הגה"ק בעל חי' הרי"ם מגור זצ"ל ומשפחתו וצאצאיו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 4:58 pm

הזמנה לנכדת ר' יעקב משה תאומים
צוגעלייגטע
IMG (459x800).jpg

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2148
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » זונטאג אפריל 03, 2016 1:50 am

מאיר עיני הגולה (ח"ב אות קכ"ו)

"סיפר ר' בונים משמש ע"ה, שבתחילת ימי בואו לעיר גור, הלך עמו פעם אחת בחודש אלול בבוקר לטבול במקווה, וכאשר יצא מחדרו שמע שמתפללים בציבור בבית המדרש תפילת שחרית וכאשר בא חזרה לא נשמע עוד קול המתפללים. ואמר לר' בונים: 'כנראה כבר סיימו תפלתם וקול השופר לא נשמע אחר התפילה'. ואמר לו שיילך להתוודע אם לא שכחו לתקוע בשופר, והלך ר"ב ונתוודע שלא תקעו ובא בחזרה ולא הגיד כלל לרבינו שום תשובה, רק כמו שחוק קל ניכר על פניו ביודעו כי עד עתה לא היו נזהרים חסידי קאצק בזה, והבין רבינו שלא תקעו בשופר ונתלהבו פניו הקדושים ואמר לר"ב שילך לביהמ"ד לצוות שיתקעו בשופר ואמר בזה"ל: 'הלא צריכים להבין באם היה גם על להלאה הרצון בשמים לההנהגה הקודמת א"כ מדוע לקחו גם המנהיג'".

ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 5:31 am

תגובהדורך ישראל אברהם » זונטאג מאי 29, 2016 5:15 pm

מיללער האט געשריבן:
די העתקה:
מתחת לציון הזה בקבר טמונה
ה"ה הרבנית הצדיקת המיוחסית
שנפטרה בתוך שלושים לפטירת בעלה
הרב הצדיק אמו"ר ר' יעקב משה זצ"ל תאומים אב"ד דפה
שנלקח.... . ... ל"ג למב"י
נכד הרב הגאון הצדיק זצ"ל מגור
מרת גיטל בת הרב הצדיק ר' לוי יצחק שליט"א אב"ד זדינסקאוואלע
מגזע במ"ח קדושת לוי זצ"ל
נפ' י"ד סיון תרנ"ח לפ"ק
תנצב"ה

שנלקח.... . ... ל"ג למב"י
שנלקח מתבל ביום ל"ג למב"י

אוועטאר
ZARNOW
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 2:25 am

דע בית הקברות אין נאווידוואהר שטייט נאך?

תגובהדורך ZARNOW » זונטאג מאי 29, 2016 6:09 pm

דע בית הקברות אין נאווידוואהר שטייט נאך?
ועוד כי רצה להודיענו מקום קבורת האבות, באשר אנחנו חייבים לכבד מקום קבורת אבותינו הקדושים. (רמב"ן פרשת חיי שרה פרק כג')
מכון אור הגנוז

אוועטאר
הירשל ציג
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 12:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך הירשל ציג » מיטוואך יוני 01, 2016 11:09 am

בן בוזי האט געשריבן:הרה"ח ר' שלמה אלטר בנו של בעל חידושי הרי"ם מגור ואחי הרבי בעל שפת אמת.

היש מי שיודע איזה מעמד היה לו בחצרות גור?


קען זיין אז דער אידישע שרייבער שלמה שמיר איז זיינס אן אייניקל?
הירשל ציג
בעל הבלוג "צירק געצעלט"
http://hirsheltzig.com

תולעת-ספרים
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 9:52 am

תגובהדורך תולעת-ספרים » דאנארשטאג יוני 02, 2016 10:14 am

קען זיין אז דער אידישע שרייבער שלמה שמיר איז זיינס אן אייניקל?


יא, ס'איז אמת.

אוועטאר
הירשל ציג
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 26, 2009 12:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך הירשל ציג » דאנארשטאג יוני 02, 2016 11:23 am

א שיינעם דאנק
הירשל ציג
בעל הבלוג "צירק געצעלט"
http://hirsheltzig.com

אוועטאר
ZARNOW
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 2:25 am

הילד יעקב משה נכד ה חידושי הרי"ם ור' יחזקאל מקוזמיר

תגובהדורך ZARNOW » מיטוואך יוני 08, 2016 5:25 pm

נאך א קבר וואס איך האב געטראפן און זדונסקה וולה
צוגעלייגטע
הילד יעקב משה בן מנחם דוד.JPG
הילד יעקב משה נכד החידושי הרים ור' יחזקאל מקוזמיר
ועוד כי רצה להודיענו מקום קבורת האבות, באשר אנחנו חייבים לכבד מקום קבורת אבותינו הקדושים. (רמב"ן פרשת חיי שרה פרק כג')
מכון אור הגנוז

אוועטאר
ZARNOW
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 2:25 am

הילד לוי יצחק ב"ר טובי' סג"ל נכד החידושי הרים הרב מקאלשין

תגובהדורך ZARNOW » מיטוואך יוני 08, 2016 5:29 pm

נאך א קבר וואס איך האב געטראפן און זדונסקה וולה
הילד לוי יצחק ב"ר טובי' סג"ל נכד החידושי הרים הרב מקאלשין והרב לוי יצחק רב בזדונסקה וולה

רבי לוי יצחק פלעשער שהיה חותנו של רבי יעקב משה תאומים-טאומן אבד"ק נובידבור נינו של החידה"ר. יש תעודה בז. וואלא שנישאו בשנת תרנ"ט טוביה אפשטיין עם רחל טאומן. השם אפשטיין - הוא שם המשפחה של רבי חיים לייב הכהן אפשטיין מקאלושין מתלמידי פשיסחא וקוצק מח"ס פרי חיים.
סגל זה לא שם משפחה אלא כינוי ללוי והמשפחה למעשה אפשטיין. ולכן הוא נכד של החידה"ר והרב דפה.
צוגעלייגטע
הילד לוי יצחק בן ר טובי סגל.JPG
הילד לוי יצחק
ועוד כי רצה להודיענו מקום קבורת האבות, באשר אנחנו חייבים לכבד מקום קבורת אבותינו הקדושים. (רמב"ן פרשת חיי שרה פרק כג')
מכון אור הגנוז

מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

תגובהדורך מלה בסלע ודי לחכימא » פרייטאג יוני 10, 2016 12:14 pm

הער שליוואוויץ האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:יא גערכט הרב קרעמער, דער חידושי הרי"ם האט געהאט 13 קינדער וועלכע כמעט אלע זענען ליידער נפטר געווארן בחייו ל"ע,

מפי הזכרון, איך ווייס נישט צי ס'איז וואהר, אז דער חיד' הרי"ם האט געזאגט אז די קינדער וואס זענען אוועק בחייו איז געשעהן אלטס קפידה פין הה"ק ר' משה'לע קאזניצער, ווי ער איז קודם געווען א תלמיד.
ווי אויך אז דע אריגענעלע גור'ע משפחה נאמען איז נישט געווען אלתר נאר ראטטענבערג.

בילדותי שמעתי מהרה״ח ר׳ זושא פאללמאן שליט״א מראשוני חסידי באבוב באמעריקא, שהאדמו״ר מבאבוב זצ״ל הי׳ רגיל לספר בשנים קדמוניות מעשה נורא מהחידושי הרי״ם, עד שבא לבאבוב הרה״ח ר׳ מענדל מארגענשטערן ע״ה (לאחר זמן נעשה גיסו של האדמו״ר מבאבוב שליט״א), והי׳ נכד של החידושי הרי״ם ומשבא לא שמע עוד מהאדמו״ר מבאבוב זצ״ל מעשה זה.
ותוכן המעשה הוא דכידוע לא הי׳ ניחא להרה״ק ר׳ משה מקאזניץ מה שמתלמידי אביו המגיד מקאזניץ הלכו להרה״ק ר׳ בונם מפרשיסחא, וכל פעם שהלך החידושי הרי״ם להרה״ק מפרשיסחא נפטר אחד מבניו, והי׳ יודע שהוא קפידא מהרה״ק ר׳ משה מקאזניץ, עכ״ז הלך עוד, והרבנית הפצירו מאד שלא ילך אבל הוא בדעתו שאין להפסיק לילך לרבו מחמת זה, וכה נפטרו כל בניו בחים חיותו.
כן מונח בזכרוני מה ששמעתי מהרב החסיד הנ״ל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יולי 25, 2016 4:36 pm

מיללער האט געשריבן:מ'האט אין דעם אשכול דערווייל באהאנדלט בעיקר די קינדער און משפחה פון ר' אברהם מרדכי בנו של החידושי הרי"ם ואביו של השפ"א.

דער חידושי הרי"ם האט לויט אסאך מקורות געהאט 13 קינדער און רוב אדער אלע זענען אוועק בחייוו, טייל האבן אבער שוין געהאט חתונה געהאט און אויפגעשטעלט משפחות ווי טאקע דער דערמאנטער בן יחיד ר' אברהם מרדכי.

פון די טעכטער וואס האבן חתונה געהאט ווערן נאר צוויי דערמאנט אינעם 'שם ושארית' שלנקקתי לעיל, די איידימער ווערן דארט דערמאנט אלס;

1) ר' בנימין אליעזר יוסטמאן
2) ר' שמאול זאנוויל בראדער

מצבת מרת צינא פעסיל בתו של הגה"ק בעל חי' הרי"ם זצ"ל - אשת ר' בנימין אליעזר יוסטמאן ז"ל (אמו של הרה"ק בעל שפתי צדיק מפילץ)
http://cemetery.jewish.org.pl/id_84176/info/
בילד

שלומעלע
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2015 6:14 am

תגובהדורך שלומעלע » דינסטאג יולי 26, 2016 8:51 am

הרה"ק ר' העניך גד, בנו של השפתי צדיק, מפילץ.
ר העניך גד מפילץ.jpg
ר העניך גד מפילץ.jpg (26.92 KiB) געזעהן 3221 מאל

בקשה נחוצה: האם יודע מאן דהו על תמונה מהאוהל שעל קברו של השפתי צדיק מלפני המלחמה?

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 3:07 pm

קען איינער זאגן ווי מען קען זעהן חתימה פון חידושי הרים?

אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 799
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

תגובהדורך להודות ולהלל » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 3:38 am

נחוניא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
מיילעך האט געשריבן:יו"ח של ר' אברהם מרדכי בן החי' הרי"ם:
ה'שפת אמת'
ר' אליהו יוסף מביאלא
ר' שמעון חיים מווארשא
ר' שלמה מווארשא
חתניו:
ר' אהרן פנחס תאומים מגור
ר' יצחק בוימגאלד מווארשא
ר' בנימין מארגנשטערן מקאצק בן השרף מקאצק
ה' שפתי צדיק' מפילץ.



רבי אהרן פנחס תאומים מגור היה אביו של רבי יעקב משה תאומים אב"ד נאווידוואהר

אינעם קונטרס "אבני זכרון" (בכת"י) איז דא העתק פון די נוסח פון די מצבה פון די רביצין פון רבי יעקב משה תאומים אין די שטאט נאווידוואהר, עס שטעלט זיך ארויס אז זי איז געווען אן אייניקל פונעם הייליגען קדושת לוי

די העתקה:
מתחת לציון הזה בקבר טמונה
ה"ה הרבנית הצדיקת המיוחסית
שנפטרה בתוך שלושים לפטירת בעלה
הרב הצדיק אמו"ר ר' יעקב משה זצ"ל תאומים אב"ד דפה
שנלקח.... . ... ל"ג למב"י
נכד הרב הגאון הצדיק זצ"ל מגור
מרת גיטל בת הרב הצדיק ר' לוי יצחק שליט"א אב"ד זדינסקאוואלע
מגזע במ"ח קדושת לוי זצ"ל
נפ' י"ד סיון תרנ"ח לפ"ק
תנצב"ה

ווער איז רבי לוי יצחק אב"ד זדינסקאוואלע?


שם משפחתו היה פלעשער
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 799
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

נכדי הרב מבענדין

תגובהדורך להודות ולהלל » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 4:49 am

יהיה כן האט געשריבן:קודם כל לחיים לחיים,
היינט איז הילולא קדישא של מרן הגה"ק החידושי הרי"ם זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל,
לחיים

איצטער איז מיין שאלה,
נחוץ לי מאוד לידע מי הם כהיום משפחות נכדיו של הרב מבענדין זצ"ל, ובנו ר' יצחק מאיר לוין ז"ל
ומי מהם גרים בארה"ב?


א. ר' משה שיינפעלד שיחי' חתן ר' יצחק מאיר לוין (חתן מרן בעל ה"אמרי אמת" מגור זצ"ל) ונכד הרב ר' חנוך צבי לוין אב"ד בענדין.
בנו ר' שבתי, חתנו ר' יעקב יצחק רובינשטיין, והרב כץ.
ובניהם, ונכדיהם, וניניהם לאוי"ט
כל אלו מתגוררים בארץ ישראל

ב. משפחת ליכטנשטיין - עורכי עיתון המודיע בארה"ב
ג. משפחת שניידר - ארץ ישראל
ד. משפחת....... - ארץ ישראל
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 1:29 pm

להודות ולהלל האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:קודם כל לחיים לחיים,
היינט איז הילולא קדישא של מרן הגה"ק החידושי הרי"ם זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל,
לחיים

איצטער איז מיין שאלה,
נחוץ לי מאוד לידע מי הם כהיום משפחות נכדיו של הרב מבענדין זצ"ל, ובנו ר' יצחק מאיר לוין ז"ל
ומי מהם גרים בארה"ב?


א. ר' משה שיינפעלד שיחי' חתן ר' יצחק מאיר לוין (חתן מרן בעל ה"אמרי אמת" מגור זצ"ל) ונכד הרב ר' חנוך צבי לוין אב"ד בענדין.
בנו ר' שבתי, חתנו ר' יעקב יצחק רובינשטיין, והרב כץ.
ובניהם, ונכדיהם, וניניהם לאוי"ט
כל אלו מתגוררים בארץ ישראל

ב. משפחת ליכטנשטיין - עורכי עיתון המודיע בארה"ב
ג. משפחת שניידר - ארץ ישראל
ד. משפחת....... - ארץ ישראל


יעצט רוקסטו זיך אן....
שוין לאנג געמאכט קשר מיט זיי, נו שוין, כ'ווייס שוין מיט וועם האמיר צו טוהן....,

אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 799
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

חתימת כ"ק מרן אדמו"ר בעל ה"חידושי הרי"ם" מגור זצוק"ל

תגובהדורך להודות ולהלל » זונטאג אוקטובער 30, 2016 8:47 am

dovidal האט געשריבן:קען איינער זאגן ווי מען קען זעהן חתימה פון חידושי הרים?


איך בין מצרף א בילד פון די חתימה וואס ווערט געברענגט און די ספר " ימי מגורי "
צוגעלייגטע
חתימת מרן בעל החידושי הרים מגור זצל.JPG
חתימות רבני גור.JPG
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

אוועטאר
להודות ולהלל
שר חמש מאות
תגובות: 799
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 7:35 am

הרב ישראל תאומים - טאומן

תגובהדורך להודות ולהלל » מאנטאג אוקטובער 31, 2016 7:45 pm

הרב ישראל תאומים - טאומן
נכד מרן בעל החידושי הרים זצוק"ל מגור
מנו"כ בבית החיים בני ברק - חלקת זכרון מאיר
צוגעלייגטע
הרב ישראל תאומים - טאומן.JPG
להודות על העבר ולבקש על העתיד
מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ ה' אֱלֹקי וֵאלֹקי אֲבוֹתַי. עַל כָּל הַחֶסֶד אֲשֶׁר עָשִׂיתָ עִמָּדִי. וַאֲשֶׁר אַתָּה עָתִיד לַעֲשׂוֹת עִמִּי

משמר
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 01, 2016 7:03 am

ר' אהרן ארוש

תגובהדורך משמר » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 5:54 pm

ראובן ינקובסקי האט געשריבן:אבי השפתי צדיק, חתנו של החידושי הרי"ם, היה שמו בנימין אליעזר. ולפלא שאין ידוע שם אביו של בנימין אליעזר זה.

ר' בנימין לייזר'ס פאטער האט געהייסן ר' אהרן ארוש און עהר איז גיוועהן ווארשווער איינוואוינער, ער ליגט אין די באקאנטע ווארשאווער בית החיים און איך אליין האב געשיקט א ידיעה צום ווארשווער ביה"ח מ'זאל שרייבן די אינפארמאציע אז דער אהרן ארוש איז א מחותן פון דער חידושי הרי"ם זי"ע.
http://cemetery.jewish.org.pl/id_125793 ... stman.html

משמר
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 01, 2016 7:03 am

תגובהדורך משמר » מוצ"ש נובעמבער 26, 2016 2:20 pm

מיללער האט געשריבן:האט דער חידושי הרי"ם געהאט אן איידעם ר' דוב בעריש עהרליך? איך זעה עס נישט אינעם שם ושארית הנ"ל, אבער אזוי שיינט מיר פון די מציבות פון ר' דוב בעריש עהרליך ובנו ר' אברהם מרדכי בביה"ח בווארשא:
http://cemetery.jewish.org.pl/id_53856/ ... rlich.html
http://cemetery.jewish.org.pl/id_107577 ... rlich.html

ר' בעריש עהרליכ'ס ווייב האט געהייסן חיה רחל, זי איז גיוועזין א טאכטער פון ר' ישעיה פלאטו פון פיעטרקוב און זיין ווייב מרת ראצל די עלטסטע שוועסטער פון בעל השפת אמת זי"ע. נאך וואס די טאכטער חי' רחל איז געבוירן, האבן זיך די עלטערן גע'גט און מרת ראצל איז בזיוו"ש חתונה גיהאט מיט דער באקאנטער ר' אהרן פנחס תאומים (פיניע טאומן) דער עלטסטער שוואגער פון שפת אמת. דעריבער אויף די מצבה שטייט "בת ר' ישעיה".

עס איז דא א בריוו פון בעל החידה"ר צום אייניקל מרת ראצל און ער שרייבט דארטן וועגן "בניכם ובנותיכם" אדער עפעס אנדערער לשון, און דערנאך ער שרייבט: בתך רחלי דורשת שלומך, דאס הייסט, א טאכטער וואס זי גיהערט נאך צו די מאמע.

ערליכע יוד
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 8:56 am

תגובהדורך ערליכע יוד » מוצ"ש נובעמבער 26, 2016 5:07 pm

זיידעניו האט געשריבן:דעמאלט ווען דער רבי ר' בונם פון פרשיסכא זי"ע איז אוועק פון די וועלט, האט דער חידושי הרי"ם זיך אונטערגעבויגן און איז געווארן א חסיד פון זיין ביז יעצטיגן חבר דער קאצקער רבי הגה"ק רבי מנחם מענדל זי"ע. איינמאל איז דער חי' הרי"ם געפארן קיין קאצק מיט א באגלייטער, א חסיד אן איינוואוינער פון די שטאט ווארשא. אט ביי די נסיעה האט דער חידושי הרי"ם מיטגענומען א ספר כתב יד וואס האט אנטהאלטן א גאנצן חיבור חידושים אויף חושן משפט. דער חידושי הרי"ם איז דאך געווען דער גאון הדור, דער געוואלדיגער חריף און בקי, איז דער חיבור געווען ווי עס פאסט פאר אזא סארט גאון. כאטש דער חי' הרי"ם האט געמאכט עטליכע ספרים, און אין די פאר ספרים וועלכע זענען פארבליבן ביז היינט און זענען ערשינען אין דרוק זעט מען אן אומגעווענליכע חריפות און געוואלדיגע בקיאות, עס ווערט דארט דורכגעווארפן הונדערטער ענינים אין ש"ס איינס געקניפט מיט די אנדערע מיט א בליציגקייט און וואונדערליכן סדר מיט מעסער שניידענדיגן חריפות, איז אבער דער חיבור געווען דער דימאנט פונעם קרוין און דאס סאמע בעסטע וואס דער חידושי הרי"ם האט פארפאסט. דער חיבור איז אים געווען ווי אן אויג פון קאפ חשוב'ער ווי אלע חיבורים וואס ער האט ביז דעמאלט געשריבן. איז ער אריינגעגאנגען דערמיט צום רבי'ן אים עס ווייזן. זעט דער באגלייטער ווי דער חי' הרי"ם קומט ארויס פון רבינ'ס צימער, זיין פנים איז צופלאמט, זיין געזיכט איז רויט, אין די ווינקלען פון די אויגן פינקלען טרערן. ער פאררייכערט די לולקע ארומדרייענדיג זיך אין שטוב אהין און צוריק א לאנגע צייט צעקאכטערהייט. דאן הייסט ער פאר'ן באגלייטער: "זיי מוחל גיי ברענגט מיר עטליכע שפענדליך האלץ מיט נאפט!" גייט דער באגלייטער און ברענגט וואס ער האט געבעטן, דאן מאכט דער חידושי הרי"ם א פייער, און ווארפט אריין דערין זיין חיבור! ווען די פייער צינגען האבן גענומען פארציקן און האבן איינגעשלינגען דעם חיבור, נעמט דער חי' הרי"ם אויפקלערן פאר זיין באגלייטער וועלכער איז געשטאנען צומישט און פארוואונדערט און נישט באגרייפט וואס דא האט פאסירט, וואס דא איז פארגעגאנגען. "שוין עטליכע יאר", דערציילט דער חי' הרי"ם, "וואס איך בין עוסק אין פארפאסן א חיבור אויפ'ן שלחן ערוך חושן משפט, ביז איך האב אפגעשריבן דעם דיקן חיבור וואס דו האסט פריער געזען. דער חיבור איז ביי מיר געווען חשוב ווי אן אויג אין קאפ, מער פון אלע חיבורים וואס איך האב ביז יעצט געשריבן. איך האב מיך דערמיט געפלאגט מיט גרויס יגיעה און זיעת אפיים, איך פיל נישט איך זאל האבן קיין שום צד פני' ח"ו ביים שרייבן דעם חיבור דער אינהאלט פון דעם ספר איז געווען צו פארענטפערן מיט א בירור הלכה בעומק העיון אלע קושיות וואס דער ש"ך פרעגט אויף די פריערדיגע פוסקים. יעצט ווען איך בין געווען ביים רבי'ן און איך האב אים געוויזן דעם חיבור, האט דער רבי מעיין געווען דערין א לענגערע צייט, און דאן האט ער געזאגט צו מיר: "דער חיבור איז א דבר יקר, נאר איך בין חושש אז אויב וועט עס געדרוקט ווערן וועט עס אזוי געפעלן די לומדים און רבנים און זיי וועלן פון דעם פסק'נען, זיי וועלן אפלאזן דאס לערנען אין ש"ך, דעריבער האלט איך דו זאלסט פארברענען דעם ספר ווייל עס איז נישט קיין יושר אז א חיבור פון אן אחרון זאל אוועקשטופן דעם ספר הש"ך וואס האט געלערנט תורה לשמה מיט יגיעה און התמדה". דאן האט דער חי' הרי"ם אויסגעפירט מיט גרויס רגש: "זאלסט וויסן, אז קיין שום פארמעגן אויף די וועלט איז ביי מיר נישט ווערט קעגן דעם חיבור, און פון מיין זייט פיל איך יעצט אויך נישט קיין ריכטיגן טעם פארוואס איך זאל עס דארפן מבער זיין פון די וועלט, אבער עס איז דאך א מצוה לשמוע דברי חכמים, בין איך מבטל מיין דעת פאר'ן רבי'נס דעת", און ער האט דערביי פארגרעסערט דאס פייער וואו ער האט אריינגעווארפן דעם ספר שטייענדיג ביים פייער אזוי לאנג ביז עס איז אינגאנצן פארברענט געווארן. ווען דער קאצקער רבי האט געהערט פון דעם פארברענען דעם ספר, האט ער זיך אנגערופן: "עס איז זיך צו וואונדערן אויף דעם אדם גדול און אויף זיין מדת טוב עין וואס ער פארמאגט, ווייל דאס איז א געוואלדיג ענין צו קענען פועל'ן ביי זיך מבטל צו זיין דעם אייגענעם ווילן צו פארברענען אזא גרויסן חיבור וואו עס איז געווען געשריבן טייערע דברי תורה על דרך האמת לשמה אן קיין פני', און ער האט אויסגעפירט, "זיין אור תורה פאנגט יעצט אן צו שיינען אז עס וועט באלייכטן די וועלט, און זיינע חידושים וועלן אנגענומען ווערן אין די גאנצע וועלט".


במחילת כבודו, די מעשה איז באקאנט מיט אפאר מיינונגפולע שינויים, די וויכסטיגסטע פון זיי איז אז די קאצקער רבי האט איהם נישט געהייסען פארברענון, ער האט איהם אבער געזאגט אז ער איז חושש אז אויב וועט די חיבור נספרסם ווערען וועט מען אויפהערן צו לערנען אינעם ש"ך. ע"כ , און אלס פארזיכטיגקייט האט דער רי"ם ביישלאסען צו פארברענען דעם חיבור כדי לקיים רצון רבו בשלימות.
איך מיין אז אין מאיר עיני הגולה ווערט געברענגט די מעשה מיט מער פרטים, אדרבה אפשר קען איינער ציטיריען.

משמר
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 01, 2016 7:03 am

מאיר עיני הגולה אות רס"א

תגובהדורך משמר » זונטאג נובעמבער 27, 2016 9:26 am

דארטן שטייט דער גאנצער מעשה

משמר
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 01, 2016 7:03 am

מאיר עיני הגולה אות רס"א

תגובהדורך משמר » זונטאג נובעמבער 27, 2016 9:41 am

רסא. סיפר ר' מאיר לנדשטיין ע"ה מווארשא שפעם אחת כשנסע יחד עם רבינו זצ"ל לקאצק ראה בווארשא קודם הנסיעה שרבינו לוקח אתו בין חפציו פנקס אחד עב מן כתבי ידיו, ובבואם לקאצק ראה שרבינו נכנס לחדר מרן הק' זצ"ל והפנקס הנ"ל תחת אצילי ידיו, ויהי הדבר לפלא בעיניו, ואחר אשר שהה רבינו בחדר מרן זצ"ל זמן רב יצא משם והפנקס בידו ופניו היו בוערים כלפיד אש והיה נראה כאילו דמעות נוזלים מעיניו, ובבואו לחדר אכסניא שלו הדליק כלי מקטרת עשן שלו וסיבב את חדרו הלוך ושוב זמן רב, והעמיק במחשבותיו ולא דיבר מאומה והבית כמעט נתמלא עשן, אח"כ אמר לר' מאיר הנ"ל שיביא איזה קסמי עץ ומעט נפט, וכן עשה והדליק הקסמים על רצפת הבית, אז אמר לר' מאיר תדע כי זה כמה שנים שאני עסוק בחיבור ארוך על שו"ע חו"מ והחיבור הזה היה אצלי כבבת עיני כי נחשב אצלי הרבה יותר מכל החיבורים הרבים אשר לי, וממש עמלתי בו בזעת אפי ואינני מרגיש שום צד פניה או קינתור ח"ו בכתיבת חיבור זה, ועפ"י רוב היתה עיקר עבודתי בחיבור זה שנתאמצתי בכל האפשרות להעמיד דברי רבותינו הראשונים וליישב את הקושיות שהקשה עליהם הש"ך ע"י בירור ההלכה בעיון עמוק ונכון בדרך האמת, והנה לקחתי עמי החיבור ההוא והראיתיו להרבי שיחיה ועיין בו זמן רב, ואח"כ אמר לי חיבור זה הוא באמת דבר יקר, אבל אני חושש כי אם יודפס חיבור זה, ייטב בעיני הלומדים והדיינים יפסקו הלכה ממנו והעולם יעזבו את הלימוד בספר ש"ך, ולכן דעתי לבער החיבור מן העולם כי אין זהו מן היושר שחיבור מאוחר כזה ידחה חיבור הש"ך אשר למד תורה לשמה ביגיעה והתמדה, ונתפעל מאוד רבינו זצ"ל ואמר ברגש גדול לר' מאיר תדע כי כל הון לא ישווה בעיני נגד החיבור היקר הזה ומצדי איני מרגיש גם כעת טעם נכון שאצטרך לבערו מן העולם אבל הלא מצוה לשמוע דברי חכמים לכן אני מבטל דעתי מפני דעתו שיחי', והבעיר האש בזריזות נפלאה ונתן החיבור על האש בשמחה גדולה ועמד כך אצל המדורה עד שנשרף כולו, ופניו הקדושים צהלו מרוב חדוה, וסיפר ר' מאיר כי בלילה שלאחריו היה הוא אצל מרן הק' זצ"ל ושאלו אם נודע לו מה עשה רבינו עם החיבור שהביאו לכאן וסיפר לו ר' מאיר שהוא היה באותו מעמד כאשר שרפו, אז אמר לו מרן זצ"ל יש להתפלא על אדם גדול זה ועל מדת טוב עין אשר בקרבו, כי זהו ענין גדול אשר פעל בנפשו לבטל רצונו מפני רצוני ולשרוף חיבור כזה שנכתב שם דברי תורה יקרים ואמתים על דרך האמת לשמה בלי שום פניה, ותדע כי אור תורתו מתחיל כעת לזרוח ויאיר ממש כל העולם בחכמת תורתו כי חידושיו יתקבלו בכל העולם, עכל"ק.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2272
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג נובעמבער 27, 2016 10:01 am

הפלא.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

משמר
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 01, 2016 7:03 am

להעמיד דברים על דיוקם

תגובהדורך משמר » זונטאג נובעמבער 27, 2016 11:32 am

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:נאך א איידעם פון ר' בנימין אליעזר יוסטמאן חתנו של ר' אברהם מרדכי בן החי' הרי"ם איז געווען ר' יעקב אורי שרגא הכהן ווארשאוויאק פון ווארשא, די ווארשאוויאק מפשחה איז געווען חשוב'ע משפחה אין ווארשא ביניהם איז באקאנט ר' מאיר ווארשאוויאק אב"ד מוקוטוב וחבר וועד הרבנים דווארשא.

איז רבי מאיר געווען א'איינקיל פונעם חידושי הרי"ם זצ"ל ?. בדרך אגב מ'שרייבט עס מונקטוב.

טאקע שוין אדורך געלאפן אפאר יאהר אבער דא מען דארף קלאהר מאכן. ס'איז גיוועהן אין ווארשא אן אלטער קאצקער חסיד מיטן נאמען יעקב אורי שרגא ווארשאוויאק אבער ער האט נישט קיין שייכות מיטן גערער הויף.
עס איז גיוועהן א צווייטע, ר' יעקב פייבל (אָן אורי) בן רבי נחום ישראל הכהן מליפנא, און עהר האט געהייראט מיט מרת שושא די עלטסטע שוועסטע פון פילצ'ן רבי'ן און אנ'אייניקל פון חידושי הרי"ם. האט איבערגעלאזגט זייער אסאך קינדער, ס'רוב זין, און עטליכע טעכטער.
דער מונקיטאווער רב נישט גיוועהן זיין זון, זיין טאטע איז גיוועזין ר' יעקב אליעזר ב"ר יואל הכהן, א דריטע פון די זעלבע משפחת כהנים ורשביאק.
דער באקאנטער יידישע שרייבער ר' משה מארק-פראגער ז"ל איז גיוועהן אן אייניקל פון ר' מנדל ורשביאק, איינער פון די ברידער ורשביאק.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט