רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » דאנארשטאג יולי 04, 2019 1:57 pm

אין ארץ ישראל איז פארגעקומען א גרויסער עצרת לרגל יום הילולא 25
http://www.col.org.il/show_news.rtx?fro ... tID=119331
לעצט פאראכטן דורך zugurnish אום דאנארשטאג יולי 04, 2019 2:32 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » דאנארשטאג יולי 04, 2019 2:00 pm

https://anash.org/thousands-gather-in-p ... el-tammuz/

אין קראן הייטס איז פארגעקומען א גרויסער עצרת לרגל יום ההילולא ה25 אין פראנט פון 770

אוועטאר
מומחה יוחס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:27 pm

זי"ע ועכי''א
זאל ער זיין א גוטע בעטער פאר גאנץ כלל ישראל
we make ivelt great again


די אויסגעוועלטע ראש הקהל דאייוועלט

veltsman
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

תגובהדורך veltsman » דאנארשטאג יולי 04, 2019 4:36 pm

from CH10
צוגעלייגטע
Screen Shot 2019-07-04 at 4.32.55 PM.png
Screen Shot 2019-07-04 at 4.32.55 PM.png (462.45 KiB) געזעהן 2842 מאל

אוועטאר
געשיקטער
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » דאנארשטאג יולי 04, 2019 5:25 pm


Untitled       .jpg
Untitled .jpg (107.39 KiB) געזעהן 2802 מאל

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » דאנארשטאג יולי 04, 2019 6:25 pm

אין פריערדיקע בלאט פון דעם אשכול האב איך געברענגט כמה שערים פון צייטונגען לציון יום ההילולא ה25

דא איז פון המודיע
צוגעלייגטע
nu.jpeg
nu.jpeg (150.75 KiB) געזעהן 2766 מאל

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » דאנארשטאג יולי 04, 2019 6:26 pm

המבשר
צוגעלייגטע
num.jpeg
num.jpeg (295.52 KiB) געזעהן 2765 מאל

יישר כח באשעפער
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:01 pm

תגובהדורך יישר כח באשעפער » דאנארשטאג יולי 04, 2019 9:11 pm

זכותו יגן עלינו

חקרן
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:58 pm

תגובהדורך חקרן » זונטאג יולי 14, 2019 4:33 pm

לעווי האט געשריבן:ב"ה

איך האב געליינט א מעשה פלא די וואך אין איינע פון די אידישע אויסגאבעס. עס קען זיין אז מאנכע דא וועלן נישט וועלן גלייבן די מעשה, און מען צווינגט טאקע נישט קיינעם צו גלייבן אדער אננעמען די מעשה. איך פערזענליך האב געטון ריסערטש (איך טו נאך אלץ ווייטער) און איך האב מברר געווען אז עס איז אמת. איך וועל אראפ שרייבן די מעשה אזוי ווי איך האב עס געליינט, אן צולייגן קיין אייגענע דיעות אדער געפילן.

פאר אפאר יאר צוריק האט איין טאג הרב אהרן שפירא שליט"א רב פון פרדס כ"ץ, באקומען א טעלעפאון רוף פון רבי בנימין קליין די סעקרעטאר פון די ליובאביטשער רבי זצ"ל. רבי אהרן איז געווען געוואוינט אז זיי ידיד ר' בנימין פלעגט אים רופן כסדר ווען די רבי האט נאך געלעבט, אבער זייט די רבי'ס פטירה האט אים רבי בנימין נישט גערופן. רבי בנימין לאזט אים אבער נישט וואונדערן צו לאנג און ער זאגט אים באלד אז ער מוז וויכטיג שוין רעדן מיט זיינס א ידיד רבי שבתי העניג (נאמען איז פיקטיוו), אויב ער (הרב שפירא) ווייסט ווי מען קען יעצט טרעפען רבי שבתי.

לאמיר צוריק דרייען די זייגער צו יאר תשכ"ט. רבי שבתי איז נאך געווען א יונגערמאן, געזעצן און געלערנט יומם ולילה, און ער איז געווען אן איידעם ביי איינע פון די גרויסע רביס אין א"י. רבי שבתי האט געדארפט דאן פארן קיין אמעריקא, האט אים זיין שווער אריין גערופן און אים געפרעגט אויב ער קען אים געטרויען מיט א שליחות. פארשטייט זיך אז רבי שבתי האט מסכים געווען. האט אים זיין שווער געבעטן אז ווען ער איז אין אמעריקא זאל ער זיך אריבער כאפן קיין קראון הייטס און איבערגעבן א וויכטיגע בריוו צום ליובאביטשער רבי. רבי שבתי האט נישט געקענט גלייבן וואס ער הערט. זיין שווער וועלעכע איז געווען באוואוסט אלץ א גרויסע קנאי, ער און אויך זיינע מוסדות האבן נישט נהנה געווען קיין כי הוא זה פון די מדינה, ער איז געשטאנען בראש כל מערכות לקדשי ארץ ישראל, און ער שיקט א בריוו זיך אדורך צו רעדן מיט די ליובאביטשער רבי? זיין שווער האט אים אבער געזאגט אז יא, די ליובאביטשער רבי איז א גרויסע צדיק און ער רעדט זיך אסאך אדורך מיט אים.

פון דאן איז רבי שבתי געווארן די אפיציעלע (סודות'דיגע) שליח פון כל מיני שליחותן צווישן זיין שווער און די ליובאביטשער רבי ביז די רבי איז נישט געזונט געווארן. אין יענע ערשטע באזוך (תשכ"ט) האט רבי שבתי איבערגעגעבן די בריוו פון זיין שווער, ווי אויך האט ער שוין אין דער זעלבע צייט אויך איבערגעגעבן א בריוו וואו ער האט געשריבן זיינע פריוואטע בקשות. די ליובאביטשער רבי האט צוריק געשריבן א בריוו צו די רבי אין א"י, אבער אויף רבי שבתי'ס בקשות איז נישט געקומן קיין אנטווארט.

זייט דאן איז די ליובאבטשער רבי נסתלק געווארן, ווי אויך די רבי פון ארץ ישראל. רבי שבתי אליינס זייענדיג אן אדם גדול איז אויף גענומען געווארן אלץ רב אין א גרויסע שיינע קהלה אין אמעריקא.

פאר א שטיק צייט צוריק האט דער רבי שבתי געהאט א מיינער הארץ אטאקע, און דערנאך אפאר יאר צוריק ווען רבי שבתי איז געווען אין א"י האט ער געליטן פון א שווערע הארץ אטאקע, און די דאקטוירים האבן אים געגעבן געציילטע טעג צו לעבן היות ער איז געווען אין אזא שווערע מצב. רבי שבתי האט זיך אנגעהויבן צו צוגרייטן און ער האט זיך שוין געזעגנט אפילו פון די בני משפחה.

און פונקט דאן האט רבי בנימין קליין די רבי'ס סעקרעטאר אנגערופן הרב שפירא צו פרעגן אז היות ער האט פרובירט צו רופן רבי שבתי אין דער היים אין אמעריקא און קיינער האט נישט געענטפערט, אפשר ווייסט ער ווי רבי שבתי געפינט זיך. פרעגט אים הרב שפירא פארוואס ער זוכט רבי שבתי אזוי שטארק. האט רב קליין געענטפערט אז ער האט פונקט היינט געמאכט אביסל סדר אין זיינע שענק און ער האט געטראפן פארשטעקט א בריוו וואס די ליובאביטשער רבי האט געשריבן צו רבי שבתי אין יאר תשכ"ט, און ער האט עס קיינמאל געשיקט צו אים. ער האט זיך געפילט אזוי שלעכט דערוועגן און ער וויל שוין איבערגעבן די בריוו צו אים ווי אמשנעלסטן. הרב שפירא, נישט וויסענדיג איבער די שווערע מצב וואס זיין ידיד רבי שבתי געפינט זיך אין האט געענטפערט אז ער ווייסט אז רבי שבתי איז אין א"י יעצט אויף א משפחה שמחה און ער גייט אים שוין אפירזוכן.

ווען הרב שפירא האט אויסגעפונען אז רבי שבתי געפינט זיך אין הדסה שפיטאל אין אזא שווערע מצב האט ער צוריק גערופן הרב בנימין קליין און ער האט אים פארציילט. רבי בנימין האט אים געזאגט אז ער גייט אים אריין פאקסן די בריוו און ער גייט די נעקסטע טאג אריבע שוקן די ארגינעלע בריוו און ווי אויך די דאללארן וואס די רבי האט מיטגעשיקט די בריוו.

הרב שפירא איז ספעציעל אריבער געפארן צו זיין ידיד רבי שבתי אין שפיטאל און ער האט אים איבערגעבן די בריוו און אויך פארציילט די גאנצע מעשה. אין די בריוו שרייבט די רבי צו רבי שבתי אין ארץ ישראל און ער וואונטשט אים א רפואה שלימה, כאטש רבי שבתי האט אין יענע יארן נישט געהאט קיין שום געזונטהייט פראבלעמען, און ער האט אין זיין בריוו דאן (תשכ"ט) ניטאמאל אריין געשריבן א בקשה פאר א רפואה. די נעקסטע טאג איז אנגעקומען די ארגינעלע בריוו מיט זיבן דאללארן אין דעם. רבי שבתי האט דאן געהאט פונקט זיבן קינדער, און די רבי פלעגט כסדר געבן דאללארן פאר צדקה לויט וויפיל קינדער מען האט געהאט. עס איז איבעריג צו זאגן אז דער רבי שבתי האט זיך אויסגעהיילט און איז געזונט און שטארק, און ער פירט ווייטער זיין קהלה עד ביאת גואל צדק בב"א.


זי"ע.

איבערקוקענדיג די אשכול און די תגובות אויף די מעשה איז אינערסאנט צו פארציילן די נאמען
די מעשה איז געווען מיט הרה''צ ר' שלמה זלמן כ''ץ זצ''ל אב'''ד תולדות אהרן ווילאמסבורג
איך האב עס געהערט פון זיינע קינדער
בטל רצוניך מפני רצונו היינו זאלסט כלל נישט האבן א רצון

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1078
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מאנטאג יולי 15, 2019 7:27 pm

געשיקטער האט געשריבן:
Untitled .jpg

הרה"ח ר' יהושע מונדשיין ז"ל לו נאה ויאה החיבור הזה - אנדערש ווי אנדערע איז ער געווען מעהר אויפגעמאכט צום עולם החסידות חוץ לחדרו
אגב, די תולדות פון שארית ישראל ווילעדניק האט ער געשריבן, זייער א רייכע ארבעט

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 748
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דינסטאג יולי 16, 2019 4:00 pm

ר' יהושע ז"ל איז א פארלוסט. אזעלכע ארגינעלע היסטאריקער'ס איז דא ווייניג בדורינו, אלעס געבויעט מיט מראי מקומות, ווערט נישט איבערגענומען פון געפילן פון זיין חסידות וכדומה.

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג ינואר 28, 2020 1:28 pm

וואס איז די מעשה מיט די געשיכטע וואס דריידט זיך ארום מיט א חבדסקער וואס איז שטעקן געבליבן אין קרית יואל איבער שבת און געטראפן איינער וואס האט עם געבעטן מחילה פאר א מעשה פון יארן צוריק איינער ווייסט פון וואס איך רעד?
דביה תחדי נפשא

חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

תגובהדורך חוץ פון דעם » מיטוואך ינואר 29, 2020 2:58 pm

חמרא טבא האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט די געשיכטע וואס דריידט זיך ארום מיט א חבדסקער וואס איז שטעקן געבליבן אין קרית יואל איבער שבת און געטראפן איינער וואס האט עם געבעטן מחילה פאר א מעשה פון יארן צוריק איינער ווייסט פון וואס איך רעד?

טריי צו קוק'ן אין באר הפרשה די קומענדיגע פאר וואכ'ן!

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך ינואר 29, 2020 3:11 pm

נע צו פאליטיש צו דרוקן...
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך ינואר 29, 2020 3:22 pm

חמרא טבא האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט די געשיכטע וואס דריידט זיך ארום מיט א חבדסקער וואס איז שטעקן געבליבן אין קרית יואל איבער שבת און געטראפן איינער וואס האט עם געבעטן מחילה פאר א מעשה פון יארן צוריק איינער ווייסט פון וואס איך רעד?

דעיס אז א חבד'סקער איז געבליבן שטעקן אין קר"י ווייסעך. כבין פונקט געווען אין יענע שוהל יענע וואך... אבער וואס איז די מעשה בעהיינד?

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך ינואר 29, 2020 3:28 pm

ער'ט עפעס פארציילט אז מערערע יאר צוריק האט מען עם באבויקערט די ביינער און איינע פון די מתפללים דארט האט זיך אנגערופן אז ער זוכט עם שוין זייט דאן צו איבערבעטן עפעס אזוי
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מיטוואך ינואר 29, 2020 3:35 pm

די מעשה איז אמת, אבער דאס וואס א חב"דסקער וואוסנאוט האט פארציילט אז דער קרית יואל'ער איד איז פונקט געווען ביים ציון א וואך בעפאר, איז שוין א חלק פון די בארד פון די מעשה...
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
חמרא טבא
שר שמונת אלפים
תגובות: 8310
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך ינואר 29, 2020 3:42 pm

סאו וועלכע חלק איז יא אמת?
דביה תחדי נפשא

שמחהלע
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

תגובהדורך שמחהלע » מיטוואך ינואר 29, 2020 11:49 pm

כ'בין געווען לעצטענס ס'ערשטע מאל ביים אוהל חבד אין קווינס אין באמערקט עטליכע אינטערעסאנטע מנהגים וואס כהאב נאכקיינמאל געזעהן ביי אנדערע קברי צדיקים, איך בין נייגעריג וואס די מקורות זענען. 1# מגייט נישט אריין מיט שיך סדא ספעציעל ציגעגרייט קראקס די גאר ערענסטע גייען סתם מיט די זאקן, 2# מקלאפט אויפן טיהר פארן אריינוואקען, 3# משרייבט גאר לאנגע קוויטלעך, מער ווי סתם די נעמען אין נאכן ליינען צירייסט מען עס 5 מאל פאר מווארפט עס אריין, 4# מרעדט נישט, אין די תהילים אין תפילות זענען אויף א שטילע אופן, 5# שטא קיין מחיצות, פרויען שטייען ציקאפנס ארום די מצבה אין די מענער שטייען ציפוסנס ווי אויך איז מען נישט זיך משתטח אויפן מצבה, קען זיין כהאב עפעס אויסגעלאזט, אזויפיל געדענק איך.

צדיק בן צדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 05, 2019 9:21 pm

תגובהדורך צדיק בן צדיק » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 12:11 am

איך בין שוין געווען ביים אוהל עטליכע מאהל, און די לעצטע ג׳ תמוז האבעך מיט גענומען אויך מיינע קינדער, עס הערשט דארט אזא ערענסטקייט און רעספעקט פארן רבי׳ן וואס איז כדאי אליינס צו צוזעהן

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 8:53 am

שמחה

ניט גיין מיט שיך - אזוי האט דער רבי זי"ע געטאן.
אין א אנדערע פורום האבן אנדערע געצייכנט אז אין סקווער טוט מען אויך אזוי, און איינער האט געטענעט אז ביים ציון פון בעש"ט איז געווען דער מנהג אזוי
איך האב ניט קיין אנונג אויב די צוויי פרטים זיינען אמת.

קלאפען אויף דער טיר אזוי האט דער רבי געטאן

דער רבי זי,ע פלעגט ברענגען די בריוו ער האט באקומען און אויך קובצים

דער רבי פלעגט אויך רייסען די בריוו און לייגען אויפן ציון

סדא אויפן לינקען זייט "טשיינס" (וואס הענגט פון אויבן) צו מאכן דעם פלאץ פאר פרויען.

דער רבי זי"ע פלעגט אויך ארומגיין דער ציון צום סוף
צינדען א ליכט
און ניט עסן נאר טרינקען פאר פארן צום ציון.
(אין די לעצטע יארן איז עס געווען לכל הפחות צוויי מאל א וואך און ביז נאכט. און אמאל גאר ביז חצות הלילה.
אויך געטובלט פאר פארן אויף די ציון.

שטיל און דרך ארץ - - זיכער עס איז א הייליקע פלאץ און אין מענה לשון פון מיטעלע רבי און מאך פלעצער אין חסידות חב"ד
רעט שטארק אז עס איז ווי מען גייט צום רבי אין יחידות און מקשר דיין נשמה מיט דער רבי נשמה

חקרן
שר מאה
תגובות: 114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:58 pm

תגובהדורך חקרן » דאנארשטאג ינואר 30, 2020 4:19 pm

נישט גיין מיט שיך איז א מנהג און די רוסישע פלעצער צ.ב.ש. און סטאלין טוט מען אויס די שיך ביים בעש''ט
קלאפען אויפן טיר קומט ווייל גיין צים ציון איז א בחי' פון יחידות כמבור בספר קונטרס השתטחות מכ''ק אדמו''ר האמצעי נ''ע
און אזוי גייט מען אריין בדרך ארץ צו א יחידות פון א רבי'ן
השתטחות מאכט מען נישט ווייל סאיז נישט געווען קיינע ציונים ביי די חב''ד רבי'ס
שטיין ביי די פוס קומט פון דעם וואס נפש שוועבט ביים רגל כמובאר בהרבה ספרים
בטל רצוניך מפני רצונו היינו זאלסט כלל נישט האבן א רצון

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך יוני 24, 2020 10:43 am

לכבוד יומא דהילולא זייער א ווערטפולע סייט, ווידעאו'ס, שיחות, מאמרים, התוועדות. שיין מסודר.
https://www.rebbedrive.com/
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך חוץ פון דעם » מיטוואך יוני 24, 2020 10:53 am

MASSIVE

אוועטאר
יידישע קהילות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4023
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: רבי מנחם מענדל (האחרון) מליובאוויטש זצ"ל - ג' תמוז תשנ"ד

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך יוני 24, 2020 11:20 am

חוץ פון דעם האט געשריבן:MASSIVE

די "יומנים" פון די אנהייב תשי"א יארן זענען ווערט מיליאנען....
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט