רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך zugurnish » מיטוואך יוני 24, 2020 11:23 am

https://barcheinuavinu.com/hebrew/

היינט 2:30 נאכמיטאג איז דא א גרויס כינוס אויפן אינטערנעט פון גאנץ וועלט לכבוד די יום הילולא וואס איז היינט נאכט

ליבי ובשרי
שר מאה
תגובות: 106
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך ליבי ובשרי » מיטוואך יוני 24, 2020 11:29 am

די אהל איז אפן?

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך zugurnish » מיטוואך יוני 24, 2020 11:37 am

יא אבער מען קען נאר אריבער גיין שנעל, און מען קאן ניט האלטן תפילות אדער פארזאמלונגען.

בפשיטות
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 14, 2019 6:01 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך בפשיטות » מיטוואך יוני 24, 2020 11:40 am

ליבי ובשרי האט געשריבן:די אהל איז אפן?

דארט געווען פאריגע וואך, די אהל איז געווען אפען אין אפילו די מקוה וואס איז געווען פארשלאסען די לעצטערע חדשים איז שוין אויך אפען.
ס'דא א נומבער וואו מ'קען אריינרופען פרעגן, האביך נישט מיט מיר.

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך zugurnish » מיטוואך יוני 24, 2020 11:42 am

7187234545

dovidal
שר חמשת אלפים
תגובות: 5528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך dovidal » מיטוואך יוני 24, 2020 7:46 pm

רחמסטריווקער רבי שליט"א מקבל כוס של ברכה
צוגעלייגטע
CHABADR.jpg
CHABADR.jpg (230.12 KiB) געזעהן 640 מאל

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך דייקן » דאנארשטאג יוני 25, 2020 7:23 am

א חשובע רב האט מיר דערציילט עטליכע יאר צוריק אז הרה"צ ר' אלעזר בריזל זצ"ל פון ירושלים האט עם דערציילט (עס קען זיין אז איך וועל מאכען מינדערוויכטיגע שינויים אין די מעשה, היות איך האב עס געהערט א לאנגע צייט צוריק) אז ווען ער איז אמאל געגאנגען צו אמעריקע איז ער זיך געגאנגען געזעגענען פון הגה"צ ר' דוד יונגרייז זצ"ל ראב"ד העדה"ח, און ר' דוד האט עם געזאגט אז איינמאל ער געפינט זיך אין אמעריקע זאל ער גיין נעמען שלום ביים ליובאוויטשער רבי זצ"ל, האט זיך ר' אלעזר געוואונדערט וואס האט ר' דוד מיטן ליובאוויטשער רבי, האט ער עם געזאגט אז נאכדעם וואס די ליובאוויטשער רבי איז געווארען רבי און ער האט אנגעפאנגען דרייען וועלטען און זיין אריינגעמישט אין אלע סארט אידישע זאכען ארום די גארער וועלט, האט עס עם זייער נישט געפאלען און ער האט געטראכט צו זיך ווער איז דער יונגער רבי וואס מיינט אז ער קען פירען די וועלט, און עטליכע יאר דערויף האט ער געדארפט גיין צו אמעריקע פאר עפעס א סיבה, האט ער באשלאסען אז בשעת ער וועט זיין דארט וועט ער אריינגיין צום ליובאוויטשער רבי און עם אנשרייען וועגען דעם, און ער איז טאקע אריינגעגאנגען צום ליובאוויטשער רבי, אבער פארשטייט זיך אז ערשט דארף מען אנפאנגען רעדען אין לערנען און נאר דערנאך האט ער געפלאנט עם צו מוסר'ן, פארציילט ר' דוד צו ר' אלעזר בריזל אז ער האט אנגעפאנגען צו רעדען אין עפעס א הלכה שאלה און גלייך האט ער געזען אז די ליובאוויטשער רבי איז ווי א פיש אין וואסער און ער קען די סוגיא בעסער פון עם, איז ער אריבערגעגאנגען צו א שווערע גמרא, און אודך, די רבי קען די סוגיא כאילו ער האט עס נעכטען געלערענט, האט די ראב"ד געטראכט צו זיך אז די חכמי קבלה אין ירושלים זענען געבליבען שווער מיט דריי שווערע קשיות אין קבלה, וועט ער פרעגען די קשיות צום ליובאוויטשער רבי און זען צו ער קען זיך אויס אין קבלה, האט ער עם געפרעגט די גרינגסטע קשיא פון צווישן די דריי, און גלייך האט עם די רבי מסביר געווען פארוואס די קשיא איז נישט שווער, האט ער עם געפרעגט די נעקסטע קשיא, האט די רבי געזאגט אז דאס איז א גוטע קשיא, און ער האט גלייך אראפגענומען עפעס א קבלה ספר פונעם ספרים שאפע און עם געוויזען אז דער ספר האט א תירוץ אויף די קשיא, האט ער עם געפרעגט די דריטע קשיא, און די רבי האט עם געוויזען אין א אנדערע קבלה ספר וואס האט א תירוץ אויף דער קשיא, פארשטייט זיך אז נאכן דאס צוזען האט ער שוין נישט געפרעגט פון די ליובאוויטשער רבי זיינע ארגינעלע קשיות פארוואס ער מישט זיך אריין אין אלע אידישע ענינים ארום די וועלט אא"וו, נו, האט הגר"ד יונגרייז אויסגעפירט צו ר' אלעזר בריזל, צו אזא איד דארף מען נישט אריינגיין?

איז ווען ר' אלעזר בריזל איז געווען אין אמעריקע איז ער געגאנגען צו 770 דאווענען מנחה, און ער האט געפלאנט אז נאכן דאווענען וועט ער אריבערגיין צום ליובאוויטשער רבי נעמען שלום, אבער נאך פארן דאווענען אזויווי די רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען האט ער געזאגט צו זיין סעקרעטאר הרב גרונר ז"ל אז ס'דאכט זיך עם אז יענער איד דארט איז ר' אלעזר בריזל פון ירושלים, איז ער זאל עם זאגען אריינצוגיין צו עם נאכן דאווענען (כאטש אז געווענטליך איז קיינער נישט אריינגעגאנגען צום רבי'ס צימער נאך מנחה), איז ר' אלעזר טאקע אריינגעגאנגען, און אזויווי ער קומט אריין זאגט עם די רבי אז ער האט באקומען זיין קונטרס אויף צניעות א יאר פאר דעם (וואס ר' אלעזר בריזל האט ארומגעשיקט צו אלע גדולים ווען ער האט עס ארויסגעגעבען), און ער האט עטליכע הערות אויף דעם, און ער האט אנגעפאנגען זאגען אז אויף דער און דער עמוד (אין דער און דער הערה) שרייבט ער אזוי און אזוי און ער וואלט געדארפט שרייבען אזוי און אזוי אא"וו, און ר' אלעזר האט דערציילט אז ער האט שוין לאנג געהאט פארגעסען וואס פונקטליך ער האט געשריבען אין זיין קונטרס, אבער ווייזט זיך אויס אז די ליובאוויטשער רבי האט נישט געהאט פארגעסען א אות אחת פון זיין קונטרס. ע"כ איז וואס איך האב געהערט פון א חשובע איד וואס עס האט עם אליין דערציילט הרה"צ ר' אלעזר בריזל זצ"ל.

עטליכע יאר צוריק בין איך איינגעשטאנען ערגעץ פאר אפאר טעג, און דארט איז געווען א גאנצע הויפען "המבשר קהילות" (וואס קומט ארויס איינמאל א וואך), האב איך דורכגעליינט א שיינע פאר, און דעמאלטס איז געווען דארט א אפטיילונג ("מדור") ווי זיי האבען אינטערוויאוס מיט עלטערע אידען (אפשר איז דער אפטיילונג נאכאלץ דארטען), איז געווען דארט א אינטערוויאו מיט איינער וואס האט דערציילט א זייער אינטרעסאנטע אומבאוואוסטע זאך אויפן ליובאוויטשער רבי (איך וועל עס לכאו' שרייבען נישט פונקטליך, היות איך האב עס געזען א לאנגע צייט צוריק, אויב איינער דא קען ברענגען א בילד פון די צייטונג תע"ב), דער איד [וואס איז נישט א ליובאוויטשער, נישט עם און נישט זיין טאטע] דערציילט אז זיין טאטע פלעגט גיין איינמאל [א וואך?] צו 770 און רעדען מיט די ליובאוויטשער רבי פאר בערך 2 שעה, און עטליכע מאל פלעגט ער עם מיטנעמען אלס קינד צו באקומען א ברכה, און ער האט באמערקט א אינטרעסאנטע זאך אז ווי נאר זיין טאטע איז אנגעקומען האט מען עם אייביג גלייך אריינגעלאזט צו די רבי, און נאכדעם וואס די רבי האט אנגעווינטשען די קינד פלעגט ער ארויסגיין פון די רבי'ס צימער און ווארטען אין די ווארטזאל ביז זיין טאטע האט געענדיגט, און שטענדיג איז זיין טאטע ארויסגעקומען פון די צימער אינגאנצען אויסגעמוטשעט ווי כאילו ער האט יעצט געענדיגט שלעפען שווערע משאות, און דער קינד האט זיך אייביג געוואונדערט אויף דעם און פראבירט ארויסצובאקומען פון זיין טאטע וואס ער רעדט מיט די רבי, ער האט עם אבער קיינמאל נישט געזאגט, פאר זיין בר מצוה האט די טאטע געזאגט צו דער קינד אז זיי וועלען אריינגיין צו די ליובאוויטשער רבי פאר א ברכה לכבוד זיין בר מצוה און ער וועט זאגען זיין פשעטיל צו די רבי, זענען זיי געגאנגען צו 770, און מען האט ווייטער אריינגעלאזט זיין טאטע גלייך, און די ליובאוויטשער רבי איז עם מכבד אנצופאנגען זיין פשעטיל, און אביסל אריין אין די פשעטיל געבט פלוצלינג די רבי א פרעג עפעס א קשיא אויף די פשעטיל, ער האט עס אבער נישט געפרעגט אזויווי מיר זענען צוגעוואוינט צו הערען א קשיא, נאר אזויווי מען דערציילט אויף די ראגאטשאווער גאון און די אור שמח, ד. ה. ער האט געזאגט א מ"מ אן מסביר זיין וויאזוי עס ווערט שווער, און די טאטע פון דער קינד האט געשאסען א אנדערע מ"מ און די רבי א אנדערע מ"מ, און אזוי איז די "שמועס" געגאנגען פאר לאנגע מינוטען, בשעת וואס דער קינד קוקט זיך צו מיט ברייט צועפענטע אויגען, ביז זיין טאטע האט געזאגט צו די רבי אז ער מיינט אז זיין קינד האט שוין געזען גענוג, האט ער עם ארויסגעלאזט פון די צימער, און זיי האבען ממשיך געווען צו "רעדען" אין לערנען פאר א לאנגע צייט, יעצט האט שוין דער קינד פארשטאנען וואס מוטשעט אזוי אויס זיין טאטע יעדע מאל וואס ער גייט אריין צו די ליובאוויטשע רבי.
לעצט פאראכטן דורך דייקן אום פרייטאג יוני 26, 2020 6:55 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך ידעתי » דאנארשטאג יוני 25, 2020 9:02 am

Wow.
גראדע קיינמאל נישט געוואוסט אז רבי דוד יונגרייז זצ"ל איז געווען אמאל אין אמעריקא.
איז דא בילדער פון זיין באזוןך?

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלפיים
תגובות: 2826
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דאנארשטאג יוני 25, 2020 10:35 am

ידעתי האט געשריבן:Wow.
גראדע קיינמאל נישט געוואוסט אז רבי דוד יונגרייז זצ"ל איז געווען אמאל אין אמעריקא.
איז דא בילדער פון זיין באזוןך?

זיכער איז ער געווען אין אמעריקא!

איך ווייס נאר נישט צו ער האט באזוכט אין 770
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4997
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג יוני 25, 2020 10:54 am

הגם איך בין א שטארקער פאר'עהרער פארן ליובאוויטשער רבי'ן זי''ע. איז אבער די צווייטע געשיכטע א טיפישער אויסגעטראכע מעשה
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

dovidal
שר חמשת אלפים
תגובות: 5528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:13 am

לחיים ולברכה זי"ע ועכי"א

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:27 am

בן בוזי האט געשריבן:הגם איך בין א שטארקער פאר'עהרער פארן ליובאוויטשער רבי'ן זי''ע. איז אבער די צווייטע געשיכטע א טיפישער אויסגעטראכע מעשה

און די ערשטע איז אויך אביסל צוגעפיקסט.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך דייקן » דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:45 am

יידישע קהילות האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:הגם איך בין א שטארקער פאר'עהרער פארן ליובאוויטשער רבי'ן זי''ע. איז אבער די צווייטע געשיכטע א טיפישער אויסגעטראכע מעשה

און די ערשטע איז אויך אביסל צוגעפיקסט.

@בן בוזי, די מעשה איז געשטאנען אין המבשר מיט א נאמען פון א איד וואס לעבט נאך לכאו', אז ער דערציילט וואס ער האט פערזענליך צוגעזען, און ער איז נישט א ליובאוויטשער און ער איז נישט געקומען דערציילען מעשיות אויפן ליובאוויטשער רבי, נאר בתוה"ד וואס ער האט דערציילט זיין יוגענט אא"וו האט ער דערציילט דער מעשה, איז פארוואס מאכסטו עס אוועק מיט אזא זיכערקייט?

@יידישע קהילות, איך בין נייגעריג אויב דו גלייבסט נישט הגר"ד יונגרייז אדער ר"א בריזל אדער להבל"ח דער חשובער רב אדער אני הקטן?

חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך חוץ פון דעם » דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:51 am

לחיים לחיים לחיים.
לכאורה נישט דא קיין איד אויף די וועלט וואס איז נאך נישט צו געקומען צו האב'ן עפעס מיט ליובאוויטש'ן רבי'ן, צו פון זיך אן ווארעמען פון [זיין?] צמאה לך נפשי, ביז א בית חב"ד אויף וויקאציע = ביזנעס.
זי"ע ועכי"א

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דאנארשטאג יוני 25, 2020 11:56 am

דייקן האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:הגם איך בין א שטארקער פאר'עהרער פארן ליובאוויטשער רבי'ן זי''ע. איז אבער די צווייטע געשיכטע א טיפישער אויסגעטראכע מעשה

און די ערשטע איז אויך אביסל צוגעפיקסט.

@בן בוזי, די מעשה איז געשטאנען אין המבשר מיט א נאמען פון א איד וואס לעבט נאך לכאו', אז ער דערציילט וואס ער האט פערזענליך צוגעזען, און ער איז נישט א ליובאוויטשער און ער איז נישט געקומען דערציילען מעשיות אויפן ליובאוויטשער רבי, נאר בתוה"ד וואס ער האט דערציילט זיין יוגענט אא"וו האט ער דערציילט דער מעשה, איז פארוואס מאכסטו עס אוועק מיט אזא זיכערקייט?

@יידישע קהילות, איך בין נייגעריג אויב דו גלייבסט נישט הגר"ד יונגרייז אדער ר"א בריזל אדער להבל"ח דער חשובער רב אדער אני הקטן?

איר דארפט פארשטיין אז פאר א ליינער איז שווער צי מקבל זיין א זאך וואס ווערט געזאגט דורך אן אומאידענטיפיצירטן פערזאן בשם אן אנדערע אומאידענטפיצירטן וואס איז גראדע א חשוב'ע רב לויט די עדות פונעם ערשטן אומאידענטיפיצירטער...
- דער חתימה איז געשטעלט געווארן דורכן ניק על אפם ועל חמתם פון די מנהלים -

דייקן
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 02, 2020 1:32 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך דייקן » דאנארשטאג יוני 25, 2020 12:04 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
דייקן האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:הגם איך בין א שטארקער פאר'עהרער פארן ליובאוויטשער רבי'ן זי''ע. איז אבער די צווייטע געשיכטע א טיפישער אויסגעטראכע מעשה

און די ערשטע איז אויך אביסל צוגעפיקסט.

@בן בוזי, די מעשה איז געשטאנען אין המבשר מיט א נאמען פון א איד וואס לעבט נאך לכאו', אז ער דערציילט וואס ער האט פערזענליך צוגעזען, און ער איז נישט א ליובאוויטשער און ער איז נישט געקומען דערציילען מעשיות אויפן ליובאוויטשער רבי, נאר בתוה"ד וואס ער האט דערציילט זיין יוגענט אא"וו האט ער דערציילט דער מעשה, איז פארוואס מאכסטו עס אוועק מיט אזא זיכערקייט?

@יידישע קהילות, איך בין נייגעריג אויב דו גלייבסט נישט הגר"ד יונגרייז אדער ר"א בריזל אדער להבל"ח דער חשובער רב אדער אני הקטן?

איר דארפט פארשטיין אז פאר א ליינער איז שווער צי מקבל זיין א זאך וואס ווערט געזאגט דורך אן אומאידענטיפיצירטן פערזאן בשם אן אנדערע אומאידענטפיצירטן וואס איז גראדע א חשוב'ע רב לויט די עדות פונעם ערשטן אומאידענטיפיצירטער...

דארף ער כאטש שרייבען בלשון ספק, אדער בעסער געזאגט דארף ער גארנישט שרייבען, ווייל יעדער איינער זעהט דאך אז עס איז א אומאידענטיפיצירטען פערזאן וכו', חוץ אויב ער האט א ספעציפישע סיבה מיר נישט צו גלייבען (אדער הגר"ד יונגרייז אא"וו), אדער נישט צו גלייבען דער מעשה (וואס דאן דארף ער מסביר זיין פארוואס עס קען נישט זיין אינגאנצען אמת).

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג יוני 25, 2020 12:33 pm

סטאוו יא פיטא האט געשריבן:
דייקן האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:הגם איך בין א שטארקער פאר'עהרער פארן ליובאוויטשער רבי'ן זי''ע. איז אבער די צווייטע געשיכטע א טיפישער אויסגעטראכע מעשה

און די ערשטע איז אויך אביסל צוגעפיקסט.

@בן בוזי, די מעשה איז געשטאנען אין המבשר מיט א נאמען פון א איד וואס לעבט נאך לכאו', אז ער דערציילט וואס ער האט פערזענליך צוגעזען, און ער איז נישט א ליובאוויטשער און ער איז נישט געקומען דערציילען מעשיות אויפן ליובאוויטשער רבי, נאר בתוה"ד וואס ער האט דערציילט זיין יוגענט אא"וו האט ער דערציילט דער מעשה, איז פארוואס מאכסטו עס אוועק מיט אזא זיכערקייט?

@יידישע קהילות, איך בין נייגעריג אויב דו גלייבסט נישט הגר"ד יונגרייז אדער ר"א בריזל אדער להבל"ח דער חשובער רב אדער אני הקטן?

איר דארפט פארשטיין אז פאר א ליינער איז שווער צי מקבל זיין א זאך וואס ווערט געזאגט דורך אן אומאידענטיפיצירטן פערזאן בשם אן אנדערע אומאידענטפיצירטן וואס איז גראדע א חשוב'ע רב לויט די עדות פונעם ערשטן אומאידענטיפיצירטער...

דאס איז נישט די פראבלעם והא ראיה אויף זיין רבי'ן וואלט ער געגלייבט אזא מקור אויך...
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דאנארשטאג יוני 25, 2020 12:44 pm

חמרא טבא האט געשריבן:

פארשטייסט דאך אז די מעשה איז נישט מתקבל על הלב אלס די קאליר דערפון, ר' דוד יונגרייז איז געווען באקאנט אלס מעריץ פון איהם? איז דא ענליכע אמרות פון ר' דוד אויף די רבי נ"ע? ווייסט איינער פון אזא באזוך פון ר' דוד ביי איהם?
אזא מעשה דארף קראנטע דעקונג
- דער חתימה איז געשטעלט געווארן דורכן ניק על אפם ועל חמתם פון די מנהלים -

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג יוני 25, 2020 12:48 pm

אינאך דא איינער וואס מ'דארך משכנע זיין אז דער איד איז געווען א גאון הגאונים? צו וואס פעלט אויס צו מישן דעם טאפ? ווילסטע גלייבן גלייב און אז נישט נישט אבער ס'נעמט נישט אוועק פונעם גברא
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4997
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג יוני 25, 2020 12:58 pm

חלילה וחס, דער ליובאוויטשער רבי האט געקענט באווייזן אזאנס, און ער פלעגט טאקע שרייבן הערות אויף יעדן ספר - אלעס אינעם מעשה האט אמת'ע שטריכן. אבער די דאזיגע מעשה האט די כאראקטער פון א פאבריצירטע מעשה. עס ענדעלט גאר שטארק אין די אויסגעטראכטע מעשה הידוע פון גרינוואלד-הג"ר מנחם זעמבע-פינפטע חנוכה ליכטעל.

אדרבה, זאגט אליין. צו ווייסט איינער פון א נוא יארקער איד וואס פלעגט "כסדר" אפזיצן ביים ליובאוויטשער רבי זי"ע און רעדן מיט איהם שעות ע"ג שעות? (איך נעם די קוראזש צו שרייבן אז בין נאך אזוי באהאווענט וואס טוט זיך אין ליובאוויטש, עטליעסט אזוי פיל אדער פיל מער ווי סיי ווער דאהי אויף אייוועלט).
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג יוני 25, 2020 1:02 pm

כ'האב זיך גראדע נישט באצויגן צו דיין מעשה (וואס איז טאקע א מאדנע מעשה ווייל ס'נישט געווען דער רבי'ס סגנון) נאר צו יענער וואס האט ס"ה א פראבלעם אז רבי דוד יונגרייז זאל האבן געזאגט א שטארקע הערכה וכו'

יחי המלך!
דביה תחדי נפשא

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5530
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג יוני 25, 2020 1:05 pm

נאך פון הרב דוד יונגרייז ז"ל.

https://abc770.org/article_node_5689/

בהשגחה פרטית שמעתי אתמול סיפור מהרה"ח ר' מנחם מענדל הכהן רוט, ששמע מהרה"ח ר' חיים שלום דייטש, ששמע זאת מבעל המעשה, הרה"ג ר' דוד יונגרייז, מהחשובים באנשי העדה החרדית. פעם, בשנים הראשונות, ב'יחידות' אצל כ"ק אדמו"ר מלך המשיח שליט"א, דיבר עמו הרבי על החשיבות שבלימוד החסידות. הוא טען בתחילה שאינו רואה מדוע זה כל כך חשוב. והרבי אמר לו שבזמננו קשה מאד, וכמעט בלתי אפשרי, להיות יהודי ירא-שמיים כראוי בלי חסידות. שאל ר' דוד: וכי הגאון ר' וועלוועלע מבריסק, שהוא 'מתנגד', אינו ירא-שמיים כראוי?! הרהר הרבי רגע, וענה: הוא אמנם ירא-שמיים כראוי, אולם חסרה אצלו שמחה של מצווה. ר' דוד סיפר שהי' לו בתחילה קשה לשמוע כזה דבר. אולם בשובו לארץ, בהשגחה פרטית מופלאה בדיוק אחרי אותה 'יחידות', הוא שמע 'ממש במקרה' סיפור על הגאון מבריסק משנות השואה: הי' זה באחד הגטאות, בימים שבו הגרמנים ימ"ש שלחו מדי יום 'אקציות' – משלוחים של יהודים למחנות ההשמדה. הזדמן לו להגאון מבריסק לראות יהודי מדליק נרות חנוכה בהתלהבות ובשמחה יוצאת מגדר הרגיל. התעניין הגרי"ז לדעת מיהו אותו יהודי. סיפרו לו שאתמול לקחו את אשתו וילדיו למחנות ההשמדה, אולם הוא יהודי חסיד, ולמרות הכל קיבל את הדין באהבה והוא שמח בשמחה של מצווה. נענה הגאון מבריסק ואמר: זה מה שיש לחסידים מה שאין לנו כראוי – שמחה של מצווה… ר' דוד הרגיש שהרבי 'סידר לו' שישמע את הסיפור הזה, כדי שיירגע ויקבל את דברי הרבי.

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך zugurnish » דאנארשטאג יוני 25, 2020 1:14 pm

כמה הערות
אויב רעט מען פון די שפעטערע יארן איז זיכער לא היה ולא נברא.
יחידות פאר פריוואטע מענטשן האט אופגעהערט א יאר צוויי נאך דער הארץ אטאק אין תשל"ח (האט מען מפסיק דעווען אנהויב תשמ"א מסתמה)

פאר דעם האט דער רבי געזעצען גאנצענע נעכט און מקבל געועען מענטשן און אזעלכע וואס האבן געזעצן שעות.
און מען האט געדארפט מאכן א אפוינטמענט חדשים פאראויס

צו זאגן איינער געקומען אפט רעדן פאר שעות איז כלל ניט מסתבר.

דאך געוען אזעלכע וואס האבן גיקומען רעדן אסאך אין לערנן לדוגמא הרב חיים צימערמאן .

איז אויב די מעשה איז אויף עם אדער איימעצער אזוי אין די ערשטע יארן דארף מען אראפנעמען אביסל דא און דארטן
ניט 2 שעה און ניט יעדער צוויי וואכן

דוקא אויף הרב חיים צימערמאן האב איך געהערט (געדענק ניט פון וועמען און איך זאג ניט אז איך בין זיכער עס איז פון א מקור נאמן- אבער געהערט האב איך)
אז מען האט גערעט אין די שפראך פון מראי מקומות.

(הרב חיים צימערמאן האט גערופן דעם רבין סעקרעטאר און געשריען וואס לאסטו אלע די מענטשן באדערען דעם רבי מיט זייערע מעשיות
אנשטאט דער רבי זאל לערנען.)

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4997
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג יוני 25, 2020 1:25 pm

רבי חיים איז טאקע געווען א זעלטענער עלוי
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
סטאוו יא פיטא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 07, 2020 9:24 am

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך סטאוו יא פיטא » דאנארשטאג יוני 25, 2020 1:29 pm

חמרא טבא האט געשריבן:אינאך דא איינער וואס מ'דארך משכנע זיין אז דער איד איז געווען א גאון הגאונים? צו וואס פעלט אויס צו מישן דעם טאפ? ווילסטע גלייבן גלייב און אז נישט נישט אבער ס'נעמט נישט אוועק פונעם גברא

יקירי ירושלים זענען נישט געווען די סארט וואס זענען אפגעקויפט געווארן פאר גאונות, עיין ערך רצפ"פ זצ"ל, איז ווייס איך נישט וואס דו פראבירסט דא מדגיש צי זיין... ואכהמ"ל

חמרא טבא האט געשריבן:כ'האב זיך גראדע נישט באצויגן צו דיין מעשה (וואס איז טאקע א מאדנע מעשה ווייל ס'נישט געווען דער רבי'ס סגנון) נאר צו יענער וואס האט ס"ה א פראבלעם אז רבי דוד יונגרייז זאל האבן געזאגט א שטארקע הערכה וכו'

יחי המלך!

אויב דו רעדסט צי מיר, יעך האב קיין פראבלעם, פארקערט איך וויל זייער שטארק ס'זאל זיין אמת, דערפאר וואלט איך געקענט באשטיין צי הערן מער און קראנטער איבער דעם..

אגב היינט איז די יארצייט פון האדמו"ר מליובאוויטש נ"ע...

און איין הערה פאר די וואס האבן א פראבלעם מיט די מעשה פון הגר"ד, ער איז נסתלק געווארן אנהויב שנת תשל"ב...
- דער חתימה איז געשטעלט געווארן דורכן ניק על אפם ועל חמתם פון די מנהלים -

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט