רבי מנחם מענדיל מקאסוב זצ"ל האהבת שלום - י"ז חשון

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מאנטאג נובעמבער 10, 2014 1:53 pm

ארויפגעברענגט לרגל יומא דהילולא קדישא. זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל.
אין וויזניץ איז באוויסט עפעס א מאמר פונעם אמרי חיים זצ"ל אז ווען מ'וואלט געוויסט ווי גרויס דער טאג איז מסוגל אויף ישועות וואלט מען געקומען צו לויפן מיט קוויטלעך פון אלע עקן וועלט (עפעס אזוי...). ווייסט עמיצער עפעס מער איבער דעם? א קלארע מקור? אן עובדא דערוועגן?
הנותן לשכוי בינה...

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

תגובהדורך סתם אזוי » מיטוואך יוני 24, 2015 2:35 pm

געוויסע אייניקלעך פונע'ם אהבת שלום זי"ע גייען נישט ארויף לציון קדשו, ווייסט איינער א פונקליכע טעם?
ס'דא עפעס א מעשה אז זיין זוהן די הייליגער תורת חיים זי"ע איז אמאל ארויף צו זיין ציון און דער פאטער דער אהבת שלום האט אים עפעס געזאגט אז ס'איז אים זייער איינגענעם דארט אויבן און ער וויל אז ער זאל אויך קומען, זייט דעמאלטס איז ער מער נישט געגאנגען.
ווייסט איינער מער פרטים?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: אין דער וואקאציע הויז
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך יוני 24, 2015 2:37 pm

סתם אזוי האט געשריבן:געוויסע אייניקלעך פונע'ם אהבת שלום זי"ע גייען נישט ארויף לציון קדשו, ווייסט איינער א פונקליכע טעם?
ס'דא עפעס א מעשה אז זיין זוהן די הייליגער תורת חיים זי"ע איז אמאל ארויף צו זיין ציון און דער פאטער דער אהבת שלום האט אים עפעס געזאגט אז ס'איז אים זייער איינגענעם דארט אויבן און ער וויל אז ער זאל אויך קומען, זייט דעמאלטס איז ער מער נישט געגאנגען.
ווייסט איינער מער פרטים?

זאגסט דאך דער מעשה, וואס איז שייך מער פרטים?
איך בין אויף וואקאציע פאר א וויילע, זע דא. אויב איינער ברויך מיין הילף קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

תגובהדורך סתם אזוי » דאנארשטאג יוני 25, 2015 3:03 pm

זיי זאגען אז דער אמרי חיים פלעגט זאגן אז מ'ווייסט נישט קיין פונקטליכע טעם פארוואס מ'גייט נישט ביי אונז ארויף, משמע די מעשה איז נישט אמת אדער וואס.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2355
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

נכדי הט"ז

תגובהדורך נחוניא » זונטאג אוגוסט 30, 2015 3:00 pm

אין ספר אבן שתיה ווערט געברענגט אז די רביצין פון רבי קאפל חסיד איז געווען אן אייניקל פון רבי שלמה הלוי דער זון פונעם טורי זהב.
אין די נייע מהדורה האט מען צוגעלייגט אז דער ט"ז איז געווען אן איידעם פונעם ב"ח.
די שאלה איז נאר צו דער ר' שלמה איז טאקע געבוירן פונעם ערשטן זיווג פונעם ט"ז.

בשום אופן
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 15, 2015 9:19 am

תגובהדורך בשום אופן » זונטאג אוגוסט 30, 2015 3:16 pm

סתם אזוי האט געשריבן:געוויסע אייניקלעך פונע'ם אהבת שלום זי"ע גייען נישט ארויף לציון קדשו, ווייסט איינער א פונקליכע טעם?
ס'דא עפעס א מעשה אז זיין זוהן די הייליגער תורת חיים זי"ע איז אמאל ארויף צו זיין ציון און דער פאטער דער אהבת שלום האט אים עפעס געזאגט אז ס'איז אים זייער איינגענעם דארט אויבן און ער וויל אז ער זאל אויך קומען, זייט דעמאלטס איז ער מער נישט געגאנגען.
ווייסט איינער מער פרטים?
כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א וואס איז א אייניקעל גייט יא ארויף צום ציון ער טענהט אז דער אהבת שלום דארף איהם נישט האבען וד"ל

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2355
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

בת חורגו של רבי יעקב שמשון מקאסוב

תגובהדורך נחוניא » מוצ"ש דעצמבער 26, 2015 7:11 pm

לפי המובא במלואת אבן לספר אבן שתיה היה להרבנית חוה זווש"ל של הרה"ק ר' יעקב שמשון מקאסוב בת שנולדה לה מבעלה הראשון, ובשנת תר"צ עוד היתה בין החיים.
האם יש למישהו פרטים עליה ועל משפחתה?

מה ידידות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » זונטאג דעצמבער 27, 2015 9:30 am

נחוניא האט געשריבן:לפי המובא במלואת אבן לספר אבן שתיה היה להרבנית חוה זווש"ל של הרה"ק ר' יעקב שמשון מקאסוב בת שנולדה לה מבעלה הראשון, ובשנת תר"צ עוד היתה בין החיים.
האם יש למישהו פרטים עליה ועל משפחתה?

מי היה בעלה הראשון?
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2355
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » זונטאג דעצמבער 27, 2015 1:09 pm

מה ידידות האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:לפי המובא במלואת אבן לספר אבן שתיה היה להרבנית חוה זווש"ל של הרה"ק ר' יעקב שמשון מקאסוב בת שנולדה לה מבעלה הראשון, ובשנת תר"צ עוד היתה בין החיים.
האם יש למישהו פרטים עליה ועל משפחתה?

מי היה בעלה הראשון?

הרה"צ ר' נחום ב"ר ישראל נכד של הדגמ"א.

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1468
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » זונטאג מאי 15, 2016 10:44 am

דא אין אמעריקא איז געווען א רב ר' גרשון האגער בן ר' מנחם מענדל מזאבלטוב, ער איז געווען רב אין טויסטע פולין, דערנאך אין בי"ד אין ווין, דערנאך אין ניו יארק, ארויסגעגעבן א ספר 'זכות אבות'.
ער האט געוואוינט אויף 122 norfolk
געהאט א בן יחיד ר' שמואל נעבעך אומגעבראכט געווארן דורך די רוצחים הי"ד.
רמ"מ מזאבלטוב ב"ר יעקב מזאבלטוב ב"ר דוד מזאבלטוב ברמ"מ מקאסוב
צוגעלייגטע
21-4243.jpg

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1468
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » זונטאג מאי 15, 2016 10:50 am

יעצט זע איך אז אויף זיין מצבה ווערט נישט אויסגערעכנט דעם ספר.
גראדע איז דער ספר געשריבן זייער ערליך צו ערוועקן די אמעריקאנע אידן צו שמירת התורה והמצוות מיט אמונה ועיקרי הדת אויף אלע דריי שפראכן, לה"ק אידיש ענגליש.
אינטערסאט צו זען וואס ער שרייבט וועגן שבת, פארוואס פרנסה איז נישט קיין תירוץ, אביסל נוגע היינט לחכמת הטעכנאלאגיע..

בילד
בילד

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am

תגובהדורך יום זה מכובד » דינסטאג יולי 25, 2017 4:33 am

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:
שמואל'יק'יל האט געשריבן:דער היינטיגע רבי'ס וואס זיי זענען קאסובער אייניקלעך , וואס כ'האב געטראפן ביז יעצט


כ"ק אדמו"ר מויזשניץ ב"ב שליט"א

כ"ק אדמו"ר מויזשניץ מאנסי שליט"א

כ"ק אדמו"ר מסערעט ויזשניץ שליט"א

כ"ק אדמו"ר מאנטעניא שליט"א

כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א

כ"ק אדמו"ר מבאהוש שליט"א

כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א

כ"ק אדמו"ר מוואסלוי שליט"א

כ"ק אדמו"ר משאץ ויזשניץ שליט"א

כ"ק אדמו"ר מסאווראן שליט"א


ווער ס'האט וואס מוסיף זיין תבוא עליו הברכה
גם האחים האדמורים מגאלאנטא ומבארשטין הם קאסובער אייניקלאך : אביהם רבי זיידא אייכנשטיין מבארשטין-פאדהייץ, בן הרה"ק רבי יצחק א. מנחם מפאדהייץ, חתן הרה"ק רבי נחום מבארשטין-סטרעטין,חתן הרה"ק רבי צבי הירש מפאנטשניזין,בן הרה"ק מזאבלטוב, בן האהבת שלום זי"ע.

הרה"ק רבי משולם זוסיא מטשערנאביל זי"ע (אגב, יומא דהילולא דיליה טו"ב מרחשון - יו"ד האהבת שלום מקאסוב) בן הרה"ק רבי חיים יצחק מלאיעוו זי"ע בן הרה"ק רבי אברהם יהושע העשיל מלאיעוו זי"ע חתן הרה"ק רבי יעקב מדעליטין זי"ע חתן הרה"ק רבי פינחס יוסף דאכנער שפירא זי"ע חתן הרה"ק התורת חיים מקאסוב זי"ע

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am

תגובהדורך יום זה מכובד » דינסטאג יולי 25, 2017 4:35 am

ווייסט איינער א מקור צו די מימרא אז י"ז חשון יא"צ פון אהבת שלום קען מען געבן א קוויטל פאר זיינס א אייניקל?

שבת יוד
שר העשר
תגובות: 21
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 30, 2017 3:05 pm

עלייה לציונו של האהבת שלום זי''ע

תגובהדורך שבת יוד » דינסטאג יולי 25, 2017 11:32 am

עלייה לציון האהב''ש 1-001.jpg
עלייה לציון האהב''ש 1-001.jpg (297.72 KiB) געזעהן 1816 מאל
עלייה לציון האהב''ש 2-001.jpg
עלייה לציון האהב''ש 2-001.jpg (329.79 KiB) געזעהן 1816 מאל
לפעול ביום יז חשון-001.jpg
לפעול ביום יז חשון-001.jpg (323.54 KiB) געזעהן 1816 מאל
עלייה לציונו הק' ולפעול ישועות ביום היארצייט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25462
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 10:52 am

זוכענדיג אינפארמאציע איבער א קאסובער אייניקל וועלכער האט געהאט א ביהמ"ד אין קראון הייטס אין די תש"י יארן:
viewtopic.php?p=1541605#p1541605

האב איך געטראפן א בילד פון א מצבה אינעם אלטן ראטשילד ביה"ח אין ירושלים פון א געוויסן הרב יצחק מאיר הגר - איז דאס א קאסובער אייניקל?
צוגעלייגטע
8422073.jpg
8422073.jpg (310.6 KiB) געזעהן 1399 מאל

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 12:13 pm

מיללער האט געשריבן:זוכענדיג אינפארמאציע איבער א קאסובער אייניקל וועלכער האט געהאט א ביהמ"ד אין קראון הייטס אין די תש"י יארן:
viewtopic.php?p=1541605#p1541605

האב איך געטראפן א בילד פון א מצבה אינעם אלטן ראטשילד ביה"ח אין ירושלים פון א געוויסן הרב יצחק מאיר הגר - איז דאס א קאסובער אייניקל?

וונדר שרייבט (כנראה ע"פ איין אנדערע מקור, ווייל ער ווייסט נישט דער יאהר וואס ער איז אוועק) אז ער איז געוועהן בן בתו פון ר' מענדל מדאמיטש ב"ר דוד מזאבלטוב. ער האט אויך געהאט א ברודער, ר' אברהם יהושע העשיל.

תחשוב טוב
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 11:20 pm

תגובהדורך תחשוב טוב » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 12:26 pm

מיללער האט געשריבן:זוכענדיג אינפארמאציע איבער א קאסובער אייניקל וועלכער האט געהאט א ביהמ"ד אין קראון הייטס אין די תש"י יארן:
/forum/viewtopic.php?p=1541605#p1541605

האב איך געטראפן א בילד פון א מצבה אינעם אלטן ראטשילד ביה"ח אין ירושלים פון א געוויסן הרב יצחק מאיר הגר - איז דאס א קאסובער אייניקל?

נישט דא נאך הגר'ס, אלע הגר'ס היינט זענען קאסובער אייניקלעך

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 12:42 pm

לויט JRI האט ר' יוסף דוד געהייסן 'ניישטאדט', אבער אין אנדערע רעקארדס 'האגער' ווי זיין שווער! ביידע זיהן זענען געווען איידימעס ביי שווערס וואס האבן געהייסן 'לוטוואק' פון ברעזנא - ר' אברהם יהושע העשיל ביי איינער ר' מרדכי, ר' יוסף דוד ביי איינער ר' בערל.

תחשוב טוב
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 09, 2014 11:20 pm

תגובהדורך תחשוב טוב » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 6:44 pm

מיללער האט געשריבן:זוכענדיג אינפארמאציע איבער א קאסובער אייניקל וועלכער האט געהאט א ביהמ"ד אין קראון הייטס אין די תש"י יארן:
/forum/viewtopic.php?p=1541605#p1541605

האב איך געטראפן א בילד פון א מצבה אינעם אלטן ראטשילד ביה"ח אין ירושלים פון א געוויסן הרב יצחק מאיר הגר - איז דאס א קאסובער אייניקל?

שוין געשיקט א פאר שעה צוריק, סאיז נישט דערעך זעי איך יעצט, סאווראן'ע אייניקל איידעם געווען דאכט זיך ביי ר' דוד מזאבלטוב, זיינע קינדער האבן איינמאל איבערגעדריקט די ספר אהבת שלום

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג אוקטובער 31, 2017 9:58 pm

"יצחק מאיר"'ס זענען פארהאן ביי די סאווראנער אייניקליך, אבער ר' יצחק מאיר ב"ר יוסף דוד הנ"ל איז געוועהן איין אייניקל פון ר' דוד'ל זאבלטובער דורך זיין זוהן ר' מענדל, כמוש"כ לעיל.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

צאצאי רבי דוד מזאבילטוב

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג פאברואר 11, 2018 5:10 pm

קען עמיצער ביטע אויסרעכענען די קינדער פון רבי דוד זאבילטוב'ער?

א דאנק
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4606
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » זונטאג פאברואר 11, 2018 5:14 pm

פון וויקי:

בני רבי דוד מזבלטוב


1) רבי צבי הירש מפיטשניזין חתן רבי אברהם חיים מלינסק. לאחר פטירת אביו החל לכהן בפיטשניזין. לאחר פטירתו מילא את מקומו בנו רבי גרשון. מחתניו של רבי צבי הירש היה רבי נחום מבורשטין.

2) רבי מנחם מנדל מדאמיץ' (פרבר של זבלטוב). חסידיו היו מועטים. נפטר ללא בנים. נכדו רבי אברהם, בן חתנו רבי יוסף דוד (מגזע אליק), מילא את מקומו. נרצח עם קהילתו בב' בטבת תש"ב וסירב להצעת קצין הונגרי להצילו.

3) רבי יחיאל מיכל מסטרוז'ניץ, חתן רבי אלעזר מבעלז. היו לו חסידים רבים. בנו רבי שלום מילא את מקומו. כיהן ברבנות במאלד בנילה שבבוקובינה. בזמן מלחמת העולם השנייה ברח ללונדון בה נפטר. נקבר בבית העלמין נחלת יצחק בגבעתיים. חתנו היה קרובו, רבי אלעזר רוקח מלוביטש. בנו של רבי שלום, רבי יחיאל מיכל מילא את מקומו. נפטר בט' בחשוון תשל"ב ונקבר על יד אביו.

4) מרת שיינא רחל אשת רבי יצחק מבוהוש

5) מרת יוכבד אשת רבי ישראל הורביץ מבארנוב.

6) מרת פעליא רבי ברוך בן רבי שמעון שלמה מסאווראן

צאצאי חתנו רבי ברוך משמשים כיום באדמו"רות סאווראן אך ללא חסידים.

צאצא של רבי דוד מזבלטוב, רבי בן ציון הגר (כ"ג בשבט תש"א - כ' בתשרי תשע"א) כיהן תקופה בשנות ה-90 של המאה ה-20 כאדמו"ר מזבלטוב בשכונת ארזי הבירה בירושלים. בנו רבי משה לייב החל לכהן לאחר פטירתו בבית שמש.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 22 געסט