רבי חיים זאנוויל אבראמאוויטש מריבניץ זצ"ל - כ"ד תשרי תשנ"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זאל זיין אזוי
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 14, 2015 2:26 pm

תגובהדורך זאל זיין אזוי » זונטאג נובעמבער 08, 2015 5:48 pm

חסיד ריבניץ האט געשריבן:
הודעהדורך הרבטייטעלבוים » מיטוואך אפריל 25, 2012 1:38 pm

צו דאנלאדען
יהושע האט געשריבן:
דא האט איר די קליפ פון רימניצע רבי, פאר ווער ס'האט עס נאך נישט געזעהן.
http://dl.dropbox.com/u/38715482/Rivnitzer%20Rebbe.mp4


עס ארבעט שוין נישט.
נפשי בשאלתי פון איינער וואס האט בשעתו אראפ גינומען דער קליפ, זאל טוהן א חסד דאס ארויף לייגן אויף גוגל דרייב אודער אויף ג'מבו מייל אודער אויף דרופובוקס, כדי איך זאל מיך קענן מחיה זיין דערמיט (קאפי איז פארמאכט ביי מיר). בעז"ה בל"נ וועל איך באצולען מיט א טייערע עובדא פון רביה"ק מריבניץ זי"ע.
א גרויסער ייש"כ, תזכו למצות



די מיינסט די קליפ:
https://www.dropbox.com/s/jq63s4lj4l71v ... 0.mp4?dl=0

אויב יא ביטע דאונלאוד עס ווייל איך ווייס נישט ווי לאנג איך וועל עס דארט האלטען

חסיד ריבניץ
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 07, 2015 5:56 pm

תגובהדורך חסיד ריבניץ » זונטאג נובעמבער 08, 2015 5:57 pm

א גרויסען ייש"כ, תזכו למצות

עס האט מיך פארציילט הרה"ג ר' גדליה ריזל (איידעם פון סלונימער רבי שליט"א) רב דחסידי סלונים און קרית גת בארה"ק, אז דער הייליגער רבי פון ריבניץ זי"ע איז גיווען א שטיקל צייט און טבריה עיה"ק. ליל שישי פרשת לך לך האט הער געלערנט חומש רש"י מיט א פאר חסידישע יודען, וואס איינער פון זיי איז גיווען הר' אהרן ריזל (דער זיידע פון ר' גדליה הנ"ל). ווען זיי זענן האנגעקומען צום פסוק 'ואמרו אשתו זאת, והרגו אותי ואותך יחיו', האט זיך ר' אהרן דערמאנט א קשיא וואס פלעג עם כסדר הארען. ס'זעט אויס אז פאר אברהם אבינו הארט צוויי זאכען, איינס – והרגו אותי, און דער צווייטע – ואותך יחיו ... וואס האט גיהארט פאר אברהם אז מ'וועט לאזן שרה לעבין? ... אזוי ווי הער קלערט זיך דאס, גיט זיך דער רבי א רוף אן קעגען עם (אזוי ווי מיט אברהם אבינו'ס לשון) 'אז זיי וועלען דיך לאזן לעבין וועט דאס זיין פאר דיר ערגער פון וואס זיי וואלטן דיך גיהרגעט' ... (טייטש, פאר שרה אמנו וואלט נישט געטויגט בשו"א אזא לעבין אונטער פרעה. ס'איז בעסער שטארבן ווי א יוד איידער ווי לעבין ווי א גוי.)

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מאנטאג נובעמבער 09, 2015 8:24 am

שיינע עובדה ייש"כ !
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 12:59 am

דערציילט מיר פריער א איד [שוין גראדע דערציילט אסאך מאל אבער יעצט פארצייכן איך עס גלייך נאכן דערציילן] אז ביי זיין חתונה איז דער ריבניצער געווען מסדר קידושין און ביי די קבלת פנים איז דער ריבניצער נישט געווען צופרידן פון די כתובה, מ'האט געברענגט געדריקטע איז ער נישט געווען צופרידן, אפאר יונגעלייט האבן זיך אראפגעזעצט און געשריבן פרישע און ער איז נאך אלס נישט געווען צופרידן, פלוצלינג זעהט מען ווי ער נעמט זיך געפערליך יאגן, גענומען א כתובה וואס איינער האט געשריבן וואס האט בכלל נישט אויסגעקוקט שיין, און רוימט אריין פאר'ן חתן [ער איז געווען א יתום] דיין טאטע איז שוין דא כ'וויל אים נישט אויפהאלטן אפילו א מינוט, און שנעל געלאפן צום חופה

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 4:19 am

א אינגערמאן פארציילט מיר אפאר וואכן צירוק ער איז געווען אויפן וועג אהיים פונעם ריבניץ'ער ער ספיד אויף 85 און יאפ ער זעט לעקטערלעך ער ציט זיך אין א זייט ווען דער פאליס בעט אים די לייסענס זאגט ער אים אז ער איז געווען ביים ריבניץ'ער א מינוט שפעטער קומט דער פאלס צירוק איז סאגט אים דרייוו סעיף און לאזט אים גיין...

איך בין געווען שאקט ווייל אייביג הערט מען די מעשות אבער איך האב געהאלטן אז ער איז פארהאן א פאלק פארוועם עס געשעט ניסים אבער דא האב איך אליין געהערט פון איינעם וואס איך ווייס נישט זאל זיין פון יענע פאלק
זי"ע
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

מי הוא זה
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 7:52 pm

תגובהדורך מי הוא זה » מיטוואך דעצמבער 09, 2015 8:37 am

וואס א חילוק האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:סרטון חדש מהרה"ק מריבניץ זי"ע בתשעה באב תשל”ח בבית הרה״ח ר׳ ישראל מאיר שווארץ ע"ה בלאס אנדזשעלעס • בסרטון נראה הרה"ק בישיבתו לקונן על הארץ כשהוא עטוי שק ואפר, וכן מההבדלה על הכוס במוצאי הצום (שחל אז בשבת).

מתוך הסרטון

1.jpg
2.jpg
יוראפ האט געשריבן:קאפי ביטע
בתודה מראש



פערמאנטע לינק, וואס וועט בעזר השם קיינמאל נישט עקסייפערן

http://tinyurl.com/o9coamx

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

זיגעל פון דעם צדיק

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2015 4:04 pm

על סידור קבלה
צוגעלייגטע
RIVNITZ.jpg

קאטטשקעלע
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
לאקאציע: אויף מיין פלאץ

תגובהדורך קאטטשקעלע » זונטאג דעצמבער 27, 2015 8:05 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:לעצטענס פייערט דא דער עולם יובל חמש אלפים'ס עשרת אלפים'ס אזש ביז עשרים ושמונה אלפים'ס, טייל זענען זיך נוהג צו שרייבען עפעס זאכלעך צו פייערען זייערע נייער קרוין, איך וועל מיך נישט נוהג זיין אזוי סיי ווייל איך קען נישט און סיי ווייל איך בין א עניו.

נאר וואס יא איך וועל מהנה זיין דעם עולם מיט גאר א חשובער זאך וואס איך האב לעצטענס זוכה געווען אריינצובאקומען אין מיין באזיס, דער מדובר איז פון א תנאים וואס הרה"ק מריבניץ האט געשריבען פאר א פארפאלק ממקורביו דארטען אין ריבניצא בשנת תשכ"א מיט זיין הייליגע חתימה "נאם חיים זנוויל במו"ה משה ז"ל רבושו"ב דפה עיר ריבניצע חתן הרב דריזינאו מור"ה שלמה זצ"ל" אין איז לדעתי א זעלטענעם ארטיקעל.

ביידע, סיי דער מאן ע"ה און סיי די פרוי (לרפו"ש) האבען מיר אראפגעלייגט דער פחד וואס האט געהערשט בשעת די חופה אין זייער שוואגערס קאך מיט קוים א מנין אנווענזענד.

עס איז א כתובה נישט א תנאים
עס איז זייער אינטרעסאנט עס פעלט ווערטער פון די כתובה

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3949
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:48 pm

לפי ידיעתי איז (כמעט) נישטא קיין כתב יד פונעם ריבניצער. אט איז א הסכמה וואס פיגורירט אין סידור תפלת רש"י, וואס דאס האט דער רבי לכאורה זיכער נישט געשריבן, נאר (אולי) אחד מבאי ביתו.

ווייסט איינער פון נאך א פלאץ וואו ס'איז פארהאנען אזא סארט הסכמה פונעם רבי'ן?
צוגעלייגטע
Ribnitz Haskuma.jpg
Ribnitz Haskuma 1.jpg
לחיים ולברכה!

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3959
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

מודעה וואס הענגט

תגובהדורך dovidal » זונטאג פאברואר 07, 2016 12:32 pm

ביים ציון הקדוש
צוגעלייגטע
sun rim.jpg

חיים של שמחה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 12, 2016 3:27 pm

תגובהדורך חיים של שמחה » מאנטאג פאברואר 08, 2016 1:35 am

לויט ווי איך זע האט מען דעהם ענין נאכנישט גערעדט פון, דאס איז ווי אלט די רבי איז געוועהן - ווען ער איז געבוירען, בשעתו האב איך געהאט געהערט אז ער איז געוועהן 108 און אין אן אנדרע מאל געהערט 96, אנדרע אינצווישען דעהם,
און די ערשטע תולדות ספר [כמדומה: הליכות חיים] דענק איך רעדט מען אביסל פון דעהם, אויב איינער ווייסט קלאר'ער ביטע שרייבן.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג פאברואר 14, 2016 8:28 pm

הרה"ק מריבניץ זי"ע ביים אנקומען צו די עצרת אין מעדיסאן סקווער גארדען, אדר תשל"ט.

רעכטס איז ר' אברהם הכהן קאהן שליט"א, אינטער אים איז הרה"ג אב"ד סיגעיט שליט"א. ווער זענען די איבריגע?

97253467.jpg

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2813
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » זונטאג פאברואר 14, 2016 11:19 pm

דער נידריגער אידל מיט די שטיוול לינקס איז לכאורה ר׳ מאיר פעקעטע פון טאהש

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3949
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג פאברואר 15, 2016 1:56 pm

א שיין בילד.

ווער איז דער שיינער איד (וואס זעהט אפשר אויס ווי א מייזליש) הונטערן רבי'ן?
לחיים ולברכה!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25444
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 15, 2016 2:57 pm

יציב פתגם האט געשריבן:הרה"ק מריבניץ זי"ע ביים אנקומען צו די עצרת אין מעדיסאן סקווער גארדען, אדר תשל"ט.

רעכטס איז ר' אברהם הכהן קאהן שליט"א, אינטער אים איז הרה"ג אב"ד סיגעיט שליט"א.ווער זענען די איבריגע?

97253467.jpg


נחמן נתן האט געשריבן:א שיין בילד.

ווער איז דער שיינער איד(וואס זעהט אפשר אויס ווי א מייזליש)
הונטערן רבי'ן?

ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:40 am

תגובהדורך ממעתיקי השמועה » דינסטאג פאברואר 16, 2016 5:37 pm

כ'האב געהערט אז ער איז געוועהן א משמש און שאץ, איינער האט געהערט פון דעהם ?
כ'דארף זיך דערמאנען מער פרטים און פונקטליך, ס'דא א גאנצע מעשה באריכות.

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג פאברואר 16, 2016 5:43 pm

איך האב געהערט אז ער איז געוועהן א משמש ביי הרה"צ מטשחויב (חתן רמי"מ מסוליצא בן ר' יואל משאץ) פון דער טשחויבער רבי'ס איין אייניקל.

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג פאברואר 16, 2016 5:45 pm

לויט וואס יענער האט דערציילט, איז דאס געוועהן אין דער תקופה ווען ער איז געוועהן א חתן בזו"ר.

ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:40 am

תגובהדורך ממעתיקי השמועה » דינסטאג פאברואר 16, 2016 6:07 pm

כ'דערמאן זיך אז כ'האב עס געהערט אויף א טעיפ [אויף קול פאלטישאן (פון ארכיוון של המשמש ר' משה הירש בערקוויטש ני"ו) כ'גדענק נישט די נומבער ווער עס ווייסט זאל עס ביטע לייגען, מ'קען עס לכאורה נאך הערן דארט] ווי ער שמועסט מיט פאלטישאנ'ר רבי הגה"ק ר' אלעזר זי"ע [כ'מיין ס'איז א באזוך ביים איהם],
כ'געדענק נישט וואס איז אויף'ן טעיפ און וואס כ'האב דעמאלט'ס גשמועסט דערוועגן, פון וואס כ'געדנק איז אז ער איז געוועהן א הויז בחור ביי זיין שווער הרה"ק רבי מאיר מ'שאץ זי"ע,
דאס איז א פעטער פאר דעהם טשחויב'ן רבי'ן וואס האסט דערמאנט ער איז א עלטערע ברודער פון ר' מרדכי יוסף משה מסוליצא,
ביי איהם טאקע מיינעך איז דא עפעס א מעשה ווען ער איז געוועהן דארט ביי זיין רבי ר' מאיר'ל שאץ'ר זי"ע דארף איך זיך דאס דערמאנען,
וואס איך געדענק יא איז: פון די שמועסן אויפן טעיפ אז ער פרעגט זיך נאך אויף'ן שאצ'ער רבי עטליכע מאל און ער זאגט אז ער איז געוועהן זייער נאנט מיט איהם און אז ער האט גוט געקענט,
און מזאגט איהם אז ער לעבט שוין נישט, און ער גיבט א קרעכץ, עפעס אזוי, האב איך געהערט בשם המשב"ק אז ער האט געמיינט הרה"ק רבי ישראל דוד משענדישוב שאץ זי"ע,
ווי סשטעלט זיך ארויס האט ער איהם לכאורה געקענט פון שאץ זיינעדיג ביי זיין שווער,
ווער ס'ווייסט מער וועגן דעהם, אדער בכלל איבער דעהם רבי'ן יוגענט יאר'ן זאל ביטע מגיב זיין !
דרך אגב וואס איז די מקור אויף טשחויב ? כ'האב עס קיינמאל נישט געהערט,

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » דינסטאג פאברואר 16, 2016 6:56 pm

זיין ערשטע שווער האט געוואוינט אין שאץ?
שויתי השם לנגדי תמיד

ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:40 am

תגובהדורך ממעתיקי השמועה » דינסטאג פאברואר 16, 2016 7:04 pm

ווייס איך נישט !
לויט ווי איך פארשטיי מיין איך אז ער איז געוועהן א הויז בחור און שאץ, איז ער אויב אזוי געוועהן א בחור, ווי אלט ער איז געוועהן ביי זיין חתונה בזיו"ר איז באקאנט ?
ס'מעגליך אז ער איז נישט געוועהן אזוי יונג.

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג פאברואר 16, 2016 7:15 pm

ממעתיקי השמועה האט געשריבן:דרך אגב וואס איז די מקור אויף טשחויב ? כ'האב עס קיינמאל נישט געהערט,

כך שמעתי פון דער ביאלער רבי פון רמת אהרן, בן בתו של ר' אביש משטחויב, וואס האט געדענקט אויך דער יראת הכבוד וואס דער ריבניצער רבי האט געהאט פאר ר' אביש.
קיין סתירה צום גירסא שאץ איז דאס נישט.
שויתי'ניק האט געשריבן:זיין ערשטע שווער האט געוואוינט אין שאץ?

ניין, אין פוילן אדער גאליציע לכאורה (די כלה האט נאר געקענט שרייבן אויף פויליש, כך סיפר הנ"ל).

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » דינסטאג פאברואר 16, 2016 7:16 pm

ווי לאנג איז ער געווען חתונה געהאט בזיוו"ר

איינער זאגט מיר יעצט אז זיין שווער האט געוואוינט אין בוקארעסט אדער יאס?
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » דינסטאג פאברואר 16, 2016 7:17 pm

הסרפד האט געשריבן:ניין, אין פוילן אדער גאליציע לכאורה (די כלה האט נאר געקענט שרייבן אויף פויליש, כך סיפר הנ"ל).

שטימט עפעס נישט
שויתי השם לנגדי תמיד

ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:40 am

תגובהדורך ממעתיקי השמועה » דינסטאג פאברואר 16, 2016 7:35 pm

הסרפד בן בתו רעדסטו פונעם ביאלא רבי פון רמות אהרן שליט"א יא ?
אויך געוועהן און בוקארעסט, שאץ איז דאך אויך נעבן בוקארעשט...


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 24 געסט