רבי משה סופר מפרעשבורג זצ"ל - החתם סופר - כ"ה תשרי ת"ר

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2890
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » מיטוואך מאי 03, 2017 10:29 pm

א תלמוד חכם אחד האט מיר אריינגעשיקט די פאלגענדע

אין ספר כתב זאת זכרון בספר עמוד 208 דרוקט ער א קאפי פון א כתב יד פון חתם סופר וואו ער שרייבט ווען אלע זיינע טעכטער זענען געבוירן געווארן.
העתקתי לפי מיטב יכולתי, ובהתחשב עם הזמנים וכו'.

חתם סופר האט געשריבן:בתי הינדל תי' נולדה למז"ט יום ש"ק חזון תקע"ג לפ"ק ה' יזכיני לגדלה לחופה ולמע"ט אמן
בתי גיטל תי' נולדה למז"ל נגהי ליום עש"ק יוד למב"י תקע"ז לפ"ק ה' יזכיני לגדלה לחופה ולמע"ט אמן
בתי ייטל תי' נולדה לי למז"ט מש"ק י"ד שבט ק"פ ל' ה' יזכיני לגדלה לחופה ולמע"ט אמן
בתי שמחה תי' נולדה למז"ט ליל א' דחנוכה שנת לישר"י ל"ב שמחה לפ"ק
בתי הילדה ריזל תי' נגהי ליום ג' ר"ח כסליו פ"ד ל' נולדה למז"ט ה' יזכיני לגדלה לחופה ולמע"ט אמן
בתי רעכלה תי' נולדה לי למז"ט ביום ה' כ"א מנחם תקפ"ו לפ"ק ה' יזכיני לגדלה לחופה ולמע"ט אמן
בתי אסתרל תי' נולדה למז"ט ליל ש"ק פ' זכור ט' א"ש תקפ"ט ה' יזכיני לגדלה לחופה ולמע"ט אמן


הינדל - עהרענפעלד אשת הג"ר דוד צבי
גיטל - קארניטצער-שפיטצער בזיוו"ר אשת הג"ר אלי' קארניטצער ובזוו"ש אשת הג"ר שלמה זלמן שפיטצער
ייטל - גייגער אשת הג"ר ישראל
שמחה - לעהמאן אשת הג"ר משה טובי'
רעכלה - פריעדמאן אשת הג"ר צבי יהודה

לציין שהכתב סופר נולד בתקע"ה, והמכתב סופר בתקפ"א (הי' ילד שלא כלו לו חדשיו). רבי יוזפא בנו השלישי נולד בשנת תקפ"ה

עוד יש לציין שאצל בתו ריזל שנקראה על שם אמו הוסיף "הילדה". כנראה משום כבוד אם הקפיד לא לציין שמה כשם אמו רק עם ציון שזו הילדה (ויש לציין גם שבת זה נפטרה בגיל הילדות, אך גם בתו אסתר ג"כ נפטרה כנראה בילדותה).
עוד יש לציין שאצל בתו שמחה לא כתב כלל האיחולים ה' יזכני וכו'. כנראה סמך על מה שציין זמן לידתה לברכה "לישרי לב שמחה".
צוגעלייגטע
רשימת החתם סופר בכתב יד.jpg
רשימת החתם סופר בכתב יד.jpg (454.37 KiB) געזעהן 2955 מאל
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך מאי 03, 2017 10:45 pm

הרב אלד
קוק אין דעם נייעם 'ספר המוהל להחתם סופר' ביים סוף איז דא א גאנצער סימן אויף די רשימת הילדים של החת"ס, זייער א אינטרעסאנטער מאמר געשריבן דורכ'ן ומו"ל, הרב קינסטליכער, עיי"ש ותמצא נחת

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

דברי מחאה נגד דברי זלזול במרן החת"ס

תגובהדורך זבחי צדק » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 1:45 pm

היות אין א דערנעבדנדער פארשפארטער אשכול האט איינער געשריבן דברי זלזול בתורתו של מרן החת"ס כאילו עס איז נאר עפעס א ספר דרוש
כ'קען נישט שרייבן דארט ווייל דער אשכול איז אפגעשפארט, עמיר דא מקיים זיין דעם 'ענה כסיל כאולתו'
למדן וחסיד האט געשריבן:
איך בין ברוך השם קיינמאל נישט געווען קיין סאטמערע צווייטנס דברי יואל איז א שיינער דרוש ספר אזוי ווי חתם סופר אבער סגעט נישט קיין שום חיות פאר די טאג טעגליכע לעבן וואס א יעדער איז זיך מתמודד מיט כל מיני פראבלעמען וואס יעדער נארמאלע חסיד איז יונק חיות פון זיין חסידות ודו"ק


געווען א איד אין לאנדאן, א רבי א בנן של קדושים, א פלאם פייער ממש, אש להבה!! ער האט געהייסן רבי יודעלע דזיקעווער זי"ע
ער האט געאטעמט חתם סופר, זיך געקאכט אין יעדע אות ותג פונם חתם סופר ווי א שטיקל נועם אלימלך
וואס דארף מען מער?!

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2614
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 2:14 pm

רבי יודעלע איז געווען אלע יאהרן אין ירושלים, נאר געציילטע יאהרן בערוב ימיו איז ער געווען אין לאנדאן. טאקע מויראדיג דבוק בתורת רבן של ישראל דער הייליגע חתם סופר.

לעיקר הענין, איך מיין אז מ'דארף נישט קיין מחאה, ס'איז א געלעכטער איינער זאל אזוי צו שרייבן אויף ספרי חת"ס איז ער א אפרוח שלא נפקחו עיניו, ער וויזט נעבעך אויף זיך, ווי ווייט ער איז פון פינטל אידישקייט, אמונה, קדושה, שמחה של מצוה, דביקות הבורא וכו' וכו' וואס כל ספרי החת"ס איז מלא וגדוש מיט דעם.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2390
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג אוקטובער 15, 2017 12:15 am

זי"ע

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2614
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » זונטאג אוקטובער 15, 2017 4:41 am

מויראדיגע ווערטער פון הייליגען חת"ס זי"ע ועכי"א, אין די לעצטע פרשה (בראשית), וואס איז נוגע צו גאנץ חודש תשרי [ציטירט בלשו"ק פון ספה"ק חת"ס על התורה בראשית עמ' יב, ע"ש דברו"ק באריכות יותר]:

"הוא ישופך ראש ואתה תשופנו עקב וכו', יראה דמרמז במה שהס"מ נושא על ראשו כל עונות בני ישראל כדכתיב על ראש השעיר, ויש בזה דבר נעלם, רא"ש פתנים אכזר, וזהו 'הוא ישופך רא"ש - ואתה תשופנו עקב, עבירות שאדם דש בעקביו הם מזיקים לאדם יותר ביוה"כ כשרוצה לשוף ראש, כי מדרך בני אדם לעבור עבירות גדולות ונעשים להם כהיתר, וכשבאה עליהם צרה או דבר מה ומתעוררים לשוב, אזי אינם זוכרים עוונות ההמה רק חושבים עבירות קטנות ההמה שאינם רק מנהג חסידות בעלמא ותולים בזה כל הרעות והצרות, ועי"ז נמנעו מלשוב, נמצא שהוא ישופנו עק"ב".
עש"ע בלשון קדשו בהמשך דבריו הקדושים.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג אוקטובער 15, 2017 6:29 am

אין נעקסטן שטיקל שרייבט ער אז מ'מיינט אז מ'גייט נישט מיט בגדי לבנים כחסידים.. דברים קטנים

און די שטיקל אז ווען ער וואלט איר מנדה געווען פארן עובר זיין אויף זיין ציווי וגדר פון נישט נוגע זיין, וואלט ער נישט געשטאנען אין אירע ד' אמות וואלט ער נישט געקענט ניסת ווערן פון איר. קען נאר דער חת"ס שרייבן.

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג אוקטובער 15, 2017 11:23 am

בלעטל האט געשריבן:אין נעקסטן שטיקל שרייבט ער אז מ'מיינט אז מ'גייט נישט מיט בגדי לבנים כחסידים.. דברים קטנים

.

היינט צופרי אויפגעמישט א חתם סופר ביי די קאווע, און פונקט אנגעקומען צו דעם שטיקל...
היינט וואלט מען דאס אנגענומען אלץ גאנץ קאנטראווערסיאל

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2304
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » זונטאג אוקטובער 15, 2017 11:31 am

ס'איז דא אן ענדלעכע שטיקל אין די דרשות אויף שבת שובה, ער רעדט דארט פון די מענטשן וואס זאגן פרק שירה און תהילים אבער לאזן אויס וויכטיגערע זאכן פון דעם...
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג אוקטובער 15, 2017 2:57 pm

El Rushbo האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:אין נעקסטן שטיקל שרייבט ער אז מ'מיינט אז מ'גייט נישט מיט בגדי לבנים כחסידים.. דברים קטנים

.

היינט צופרי אויפגעמישט א חתם סופר ביי די קאווע, און פונקט אנגעקומען צו דעם שטיקל...
היינט וואלט מען דאס אנגענומען אלץ גאנץ קאנטראווערסיאל

בגדי לבנים כחסידים מיינט ער נישט דייקא הכת הנקרא חסידים, נאר ווי המתחסדים, בגדי לבנים איז פון אריה"ק

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2614
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » זונטאג אוקטובער 15, 2017 4:21 pm

אין יענע צייטן זענען די חסידים געגאנגען מיט בגדי לבן

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1996
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג אוקטובער 15, 2017 4:50 pm

נשמת הרמב"ן.

הקדמת דרשות חת"ס, הגה מהרב יוסף נפתלי שטערן

22.png
22.png (74.94 KiB) געזעהן 2334 מאל

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17360
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » פרייטאג ינואר 12, 2018 1:06 pm

דער רבי זי"ע איז געבוירן ז' תשרי תקכ"ג?

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » פרייטאג פאברואר 09, 2018 3:54 am

ווער איז דאס געווען דער "שבט שמעון"?

אין א דרשה פון ר' ישעי' ווייס האט ער גערעדט איבער א תלמיד פון חתם סופר וואס איז געווען פון די סאמע נענטסטע תלמידים פון הייליגן חתם סופר, אבער שפעטער איז ער פארכאפט געווארן מיט דעות כוזבות אז מען דארף לעבן בשלום מיט די משכילים וכדומה. געמאכט ספרים בשם שבט שמעון, ווער האט מער אינפארמאציע איבער אים?

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » פרייטאג פאברואר 09, 2018 7:07 am

עפל קאמפאוט האט געשריבן:ווער איז דאס געווען דער "שבט שמעון"?

אין א דרשה פון ר' ישעי' ווייס האט ער גערעדט איבער א תלמיד פון חתם סופר וואס איז געווען פון די סאמע נענטסטע תלמידים פון הייליגן חתם סופר, אבער שפעטער איז ער פארכאפט געווארן מיט דעות כוזבות אז מען דארף לעבן בשלום מיט די משכילים וכדומה. געמאכט ספרים בשם שבט שמעון, ווער האט מער אינפארמאציע איבער אים?

Document4.jpg
Document4.jpg (32.01 KiB) געזעהן 1749 מאל

הגאון רבי שמעון סידאן געווען א חשוב'ער תלמיד פון חת"ס

דעות כוזבות?????
נישט וואס איך ווייס,
אזוי פיל ער דערמאנט ביים הספד אויפן חת"ס דער "פאת השולחן נשיא ארץ ישראל"
ותו לא מידי
Document5.jpg
Document5.jpg (52.19 KiB) געזעהן 1749 מאל

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » פרייטאג פאברואר 09, 2018 7:11 am

יוראפ האט געשריבן:דער רבי זי"ע איז געבוירן ז' תשרי תקכ"ג?

יא

אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

תגובהדורך שופר » פרייטאג פאברואר 09, 2018 11:37 am

עפל קאמפאוט האט געשריבן:ווער איז דאס געווען דער "שבט שמעון"?

אין א דרשה פון ר' ישעי' ווייס האט ער גערעדט איבער א תלמיד פון חתם סופר וואס איז געווען פון די סאמע נענטסטע תלמידים פון הייליגן חתם סופר, אבער שפעטער איז ער פארכאפט געווארן מיט דעות כוזבות אז מען דארף לעבן בשלום מיט די משכילים וכדומה. געמאכט ספרים בשם שבט שמעון, ווער האט מער אינפארמאציע איבער אים?

https://en.m.wikipedia.org/wiki/Shimon_Sidon
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 0#p1399870
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 83#p501783

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17360
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » פרייטאג פאברואר 09, 2018 11:53 am

זענדל האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:דער רבי זי"ע איז געבוירן ז' תשרי תקכ"ג?

יא

יישכ"ח

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » פרייטאג פאברואר 09, 2018 12:15 pm

מען וואלט געדארפט מאכן א באזונדערע אשכול דורכצושמועסן די תולדות פון ר' שמעון סידאן בעל שבט שמעון וצאצאיו (אויב עס איז דא ערליכע. ?)
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5645
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 3:05 pm

די קעסטענבוים אקשען פירמע טענ'ט אז זיי האבן צו פארקויפן אן ארגינעלע פעינטינג פונעם הייליגן חת"ס אין די עלטערע יארן
075_023_Big.jpg
075_023_Big.jpg (132.56 KiB) געזעהן 1565 מאל
דביה תחדי נפשא

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6343
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 3:16 pm

חמרא טבא האט געשריבן:די קעסטענבוים אקשען פירמע טענ'ט אז זיי האבן צו פארקויפן אן ארגינעלע פעינטינג פונעם הייליגן חת"ס אין די עלטערע יארן
075_023_Big.jpg

WOW קוקט אויס מורא'דיג לעבעדיג
ס'האט מיר געכאפט א ציטער ווען כ'האב עס געזען
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2390
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 3:59 pm

קען מען מדמה זיין די צורה צו די צורה פון די איינקלעך החיים אתנו?

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 4:43 pm

הייבט זיך אן ביי $20-30 אלפים. אויב איז עס עכט (ווי איז עס געווען ביז היינט?) וועט עס לכאורה זיך פארקויפן פאר א שיין ביסל מער...

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 5:26 pm

מי יודע האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:די קעסטענבוים אקשען פירמע טענ'ט אז זיי האבן צו פארקויפן אן ארגינעלע פעינטינג פונעם הייליגן חת"ס אין די עלטערע יארן
075_023_Big.jpg

WOW קוקט אויס מורא'דיג לעבעדיג
ס'האט מיר געכאפט א ציטער ווען כ'האב עס געזען

יאפס, דער בילד רעדט מער ווי טויזנט ווערטער!!

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5680
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 7:48 pm

די אויגן, די פיאות, און די ספאדיק, ענדעלט זייער אינעם רעכטע בילד המיוחס לרבינו הש"ך אדער הגאון רבי חיים דייטשמאן אב"ד קעלין

075_023_Big.jpg
075_023_Big.jpg (172.26 KiB) געזעהן 1487 מאל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט