בלאט 1 פון 14

רבי חיים אלעזר שפירא ממונקאטש זצ"ל המנחת אלעזר - ב' סיון

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2008 11:14 am
דורך אנדי פעטיט
איך ווייס אז ס'איז שוין געווען אפאר בילדער פון די מנחת אלעזר, דא האב איך געטראפן ביי מיר נאך אפאר.

אויב איינע פון די בילדער זענען שוין געווען דאן נעמט עס אראפ.

די מיטעלסטע בילד זעהט מען אויך רבי מאיר שפירא ז"ל ר"י חכמי לובלין.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2008 11:18 am
דורך יאסל
וויי וויי, האסט געלייגט אינמיטן א בילד פונעם קאמארנער.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2008 11:19 am
דורך פעטרישקע
טקע, דער צווייטע בילד איז ר' יעקב משה קאמארנער

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2008 11:19 am
דורך אנדי פעטיט
יאסל האט געשריבן:וויי וויי, האסט געלייגט אינמיטן א בילד פונעם קאמארנער.


וועלעכע?

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2008 11:20 am
דורך יאסל
די צווייטע

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2008 11:21 am
דורך אנדי פעטיט
יאסל האט געשריבן:די צווייטע


איך האב עס שוין אראפ גענומען.

ביזט זיכער איבער דעם?

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2008 11:25 am
דורך יאסל
יא ס'איז געווען א גאנצע שמועס דערוועגן אנהייב אשכול

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2008 11:30 am
דורך פעטרישקע
די לעצטע בילד פון מנח"א איז הפלא ופלא. א שיינעם בילד.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2008 11:32 am
דורך יאסל
באלד ווערן אלע תגובות ממילה אפגעמעקט, רב מיללער לאזט דא נישט מיגב זיין נאר לייגן בילדער.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2008 12:02 pm
דורך מיללער
הערליכע בילד אנדי (דאס צווייטע), יאסל האט געוואוסט דער אלבום האט תקנות, אבער דא קען מען שרייבן איבער'ן מנחת אלעזר ברייטער.

1) דער מונקאטשער רב, אויסער די ספרים וואס ער האט אליינס מחבר געווען (מנחת אלעזר, שער יששכר, אות חיים ושלום ושא"ס) האט ער אויך משלים געווען דעם מורא'דיגען חיבור פון זיין פאטער, דער 'דרכי תשובה' (הל' נדה ומקוואות).

2) כידוע איז דער מנחת אלעזר געווען גאר א שארפער קנאי נגד נגע הציונות והנגריים אחריהם אזוי ווייט איז ער האט אמאל אין א דרשה (קען זיין אז אין די הייליגע טעג אפי') געשריגען בקול רעש גדול עפעס אזוי "ציוניסטען, מזרחיסטען, אגודיסטען, ימח שמם וזכרם", ווי אויך האט ער געפירט א מערכה מיט'ן גור'ער רבי דער אמרי אמת איבער די גימנאזיאם אין ווארשא פון וואס עס איז דא א חיבור בשם 'תיקון עולם'.

3) דער מנחת אלעזר האט געהאט איין איינציגע טאכטער וועלכע האט חתונה געהאט בשנת תרצ"ב (יא?), א חתונה וועלכע האט געצויגען א מאסן עולם פון נאנט און ווייט, און פון וועלכע עס איז געבליבען עטליכע מינוט רעקארדירט אויף 'מאווינג-אימעזשעס" א זאך וואס א חידוש נפלא אין אונזער סאסייעטי פון יענע צייט.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2008 12:21 pm
דורך מיללער
א שיינער בילד (קרעדיט, יאסל) יאסל, ווער זענען די ארומיגע?

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2008 12:25 pm
דורך פעטרישקע
איז נישט זיין איידעם וואס כאפט זיין אנט?

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2008 12:27 pm
דורך יאסל
נע וואס רעדסטע, ער האט מסתמא קיינמאל נישט געהאט אזא לאנגע בארד.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2008 12:32 pm
דורך scy4851
דער היינטיגער מונקאטשער רב ענדעלט אביסעל אויף איהם

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2008 12:34 pm
דורך מיללער
איך מיין אז דער רעכטס איז איינע פון די חברי הביד"צ פון מונקאטש (שליסל, צוקער, זאלצער) מ'ברויך נאכקוקען אין די העפטלעך וואס איז לעצטענס ערשינען.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2008 12:43 pm
דורך מיללער
איך האב דעם שמועס איבער ר' ברוך ראבינאווישט ממונקאטש אריבערגעפירט צו די מנהלים, אויב זיי וועלן עס אפראוון וועט מען האבן דא אן אשכול איבער ר' ברוכ'ל.

דא רעדט מען איבער דעם מנחת אלעזר, איך בעט פארשטענדעניש.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2008 12:47 pm
דורך פעטרישקע
:x :-(

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2008 1:26 pm
דורך מיללער
מיללער האט געשריבן:איך האב דעם שמועס איבער ר' ברוך ראבינאווישט ממונקאטש אריבערגעפירט צו די מנהלים, אויב זיי וועלן עס אפראוון וועט מען האבן דא אן אשכול איבער ר' ברוכ'ל.

דא רעדט מען איבער דעם מנחת אלעזר, איך בעט פארשטענדעניש.


עפ"י החלטת המנהלים קען דא אזא אשכול נישט זיין, ואתכם הסליחה.

(ביטע נישט מגיב זיין דערויף דא, נאר זיך ווענדן צו איינע פון די מנהלים אין אישית)

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2008 3:24 pm
דורך אלעקסיי
איך ווייס נישט וואס דא איז געשטאנען איבער ר' ברוכ'ל, אויב דברים של גנות, אדער אפשר דברי שבחים אשר מתוך שבחו אתה בא לידי גנותו, אבער 2 קליינע עפיזאדען וואלט איך געוואלט שרייבען וואס קען זיין לזכר ולע"נ, אויב די מנהלים האלטן אז עס וועט זיין תגובה גוררת תגובה און עס וועט נישט טויגען קען מען עס אראפנעמען בחפץ לב.

ביימיר אין ביהמ"ד פלעגט דאווענען אן עלטערע איז ממוצא מונקאטש, ער האט געלערנט ביים מנחת אלעזר און ביי ר' ברוכ'ל, הוי, פלעגט ער רעדן מיט נאסטאלגיע פון ר' ברוכ'ל, די הערליכע שיעורים, די חריפות, די לומדות, די בקיאות, און והעולה על כולה די ווארימע ליבליכע איבערגעגעבנקייט צו יעדן תלמיד עקסטער. אויף מיין פראגע, צו ר' ברוכ'ל האט ער מער הנאה ווי דעים שווער? קיין פארגלייך האט ער געענטפערט, ר' ברוכ'ל איז געווען א ריכטיגע תופס ישיבה, עס איז נישטא היינט נאך אזוינ'ס, אזא איבערגעגעבנקייט, אזא פריינטליכקייט, אריינברענגענדיג אן אהבת התורה צו אלע תלמידים וכו' וכו'.

די 2טע עפיזאד איז כאפענדיג א היטש איינמאל כ"ו אב צםו רבי'ן ציון אין קרית יואל, בין איך געפארן מיט א פלעטבושן איד, אן עלטערע מענטש, רעדנדיג אין קאר פון רבי'ן, צו וועים ער איז עטליכע מאל געפארן, איז די שמועס פארפארען איבער די מלחמה יארען, האט ער פארציילט אז ער איז געראטעוועט געווארן נאר א דאנק ר' ברוכל'ס השתדלות און פאפירען וואס ער האט אים פארשאפט, און פאר נאך טויזענטע! אידען. יא! איר זעהט גוט, ר' ברוכ'ל האט געראטעוועט טויזענטע אידען ביים קריג, בלי שום תשלום גמול, עס זענען נאך דא פילע עדות וואס לעבן נאך היינט וואס זענען געבליבען לעבן נאר א דאק די אינטערווענץ און עסקנות פון ר' ברוכ'ל.

יעמוד לו לזכותו בגנ"מ.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2008 4:00 pm
דורך קרעמער
יישר כח אלעקסיי.

קען זיין אז די עסקנות חלק איז טאקע איבערגעגאנגען צום זוהן, אדמו"ר מ'מונקאטש שליט"א, וואס ידיו רב לו צו העלפן אידן בעת צרה כידוע.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2008 4:24 pm
דורך אלעקסיי
דאכט זיך אז האדמו"ר מדינוב שליט"א האט אויך א לב טוב און אן אוזן קושבת, די וואך קומט ער טאקע אריבער קיין וומסב"ג בקרב אנ"ש.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2008 4:32 pm
דורך יאסל
אלעקסיי האט געשריבן:די 2טע עפיזאד איז כאפענדיג א היטש איינמאל כ"ו אב צםו רבי'ן ציון אין קרית יואל, בין איך געפארן מיט א פלעטבושן איד, אן עלטערע מענטש, רעדנדיג אין קאר פון רבי'ן, צו וועים ער איז עטליכע מאל געפארן, איז די שמועס פארפארען איבער די מלחמה יארען, האט ער פארציילט אז ער איז געראטעוועט געווארן נאר א דאנק ר' ברוכל'ס השתדלות און פאפירען וואס ער האט אים פארשאפט, און פאר נאך טויזענטע! אידען. יא! איר זעהט גוט, ר' ברוכ'ל האט געראטעוועט טויזענטע אידען ביים קריג, בלי שום תשלום גמול, עס זענען נאך דא פילע עדות וואס לעבן נאך היינט וואס זענען געבליבען לעבן נאר א דאק די אינטערווענץ און עסקנות פון ר' ברוכ'ל.

יעמוד לו לזכותו בגנ"מ.

די סיבה וואס האט אים געברענגט דערצי איז, ווייל אלץ פוילישער בירגער האט מען אים אנפאנג קריג פארטריבן צירוק קיין פוילין, ער איז דארט געווען אין געטא אין אלעס ציגעזען, ממש אין די לעצטע מינוט האט מען אים ציריק געברענגט קיין אונגארען, ער האט געהאלטען אין איין ווארענען וואס ס'גייט קימען אבער סאיז נישט געווען צי וועם צי רעדן, ס'איז נעבעך געווען א ביטערע גזרה אויף כלל ישראל.
ער אליין האט יא געטין למעשה אין געשווערצט קיין פאלעסטינע ציזאמען מיט זיין ווייב אין קינדער.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2008 4:48 pm
דורך זיידעניו
איבער מוקאטש בעלז עפיזאדן איז יא ערלויבן ?

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2008 4:51 pm
דורך יאסל
זיידעניו האט געשריבן:איבער מוקאטש בעלז עפיזאדן איז יא ערלויבן ?

ח"ו! וואס פעלט עס אויס.

געשריבן: דאנארשטאג יוני 05, 2008 3:17 pm
דורך זיידעניו
לחיים
היינט איז די יארצייט זי"ע