רבי מנחם מענדל מלינסק - כ"ג תשרי תקס"ד - משפחתו וצאצאיו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5084
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג יולי 06, 2018 5:13 pm

יישר כח

עס איז א שאד. די אלע וואס זענען אין רימנוב זענען בערך 20 מייל אוועק. דער עולם ווייסט פשוט נישט
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

מה ידידות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » זונטאג יולי 08, 2018 12:34 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:אויף JRI איז פארהאן א רעקארד פון זיין פטירה בשעת תרל"ז. ער איז געבוירן אין בערך תקס"ד. זיין רעביצין האט געהייסן פריידא.

קענסטו אהער שטעלן דעם רעקארד?


תרנגול האט געשריבן:איך האב א בילד פון ר' מענדל מבארטששוב'ס מצבה
אוועק כ"ה תשרי תרל"ה תרל"ח


ביטע לייג ארויף די בילד פון די מציבה

ייש"כ


און ווי איז ער געווען א איידעם?


איך האב אויך געמאכט דעם טעות
מרת פריידא איז געווען די רביצין פון ר' מענדיל השני אב"ד לינסק (א זון פון ר' אברהם חיים) זעה קאפי פונעם זרעא קדישא

Doc3.pdf
(155.78 KiB) דאונלאודעד 10 מאל

איך האב דאס אויך קאנפירמט מיט'ן מו"ל פונעם זרעא קדישא

ווען איך האב געזעהן די בילד פונעם מצבה האב איך אויך געמיינט אז עס איז תרל"ה אבער פון די רעקארד זעהט מען אז ער איז אוועק תרל"ח זייענדיג 73 יאר אלט
דאס הייסט אז ער איז געבוירן נישט לאנג נאכן פטירה פון זיין זיידן ר' מנחם מענדיל מלינסק וואס איז נפטר געווארן שמחת תורה תקס"ד

דאס איז וואס ס'איז דא אויף JRI
Capture.JPG
Capture.JPG (22.57 KiB) געזעהן 461 מאל


מ'זעהט אז זיין משפחה נאמען איז געווען אייזענבערג אין זיין טאטע'ס משפחה נאמען איז געווען הורוויץ

דאס איז א בילד פון זיין מצבה באלד נאכן עס טרעפן מיט אפאר יאר צוריק
מצבת ר' מענדיל מבארשטשוב_.JPG
מצבת ר' מענדיל מבארשטשוב_.JPG (515.41 KiB) געזעהן 461 מאל


נוסח המצבה
כתר שם טוב / פ'נ' / איש נבון וחכם ויקר ערך / מגזע גאונים ותרשישים / הרבני מ'ה' מ' מענדיל / ב' ה' ה"מ (בן הרב הגאון מורינו) / מ' ש' שמעלקא בן לאותו / הגאון החסיד מ"ה מ' מענדיל / ז"ל אב"ד דפה ונכד בעהמ"ח / באר מים חיים מטשערנאוויץ / נפטר ך"ה תשרי תרל"ה לפ"ק / תנצב"ה

ווי ער איז געווען אן איידעם ווייס איך דערווייל נישט
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....

מה ידידות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » זונטאג יולי 08, 2018 2:47 pm

למעשה האב איך יעצט געזעהן אז זיין רביצין האט געהייסן פערל
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » זונטאג יולי 08, 2018 2:52 pm

ייש"כ הרב מה ידידות, אויף די אינפארמאציע, און אויף די מציבה בילד

מה ידידות האט געשריבן:למעשה האב איך יעצט געזעהן אז זיין רביצין האט געהייסן פערל

ווי האט איר דאס געזעהן? קען מען דאס ארויף לייגן דא?

מיללער האט געשריבן:בארשטשוב מיט בראשוב איז די זעלבע זאך?

יא
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

מה ידידות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » זונטאג יולי 08, 2018 3:29 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:ייש"כ הרב מה ידידות, אויף די אינפארמאציע, און אויף די מציבה בילד

מה ידידות האט געשריבן:למעשה האב איך יעצט געזעהן אז זיין רביצין האט געהייסן פערל

ווי האט איר דאס געזעהן? קען מען דאס ארויף לייגן דא?


ר' מאיר מגיד מנאדבורנא איז צוויי מאל געווען אן איידעם ביי ר' מענדיל מבארשטשוב בזיווג ראשון האט ער חתונה געהאט מיט זיין טאכטער מרת דרייזא בלומא וועלכע איז נפטר געווארן אינגערהייט אין בזוו"ש האט ער חתונה געהאט מיט זיין טאכטער מרת חינקא

אין די נאדבורנא רעקארד'ס האט איך געטראפן די געבורט פון זייער טאכטער מרת שיינדיל (ליבא?) (אשת ר' יצחק מרדכי גערטנער פון ריזאווליא) געבוירן בשנת 1882 דארט איז פארשריבן נאר די מאמע'ס נאמען אלס חינקא הורוויץ טאכטער פון מענדיל אין פערל הורוויץ

שיינדל מגיד.jpg
שיינדל מגיד.jpg (94.57 KiB) געזעהן 439 מאל


אזוי אויך האב איך געטראפן די פטירה פון מרת חינקא וואס עס שטייט די זעלבע זאך

פטירת חינקא מגיד - Copy.jpg
פטירת חינקא מגיד - Copy.jpg (82.6 KiB) געזעהן 439 מאל
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....

מה ידידות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » זונטאג יולי 08, 2018 3:29 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:בארשטשוב מיט בראשוב איז די זעלבע זאך?

יא


פון ווי נעמט איר דאס?
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » זונטאג יולי 08, 2018 3:58 pm

מה ידידות האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:בארשטשוב מיט בראשוב איז די זעלבע זאך?

יא


פון ווי נעמט איר דאס?

אנגעפרעגט ביי איינע פון די גרויסע ידענים, מנכדי רבי מענדעל מבראשוב. (מחמת גילוי קען איך נישט זאגן קיין נאמען)

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:ר' שמעלקא ראמאנער איז נסתלק געווארן ביום י"ז תמוז (אזוי שטייט אויף זיין מציבה, אין שטאט לינסק), ווען ער איז אלט געווען בן כ"ח שנים (שמעתי עוד גירסא שהיה בן ל"ג שנים), און איבערגעלאזט א יונגע אלמנה, מיט א קינד (אדער עטליכע קינדער אין שטוב), און זי האט נאכאמאל חתונה געהאט מיט איינעם בשם אייזנבערג, וואס דעריבער האט זיך זיין זון ר' מנחם מענדל גערופן הורוויץ - אייזנבערג

האב איך היינט געהערט אז זיין נאמען איז געווען איילענבערג, און נישט אייזענבערג, קען מיר איינער קלאר שטעלן דערווייל.

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:דער ר' מענדעלע בראשוב'ער, איז געווען א עתיר נכסין, און אנגעפירט מיט א דריקעריי, סיי אין שטאט יאס, ווען ער האט דארט געוואוינט, און דערנאך אין שטאט טשערנאוויץ ווען ער האט דארט געוואוינט, אין די דריקעריי האט ער געדריקט דעם ספר שער התפלה פון זיין זיידן דער באר מיים חיים, און אויך א גאנצע ש"ס

אויך וויל איך וויסן, צו ס'דא איינער וואס האט א קאפי פון אזא ש"ס שער בלאט, אדער א שער התפלה.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25323
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יולי 08, 2018 5:03 pm

מיר דאכט אז בארשטשוב איז אין גאליציע, און בראשוב (מקום כהונת רבי דוד שפערבער זצ"ל) איז אין ראמעניע

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » זונטאג יולי 08, 2018 5:08 pm

האט מיר שוין הרב מה ידידות דאס קלאר געשטעלט, אז ס'איז יא צוויי עקסטערע שטעט, ואתכם הרב מיללער הסליחה

אינעם טשערנאוויצ'ער ש"ס ווערט ער פארצייכנט אלץ ר' מנחם מענדל מבראטשוב.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
צםמארקשך
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 4:11 pm

תגובהדורך צםמארקשך » דינסטאג יולי 10, 2018 4:42 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:
תרנגול האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
מיילעך האט געשריבן:ר' אברהם חיים לינסק (הראשון) בנו של הרה"ק מראפשיץ הי' חתן דודו ר' שמעלקא הורוויץ מראמאן.


קען איינער אויסרעכענען אלע קינדער פון רבי שמעלקא הורוויץ מראמאן זצ"ל בהרה"ק רבי מנחם מענדל מלינסק?

בנו ר' מנחם מענדל הורביץ - אייזנבערג מבארשטשוב זצ"ל
בתו אשת ר' אברהם חיים מלינסק זצ"ל בן אחיו הרה"ק מראפשיץ זי"ע
בתו אשת ר' אהרן אב"ד ראמאן זצ"ל




איך וויל געוואר ווערן פרטים אויף דעם צדיק,
הרה"ק רבי מנחם מענדל מבראשוב זיע"א



קודם וועל איך שרייבן די פרטים וואס איך ווייס

דער רבי מנחם מענדל זצ"ל איז געווען א זון פון הרה"ק רבי שמואל שמעלקא מראמאן זיע"א וואס איז געווען א זון פון הרה"ק רבי מנחם מענדל מלינסק זיע"א און א איידעם ביי הרה"ק הבאר מיים חיים זיע"א

ר' שמעלקא ראמאנער איז נסתלק געווארן ביום י"ז תמוז (אזוי שטייט אויף זיין מציבה, אין שטאט לינסק), ווען ער איז אלט געווען בן כ"ח שנים (שמעתי עוד גירסא שהיה בן ל"ג שנים), און איבערגעלאזט א יונגע אלמנה, מיט א קינד (אדער עטליכע קינדער אין שטוב), און זי האט נאכאמאל חתונה געהאט מיט איינעם בשם אייזנבערג, וואס דעריבער האט זיך זיין זון ר' מנחם מענדל גערופן הורוויץ - אייזנבערג

דער ר' מענדעלע בראשוב'ער, איז געווען א עתיר נכסין, און אנגעפירט מיט א דריקעריי, סיי אין שטאט יאס, ווען ער האט דארט געוואוינט, און דערנאך אין שטאט טשערנאוויץ ווען ער האט דארט געוואוינט, אין די דריקעריי האט ער געדריקט דעם ספר שער התפלה פון זיין זיידן דער באר מיים חיים, און אויך א גאנצע ש"ס

ר' מענדעלע בראשוב'ער איז געווען א סווראנער חסיד און איז אסאך געפארן צו אים, און איך אויך געווען א אדם חשוב און א אדם גדול, וואס צדיקי דורו האבן אים זייער מחשיב געווען.
ער האט זוכה געווען לזקנה מופלגת, און איז בסוף ימיו געפארן ענדיגן זיין לעבן אין לינסק (אזוי זיין טאטע האט אויך געטון) כדי צו קומען לקבורת אבותיו, ואכן נטמן שם, ווי ס'איז אנגעצייכנט אויפן ציון אז ער (און זיין טאטע) ליגן בסמוך צום גרויסן זיידן ר' מענדעלע לינסקער

למעשה, מיט א ערך פון עטליכע און צוואנציג יאר צוריק, זענען געפארן אייניקלעך קיין לינסק, דעמאלט'ס האבן זיי נאך געטראפן זיין מציבה און זיין טאטע'ס מציבה, און געזעהן אויפן טאטן שטיין אז ער איז אוועק י"ז תמוז, אבער אויף אים האט מען שוין נישט געקענט ליינען

וואס איך וויל נאך וויסן איז
א) ווען איז ער אוועק
ב) ווער איז געווען זיין שווער

און פארשטייט זיך, איך קען באשטיין ס'זאל זיך אויסקלארן נאך אינפארמאציע אויף אים, (און אויך אויף זיין טאטע, וואס איז נאך כמעט נישט באשריבן דא).


אין בעק פון ספר כתר תורה פון ר' מאיר בן לוי יצחק מבארדישיב וועט איר טרעפען זיין יחוס
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=366
לעצט פאראכטן דורך צםמארקשך אום דינסטאג יולי 10, 2018 5:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 622
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דינסטאג יולי 10, 2018 5:09 pm

געדיך אוואש האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:טרעפנדיג יעצט דעם אשכול.

איז דא ערגעץ א מקור אז הרה״ק ר׳ אברהם חיים מלינסק זצ״ל האט געזאגט אז ווער עס וועט קומען צו זיין קבר ׳קרובה ישועתו לבוא׳?

איך בין דארט געווען לעצטנס. און איינער האט אזוי נאכגעזאגט

ראשית כל, זאלט איר האבן געפועל'ט אלעס גוט'ס!

דאס אז ישועתכם קרובה לבא, שטייט שוין פון ראשונים אז מקום מנוחת הצדיקים איז מסוגל פאר קבלת התפלות.

דעם אויסדרוק איבערן קבר פון הרה"ק ר' אברהם חיים מלינסק זי"ע, זאגט מען נאך פון ערשטן בעלזער רב זי"ע. דאכט זיך אין מליצי אש ברענגט ער דאס.

אויך האט דער ערשטער בעלזער רב געזאגט, אז א נאר איז דער וואס געפינט זיך אין די צען מייל (כ'בין נישט זיכער דעם מספר, אפשר ווייניגער) פון זיין ציון, און גייט נישט ארויף.

די מימרא פונעם שר שלום מבעלזא איז געדרוקט אין אהל נפתלי (אות רצ"ח) ממכתב רבי אברהם איטינגא זצ"ל, (די צווייטע מימרא אז 'דער וואס גייט נישט איז א נאר' לא שמעתי ולא ראיתי, אויב איהר ווייסט א מקור ביטע צוצייכענען).

אוועטאר
געדיך אוואש
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

תגובהדורך געדיך אוואש » דינסטאג יולי 10, 2018 8:47 pm

ז"ל ספר "זרעא קדישא" [לינסק] עמוד קיב:
הרה"ק השר שלום מבעלזא ז"ל, שהאריך ימים אחרי רבינו [הרה"ק ר' אברהם חיים ז"ל], כששמע על סילוקו של צדיק, נצטער על אשר נגדע הארז בלבנון באמצע פריחתו, ואמר שאילו הי' רבינו מאריך ימים, כל שכן שהי' מאיר לעולם כולו בצדקתו וקדושתו. ואמר שההולך על מצבת קבורת רבינו ישועתו קרובה לבוא, ועוד אמר "הנקלע תוך ארבע מייל מלינסק ואינו הולך להתפלל על קברו של רבינו, אינו אלא פתי".
נכדו הרה"ק מוה"ר ישכר בער מבעלזא ז"ל, נסע לעני הרפואה בקארלסבאד או מאריענבאד, ועבר דרך גבול לינסק, כל בני העיר יצאו לקראתו לקבל פניו, ובתוך הבאים הי' ג"כ רבינו הגה"צ הק' ר' יעקב ראב"ד לינסק ז"ל הי"ד, ואמר להרה"ק מבעלזא הדיבורים הנזכרים שיצאו מפי מר זקנו הרהה"ק מהר"ש מבעלזא ז"ל, נענה הרה"ק מהרי"ד ואמר בלשון קדשו "אמת אמת אזוי האט דער הייליגער זיידע געזאגט, נאר כ'אב מיך נאך געפרעגט און מ'האט מיר געזאגט אז סאיז א גרויס בארג ארויף צו גיין, און כ'אב נישט קיין כח, קאן זיין צוריקציוועגס אז כ'עב האבן מער כח על איך ארויפגיין אויפן ציון". אבל כשחזר לביתו נסע בדרך אחרת ולא עבר בגבול עיר לינסק.

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך יולי 11, 2018 1:20 pm

צםמארקשך האט געשריבן:אין בעק פון ספר כתר תורה פון ר' מאיר בן לוי יצחק מבארדישיב וועט איר טרעפען זיין יחוס
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=366

ייש"כ מרובה, וחן חן לך
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך יולי 11, 2018 3:31 pm

למעשה אמרו לי עתה שזה טעות ואינו מדבר מר' מענדל מבראטשוב, אלא היחוס הוא על זקינו ר' מנדל מלינסק

ועתה שוב צום ערשטן שאלה

ביי וועמען איז ר' מענדל מבראשוב געווען א איידעם?
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

קראלי
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 09, 2018 10:43 am

תגובהדורך קראלי » דאנארשטאג יולי 12, 2018 11:07 am

געהערט פון מרן אדמור מקראלי שליט"א אז ר' מענדעלע לינסקער האט געזאגט אז נישט יעדעם וויל ער האבן אויף זיין ציון.
ויהי לפלא אז כמה פעמים ביי די נסיעות פון מרן אדמור מקראלי שליט"א זענען געווען מענטשן וואס מחמת סיבות שונות איז נישט געווען מעגליך אז צו יענעם ציון זאלן זיי אנקומען
עטליכע יאר צוריק ביי די נסיעה האט עס דער רבי אויך געזאגט אין איינע פון די משתתפים האט עס נישט געקענט גלייבן ווען מען איז אנגעקומען קיין לינסק נפל עליו תרדמה אין וויפיל מען האט עם פרובירט צו דערוועקן איו געהאקט לא עלתה בידינו כלום.... איין מינוט נאכן אוועקפארן האט ער זיך אויפגעכאפט

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5084
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג יולי 12, 2018 12:23 pm

אינטערעסאנט

ווייל ביי אונזער נסיעה איז יעדער אויפגעבליבן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1200
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » דאנארשטאג יולי 12, 2018 2:40 pm

קראלי האט געשריבן:געהערט פון מרן אדמור מקראלי שליט"א אז ר' מענדעלע לינסקער האט געזאגט אז נישט יעדעם וויל ער האבן אויף זיין ציון.
ויהי לפלא אז כמה פעמים ביי די נסיעות פון מרן אדמור מקראלי שליט"א זענען געווען מענטשן וואס מחמת סיבות שונות איז נישט געווען מעגליך אז צו יענעם ציון זאלן זיי אנקומען
עטליכע יאר צוריק ביי די נסיעה האט עס דער רבי אויך געזאגט אין איינע פון די משתתפים האט עס נישט געקענט גלייבן ווען מען איז אנגעקומען קיין לינסק נפל עליו תרדמה אין וויפיל מען האט עם פרובירט צו דערוועקן איו געהאקט לא עלתה בידינו כלום.... איין מינוט נאכן אוועקפארן האט ער זיך אויפגעכאפט

בשם וועמען זאגט ער דאס נאך?
ס'איז א אינטרעסאנטע מימרא
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מי חכם און 11 געסט