רבי מאיר שפירא מלובלין זצ"ל - ז' חשון תרצ"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

איטשע
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך אפריל 18, 2012 12:06 pm

איך האב פון דעם יאנקעלע האס, ווי ער זינגט דער באקאנטער אזי בשלישי...

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2369
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך אפריל 18, 2012 12:27 pm

אויפריכטיג האט געשריבן:ווער קען געבן מער אינפארמאציע איבער די מחלוקה פון ר' שמעון זעליכאווער זצ"ל, וואס ווערט דערמאנט אינעם ערשטן בלאט דא?


כ'האב אסאך אינפארמאציע איבער די השתלשלות הענין וואס עטליכע פרטים וועט מאכען די האר פון קאפ זאלען זיך אויפשטעלען, ס'נישט נאר ר' שימעלע, דאס נעמט אריין א גרויסע באוועגונג פין תלמידים וואס ער האט געהאט, דאס נעמט אריין רבי משה'ניו מבאיאן וואס איז געוועהן זייער פארמישט אין דעם חלק הפאליטיק, דאס אויף נעמען דער טשעבינער רב, עכ"פ די תוצאות פון דער מחלוקה איז געוועהן בולט אין א געוויסע זין ביז דער נאציס ימ"ש זענען אריין.

אבער קענעדיק דער מהלך דא אויף א אייוועלט וועל איך אן נעמען דעם סיג לחכמה שתיקה. ווייל דער עולם דא האט ממילא נישט ליעב צו וויסען דעם גאנצע אמת...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25361
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אפריל 18, 2012 12:57 pm

גוט טוט איר, מלה בסלע שתיקה בתרין

Bizz
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 04, 2012 2:47 pm

תגובהדורך Bizz » פרייטאג אפריל 20, 2012 5:35 am

אן אריינציגיין בפרטי הדברים

האב איך אמאהל געהערט פין ר' חיים קרייסווירט זצ"ל די רב פין אנטווערפען, אין א תלמיד פין ר' שמעול'ה זצ"ל ער האט שטענדיג גערעדט אויף אים מיט א געוואלדיגע הערצה, הכלל האט ער געזאגט אז ווען איך בין געווען יונג האב איך לוחם געווען ר' שמעול'ה זאל בלייבען אין ישיבה אבער היינט נאך די אלע יאהרען קען איך פארשטיין די התנגדות אויף'ן דרך פין ר' שמעול'ה עס איז נישט געווען א שיטה השוה לכל נפש, אין נאר בני עלייה האבען געקענט מיטהאלטען מיט זיין דרך

במאמר המוסגר - בכניסתו מה הוא אומר, דאס איז מיין ערשטע תגובה אויף דעם רייכען וועבזייטל, אשר ע"כ איז פאסיג דא צי זאגען די גרויסע הייליגע תפלה פין ר' נחוניה בן הקנה שלא יארע דבר תקלה על ידי... וישמחו בי חברי, ולא אומר על טמא טהור ולא על טהור טמא, ולא יכשלו חברי בדבר הלכה ואשמח בהם.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25361
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אפריל 20, 2012 10:03 am

ברוך הבא הרב ביז (משפחה מיט בן בוזי, אדער זאגאר דער פאטער?), אם יתן כל הון ביתו בוז יבוזו לו,

יהא באוכם לברכה ולהרמת קרנינו, פתח לנו אוצרך הטוב

צלח ורכב

כ"ד המאחל הצעיר יעקב דוב מיללער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25361
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יוני 19, 2012 12:41 pm

א וועב-ארט מיט הערליכע בילדער פון שטאט לובלין פאר די קריג ובתוכם עטליכע בילדער פון יח"ל ומחוללו הג"ר מהר"ם שפירא ז"ל:
http://teatrnn.pl/ikonografia/negatywy/kategoria/5

די בילד פון מציבת מהר"ם אין לובלין (שפעטער האט מען אים מפנה געווען קיין אר"י וויד ערמאנט אנהייב דעם אשכול):
צוגעלייגטע
מציבת רבי מאיר שפירא.jpg

אוועטאר
בן אחר בן
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 1:25 pm

תגובהדורך בן אחר בן » דינסטאג אוקטובער 23, 2012 9:47 am

לכבוד די יארצייט...

צום גאון ר' מאיר שפירא ז"ל איז אמאל אריינגעקומען א געוויסער פארשוין וועלעכער איז נישט געגיינגען אין דעם וועג וואס זיין טאטע האט אים געלערנט.

ווען דער גאון האט אים פארגעהאלטען פארוואס ער גייט נישט בדרך אבותיו, האט אים יענער גענטפערט, ווי אזוי קען דאס דער גאון זאגן אויפ מיר, אין די צייט וואס חז"ל זאגען, ברא כרעא דאבוה (דער זון איז אזוי ווי דעא פוס פון זיין טאטן? האט דער גאון געענטפערט מיט א שמייכל, "איך דערמאן זיך טאקע אז דיין טאטע פלעגט זיך שטענדיג אפרעדן אויף זיינע פיס"

אוועטאר
אינסוזעאיסט
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 8:13 pm

תגובהדורך אינסוזעאיסט » דינסטאג אוקטובער 23, 2012 10:44 am

איז מעגליך איבערצוברענגן דעם שיינעם בנין אין לובלין קיין א"י?

מ'קען רוקן אזעלכע בנינים, אבער פון איין לאנד צום צווייטן איז שוין א אונטערנעמונג.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג אוקטובער 23, 2012 12:22 pm

אינסוזעאיסט האט געשריבן:איז מעגליך איבערצוברענגן דעם שיינעם בנין אין לובלין קיין א"י?

מ'קען רוקן אזעלכע בנינים, אבער פון איין לאנד צום צווייטן איז שוין א אונטערנעמונג.

קליקו קען צולייגן א פלייצע.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג אוקטובער 30, 2012 10:03 am

געזעהן אין א ספר'ל מעדני יוסף אנ'אינטערעסאנטע מעשה
אין מארינבאד א ראש חודש אלול איז געווען ביים דאווענען אבי'ס און רבנים גדולי תורה
מען הייבט אהן צו ליינען און דער בעל קורא ליינט: את הכבש אחד תעשה בבוקר, האט זיך געטוהן א טומעל
אלע רבנים און רבי'ס שרייען: האחד, נישט אחד! און מען לייגט אוועק דער ס"ת און מען נעמט ארויס א צווייטע
מען איז גולל און דער בעל קורא ליינט ווייטער און אודך, את הכבש אחד תעשה בבוקר
דער עולם כאפט זיך אז מסתמא דא אין פרשת פינחס דארף טאקע אזוי צו זיין...
עכ"פ מען ליינט ווייטער פון דעם צווייטען ספר תורה
הגר"מ שפירא זצ"ל האט געטראכט ביי זיך: דאס איז דאך אנ'אויסטערלישע זאך, אזויפיהל גדולים מיט אזא טעות
האט ער נאך דאס דאווענען ארויסגענומען דעם ערשטען ס"ת און בודק געווען
ער האט געטראפען אין דער ספר תורה נישט ווייניגער ווי אכציג גרייזען....
האט ער געזאגט: הקב"ה האט צוגעפיהרט אז מען זאל נישט ליינען אין די ס"ת, נאר אין דער צווייטער....
לעצט פאראכטן דורך msp אום מיטוואך אוקטובער 31, 2012 4:58 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מיטוואך אוקטובער 31, 2012 2:48 am

אינטערסאנטע מעשה, שכח פארן מיטטיילען

שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

תגובהדורך שמחת החיים » מיטוואך אוקטובער 31, 2012 12:32 pm

אינסוזעאיסט האט געשריבן:איז מעגליך איבערצוברענגן דעם שיינעם בנין אין לובלין קיין א"י?

מ'קען רוקן אזעלכע בנינים, אבער פון איין לאנד צום צווייטן איז שוין א אונטערנעמונג.

רוקן איז אפשר גאר א שווערע אינטערנעמונג אויב בכלל מעגליך. אבער עכ"פ בויען כמתכונתו א שטייגער ווי בעלז האט געטאהן מיטן ביהמ"ד הגדול ועוד.
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מיטוואך אוקטובער 31, 2012 12:37 pm

אבער וואס איז די תועלת?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

תגובהדורך שמחת החיים » מיטוואך אוקטובער 31, 2012 1:30 pm

עס האט א געוואלדיגע חן ווען מ'זעהט א שיין בנין וואס די שיינקייט נעמט זיך פון אן אמאליגען געלונגענעם ארכיטעקטורישע סטיל.
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

הרבנית מלכה טאבא שפירא ע"ה

תגובהדורך נחוניא » מיטוואך אפריל 10, 2013 5:18 pm

בייגעלייגט איז א בילד פון די מציבה פון הרבנית מלכה טאבא שפירא ע"ה אשת הגר"מ שפירא זצ"ל.
האט איינער עפעס פרטים איבער איר משפחה?
צוגעלייגטע
Malka Tauba.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25361
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אפריל 11, 2013 11:41 am

נחוניא האט געשריבן:בייגעלייגט איז א בילד פון די מציבה פון הרבנית מלכה טאבא שפירא ע"ה אשת הגר"מ שפירא זצ"ל.
האט איינער עפעס פרטים איבער איר משפחה?

וואו געפונט זיך די מציבה? אין פיעטריקוב?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג אפריל 11, 2013 5:45 pm


נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג אפריל 11, 2013 5:47 pm

מיללער האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:בייגעלייגט איז א בילד פון די מציבה פון הרבנית מלכה טאבא שפירא ע"ה אשת הגר"מ שפירא זצ"ל.
האט איינער עפעס פרטים איבער איר משפחה?

וואו געפונט זיך די מציבה? אין פיעטריקוב?

אין ווארשא.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג אפריל 11, 2013 5:52 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:איר טאטע איז געווען הנגיד המפורסם ר' יעקב דוד ברייטמן מטרנופול.

איך האב געטראפן א הנצחה אין ספר אור המאיר.
ער האט געהייסן רבי דוד יעקב (נישט יעקב דוד).
ווי אויך האב איך געהערט פון אן אייניקל פונעם ביוואלארער רב אז רבי דוד יעקב איז געווען א זון פון רבי יוסף טעלינעשטער [שווער פון רבי אפרים זלמן ליפסאן מקאמינקא].

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25361
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אפריל 11, 2013 6:50 pm

אן אינטערעסאנטער הסכמה פון ר"מ שפירא משנת תרס"ו ווי ער חתמ'עט 'מאיר שפירא מטארנאפאל חתן הנגיד וכו' יעקב ברייטמאנן'
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... t=&pgnum=4

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מיטוואך יוני 05, 2013 10:20 am

א מזל טוב פאר ר' שמואל אייכנבוים דער נדבן פון די ישיבה, מאמענט טו כסלו תרפה
http://www.jpress.org.il/Default/Script ... wMode=HTML

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » זונטאג אוקטובער 13, 2013 3:58 pm

א מאדנע לשנה טובה קארטעל וואס א איד משארית הפליטה האט זיך געלאזט דרוקען אין די תקופה פון נאך די מלחמה, א מאדנע געמיש פון צבא ישראל און ר' מאיר שפירא.
צוגעלייגטע
shap.jpg

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג אוקטובער 13, 2013 4:53 pm

שטימט מיט דעם וואס זיי זאגען אז די ישיבות בני תורה זענען די מיליטער....
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16371
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אוקטובער 13, 2013 4:56 pm

נחוניא האט געשריבן:בייגעלייגט איז א בילד פון די מציבה פון הרבנית מלכה טאבא שפירא ע"ה אשת הגר"מ שפירא זצ"ל.
האט איינער עפעס פרטים איבער איר משפחה?

אויף די אנדערע זייט איז דא עפעס מער?

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 8:09 am

יוסף שרייבער האט געשריבן:א מאדנע לשנה טובה קארטעל וואס א איד משארית הפליטה האט זיך געלאזט דרוקען אין די תקופה פון נאך די מלחמה, א מאדנע געמיש פון צבא ישראל און ר' מאיר שפירא.


ווי איז דאס געדרוקט געווארען?
אין דייטשלאנד?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: רעים און 13 געסט