שושלת בית מעליץ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » זונטאג מארטש 25, 2012 7:03 pm

מיללער האט געשריבן:איינער קען אריינשיקען דעם אשכול פארן בלאט, לכבוד זייער בילד וואס מיר האבן שוין דא מפענח געווען צוויי-א-האלב יאר צוריק


דער בילד איז שוין מפוענח ברבים שוין צענדליגע יאהר - עס איז דאך פון מאורי גאליציע.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » זונטאג מארטש 25, 2012 9:17 pm

מיללער האט געשריבן:יעצט האביך געטראפען אז דער עלסטער זוהן פון ר' נפתלי ממעליץ האט געהייסן ר' אלימלך, ער איז קודם געווען רב הצעיר אין מעליץ אבער דער ארטיגער ראש הקהל האט אים גערודפט איז ער ארויסגעקומען קיין אמעריקא פאר עטליכע יאר, ער איז געווען א גרויסער מלחין-קאמפאזער און ער האט אפי' ארויסגעגעבן א רעקארד פון זיינע ניגונים דא אין אמעריקע.

שפעטער איז ער צוריקגעגאנגען קיין אייראפע ווי ער האט זיך באזעזט אין קראקא, ער איז ליידער אוועק ביים קריג מיט א ניגון אויף 'נשמת כל חי' הי"ד, אויך זיין זוהן ר' נפתלי איז אומגעקומען עקד"ה

בייגעלייגט אז א בילד פון ר' אלימלך ממעליץ-קראקא

בשנת תרצ"ג איז ער שוין געווען צוריק רבי און צוריק אין קראקא (משנת תרצ"א).

א הקדשה אויף ס' נועם אלימלך מזקנו, דפוס קראקא תרצ"ב ד"ד לחתונת ר' שמעון קארניטצער בן ר' יוסף נחמיה אבד"ק קראקא שנפטר חודש לפני זה.
צוגעלייגטע
kor.jpg

manyh
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2012 2:52 pm

תגובהדורך manyh » מאנטאג מארטש 26, 2012 10:22 am

ביקסאד האט געשריבן:
manyh האט געשריבן:
משה פאלאפל האט געשריבן:קוקט איבער נאכאמאל די תגובה ביטע. רייזל שרה איז געווען די רעבעצין פון ר' יהודה הורביץ ממעליץ, נישט זיין טאכטער.
יעצט וואס וואלט איר געוואלט וויסן פונקטליך? איר האט עפעס א ספעציפישע זאך וואס איר וואלט געוואלט אויסקלארן?


יא גערעכט, איך האב געטראפן ערגעץ אז זי איז ארויף קיין צפת און נפטר געווארן כז סיון תרל"ט, איז דא עפעס א מקור צו די אינפורמאציע?

מקור צו וואס, אז זי ליגט אין צפת"ו ?

בעיני ראיתי שם את מצבתה, עלתה לארה"ק אחרי פטירת בעלה בדמ"י.


ס'איז אינטרעסאנט אז איר מאן איז אוועק ט' בטבת תרל"ט אין זי איז אוועק כז סיון תרל"ט אין זי האט נאך אינצווישען געמאכט דאס לאנגע וועג קיין א"י...

אויך "בדמ"י" מיינט צו זאגן אז ער איז יונג אוועק?

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג מארטש 27, 2012 5:53 am

פון אוואו נעמט איהר דעם יאהר פון איהר פטירה אויף תרל"ט ?

אויף די היינטיגע מצבה איז אויף געשריבן מיט שווארצע פארב תרמ"ג, אויף וועלכע טייל אייניקלעך האבן קלאהר געזאגט אז עס שטימט נישט,
זי איז לפי חשבונם היפש שפעטער אוועק, מילא איז דא וואס ווילן זאגן אז עס איז געווען ארגינעל אויס געקריצט תרס"ג
און ביים איבער פרישן די אותיות האט מען געמאכט א איהר-טום און געשריבן תרמ"ג. עיין בבית היין.



לגבי דמי ימיו, טעיתי בין רבי יהודה שנסתלק על פי חשבון בשנתו השישים, לאביו רבי יעקב שנסתלק בצעירותו.
לעצט פאראכטן דורך ביקסאד אום מיטוואך מארטש 28, 2012 6:08 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ועמך כולם צדיקים

manyh
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2012 2:52 pm

תגובהדורך manyh » דינסטאג מארטש 27, 2012 10:52 am

ביקסאד האט געשריבן:פון אוואו נעמט איהר דעם יאהר פון איהר פטירה אויף תרל"ט ?


http://www.otzar.org/wotzar/Book.aspx?1 ... 3271652656

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג מארטש 27, 2012 10:28 pm

מילא, נישט די ערשטע איהר-טום פון יצחק אלפסי.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אפריל 01, 2012 1:49 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:איך האב געטראפען עפעס אינטערסאט

ארגינעלע בריוו און צו וועם עס איז געשיקט געווארן

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:27 pm

מצבת ר' חנינא מאוליינוב בן ר' יעקב ממעליץ זי"ע
וזוגתו בת דודו ר' אליעזר מדזיקוב זי"ע. באוליינוב:
צוגעלייגטע
ulanow4b.jpg
ulanow4a.jpg

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:32 pm

מצבת כלתו אשת בנו ר' חיים יעקב בת ר' משה אונגער מצאנז חתן הד"ח זי"ע.
מצבת הרבנית אשת ר' מרדכי דוד הורוויץ בן ר' חיים יעקב, בת ר' אליעזר ירוחם מראדושיץ חתן הד"ח זי"ע.
צוגעלייגטע
ulanow6c.jpg
ulanow4c.jpg

ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 27, 2011 11:26 pm

תגובהדורך ווילוויסן » מיטוואך דעצמבער 12, 2012 8:45 pm

חשוב׳ע מיטגלידער
סע איז מיר נוגע צו וויסן וויאזוי די רעבעצין פון ר׳ יעקב ממעליץ (אבי ר׳ אברהם אבוש משענדישוב) האט געהייסן, זי איז ווי איך זע געווען בתו של ר׳ אברהם מרדכי מפינטשוב.
תודה למפרע

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2012 1:16 am

ווילוויסן האט געשריבן:חשוב׳ע מיטגלידער
סע איז מיר נוגע צו וויסן וויאזוי די רעבעצין פון ר׳ יעקב ממעליץ (אבי ר׳ אברהם אבוש משענדישוב) האט געהייסן, זי איז ווי איך זע געווען בתו של ר׳ אברהם מרדכי מפינטשוב.
תודה למפרע

א באקאנטע טעות. בת ר' פישל מפינטשוב, נישט קיין שייכות מיט דער מער באקאנטער ר' אברהם מרדכי משם.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג פאברואר 21, 2013 1:22 pm

צוויי אינטערסאנטע און ווייטאגליכע בריוו געשריבען דורך האדמו"ר ר' יצחק הוורויץ ממעליץ-בראנקס ז"ל, ווי ער שפעקולירט איבער די שיקזאל פון זיין שוועסטער און שוואגער הגאון הק' ר' יחזקאל מאסטראווצא ז"ל-הי"ד חתנו של אביו ר' נפתלי ממעליץ.
http://www.archive.org/stream/chaimbloc ... 4/mode/1up
צוגעלייגטע
chaimbloch00reel02_1242.jpg
chaimbloch00reel02_1242.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25697
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מאי 24, 2013 10:23 am

מיללער האט געשריבן:
יעצט האביך געטראפען אז דער עלסטער זוהן פון ר' נפתלי ממעליץ האט געהייסן ר' אלימלך, ער איז קודם געווען רב הצעיר אין מעליץ אבער דער ארטיגער ראש הקהל האט אים גערודפט איז ער ארויסגעקומען קיין אמעריקא פאר עטליכע יאר, ער איז געווען א גרויסער מלחין-קאמפאזער און ער האט אפי' ארויסגעגעבן א רעקארד פון זיינע ניגונים דא אין אמעריקע.

שפעטער איז ער צוריקגעגאנגען קיין אייראפע ווי ער האט זיך באזעזט אין קראקא, ער איז ליידער אוועק ביים קריג מיט א ניגון אויף 'נשמת כל חי' הי"ד, אויך זיין זוהן ר' נפתלי איז אומגעקומען עקד"ה

בייגעלייגט אז א בילד פון ר' אלימלך ממעליץ-קראקא

א הערליכע ארטיקל מבית המורשת איבער א טיש אין ניו יארק ביים מעליצער רבי הי"ד

תשוח"ח להרב בן בוזי מוזכיר המורשת פאר די געוואלדיגע ארבייט
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 5&gil=1092

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » זונטאג מאי 26, 2013 12:46 pm

מיללער האט געשריבן:א הערליכע ארטיקל מבית המורשת איבער א טיש אין ניו יארק ביים מעליצער רבי הי"ד

תשוח"ח להרב בן בוזי מוזכיר המורשת פאר די געוואלדיגע ארבייט
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 5&gil=1092

געליינט הערליכע ארבעט
געשמאק צו ליינען א טיש פון אמאל אזוי ערשהאנטיג
בד"א די נומער מענטשן וועס ער שרייבט איז אוטענטיש אדער מוגזם?
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9707
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג מאי 26, 2013 2:02 pm

מיללער האט געשריבן:א הערליכע ארטיקל מבית המורשת איבער א טיש אין ניו יארק ביים מעליצער רבי הי"ד

תשוח"ח להרב בן בוזי מוזכיר המורשת פאר די געוואלדיגע ארבייט
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 5&gil=1092

דא האט איר עס.
צוגעלייגטע
א פרייטאג צונאכטס מיט א חסידישע רבי.pdf
(273.9 KiB) דאונלאודעד 256 מאל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22083
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מאי 27, 2013 9:23 am

יאנקעלע, נקוט כלל זה בידך, נומערן אין אלטצייטיגע צייטונגען זיינען פילפאכיג איבערגעטריבן, פיל ערגער ווי היינט, נעמענדיג אין בעטראכט אז דאס איז נישט געוועזן מילתא דעבידי לגלויא.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מאנטאג מאי 27, 2013 10:21 am

ווייל עטליכע טויזנטער מענטשן זענען שוין
דארטן געווען פון פריער, איבערפולענדיג דער
הויפט גאס מיט די קליינע געסלעך דערנעבן

ס'האט מיר טאקע נישט געמאכט קיין סענס די פאר ווערטער,
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 840
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » מאנטאג מאי 27, 2013 11:56 am

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:א הערליכע ארטיקל מבית המורשת איבער א טיש אין ניו יארק ביים מעליצער רבי הי"ד

תשוח"ח להרב בן בוזי מוזכיר המורשת פאר די געוואלדיגע ארבייט
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 5&gil=1092


וואלט איך געמעגט פרעגן מער אינפאו. איבער די בית מורשת בראשות הרב שליט''א, איז דא א וועבסייט פון זיי, וכדומה???
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4754
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג מאי 27, 2013 4:17 pm

בנוגע די ציפערן, איך גלויב אויף זיכער אז ס'איז א ברייטע גוזמא, אבער נעמענדיג אין באטראכט אז דאס איז געווען אום תר"פ, איז פארשטענדליך אז זיין אנקום זאל שאפן א סענזאציע, ווייל דעמאלטס זענען נאכנישט געווען דאהי צו פיל רבי'ס. ובפרט אז רוב פון די רבי'ס וועלכע זענען שוין יא דא געווען האבן אינדערהיים נישט געפירט קיין אדמורית (און נישט פארנומען קיין ארט) נאר געקומען אלס רבי'שע קינדער/אייניקלעך משא"כ ער האט שוין יא.


פאלגנד איז א רשימה פון אדמורים וועלכע זענען דאהי געווען בעפאר איהם;

תרס"ז - אדמו"ר רבי אליהו יוסף ראבינאוויטש מליניץ-באפאלאו
תרע"א - אדמו"ר ר' אליעזר ליפא ווייסבלום מליזענסק
תרע"ב - אדמו"ר ר' ישראל האגער מראדאוויטץ
תרע"ג - אדמו"ר ר' דוד מרדכי טווערסקי מטאלנא
תרע"ג - אדמו"ר ר' פנחס דוד הורוויץ (מ)באסטאן
תרע"ג - אדמו"ר ר' אברהם צבי הורוויץ מבייטש
תרע"ה - אדמו"ר ר' אליעזר חיים ראבינאוויטש מיאמפאלי
תרע"ה - אדמו"ר ר' שמואל אברהם ראבינאוויטש (מ)בראנזוויל
תרע"ה-ו - אדמו"ר ר' יצחק הורוויץ ממעליץ
תרע"ט - אדמו"ר ר' יחיאל אשכנזי מאלעסק
תרע"ט - אדמו"ר ר' שלום יוסף מטוריסק-פרוסקרוב
תר"פ - אדמו"ר ר' יצחק אייזיק לאנגנער מסטרעטין-בויבריק

און אין טאראנטא זענען יענעם יאהר תר"פ אויכעט אנגעקומען צוויי רבי'ס האדמורים ר' נפתלי צבי הורוויץ ממעליץ-וויסעליץ און ר' משה לאנגנער מסטרעטין.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » מאנטאג מאי 27, 2013 8:56 pm

וועלעכע מעליץ'ער רבי האט געוואוינט און בארא פארק ביז תש"ז, און דערנאך אוועקגעמופט?

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2643
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

רבי אלטר זאב מסטריזוב

תגובהדורך נחוניא » זונטאג ינואר 26, 2014 2:06 pm

איך זוך א בילד פון די מציבה פון רבי אלטר זאב מסטריזוב [בן רבי אברהם משענדישוב בן רבי יעקב ממעליץ].
ווי אויך א בילד פון די מציבה פון זיין רביצין.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2643
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » מיטוואך ינואר 29, 2014 2:52 pm

נחוניא האט געשריבן:איך זוך א בילד פון די מציבה פון רבי אלטר זאב מסטריזוב [בן רבי אברהם משענדישוב בן רבי יעקב ממעליץ].
ווי אויך א בילד פון די מציבה פון זיין רביצין.

איך האב באקומען א בילד ווי עס קוקט אויס היינט. מען קען אבער נישט ליינען די נוסח המציבה, און די אונטערשטע חלק איז שוין באדעקט.
אפשר האט איינער א קלארע בילד פון די מציבה אדער לכה"פ די נוסח.
צוגעלייגטע
DSC_0051 (1) (1).JPG

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4600
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

זיגעלע

תגובהדורך dovidal » מאנטאג מארטש 31, 2014 1:51 pm

איז דאס רבי יעקב ממעליץ ??.
גם חתימת הרב אלעזר הואוויץ סאניק [מי הוא זה]
צוגעלייגטע
MELITZ.jpg

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג מארטש 31, 2014 2:25 pm

נישט דער באקאנטער ר' יעקב עכ"פ. עס שטייט אויף פויליש "יעקב הורוויץ, דער זוהן פון די רב", און ר' יעקב מעליצער איז נישט געוועהן אין מעליץ אלץ א רב'ס א זוהן.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג מארטש 31, 2014 3:34 pm

עס שטייט רב אין מעליץ און מען רעדט פון עם.

ר' אלעזר (נקרא גם אליעזר) איז בפשטות נכדו ר' אלעזר בן ר' נפתלי ממעליץ. חתן גיסו ר' משה קאנער מסוניק וגר שם שנים רבות, לאמ''כ אב''ד בארווע.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט