אינעם גיגאנטישער בית עולם 'בית דוד' וואס געפונט זיך אין די עלמאנט געגענט אין קווינס, געפונט זיך די חלקה פונעם בארימטן 99'ער קלויז פון גאליציאנער חסידים.
אינערהאלב די חלקה ליגט א באשיידענעם מציבה מיט די פאלגענדער אויפשריפט:
פ"נ הרב המופלג בתורה בחסידות ובמעלות טובות
ירא ד'
רדף צדקה וחסד כל ימי חייו
בנש"ק מו"ה יהודה מאיר הורוויץ בן מוה' יעקב ע"ה
נכד להצ'ה'ק' מראפשיץ וממעליץ זי"ע
נפ' כ"ז אייר ה'תש"ג - תנצב"ה
מיר האבן זיך געמאטערט צו דערגיין וואס זיין יחוס למעלה בקודש איז געווען, אבער דערווייל ערפאלגלאז. דעריבער וועלן מיר צונעמען די פרטים וואס מיר האבן ארויסגענומען פון פארשידענע דאקומענטן און פון אנדערע מקורות, ואולי וועט עמיצער קענען לייזען די מיסטעריע:
רבי יהודה מאיר איז געבוירן געווארן אום תרל"ט צו זיינע עלטערן ר' יעקב און פיגא אין לימינוב, פוילן.
ווי עס זעהט אויס איז זיין אריגינעלער משפחה נאמען געווען "אפפעל" און די נאמען "הורוויץ" איז געווען א מוטערליכער ירושה.
אום אלול תר"ס האט ער געהייראט זיין פרוי מירא (מרים-מירל?) ב"ר יעקב פריינד (א קרעטשמער) אין יאסלא.
אום תרס"ה איז ביי איהם געבוירן געווארן א טאכטער וועמען מען האט א נאמען געגעבן פריידא (זי האט שפעטער געוואוינט אין ארה"ק - פרטים אומבאקאנט).
פון יאסלא איז ער געגאנגען אויף ווינא ווי ער האט זיך צייטווייליג באזעצט. דאן אום תרפ"ז איז ער געפארן אויף אטאווא קאנאדע און פון דארט אויף אמעריקא צום ערשטן מאל. אום תרפ"ט איז ער געקומען אהער צום צווייטן מאל און זיך דאהי באזעצט. אויף זיין שיפס רעקארד איז אנגעגעבן אז אדמו"ר רבי איציקל רובין - יאברובער איז זיין נאנטסטער קרוב דאהי אין אמעריקא.
זיין פרוי איז איהם נאכגעקומען אום תרצ"ג. זיי האבן געוואוינט אויף קאנאאן סטריט און שפעטער אויף לואיס סטריט.
אן אינטערעסאנטער נקודה איז אז אדמו"ר רבי נפתלי טייטעלבוים מבריגל גיבט איהם אן אויף איינע פון די דאקומענטן אלס א נאנטער באקאנטער, מעגליך טאקע צוליב קרבות משפחה מבית בריגל-שענדישוב.
ער איז עמטליך אנגעגעבן אויף אלע דאקומענטן אלס אן אמטירנדער רב/רבי.
ער איז נפטר געווארן אום כ"ז אייר תש"ג און געברענגט געווארן למנוחת עולמים אינעם חלקת אנשי גאליציע די קהילת 99'ער, צופיסנס פונעם אלעסקער רבי זצ"ל.
זיין פרוי איז נפטר געווארן עטליכע חדשים דערויף אום כ"ג טבת תש"ד.
יהא זכרם ברוך, ויבואו הידענים און דערגיין די פונקטליכע פרטים.