רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי צבי הירש מליסקא זצ"ל - י"ד אב תרל"ד

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג פאברואר 19, 2008 4:09 pm

הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זצוק"ל (בעמח"ס אך פרי תבואה) - י"ד אב (תק"ן - תרל"ד)
הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זצוק"ל איז געבוירן געווארן אין חודש אייר תק"נ צו זיין פאטער רבי אהרן וועלכער איז געווען א תלמיד פון רבי צבי הירשל בוניהאד. ער איז געפארן צו אסאך צדיקים און צום צאנזער רב דער הייליגער דברי חיים זצוק"ל וועמען ער האט געהאלטן פאר זיין רבי מובהק, און דעריבער האט ער נישט גענומען קיין קוויטלעך אין זיין רבי'נס שטאט "צאנז". באזונדערס מפורסם איז רבי צבי הירש געווען מיט זיין אויסערגעווענליכע מצות צדקה ווי עס ווערט ווייטער דערציילט. [אמאל איז איינער פון זיינע חסידים געווען אונטערוועגנס אויף מסחר און ער איז דורכגעפארן די שטאט ליסקא, האט ער באשלאסן זיך אפצושטעלן און אריינגיין צו זיין רבי'ן רבי צבי הירש. וויבאלד ער פלעגט שטענדיג ברענגען צום רבי'ן מכל טוב וטוב, האט ער דאסמאל אויך נישט געוואלט קומען מיט ליידיגע הענט און ער האט געקויפט צוויי שאכטלעך ליכט עס צו געבן פאר רבי צבי הירש. אריינקומענדיג צום רבי'ן, האט ער געטראפן א טיש פיל מיט געלט, און ער האט דערלאנגט פאר'ן רבי'ן די לעכט. רבי צבי הירש האט זיך זייער באדאנקט פאר אים פאר די ליכט זאגנדיג אז ווען נישט ער ברענגט עס ווייסט ער נישט פון וואו ער וואלט געהאט ליכט אויף שבת... אויפ'ן חסיד'ס וואונדער האט דער רבי אים ערקלערט די פארשידנארטיגע צדקות מיט וועלכע ער איז פארנומען און ער האט אויסגערעכנט א פונקטליכן חשבון ווי יעדע פרוטה וועט גיין, אזוי אז ס'וואלט טאקע נישט איבערגעבליבן קיין געלט פאר לעכט]. זיינע חיבורים זענען די ספרים: אך פרי תבואה, הישר והטוב, און אור הישר והטוב. רבי צבי הירש איז נסתלק געווארן לגנזי מרומים י"ד אב תרל"ד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג פאברואר 19, 2008 4:09 pm

הרה"ק רבי הערשעלע ליסקער איז געווען באוואוסט מיט זיין זעלטענע מצות הצדקה. פאר זיך אליין האט ער זייער מצמצם געווען און זיך באגענוגנט מיט גאר ווייניג, אבער פאר די ארימעלייט וועלכע פלעגן אנקלאפן ביי אים אין טיר האט ער שטענדיג געגעבן מיט א ברייט האנט, און אזוי ארום פלעגט ער דאס גאנצע געלט וואס די גרויסע עשירים האבן אים געגעבן, פארטיילט ווערן פאר צדקה.
אמאל האט זיך רבי הערשעלע פארהאלטן אויף שבת אין שטאט מונקאטש. די דארטיגע חסידים האבן שוין זייער געווארט אויף אזא געלעגנהייט, ווייל דאס עבודה און קדושה פון רבי הערשעלע האט ביי זיי שטארק אויסגענומען. אלע שטאט-לייט זענען געקומען מיט קוויטלעך און פדיונות צו באקומען א ברכה פונעם צדיק אזוי אז ס'האט זיך ביי אים אנגעזאמלט א ריזיגן סכום געלט.
צווישן די מענטשן דארט, איז געקומען א איד א גרויסער עני ואביון, און ער האט זיך אויסגעוויינט פאר רבי הערשעלע'ן איבער זיין ביטערן גורל, אז נאך א לאנגע צייט מיט פיל שוועריקייטן איז אים ענדליך געלונגען צו טון א לייטישן שידוך מיט זיין איינציגן טאכטער, און דאס אויך נאר נאכדעם ווי ער האט זיך מתחייב געווען אראפצולייגן א שיינעם נדן, יעצט למעשה נאך צוויי יאר וואס ער קען נישט צאלן דעם נדן, דראעט דער מחותן אפצולאזן דעם שידוך, ח"ו.
הערנדיג דעם שרעקליכן צושטאנד פון דעם ארעמאן האט רבי הערשעלע זייער רחמנות געקריגן אויף אים און ער האט אים באלד דערלאנגט דעם גאנצן ריזיגן סומע וואס איז געליגן אויפ'ן טיש, פאר נדן, וואונטשנדיג עס זאל זיין מיט מזל און ברכה.
אינדערזייט איז געשטאנען א חשובער איד פון שטאט, און ער האט צוגעזען וואס רבי הערשעלע האט געטון. דער מעשה האט אים שטארק פארדראסן און ער איז צוגעגאנגען צום רבי'ן מיט א טענה, הלמאי ער ווארפט זיך אזוי מיט אזעלכע ריזיגע סכומים אין דער צייט וואס דער ארעמאן קען אליין גיין קלייבן נדבות ביי די הייזער.
אין זיינע יונגע יארן פלעגט רבי הערשעלע פארן קיין בעלזא, צו הרה"ק רבי שלום דער ערשטער בעלזער רב זצוק"ל. אין יענע צייטן איידער ער איז אליינס מפורסם געווארן איז די דחקות ביי אים אין שטוב געווען גאר גרויס און קיין שפעזן אויף הוצאות הדרך איז נישט געווען. יעצט ווען רבי הערשעלע האט געהערט די טענה פון דעם איד האט ער זיך דערמאנט א מעשה פון יענע טעג און ער האט עס גענומען דערציילן:
עס איז געווען פאר שבועות ווען רבי הערשעלע האט דאן זיך פארגליסט צו זיין שבועות אין בעלזא ביים הייליגן בעלזער רב. פון דעם מאגערן געהאלט וואס ער האט פארדינט פון מלומדות האט ער נישט געהאט גענוג צו דינגען א פור'ל, אבער די חשק האט שטארק געברענט אין זיין הארץ און דעריבער האט ער זיך ארויסגעלאזט צופוס אין וועג קיין בעלזא.
דער מהלך איז נישט געווען קיין קורצע און פארשטייט זיך אז דאס גיין צופוס קיין בעלזא איז פאר רבי הערשעלע נישט אנגעקומען גרינג. אונטערוועגנס איז ער דורכגעגאנגען דעם שטאט לעמבערג, מיד און מיט געשוואלענע פיס האט ער זיך צוגעשלעפט צום שול פון רבי הערשעלע זידיטשובער, וואס האט געהייסן "חדשים", זיך אביסל אפצורוען פון דעם שווערן וועג. (רבי הערשלע זידיטשובער האט אויפגעשטעלט בתי מדרשים אין דריי שטעט און ער האט יעדע איינס אנגערופן מיט איינער פון די ווערטער אין פסוק "חדשים, לבקרים, רבה אמונתיך").
אין דעם ביהמ"ד פלעגן דאווענען בעלזא חסידים, און אונטערוועגנס קיין בעלזא האט מען זיך דארט אפגעשטעלט זיך אביסל איבערצוכאפן פונעם וועג, אויך יעצט זענען דארט פארבייגעפארן א שיירא בעלזא חסידים פון מונקאטש און זיי האבן זיך פאר א וויילע אפגעשטעלט דארט.
רבי הערשעלע האט דאן באשלאסן אז ס'וואלט געווען א גוטע פלאן ווען ער זאל זיך קענען מיטכאפן מיט די חסידים קיין בעלזא, ווייל אנדערש האט ער שוין ממילא נישט קיין אויסזיכט אנצוקומען פאר יום-טוב. דער הויפט צווישן זיי וואס האט מסדר געווען די נסיעה האט אבער געבעטן דערפאר זעכציג גרייצער. און רבי הערשעלע האט נישט פארמאגט מיט זיך אפי' איין גרייצער. די תחנונים זיינע האבן נישט ווייכער געמאכט די הארץ פון דעם אינגערמאן, יענער האט אים בלויז מייעץ געווען אז ער האט צוויי שעה ביז זיי פארן ווייטער, און דערווייל קען ער גיין קלייבן נדבות ביי גוטהארציגע אידן פון לעמבערג.
בלית ברירה האט רבי הערשעלע אנגענומען דעם עצה, לעמבערג איז דאן געווען אחן עיר ואם בישראל, און עס איז דארט געווען איינגעפירט צו געבן פאר די ארעמעלייט וואס זענען ארומגעגאנגען נאך געלט אזעלכע בלעכלעך וואס מ'האט געקענט פארטוישן פאר געלט ביים פרנס החודש, אדער סחורה מיט וואס זיי האבן עוסק געווען.
ווען רבי הערשעלע איז אנגעקומען אין ערשטן געשעפט האט אים דער געשעפטמאן געפרעגט: אינגערמאן, געלט אדער סחורה? רבי הערשעלע האט ביי זיך געטראכט אז אויב ער וועט אים געבן סחורה וועט ער עס מעגליך קענען פארקויפן פאר א גרעסערן סכום ווי די געלט וואס ער וויל אים געבן און ער האט געבעטן סחורה. דער סוחר האט אים אפגעשניטן א מעטער פאדעם און עס אים 'העפליך' דערלאנגט.
אזוי איז אויך געווען אינעם צווייטן געשעפט, דער געשעפטמאן האט אים דערלאנגט א קנעפל, און דער דריטער געשעפטמאן האט אים געגעבן א נאדל, און רבי הערשעלע האט זיך שנעל געמאכט א חשבון אז דערפון וועט ער קיין זעכציג גרייצער נישט פארדינען. ער האט געהאט דערפון גרויס עגמ"נ, און ווען ער איז אריין אינעם פערטן געשעפט און דער סוחר האט אים געפרעגט: געלט אדער סחורה, האט רבי הערשעלע אויסגעבראכן אין א ביטערן געוויין.
הערנדיג דעם מצב פון רבי הערשעלע האט דער סוחר זייער רחמנות געהאט אויף אים און ער האט אים דערלאנגט די גאנצע זעכציג גרייצער. רבי הערשעלע האט זיך דערמיט זייער דערפרייט און ער איז אוועקגעפארן בשמחה קיין בעלזא צוזאמען מיט די אנדערע חסידים.
דעם סיפור האט רבי הערשעלע דערציילט און ער האט אויסגעפירט: און זינט דאן האב איך זיך פארגענומען אז איך וועל קיינמאל נישט אוועקשיקן אחן ארעמאן, און ווען א נצרך וועט ביי מיר אנקלאפן וועל איך אים געבן זיין גאנצע הצטרכות אין וואס ער וועט זיך נויטיגן.
ווען דער רבי האט געענדיגט דערציילן האט זיך רבי הערשעלע געוואנדן צו דעם חשוב'ן איד וואס האט אים מעורר געווען, און ער האט אים געזאגט: געוויס האסטו זיך שוין דערמאנט אז דו ביסט געווען יענער אינגערמאן וואס האט מיר געשיקט קלייבן נדבות און פון דיר האב איך זיך אויסגעלערנט נישט אזוי צו טון פאר אחן ארעמאן!
דער איד האט זיך טאקע דערמאנט אין דעם מעשה און ער האט אויסגעבראכן אין א שטארקן געוויין און איבערגעבעטן רבי הערשעלע פאר די צער וואס ער האט אים גורם געווען און ער האט זיך אונטערגענומען זיך מער מרחם צו זיין אויף ארימעלייט און נצרכים

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג פאברואר 19, 2008 4:10 pm

דער רבי ר' הערשעלע ליסקער שרייבט אין זיין ספר אך פרי תבואה (ליקוטים): אזויווי מיר געפינען אין חז"ל (סוטה) אז די סדר פון די סוחרים ביים פארקויפן איז, אז זיי לייגן קודם פאטר די שוואכע סחורה און הערשט שפעטער די בעסערע, אזוי אויך ביי תוה"ק, איז א מענטש פריער משיג נאר די פשוט'ע פשט אין די תורה און ווי מער ער זוכט און ער פלאגט זיך, איז ער משיג גרעסערע און מער סודות התורה. (אמרי צדיקים)

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6650
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » זונטאג פאברואר 24, 2008 11:49 pm

הרה"ק רבי צבי הירש מליסקא זצוק"ל
צוגעלייגטע
K Liska R Hersheleh 1.JPG
K Liska R Hersheleh 1.JPG (58.19 KiB) געזעהן 4083 מאל
the SCY is the limit

אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

תגובהדורך יצמחפורקניה » מאנטאג מאי 11, 2009 5:08 pm

דער הייליגער היכל הברכה מקאמארנא זי"ע פלעגט רופען הרה"ק מליסקא זי"ע "מיין ברודער"

משום מעשה שהיה

די מאמע פון הרה"ק מליסקא הצדקנית מרת שרה, איז אלטס מיידל גוועהן א יתומה אין א משרתת ביי איינעם אין שטוב. איינמאל זענען די שונאים פון הרה"ק ר' סענדר'ל קאמארנער זי"ע (אבי ההיכל הברכה) געקומען צו איר איבערעדען אז זי זאל גיין מעיד זיין ביים בית דין פון שטאט אז ר' סענדר'ל האט ח"ו עובר עבירה גוועהן מיט איר, אין בשכר זה האבען זיי איר געגעבען א ריזען סכום פון געלט.

זי האט מסכים גוועהן, אין ווען בית דין האט איר גערופען גובה עדות זיין, האט זי פארציילט די גאנצע מעשה אז פלוני ופלוני האבען איר צוגעזאגט א גרוסען סכום געלט אז זי זאל מעיד שקר זיין אויף ר' סענדר'ל, און בי"ד זאל וויסען אז ס'איז סתם א בלבול של שקר וכזב.

די דיינים האבען איר גפרעגט, אויב אזוי, פארוואס האט זי דעמאלטס לכתחילה מסכים גוועהן לדבריהם. האט זי גענטפערט, ווייל זי האט מורא געהאט אז אויב וועט זי זיי אפאזאגען, וועלען זיי גיין צו א צווייטע ארעמע מיידל, וואס וועט נישט קענען עומד זיין בנסיון, אין מען וועט ר"ל מוציא לעז זיין אויפען צדיק.

דעמאלטס האט איר ר' סענדער'ל זי"ע געבענטשט אז בזכות זה וועט זי זוכה זיין צו האבען א הייליג קינד וואס וועט באלייכטען די וועלט בקדושתו, און דאס איז גוועהן דער הייליגער ר' הערש ליסקער זי"ע. אין דער הייליגער קאמארנער זי"ע האט עם געהאלטען פאר זיין רוחניות'דיגער ברודער.

זכותם יגן עלינו


_

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1394
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » זונטאג אוגוסט 14, 2011 1:07 pm

היינט איז די יארצייט, זכותו יגן עלינו.

אינטערעסאנט קיינער האט נישט צוגעברענגט אז ער איז געווען א תלמיד פון הייליגן ישמח משה זי"ע.

ר' ישעי'לע קרעסטירער איז געווען זיין גבאי, ער פלעגט זיך אינטערשרייבן "משמש בקודש אצל הרב הצדיק מליסקא זי"ע".

רביה"ק מהר"י מסאטמאר פלעגט רעדן פון צדיקים פאר תקיעת שופר, ווען עס איז נישט געווען קיין צייט האט ער בלויז געזאגט "ליסקא רב איז געווען א צדיק".

ליסקא אייניקעל
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2011 9:27 pm

תגובהדורך ליסקא אייניקעל » זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:12 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:היינט איז די יארצייט, זכותו יגן עלינו.

אינטערעסאנט קיינער האט נישט צוגעברענגט אז ער איז געווען א תלמיד פון הייליגן ישמח משה זי"ע.

רביה"ק מהר"י מסאטמאר פלעגט רעדן פון צדיקים פאר תקיעת שופר, ווען עס איז נישט געווען קיין צייט האט ער בלויז געזאגט "ליסקא רב איז געווען א צדיק".


א הא
הייסט איגלאי מילתא למפרע אז ער געוועהן א צדיק, כל זה הוא גדלותו וצדקתו בתמיה????????
עד שבא רביה"ק מסאטמאר לא ידעו מזה, בתמיה????
פון וועם רביה"ק מסאטמאר האט גערעד פון, נאר זיי זענען געוועהן צדיקים, ועל הצדיקים אחרים לא גרסינן???

איך מאך נישט אוועק רביה"ק מסאטמאר ח"ו, נאר דער צוגאנג ווי אזוי מ'דערציילט א מעשה און סאטמאר!!!!!!!!!!!!! והמבין יבין!!!!!!!!!!!

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:19 pm

איז ר' ישעי'לע געווען א משב"ק ביי ר' הערשעלע ליסקער אליין? צו ביי תלמידו בעל הטל חיים?
לעצט פאראכטן דורך תרנגול אום זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2880
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:43 pm

דיין תגובה ווייזט אויף היפש עם הארצות...
טל חיים בנו???..... דו ווייסט נישט אז דער ליסקא רב האט נישט געהאט קיין זון נאר טעכטער???
והוא הנותנת פארוואס ר' ישעי'לע איז געוועהן א שטיקל ממלא מקום פון ליסקא חסידות, (לאמיר נישט אריין טרעטן דא אין בלאטע...)

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:48 pm

ליסקא אייניקעל האט געשריבן:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:היינט איז די יארצייט, זכותו יגן עלינו.

אינטערעסאנט קיינער האט נישט צוגעברענגט אז ער איז געווען א תלמיד פון הייליגן ישמח משה זי"ע.

רביה"ק מהר"י מסאטמאר פלעגט רעדן פון צדיקים פאר תקיעת שופר, ווען עס איז נישט געווען קיין צייט האט ער בלויז געזאגט "ליסקא רב איז געווען א צדיק".


א הא
הייסט איגלאי מילתא למפרע אז ער געוועהן א צדיק, כל זה הוא גדלותו וצדקתו בתמיה????????
עד שבא רביה"ק מסאטמאר לא ידעו מזה, בתמיה????
פון וועם רביה"ק מסאטמאר האט גערעד פון, נאר זיי זענען געוועהן צדיקים, ועל הצדיקים אחרים לא גרסינן???

איך מאך נישט אוועק רביה"ק מסאטמאר ח"ו, נאר דער צוגאנג ווי אזוי מ'דערציילט א מעשה און סאטמאר!!!!!!!!!!!!! והמבין יבין!!!!!!!!!!!



נעכטן געהערט פון א קראנטן מקור, די מעשה מיטן סאטמאר רב פאר תקיעת שופר, האט אינגאנצן פאסירט איין געוויסע יאר!! נישט מער, (ערגעץ אין די למ"ד יארן), והאופים אפו והוסיפו תבלין כמנהג החסידישע מעשעלעך......

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:53 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:דיין תגובה ווייזט אויף היפש עם הארצות...
טל חיים בנו???..... דו ווייסט נישט אז דער ליסקא רב האט נישט געהאט קיין זון נאר טעכטער???
והוא הנותנת פארוואס ר' ישעי'לע איז געוועהן א שטיקל ממלא מקום פון ליסקא חסידות, (לאמיר נישט אריין טרעטן דא אין בלאטע...)

סארי כ'האב געמיינט זיין תלמיד
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1394
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:54 pm

ליסקא אייניקעל האט געשריבן:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:היינט איז די יארצייט, זכותו יגן עלינו.

אינטערעסאנט קיינער האט נישט צוגעברענגט אז ער איז געווען א תלמיד פון הייליגן ישמח משה זי"ע.

רביה"ק מהר"י מסאטמאר פלעגט רעדן פון צדיקים פאר תקיעת שופר, ווען עס איז נישט געווען קיין צייט האט ער בלויז געזאגט "ליסקא רב איז געווען א צדיק".


א הא
הייסט איגלאי מילתא למפרע אז ער געוועהן א צדיק, כל זה הוא גדלותו וצדקתו בתמיה????????
עד שבא רביה"ק מסאטמאר לא ידעו מזה, בתמיה????
פון וועם רביה"ק מסאטמאר האט גערעד פון, נאר זיי זענען געוועהן צדיקים, ועל הצדיקים אחרים לא גרסינן???

איך מאך נישט אוועק רביה"ק מסאטמאר ח"ו, נאר דער צוגאנג ווי אזוי מ'דערציילט א מעשה און סאטמאר!!!!!!!!!!!!! והמבין יבין!!!!!!!!!!!

עס געפעלט מיר זייער אייער צוגאנג צו פארשטיין א מעשה.
ניין, רביה"ק מסאטמאר האט נישט מגלה סוד געווען אז הרה"ק מליסקא איז א צדיק, אויך איז נישט דאס געווען כל גדולתו, און יא, אנדערע צדיקים זענען גארנישט ווייניגער, איר זענט פולשטענדיג גערעכט.
אבער, ווען סאטמאר רב האט נישט געהאט קיין צייט צו רעדן פון צדיקים האט ער יוצא געווען מיט זאגן די אויבנדערמאנטע, ווייזט אביסל וויאזוי רביה"ק מסאטמאר האט געהאט א השגה אין הרה"ק מליסקא. ער האט געשפירט פאר וויכטיג צו דערמאנען זיין הייליגע נאמען פאר תקיעת שופר.

ער האט עפעס מגלה געווען מער ווי יעדער ווייסט? ניין.
ער האט קלענער געמאכט א צווייטן? ניין.

אויב פאר אייך דערציילט די מעשה גארנישט דאן קענט איר מאכן א שתיקה, איך גלייב אז אנדערע וועלן יא הנאה האבן צו וויסן דערפון.
----
יהיה כן האקט.
עיין מחזור דברי יואל (....) צוויי יאר.

אבער עס מאכט נישט אויס, די פאקט אז ער האט אויסגעקליבן דעם צדיק צו דערמאנען פאר תקיעת שופר איז גוט צו וויסן.

ליסקא אייניקעל
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2011 9:27 pm

תגובהדורך ליסקא אייניקעל » זונטאג אוגוסט 14, 2011 10:39 pm

מורי ורבותי
לאמער רעדן היסטוריה, ווען וועלט איז געוועהן וועלט, און אונגארן איז געוועהן אונגארן
און נישט ווי מע'דערציילט מעשהלעך לא דובים ולא יער און שנת תשע"א לפ"ק

הרה"ק רבי יצחק אייזיק מקאלוב זי"ע האט געברענגט חסידות און אונגארן פאקט.
און מיט עים זענען געוועהן דער דערהויבענע חסידי אש-ואור כידוע,
דערנאך האט ממשיך געוועהן הרה"ק הישמח משה מאוהעל זי"ע, ווי הרה"ק האך פרי תבואה זי"ע
שרייבט און א בריוו וז"ל והגה"ק רבי משה טייטלבוים זצללה"ה נטע בתוכינו מדת החסידות, והיה ראוי ששרתה עליו השכינה, ומשה אמת ותורתו אמת,
עכתו"ד, און דערנאך האט ממשיך געוועהן און חסידות אויף א ריזיגע פארנעם און פארשפרייט דאס מערסטע חסידות הרה"ק האך פרי תבואה מליסקא זי"ע
וואס ער אליינס האט מעיד געוועהן אויפ זוך אז ער איז דער בעל שם און אונגארן, און אלע צדיקים הסכימו פה אחד אז און דער צייטן פון הרה"ק מקאלוב און הישמח משה
איז חסידות נאר געוועהן פאר בני עליה, און הרה"ק מליסקא האט אריינגעברענגט חסידות אפילו פאר די פשוטי עם, וזהו ברור ונכון,

ולכן איז ער געוועהן דער גרעסטע רבי בימיו און אונגארן בלי שום קאמפאטישען, און רוב רובו פון דער חסידישע רבי'ס זענען געפארן צי עים און געוועהן פון זיינע תלמידים!
און צווישען זיי גאר דערהויבענע, ווי למשל המעטה נפתלי אב"ד קליינווארדיין און האפסי ארץ מנאנאש זענען געוועהן זיינע תלמידים מובהקים ווי ער אליינס האט געזאגט אויפ זיי
די קינדער פונעם אפסי ארץ שרייבען און די הקדמה אז זייער פאטער האפסי ארץ איז נאר געפארן קיין צאנז נאכן נעמן רשות פון הרה"ק מליסקא וואס איז בעצם א חידוש!
דערנאך איז געוועהן הרה"ק האבני אליהו מלעוולעק זצ"ל, און הרה"ק רבי מאיר אברהם ליעבערמאן נכד הפרי צדיק משעניא הנקרא רבי מאיר אברהם ליסקער, אפגערעד אז הרה"ק רבי שמטאל קאמאדער איז געפארן צי אים צוויי וואכן און יאר בתור חסיד, הגאה"צ רבי שמעון ליכטענבערג זצ"ל הבית שערים מזכירו כמה פעמים שמעון הצדיק שהתגורר במאד, היה מחסידיו
ותלמידיו הנעלים, רבי הערצקא מראצפערד, הרה"ק רבי מנחם גרשון אב"ד קערעסטיר, און נאך אסאך אסאך בני עליה וואס זענען געוועהן מחסידיו ותלמידיו, ואי אפשר לפורטם כי רבים המה, און ממילא צו שרייבען הרה"ק רבי ישעי' מקרעסטיר אלס תלמיד מובהק צו בכלל אלס תלמיד איז אן עם הארצות'ישע מיסטעיק, און ס'קומט מחמת חסרון ידיעה, כדפירשתי, וואס דארפן מער פון הודאת בעל דין אז ער האט זיך נאר אונטער גע'חתמ'ט אלס משמש, וואס אויך דעים איז ער נישט געוועהן דער ערשטער און איינציגע, אויך נאר סוף ימיו ממש, הרה"ק מליסקא האט געהאט א גבאי משמש און קוויטעל שרייבער רבי אברמ'לי פאטאק'ער וואס איז נאך געוועהן משמש און קוויטעל שרייבער ביים ישמח משה, ווי אויך זיין דערהויבענע שוחט און משמש אסאל מאל רבי יהודה מאשקאוויטש זצ"ל בעל הלבושי יהודה על השמלה חדשה שו"ב הפרטי של הרה"ק מליסקא, און ממילא רבי ישעי' געוועהן נאך א נאן פעקטער בימיו של הרה"ק מליסקא, נאר האט זיך דערהויבען גאר שפעטער כידוע אלס א ממשיך בדרכו של רבו הרה"ק מליסקא, און ווי הרה"ק מליסקא האט נאך עדות געזאגט אויפ זיין הויכע נשמה, אבער ווער ס'קוקט צו די קורת הדורות זעהן במוחש כי הצדק עמי, און ס'זינלאז ארויס צוברענגען כאילו ער איז געוועהן די איינציגי צו אפילו פון דער דערהויבענע תלמידים וחסידים, ביטע מגיב זיין און קריגען בדברים של טעם ולא בהבל ודופי,

יעצט מיט הרה"ק מסאטמאר לגבי דער תקיעת שופר דרשה צו דערמאנען הרה"ק מליסקא איז געוועהן א צדיק, יגעתי ומצאתי כ'האב זייער הנאה צו ליינען דיינע תגובות, אבער אז מ'ווייסט נישט און מקען נישט רעד מען נישט, הרב יהיה כן איז גערעכט אז די ערשטער מאל איז עס געוועהן דערמאנט בשם הרב מפאיע האט איבערגעגעבן אז די דרשה איז געועעהן בשנת תש"ו,
און אזוי איז די מעשה געפארן דערנאך אז הרה"ח רבי עזריאל גליק האט דערציילט אז ער האט אויך אזוי געהערט אנדערע יארן, און ס'איז געפארן צי יעדער יאר, און ממילא האט די מעשה נישט קיין חשיבות פאר מיר,

באראם ליין איז הרה"ק מליסקא איז געוועהן די גרעסטע און איינציגי חסידושע רבי בימיו והכל היה מוכנע לפניו, וזהו לבד חשיבתו,

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג אוגוסט 14, 2011 10:51 pm

זעט אויס איר האט א שוואכן זכרון, לאמיר אייך דערמאנען, ליינט דאס איבער ביטע...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19461
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 6:14 am

מר. ליסקא, אם כנים הדברים איז דאס שטארק מחייב זיינס אן אייניקל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1394
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 8:03 am

איך ברעך זיך קאפ צו כאפן וואספארא ווערטער ס'האט ארויסגענומען דעם אייניקל פון די כלים. איינער האט דא געשריבן א משהו מן המשהו עפעס וואס קען אויסגעטייטש ווערן אלס א זלזול אינעם הייליגן צדיק? פארוואס שטויסט איר אזוי? פארוואס מוזט איר פארשטיין אז איינער פראבירט צו טשעפענען?

אויב איך מעג פרעגן, וואס וועט געשעהן אויב איינער וועט מיינען אז ר' ישעי'לע איז געווען א תלמידד מובהק פונעם אפ"ת? וועט דאס אוועקנעמען עפעס פונעם אפ"ת? וועט דאס מיינען אז בלויז ער איז געווען א תלמיד און נישט אנדערע? קרום, נאריש.

ליסקא אייניקעל האט געשריבן:ולכן איז ער געוועהן דער גרעסטע רבי בימיו און אונגארן בלי שום קאמפאטישען, און רוב רובו פון דער חסידישע רבי'ס זענען געפארן צי עים און געוועהן פון זיינע תלמידים!
באראם ליין איז הרה"ק מליסקא איז געוועהן די גרעסטע און איינציגי חסידושע רבי בימיו והכל היה מוכנע לפניו, וזהו לבד חשיבתו,

ויש חולקים ואומרים שחשיבותו גדול ונורא הרבה יותר מהשגתינו, ובודאי אינו תלוי במה שלא הי' לו קאמפעטישן.

ואגב, מה עם חסידות סיגעט שנוסדה בשנת תרי"ח וחסידות דעש שנוסדה בשנת תר"ה?

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 8:20 am

נישט נאר דאס
ער טענה'ט אז וויבאלד ר' ישעי'לע האט געחתמ'עט משמש אצל הרה"ק מליסקא איז א ראי' אז ער איז נישט געווען א תלמיד
איך האלט אפשר ווייזט דאס נאר ענותנותו פון ר' ישעי'לע אז ער האט נישט געהאלטען פון זיך אלס ראוי צו הייסען א תלמיד
דאכט זיך עס זענען נאך צדיקים מיט וועמען מען לאזט אויס
איך מיין מען זאגט דער נעשכיזער איז געווען א צדיק
אזוי ענדיגט מען בדבר טוב און מיט א זכות פון דערמאנען א צדיק
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 11:15 am

כמנהג בית אבותיו, מוז ער זיך קריגן מיט קערעסטיר, והדברים ידועים
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
באגי מען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 24, 2011 9:57 pm

תגובהדורך באגי מען » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 11:31 am

היינט געזעהן אין דרשות לחם שלמה (בדרשה לשבת שובה) אז הגה"ק מליסקא זי"ע האט זיך אויסגעדרוקט אויפן בעל רחובות הנהר אז מען איז אים מגלה תורה מן השמים.

רבבה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 20, 2010 11:06 am

תגובהדורך רבבה » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 1:42 pm

איך וויס נישט אין זעה נישט ווער ס'האט ח''ו פוגע בכבודו געווען אין כבוד פין הייליגען ליסקער רב זי''ע אז דער בנש''ק איז אזוי אויף גערעגט . אין
ס'איז ידוע כיון שבא לכלל כ... בא לידי טעות . קודם כל מיין פעטער דער בעל מעטה נפתלי איז נישט געווען רב אין קליינווארדיין נאר דיין אין מען
האט געריפען ר' נפתלי דיין . אין יעצט למען ההיסטורי' דער ישמח משה איז געקימען קיין איהעל שנת תקס''ח בחיי פין קאלעווער רב . אין איז
תיכף געווארען מראשי העם אין קונה געווען אין באצויבערט כלל ישראל מיט זיין גאונות דרשות אין צדקות . עהר איז געווען איין גרויסער פועל
ישועות געטיילט קמעות . אין כל גאוני אונגארען ובכללם החתם סופר חרדו לשמו . לאחר פטירתו איז געווען א שטיקעל הפסקה אין נכדו דער
ייט''ב לב האט איבער גענימען אין רוב רובו פין דיא חאסידישע יודען רבנים ומו''צ זענען געווען זיינע תלמידים .עהר איז געווען א מושלם אי''ש האשכולות א יחיד בדורו .בשעתו איז געווען מיין זיידע דער טאשער רב איין גרויסער רבי [אגב עהר איז געווען בקשרי ידידות מיט דעם ליסקער רב
וואס איז אויך געווען דער שדכן פין זיין טאכטער מיט דעם אלטען קאסאינער רב ]בזמן ההוא איז אויך דער קאמארנער אסאך געווען אין דיא געגענט
אין געהאט אסאך חסידים אין אנהעגער'ס אין גיטע פריינט . ממילא ציא זאגען אז דער ליסקער רב איז געווען דער איינציקער חאסידישער רבי
בזמנו אין אונגארען איז א ביסעל איבער געטריבען . בכלל דעם זיידען דעם בעל אפסי ארץ האט דער פעטער ר' נפתלי געברענגט קיין ליסקא
בכלל דארף מען וויסען אז אסאך רעבי'ס מגזע ראפשיץ וצאנז אין אפילו ר' דוד'ל טאלנער זענען געווען אין דיא געגענט דע ''ניר'' וויא סיא ווערט געריפען .אין לגבי דיא מציאות ווער ס'איז געווארען דער ''ממלא מקום'' פין הייליגען ליסקער רב .האט שוין דאס מציאות געפאסקענט . אין ס'איז
א שאד ציא טענ'ן .

ליסקא אייניקעל
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2011 9:27 pm

תגובהדורך ליסקא אייניקעל » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 2:32 pm

איך פארשטיי בכלל נישט וואס מ'נעמט מיך אן אזוי פעסעמיסטיש, איך האב בכלל נישט געזוכט פוגע זיין אדער מזלזל און הרה"ק ר' ישעי' מקערעסטיר זצ"ל
נאר לכבוד ההילולא האב איך געגעבן א באריכט די תלמידים מגדול החל ובקטן כולה,

דעיס וואס הרב פלאי שרייבט דברים ידועים, איז א גרויסע חידוש אז פונקט פאר מיך איז עס נישט געוועהן ידוע, מיין עלטער זיידע זצ"ל האדמו"ר רבי יוזפא מליסקא זצ"ל, ווער ס'האט עים געקענט נישט גערעד אויף קיינעם, און אויפ קערעסטיר נישט געלאזט רעדן, והא ראיה אז כ'האב און מיין לעבען נישט געהערט פון מיין זיידע די ליסקא רבי שליט"א אדער פון מיין עלטער פעטער די היבנוב'ער רב ורב דביה"ח מיימנאידיס זאלן רעדן אקעגן קערעסטיר, סאו פאר וואס איז עס אזוי ידוע, און פאר וואס נעמט מיך אן אפטימיסטיש,

ועוד, און נאכ מער, מיין זיידע איז געוועהן אנגעטראגען פאר האדמו"ר רבי בעריש מקערעסטיר זצ"ל און ביידע צדדים האבן מסכים געוועהן און געוואלט, נאר מסבב כל הסיבות האט אנדערש געוואלט, און זיי פלעגן זיין א גרויסע ידידות, און נישט ארויפ געברענג אלטע מחלוקת כדרכן של צדיקים, ועוד, אז מיין עלטער פעטער אב"ד היבנוב האט אים זייער אסאך ארויסגעהאלפן, און ער פלעגט שיקען יעדער פורים א מתנה פאר עים געוועהליך א אנדערע זילבערנע כלי אלס הכרת הטוב, ווי איז דער דברים ידועים????

אא"ז השערי הישר זצ"ל הי"ד איז געוועהן זייער נאנט מיט האדמו"ר הק' רבי מאיר יוסף רובין מקערעסטיר זצ"ל הי"ד געהערט פון גאר אסאך תלמידים, ווי למשל ר' ישעי' ריעדער וואס איז געוועהן נמנה מחסידי אא"ז ומחסידי קערעסטיר, וכן הרה"ח ר' וואלף צייזלער וואס איז אויך געוועהן מחסידי שניהם, און מ'האט קיינמאל נישט געהערט אדער געזעהן מ'זאל רעדן פון די מחלוקה, ווי זענען די דברים ידועים,???

לאמיר ארויפ גיין נאך א דור, אא"ז הטל חיים האט געהאט א סנדקאות און קערעסטיר, האט ער זיך געגעבן א רוף אן לאמיר אריינ גיין צו רבי ישעי'לע!! האט איינער זיך געגעבן א ריף וואס?? צו ר' ישעי'לע?? .... האט זיך די טל חיים בענוותונותו וואס כידוע העט ער בכלל נישט געזוכן צו פירן רעביסטווע, האט ער געזאגט, ער האט דיך פארט באדינט דער שווער געטריי!!!!!! אגב נכדי קערעסטיר ווייסען אויך פון די מעשה, און ס'גייט אריינגיין במופת הדור חלק שני,,,, הרב פלאי וואס איז דער דברים ידועים??????

קוק און הקדמה צום ספר נחלת הגרשוני היו"ל ע"י רבי גרשון אברהם גאלדבערגער זצ"ל אבדק"ק טיסא בערצעל, וואס זיינע קינדער שרייבען און זיין תולדות און די הקדמה וז"ל, מעולם לא דבר סרה על שום אחד ואפילו למי שציער משפחתו עכתו"ד הנצרך לענינינו, לכאורה מיינט עס קערעסטיר, און קיינער האט נישט מזלזל געוועהן, נא, וואס איז דברים ידועים,,???

צום שלוס ווייל כ'האב אפאר קאזינס וואס רעדן אביסעל מיינט נישט גארנישט??? און ס'ווערט נישט קיין דברים ידועים!!!!!

נאר כדלעיל כ'האב לכבוד די הילולא גאמאכט א רשימה פון גאר דערהויבענע תלמידים, און ס'איז א מיסטעיק נאר דערמאנען רבי ישעי'לע, ח"ו נישט געמיינט פוגע צו זיין, שאין זה דרך ומנהג אבותי ורבותי נבג"מ זי"ע!!!!!

הרב יגעתי ומצאתי האסט מיך געכאפט ביים ווארט וזהו לבד, ניין מיין זיידע האפ"ת איז חשוב בעיני און אלע עמודים, כ'אהב געמיינט צו שרייבען וזהו בלבד, איז פאר יענצ אליינס ודו"ק,

הרב רבב"ה, כאיך האב גראדע זייער ליב ווי דו האסט אראפגעלייקט די גולת הכותרת פון די אדמורי"ם ורבנים דא און אמעריקא, אבער דא גראזטו, דער ייט"ל איז קיינמאל נישט געוועהן א ממלא מקום פונעם ישמח משה, און נאכדערצו פאר האפ"ת, הראשון, כידוע אז דאס לעצטע מאל וואס האפ"ת האט געזעהן זיין רבי דער ישמח משה, האט עים דער י"מ געגעבן דריי מטבעות, און עים געזאגט דאס איז פאר ואת"ה מוש"ל בכ"ל, צווייטענס כידוע דאס התנגדות פון הגאון רבי ירמיה לעוו צום אפ"ת וועגן ער האט אלעס אוועקגענומען פון אים, הגם ער איז נישט געוועהן פון די חסידישע, און ביניהם הקוויטעל שרייבער של הי"מ רבי אברמי'לע, און הרה"ח רבי יהודה דייטש ועוד, און נישט דער ייט"ל, און כידוע איז באקאנט דער משה אז איינער איז געקומען צו הגאון ר' ירמיה לעוו, און געזאגט, רבי, מיין פערד איז ערגעץ אוועקגעלאפען, האט ער געזאגט, גיי קיין ליסקא וועסטו עס טרעפן, אלע פערד לויפען קיין ליסקא, וכך הוה, דער ייט"ל איז ערשט גרויס געווארן בסוף ימיו של האפ"ת ווען ער איז צירוק געקומן פון גאליציע,

מיט ענק דא דארף מען אונטער שטרייכען ח"ו מיין איך נישט פוגע זיין און דער ייט"ל, כידוע גודל החביבות בינו לבין האפ"ת, והתשובה בהשיב משה שכ' הייט"ל להאפ"ת יוכיח, ואכמ"ל,

אמת סאיז געוועהן גאר גרויסע, אבער ער איז לכאורה געוועהן די גרעסטע בימיו, כ'האב געבעטן מגיב צו זיין בדברים של טעם, און האטס מיך נישט ארויס פונקט פארקערט, און מיש מיך נישט אריין און מחלוקת וואס מנהג אבותי איז געוועהן אלא השלום,

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 2:40 pm

דער ליסקא רבי שליט"א האט שוין בר מצוה געמאכט אן אייניקל?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

ליסקא אייניקעל
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2011 9:27 pm

תגובהדורך ליסקא אייניקעל » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 2:44 pm

ער האט שוין חתונה געמאכט צוויי איניקלעך, און האט א דריטע אויף די רייע, גאר א חשובע בחור

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4542
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 2:52 pm

בע"ה לכבוד ההילולא, דאס איז נאך בעסער פון משקה.

יענער טרונקט און איך בין שיכור...
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19461
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 3:15 pm

כאפ איך נישט, ר' ירמי' לעוו האט זיך גענויטיגט אין "חסידים"?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט