רבי מאיר שפירא מלובלין זצ"ל - ז' חשון תרצ"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג אוקטובער 14, 2013 9:18 am

א צענזור סטעמפל פון די עסטרייכישע זאנע ותו לא מידי.

הרב ר' אשר
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 03, 2013 5:17 pm

תגובהדורך הרב ר' אשר » דינסטאג אוקטובער 15, 2013 4:41 am

איך האב גיהערט א מעשה, אז ווען ר"מ איז אלט געווען 3 יאר איז ער נאך נישט גיגאנגען אליין, און אין די שטאט ווי זיין טאטע איז געווען רב, איך מיין שאץ, איז געווען נעבן די בערג, זענען געקומען צו פאר'ן אויף דאטשע די צווי ברודער, דער הייליגער אהבת ישראל און דער טל חיים פון אנטניע, אין זיי זענען אריין אבאזוך צום רב ר' יעקב שמשון דער פאטער פון ר' מאיר, וואס איז געפארן צום אמרי ברוך פון ויזניצא. און בתוך הדברים האט ר' יעקב שמשון זיך באקלוגט אז זיין מאיר'ל גייט נאך נישט אליין, האט דער הייליגער אנטניע'ר געגעב'ן זיינע הענט פאר דאס קינד אין ר' מאיר'ל האט אנגעהויבן צו גיין אליין!!, יאר'ן דערנאך האבן זיך געטראפן דער אנטניע'ר מיט ר' מאיר שפירא, האט זיך דער אנטניע'ר אנגערופן בצחות לשונו: מאיר'ל כ'האב דיר טאקע אויסגעלערנט צו גיין, אבער כ'האב נישט געמיינט זאלסט גיין ביז טשורקוב....
טראכט גוט וועט זיין גוט

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג אוקטובער 15, 2013 8:24 am

שיינע מעשה ר' אשר
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25439
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יוני 16, 2014 1:34 pm

באלד נאך די קריג האט זיך געגרינדעט א קאמיטע בשם "הסתדרות חכמי לולבין" בייגעלייגט איז אן היסטארישע קונטרס'ל וואס די הסתדרות האט ארויסגעגעבן בשנת תש"ח מיט באריכטען און בילדער פון זייערע פעולות בשנת תש"ז-תש"ח:
https://archive.org/stream/nybc214850#page/n2/mode/2up
צוגעלייגטע
nybc214850_0004.jpg

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג יוני 16, 2014 4:37 pm

גאר שיין.

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3949
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

ווער איז געווען

תגובהדורך dovidal » דינסטאג יוני 17, 2014 1:35 pm

רבי יוסף קעניגסבערג וועד הנהלת ישיבה חכמי לובלין תרח"ץ?

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3949
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג מאי 14, 2015 12:15 pm

א תלמיד לא ידוע פון ישיבת חכמי לובלין
משה קהסמאן שפעטער אין דיטרויט מישיגען
צוגעלייגטע
moshe kahasman chcm lublin detroit (550x413).jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25439
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מאי 14, 2015 12:16 pm

dovidal האט געשריבן:א תלמיד לא ידוע פון ישיבת חכמי לובלין
משה קהסמאן שפעטער אין דיטרויט מישיגען

אפשר א תלמיד פון "ישיבת חכמי לובלין" אין דיטראוט בראשות הרא"מ הערשבערג

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3949
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » פרייטאג מאי 15, 2015 2:22 pm

פון דעם כתב און נוסח הכתב לא נראה כך

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5389
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 11:13 pm


אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג פאברואר 29, 2016 11:10 am

הגאון רבי מאיר שפירא זצ"ל אין א בריוו אין "דער יוד" (פולין תרפ"ט) בעט זיך מ'זאל עם ארויסהעלפן מיט'ן "קרן הכספי" "בשעה רצינית זאת, עת הכאת הפטיש האחרון", נאך פארן אויפמאכען די ישיבה.
צוגעלייגטע
בקשת-רבי-מאיר-שפירא.jpg
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » זונטאג ינואר 29, 2017 1:30 pm

מ'פארציילט, אז תלמידי ישיבת חכמי לובלין האבן אמאל געוואלט מהנה זיין זייער רבי'ן רבי מאיר שפירא אין זיין יום הולדת,
האבו זיי צוטיילט ש"ס צווישן די תלמידים, יעדער האט געלערנט כטליכע בלאט, און צוזאמען האט מען לכבודו ולזכותו אדורכגעלערנט גאנץ ש"ס ביום הולדתו.

ווייסט מען וועלכע יאר דאס איז געווען?
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

טייטל
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » מאנטאג יוני 19, 2017 4:58 pm

א סטעמפל פונעם בארימטן בית עקד ספרים פון יח"ל אויף ספר שו"ת מהר"י בן לב דפו"ר
און פון ר' מאיר שפירא אב"ד ור"מ פיעטרקוב
כנראה איז עס געווען זיינס און עס געגעבן שפעטער פאר די ישיבה.
נאך ספרים אזוי געווען?
איז די כת"י אונטן ר' מאיר'ס? אדער איינער פון די גבאי החק"ס דשם?
(גענומען פון אוצר החכמה וואס זיי האבן עס לכאורה פון ספריה הלאומית, איז דא דארט נאך ספרים פון יח"ל?)
צוגעלייגטע
111.JPG
111.JPG (96.97 KiB) געזעהן 1289 מאל

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3949
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג מאי 03, 2018 5:28 pm

אבל גדול ליהודים:

זארג איבער פינאנציעלער מצב פון ישיבה אין ליכט פונעם רב זצ"ל'ס הסתלקות
צוגעלייגטע
a_ignore_q_80_w_1000_c_limit_2 (6).jpg
a_ignore_q_80_w_1000_c_limit_2 (6).jpg (160.46 KiB) געזעהן 711 מאל
לחיים ולברכה!

שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 1:49 pm

תגובהדורך שואל ומשיב » דינסטאג אוקטובער 09, 2018 8:33 am

מכתב המלצה מרבינו על תלמידו ר' שלמה שיקלער אל קהילת אחודת אחים בציריך, תרפו.

http://rabbinerwahl1926.blogspot.com/20 ... apira.html

אץ קוצץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 12:51 pm

תגובהדורך אץ קוצץ » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 7:45 am

אפיר געקימען פרישע בילדער פין די לויה

IMG-20181016-WA0013.jpg
IMG-20181016-WA0013.jpg (637.35 KiB) געזעהן 428 מאל

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 4:35 pm

לרגל יומא דהילולא ז' חשון.

די קאנטראווערסיעלע 'פושקע' פון ישיבת יח"ל


מערקט די תפלה פון אונטן: "יהי רצון אז אין זכות וואס איך העלף דער הייליגער תורה זאל איך געהאלפן ווערן מיט א ישועה עולמית אמן"
צוגעלייגטע
קופת הישיבה.JPG
קופת הישיבה.JPG (143.95 KiB) געזעהן 389 מאל

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 4:39 pm

דער פארלאזטער ליידיגער אוהל פון הגר"מ שפירא זצ"ל אויפ'ן נייעם לובלינער ביה"ח (די מציבה וואס געפינט זיך דארט ליגעדיג, איז א פרעמדע).

אינטרעסאנט אז בו בזמן וואס כמעט דאס גאנצע ביה"ח איז חרוב געווארן ביים קריג, אריינגערעכנט דער אוהל הק' פון הרה"ק רבי צדוק און רבי לייבעלע אייגער, הייסט אז דער אהל פון רבי מאיר שפירא איז יא געבליבן גאנץ (מעגליך וויבאלד עס איז טיפער אריין אינעם ביה"ח)
צוגעלייגטע
2.JPG
2.JPG (90.6 KiB) געזעהן 387 מאל
1.JPG
1.JPG (173.03 KiB) געזעהן 387 מאל

נישטאמת
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm

תגובהדורך נישטאמת » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 5:25 pm

א טענצל! האט געשריבן:דער פארלאזטער ליידיגער אוהל פון הגר"מ שפירא זצ"ל אויפ'ן נייעם לובלינער ביה"ח (די מציבה וואס געפינט זיך דארט ליגעדיג, איז א פרעמדע).

אינטרעסאנט אז בו בזמן וואס כמעט דאס גאנצע ביה"ח איז חרוב געווארן ביים קריג, אריינגערעכנט דער אוהל הק' פון הרה"ק רבי צדוק און רבי לייבעלע אייגער, הייסט אז דער אהל פון רבי מאיר שפירא איז יא געבליבן גאנץ (מעגליך וויבאלד עס איז טיפער אריין אינעם ביה"ח)

צו וואס האט אויס געפעלט מפנה צו זיין אז די אוהל איז געבליבן גאנץ?

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג אוקטובער 16, 2018 5:44 pm

א טענצל! האט געשריבן:לרגל יומא דהילולא ז' חשון.

די קאנטראווערסיעלע 'פושקע' פון ישיבת יח"ל


מערקט די תפלה פון אונטן: "יהי רצון אז אין זכות וואס איך העלף דער הייליגער תורה זאל איך געהאלפן ווערן מיט א ישועה עולמית אמן"

צ"ל "ישועה שלמה".

בכל אופן יישר כח פאר די בילד.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3949
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

רבי אלימלך ועוד

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 7:02 pm

א טענצל! האט געשריבן:עס איז ידוע בפי העולם אז די תלמידים פון ר' מאיר שפירא זצ"ל (ווי למשל פאלטישאנער רב ז"ל, וואוידיסלאבער רב ז"ל, יבלחט"א ר' אלימלך אשכנזי שליט"א) זענען מורא'דיגע בעלי דרשנים וויבאלד הגאון ר' מאיר זצ"ל פלעגט פארלאנגען פון די תלמידים זיך אויסצולערנען רעדן, און עס איז געווען דעזיגנירט דערפאר א שטיבל מיט בענק, און א שטענדער.
איז אינטרעסאנט צו באמערקן, אז אין א שמועס פונעם צייטשריפט - לעצטענס - מיט הגה"צ ר' אלימלך אשכנזי האט דאס ר' אלימלך אפגעלייקענט, אז דאס איז נישט אמת.
צוגעלייגטע
WOWRARE.jpg
WOWRARE.jpg (273.85 KiB) געזעהן 299 מאל

אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

תגובהדורך להודות ולהלל » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 11:44 am

נחמן נתן האט געשריבן:ר' מאיר שפירא זצ"ל
[דוכט-זיך מיר אז דער בילד איז ביים ציון פון הרה"ק ר' שכנא מלובלין זצ"ל]


דע בילד איז און פיעטרוקוב.
בסמוך לקברו פון רבי שמחה יאיר רוזנפלד אב"ד רדזמין, אוזרקוב ופיעטרקוב.
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 286
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

תגובהדורך געדיך אוואש » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 2:49 pm

א טענצל! האט געשריבן:לרגל יומא דהילולא ז' חשון.

די קאנטראווערסיעלע 'פושקע' פון ישיבת יח"ל


על זה הפושקע יצא הקצף?


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider] און 9 געסט