אריינגיין אין א שמועס פינקליך וועם ס'פאסט און וואס ס'פאסט.......
יעצט זיי נישט ברוגז די בני שלישים איז קלאר נישט געוועהן קיין תלמיד פינעם יטב לב, ער איז געפארען צי אסאך רבי'ס אבער א תלמיד איז ער געוועהן נאר פון די אויווענדערמאנטע, און דרך אגב האט אים די יטב לב זייער מעריץ געוועהן, כמובא למעלה כמה פעמים
און וועגען די קדושת יו"ט שטימט זייער וואס יענער האט געשריבן, ווער ס'איז אביסעל באקאנט, און דעס וואס ער זאגט 'מעולם' איז א שטארקע אויסדריק וואס איך שרייב אזוי נאר ווען איך בין 100 פערצענטיג, אבער אז די ביזט אזוי זיכער ווי די שרייבסט 'פונקט פארקערט', אדרבא! זאג אונז אויס ווען ער איז צי אים געפארען, מיר אלע דא וואלטען הנאה געהאט פון דיינע ידיעות....


אלץ בחור האט ער געלערנט אין די סיגוטע ישיבה, ווי ער איז געווען פון די (אדער די) גרעסטע עלויים, סהאט דארט געהערשט א .... , ווייל די סיגוטע בחורים האבן געשפירט פאר פליכט צו פייניגן איינעם וואס קען שטעלן אין שאטן איינעם פון זייער רבינס קינדער.

שוין אלץ רבי איז אמאל געפארן אויף א שבת אין סיגוט, פרייטאג נאכמיטאג נאכן אנקומען איז ער געגאנגען באזוכן ביים קדושת יו"ט, האט מען אים געלאזט ווארטן אינדרויסן פאר א לאנגע צייט.

דאס איז געווען א שטארקע פגיעה בכבוד, פארן בני שלישים, נאך א שעה ווארטן האט ער זיך אויפגעהויבן און געפאקט פעק און אוועקגעפארן פון סיגוט, היות עס איז שוין געווען נאנט צו שבת, איז ער צוגעפארן צום דערנעבנדיגן שטאט ספינקא, ער איז געווען שבת בצל פונעם אמרי יוסף, (כידוע איז געווען א שטיקל ריס צווישן ספינקא און סיגוט), ווי פארשטייט זיך האט עס זייער פארדראסן פאר די סיגוטער חסידים, זינט דאן האט זיך אנגעקניפט דער קשר פון קאסאן צו ספינקא.

סקען זיין וועגן דעם ביזטו אזוי זיכער אז דער בני שלישים איז נישט געפארן צום קדיו"ט, ער געפארן אבער אויף שבת איז ער טאקע קיינמאל נישט געווען.

כהאב מקצר געווען צילוב פארשטענליכע סיבות, ואם הארכתי יותר מדי נא להודיע
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4600
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך נובעמבער 26, 2008 12:41 pm

כבוד הכותבים היקרים שי',
צום אלעם ערשט א גוט מארגן פאר מיינע אלטע פריינד ר' יעקעל, מיללער, טהור עינם, שטיקל גבאי, ר' שמחה, דערנאך ברייטער שלום עליכם פאר די נייע פריינד דאהי אין בית המדרש דקהל חסידי קאסאני ה"ה ר' אלף בית ומשנהו ר' פון אינעווייניג ברוכים הבאים בשם ה' מיר האפן איר וועט הנאה האבן, קאווע איז דא אין קאווע שטוב, דער מקוה איז אונטען, בראנפען איז אבער דא אין גאנצן בית מדרש, להרחיב פי ולמלאהו,

און יעצט כדרכי אפפרעגן און אפווענדן מעיר זיין אבער גלייכצייטיג אויך מאיר זיין בענינים העומדים על הפרק: וזה החלי בעז"ה,

יעקעלע פוקס שרייבט האט געשריבן:ב, הבני שלשים היה תלמידם של א, מהרי"א מזידיטשוב, ב, הדברי חיים מצאנז, ג, מהרא"צ מקאמארנא, אמנם הכיר גם את מהרי"א מקאמארנא אבל לא היה תלמידו. (ראה הקדמת ה"חקל יצחק" על האמרי יוסף על התורה, שכותב שצריך להיות לכל אחד ג' רבי'ס, ואולי כותב את זה בשם אביו, אינני זוכר כעת בע"פ).
ג, הוא לא היה תלמידו של הייטב לב, רק נסע אליו כמו גם לצדיקים נוספים שלא היה תלמידם, אמנם זכה אצלו לקרבה יתירה ואף הסמיכו לנהוג עדתו אבל לא בתור תלמידו.
ה, את הרבנות בטאהש העביר לגיסו ה"באר מנחם" כנדוני'ה ולא כדרשה גישאנק (עבודת עבודה לאדמו"ר שליט"א מטאהש), וכבר אז התנה עמו שכאשר יגדל הילד ויהיה ראוי לאותו איצטלה יעביר את הרבנות אליו מדין ירושה וכך אכן עשה.
ו, (אגב ר' אלימלך עבר לגור בטאהש בהיותו בן כ"ב בשנת תרמ"ז ואילו רבו המהרא"צ הסמיך אותו לאדמו"רות בשנת תרנ"ח לפני פטירתו – וסיפור המכתב וה"פאליטיק" לא היה ולא נברא למיטב ידיעתי).
ז, הבני שלשים לא נסע מעולם לקדושת יו"ט.
ח, ר' משה קרויס ראש הקהל ד'מאדע, לא חיכה לעת זקנתו אלא כבר בתחילת שנות ישיבתו של הבני שלשים בקאסאן כבר בא לבקש מחילה והפך לאחד מחסידיו הגדולים.
ט, ר' נטע היה הויז בחור אצל השרף מטאהש מהרמ"פ זי"ע ונשאר גבאי אצל כל אדמו"רי קאסאן עד לאושוויץ.
יא, מכאן גם הסיבה שכל יוצאי חלציו הנותנים את השם יוסף גם אם על שם מישהו אחר מוסיפים את הה'.

האור מלא
ג, האור מלא היה צעיר מר' משה שמואל מקליינווארדיין, אבל גדול מר' מנחם יו"ט (ר' מענדלע) מקאלוב-נאפקור.
ו, האור מלא היה כמה פעמים במונקאטש על שבת (ופעם גם עם אחיו-חותנו) אצל מהרי"ד מבעלזא.

ר' משה שמואל מקליינווארדיין
א, רמ"ש הגיע לארה"ב פעמיים (ולא כפי שנכתב כמה פעמים), פעם ראשונה בשנת תרפ"ד בלי בנו רפ"ש, בנו רפ"ש הגיע מאוחר יותר באותו שנה ביום ט"ו אלול תרפ"ד.
ב, פעם שני'ה הגיע לארה"ב כאמור בסוף תרצ"ה ומאז נשאר כבר בארה"ב ובתרצ"ו עבר ללוס אנג'לס, ונפטר בשנת תש"ו ביום ט"ז אייר, ושמנ"כ.

ר' פינחס שלום בן ר' משה שמואל הנ"ל
ו, שבוע לפני פטירת מהרי"ד מבעלזא זי"ע הגיעה הרבנית לבעלזא ולמרות שכבר לא קיבל אז נשים, הרשו לה להיכנס על פי הוראת מהרי"ד ואז הבטיח לה גם שתקים דורות ישרים ומבורכים בארה"ב וגם בירך בשבילה "טיכל".


דער בני שלשים האט זיך בעצם יא געהאלטן א שטיק צייט פאר א חסיד פונעם ייטב לב, מיין זיידע האט פארציילט אז דעריבער איז ער געגאנגען דעמאלטס מיט א געקעסטעלטע עטרה כמנהג סיגוט אנדערש ווי ס'איז דער מנהג זידיטשוב צו גיין מיט א געפלאכטענע (דאס קען מען אויך אריינשרייבן אינעם 'עטרות אשכול') שפעטער ווען ער האט געהאט די רדיפות פון סיגוט האט ער מחליט געווען אז אויב איז ער מילא נישט קיין היימישער דארט א"כ למה זה אנכי און ער האט זיך צוריק אנגעטוהן דעם געפלאכטענע עטרה.

בנוגע דאס וואס דער קאלובער רב האט איבער געגעבן דאס רבנות אין טאהש איז צוליב דעם וואס דער קאלובער רבנות איז געווען א בעסערע און דעמאלטס איז אוועק דער קאלובער רב ר' אלעזר לעוו מחבר ספר פקודת אלעזר און אז מען האט עס אנגעטראגן פארן באר מנחם האט ער דאס גערן אנגענומען, איבערלאזנדיג דערביי דעם טאהשער רבנות פאר זיין שוואגער.

דאס וואס מ'שרייבט אז דער קאסאניער רב איז נישט געפארן קיינמאל צום קדושת יו"ט איז נישט אמת, אמאל איז דער קדושת יום טוב געקומען קיין מאדע און דער קאסאניער רב איז דעמאלטס געווען אוועק אין באד, איז ער ספעציעל געקומען אהיים צו פארן.

בדרך אגב: אין ספר פאר יוסף ווערט געברענגט און אזוי האט מיין זיידע פארציילט: דער קאסאניער רב איז געווען ביים אמרי יוסף אויף א שבת אין יאהר תרמ"ג און יענעם שבת איז דער צמח נסתלק געווארן, דער אמרי יוסף האט דאס מרגיש געווען און ער האט נישט געלאזט אז מען זאל זינגען ביי די סעודה.

ר' נטע ווייס קען נישט זיין אז ער איז געווען גבאי ביים ערשטן טאהשער רב רמ"פ ווייל ר' נטע איז געהרג'ט געווארן אין אושוויץ תש"ד און דער טאהשער רב איז נסתלק געווארן 72 יאר בעפאר און תרל"ג ממילא איז דאס נישט מסתבר.

דער סדר פון די קינדער ביים קאסאניער רב איז געווען 1] ר' חיים שלמה 2] ר' משה שמואל 3] ר' ישראל צבי בעל האור מלא 4] ר' מאיר שלום (זוגתו ממשפחת שאהנפעלד נכד הבני יששכר, ער איז נסתלק געווארן ה' שבט תרע"ט ומנו"כ אין קליינווארדיין סמוך למנוחת זקיני ר' שלמה ארי' הכהן מאנדל ע"ה) 4] ר' יו"ט מנחם (ר' מענדעלע, ער האט חתונה געהאט זומער תרע"א).

דער אור מלא איז קיינמאל נישט געווען קין מונקאטש ביים בעלזער רב מטעם הידוע והמובן, געווען איז ער אין ראצפערט ביים רב, אין יאר תרע"ה אדער תרע"ו איז ער געווען צוזאמען מיטן ברודער ר' חיים שלמה אויף שבת חנוכה, דער אור מלא האט געדאוונט שחרית פארן עמוד, ווען זיי זענען אריין צום רב שלום נעמען האט דער רב געפרעגט פון ר' חיים שלמה א קשיא פארוואס מען צינדט די נר חנוכה פאר די נר של שבת, און דער ברודער דער אור מלא האט געענטפערט זייער א שיינע תירוץ.

בנוגע דער מעשה אז ר' פנחס שלום'ס רעבעצין איז געווען ביים בעלזער רב און דער רב האט איר אנגעוואונטשן, איז אינטערעסאנט צו שרייבן אז ווען ר' ישראל'טשע איז געווען אויף שבועות תשי"ז ביים בעלזער רב ז"ל אין ארץ ישראל (דאס לעצטע שבועות ביים רב) איז ער דעמאלטס איינגעשטאנען ביי מיין זיידן האט ער דעמאלט פארציילט אז ער האט געזאגט פארן רב ז"ל דער מעשה מיט זיין מאמע האט דער רב דאס מאשר געווען און געזאגט אז ער געדענקט דאס.

בנוגע דער מחלוקת אין מאדע קען איך נישט אריינגיין משום כבוד ווייל מיין זיידע ר' מרדכי דער שוחט אין מאדע ארום איהם האט זיך געדרייעט די מלחמה ממילא לאז איך עס איבער פאר אנדערע.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מיטוואך נובעמבער 26, 2008 12:48 pm

בן בוזי האט געשריבן:בנוגע דער מחלוקת אין מאדע קען איך נישט אריינגיין משום כבוד ווייל מיין זיידע ר' מרדכי דער שוחט אין מאדע ארום איהם האט זיך געדרייעט די מלחמה ממילא לאז איך עס איבער פאר אנדערע.

פאר די זעלבע סיבה גלייך איך אויך נישט צו רעדן דערפון.
הגם אלץ סאטמארער וואלט איך געדארפט גערעכט געבן פאר די אנדערע צד, נאר צילוב משפחה נגיעות פרוביר איך שטארק צו פארענטפערן דעם קאסאניער רבי'ן
לעצט פאראכטן דורך אלף בית אום מיטוואך נובעמבער 26, 2008 12:51 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4600
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך נובעמבער 26, 2008 12:50 pm

מזל טוב זעמיר קרובים
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מיטוואך נובעמבער 26, 2008 12:53 pm

ברוך תהי',
איך בין נישט קיין אייניקל פון רבי מרדכי נאר פון רבי דוד מנשה ראטטענשטיין
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4600
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך נובעמבער 26, 2008 12:59 pm

איך האב געמאכט א שטיקל טעות נישט אז ארום ר' מרדכי האט זיך געדרייט דער מחלוקה נאר אז ער איז געווען דער קרבן פון די מחלוקה,

דהיינו אז ווען דער אלטער קאסאניער רב איז צוליב די רדיפות אין מאדע געפארן וואוינען קיין דעברעצין האט ער נאך אלס געהאלטן אז דאס רבנות אין מאדע איז נאך אלס זיינס, און אז דער שוחט דארף נאכאלץ ווייזן דעם חלף פאר איהם, אבער די קהלה האט דעמאלטס אויפגענומען אלס רב אין מאדע ר' שמואל בראך (מחותן למשפחתי) וועלכע איז געווען דעם מהר"ם שיק'ס א תלמיד, דער ארטיגער רב האט געטענה'ט אז דאס רבנות איז זיינס און דער שוחט דארף איהם ווייזן דעם חלף, מכאן ואילך היסטאריע
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מיטוואך נובעמבער 26, 2008 1:05 pm

דער מרכי איז טאקע נאר געווען דער קרבן, אבער צוליב אים איז די מחלוקה אויפגעפלאמט געווארן
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » מיטוואך נובעמבער 26, 2008 3:10 pm

כבוד אלעף שליט"א

כאב מיך געגרייט דיך אנצעגיסען מיט א טאפ הייס וואסער, אבל מנעתי א"ע משום שלשה סיבות

#1 כ'בין אריינגעקומען אן געזעהן מיללער'ס ארטיקעל, איז משום כבודו האב איך מיך געמיזט בארואיגן
מיללער האט געשריבן:איך וויל דא נאכאמאל עפנטליך באדאנקען בשם כל החברים פאר אלע אידן וועלכע האבן זיך מטריח געווען צו ברענגען חומר און מסמכים וועלכע האבן צוזאמען בייגעשטייערט צו דעם הערליכען אשכול בין כותלי בית מדרשינו, דער אשכול איז פון די שפיגעלעך פון אונזער פלאץ עסאיז א סימבאל פון אהבה ואחדות, א מוסטער פון גוטהארציגקייט ווען אידן פארגינען איינער דעם צווייטן, ישלם ה' פעלכם הטוב ויהי חלקינו עמכם.

איך וויל אויסדרוקן אן עקסטערע דאנק פאר ר' יעקל פוקס הי"ו וועלכע האט זוכה געווען צו זיין דער מתחיל במצוה ומגלגלין זכות ע"י זכאי, ואתו עמו החברים החשובים הנקובים בניקותם ה"ה; טהור-עינים, בן-בוזי, פון-אינעווייניג, יאסל, ר' שמחה, שטיקל-גבאי כולם אהובים כולם ברורים, ואבקש סליחה ממי ששכחתי שמו ואתכם הסליחה.

פארשטייסט, יעצט טייל פעטש, ס'גייט שוין נישט מיטן זעלבן קראפט.

#2 האבען מיר געקלערט לויט ווי עס קיקט אויס, וועסטי רעדען נאך אביסעלע און די וועסט עס אליין מסדר זיין (פארוואס דארף איך זיין די באגי מען)
און... ס'האט נישט לאנג געדויערט
אלף בית האט געשריבן:......הגם אלץ סאטמארער וואלט איך געדארפט גערעכט געבן פאר די אנדערע צד, ......

זאג נאר מיין פריינט, איך דארף עפעס מוסיף זיין???

#3 זע איך אז די ביסט א בנש"ק, נא האסט געהאט חשוב'ע זיידעס.....


כבוד ר' בן ביזי שי'
בן בוזי האט געשריבן:.......דאס וואס מ'שרייבט אז דער קאסאניער רב איז נישט געפארן קיינמאל צום קדושת יו"ט איז נישט אמת, אמאל איז דער קדושת יום טוב געקומען קיין מאדע און דער קאסאניער רב איז דעמאלטס געווען אוועק אין באד, איז ער ספעציעל געקומען אהיים צו פארן....

ליין ווארט ביי ווארט וואס די שרייבסט
דאס אז ער איז אהיימגעקומען פון באד לכבודו מיינט ביי דיר אז ער איז געפארען צום קדושת יו"ט אויף שבת, זאג איך גארנישט, ווי אויך דיין קאזען פון די אלעף בייס, זאגט אז ער האט נאר פרובירט אבער עס איז נישט אנגעקומען דערצו.
און לגבי דעם יטב לב, קיק וואס איך ברענג, און קיק וואס די זאגסט דערויף
יעקעלע פוקס האט געשריבן:.....ג, הוא לא היה תלמידו של הייטב לב, רק נסע אליו כמו גם לצדיקים נוספים שלא היה תלמידם, אמנם זכה אצלו לקרבה יתירה ואף הסמיכו לנהוג עדתו אבל לא בתור תלמידו.....

בן בוזי האט געשריבן:...דער בני שלשים האט זיך בעצם יא געהאלטן א שטיק צייט פאר א חסיד פונעם ייטב לב, מיין זיידע האט פארציילט .......

בקיצור, איך זאג אז ער איז נישט געוועהן קיין תלמיד, און די זאגסט אז ער איז יא געוועהן א.......חסיד,
דרך אגב- די מעשה וואז דיין זיידע זאגט קיקט מיר ענדערש אויס אז עס קימט פון דיין באבע, על כגון דא אומרת ' א באבע מעשה'
איך פרעג נישט אפ ווייל איך בין זיכער אז נישט אבער עס לייגט זיך שווער אויפן שכל, א קדוש וטהור מיט א מוח שאין דוגמתו וואס ליגט כל כלו אין קבלה וכו' און זייענדיג א זידיטשוב'ער אייניקעל זאל ער אנטוהן א סיגוט'ע עטרה ווייל ער איז געפארען צי אים, אדער ווייל ער איז געוועהן זיין חסיד
נאכאמאל לאמער איבער'חזר'ן, די דארפסט דאס גלייבען ווייל דיין זיידע האט אזוי געזאגט, אבער מיר איז עס שווער אנצינעמען, אבער איך פרעג פארט נישט אפ ווייל איך בין נישט 100 פערצענט....
בן בוזי האט געשריבן:.......בנוגע דאס וואס דער קאלובער רב האט איבער געגעבן דאס רבנות אין טאהש איז צוליב דעם וואס דער קאלובער רבנות איז געווען א בעסערע און דעמאלטס איז אוועק דער קאלובער רב ר' אלעזר לעוו מחבר ספר פקודת אלעזר און אז מען האט עס אנגעטראגן פארן באר מנחם האט ער דאס גערן אנגענומען, איבערלאזנדיג דערביי דעם טאהשער רבנות פאר זיין שוואגער.........

יא יא , אבער פון... און ביז.... האט פאסירט פארשידענס. אבער מיר זענען שטיל, ווייל והוי זהיר בגחלתן!!

מיר האבען נאך אסאך הערות, סיי אויף דיינע ווי אויך אויף ר' אלף בית'נס, אבער די צייט איז נישט מספיק היצט, ואי"ה עוד חזון למועד
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4600
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך נובעמבער 26, 2008 3:18 pm

יעקעלע, הוי זהיר בגחלתי, איך וועל זיך נאך פאררעכענען
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » מיטוואך נובעמבער 26, 2008 3:20 pm

ידידי היקר והחשוב
די מיינס אז איך פארמאג נישט קיין גחלים!
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך נובעמבער 26, 2008 4:51 pm

איך האב געהערט פון א איד וואס האט געהערט פון ר' נטע ווייס'נס א זון וואס האט געוואוינט אין טאראנטא נאכן קריג, אז ער ר' נטע'ס זון האט געפונען א קונטרס ביי ..... אין שטוב וואס האט באשריבן דאס גאנצע מחלוקה, אין דאס ערשטע זאך וואס דארט איז געשטאנען איז די מעשה וואס איך האב שוין דא געברענט אין אזוי אויך ר' אלף בית די מעשה אז ער האט איבערגעזאגט דעם שיעור אין וואס דער קונטרס טענה'ט איז געווען דער ערשטער שריט וואס האט געברענגט צי די אנגעצויגענקייט,
אויב די מעשה איז אמת אין ער איז געזיצען ביי א שיעור איז דא א יסוד צי זאגען אז ער איז יא געווען א תלמיד
אזוי אויך האט ער דערציילט די מעשה אז ער איז געפארן צים קדושת יו"ט ווי דער א-ב דערציילט (אין מר' פוקס האט אויך אנהייב אשכול געוויסט דערפון) אין אז מהאט אים דארט נישט אזוי שיין וכו' וד"ל.

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

אלטע מחלוק'תן - לאזט זיי רוען במקומם

תגובהדורך חייקל » מיטוואך נובעמבער 26, 2008 5:19 pm

עס איז זיכער נישט קיין ענין צו גריבלען אין די פארצייטישע מחלוקת'ן וואס זענען (ב"ה) אומגעקומען ווען אזויפיל אידישע נפשות זענען ליידער נעבעך נעקד געווארן על קידוש השם.

כ'האב אמאל געהערט איבער דעם ענין א ווארט פון שני נביאים מתנבאים בסגון אחד -

מאנכע האבן פארגעהאלטן הרה"ק רבי הירשל'ע ספינקא'ר זי"ע היתכן האט זיך אזוי מדבק געווען אין רביה"ק מסאטמאר זי"ע, הלמאי זיין טאטע האט זיך אזויפיל אנגעליטן פון די סאטמארער-סיגוטער חסידים ביי די מחלוקת הידוע אין קראלע.

דאס זעלבע האט מען פון די קאסאניער אייניקלעך פארגעהאלטן דעם טאהשער רבי'ן שליט"א פארוואס ער האט זיך אזוי מדבק געווען צום רבי'ן זי"ע, ווען די טאהשער-קאסאניער גזע האט זיך גוט אנגעליטן פון די סיגוט-סאטמארער גזע ביי די מחלוקת הידוע פון חמ"ס

האבן ביידע דער ספינקא רבי זצ"ל און שיבלחט"א דער טאהשער רבי שליט"א געענטפערט בסגנון אחד
"ס'איז ליידער גארנישט געבליבן פונדערהיים, אלעס איז נעבעך חרוב געווארן, פונקט די מחלוקת זאלן מיר אנהאלטן"
ודפחח"י וש"י
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

פון אינעווייניג
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 22, 2008 9:00 pm

תגובהדורך פון אינעווייניג » מיטוואך נובעמבער 26, 2008 6:55 pm

כבוד "בן בוזי"

דער אמת כ'האב נישט צופיל צייט, נאר וועגן די רבנות פון באר מנחם, וואס איר האט געשריבן, איז לפי ידיעתי אינגאנצן אנדערש, איך וועל פארציילן לויט ווי כ'האב עס געהערט פון די מויל פונעם חוסט-טאשער רבי'ן (בנו של ר' אלימלך מטאש) וואס ער האט געדענקט די מעשה, ער איז דעמאלטס געווען א קינד, און ער האט מיר עס פארציילט ווען איך בין געווען ביי אים אלץ בחור, און כ'האב דעם שמועס אויף א מאשין אויפגעכאפט.

ואח"כ ראיתי בהטאהשער מעשה ביכל כתב גם כן כנוסח הזה, ואני יודע שהכותב של המעשה ביכל שאב מקורותיו מהרה"צ מחוסט-טאש.

דרך אגב, די פאר מאל וואס כ'האב באזוכט ביים חוסט-טאשער, האב איך הנאה געהאט עס האט זיך געגאסן פון זיין מויל חסידי'שע מעשיות פון די קאסניער גזע, ער איז נישט געווען מפורסם ער איז געווען גלוא בבית, ער איז געווען אויך א שטיקל סגי נהר, ער האט געלעבט ממש מיט קאסאני

עכ"פ לקחתי את עטי ועתי להעתיק משם בערך, ונא למחול על טעותים, ואף שעדיין לא נתברר לי נאמנותו של הקונטרס הנ"ל, אבל בהמעשה זה שמעתי כמו כן מהרה"צ מחוסט-טאש.

ווי באקאנט אז ווען ר' משולם פייש איז נתלק געווארן, איז ר' אלימלך נאך דאן געווען א קינד פון 8 יאר, און דער קאסאניער רב האט איבערגענומען דאס רבנות אין טאש, ביז ווילאנג ר' אלימלך וועט גרויס ווערן. און ווען עס איז געווען די שידך פונעם באר מנחם האט דער קאסאניער רב איהם צוגעזאגט אוועקצוגעבן דאס טאהשער רבנות אלס נדן, ווילאנג די שוואגער ר' אלימלך וועט זיין גרייט דאס נעמען (ווייל ר' מיילעך האט נאך די חתונה קודם געוואוינט אין מונקאטש אויף עטליכע יאהר).
דעמאלטס אין שנת תרמ"ג איז דער קאסאניער רב טאקע געווארן אויפגענומען אלס רב אין מאדע, און דער באר מנחם האט דעמאלטס איבער גענומען דאס רבנות אין טאהש.
אין שנת תרס"ב איז דער באר מנחם געווארן רב אין קאלוב, דער אופן וויאזוי עס איז צוגעפירט געווארן אז מען זאל אים אויפנעמען אויף קאלוב איז געווען אזוי.
נאך עטליכע יאר וואס דער באר מנחם איז געווארן רב אין טאהש, איז ר' מיילעך צוריק געקומען וואוינען קיין טאהש נאכדעם וואס ער האט געוואוינט אין מונקאטש פיר יאהר נאך זיין חתונה.
אבער ר' מיילעך איז נישט גלייך געווארן דארט אויפגענומען אלס רב, ווייל דערווייל איז דארט אויפן כסא הרבנות געזעצן דער באר מנחם זצוק"ל, דעריבער, טראץ דעם וואס ר' מיילעך , האט שוין געוואוינט אין טאהש, האט ער אבער געווארט, ביז דער שוואגער דער באר מנחם וועט זיך טרעפן אן אנדערע רבנות פאסטן, און הגם וואס, עס זענען פאר אים געווארן פארגעשלאגן פארשידענע פאסטנס פון גרויסע שטעט, , ווי אויך, עטליכע גרויסע רבנים האבן אים פארגעהאלטן, פארוואס ער נעמט נישט אן קיין רבנות פאסטן. און דערצו נאך אויך זיין שוואגער, דער "באר מנחם" זעלבסט, פלעגט אים אויך פארלייגן, אז וויבאלד ער, דער באר מנחם, האט ל"ע נישט קיין קינדער, און האט דערפאר נישט קיין גרויסע הוצאות, איז דאס רבנות פון א קליין שטעטל ווי טאש גענוג און גוט, אבער פאר אים, דעם רבי'ן, וועט אים דאס נישט גענוג זיין. דעריבער זאל ער יא אננעמען דאס רבנות פאסטן פון איינע פון די גרויסע שטעט, אבער ער פלעגט זיי אלע ענטפערן, ער וועט ליבערשט ווארטן, און בלייבן אויף מקום אבותיו הקדושים זי"ע.
ר' מיילעך זייענדיג פון די גזברי ונשיאי כולל שומרי החומות לצדקת רבי מאיר בעל הנס זצ"ל פלעגט ער פון צייט צו צייט פארן צו די אסיפות הועד. ביי איינע פון די נסיעות, פארענדיג קיין קליינווארדיין, האט ער אויפן באן זיך באגעגנט מיט הגאוה"צ רבי בעריש אברהם בנעט זצ"ל קאלוב'ער רב (דער ממלא מקום פון זיין פאטער הגאון הגדול רבי ישעי' באנעט זצללה"ה אבדק"ק קאלוב והגליל סאבאלטש, א זון פון הג"ק ר' מרדכי בנעט זצללה"ה אבדק"ק ניקלשבורג והמדינה), האט ער געפרעגט פון ר' מיילעכ'ן, פארוואס ער נעמט נישט אן קיין שום רבנות פאסטן, האט ער אים געענטפערט, איך ווארט אז דער שוואגער זאל זיך טרעפן עפעס א רבנות, דאן וועל איך קענען האבן דאס רבנות פון טאהש, האט דער קאלובער רב זצ"ל אויף דעם זיך אנגערופן: איך האף בקרוב דיר א טובה צו טאן, ווייל דיין פאטער זצ"ל, האט מיר אויך געטאן א טובה, ער האט פאר מיר משתדל געווען, מען זאל מיך אויפנעמען פאר א רב אין קאלוב."
א קורצער צייט דערנאך, ווען ר' אלימלך איז אויפגעשטאנען בחצות הלילה וכדרכו בקודש, גייענדיג צו די מקוה, האט ער באגעגנט דעם שוואגער, דער "באר מנחם", האט ר' מיילעך פון אים געפרעגט: ביסט דאך נעכטן געווען אין קליינווארדיין, וואס איז דא עפעס נייעס?" האט דער "באר מנחם" אים געענטפערט: דער קאלובער רב, רבי בעריש בנעט, איז נפטר געווארן... האט זיך ר' אלימלך אויף דעם אנגערופן: יעצט וועט מען דיך אויפנעמען פאר קאלובער רב... האט דער באר מנחם פון אים געפרעגט: וואס פאלט ביי אז מ'וועט מיך דארט אויפנעמען? האט ער אים פארציילט, וואס אלס עס האט מיט אים געטראפן. וכן הוה נאך א פאר טאג איז מען טאקע געקומען צום באר מנחם, און מ'האט אים געברענגט און איבערגעגעבן די כתב הרבנות "קאנסוס" פון שטאט קאלוב.

און נאך א נקודה וואס די חוסט-טאשער האט מיר דעמאלט'ס צוגעלייגט, אז ער געדענקט נאך די געזעגענוגס דרשה פון ר' מנחם בראדי, ווי ער האט זיך געזעגענט מיט בכיות ער האט אנגעהויבן "19 יאר בין איך געשטאנען דא אויף דעם מקום קדוש און געזאגט דרשות"
לעצט פאראכטן דורך פון אינעווייניג אום מיטוואך נובעמבער 26, 2008 8:46 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » מיטוואך נובעמבער 26, 2008 6:58 pm

כבוד ידידי היקר ר' חיים חייקל שליט"א
שוין לאנג נישט געהערט פון אייך, פון אנפאנג אשכול האט איר אריינגעווארפען א שיין שטיקעל, דערנאך זענט איר פארלוירען געגאנגען פונעם האריזאנט, געלויבט השי"ת איר זענט צירוק, מיט גאנצע גלידער, (?)
איר זענט זייער גערעכט, און איך שטים מיט מיט אייך אויף 100 פראצענט, און ווי איר זעהט האב איך די גאנצע צייט (אפילו אין די שטורעמישע) מיך זייער געהאלטען אין די ראמען, און זייער פרובירט צי גיין צווישען די טראפן, און נישט פוגע זיין בכבודו של צדיקים שבגן עדן, די נסיונות ווערען ווי א מינוט שטערקער, אבער לכבוד אייער התעוררות וועלמן מיר זיך מחזק זיין נאכאמאל פון דאסניי, און זיך האלט דאס מחשבה דיבור ומעשה
איך וועל בל"נ נישט קאמענטירן און אוודאי נישט ענפערן אויף די האקעלע ענינים, נאר ווייטער אנגיין ווי פריער, נאר אויף ענינים וואס איז נישט פוגע און קיינעם
ולהשם הישועה
טעמו וראו כי טוב השם

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

תגובהדורך חייקל » מיטוואך נובעמבער 26, 2008 7:14 pm

ידידי היקר הרב פוקס שליט"א

ראשית כל מזל טוב פאר'ן מיר צוגעבן א נאמען "חיים", השי"ת זאל העלפן עס זאל טאקע זיין ל"חיים ולברכה", און חיים שיש בהם.... אלע גוטע זאכן
אבער דוכט זיך אויב געדענקעך נאך גוט מיין ברית האט מען דארט געזאגט בלויז חייקל, נישט חיים, אינטערעסאנטע זאך, אז אפילו קיין משפחה נאמען האב איך נישט געקריגן דארט.

לעניננו, כ'האב טאקע באמערקט און זייער געשעצט אייער סטיל פון שרייבן, וואס ס'דערקענט זיך אז איר זענט נישט נאר א נאה כותב נאר אויך א נאה מקיים, היטענדיג אויפ'ן כבוד בית צדיקים אויפ'ן שענסטן פארנעם, און נישט צוקומען בא לברך ונמצא....

חזק וברוך דעריבער, און זייט ווייטער מהנה דעם ציבור הצמאים לדבר ה', גיט אונז צו הערן און צו ליינען פון אייער זיסן אוצר, דער אפקלאנג און השפעה גייט גאר ווייט.

בכלל קען מען זאגן אז ס'רובם ככולם פון די חבריא דא זענען אזעלע סמעטענע, אזש ס'גלוסט זיך צו פארמירן אזא קרעשטמע אין דער ווירקליכקייט, ווי מען וואלט געקענט הימישליך ברודערליך פארברענגן און קוואקענען מיט חסידישע היסטאריע מעשה'לעך תורה'לעך און שמועסן, נאר פארשטייטזעך אז דאס קען נישט פאסירן צוליב חשש גילוי, וועלמיר זיך לעת עתה מוז באגנוגן דא מיט'ן שריפטליכן ווירטואלען ביהמ"ד.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מיטוואך נובעמבער 26, 2008 7:52 pm

איך וועל בל"נ אויך מער נישט רעדן פון די האקעלע ענינים, אלץ בחור האב אמאל געהאט געפרעגט מיין זיידן ז"ל בנוגע די קאסאניע מחלוקה, איך, אלץ היסטאריע ליב האבער, האב עס געפרעגט תמימות'דיג פשוט צו וויסן אביסל היסטאריע, האט מער מיר פארגעהאלטן: בחורים דארפן זיצן און לערנען און רעדן פאליטיק!, (אין הארצן האב איך געלאכט אויך מיר פאליטיק)
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6657
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מיטוואך נובעמבער 26, 2008 10:47 pm

חייקל האט געשריבן:ראשית כל מזל טוב פאר'ן מיר צוגעבן א נאמען "חיים",
חייקל
א מעגעט א נאמען דארף מען געבען קידוש
נו..ווער געבט דא? יעקעלע אדער דו? :lol:
the SCY is the limit

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 3:07 am

כבוד כל היהודים החשובים שיחיו.

כ'אב אין די לעצטע צוויי טעג נישט געהאט געהעריג קיין צייט צו לייענען דא, און כ'האלט יעצט ביי דף 6 און כ'על פרובירן צו גיין אין א סדר לויט די תגובות וואס כ'על לייענען, חוץ אויב כ'על מיך עפעס דערמאנען אינדערמיט עלכעס תיכף שרייבן כדי די קליינע קינדער זאלן נישט..... כ'מיין כדי כ'זאל נישט פארגעסן.

קודם אזוי, כ'אב שוין געוואלט איינמאל שרייבן וועגן דעם נאר כ'אב פארגעסן. איינער ההאט דא דערמאנט דעם באוואוסטן אוצר הספרים פון ר' פנחס שלום זצ"ל. עס איז טאקע ידוע אז ער האט געהאט, וואס האט דעמאלט געהייסן א גרויסער אוצר הספרים. ער האט געהאט אסאך אלטע ספרים, ווי אויך עטליכע חשוב'ע ספרים פון דפוס ראשון וכדו', ס'האט מיר פארציילט איינער פון זיינע קינדער אז עס האצעך געפונען ביי אים מאור עיניים (נישט אויסמישט מיט טהור עיניים) דפוס ראשון, און דער אלטער סקווערער רבי זצ"ל האט עם אמאל געוואלט געבן אסאך געלט עס אפצוקויפן, אבער ער האט עס נישט געוואלט פארקויפן.

נאך א אינטערעסאנטע מעשה בנוגע זיין אוצר הספרים. אין די י' יארן איז סאטמאר'ער רב זצ"ל געפארן איינמאל באזוכן ר' פנחס שלום אין די בראנקס, און ער האט עם אויפגענומען ביי זיך אין ספרים שטוב. ווען סאקמער רב איז אריינגעקומען אין א בית מלא ספרים האט ער געגעבן א פרעג ר' פנחס שלום'ן, דא איז אייער בית המדרש? האט ער געענפערט: ניין דא איז די דירה, האט סאקמער רב געפרעגט און ווי איז די בית המדרש? האט ער געזאגט: אונטן, און סאטמאר רב האט נאך עטליכע מאל איבערגעפרעגט: דא איז אייער דירה? און ער האט זיך שטארק אומגעקוקט דארט.

שפעטער האט ר' .......... בראך נ"י, וועלכער איז דעמאלס געווען הויז בחור, דערציילט אז אויפן וועג אהיים האט סאקמער רב זיך נישט געקענט בארואיגן פאר א שטיק צייט, און ער האט זיך עטליכע מאל אויסגעדרוקט: א חידוש אז א רבי איז שוין דא אין אמעריקקע איבער דרייסיג יאר און דאס אמעריקא זעט זיך גארנישט אן איז זיין שטוב.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 3:23 am

בנוגע ווואס ר' יהאסל און ר' יעקעלע האבן געשריבן אין דף 6 אז מ'האצעך אסאך משדך געווען, וויל איך צולייגן אזוי,

ר' ישראל'טשע האט זיך משדך געווען מיט דריי פון די פיר קינדער פון ר' משה שמואל פון בני ברק. זיין עלטסטער זון ר' מאיר יהוסף שליט"א, קאסאן'ער רבי איז אניידעם ביי ר' אשר ישעי' מ'קאסאן שליט"א, זיין טאכטער איז א שנור ביי ר' מרדכי מ'סאלקע זצ"ל, סאלקער רב'ס זון ר' חיים שלמה פון די גרויסע משפיעים און עובדים אין ברסלב אין ירושלים איז דער איידעם פון ר' ישראל'טשע, און זיין זון ר' חיים לייבוש איז אניידעם פון ר' חיים שלמה פון קאזאווע זצ"ל.

א טשיקאווע זאך געדענק איך, ווען ר' מאיר יהוסף דער היינטיגער קאסאנער רבי שליט"א האט חתונה געמאכט זיין עלטצטן זון מיט די טאכטער פון ר' משולם שליט"א פאר בערך צוואנציג יאר צוריק, איז געשטאנען אויף די חתונה בריוול אזוי, הנני להזמין אתכם לחתונת בני עב"ג וכו' בן דודי מחותני הרה"צ וכו' ר' משולם וכו' "מ'קאסאן" ער האט זיך גע'חתמ'ט מאיר יהוסף הלוי ראטטענבערג בן הרה"צ וכו' "מ'קאסאן" חתן הרה"צ וכו' "מ'קאסאן". דער עולם האט נישט געכאפט וואס סטוצעך דא קאסאן בן קאסאן אן איידעם אין קאסאן מאכט חתונה מיט קאסאן ............

דרך אגב, צוויי פון ר' ישראל'טשע טעכטער (בערגער און קלוגהאפט) האבן זיך אויך משדך געווען צווישן זיך, און ר' ישראל'ס איידעם האט מיר דעמאלט פארציילט אז למעשה איז נישט געווען א קלער זיך משדך צו זיין ווייל אין קערעסטיר האט מען שטארק מקפיד געווען זיך נישט משדך זיין געשוויסטער צווישן זיך (ר' ישראל'טשע איז געווען אניידעם אין קערעסטיר). אבער למעשה האט ר' ישראל'טשע געהייסן יא טוען דעם שידוך, און ממילא האבן שוין שפעטער זיך געקענט משדך זיין די צוויי ברודער פו קאסאן און ראזאלא
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 873
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

תגובהדורך יעקעלע פוקס » דאנארשטאג נובעמבער 27, 2008 11:00 am

חייקל האט געשריבן:ידידי היקר הרב פוקס שליט"א
ראשית כל מזל טוב פאר'ן מיר צוגעבן א נאמען "חיים", השי"ת זאל העלפן עס זאל טאקע זיין ל"חיים ולברכה", און חיים שיש בהם.... אלע גוטע זאכן
אבער דוכט זיך אויב געדענקעך נאך גוט מיין ברית האט מען דארט געזאגט בלויז חייקל, נישט חיים, אינטערעסאנטע זאך, אז אפילו קיין משפחה נאמען האב איך נישט געקריגן דארט..

כבוד ידידי היקר ר' ... חייקל שליט"'א
מיר פארשטייען אייער קשיא "למה לי חיי"ם" (ממש פרשת השבוע),
שני תשובות בדבר
כ"כ שטייט דאך החיי"ם והמות ביד הלשון (קי בארד בלע"ז), און די האסט אונז מעורר געוועהן ובחרת בחיי"ם, זיך היטן די ביינער (מיטן פיסק בענעזאם)
והשנית, האט מיך די מאמע אזוי פארציילט אין וויג, די מעשה מיט חיים חייקל, נו גירסא דינקותא
און ווידעראום וועגען דיין משפחה נאמען, וויל איך אייך זאגען אז מיר האט מען אויך נישט א נאמען געגעבען ביי מיין ברית 'פוקס' נאר מרוב חכמתי האט מען פארשטאנען אז כבין א שועל :? לויט ווי עס קיקט אויס איז די נאמען פאסיג פאר דיר (כאב נאך נישט קיין קאפי רייט דערויף)

נו, אז מרעד שוין פון די שועלים וויל איך טאקע זאגען אונזער ביזי טייערע:
בן בוזי האט געשריבן:יעקעלע, הוי זהיר בגחלתי, איך וועל זיך נאך פאררעכענען

זאגט די הייליגע משנה: הוי זהיר בגחלתן שלא תכוה שנשיכתן נשיכת שועל, האט די רבי אין חדר געטייטשט "ווייל זייער ביס איז ווי די ביס פון א (יעיקעלע) פוקס

כבוד ידידי ר' טהור עיני חכמים
מיר האלטן שוין דף 8 און אפשר ביז די...... וועט מען שוין האלטען ווייטער
(באט בעטער לעיטער דען נעווער)
טעמו וראו כי טוב השם


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט