רבי שלום רוקח ה'שר שלום' מבעלזא זצ"ל - כ"ז אלול תרט"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

חוקר משפחות
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2016 9:19 am

רבי שמואל וואהרמאן

תגובהדורך חוקר משפחות » דינסטאג יוני 21, 2016 4:38 pm

מיללער האט געשריבן:אפשר קען מען דא אויסערעכנען בני וחתני הרה"ק השר שלום זצ"ל וצאצאיהם לדורותיהם?
-


אויף קברים.קאם האמיר א שמועס איבער א רב ר' ישראל טאבאק חתנו של הג"ר יעקב איסקאלסקי, אנגעבליך איז ר' ישראל ב"ר דוד מטשערנאוויץ געווען אן אייניקל פונעם שר שלום דורך זיין זון דער בכור ר' אלעזר, ר' אלעזר האט געהאט צוויי טעכטער שרה דבורה און מלכה, סיי ר' חיים דוד טאבאק פון טשערנאוויץ און סיי זיין ווייב מרת צירל פעסיל טאבאק-וואהרמאן זענען געווען אייניקלעך פון ר' אלעזר בן השר שלום, איינער פון איין טאכטער און דער אנדערער פונעם אנדערען טאכטער.

אפשר קענען חברי עדתינו ארויסהעלפן צו טרעפן די פעלנדע חוליות פונעם גאלדענעם קייט?

מקור השיחה:
http://kevarim.com/rabbi-yaakov-eskolsk ... ment-33243


הרב מיללער מביא מקברים אזכור של "צירל פעסיל" טאבאק-וואהרמאן, שהתייחסה לר' אלעזר בן השר רבי שלום מבלז.

ב-JRI אנו מוצאים ברשומות זידיטשוב את "שמואל וואהרמאן", זו' רבקה הענא, בתו של רבי אלכסנדר סנדר לאבין (זו' שרה דבורה בת רבי אלעזר רוקח בן השר מבלז), ב"ר יעקב נפתלי הירץ לאבין חתן העט"צ.

ממה שהצלחתי ללקט ברשומות, ילדיהם: (א) (אולי) חוה, זו' ר' יעקב שטרנהל בהורודנקא (ב) צבי הירש וואהרמאן, תרכ"ה - תרמ"ח (ג) (אולי) חיה, זו' ר' משה ישראל איסר ווייסבלום [איך קשור למשפחת הנו"א??], כנראה היא "חיה פראדיל" שנטמנה בהר הזיתים, כ"ב אייר תש"ד, ועל מצבתה יחוסה לזידיטשוב, בלז, ליז'נסק [ואם כן, מדוע נרשם יחוסה לליזנסק אם זהו יחוס בעלה??] (ד) שלמה, תרמ"א - תרנ"ז (ה) פרל, נולדה תרמ"ז (ו) איידל, נולדה תרמ"ט (ז) אליעזר, נולד ונפטר תרנ"א.

והשאלות:

1. האם צירל פעסיל טאבאק-וואהרמאן היא עוד בת של ר' שמואל ורבקה הענא, ומכאן יחוסה לר' אלעזר בן השר שלום?

2. מיהו ר' שמואל וואהרמאן מזידיטשוב ? האם התייחס לדע"ק ? האם ר' שמואל היה בנו של בן הדע"ק (לא ידוע בשמו), שלפי וונדר נשא לאשה את בתו של ר' יעקב נפתלי הירץ לאבין (וזה יסביר מדוע לא נכתב על ר' שמואל שהגיע מעיירה אחרת, שהרי לפי גרסה זו נולד בזידיטשוב)? ואם כן, מדוע לא נרשם יחוס זה על מצבת בתו(?) חיה פראדיל בהר הזיתים?

3. מיהו ר' משה ישראל איסר ווייסבלום מזידיטשוב, בעלה של חיה הנ"ל, וכיצד התייחס לליז'נסק. מדוע נרשם יחוס זה על מצבת זוג'?

4. ובאותו עניין -- מיהי "שרה וואהרמאן מנדבורנא", אשתו בנישואיו השניים של ר' משה לאבין [בנו של ר' ישראל יוסף לאבין (חתן המהרי"א מזידיטשוב), בנו של ר' יעקב נפתלי הירץ לאבין חתן העט"צ]. גרו לפי הרשומות בזידיטשוב ובדרוהוביטש. כיצד קשורה לדע"ק?

חסיד כהלכה
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2016 4:28 pm

תגובהדורך חסיד כהלכה » מיטוואך יוני 22, 2016 3:17 am

יש סיפור שהבריחו את אדמו"ר מהר"י זי"ע לאחר פטירתו לתוך בעלז על הכתפיים. שמעתי שזה הי' הרה"ח ר' יקותיאל צבי ראטה ז"ל
האם הסיפור נכון, ומה הם הפרטים?
חוץ מזה שהושיבו אותו על הרכבת בעת שבאו לבדוק כרטיסים.
איפה אפשר לברר סיפורים אלו?

אוועטאר
געדיך אוואש
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

תגובהדורך געדיך אוואש » זונטאג יוני 26, 2016 3:27 am

חסיד כהלכה האט געשריבן:יש סיפור שהבריחו את אדמו"ר מהר"י זי"ע לאחר פטירתו לתוך בעלז על הכתפיים. שמעתי שזה הי' הרה"ח ר' יקותיאל צבי ראטה ז"ל
האם הסיפור נכון, ומה הם הפרטים?
חוץ מזה שהושיבו אותו על הרכבת בעת שבאו לבדוק כרטיסים.
איפה אפשר לברר סיפורים אלו?

מאדנע... אויפן אקסל? וואס עפעס?
ר' יקותיאל הערש ז"ל איז געווען גאר א חשוב'ע איד, אין בעלזא האט מען שטארק מכבד געווען זיינע אייניקלעך, אבער מאדנע איז ער נישט געווען.
אויף זיין מצבה שטייט אז ער איז געווען פון די מנין בשעת יציאת נשמה, און נישט אז ער האט אים געטראגן אויפן אקסל (אגב, ווארשיינליך איז דאס א נייע מצבה וואס מ'האט לעצטענס געמאכט, נישט די ארגינעלע וואס מ'האט געלייגט לכתחילה).

ס'דרייען זיך ארום גירסאות אז בעלזער רב זי"ע איז נסתלק געווארן נאך אין וויען, און דאס עצם ארויפלייגן אויפן באן איז שוין געווען אומלעגאל, און דערפאר האט מען געדארפט שפילן ביים ארויפגיין אויפן באן כאילו ער לעבט, אבער אנגענומען איז אז ער איז נסתלק געווארן ערשט אויפן באן נאכן ערשטן סטאנציאן נאך וויען. רב פאדווא זצ"ל פון לאנדאן פלעגט אזוי פארציילן (מאמענטואל געדענק איך נישט די נאמען פונעם סטאנציאן וואס רב פאדווא פלעגט זאגן אז דארט איז דער מיטעלער רב נסתלק געווארן), נאר היות אין גאליציא האט מען געדארפט איבערשטייגן צו אן אנדערן צוג האט מען עס געדארפט אויסבאהאלטן לענגאויס די גאנצע וועג.
אבער אז מען זאל אים האבן געטראגן אויפן אקסל איז נישט עולה על הדעת.

זיינע אייניקלעך ווייסן טאקע צו זאגן אז זיי זענען בעלזער אייניקלעך, אבער זיי ווייסן נישט ווי אזוי. אין איינע פון די קובצים "עתיקות" איז טאקע דא א בריוו פון אן אייניקל ווי ער דערמאנט דאס.
עס איז אבער מערקווערדיג, אז אין בעלזא ביי מרן מהר"א זי"ע האט מען זיי מכבד געווען אלץ אייניקלעך פון ר' יקותיאל הערש, לויט ווי ער דערמאנט דארט אין בריוו, און נישט אלץ בעלזער אייניקל.

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » זונטאג יוני 26, 2016 1:28 pm

עיין כאן
צוגעלייגטע
alei zikoroin בעלז.pdf
(125.92 KiB) דאונלאודעד 148 מאל

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דינסטאג יוני 28, 2016 10:51 am

די פריערדיגע אטעטשמענט איז נישט געווען גוט
איך לייג עס דא איבער
ייש"כ פארן מעורר אין אישי
https://www.dropbox.com/s/5bdi94nuvhu9u ... ikoroin%20בעלז.pdf?dl=0

מינצקער
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 3:47 pm

תגובהדורך מינצקער » דאנארשטאג יולי 21, 2016 3:31 pm

הסרפד האט געשריבן:יא, דער נאראלער רב איז געוועהן איין אייניקל בן אחר בן פון משפחת ריינמאן, רבני נאראל מדור דור.

אין זה נכון הוא היה בן ר' דוב בעריש ריינמאן בן ר' שלום ריינמאן (חתן ר' שמואל אהרן מקראטשין) אב"ד נאראל בן ר' יצחק משולם זלמן ריינמאן אב"ד נאראל שקיבל השם ריינמאן ורבנות בנאראל מחוחנו ר' אברהם ריינמאן אב"ד נאראל מדור דור.
ור' יצחק משולם זלמן היה בן ר' דוב בעריש ניימרק מצאצאי ר' זלמן מירליס חותנו של החכם צבי.

מינצקער
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 3:47 pm

תגובהדורך מינצקער » דאנארשטאג יולי 28, 2016 4:19 pm

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:מצאתי תמונת מצבת רבי ישכר דוב רוקח מלובאטשוב ועם מציבת הרבנית חנה אסנת (בת?) על הביה"ח בעיר לובאטשוב, ושם נטמן גם בתם הצעירה שרה בילא שנפטרה בשנת תר"פ.
http://lubaczowcemetery.blogspot.ca/201 ... _6284.html
כאמור לעיל היה רבי ישכר דוב בנו של רבי משה רוקח מקארוב בן השר שלום מבעלזא זצ"ל.

המצבה: (אפשר קען עס איינער מעתיק זיין?)


אויבן:
נפטר יום ש"ק [שבת קודש] כ"ד ימים לחוד' ניסן תרפ"ח

פ"נ
יום השבת נהפך לנו לתוגה
שברינו גדול, לבכות מאין הפוגה
כי נלקח מאתנו מחמד עינינו
רבינו ישכר דוב נלכד בשחיתותינו

דוה כל לב על מבחר שנותיו
ויבכיון כל מי ששמע תפלותיו
באביב ימיו נקטף בעוד בו כוחותיו

ה"ה הרה"צ חו"פ בנש"ק מו' ישכר
דוב זצ"ל בן הה"צ המפורסם מו"ה
משה רוקח זצלה"ה מ"מ דק' קארוב
נכד רבינו אור ישראל וקדושו מ' שלום
רוקח זצלה"ה אבד"ק בעלזא
תנצב"ה


בילד

נתפרסם אח"כ בקובץ אור הצפון קובץ ע (ניסן תשע"ה)

באר מים
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 7:14 am

תגובהדורך באר מים » פרייטאג אוגוסט 05, 2016 7:37 am

חסיד כהלכה האט געשריבן:רייזל ראטה אשת הרה"ח ר' יקותיאל צבי ראטה פון די שטאט וויען.
אויף איר מצבה שטייט אז זי איז 'בתש"ק נו"נ לבית בעלזא'. זעט אויס אז איר מאמע 'חי'ה ליפשא' אשת ר' שלום פי מכיר פון די שטאט 'סקאהל' איז געווען אן אייניקעל פון שר שלום זי"ע.



ריזל נולדה בערך שנת תרי"א אביה היתה ר' שלום פינאקער [כך כתוב בJRI] וי"א בן יקיר . בן ר' נחמן דוד , היחוס לבעלזא כפי המקובל היא דרך אמה חיה ליפשא ועל פי השנים צריכה היא להיות בת לאחד מבני או בנות השר שלום כי אם לא כן לא מסתבר לפי השנים

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » פרייטאג אוגוסט 05, 2016 11:30 am

דרךהמלך האט געשריבן:די פריערדיגע אטעטשמענט איז נישט געווען גוט
איך לייג עס דא איבער
ייש"כ פארן מעורר אין אישי
https://www.dropbox.com/s/5bdi94nuvhu9u ... ז.pdf?dl=0

צו באמערקן אז אין יאר תר"נ האט נאך ר' יקותיאל צבי געוואוינט אין סקאהל ווען עס איז דעמאלט געבוירן זיין טאכטער שרה מינדל. ווייטער ביי די הסתלקות פון הרה"ק ר' יהושע מבעלזא כ"ג שבט תרנ"ד האט ער שוין געוואוינט אין וויען. [יתכן אז באמת איז ער נאר מיטגעווען ביי די הסתלקות, און ערשט שפעטער זיך געצויגן קיין וויען, וצ"ב].

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 3:31 pm

מצבת הרה"צ ר' זינדל ישכר דוב רוקח מלינסק זצ"ל בהר המנוחות (מול ציון קדשו של מהר"א מבעלזא זי"ע)

IMG_2875.JPG

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

שנות חייו של ר' טודרוס מנעמירוב

תגובהדורך הסרפד » זונטאג אפריל 30, 2017 12:29 pm

ווייס איינער צו עס שטייט ערגעץ ווען ר' טודרוס מנעמירוב - ובסוף ימיו בראווא - איז אוועק?

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » מאנטאג מאי 01, 2017 4:44 pm

ב' דפסח

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג מאי 01, 2017 5:19 pm

ייש"כ!
מיר אינטערעסירט אבער בעיקר די יאהר.
(אין ספרי התולדות - אלפסי, וונדר? - שטייט אז ר' טודרוס האט זיך באזעצט אין ראווא נאכ'ן ערשטען וועלטס קריעג, דהיינו אז אין תרע"ח האט ער נאך געלעבט. מיינס א קרוב וואס האט געהייסן 'טודרוס' איז געבוירן אין ראווא תרע"ט בערך, האב איך געוואלט וויסן צו ער האט געקענט הייסן האך ר' טודרוס'ן - און אט, איך טרעף אין ערגעץ נישט די יאהר פון זיין פטירה!)

אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

תגובהדורך וואנאוויטשער » מיטוואך מאי 17, 2017 6:00 pm

משה אמת ותורתו האט געשריבן:
מונח אתנחתא האט געשריבן:הפלא ופלא.

מסורת רבת שנים בבית בעלזא, מייחסת את רבי משה רוקח מזלאטשוב - אבי אביו של ה"שר שלום" - כחתנו של רבי נפתלי כ"ץ בעל ה"סמיכת חכמים".

והנה לפתע פתאום גילו ב"אור הצפון", שלא ה"סמיכת חכמים" חותנו של זה האיש משה, כי אם רבי נפתלי אחר אשר שמו וזהותו נעלם מאתנו...

ויהי לפלא ולתעלומה!


כותב המאמר הנכבד שלח לי את הלינק הלזה: http://www.academia.edu/4364068


אויב בעלזא זענען נישט אייניקלעך פון די סמיכת חכמים, איז וויאזוי איז די רעבעצן פון ערשטע באבאבער רב יא אן אייניקל פון די סמיכת חכמים ???
אויף איר מצבה שטייט דאך מגזע גאונים בעל סמיכת חכמים...
ס'מיינט אוודאי דורך משפחת רוקח...
צוגעלייגטע
לכידה.JPG
לכידה.JPG (36.74 KiB) געזעהן 3116 מאל
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א

איטשע
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:55 am

אין אור הצפון ברענגט ער אז דער טעות האט זיך שוין אנגעהויבן תרמ״ג, די מצבה איז שוין 19 יאר שפעטער.

אוועטאר
געדיך אוואש
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

תגובהדורך געדיך אוואש » מאנטאג מאי 29, 2017 6:03 pm

אפשר נאך פריער...
ווייל מינדל טאלטשינסקי ע"ה פון פראנקפורט - א ניכטע פון ערשטן בעלזער רב (אייניקל פון א ברודער), וואס תרמ"ג איז זי שוין געווען א באקאנטע פערזענליכקייט און בעלת צדקה, האט זיך פאררופן אלץ אייניקל פונעם סמיכת חכמים, און אפילו געהאט אין איר באזוץ א בילד פונעם סמיכות חכמים וואס זי האט גע'ירשנ'ט פון אירע עלטערן... (זעה אגרות סופרים מכתב כ"א, ווי דער מו"ל שרייבט אז ער האט עס געזען ביי איר אין פראנקפורט)

איטשע
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » זונטאג יוני 04, 2017 11:08 am

זי האט רואיגערהייט געקענט זיין אן אייניקל פון אן אנדער צד

אוועטאר
געדיך אוואש
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

תגובהדורך געדיך אוואש » זונטאג יוני 11, 2017 2:44 am

אין ספר נודע בשיעורים פון ר' חיים נאה ווערט געברענגט די עדות פון זיין איידעם ר' משה זילבער ע"ה וואס האט באגלייט דעם בעלזער רב פון אונגארין קיין ארץ ישראל, שרייבט ער דארט אז ווען בעלזער רב איז געווען אין איסטאנבול האט ער געשיקט דעם ברידער דער בילגורייער רב זאל גיין בשליחותו צום ציון פון סמיכות חכמים ווייל ער איז א אייניקל.
וזה לשונו:
"בימים הבאים ביקש האדמו"ר מבעלזא מאחיו האדמו"ר מבילגוריא לגשת לציונו הק' של בעל הסמיכת חכמים שהוא נצר שלו ומפאת חולשתו אינו יכול להשתטח בעצמו, ולאבא ציווה להשאר איתו. כשחזרו בירך הרבי את כולם שיעברו את המלחמה בשלום בזכות הצדיק זקינו"
נישט מסתבר אז ר' משה זאל אליין באקן אזעלכע געשיכטעס.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » זונטאג יוני 11, 2017 9:02 am

אפשר האט מהר״א מבעלז טאקע געמיינט אז ער איז אן אייניקל.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » זונטאג יוני 11, 2017 11:18 am

דער בעלזער רב איז געווען זייער הייליג, אבער נישט הייליגער ווי רבי יהודה הנשיא הנקרא רבינו הקדוש, מסדר המשניות, וואס האט אויך נישט פונקטליך געוויסט זיין יחוס.

[הוספה: למתמיהים, תגובתי יועד למגיב שנמחק תגובתו, והמ״י]

אוועטאר
געדיך אוואש
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

תגובהדורך געדיך אוואש » מאנטאג יוני 12, 2017 12:41 am

איך האב זייער נישט קיין חשק נאכאמאל אריינצוגיין אין דעם דיסקאסיע, אבער ביי א בעלזער חסיד איז קלאר ווי די טאג, אז אויב האט דער רב ז"ל געזאגט אז ער איז א אייניקל פון סמיכות חכמים, האט ער דאס נישט געזאגט ווייל ער האט דאס חוקר געווען, נאר ווייל דאס האט ער מקובל במסורה מדור דור.
אז איר ווילט זיך דינגען צו בעלזער רב האט בכלל געזאגט אז ער איז א אייניקל פון סמיכות חכמים, קען מען רעדן, אבער אויב האט ער דאס געזאגט, איז בכלל נישט דא וואס צו דן זיין דערויף. דער בעלזער רב האט נישט געמאכט אזעלכע טעותים. פינטל.

אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 414
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

תגובהדורך וואנאוויטשער » מאנטאג יוני 12, 2017 5:13 am

אפילו אויב מ'וועט פארשליסן אז די בעלזער רב איז נישט געוועזן אן אייניקל פון סמיכת חכמים דורך די שווער פון רבי משה רוקח מזלאטשוב,
דאך אפשר איז ער געוועזן אן אייניקל דורך אן אנדערע צווייג... (גיי פרעג מיר אפ)...
לעצט פאראכטן דורך וואנאוויטשער אום מאנטאג יוני 12, 2017 5:43 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א

איטשע
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג יוני 12, 2017 5:42 am

געדיך אוואש האט געשריבן:איך האב זייער נישט קיין חשק נאכאמאל אריינצוגיין אין דעם דיסקאסיע, אבער ביי א בעלזער חסיד איז קלאר ווי די טאג, אז אויב האט דער רב ז"ל געזאגט אז ער איז א אייניקל פון סמיכות חכמים, האט ער דאס נישט געזאגט ווייל ער האט דאס חוקר געווען, נאר ווייל דאס האט ער מקובל במסורה מדור דור.
אז איר ווילט זיך דינגען צו בעלזער רב האט בכלל געזאגט אז ער איז א אייניקל פון סמיכות חכמים, קען מען רעדן, אבער אויב האט ער דאס געזאגט, איז בכלל נישט דא וואס צו דן זיין דערויף. דער בעלזער רב האט נישט געמאכט אזעלכע טעותים. פינטל.


איינער צווינגט דיר עפעס צו גלייבן?
דו אלס בעלזער חסיד גלייב דו וואס דו ווילסט. איך אלס נישט בעלזער חסיד גלייב איך וואס איך וויל.

למעשה פון דער ארטיקל שטעלט זיך אויס קליפ קלאר אז דער שר שלום זעלבסט האט געהאלטן אז ער איז ״נישט״ קיין אייניקל.
דא האסטו אלס בעלזער חסיד א גרויסע פראבלעם, ווי וועמען גייסטו, מיט׳ן שר שלום אדער מיט׳ן מהר״א... טעכניש לפי דבריך קומט אויס אז ס׳איז נישטא היינט קיין בעלזער חסידים...

איטשע
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מאנטאג יוני 12, 2017 5:42 am

וואנאוויטשער האט געשריבן:אפילו אויב מ'וועט פארשליסן אז די בעלזער רב איז נישט געוועזן אן אייניקל פון סמיכת חכמים דורך די שווער פון רבי משה רוקח מזלאטשוב,
אבער אפשר איז דער בעלזער רב געוועזן אן אייניקל דורך אן אנדערע צווייג... (גיי פרעג מיר אפ...)


שטומט, די שאלה איז געווען צו דער שר שלום איז אן אייניקל, און צו דער מהר״א האט בכלל געזאגט אזא זאך...

מינצקער
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2011 3:47 pm

תגובהדורך מינצקער » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 9:37 am

מיללער"
viewtopic.php?p=260819#p260819
[quote="מיילעך האט געשריבן:
ר' צבי אלימלך רוקח מבערטש-ד' אלול תשכ"ד
נולד בשנת תרנ"ו לאביו ר' יוסף יהודה מליביטשוב בן ר' ישכר בער מליביטשוב בן ר' משה רוקח מקארוב בן הרה"ק ר' שלום מבעלזא זי"ע.
ולאמו בת ר' מנחם פנחס שפירא מלאנצוט בן ר' אלעזר מלאנצוט בן הרה"ק בעל 'בני יששכר זי"ע.
נשא את בת ר' מרדכי שפירא מבערטש.
היגר לארה"ב ופתח בית מדרשו בבארא פארק ובה כיהן כאדמו"ר מבערטש.
הי' גם ידוע למלחין נפלא.
נסתלק ד' אלול ונטמן בוועלוואד חלקת הסתדרות אדמורי"ם.זצ"ל.
בניו: ר' מנחם פנחס-ר' אברהם שמחה.
חתניו: ר' טובי' הלברשטאם-ר' מנחם מענדל הלברשטאם

בילד


איך היה הבערטש'ר נכד אפטא לעלוב והיו"ד הק'?


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פראהביטש און 19 געסט