רבי משה מקאברין זצ"ל - כ"ט ניסן תרי"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי משה מקאברין זצ"ל - כ"ט ניסן תרי"ח

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך אפריל 30, 2008 5:37 pm

הרה"ק רבי משה מקאברין זצ"ל
כ"ט ניסן תקי"ח

אין דער שטאט "דיווין" האט געוואוינט א איד ר' יעקב, ער איז געווען א פייערדיגער חסיד פונעם הייליגער רבי משה קאברינער, און פאר פרנסה האט ר' יעקב פארקויפט אקסן צוזאמען מיט זיין שותף ר' יחיאל. דער ר' יחיאל איז נישט געווען קיין חסיד, נאר א מתנגד.
ר' יעקב און ר' יחיאל פלעגן קויפן אקסן בשותפות און זיי שיקן צו ספעציעלע פאסטוכער וואס פלעגן אנשטאפן די אקסן מיט אסאך עסן ביז עס איז געקומען די מארק-טאג דעמאלט פלעגן זיי צוריקנעמען די אקסן און פארקויפן פאר די סוחרים וואס זענען זיך צוזאמענגעקומען אויפ'ן מארק.
איין יאר ווען ר' יעקב און זיין שותף ר' יחיאל האבן צוריקגענומען די אקסן פון די פאסטוכער, האבן זיי געזען אז די אקסן זענען זייער אויסגעדארט און מאגער, און זיי האבן זיך זייער געזארגט אז קיינער וועט נישט וועלן קויפן די אויסגעמאגערטע אקסן און זיי וועלן בלייבן בעניות ודלות.
דער חסיד ר' יעקב איז באלד געפארן קיין קאברין צו זיין רבי'ן, און דער מתנגד ר' יחיאל, נישט האבנדיג קיין אנדערע עצה, איז אויך מיטגעפארן. ווען זיי זענען אריין צום רבי'ן האט זיך ר' יעקב אויסגערעדט פאר דעם רבי'ן זייער ביטערניש און זייער גרויסער זארג.
דער הייליגער קאברינער האט זיי אויסגעהערט און געזאגט:
- זייט נישט באזארגט, דער אויבערשטער וועט שוין שיקן סוחרים וואס זאלן ביי אייך אפקויפן די סחורה.
פול מיט האפענונג האט זיך ר' יעקב געזעגנט מיט'ן רבי'ן, און צוזאמען מיט זיין שותף ר' יחיאל ארויסגעפארן צום מארק מיט אלע מאגערע אקסן.
דער מארק-טאג איז אנגעקומען אלע אקסן-הענדלער האבן געברענגט זייערע פעטע אנגעפאשעטע אקסן, און די צוויי שותפים האבן אויך געברענגט זייערע מאגערע אקסן, גלייך אינדערפרי אזויווי דער מארק האט זיך אנגעהויבן זענען געקומען אידישע סוחרים פון די שטאט "סלאוועטיטשער", זיי האבן אדורכגעקוקט אלע אקסן פונעם מארק, אבער עס איז זיי גארנישט געפאלן, נאר די אקסן פון ר' יעקב און ר' יחיאל האבן צופרידן געשטעלט די אקסן-סוחרים, די סוחרים האבן באצאלט א טייערער פרייז און אפגעקויפט אלע אקסן פון זיי.
פול מיט שמחה זענען די שותפים אוועקגעפארן פונעם מארק, פארנדיג קיין קאברין דערציילן פאר'ן רבין זייער זעלטענע הצלחה.
אויך ר' יחיאל, דער מתנגד, האט געזען אז די געשעפט איז געווען למעלה מדרך הטבע. אבער עס האט אים 'וויי געטון' די מעשה, און א גאנצע וועג האט ער געהאלטן אין-איין פרעגן פון זיין שותף:
- דיין רבי'ס ברכה איז טאקע מקויים געווארן אויף אחן אויסטערלישער אופן, אבער די סוחרים וואס האבן ביי אונז אפגעקויפט די סחורה זענען דאך אויך אידן און וויאזוי קענען מיר צוקוקן ווי מיר זענען רייך געווארן אויף זייער חשבון, און זיי וועלן בלייבן פארארעמט מיט די מאגערע סחורה, וואס קיינער וועט ביי זיי נישט וועלן אפקויפן.
ר' יעקב האט אים געהאלטן אין-איין בארואיגן אז דעם רבי'נס ברכה ברענגט נישט קיין שאדן פאר אידן.
ווען די שותפים זענען אנגעקומען קיין קאברין זענען זיי גלייך צוגעגאנגען צום רבי'נס הויז. ווי נאר זיי האבן געעפנט די טיר, האט זיי דער הייליגער רבי משה קאברינער גלייך מקבל פנים געווען און געזאגט:
"ח"ו מיר מיינען דאס נישט, אז די אנדערע אידן זאלן ליידן א שאדן; זיי וועלן אויך האבן גוטע קויפערס אויף די אקסן".
אזוי איז טאקע געווען, די סלאוועטיטשע סוחרים האבן גלייך געפונען גוי'אישע קצבים וואס האבן פון זיי אפגעקויפן די אקסן פאר'ן פולן פרייז.
ר' יחיאל איז געווארן אויסער זיך פונעם רבי'נס מופת און נאכמער פונעם רבי'נס תפיסת המחשבה, און עס איז איבעריג צוצולייגן אז ר' יחיאל איז איבערגעדרייט געווארן צו א הייסער קאברינער חסיד, כל ימיו.
זיעועכי"א

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3944
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג ינואר 27, 2009 2:58 pm

רבי משה קאברינער איז נסתלק געווארן אין יאהר תרי"ח און נישט אין תקי"ח. וטעות לעולם חוזר.
לחיים ולברכה!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 27, 2009 3:01 pm

ר' נחמן נתן, איידי דארינן בקאברין, וויאזוי גייט די שושלת קיין לעכאוויטש און סלאנים, זענען דאס יוצ"ח אדער תלמידים?

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3944
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג פאברואר 10, 2009 4:18 pm

רבי משה קאברינער איז געווען א לעכאוויטשער תלמיד, און דער ערשטער סלאנימער רבי איז געווען א קאברינער תלמיד.
סיי לעכאוויטש און סיי קאברין האבן געהאט א המשכה ביי די קינדער און אייניקלעך, כגון רבי שלמה חיים קוידינאווער וועלכער איז געווען א לעכאוויטשער אייניקל, און רבי נח נפתלי קאברינער איז געווען א קאברינער אייניקל, און האבן מכהן געווען באדמורו"ת. וואו עס זעהט אויס האבן זיך די סלאנימער די מערסטע געפארעט מיט די המשכה, וואו נישט וואו האבן זיי געדרוקט די לעכאוויטשע און קאברינע תורות.
אז מ'רעדט שוין פון די שושלת, דעם שבת – י"ג שבט – איז געווען דער יארצייט פון רבי מרדכי לעכאוויטשער.
לחיים ולברכה!

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דאנארשטאג אפריל 23, 2009 11:57 pm

ארויף געברענגט לכבוד דעם יארצייט

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2009 5:45 pm

א געמאלן בילד פון הרה"ק ר' משה מקאברין:
צוגעלייגטע
0069.gif

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3944
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » פרייטאג אוגוסט 21, 2009 10:14 am

מיילעך, קיינמאל נישט געזעהן אדער געהערט דערפון, פון וואו איז דער מקור?
לחיים ולברכה!

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » פרייטאג אוגוסט 21, 2009 11:08 am

פנקס קאברין

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3944
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מוצ"ש דעצמבער 19, 2009 9:44 pm

א מצבה אויפגעשטעלט אינעם פארשוועכטען בית החיים בעיר קאברין.
צוגעלייגטע
Kobrin.JPG
Kobrin.JPG (52.45 KiB) געזעהן 3468 מאל
לחיים ולברכה!

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג פאברואר 02, 2010 1:39 pm

ידידינו בן בוזי הביא ספר מהרה"ק ר' אהרן לוי מ'דאמאטשוב (נפטר ט"ו מר-חשון עת"ר בן מ"ג שנים בוויען) בן
הרה"ק ר' נח נפתלי מ'קאברין (נפטר כ"ו מנחם אב תרמ"ט בן נ"ד שנים) בן
רבי ??? בן
הרה"ק ר' משה מ'קאברין (נפטר כ"ט ניסן תרי"ח בן ע"ד שנים).
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4542
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג פאברואר 02, 2010 1:52 pm

לא ידוע לי בן מי היה -ר' נח נפתלי הנ"ל, אבל עפ"י דורשי רשומות היה הוא הממלא מקום זקינו ר' משה מקאברין לאחר פטירתו, ר' אהרן הלוי לא מילא מקום אביו בקאברין ולא ידוע לי מה בדיוק היה משרתו בדאמאטשוב כנראה היה אדמו"ר שם אבל עדיין לא מצאתיו בשום מקום, בפטירת ר' נח נפתלי מילא מקומו ר' דוד שלמה או כפי שכינוהו ר' דוד'ל, ולאחר פטירתו של ר' דוד'ל בשנת תרע"ט אחר התחלקות מילא מקומו בנו ר' משה אהרן.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » דינסטאג פאברואר 02, 2010 4:46 pm

בן בוזי האט געשריבן:לא ידוע לי בן מי היה -ר' נח נפתלי הנ"ל, אבל עפ"י דורשי רשומות היה הוא הממלא מקום זקינו ר' משה מקאברין לאחר פטירתו, ר' אהרן הלוי לא מילא מקום אביו בקאברין ולא ידוע לי מה בדיוק היה משרתו בדאמאטשוב כנראה היה אדמו"ר שם אבל עדיין לא מצאתיו בשום מקום, בפטירת ר' נח נפתלי מילא מקומו ר' דוד שלמה או כפי שכינוהו ר' דוד'ל, ולאחר פטירתו של ר' דוד'ל בשנת תרע"ט אחר התחלקות מילא מקומו בנו ר' משה אהרן.

ר' נח נפתלי מקאברין בן ר' "יעקב ישראל" בן הרה"ק ר' משה מקאברין זי"ע.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג פאברואר 04, 2010 1:27 am

מתי נפטר רבי יעקב ישראל ?



האם יש מי שהוא שיודע מי הוא הר"ר מרדכי פינחס גאלדמאן זללה"ה מ'בריסק דליטא
שמוזכר בדף השער של הספר הנ"ל מהרה"ק מ'דאמאטשוב,
אחד מאנ"ש שזכה להסתופף בצל שלושת הרועים הק' הנ"ל זיע"
ועמך כולם צדיקים

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » דינסטאג אפריל 13, 2010 1:32 pm

לכבוד היודה"ל של הרה"ק ר' משה ב"ר ישראל מקאברין זיעוכ"י

תמונת נכדו ר' דוד שלמה מקאברין

בן ר' נח נפתלי הנ"ל.
וחותנו בזיוו"ר של ר' מרדכי רוקח מבילגוריי ושל ר' ברוך יוסף ז"ק מקאברין-ארה"ב.
צוגעלייגטע
CCF26112009_00004.jpg
CCF26112009_00004.jpg (13.72 KiB) געזעהן 3308 מאל

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » דינסטאג אפריל 13, 2010 2:11 pm

מיילעך האט געשריבן:לכבוד היודה"ל של הרה"ק ר' משה ב"ר ישראל מקאברין זיעוכ"י

תמונת נכדו ר' דוד שלמה מקאברין

בן ר' נח נפתלי הנ"ל.
וחותנו בזיוו"ר של ר' מרדכי רוקח מבילגוריי ושל ר' ברוך יוסף ז"ק מקאברין-ארה"ב.

דער בילד ענדלט זייער אין די פריערדיגע געמאלענע בילד בפרט די בארד און פיאות, אפשר איז די געמאלענע אויך פון דעם ר' דוד שלמה?

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » דינסטאג אפריל 13, 2010 2:15 pm

דער קאברינער "יזכור בוך" איז מיחס דעם געמאלענע בילד צו ר' משה זי"ע.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך אפריל 21, 2010 3:23 pm

מיילעך האט געשריבן:תמונת נכדו ר' דוד שלמה מקאברין
בן ר' נח נפתלי הנ"ל.
וחותנו בזיוו"ר של ר' מרדכי רוקח מבילגוריי ושל ר' ברוך יוסף ז"ק מקאברין-ארה"ב.

כמו"כ היה רבי דוד שלמה חותן רבי גדליה משה בן רבי שלמה מזוועהיל.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25117
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 28, 2011 11:00 am

אין ניו יארק האט מען די טעג אפגעצייכנט הונדערט יאר פון זייער א טראגעדישע און קאטאסטראפאלע פייער אין די איסט-סייד פון מאנהעטן באקאנט אלס די טרייענגל שירטוועיסט פייער ווען א ריזיגע בנין אויף גרין סט. האט אפגעברענט און אומגעברענגט 146 ארבייטערס פון א פירמע וועלכע האט פראדוצירט געוואנטן און העמעדער.

עס איז נישט דא דאס פלאץ אריינצוגיין אין די פרטי הדברים אולי אינעם פארום 'זכור ימות עולם' אינעם אשכול איבער די 'לאוער איסט סייד' וואלט מען גברויכט מרחיב זיין בדיבור וועגן די פייער און די צענדליגע אידישע ארבייטער וועלכע זענען דארט אומגעקומען בעצם יום השבת רח"ל, אינטערסאנט איז אבער אז די געשיכטע פון א פרוי בשם אנא פאלעבסקי-שאמסקי וועלכע איז בדרך נס געראטעוועט געווארן פון דעם פייער איז לעצטענס ערשינען אין טייל מידיע באריכטען, אן עפיזאד וואס באלאנגט נישט מער און נישט ווייניגער ווי אין אן אשכול אינעם פארום 'על הצדיקים' וועלכע באהאנדלט דעם צדיק וקדוש ר' משה מקאברין זצ"ל, פארוואס?

פרוי אנא (חנה) פאלעבסקי איז געבוירען אין קאברין אלס אן אייניקל פון ר' משה מקאברין זצ"ל, ווען זי איז אויפגעוואקסן האט זי ליידער מיטגעטיילט דעם גורל פון זייער אסאך ליטוויש-רוסישע אידען וועלכע זענען משפע געווארן פון די משכילישע גאס און פרייע ווינטען און נישט וועלנדיג אנהאלטן דעם לעבנסשטייגער וואס זי האט געזעהן אין שטוב, האט זי ארויסגעוואנדערט צו די פרייע אמעריקא און אראפגעווארפן פון זיך דעם עול התורה והמצוות.

דאהי האט זי חתונה געהאט מיט א קאברינער לאנדסמאן מר. פיליפ שאמסקי און זי איז געגענגאן ארבייטן צוזאמען מיט א קוזינע צו די דערמאנטער טרייענגל פירמע אין מאנהעטן, א גאנצע וואך האט זי דארט געארבעט און ליידער אויך ביום השבת, פונקט יענעם שבת מערץ 25, 1911 האט זי אויפן וועג צו די ארבייט באגעגנט א גרופע קוברינער לאנדסלייט וועלכע האבן איר פארשלעפט צו א פעסטיוואל און פארברענג וואס האט איר ענדגיליטיג געראטעוועט פון דעם טראגישען פייער.

ווער איז די פרוי געווען, און וויאזוי איז זי א קאברינער אייניקל? בלייבט איבער פאר חברי הפורום צו אנטדעקן.

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3944
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מאנטאג מארטש 28, 2011 2:56 pm

רבי משה קאברינער פלעגט זיך חתמ'נען 'פאליר'. 'פאלעבסקי' קאן זיין איז נובע פון דעם נאמען.
לחיים ולברכה!

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

לרגל ההילולא קדישא היום

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » דינסטאג מאי 03, 2011 12:19 pm

אמר הרה"ק מקאברין בשם הלעכוויטשער : " ומכה נפש בהמה ישלמנה " - דער וואס צוברעכט דעם נפש הבהמיות, קאנער קומען צי א שלימות. [ " ישלמנה"] . וסיים : " דער ווארט האט מיר גיקאסט א קורינער טאפ בלוט"..
זי"ע ועכ"י.
ומי שאינו אוכל חמין - צריך בדיקה אחריו אם הוא מין, ואם מת יתעסקו בו עממין. והמזמין לבשל ולהטמין ולענג את השבת ולהשמין - הוא המאמין, וזוכה לקץ הימין. ויש מן החכמים אומרים על השמאל שהוא ימין, ואנו קורין עליהם: מי יתן החרש תחרישון ותהי לכם לחכמה [רז"ה].

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3944
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דינסטאג מאי 03, 2011 12:32 pm

איידי דאיירינן פון ר' משה קאברינער, לעצטענס איז דא א גרויסער אויף וואכונג איבער זיין ציון. 'אבותינו' ארבעט אריין דערין.
לחיים ולברכה!

mosher
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 24, 2011 11:57 am

תגובהדורך mosher » דינסטאג אוקטובער 04, 2011 8:05 pm

האם ידוע מי היה חותנו של ר' משה מקאברין?

ראיתי בספר זקני מחנה יהודה שאמו היתה בת
(הרב המקובל מוה״ר ראובן אבד״ק
נאווארראק

האם ידוע מי זה היה?

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5282
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג יולי 08, 2013 4:32 pm

כמדומני שראיתי פעם שרבי יעקב ישראל זצ"ל - בנו [יחידו?] של הרה"ק רבי משה מקאברין זי"ע נפטר בגיל צעיר [בחיי אביו?], ומנו"כ בטבריה תובב"א. ובנו הרה"ק רבי נח נפתלי מקאברין זי"ע מילא את מקום זקינו רבי משה בקאברין. האם יש מקור מסמך על כך?

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » מאנטאג יולי 08, 2013 5:30 pm

נחמן נתן האט געשריבן:רבי משה קאברינער איז נסתלק געווארן אין יאהר תרי"ח און נישט אין תקי"ח. וטעות לעולם חוזר.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2263
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

רבי נח נפתלי מקאברין

תגובהדורך נחוניא » מאנטאג יולי 08, 2013 6:49 pm

ספר ברכות לעד דברי תורה מהרה"ק ר' נח נפתלי מקאברין זצ"ל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט