רבי מאיר שפירא מלובלין זצ"ל - ז' חשון תרצ"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג נובעמבער 26, 2009 3:20 pm

רבי מאיר שפירא האט געשענקט א מתנה זיין ספר שו"ת אור המאיר פאר הג"ר גדלי' שארר ז"ל (בעודו בבחרותו), און אריינגעשריבן לכבודו.
צוגעלייגטע
rmsrgs.jpg
לחיים ולברכה!

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 3:16 pm

הגאון ר' מאיר שפירא ביים פארלערנן א שיעור אין ישיבה:
צוגעלייגטע
Reb Meir Shapiro shiur.jpg
Reb Meir Shapiro shiur.jpg (77.97 KiB) געזעהן 2144 מאל
לחיים ולברכה!

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » פרייטאג דעצמבער 11, 2009 8:15 am

ביים פארהער אנגענומען צו ווערן אין יח"ל. די פארהער איז דורכגעפירט געווארן דורך גדולי הרבנים, מערט אינעם בילד ר' משה'ניו מבאיאן זצ"ל.
צוגעלייגטע
farhern.jpg
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » פרייטאג דעצמבער 11, 2009 8:17 am

אם חכם בני, הרב יעקב שמשון שפירא ז"ל (מיטן ווייסען באר, רעכטס) מיטהאלטענדיג א שיעור פארגעלערנט דורך בנו הגדול רבי מאיר זצ"ל.
צוגעלייגטע
father.jpg
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25361
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג דעצמבער 11, 2009 8:25 am

יוסלמאן האט געשריבן:ביים פארהער אנגענומען צו ווערן אין יח"ל. די פארהער איז דורכגעפירט געווארן דורך גדולי הרבנים, מערט אינעם בילד ר' משה'ניו מבאיאן זצ"ל.


דער צענטראלער דמות אין דיין בילד -יוסלמאן- איז דער קאזיגלובער גאון ר' ארי' צבי פראמער זצ"ל-הי"ד בעמח"ס ארץ צבי

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » פרייטאג דעצמבער 11, 2009 8:33 am

מיללער האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:ביים פארהער אנגענומען צו ווערן אין יח"ל. די פארהער איז דורכגעפירט געווארן דורך גדולי הרבנים, מערט אינעם בילד ר' משה'ניו מבאיאן זצ"ל.


דער צענטראלער דמות אין דיין בילד -יוסלמאן- איז דער קאזיגלובער גאון ר' ארי' צבי פראמער זצ"ל-הי"ד בעמח"ס ארץ צבי


גערעכט, כ'א'נישט געוויסט דעם פונקטליכן נאמען.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך ינואר 06, 2010 9:08 pm

פרעגער האט געשריבן:ווער האט מפנה הגאון ר' מאיר שפירא קיין ארץ ישראל?

בזכרוני אז זיין עלטערער ברודער הג"ר אברהם מ'טלוסט.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
פארצייטישע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 21, 2009 1:47 pm
לאקאציע: אין די אלטע היים

תגובהדורך פארצייטישע » דאנארשטאג ינואר 07, 2010 4:56 am

עפעס ליגט מיך אין זכרון, אז איינע פון די צדיקי הדור האבן געזאגט אז ער איז רח"ל אוועק אזוי יונג, ווייל ער האט געוואלט איינפירן מיט א גרויסע פעסטקייט אז יעדער איינער דארף האבן אין שטוב א פושקע פאר יח"ל, און מ'האט זיך געבעטן ביי אים אז דאס וועט שטערן פאר די פושקע פון רמבה"ן. אבער ער האט געהאלטן אז ער מעג עס יא טוהן

איך מיין נישט ח"ו צי שרייבן בגנותו, אבער איך בין זייער נייגעריג צי וויסן אויב איינער ווייסט עפעס א מקור,
מ'דארף באהלטן א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, עס זאל זיין א וואונדער, פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכען איד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19734
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג ינואר 07, 2010 11:32 am

עיין בדברי חנה קאלאשיץ.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג ינואר 07, 2010 2:52 pm

ס'איז ארויסגעקומען דאן א שארפער קול קורא פון גדולי ארץ הקודש [בימים ההם] אקעגן דעם רעיון. בהזדמנות וועל איך עס אי"ה ארויפלייגן דא.
לחיים ולברכה!

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מוצ"ש ינואר 09, 2010 12:08 pm

מיללער האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:ביים פארהער אנגענומען צו ווערן אין יח"ל. די פארהער איז דורכגעפירט געווארן דורך גדולי הרבנים, מערט אינעם בילד ר' משה'ניו מבאיאן זצ"ל.


דער צענטראלער דמות אין דיין בילד -יוסלמאן- איז דער קאזיגלובער גאון ר' ארי' צבי פראמער זצ"ל-הי"ד בעמח"ס ארץ צבי


ר' משה'לע באיאנער איז געווען א ר"מ אין די ישיבה נאך בחייו פון ר' מאיר'ן?

דער ארץ צבי איז נאר אריינגעקומען נאכן פטירה פון ר' מאיר, ניין?

אין וועלכע תקופה איז געווען דער צור יעקב אין ישיבה?

קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

תגובהדורך קהלת » זונטאג ינואר 10, 2010 7:08 am

א טענצל! האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:ביים פארהער אנגענומען צו ווערן אין יח"ל. די פארהער איז דורכגעפירט געווארן דורך גדולי הרבנים, מערט אינעם בילד ר' משה'ניו מבאיאן זצ"ל.


דער צענטראלער דמות אין דיין בילד -יוסלמאן- איז דער קאזיגלובער גאון ר' ארי' צבי פראמער זצ"ל-הי"ד בעמח"ס ארץ צבי


ר' משה'לע באיאנער איז געווען א ר"מ אין די ישיבה נאך בחייו פון ר' מאיר'ן?

דער ארץ צבי איז נאר אריינגעקומען נאכן פטירה פון ר' מאיר, ניין?

אין וועלכע תקופה איז געווען דער צור יעקב אין ישיבה?


רבי משה'ניו מבאיאן זצ"ל, האט מען מכתיר געווען אלס נשיא ישיבת חכמי לובלין בשנת תרצ"ד נאכ'ן פטירה פין רבי מאיר שפירא, אבער ווי עס איז ידוע האט רבי מאיר זיך אסאך מייעץ געווען מיט אים אין ענייני הישיבה, אין ער האט געהאט א שטארקע שייכות מיט'ן ישיבה נאך בחייו פין רבי מאיר.

הרה"ק רבי אריה צבי פראמער מקוזיקלוב זצ"ל איז ערשט געווארען ראש ישיבה אין יח"ל נאכ'ן פטירה פין רבי מאיר, עס איז אינטרעסאנט צו באמערקען וואס די באקאנטע שרייבער אין ידען מופלג אהרן סורסקי שרייבט אין די תולדות פין די קוזיקלובער (עס איז געדריקט אין שו"ת ארץ צבי ח"ג בהוצאת הרא"ד מנדלבוים) אז ער האט געהערט פין איינעם וואס איז געווען א מקורב ביי הגה"ק מקוזיקלוב אז ער האט אליין געזעהן א בריעף וואס רבי מאיר שפירא שרייבט אים, אז ער בעט אים ער זאל איבער נעמען אין ווערען ראש ישיבה אין יח"ל אין אויב ער איז גרייט אנצינעמען גט ער אים אוועק דאס גאנצער ראש ישיבהשאפט, אבער ער האט עס דעמאלטס נישט געוואלט אננעמען.

רבי אברהם יעקב הורוביץ זצ"ל במח"ס צור יעקב איז געווען ראש ישיבה אין יח"ל נאר א קורצע תקופה,

קהלת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 27, 2009 11:18 am

תגובהדורך קהלת » זונטאג ינואר 10, 2010 7:09 am

א באקאנטע ווארט פין רבי מאיר שפירא, ער האט אמאל מסביר געווען וואס זיין כוונה איז מיט'ן אויף שטעלען די בארימטע יח"ל ישיבה, אז ער וויל אוועקשטעלען א מציאות פין א בחור א חסידישע למדן, ווייל בלויז חסידות טויג נישט אין בלויז למדנות טויג אויך נישט, וימשול משלו ויאמר א חסידישע בחור מיט א ליטווישע בחור האבען זיך אמאל געזעצט לערנען די גמרא אין מס' סוכה 'אמרו עליו על רבי יהונתן בן עוזיאל בשעה שהיה יושב ועוסק בתורה, כל עוף הפורח עליו מיד נשרף' האבען זיי זיך אפגעשטעלט אין ביידע זענען געווארען פארטראכט, פרעגט די ליטווישע למדן וואס טראכסטו, זאגט אים דער חסיד איך טראכט אריין אין די גרויסע קדושה פין די הייליגע תנא ריב"ע ווי ווייט א ילוד אשה קאן צוקימען, אין וואס ביסטו אזוי פארטראכט פרעגט ער דעם למדן, זאגט ער איך בין מעיין ווען דער עוף געהערט צו איינעם צי ער איז מחויב צי באצאלען אלס אשו משום חציו אדער איז ער נאר א גרמא אין ער איז פטור... (די וועלט לייגט צי אין דער מעשה א יעקע וואס ער האט זיך אויסגעדריקט 'אה געבראַטענע האָנע), ער וויל אויף שטעלען א ישיבה וואס זאל זיין א שילוב פין די צוויי.

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג ינואר 11, 2010 8:47 pm

צו ווייסט איר אז אין יאהר תש"א איז געווען א קלער צו גרינדען א ישיבת חכמי לובלין אין אמעריקא?
ליינט אין הפרדס אלול תש"א איבער דעם.
צוגעלייגטע
יחל הפרדס אלול תשא-כנסי שלישית לאגוי בלטימור (2).jpg
יחל הפרדס אלול תשא-כנסי שלישית לאגוי בלטימור (2).jpg (24.22 KiB) געזעהן 1921 מאל
לחיים ולברכה!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25361
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 12, 2010 3:05 pm

איך ווייס נישט אויב דאס האט מיט יענע הודעה פון תש"א אבער עס איז 'געווען' א יח"ל דא אין אמעריקא דאס ווייסען מיר, בראשות א תלמיד (כעת נאבד מזכרוני) דאכציך אין סט. לואיס אדער אין שיקאגו, ווער דערמאנט זיך? מ'האט שוין גערעדט דערפון

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דינסטאג ינואר 12, 2010 3:07 pm

הרב הערשבערג
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25361
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 12, 2010 3:14 pm

יאסלמאן איז גערעכט, ר' אברהם מרדכי הערשבערג, פאטער פון דעם נייטרא מגי"ש

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג ינואר 12, 2010 4:37 pm

מיללער האט געשריבן:יאסלמאן איז גערעכט, ר' אברהם מרדכי הערשבערג, פאטער פון דעם נייטרא מגי"ש

רבי יהושע העשיל שליט"א
לחיים ולברכה!

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » מיטוואך ינואר 13, 2010 12:03 pm

ר' מאיר'ס ברודער ר' אברהם האט אויך געהאט עפעס אן הסתדרות ישיבת חכמי לובלין.
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

אברעמעלע
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 04, 2010 2:01 pm

תגובהדורך אברעמעלע » מיטוואך ינואר 13, 2010 12:31 pm

נחמן נתן האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:יאסלמאן איז גערעכט, ר' אברהם מרדכי הערשבערג, פאטער פון דעם נייטרא מגי"ש

רבי יהושע העשיל שליט"א


יעצט אין נועם אלימלך

אברעמעלע
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 04, 2010 2:01 pm

תגובהדורך אברעמעלע » מיטוואך ינואר 13, 2010 12:33 pm

יוסלמאן האט געשריבן:הרב הערשבערג


דער ישיבה איז מסתמא געווען אין שיקאגא. ער האט דארטען געוואוינט

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » מיטוואך ינואר 13, 2010 2:43 pm

אברעמעלע האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:הרב הערשבערג


דער ישיבה איז מסתמא געווען אין שיקאגא. ער האט דארטען געוואוינט

ער האט געוואונט אין מעקסיקא אויך, ער האט ארויס געגבן א ספר מחשבת הקודש אויף קדשים
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

אוועטאר
שטיקל גבאי
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 06, 2008 11:16 am
לאקאציע: אין גבאי שטיבל

תגובהדורך שטיקל גבאי » מיטוואך ינואר 13, 2010 3:05 pm

הרה"ג ר' אברהם מרדכי הערשבערג ז"ל איז געווען נשיא הסתדרות ישיבת חכמי לובלין אין שיקאגא, און ער האט אויך געהאט א ישיבה אין מעקסיקא פאר ספרדישע קינדער
משב"ק קהילתינו הקדושה והגלילות יצ"ו

אברעמעלע
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 04, 2010 2:01 pm

תגובהדורך אברעמעלע » דאנארשטאג ינואר 14, 2010 7:30 am

שטיקל גבאי האט געשריבן:
אברעמעלע האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:הרב הערשבערג


דער ישיבה איז מסתמא געווען אין שיקאגא. ער האט דארטען געוואוינט

ער האט געוואונט אין מעקסיקא אויך, ער האט ארויס געגבן א ספר מחשבת הקודש אויף קדשים


די קינדער זיינע זענען געבוירען געווארען אין שיקאגא. ער האט שפעטער געוואוינט אין מעקסיקא.

ער האט אויך א פאר מאל געפארט קיין רוסלאנד מחזק זיין די אידען דארט.

די ספר האט ער געדרוקט אלס יונגער בחור אין יח"ל!

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » זונטאג ינואר 17, 2010 2:29 pm

ר' מאיר שפירא זצ"ל
[דוכט-זיך מיר אז דער בילד איז ביים ציון פון הרה"ק ר' שכנא מלובלין זצ"ל]
צוגעלייגטע
Reb Meir Shapiro 2.jpg
לחיים ולברכה!


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ארי וואהרמאן און 18 געסט