מנהגי בית ראפשיץ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

מנהגי בית ראפשיץ

תגובהדורך ידיעות שונות » דינסטאג יוני 18, 2019 7:04 pm

המשך פון דא - מנהג כרפס בראפשיץ - וברכת שהכל אויף קארטאפל

צוויי דריי זאצן איבער מנהגי ראפשיץ איידער מ'גייט אין שפאן
- אסאך מנהגים וואס זענען נתפשט געווארן אין א גרויס טייל חסידישע וועלט איז יסודתם בקודש מבית מדרשו פון הרה"ק מראפשיץ
- צווישן אלע ענפים בגזע בית ראפשיץ האט יעדע הויף געהאט אייגנארטיגע קנייטשן, מ'קען טרעפן דעם זעלבן מנהג אדער ענין מיט אן אנדערע קנייטש
- מ'טרעפט הנהגות שונות ביי צדיקי בית ראפשיץ וואס זענען נתחדש געווארן בבית מדרשם (כפי עבודתם) און זענען נישט מנהגי בית ראפשיץ אין אלגעמיין

(אין די לעצטע צענדליגע יארן איז ארויסגעקומען עטליכע ספרים וואס דעקן די גאנצע גזע בכלליות, ה"ה נזר הקודש, הגדה זרע קודש, צל הקודש)

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דינסטאג יוני 18, 2019 7:05 pm

viewtopic.php?p=1942521#p1942521
יין ישן האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:איינער באקאנט מיט מנהג וויזניץ באכילת כרפס ליל פסח?
אפשר האט ער געגעסן כרפס וואס מ'עסט אין וויזניץ, און צוגעלייגט קארטאפל כמנהג אבותיו לבית ראפשיץ שלא לשנות

וואס ליגט מיר אין זכרון, ווען אונז פלעג מיר אריבערגיין נאכן דאווענען צום אנהייב סדר פון כ"ק מרן הגה"ק מוויזשניץ זי"ע פון מאנסי, אז עס פלעגן ליגן אנגעגרייט שיסלעך קארטאפל אויפן טיש, זעהט אויס אז אין וויזשניץ ניצט מען קארטאפל.

כ'האב נאכגעקוקט אינעם הגדה זעה איך אז בדותא הוא מה שכתבתי

ער ברענגט פונעם קונט' יהודה מחוקקי אז ר' יהודל'ע האט געזאגט אויפן קשיא פון בלאזוב'ער רב (פארוואס א גאנץ יאר מאכט מען אויף קארטאפל שהכל און פסח ביינאכט האדמה), אז ס'איז באמת א גוטע קשיא נאר מ'קען פרעגן נאך בעסער, בזה"ל, איך עושים פרי האדמה ומכוונים להוציא גם בעד המרור הרי גם המרור (החריין) הי' צריכין לברך עליו בכל השנה שהכל.
ומספר הרה"ג ר' בעריש לויפער שליט"א ששמע מפי הגה"ק ר' יהודל'ע הנ"ל שהוא עצמו נהג כן שלקח קארטפיל לכרפס ובירך שהכל נהי' בדברו (כדעת הרה"ק מראפשיץ זי"ע לברך על קארטאפיל שהכל), וכיון בזה לפטור את המרור (משום דס"ל כנ"ל). עיי"ש בהגדש"פ

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דינסטאג יוני 18, 2019 7:34 pm

א מנהג וואס איך זעה זייער שטארק ביי די ראפשיצע גזע (מער ווי ערגעץ אנדערש), אז יעדע גזע האלט אז נאר זיי זענען די ריכטיגע ממשיכים פון ראפשיץ און זיי האבן ארויס די דרך מיט די פנימיות וכו' וכו', זעהט אויס אז די עצם דרך פון ראפשיץ איז זייער טיף ממילא איז דא א מקום זיך צו קריגן אז יעדער זאל אננעמען אז זיי האבן ארויס די ריכטיגע עכטע ראפשיצע דרך.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5776
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג יוני 18, 2019 7:39 pm

וויפיל גזע׳ס (אדער גזעים וואטעווער...) אידא היינט בכלל וואס קענען זיך פארופן ראפשיצער ממשיכים?
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג יוני 18, 2019 7:41 pm

אדער גזענים...
סתם א ווערטל
בוי זיך זעלבסט

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דינסטאג יוני 18, 2019 8:57 pm

חמרא טבא האט געשריבן:וויפיל גזע׳ס (אדער גזעים וואטעווער...) אידא היינט בכלל וואס קענען זיך פארופן ראפשיצער ממשיכים?

ס'לאו דוקא היינט, ער איז לכאו' גערעכט אז דאס איז נאך געווען אינדערהיים, דעמאלטס האט נישט געפעלט קיין ראפשיצער גזע'ס און ממשיכים

בטיש בטישין
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

תגובהדורך בטיש בטישין » מיטוואך יוני 19, 2019 11:30 am

חמרא טבא האט געשריבן:וויפיל גזע׳ס (אדער גזעים וואטעווער...) אידא היינט בכלל וואס קענען זיך פארופן ראפשיצער ממשיכים?

איך פארשטיי נישט דער שאלה עס איז דאך למעשה דא היינט אסאך (ווייניג וואס האלטן זיך מיט ראפשיצער גזע) וואס שטאמען פון חסידי דזיקוב מעליץ ראזוועדאב פלאנטש סטיטשין (באבעווער האלטן זיך אויך אביסל דזיקובער ממשיכים..) און זיי זענען ממשיך דרך ראפשיץ ווייטער אין ס' איז דא אסאך פארשידענע חילוקים אין מנהגים (און יעדער איינער טענה'ט (אפשר) אז דאס איז דער ארגינעלע מנהג.)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יוני 19, 2019 12:40 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1942521#p1942521
יין ישן האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:איינער באקאנט מיט מנהג וויזניץ באכילת כרפס ליל פסח?
אפשר האט ער געגעסן כרפס וואס מ'עסט אין וויזניץ, און צוגעלייגט קארטאפל כמנהג אבותיו לבית ראפשיץ שלא לשנות

וואס ליגט מיר אין זכרון, ווען אונז פלעג מיר אריבערגיין נאכן דאווענען צום אנהייב סדר פון כ"ק מרן הגה"ק מוויזשניץ זי"ע פון מאנסי, אז עס פלעגן ליגן אנגעגרייט שיסלעך קארטאפל אויפן טיש, זעהט אויס אז אין וויזשניץ ניצט מען קארטאפל.

כ'האב נאכגעקוקט אינעם הגדה זעה איך אז בדותא הוא מה שכתבתי

ער ברענגט פונעם קונט' יהודה מחוקקי אז ר' יהודל'ע האט געזאגט אויפן קשיא פון בלאזוב'ער רב (פארוואס א גאנץ יאר מאכט מען אויף קארטאפל שהכל און פסח ביינאכט האדמה), אז ס'איז באמת א גוטע קשיא נאר מ'קען פרעגן נאך בעסער, בזה"ל, איך עושים פרי האדמה ומכוונים להוציא גם בעד המרור הרי גם המרור (החריין) הי' צריכין לברך עליו בכל השנה שהכל.
ומספר הרה"ג ר' בעריש לויפער שליט"א ששמע מפי הגה"ק ר' יהודל'ע הנ"ל שהוא עצמו נהג כן שלקח קארטפיל לכרפס ובירך שהכל נהי' בדברו (כדעת הרה"ק מראפשיץ זי"ע לברך על קארטאפיל שהכל), וכיון בזה לפטור את המרור (משום דס"ל כנ"ל). עיי"ש בהגדש"פ

ישר כחכם.

הבנתי אז דאס איז ר' יודא'לע'ס אן הכרעה להלכה, ס'זאל שטימען לויט אלע שיטות הפוסקים.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

שמו מפארים

תגובהדורך ידיעות שונות » מאנטאג אוגוסט 05, 2019 5:48 pm

דער ראפשיצער רב האט איינגעפירט צו זינגען דעם פיוט 'שמו מפארים' (מתפלת ר"ה) אין די שבתים פון ימי בין המצרים

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 4:41 pm

הרב ידיעות די ביסט דא? אין די גאנצע ראפשיצע גזע מאכט מען קידוש אויף א קליין ברוינפן גלעזל שבת צופרי, אדער עס איז יש ויש. ווייל אין זמירות דברי יואל שטייט אז דער פלאנטשער רב פלעגט קידוש מאכן אויף א גרויסע בעכער (וויין)

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 9:16 pm

לפי ידיעתי איז איבעראל געווען אזוי איינגעפירט, (עד היום נוהגין כן בהרבה מקומות), און שטאמט נאך פונעם ראש השושילתא
דער זמירות דברי יואל איז מיר א גרויסע חידוש

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 9:28 pm

עס איז מיר נישט אזא חידוש ווייל עס ליגט מיר אין קאפ אויף צוויי אייניקלעך פונעם ראפשיצער רב וואס האבן משנה געווען אין די ענין (פלאנטש אין סטיטשין, אבער ווי געזאגט עס ליגט מיר נאר אזוי אין קאפ, און איך וויל דאס טאקע מברר זיין)

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2047
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

תגובהדורך להגדיל שמו » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 9:35 pm

ספינקא דאכט זיך מאכט אויך קידוש אויף א גרויסע בעכער
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט