הגה"ק בעל חי' הרי"ם מגור זצ"ל ומשפחתו וצאצאיו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » פרייטאג מארטש 28, 2014 8:26 am

מיללער האט געשריבן:נאך א איידעם פון ר' בנימין אליעזר יוסטמאן חתנו של ר' אברהם מרדכי בן החי' הרי"ם איז געווען ר' יעקב אורי שרגא הכהן ווארשאוויאק פון ווארשא, די ווארשאוויאק מפשחה איז געווען חשוב'ע משפחה אין ווארשא ביניהם איז באקאנט ר' מאיר ווארשאוויאק אב"ד מוקוטוב וחבר וועד הרבנים דווארשא.

איז רבי מאיר געווען א'איינקיל פונעם חידושי הרי"ם זצ"ל ?. בדרך אגב מ'שרייבט עס מונקטוב.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » פרייטאג מארטש 28, 2014 8:32 am

סיגוט האט געשריבן:דער שפת אמת איז געווען בזיוג שלישי אן איידעם ביי רבי ברוך'ל גארליצער

זי האט געהייסען רייזל.די גערער חסידים פארציילען, אז די שפת אמת רעבעצען האט אמאל גערעדט גרויס פון איר זיידע די צאנזער רב זיע"א.האט זיך די שפת אמת אנגערופען אז ער קען נאך האבען א'קינד אזוי גרויס וואו צאנזער רב .האט זי געזאגט אז ס'נישט מעגלעך.האט די שפת אמת געזאגט האסט פארשפילט.
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום זונטאג מארטש 30, 2014 10:04 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » פרייטאג מארטש 28, 2014 8:57 am

בן בוזי האט געשריבן:איך וועל צוברענגען נאך עטליכע מבני משפחת המלוכה.

2
הבחור החתן שמעון חיים בהר' אברהם מרדכי נכד החידושי הרי"ם, איז דאס דעם אמרי אמת'נס א קינד?

ניין, זיין טאטע איז געווען בן רבי שמעון חיים בן רבי אברהם מרדכי זצ"ל בן החידושי הרי"ם זצ"ל.
צוגעלייגטע
photo.jpg

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2482
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » פרייטאג מארטש 28, 2014 9:42 am

צו רבי שמעון חיים אלטר'ס (שפת אמת ברודער ) קינדער קען מען צו לייגען חתנו האדמו"ר רבי אברהם יהשע העשיל מביאלא לובלין זצ"ל בן הרה"ק רבי יצחק יעקב מביאלא זצ"ל.נפטר ח' באייר תרצ"ג.
צוגעלייגטע
lublin_hashil.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מארטש 28, 2014 1:20 pm

מיללער האט געשריבן:דער 'שפתי צדיק' פון פילץ האט געהאט אן איידעם בשם ר' דוב בעריש איינהארן, ער איז געווען ממלא מקומו פון זיין טאטען ר' אפרים צבי ב"ר זאב וואלף איינהארן אב"ד אמסטוב, ר' אפרים צבי איז געווען א רב ותופס ישיבה אסאך גדולים זענען געווען זיינע תלמידים צווישען זיי; דער קאזיגלובער גאון ר' ארי' צבי פראממער און דער ראדאמאסקער רבי ר' שלמה חנוך העניך הכהן.

ר' אפרים צבי איז אינגערהייט נפטר געווארן בשנת תרס"א און זיין בן יחיד ר' דוב בעריש חתנו של השפתי צדיק האט אים איבערגענומען ווי ער האט געגעבן א נאמען פאר די דישיבה אין אמסטוב בשם 'שארית אפרים' על שמו פון זיין פאטער, ר' בעריש איז אומגעקומען עקד"ה ביים קריג.

נאך די קריג האט דער באקאנטער חוקר ועורך ר' דוד אברהם מאנדלבוים צוזאמענגענומען חידו"ת ושו"ת פון די אמסטובער רבנים און זיי געדרוקט בשם 'שארית אפרים - דוב' על שמם (דער ספר איז דערווייל נישט אויק ה"ב, אוצה"ח האט עס יא).



נאך אן איידעם פון שפתי צדיק איז געווען ר' יחזקאל מנחם בידערמאן ב"ר חיים יהושע אב"ד לענטשנא שנזכר פה

מציבת מרת רחל בתו של השפתי צדיק מפילץ על הביה"ח בווארשא נפט' בשנת תרצ"ג:
http://cemetery.jewish.org.pl/id_73494/ ... erman.html

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מאי 08, 2014 11:54 am

מיילעך האט געשריבן:יו"ח של ר' אברהם מרדכי בן החי' הרי"ם:
ה'שפת אמת'
ר' אליהו יוסף מביאלא
ר' שמעון חיים מווארשא
ר' שלמה מווארשא
חתניו:
ר' אהרן פנחס תאומים מגור
ר' יצחק בוימגאלד מווארשא
ר' בנימין מארגנשטערן מקאצק בן השרף מקאצק
ה' שפתי צדיק' מפילץ.


להשפתי צדיק זצ"ל מפילץ היה בן בשם ר' יצחק מאיר יוסטמאן, בתו מרת שרה פעסא נישאה לר' נח זניימיראווסקי, נפטרה בשנת תרצ"ג ומנו"כ בווארשא:
http://cemetery.jewish.org.pl/id_125962 ... owska.html

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יוני 02, 2014 3:07 pm

מיללער האט געשריבן:מציבת הרב ר' יצחק בוימגאלד חתן ר' אברהם מרדכי בן החידושי הרי"ם ביחד עם אביו ר' גבריאל מווארשא



בילד

די צייטונג "המודיע" מעלדט בשנת תרע"ב די פטירה פון ר' יצחק בוימגאלד הנ"ל, מיט א לענגערע באשרייבונג איבער אים:
http://www.jpress.nli.org.il/Olive/APA/ ... 6&rtl=true

די צייטונג דערציילט אז ר' יצחק האט געהאט דריי זון און צוויי טעכטער, די צוויי איידימער ווערן אויסגערעכנט; רבי ישראל לייב'לי מארגנשטערן נכד הה"ק מקאצק זצ"ל און ר' העניך וואודיסלובסקי פון לאדזש

פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

תגובהדורך פרשיסחא » דאנארשטאג יוני 19, 2014 1:23 am

א בילד פון דעם בעל שפתי צדיק, אן אייניקל פון בעל חידושי הרי"ם.
שפתי צדיק מפילץ.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יולי 02, 2014 12:33 pm

פרשיסחא האט געשריבן:א בילד פון דעם בעל שפתי צדיק, אן אייניקל פון בעל חידושי הרי"ם.

בילד


קען עמיצער אויסרעכענען אלע קינדער פונעם שפתי צדיק מפילץ זצ"ל?

יעצט געטראפן אין א צייטונג בשם "המודיע" פון שנת תרע"א, באוויינט ער די פטירה פון א חשוב'ע פרוי מרת צעלכה בערגער ע"ה פון זאוויערצא, צווישן אנדערע ווערט דערמאנט אז איר זון ר' יוסף [בערגער] איז אן איידעם ביים שפתי צדיק, ווייסט איינער מער פרטים איבער דעם איידעם?
צוגעלייגטע
GetImage.png

ראובן ינקובסקי
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2012 4:18 pm

תגובהדורך ראובן ינקובסקי » מיטוואך יולי 02, 2014 3:01 pm

אבי השפתי צדיק, חתנו של החידושי הרי"ם, היה שמו בנימין אליעזר. ולפלא שאין ידוע שם אביו של בנימין אליעזר זה.

רמונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 18, 2014 10:47 pm

תגובהדורך רמונים » זונטאג יולי 13, 2014 10:08 pm

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אין דעם אשכול אינען אוצה"ח פארום ווערט דערמאנט אז ר' ישראל גרשון סאלאווייצי'ק בנו של הגר"ח מבריסק האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון ר' משה מרדכי הכהן מביאלא, אויף מיין אנפראגע ווער דער ר' משה מרדכי איז געווען איז געקומען דער אנטווארט אז ער איז געווען אן אייניקל פונעם חידושי הרי"ם, נאך מער גראבענישען שטעלט זיך דערווייל ארויס דעם סדר היחס; ר' יעקב משה מרדכי הכהן ביאלער חתן ר' ישראל חתן החידושי הרי"ם.

ווער איז געווען דער ר' ישראל חתנו של החי' הרי"ם?


הראנו ידידי הוותיק הי"ו שהרנ"א וקשטיין במאמרו ויתילדו מס' 98 (פר' בא תשע"א) כתב כבר אודות חתנו של החי' הרי"ם הזה, בתו של הרי"ם הרבנית אסתר (נולדה כ"ב אדר א' תקצ"ב) נישאה לר' ישראל מאיר הכהן - ר' ישראל ביאלער בנו של ר' הירצל הכהן מחסידי קאצק בביאלא חתנו של המפורסם ר' מרדכי בלמק'עס מביאלא.

לפי"ז איז ר' יעקב משה מרדכי הנ"ל געווען א זון פון ר' ישראל נישט קיין איידעם, און זיין איידעם איז געווען ר' ישראל גרשון סאלאוויציג וועמענס זון ר' משה פון ציריך האט טאקע געטראגען דעם פולען נאמען 'יעקב משה מרדכי' ע"ש זקנו.

דער דערמאנטער ר' משה סאלאוויציק פון ציריך איז באקאנט פון די בילדער מיט זיין קרוב דער בריסקער רב הגרי"ז פון זיינע וויזיטען אין שווייץ, געדרוקט אין 'הרב מבריסק' אין און אנדערע מקומות.

אינטערעסאנט, ר' חיים האט זיך משדך געווען מיט חסידים, און נישט סתם חסידים נאר מזרע המלוכה, קאצק-גור.

חב"דפדיה שרייבט בטעות אז ר' משה בן הגר"ח איז געווען אן איידעם פון ר' משה מרדכי יעקב הכהן מביאלע נכד החידושי הרי"ם, וצ"ל ר' ישראל גרשון בן הבכור של ר' חיים.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:01 pm

מצבת הב' החתן מרדכי בצלאל ב"ר נחום אייבשיץ נכד החי' הרי"ם זצ"ל והאדמו"ר מפילץ

http://cemetery.jewish.org.pl/id_77296/ ... chitz.html

וויאזוי גייט דער יחוס?
צוגעלייגטע
photo (1).jpg

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:07 pm

מיללער האט געשריבן:מצבת הב' החתן מרדכי בצלאל ב"ר נחום אייבשיץ נכד החי' הרי"ם זצ"ל והאדמו"ר מפילץ

http://cemetery.jewish.org.pl/id_77296/ ... chitz.html

וויאזוי גייט דער יחוס?


דער שפתי צדיק מפילץ (חתן הרא"ם בן החי' הרי"ם) האט געהאט אן איידעם ר' יצחק מאיר אייבשיץ, ער האט געהאט א זון ר' נחום, וועלכער איז אומגעקומען ביים קריג, אולי איז דער זיין זוהן (וועסט גוט קוקן וועסטו זעהן אויף די מצבה שטייט 'מגור ומפילץ'

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

יא"צ פון שפתי צדיק - י' כסליו

תגובהדורך שויתי'ניק » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 12:45 pm

יא"צ פון שפתי צדיק - י' כסליו

רבי פנחס מנחם אלעזר ב״ר בנימין אליעזר.

זכותו יעמוד לכל הלומדים בספריו והוגים במאמריו ושותים דבריו ומתענגים על שיחותיו.
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דינסטאג דעצמבער 02, 2014 1:03 pm

מצבת הרה"ק רבי פנחס אליהו (ר' פינטשע) ראטענבערג מפילץ זי"ע - בן אחיו של החידושי הרי"ם
צוגעלייגטע
68750.jpg

פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

תגובהדורך פאמיליעמירעלס » מיטוואך דעצמבער 03, 2014 7:56 pm

לר' ישראל ראטענבערג אב"ד ממאגנישוב הי' לו עוד בנים חוץ מהחידושי הרי"ם.
ר' יעקב יוסף רויטנבורג אבי הגאונים, הרה"צ ר' פינטשע מפילץ, ובנו הצעיר הרה"ג ר' אברהם חיים ראובן בעמח"ס שפתי אברהם, החזיק עצמו כתלמידאחיו הגדול ר' פינטשע [כאן דן להשפת אמת אודות דברי הד"ח מצאנז על פריעה, עיי"ש תשו' הג' מקוטנא] אבי ר' חנוך אביגדור ואבי ר' יעקב יוסף.
הגביר ר' משה חיים רויטנבורג מגדולי תלמידיו של השרף מקאצק, גביר אדיר ומפורסם בימיו בווארשא, [אחיו החידושי הרי"ם צוהו להתחרות עם גביר משכיל שהשתדל לגזירת שינוי המלבושים] דר בחענטשין.

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » פרייטאג מארטש 13, 2015 3:10 pm

שבת איז דער יא''צ פין חידושי הרי''ם פין גער זי''ע ועכי''א
参考专家

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג אפריל 23, 2015 3:22 pm

מצבות הרה"ק רבי פנחס מנחם אלעזר מפילץ זי"ע בעל שפתי צדיק, ובנו רבי יצחק מאיר יוסטמאן זצ"ל - בביה"ח בטשענסטחוב

0cd52da8c814f3783cbafab7bced0a40_XL.jpg
36942d3ae6b9b77f762ded96b79caf08_XL.jpg
d50279d3cb193565650e6fcd7b7deed3_XL.jpg

נטיעות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 09, 2014 4:51 am

תגובהדורך נטיעות » דאנארשטאג יוני 11, 2015 11:27 am

יהיה כן האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:לעצטנס האבעך געזעהן א ספר ליקוטי הרי"ם, ליקוטים פון הרה"ק רבי יצחק מאיר זי"ע. האבעך געזעהן אז דער חידושי הרי"ם זאל האבן געזאגט (כ'מיין ס'איז בשם שיח שרפי קודש) אז ווען נישט די מחלוקת אויף רבי יהונת אייבשיץ זי"ע וואלט ער געווען אזוי גרויס ווי דער רבי ר' בונם. ס'איז זייער שווער נאכצוזאגן אזא ווארט, אז ער זאל מגדיר זיין א פריערדיגער, נאכדערצו אזא גאון הדורות ווי ר' יהונתן אייבשיץ אז ער וואלט געווען אזוי גרויס?! אתמה!


און לגופו של ענין, איז אינטרעסאנט אנצימערקן, אז הה"ק הרבי ר' יונתן אייבשיץ זי"ע איז גאר געווען אן עלטער עלטער פעטער פארן חידושי הרי"ם!! דורך זיין מאמען הצדקנית חיה שרה וועלכע איז געווען אן אייניקל פון ר' נפתלי הירץ בהר"ר יונתן אבד"ק דראבנין, בן הר"ר אהרן אייבשיץ אחי הה"ק הרבי ר' יונתן בעל האו"ת והיע"ד


הספר ליקוטי הרי"ם ספר מיוחד במינו. מתוק מדבש.

ואגב. לענין רבי יהונתן אייבשיץ שמעתי לאחרונה שלא ברור אם הוא אכן היה דודו של החידושי הרי"ם.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יוני 22, 2015 12:08 pm

יציב פתגם האט געשריבן:מצבת הרה"ק רבי פנחס אליהו (ר' פינטשע) ראטענבערג מפילץ זי"ע - בן אחיו של החידושי הרי"ם
בילד


מצבת בנו ר' חיים שלמה על הביה"ח בווארשא:

http://cemetery.jewish.org.pl/id_84133/ ... nberg.html
צוגעלייגטע
2015-06-22.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 3:44 pm

מיילעך האט געשריבן:יו"ח של ר' אברהם מרדכי בן החי' הרי"ם:
ה'שפת אמת'
ר' אליהו יוסף מביאלא
ר' שמעון חיים מווארשא
ר' שלמה מווארשא
חתניו:
ר' אהרן פנחס תאומים מגור
ר' יצחק בוימגאלד מווארשא
ר' בנימין מארגנשטערן מקאצק בן השרף מקאצק
ה' שפתי צדיק' מפילץ.



רבי אהרן פנחס תאומים מגור היה אביו של רבי יעקב משה תאומים אב"ד נאווידוואהר

אינעם קונטרס "אבני זכרון" (בכת"י) איז דא העתק פון די נוסח פון די מצבה פון די רביצין פון רבי יעקב משה תאומים אין די שטאט נאווידוואהר, עס שטעלט זיך ארויס אז זי איז געווען אן אייניקל פונעם הייליגען קדושת לוי

די העתקה:
מתחת לציון הזה בקבר טמונה
ה"ה הרבנית הצדיקת המיוחסית
שנפטרה בתוך שלושים לפטירת בעלה
הרב הצדיק אמו"ר ר' יעקב משה זצ"ל תאומים אב"ד דפה
שנלקח.... . ... ל"ג למב"י
נכד הרב הגאון הצדיק זצ"ל מגור
מרת גיטל בת הרב הצדיק ר' לוי יצחק שליט"א אב"ד זדינסקאוואלע
מגזע במ"ח קדושת לוי זצ"ל
נפ' י"ד סיון תרנ"ח לפ"ק
תנצב"ה
צוגעלייגטע
FL12248041.jpg
FL12248041.jpg (54.77 KiB) געזעהן 2707 מאל

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2645
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דינסטאג אוגוסט 11, 2015 5:02 pm

מיללער האט געשריבן:
מיילעך האט געשריבן:יו"ח של ר' אברהם מרדכי בן החי' הרי"ם:
ה'שפת אמת'
ר' אליהו יוסף מביאלא
ר' שמעון חיים מווארשא
ר' שלמה מווארשא
חתניו:
ר' אהרן פנחס תאומים מגור
ר' יצחק בוימגאלד מווארשא
ר' בנימין מארגנשטערן מקאצק בן השרף מקאצק
ה' שפתי צדיק' מפילץ.



רבי אהרן פנחס תאומים מגור היה אביו של רבי יעקב משה תאומים אב"ד נאווידוואהר

אינעם קונטרס "אבני זכרון" (בכת"י) איז דא העתק פון די נוסח פון די מצבה פון די רביצין פון רבי יעקב משה תאומים אין די שטאט נאווידוואהר, עס שטעלט זיך ארויס אז זי איז געווען אן אייניקל פונעם הייליגען קדושת לוי

די העתקה:
מתחת לציון הזה בקבר טמונה
ה"ה הרבנית הצדיקת המיוחסית
שנפטרה בתוך שלושים לפטירת בעלה
הרב הצדיק אמו"ר ר' יעקב משה זצ"ל תאומים אב"ד דפה
שנלקח.... . ... ל"ג למב"י
נכד הרב הגאון הצדיק זצ"ל מגור
מרת גיטל בת הרב הצדיק ר' לוי יצחק שליט"א אב"ד זדינסקאוואלע
מגזע במ"ח קדושת לוי זצ"ל
נפ' י"ד סיון תרנ"ח לפ"ק
תנצב"ה

ווער איז רבי לוי יצחק אב"ד זדינסקאוואלע?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:09 am

נחוניא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
רבי אהרן פנחס תאומים מגור היה אביו של רבי יעקב משה תאומים אב"ד נאווידוואהר

אינעם קונטרס "אבני זכרון" (בכת"י) איז דא העתק פון די נוסח פון די מצבה פון די רביצין פון רבי יעקב משה תאומים אין די שטאט נאווידוואהר, עס שטעלט זיך ארויס אז זי איז געווען אן אייניקל פונעם הייליגען קדושת לוי

די העתקה:
מתחת לציון הזה בקבר טמונה
ה"ה הרבנית הצדיקת המיוחסית
שנפטרה בתוך שלושים לפטירת בעלה
הרב הצדיק אמו"ר ר' יעקב משה זצ"ל תאומים אב"ד דפה
שנלקח.... . ... ל"ג למב"י
נכד הרב הגאון הצדיק זצ"ל מגור
מרת גיטל בת הרב הצדיק ר' לוי יצחק שליט"א אב"ד זדינסקאוואלע
מגזע במ"ח קדושת לוי זצ"ל
נפ' י"ד סיון תרנ"ח לפ"ק
תנצב"ה

ווער איז רבי לוי יצחק אב"ד זדינסקאוואלע?



נזכר בין החותמים על הספר "שערי שמחה" (ווארשא, תרל"ח)
הרב המאה"ג מ' לוי יצחק נ"י האבדק"ק זדאנסקיוואלי

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25701
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:27 am

בספר דעת הרבנים (נגד רעיון הציונות) נדפס מכתב מרבי לוי יצחק הלוי אבד"ק זדונסיוואלע משנת תרס"א
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=43852
(למדנו ששימש שם ברבנות לכה"פ משנת תרל"ח עד תרס"א והיה לוי - היינו שלא היה באח"ב להרה"ק בעל קדושת לוי)
צוגעלייגטע
zdinskovolo.png

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:20 pm

מיללער האט געשריבן:די העתקה:
מתחת לציון הזה בקבר טמונה
ה"ה הרבנית הצדיקת המיוחסית
שנפטרה בתוך שלושים לפטירת בעלה
הרב הצדיק אמו"ר ר' יעקב משה זצ"ל תאומים אב"ד דפה
שנלקח מתב"י (=מתוך בני ישראל) ביום ל"ג למב"י
נכד הרב הגאון הצדיק זצ"ל מגור
מרת גיטל בת הרב הצדיק ר' לוי יצחק שליט"א אב"ד זדינסקאוואלע
מגזע במ"ח קדושת לוי זצ"ל
נפ' י"ד סיון תרנ"ח לפ"ק
תנצב"ה


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 15 געסט