רבי ישראל הבעל שם טוב הקדוש זי"ע - שבועות תק"כ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מיטוואך ינואר 04, 2012 10:30 pm

גראדע איז דער מחבר פון דעם ארטיקל, ר' דובער וואכשטיין, געווען א טלוסטער געבוירנער.

אוועטאר
גליון
שר האלף
תגובות: 1654
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 24, 2011 1:24 am
לאקאציע: אין שֵמות

תגובהדורך גליון » מיטוואך ינואר 04, 2012 11:06 pm

זיידעניו האט געשריבן:
אדער נאך פריער.


דאס האב איך נישט געזעהן, מהיכן דנתני?.

איך האב נישט דורך געליינט די גאנצע אבער דאס האט מיך געכאפט
ס'איז דא זייער א אינטערעסאנטע זקן ביתו פון ר' אליעזרל מ'קאמארנע איך מיין אין חלק א' אינמיטן זאגט ער בערך די לשון לכך חי הבעש"ט יותר משבעים שנה בל"נ וועל איך עס אויפזיכן און ארויפלייגן
Impossible is just an opinion

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מיטוואך ינואר 04, 2012 11:14 pm

אין ספר אבן ישראל - בית הבעש"ט (פון ר' יוסף פישל האגער שליט"א מירושלם) ווערט געבראכט (עמ' ס"ב הערה 7) בשם כ"י הרה"צ ר' שלמה מסאדיגורא בשם זיין פאטער הרה"צ ר' אברהם יעקב אז דער בע"ש הק' איז געווען "א זיבעציגער".

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 9:12 am

הסרפד האט געשריבן:אין ספר אבן ישראל - בית הבעש"ט (פון ר' יוסף פישל האגער שליט"א מירושלם) ווערט געבראכט (עמ' ס"ב הערה 7) בשם כ"י הרה"צ ר' שלמה מסאדיגורא בשם זיין פאטער הרה"צ ר' אברהם יעקב אז דער בע"ש הק' איז געווען "א זיבעציגער".


אדער בשם זיין פאטער הרה"צ ר' ישראל זצ"ל, אדער בשם זיין ברודער הרה"צ ר' אברהם יעקב זצ"ל.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 12:02 pm

אזוי שטייט דארט, וואס קאן איך טאהן. ואולי צ"ל 'בשם אחיו' במקום 'בשם אביו'.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 12:15 pm

דעמאלס מיינט עס ר' שלמה הראשון מסאדיגורא בן הרה"ק ר' אברהם יעקב,ולא נכדו ר' שלמה חיים השני מת"א בן הרה"ק ר' ישראל בן ר' שלמה הנ"ל, והכל על מקומו יבוא בשלום.
לעצט פאראכטן דורך יוסף שרייבער אום דאנארשטאג ינואר 05, 2012 12:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 12:19 pm

דער מחבר שרייבט טאקע: "הרה"צ רבי שלמה מסאדיגורא (י"ט כסלו תרמ"א)". שטימט עס יעצט?

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג ינואר 05, 2012 12:26 pm

יא היה חתן הרה"ק ר' צבי הירש מרימאנוב בזו"ר ובזו"ש חתן דודו ר' דוד הלפרין חתן הרה"ק מרוזין, ונפטר בחיי אביו כ' טבת תרמ"א.

חתניו הרה"ק ר' נחום מרדכי מטשורטקוב ור' ישראל מבויאן-לייפציג.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16267
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג אוגוסט 26, 2012 11:25 am

רציתי לדעת אם הקונטרס שערי ישועה כתבי סגולה מהבעש"ט הוא מוסמך?
יישכ"ח

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:20 pm

בן בוזי האט געשריבן:איך האב געפינען א בריוו אין די יווא ווי א יוד שרייבט צום שרייבער פון מארגען דזשורנאל אז ער איז א קאמינקער און ער ווייסט אז דער סידור האט באלאנגט פאר איטשע ליפסאן א סקווערער חסיד א יוד א גביר וועלעכע האט אויסגעהאלטן די הויף אין סקווער און האט געוואוינט אין קאמינקא און ער פרעגט צו דער סידור וואס דער ליובאוויטשער רבי האט געקויפט איז יענע סידור, און ער שרייבט אז דער איטשע ליפסאן האט געהאט אין באזיץ א שטעקן פונעם בעל שם און די תפלין פון הייליגען דגל, ער שרייבט אז ליפסאן האט געהאט א שריפה און זיין גאנץ פארמעגן האט זיך פארברענט (דערפאר האט ער עס טאקע פארקויפט ווייל ער איז געווען געענגט אין געלט).
די תפלין האט ער געגעבן דרשה געשאנק פאר כ"ק אדמו"ר ר' יעקב יוסף מסקווירא זצ"ל און עס ליגט היינט אין סקווירא, די תפלין איז געעפענט געווארן יאהרן צוריק בודק צו זיין, און די טינט איז געווען פריש ווי עס וואלט ווען יעצט געשריבן געווארן.
וועגן דעם שטעקן ווייס איך נישט צו ס'איז דא ידיעה דערוועגן.

אפשר איז מעגליך ארויפצולייגן א קאפי פונעם בריוו לזכות את הרבים?

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג אוגוסט 26, 2012 4:26 pm

דער מסדר קידושין כבוד הרב "בן בוזי" שיקט דאס ארויפצושטעלן.
צוגעלייגטע
kaminka_Page_1.jpg
kaminka_Page_2.jpg

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16267
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:14 pm

יוראפ האט געשריבן:רציתי לדעת אם הקונטרס שערי ישועה כתבי סגולה מהבעש"ט הוא מוסמך?
יישכ"ח

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » מוצ"ש סעפטעמבער 08, 2012 11:24 pm

די מעשה וואס איך ברענג אראפ איז געשטאנען אין די "לוח הציבור" די וואך, עס איז זייער אינטרעסאנט ווייל איך האב קיינמאל נישט געהערט די מעשה וואלט איך געוואלט וויסען צו איינער האט שוין אמאל געהערט די מעשה? און צו עס האט א מקור?

דער הייליגער רבי ר’ אלימלך פון ליזענסק זי”ע, האט פון אייביג אהן שטארק געגלוסט און געשטרעבט צו באגרייפען און פארשטיין דעם געוואלדיג הייליגען כח פון דעם בעל שם טוב זי”ע. ער פלעגט אסאך מתפלל זיין אז פון הימל זאל מען איהם דאס באווייזען. ער האט אבער באקומען פון הימל א ענטפער אויף זיין פארלאנג: “אויף דעם נידריגען וועלט מיט די גשמיות’דיגע קערפער, איז דאס אוממעגליך צו פארשטיין און דערגרייכען. אפילו מען זאל זיין אויסגעארבעט ווי שטארק מעגליך, - קען מען דאס נישט זעהן”. אבער דאס אלעס האט נישט פארקלענערט און פארמינערט דעם ווילען פון דעם צדיק זי”ע, ער האט נאך אלץ געטראכט און געהאפט אז הלוואי זאל מען איהם פון הימל מאכן קענען די געוואלדיגע קדושה פון דעם בעש”ט זי”ע - דער געטליכער צדיק וואס האט אראפ געשיינט אויף די וועלט דעם הייליגן דרך אין עבודת ה’, דעם “דרך החסידות”. און דער וואס האט דערנענטערט צענדליגע טויזענטער אידן צו זייער פאטער אין הימל. דער צדיק זי”ע האט נישט אפגעשטעלט זיינע הייסע תפילות, און ווייטער פארגעזעצט מיט זיין געבעט. ביז ענדליך האט מען איהם פון הימל נאכגעגעבן זיין פארלאנג.

געלאזט רופן דעם מאור ושמש

אנהייב חודש אדר תקמ”ז, - אין בית המדרש פון דעם הייליגען רבי ר’ אלימלך זי”ע, זיצט זיין חשובער און באליבטער תלמיד הרב הקדוש רבי קלונמוס קלמן זי”ע, בעל מחבר ספר “מאור ושמש”. זיינע ליכטיגע אויגן זענען פארטיפט אין דעם אפענעם ספר וואס איז געליגען פאר איהם, זיין שטערן איז באדעקט מיט טיפע קנייטשן, און זיינע מחשבות זענען באהאפטן אין דעם הייליגן בורא עולם. פלוצלינג איז עמיצער צוגעגאנגען צו איהם און איבערגעהאקט זיינע הייליגע מחשבות. יענער זאגט איהם אריין אין אויער שטילערהייט: "דער רבי בעט אייך אריין צו קומען צו איהם אין צימער". דער מאור ושמש האָט גענומען ציטערן אַלע ביינער, און ער האָט מורא געהאַט פון וואָס דער רבי וועט אים זאָגן. ער האָט זיך אָבער געשטאַרקט "אַז דער רבי הייסט אַריינקומען, פאָלגט מען אויף די מינוט", און ער איז אַריין אינעם צימער מיט ציטערנדיגע טריט. דער רבי זי”ע איז געזעצען ביי זיך אין צימער פארטיפט מיט אן ערענסטקייט אין זיינע געדאנקען, און מייחד געווען הייליגע יחודים. ער הייבט אויף זיינע אויגן און באטראכט דעם “מאור ושמש” פון אויבן ביז אראפ. “הער מיך צו, מיין חשובער תלמיד” - רופט זיך אהן רבי ר’ אלימלך זי”ע - “פון אלע מיינע תלמידים, האב איך פונקט דיר אויסגעוועלט צו ווייזען גאר אן אינטערעסאנטע זאך וואס נישט יעדער איינער האט א זכיה דאס צו זעהן. דערפאר, גרייט זיך צו, מיט קדושה און טהרה און באהעפט זיך מיט דיין גוף און נשמה אין דעם הייליגן באשעפער. דאן וועסטו זוכה זיין, עס זאל פאר דיר אנטפלעקט ווערן א הערליכע איבעראשונג”!
דער “מאור ושמש” זי”ע האט פארלאזט דעם רבי’נס צימער פארוואונדערט און איבעראשט פון די הייליגע ווערטער. אבער ער האט גארנישט פארשטאנען די באדייטונג פון דעם איבעראשונג פון וואס דער רבי האט גערעדט. ער האט זיך גענומען צוגרייטען מיט קדושה און טהרה און זיך גערייניגט און אויסגעלויטערט ווי ווייט ער האט נאר געקענט, כדי ער זאל זיין ווערט צו צוזעהן דעם גרויסן ערשיינונג. א באזוך שפעט ביינאכט ס’איז שוין שפעט אין דער נאכט נאהנט צו חצות, די גאסן זענען ליידיג געווען, קיין איין מענטש געפונט זיך נישט אינדרויסען, און א געדיכטע שטילקייט און פינסטערניש האט געהערשט אויף די גאנצע באשעפעניש. דער “מאור ושמש” זי”ע שפאנט זיך געמיטליך צו די ריכטונג פון דעם רבינ’ס הויז. בלויז די קלאפן פון זיין פוס טריט הערט זיך אין די שטילקייט פון די נאכט.
אריין קומענדיג צום רבי’ן, רופט זיך אהן רבי ר’ אלימלך זי”ע: “שטרענג זיך אהן, מיין טייערע תלמיד, באהעפט אלע דיינע מחשבות אינגאנצן צו דעם הייליגן בורא עולם, און דו זאלסט חס ושלום קיין איין רגע נישט מסיח דעת זיין פון באשעפער ביז נאך די ערשיינונג!!!” די צוויי הייליגע צדיקים זענען שטילערהייט ארויס געגאנגען פון דעם שטוב, און זיך געלאזט גיין אין די ריכטונג פון די הויכע בערג וועלכע זענען געווען אויפן וועג צום שטעטישן בית החיים. די נאכט איז געווען אנהייב פון דעם חודש און א טונקעלקייט האט דארט געהערשט. בלויז די שטראלן פון די טויזענטע שטערנס האבן געפינקעלט פון די הויכקייט פון דעם קלאהרן הימל. דער ווינט האט געבלאזען און געפיפען אזוי ווי ער וואלט זיי באגלייט. א גאנצע צייט גייענדיג אויפן וועג האבן די צוויי צדיקים געשוויגען און קיין מינדעסטן ווארט נישט ארויס גערעדט. דער “מאור ושמש” האט נישט דערווייגט צו פרעגן ווי מען גייט? אדער וואס וועט מען יעצט זעהן? - דאס איז געווען א באהאלטענע סוד אויף וואס מען פרעגט נישט קיין שאלות. מיטן גאנצן הארץ פראבירט ער אויסצופיהרן דעם רצון פון זיין רבי’ן - נישט מסיח דעת זיין פון באשעפער. זיי דערגרייכען צו א באשטימטן ארט, און דער הייליגער רבי האט זיך אפגעשטעלט און אנגעהויבן ארום קוקען אין דעם גאנצן געגענט. א אויסערגעווענליכע שטילקייט האט דארט געהערשט און א שרעקליכע גייסט פון ציטער האט געשוועבט אויף די צוויי צדיקים. זיי האבן געפיהלט אזוי ווי זייער נשמה געפונט זיך נישט אויף די וועלט. רבי ר’ אלימלך זי”ע שטייט דארט מיט פעסט פארמאכטע אויגן פארטיפט אין זיינע הייליגע מחשבות, און זיין פנים איז פלאמענדיג רויט. דער “מאור ושמש” ווארפט זיך פון גרויס שרעק און ער פאלט ממש פון די פוס. און אט הערט ער ווי דער רבי זי”ע רופט זיך אהן צו איהם מיט א ווייכע שטימע: “חזק ואמץ! שטארק זיך מיט א דערהויבענע פעסטקייט, לאז זיך נישט אפשוואכען, דאן וועסטו זוכה זיין צו זעהן די הייליגע ערשיינונג ביז צו די ענדע”!!

א געוואלדיגע מחזה

דער רבי זי”ע האט באלד א כאפ געטוהן די צוויי הענט פון זיין תלמיד און זיי אריין געשטיפט טיף אין זיין גארטעל, און אויפגעהויבן זיינע הענד צום הימל. דער צדיק האט געבראכען די שטילקייט מיט א תפילה וואס ער האט ארויסגעזאגט, און מייחד געווען יחודים מיט שמות הקדושים. באלד האבן זיך די הויכע הימלען געשפאלטן. א ריזיגע פייער האט אראפ גענידערט אויף די וועלט, און די שטארקע פייער האבן זיך צושפרייט צעהנדליגע טויזענטע פונקען וואס האבן באדעקט די גאנצע הוילקייט פון די וועלט פון איין עק ביז צום צווייטן עק. א קורצע צייט דערנאך האבן זיך איינגעזאמעלט אלע פייער-פונקען פון די גאנצע וועלט, און זענען איינגעשלינגען געווארן אין דער ערד נעבן זייער פוס. דער “מאור ושמש” איז נישט געווען בכח צו צוקוקען אזוי לאנג צו דעם הייליגן און מורא’דיגן בילד, און זיינע אויגן זענען פון גרויס שרעק פארטונקעלט געווארן. און ווען נישט וואס ער האט אנגעכאפט דעם רבי’ן מיט זיינע ביידע הענט, וואלט ער אוועק געפאלען חלשות. דערנאך הערט ער ווי דער רבי זי”ע שרייט אויס: “שוין גענוג”! - און באלד האבן זיך די הימלען צוריק פארמאכט און די פייער איז פון דארט פארשוואונדען געווארן. ער איז דאָרטן פאַרבליבן ליגן חלשות און זיך נישט גערירט פון אָרט. ער האָט געשפּירט אַז ער איז נישט אויף דעם עולם און איז אַצינד ווייט אַוועקגעפירט געוואָרן זייער ווייט. דער “מאור ושמש” האט צוביסלעך צוריק געעפענט זיינע אויגן און זיך אנגעשטרענגט צו איינהאלטן זיין שרעק. מיט גרויס וואונדער און שטוינונג האט ער אריין געקוקט אין דעם רבי’נס אויגן און געווארט אויף א ערקלערונג אויף דעם גאנצן פאסירונג. און דער רבי זי”ע האט זיך אנגערופען: “פון אייביג אהן האב איך געוואוסט און פארשטאנען דעם געוואלדיג גרויסן כח פון דעם הייליגן בעש”ט זי”ע. א סאך תנאים און אמוראים און אויך אנדערע פריערדיגע גרויסע צדיקים האבן נישט זוכה געווען צו דעם טיטעל “בעל שם טוב”. ביז עס איז געבוירן געווארן דער צדיק רבי ישראל פון מעזשבוזש זי”ע און באקומען פון הימל דעם טיטל”. אוו דער רבי זאגט ווייטער: “אלעמאהל האב איך געשטרעבט און געגלוסט צו זעהן די גרויסקייט פון זיין קדושה, אבער פון הימל האט מען מיר דאס נישט נאכגעגעבן. נאך פוהל שטארקע תפילות האט מען מיר אנטפלעקט אז ערשט א קורצע צייט פאר מיין פטירה וועל איך זוכה זיין דערצו. אצינד מיין טייערע תלמיד, וואוסען זאלסטו, אז די גרויסע פייער וואס דו האסט געזעהן, דאס איז געווען די הייליגע נשמה פון דעם בעל שם טוב זי”ע. די פונקען וואס זענען צושפרייט געווארן אויף אלע זייטן פון די וועלט, דאס איז דער גרויסער כח התורה והחסידות וואס שיינט אויף אלע פיהר עקן פון די וועלט, בזכות פון דעם בעש”ט זי”ע” .“דערפאר הער מיך גוט צו” - ענדיגט דער רבי זיינע ווערטער - “עס איז שוין אנגעקומען מיין צייט צו פארלאזען די וועלט. ווען מיינע תלמידים וועלן זוכען א פאסיגע ארט מיך צו באגראבן, זאלסטו זיי זאגן אז דא אויף דעם ארט – ווי ס’האט זיך אנטפלעקט פאר אונז די גרויסע ערשיינונג פון דעם בעל שם טוב’ס נשמה -וויל איך טרעפן מיין ריהונג”. רבי ר’ אלימלך זי”ע זוכט אויס פיהר לאנגע לייסטלעך און ער שטעקט זיי אריין אויף די פיהר זייטען, אלץ צייכען אז דארט וויל ער באגראבן ווערן. דער מאור ושמש איז געווען פאַרוואונדערט, נישט באַגרייפנדיג וואָס ער האָט דאָ אַצינד צוגעקוקט. ער האָט געוואָלט פרעגן דעם רבי'ן וואָס איז דער פּשט דערפון, אָבער ער האָט זיך נישט געוואגט צו עפענען דאָס מויל פאַר'ן רבי'ן. די צוויי צדיקים האבן פארלאזט דעם ארט, אבער דער “מאור ושמש” האט זיך נאך אלץ געמוזט אנכאפן אין דעם רבי’ן, ווייל ער האט זיך נאך נישט געקענט אינגאנצן בארוהיגן פון דעם הייליגן און מורא’דיגן ערשיינונג וואס האט זיך אפגעשפילט פאר זיינע אויגן.
עטליכע טעג שפעטער, כ”א אדר תקמ”ז איז דער הייליגער רבי ר’ אלימלך זי”ע נסתלק געווארן בקדושה וטהרה, און זיינע תלמידים האבן איהם מקבר געווען טאקע אויף דעם ארט פון די הייליגע ערשיינוג פון דעם בעש”ט זי”ע.

גענומען פון לוח הציבור

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

סידור הבעש"ט

תגובהדורך נחוניא » דינסטאג מאי 14, 2013 3:25 pm

זיידעניו האט געשריבן:דער סידור פון הייליגן בעש"ט עס ליגט היינט אין א חב"ד מעיוזים און מען ווארט אז דער בעל הבית זאל עס קומען נעמען און דער בעל הבית וויל דערווייל נישט

און ווען דער בעל הבית וועט וועלן איז מען דאס גרייט צו געבן???

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

מעיין הבעל שם טוב "קרעניצע"

תגובהדורך נחוניא » דינסטאג מאי 14, 2013 3:34 pm

חסידים ואנשי מעשה גייען שעפן וואסער פונעם קרעניצע נישט ווייט פון מעזיבוז. כידוע האט דער מעיין הישועות האט אנגעהויבן צו פליסן ווען דער בעש"ט הק' האט אמאל געדארפט האבן וואסער צו וואשן די הענט פאר תפלת מנחה.
צוגעלייגטע
22-BalShemWater12.jpg
22-BalShemWater9.jpg
22-BalShemWater6.jpg

משה אמת ותורתו
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 16, 2010 7:33 pm

שם חותנו של מורינו הבעש"ט זצוק"ל

תגובהדורך משה אמת ותורתו » מיטוואך מאי 22, 2013 5:10 am

בס"ד

במאמר שנכתב לאחרונה ע"י הרנ"א וועקשטיין, נמצא שלפי ספר שבחי הבעש"ט לא היה שם חותנו ר' אפרים. הוא כותב שם כיצד ומדוע נשתבש שמו לשם ר' אפרים.

ראה כאן באשכול המיוחד למאמריו.
viewtopic.php?p=690444#p690444

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2441
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

די מקור אז רבי הערש בן הבעש"ט האט איבער גענומען

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » פרייטאג אוגוסט 30, 2013 10:14 am

איך האב געהערט אז בשעת די בעש"ט הק.איז נסתלק געווארען האט איבער גענומען בנו הרה"ק רבי הערש.און געפירט א גאנצע יאר ,און די ערשטע יארצייט שבועות אינמיטן פירען די טיש האט ער זיך אויפגעשטעלט און אויסגעטון זיין ווייסע בעקעיטשע און אונגטהון דעם רבי רבי בער,זאגענדיג אז זיין פאטער הבעש"ט איז געקומען צו עם און גהייסען דער רבי רבי בער זאל פירען .האט עס א מקור ?און וואו איז די מקור? אויסער לויבאוויטש.

מינצקער
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 3:47 pm

תגובהדורך מינצקער » זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 3:36 pm

בעש"ט על התורה הקדמה אות עד מכתב מר' חיאל מיכל דרוהביטשער אב"ד מעזיבוז [אבל יתכן שזה בא מקבלת הרש"ב
ראה שו"ת דברי חיים סימן לב: מצינו למופת... הבעש"ט זלה"ה הניח המשרה זו לתלמידיו ולא לבנו שהיה קדוש ה'.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג יוני 17, 2014 3:58 pm

נחוניא האט געשריבן:חסידים ואנשי מעשה גייען שעפן וואסער פונעם קרעניצע נישט ווייט פון מעזיבוז. כידוע האט דער מעיין הישועות האט אנגעהויבן צו פליסן ווען דער בעש"ט הק' האט אמאל געדארפט האבן וואסער צו וואשן די הענט פאר תפלת מנחה.


האמיר געהאט די זכיה לעצטע וואך צו טרינקן פון די מים קדושים

ראובן ינקובסקי
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2012 4:18 pm

תגובהדורך ראובן ינקובסקי » דינסטאג יוני 17, 2014 4:32 pm

ראיתי פעם איזה סיפור שר' נחמן מהורודנקא לא רצה להשתדך עם הבעש"ט מחמת שהוא היה מיוחס, והוציא לו הבעש"ט כנגדו אף הוא מגילת יוחסין שלו, ואז הסכים להשתדך עמו.
מישהו יודע מה בדיוק הסיפור והיכן מקורו?

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 765
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

תגובהדורך חסיד אמיתי » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 5:44 pm

איך טרעף נישט קיין אשכול פון קידער פון הייליגען בע"ש ממילה וועל מיר זיך דא אויסשמועסען, די נעקסטע אפיס פון מיר ארבעט א אינגערמאן וואס איז א אייניקעל פון די באקאנטע ר' יודא עביר ראזענבער ז"ל ואין המקום להאריך כאן בגודלתו, ער קומט פריער צו, אויב עס איז מעגליך צו אים העלפען מיט עפעס וואס קוועטשט אים זייער, זאג איך אים זייער גערען איך וועל פארבירען, עס איז ארויסגעקומען א ספר וואס זייער'ס א קרוב האט איבערגעדריקט און דארט האט יענער אריינגעלייגט זייער יוחס און פון דארט קומט אויס אז ער איז א אייניקעל פון היי' בע"ש הק', און דערווייל האט ער נאך קיינמאל נישט געהערט פון פריער אזא זאך, קיין צווייטע מקור האט ער נישט

ביז אות "ה" שטימט עס און "ו" און ארויף איז די ערשטע מאל וואס ער הערט יעצט אין זיין לעבען, אייניקלעך אדער סתם אידען וואס קענען יוחס גוט זענען מכובד זיך אנצוריפען
צוגעלייגטע
ברוך בערקאוויטש.jpg
די בילד פון די יוחס
ברוך בערקאוויטש.jpg (32.82 KiB) געזעהן 3310 מאל
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 6:06 pm

חסיד אמיתי האט געשריבן:איך טרעף נישט קיין אשכול פון קידער פון הייליגען בע"ש ממילה וועל מיר זיך דא אויסשמועסען, די נעקסטע אפיס פון מיר ארבעט א אינגערמאן וואס איז א אייניקעל פון די באקאנטע ר' יודא עביר ראזענבער ז"ל ואין המקום להאריך כאן בגודלתו, ער קומט פריער צו, אויב עס איז מעגליך צו אים העלפען מיט עפעס וואס קוועטשט אים זייער, זאג איך אים זייער גערען איך וועל פארבירען, עס איז ארויסגעקומען א ספר וואס זייער'ס א קרוב האט איבערגעדריקט און דארט האט יענער אריינגעלייגט זייער יוחס און פון דארט קומט אויס אז ער איז א אייניקעל פון היי' בע"ש הק', און דערווייל האט ער נאך קיינמאל נישט געהערט פון פריער אזא זאך, קיין צווייטע מקור האט ער נישט

ביז אות "ה" שטימט עס און "ו" און ארויף איז די ערשטע מאל וואס ער הערט יעצט אין זיין לעבען, אייניקלעך אדער סתם אידען וואס קענען יוחס גוט זענען מכובד זיך אנצוריפען

קוקט בפנים הספר, וועט איר זעהן אז משפחת פעלדמאן האט אויך קיינמאל נישט געהערט דערפון.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 4:42 pm

מצבה בעיר בראדי של מרת פיגא שטרענגלאז בת ר' נחמן מארץ רוסיה מגזע הבעש"ט:
בילד

http://de7e10d60824ed18ec97-1acea3f4d08 ... 145_11.jpg

אוועטאר
דאנציגער
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 24, 2009 2:51 am

תגובהדורך דאנציגער » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 12:28 pm

נחוניא האט געשריבן:
זיידעניו האט געשריבן:דער סידור פון הייליגן בעש"ט עס ליגט היינט אין א חב"ד מעיוזים און מען ווארט אז דער בעל הבית זאל עס קומען נעמען און דער בעל הבית וויל דערווייל נישט

און ווען דער בעל הבית וועט וועלן איז מען דאס גרייט צו געבן???

https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A1%D7 ... 9%22%D7%98
הער אויס א קלוגע יוד! דא רעדט נישט כאטשיג ווער..
השגחה תמידית ע''י הרבנים לענייני צפייה

אוועטאר
בדרך אפשר
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

תגובהדורך בדרך אפשר » מיטוואך מאי 24, 2017 10:41 am

ארויף לכבוד שבועות


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט