תגובהדורך פלעכטער » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 2:14 pm
ניי בילד פונעם חפץ חיים אפירגעקומען
א פריער-אומבאקאנט בילד פונעם חפץ חיים זצ"ל איז אפירגעקומען די טעג, וואס ווייזט דעם גאון זיצן פארטיפט אין א ספר אנגעטאן אין טלית-און-תפילין.
דאס בילד איז אנגעבליך געכאפט געווארן דורך ר' אלכסנדר סענדער לינכנער ז"ל, אן אמעריקאנער בחור וועלכער איז פאר דער מלחמה געגאנגען לערנען קיין פוילן.
קאמערעס זענען אין אייראפע געווען א יקר המציאות, אבער אין אמעריקע זענען זיי געווען א גאנגבארע זאך, און לינכנער האט, ווי די געשיכטע דערציילט זיך, געלערנט אין ראדין און ביי א געלעגנהייט געכאפט דאס בילד.
ר' אלכסנדר סענדער איז געווען א תלמיד און שפעטער געווארן אן איידעם ביי דעם תורה-פיאנער אין די פאראייניגטע שטאטן, הרב רבי שרגא פייוול מענדעלאוויטש זצ"ל.
-
צוגעלייגטע
-

- חפץ חיים.jpg (93.83 KiB) געזעהן 6064 מאל
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!