רבי יוסף ענגל מבענדין ז"ל א' חשון תר"פ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 3:53 pm

כמדומה לי אז ר' יוסף ענגיל'ס מאמע איז געווען א טאכטער פון הרבני הנגיד ר' משה דוד שטיגליץ מחשובי חסידי צאנז בעיר טארנא.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 4:36 pm

מיילעך האט געשריבן:כמדומה לי אז ר' יוסף ענגיל'ס מאמע איז געווען א טאכטער פון הרבני הנגיד ר' משה דוד שטיגליץ מחשובי חסידי צאנז בעיר טארנא.

ריכטיג, און דאס איז אויך פון די חידושים שנחדשו לי.

דער דערמאנטער ר' משה דוד שטיגליץ פון טארנא איז אויך געווען דער שווער פון רבי ירוחם טייטלבוים זצ"ל פון טארנא, און לויט טייל מקורות איז ער געווען אן אייניקל פון רבי מאיר'ל מאפטא בעל אור לשמים.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22083
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 4:38 pm

מיללער האט געשריבן:
דער דערמאנטער ר' משה דוד שטיגליץ פון טארנא איז אויך געווען דער שווער פון רבי ירוחם טייטלבוים זצ"ל פון טארנא




שווער פון ר' ירוחם ט"ב בזווג שני' א רוה"ק פון ר' אשר'ל ראפשיצער.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 5:29 pm

מיללער האט געשריבן:לכבוד די יארצייט האט מיר א ידיד מזכה געווען מיט א זאך וואס איך האב בעפאר נישט געזען.

איינע פון ספרי דרבי יוסף ענגיל איז,חוסן יוסף עמ"ס קידושין, דער ספר איז געבליבן בכת"י און אן אייניקל דוד מארגנשטערן בנו של ר' יצחק מנחם חתנו של רבי יוסף (בנו של האדמו"ר מלוקוב-קוצק) האט אויסוואנדערנדיג קיין אמעריקא מיטגעברענגט דעם כתב יד און דאהי האט ער עס געגעהן פאר ר' יואל פינק ז"ל ממקורבי הגר"י אז ער זאל עס דרוקן, און דאס איז טאקע ערשינען בימי הרת עולם אינעם ברען פון די קריג יארן.

בשנת תשל"ט האט דער דערמאנטער אייניקל שוין געוואונט אין ארץ ישראל, ער האט דאן ווידער געדרוקט דעם דערמאנטן כתב יד, דאסמאל אונטערן נאמען שארית יוסף, אוןנאין די הקדמה באשולדיגט ער אז ר' יואל האט מסלף געווען דברי הרב און אויך אז ער האט אריינגעריקט אייגענע חידושים ועוד.

צום סוף, והוא העיקר, שרייבט דער אייניקל אראפ תולדות זקנו הגדול ערשטהאנטיג, עס איז געשריבן אויף א פריוואטע משפחה פארנעם און זיייער אריגינעל פיל מיט חידושים בתודלחדות חייו הפרטיים ומשפחתו.

לגבי די אייניקלעך, רבי יוסף ענגיל האט געהאט נאר די איינע טאכטער, זי האט געהאט דריי קינדער, איין טאכטער איז געווען א כלה מיט אן אייניקל פון אבני נזר, זיי זענען אומגעקומען עקד"ה הי"ד

אויסער דער זון דוד איז געווען א זון משה ברוך וואס איז געווען אן איידעם ביי האדמו"ר רבי נחום מרדכי מטשארטקוב ז"ל, ער איז אוועק דאהי אין אמעריקא.

מצבת רמ"ב מארגנשטערן בוואודבריזש
בילד

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » דינסטאג אוקטובער 28, 2014 1:55 pm

מיללער האט געשריבן:
לגבי די אייניקלעך, רבי יוסף ענגיל האט געהאט נאר די איינע טאכטער, זי האט געהאט דריי קינדער, איין טאכטער איז געווען א כלה מיט אן אייניקל פון אבני נזר, זיי זענען אומגעקומען עקד"ה הי"ד.


שמה הי' חי' יוכבד נישאה לר' אברהם ב"ר אהרן ראטנבערג חתן ה'שם משמואל' מסאכטשוב.

שניהם נהרגו עקדה"ש הי"ד.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג נובעמבער 24, 2014 3:17 pm

אין די מעלות דעם חודש דערציילט ער דארט איבער א ניגון אויף ישמחו במלכותך וואס ר' יוסף ענגל האט פארפאסט און עס געזינגען מיט אן אויסטערלישע דערהויבנקייט, דער מקור דערפון איז זיינע תולדות געדרוקט אין שארית יוסף, דורך זיין אייניקל דוד מורגנשטערן, איך האב געזוכט דעם ספר אויף היברוי בוקס האב איך נאר געטראפן דעם ספר שארית יוסף, בהשמטת התולדות, און אין אוצה"ח איז עס נישטא
אבער יאך האב דעם ספר ביי מיר העליך ארויף ברענגען דעם ניגון לתועלת הקוראים (פאר ווער ס'קען ליינען נאטן..)
צוגעלייגטע
ר' יוסף ענגיל ישמחו במלכותך.jpg

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11469
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 11:10 pm

ר' יהיה-כן, מיר ווייסן דאך יא אז איר טויגט, זייט'זשעט מוחל און טרעפט א רואיג מינוט'קעלע אפצושפילן דעם ניגון'דל אויפן פידעלע מיר זאלן זיך דאס קענען אויסלערנען.

א דאנק!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 11:37 pm

לכאורה האט געשריבן:ר' יהיה-כן, מיר ווייסן דאך יא אז איר טויגט, זייט'זשעט מוחל און טרעפט א רואיג מינוט'קעלע אפצושפילן דעם ניגון'דל אויפן פידעלע מיר זאלן זיך דאס קענען אויסלערנען.

א דאנק!


יא יא
האלטן מיר אינמיטן דאס טאן
בינעך דאך פארנומען מיט די שמחה....
בקרוב אי"ה עמיר עס מעלה זיין דא בלי"נ

ווארצלען
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 5:19 pm

תגובהדורך ווארצלען » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 3:03 pm

מיללער האט געשריבן:
מיילעך האט געשריבן:כמדומה לי אז ר' יוסף ענגיל'ס מאמע איז געווען א טאכטער פון הרבני הנגיד ר' משה דוד שטיגליץ מחשובי חסידי צאנז בעיר טארנא.

ריכטיג, און דאס איז אויך פון די חידושים שנחדשו לי.

דער דערמאנטער ר' משה דוד שטיגליץ פון טארנא איז אויך געווען דער שווער פון רבי ירוחם טייטלבוים זצ"ל פון טארנא, און לויט טייל מקורות איז ער געווען אן אייניקל פון רבי מאיר'ל מאפטא בעל אור לשמים.


וואס מאכט דיר טראכן אז ווייל אויף א מציבה אין באכניע פון עפעס א שטיגליץ שטייט אז זיי זענען אפטא אייניקלעך, גייט עס אטאמאטיש ארויף אויף ר' משה דוד הנ"ל? אפשר האט איר מער מקורות דערויף?

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 3:31 pm

ווארצלען האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
מיילעך האט געשריבן:כמדומה לי אז ר' יוסף ענגיל'ס מאמע איז געווען א טאכטער פון הרבני הנגיד ר' משה דוד שטיגליץ מחשובי חסידי צאנז בעיר טארנא.

ריכטיג, און דאס איז אויך פון די חידושים שנחדשו לי.

דער דערמאנטער ר' משה דוד שטיגליץ פון טארנא איז אויך געווען דער שווער פון רבי ירוחם טייטלבוים זצ"ל פון טארנא, און לויט טייל מקורות איז ער געווען אן אייניקל פון רבי מאיר'ל מאפטא בעל אור לשמים.


וואס מאכט דיר טראכן אז ווייל אויף א מציבה אין באכניע פון עפעס א שטיגליץ שטייט אז זיי זענען אפטא אייניקלעך, גייט עס אטאמאטיש ארויף אויף ר' משה דוד הנ"ל? אפשר האט איר מער מקורות דערויף?

בכלל נישט. ר' אלטר משה אליהו שטיגליץ (א קרוב אדער אפשר איין אייניקל פון ר' משה דוד'ן, עיין בדברי ר' יוסף ענגיל כאן), אבי ר' יוסף דוב חיים וואס איז דערמאנט אויפ'ן מצבה, איז געוועהן איין איידים ביי ר' שלמה ראטענבערג נכד ר' מאיר מאפטא, עיין כאן.

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1399
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » מיטוואך מארטש 25, 2015 10:59 am

מיללער האט געשריבן:א הארציגען יישר-כח כבוד הרב ר' שמחה פארן אשכול החשוב מיט די שיינע ידיעות איבער דעם גרויסען גאון וצדיק.

עטליכע אנקעדאטן איבער ר' יוסף ענגיל ז"ל מפי הזכרון.

ער איז געווען פון די חברי הביד"צ אין קראקא ביז צו די ערשטע וועלט מלחמה ווען ער האט געפליכטעט קיין וויען, וואו ער האט זיך משתעשע געווען בדברי תורה מיט הגאון ר' מאיר אריק זצ"ל דער אמרי יושר (וואו ר' שמחה האט ערווענט)דארט אין וויען איז ער נסתלק געווארן ושם מנו"כ.
.........
זכותו הגדול יגן עלינו ועכי"א


דא איז בייגעלייגט א חתימה פון הרה"ג ר' יוסף ענגיל און הרה"ג ר' מאיר אריק בשנת תרע"ה, אין ווין ביים אנהייב פונם ערשטען וועלט קריג.

בילד
צוגעלייגטע
ענגיל - אריק.JPG
משנכנס אדר מרבים בשמחה

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 12, 2015 10:47 am

מיללער האט געשריבן:
מיילעך האט געשריבן:כמדומה לי אז ר' יוסף ענגיל'ס מאמע איז געווען א טאכטער פון הרבני הנגיד ר' משה דוד שטיגליץ מחשובי חסידי צאנז בעיר טארנא.

ריכטיג, און דאס איז אויך פון די חידושים שנחדשו לי.

דער דערמאנטער ר' משה דוד שטיגליץ פון טארנא איז אויך געווען דער שווער פון רבי ירוחם טייטלבוים זצ"ל פון טארנא, און לויט טייל מקורות איז ער געווען אן אייניקל פון רבי מאיר'ל מאפטא בעל אור לשמים.



לכבוד די יארצייט הבעל"ט פונעם גאון וצדיק זצ"ל קומענדיגען מיטוואך, ברענג איך דא פארשידענע מציאות בנוגע תולדותיו ויחוסו של רב האי גאון מרנא רבי יוסף ענגיל זצ"ל

די רעקארד פון די חתונה פון הרה"ח ר' יהודה ב"ר נפתלי הירץ וחי' שרה ענגיל מיט לאה ב"ר משה דוד ומירל שטיגליץ - עלטערן פון רבי יוסף ענגיל

די חתונה איז פארגעקומען בשנת תר"י אין טארנא ווי די אבי הכלה האט געוואונט, דער מסד"ק איז געווען דער מרא דאתרא הגאון רבי ישראל ראפפאפארט זצ"ל בעמח"ס שו"ת מהר"י הכהן און די עדות זענען געווען מענדל גוטינע און חנה עהרליך.
צוגעלייגטע
Engel-Stieglitz.png

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:02 am

עס געפונען זיך דארט אויף JRI די רעקארדס פון טארנא, די געבורטן פון די קינדער פון ר' יהודא וזו' לאה ענגיל;
שלמה (תרי"א),
שמואל (תרי"ג),
מירל (תרט"ו - נפ' בילדותה רח"ל תרי"ח),
רבי יוסף (תרי"ט),
חיים (תרכ"א - נפ' בילדותו רח"ל תרכ"ד),
משה דוד (תרכ"ה - נפ' בילדותו רח"ל תרכ"ט - נקרא ע"ש זקנו ומכאן שרמ"ד שטיגליץ כבר לא היה בין החיים בשנה ההוא)
מרדכי זאב וואלף (תרכ"ח),
אלתר מאיר (ת"ל - נפ' בילדותו רח"ל תרל"א)

-
רישום לידת הגר"י ענגיל - דעצעמבער 8 1858 (חנוכה תרי"ט)
צוגעלייגטע
YENGELB.png
YENGELB.png (6.79 KiB) געזעהן 2709 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:21 am

מודעת הכשר פון רבי יוסף ענגיל זצ"ל אלס ראב"ד קראקא אויף א וואורשט-פאבריק

בילד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:22 am

הגר"י ענגיל אונטערגעשריבן די ערשטע פון די דיינים אין קראקא אויף א הכשר איבער א פוטטער פאבריק

בילד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוקטובער 13, 2015 11:13 am

כבוד ידידינו הרב מיסטעריעז הי"ו האט מיך מזכה געווען מיט א גליון בשם "אברך" לתולדות הגאון רבי יוסף ענגיל זצ"ל - תשוח"ח לו

(ייש"כ פאר די חשוב'ע אחראים וואס האבן עס געהאלפן ארויפשטעלן)
צוגעלייגטע
אַבְרֵךְ - גליון ה - חשון תשעו. לכבוד יארצייט של הגאון רבי יוסף ענגיל זצל.pdf
(4.86 MiB) דאונלאודעד 180 מאל

אוועטאר
Quality
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 13, 2011 2:24 pm

תגובהדורך Quality » דינסטאג אוקטובער 13, 2015 11:48 am

זייער אינטרעסאנט די זכרונות פון הרב וואזנער זצ"ל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוקטובער 14, 2015 2:22 pm

היינט איז די יארצייט פון רבי יוסף ענגיל זצ"ל

-

אינעם ספר מאורי גאליציה ברענגט ר' מאיר וונדר א בריוו וואס הרב ר' יעקב פינק האט געשריבן פאר רבי משה האלבערשטאם זצ"ל פון ירושלים, אינעם בריוו דערציילט הרב פינק וואס ער האט זעלבסט געהערט פון רבי יוסף ענגיל זצ"ל איבער זיין הערצה צום הייליגען דברי חיים זצ"ל און זיינע חיבורים, און נאך מער וואס ער דערציילט פון רבי יוסף רייך זצ"ל-הי"ד דיין אין ריישא און פון די נאנטע מקורבים פון רבי יוסף ענגיל, אז הגר"י ענגיל האט זיך אויסגעדרוקט אז ער קען אפשרייבן א באזונדערן חיבור אויף יעדן מאמר (אדער שורה) פון ספה"ק דברי חיים עה"ת.
צוגעלייגטע
Fink-Engel.png

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 17, 2017 4:23 pm

הסרפד האט געשריבן:
ווארצלען האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
מיילעך האט געשריבן:כמדומה לי אז ר' יוסף ענגיל'ס מאמע איז געווען א טאכטער פון הרבני הנגיד ר' משה דוד שטיגליץ מחשובי חסידי צאנז בעיר טארנא.

ריכטיג, און דאס איז אויך פון די חידושים שנחדשו לי.

דער דערמאנטער ר' משה דוד שטיגליץ פון טארנא איז אויך געווען דער שווער פון רבי ירוחם טייטלבוים זצ"ל פון טארנא, און לויט טייל מקורות איז ער געווען אן אייניקל פון רבי מאיר'ל מאפטא בעל אור לשמים.


וואס מאכט דיר טראכן אז ווייל אויף א מציבה אין באכניע פון עפעס א שטיגליץ שטייט אז זיי זענען אפטא אייניקלעך, גייט עס אטאמאטיש ארויף אויף ר' משה דוד הנ"ל? אפשר האט איר מער מקורות דערויף?

בכלל נישט. ר' אלטר משה אליהו שטיגליץ (א קרוב אדער אפשר איין אייניקל פון ר' משה דוד'ן, עיין בדברי ר' יוסף ענגיל כאן), אבי ר' יוסף דוב חיים וואס איז דערמאנט אויפ'ן מצבה, איז געוועהן איין איידים ביי ר' שלמה ראטענבערג נכד ר' מאיר מאפטא, עיין כאן.

בספרו צל"ח חדש כותב ר' אלטר שטיגליץ שרמ"ד שטיגליץ (אבי אמו של הגר"י ענגיל) היה דודו-זקנו, אחי זקנו רבי צבי שטיגליץ מזאבנא, ראה כאן:
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=13

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3232
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג יוני 04, 2018 8:44 pm

זענען פאראן היינט אייניקלעך פון ר' יוסף ענגיל זצ"ל?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יוני 05, 2018 12:14 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:זענען פאראן היינט אייניקלעך פון ר' יוסף ענגיל זצ"ל?

יא, ליידער נישט קיין שומתומ"צ

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3232
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג יוני 05, 2018 5:01 pm

מיללער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:זענען פאראן היינט אייניקלעך פון ר' יוסף ענגיל זצ"ל?

יא, ליידער נישט קיין שומתומ"צ

וואו? ווער?
עס איז דא איינער וואס וויל זיי מהנה זיין.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יוני 05, 2018 5:24 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:זענען פאראן היינט אייניקלעך פון ר' יוסף ענגיל זצ"ל?

יא, ליידער נישט קיין שומתומ"צ

וואו? ווער?
עס איז דא איינער וואס וויל זיי מהנה זיין.

ער זאל זחך פארבינדן מיט הרב פרידמאן שליט"א וואס גיט זיך אפ בהדפסת ספרי הגר"י - ער האט א שטיקל קשר מט זיי

ohaveitorahengel@gmail.com

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תר"פ - תש"פ

תגובהדורך מומחה יוחס » דינסטאג אוקטובער 29, 2019 7:48 pm

היינט נאכט איז דער יא''צ פין די ווינדליכע גאון רבי יוסף ענגל זצוק"ל
דער 100 סטע יא''צ תר''פ - תש"פ
参考专家

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5697
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך אוקטובער 30, 2019 12:10 am

מאמר אודותיו בגליון עלים לתרופה (פר' בראשית תש"פ)
צוגעלייגטע
רבי יוסף ענגיל.pdf
(108.64 KiB) דאונלאודעד 23 מאל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט