אשכול תמונות מרן רביה"ק מ'סאטמאר זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מאנטאג יולי 23, 2018 8:41 pm

אינטערשריפט האט געשריבן:
יערסלוב האט געשריבן:תמונה ראשונה של הרבי כשנשתחרר. כשהגיע לשווייץ ור' משה גראס מגענף ע"ה, הביא לו בגדים חדשים. קוק די בעקיטשע מיט די שטיוול..

ווי ליגט דעי בעקיטשע?


די שטיוועל ווייסטו שוין?

בבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מאנטאג יולי 23, 2018 9:02 pm

ר'יוסל אשכנזי האט נאך אינגאנצן נישט קיין בארד קיקט אויס ווי די ערשטע 2 וואכן נאכן באפרייען
עס איז דא א קלארע בילד פינעם רבין הארט פארן דעפארטירן אונגארן פין א געהיימע אסיפה אין פעסט מיט האדמו"ר ר' ברוכל ממונקאטש אין מיט דעשער רבי בערך 9 חדשים פריער אויב איינער קען עס אהערברענגען
ביי די וועי פין שווייץ איז דא אסאך פיקשער'ס פין די פאר חדשים וואס די רבי איז דארט געווען

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג יולי 23, 2018 9:02 pm

יערסלוב האט געשריבן:תמונה ראשונה של הרבי כשנשתחרר. כשהגיע לשווייץ ור' משה גראס מגענף ע"ה, הביא לו בגדים חדשים. קוק די בעקיטשע מיט די שטיוול..


עטליכע הערות.

די בילד ווי דער רבי קומט ארויס פון קאה לאגער (ווי מזעט דזשארדזש מאנטעלא) איז נאך פון פריער.

די "בעקישע" איז געווען א שטוב כאלאט פון ר' לייבוש רובינפעלד, (נישט פון ר' משה גראס) עס איז געווען פינק... אזוי פארציילט זיין זון הגאון ר' דוד רובינפעלד שליט"א.

די שטיוול האט דער רבי געהאט דורכאויס די מלחמה.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11012
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג יולי 23, 2018 11:08 pm

יערסלוב האט געשריבן:תמונה ראשונה של הרבי כשנשתחרר. כשהגיע לשווייץ ור' משה גראס מגענף ע"ה, הביא לו בגדים חדשים. קוק די בעקיטשע מיט די שטיוול..

איך בין סתם נייגעריג צו דער עולם קויפט אפ די אויבן דערמאנטע אלס 100 פראצענט?

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » מאנטאג יולי 23, 2018 11:15 pm

פון ווי איז יעצט אפיר געקומען די בילד?

יערסלוב
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובהדורך יערסלוב » דינסטאג יולי 24, 2018 5:36 am

יערסלוב האט געשריבן:תמונה ראשונה של הרבי כשנשתחרר. כשהגיע לשווייץ ור' משה גראס מגענף ע"ה, הביא לו בגדים חדשים. קוק די בעקיטשע מיט די שטיוול..


זה היה בערב שבת, בו עשה ר' משה גראס ע"ה את הקידוש לרגל לידת בתו - הרבנית מרת רויטמאן תליט"א,
אשת הגה"צ רבי חיים יחיאל רויטמאן זצ"ל חבר הבד"ץ דקהל מחזיקי הדת
יום בואו של כ"ק האדמו"ר מסאטמאר זצ"ל, לשווייץ היה ביום כ"א כסלו שנת תש"ה ביום חמישי, - יום ההצלה, ובתו מרת רויטמאן תליט"א, נולדה למחרת בערב שבת, ביום כ"ב כסלו.
בימים הראשונים היה האדמו"ר במחנה פליטים ולשם הביא לו ר' משה גראס ע"ה, את הבגדים והמזון הכשר לשבת.

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » דינסטאג יולי 24, 2018 6:51 am

במחילת כבודכם די בילד קוקט נישט אויס ווי רביה״ק מסאטמער ז״ל כהאב עס געוויזן פאר עטליכע אידן וואס האבן נאך די זכי׳ געהאט נהנה צו זיין מאורו און זיי האבן נישט געקענט דער קענען אינעם בילד צורת קדשו

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5341
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דינסטאג יולי 24, 2018 7:12 am

קרייסלער האט געשריבן:במחילת כבודכם די בילד קוקט נישט אויס ווי רביה״ק מסאטמער ז״ל כהאב עס געוויזן פאר עטליכע אידן וואס האבן נאך די זכי׳ געהאט נהנה צו זיין מאורו און זיי האבן נישט געקענט דער קענען אינעם בילד צורת קדשו
יואל מסאטמאר תמונה ראשונה.jpg
יואל מסאטמאר תמונה ראשונה.jpg (88.36 KiB) געזעהן 815 מאל

דאס איז זיכער דער רבי זי"ע, צוליב צוויי סיבות:
א. מ'זעהט ר' יאסל אשכנזי רעכטס
ב. די זעלבע בעקיטשע זעהט מען אויך אויף די אנדערע מער באקאנטע בילד אין שווייץ

17.jpg
17.jpg (334.53 KiB) געזעהן 816 מאל

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » דינסטאג יולי 24, 2018 9:06 am

קרייסלער האט געשריבן:במחילת כבודכם די בילד קוקט נישט אויס ווי רביה״ק מסאטמער ז״ל כהאב עס געוויזן פאר עטליכע אידן וואס האבן נאך די זכי׳ געהאט נהנה צו זיין מאורו און זיי האבן נישט געקענט דער קענען אינעם בילד צורת קדשו

ראביי קרייסלער,
מיר האבן נישט קיין ווערטער, צו זאגן אז דאס איז נישט רביה''ק דארף מען זיין איינער וואס האט קיינמאל דעם רבי'ן נישט געזען... און פארשטייט זיך אויך א בילד פון אים....

דאס איז טיפיקל די וועג פון חוקרים צו לייקענען שמש בצהריים.

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דינסטאג יולי 24, 2018 10:05 am

איך קען פארשטיין פארוואס איינער זאגט אז דאס איז נישט דער רבי זי"ע, ווי נישט ווי קוקט דאס אויס אביסל אנדערש, אבער מען דארף פארשטיין אז דאס איז תיכף נאך די מלחמה, נאך די צרות, און דעם רבי'נס צורה איז היפש פארטינקלט קעגן וויאזוי עס האט אויסגעקוקט אין פרידנסצייטן.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובהדורך חאצקל פרייליך » דינסטאג יולי 24, 2018 10:17 am

אודאי איז דאס דער הייליגער רבי, אגב ר' הערשל פר"מ ברענגט דאס שוין מיט העכער א פערצן און אהאלב יאר צוריק אין זיין מאפילה לאור גדול ח"ב בערך אין די פופציג'ער זייטן דאכצעך (כמדומה ערגעץ צווישן זייט 55 און 60).

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » דינסטאג יולי 24, 2018 5:24 pm

דער פנים זעהט נישט ממש אויס, ווי עס זעהט אויס איז דער בילד נישט אזיי קלארע צי ווייל דער זין פארשטעלט דער קלארקייט אבער עכ״פ מען קען פארשטיין אז איינע זעהט נישט דער רבי אין דער בילד
למעשה יאך בין מסופק ווייל מען זעהט נישט דער עטוואס שווארץ אונפאנג פין דער באד ( צי ביים שנורץ) אבער דער אנדערע סימנים פין גבאים אין נאך זענען אפשר גובר, איז מכן קען פארשטיין ביידע צדדים
לעצט פאראכטן דורך פסיקתא אום דינסטאג יולי 24, 2018 5:32 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1012
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » דינסטאג יולי 24, 2018 5:31 pm

צווייפעל האט געשריבן:די "בעקישע" איז געווען א שטוב כאלאט פון ר' לייבוש רובינפעלד, (נישט פון ר' משה גראס) עס איז געווען פינק... אזוי פארציילט זיין זון הגאון ר' דוד רובינפעלד שליט"א.

ריכטיג!!
דאכט זיך מיר, אז 'א שלאף ראק' איז מער מדויק. (נאכט העמד)
לעצט פאראכטן דורך סוואליעווער אייניקל אום דינסטאג יולי 24, 2018 5:35 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1012
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » דינסטאג יולי 24, 2018 5:32 pm

כ'האב נאך א גוטע פאר בילדער פון די ערשטע תקופה, נאך מיט דעם חאלאט, אבער לע"ע קען איך עס נאך נישט ארויסגעבן.
אי"ה בהזדמנות
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובהדורך חאצקל פרייליך » דינסטאג יולי 24, 2018 5:36 pm

א שאלה צו מ'קען פארשטיין ביידע צדדים? ביי יעדע בילד וואס איך האב נאר אמאל געזען פון סיי וועמען/וואס אין די וועלט וואלט איך פארשטאנען ביידע צדדים ווייל א מענטש וועט נישט סתם אזוי בזדון פארלייקענען א בילד (חוץ אין אויסנאם פעלער כמובן וואו מען קלערט צו פארדינען דערויף), כ'רעד אין א פאל ווי מען וויל באמת וויסן, אין אונזער פאל איז עס קלאר און קראנט.

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2741
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג יולי 24, 2018 5:47 pm

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:
צווייפעל האט געשריבן:די "בעקישע" איז געווען א שטוב כאלאט פון ר' לייבוש רובינפעלד, (נישט פון ר' משה גראס) עס איז געווען פינק... אזוי פארציילט זיין זון הגאון ר' דוד רובינפעלד שליט"א.

ריכטיג!!
דאכט זיך מיר, אז 'א שלאף ראק' איז מער מדויק. (נאכט העמד)

כ'פארשטיי נישט, וואלט ער נישט ענדערש געגאנגען מיט אבי א אשכנז'יש רעקל, זיכער געווען ווי די היינטיגע בעל בתי'שע שטוב כאלאטן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2741
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג יולי 24, 2018 5:48 pm

ס'זעט אויס אז דער בילד איז געכאפט געווארן ווען סאיז געווען ווינטיג און זוניג
אז מ'לעבט דערלעבט מען

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » דינסטאג יולי 24, 2018 5:52 pm

איך בין מודה דאס איז דער רבי ווייל מען ווייסט הינדרעט פערצענט. אבער נעם נאר דער רביס צורה( אן דער אזוי געריפענע בעקיטשע) אין דער בילד שנייד עס אויס מען זאל נישט זען ארים וואלט מען נישט געזאגט דער בילד איז דער רבי סער נישט דומה צי א נארמאלע בילד פין דער רבי אבער אלע סימנים ארים זאגען אז דער בילד איז דער רבי אבער זייער נישט קלאר בילד

פסיקתא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 9:47 am

תגובהדורך פסיקתא » דינסטאג יולי 24, 2018 6:25 pm

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:כ'האב נאך א גוטע פאר בילדער פון די ערשטע תקופה, נאך מיט דעם חאלאט, אבער לע"ע קען איך עס נאך נישט ארויסגעבן.
אי"ה בהזדמנות


וואזע ווילט איר סתם אנרייצען!

האב אלעס גיטס

אינטערשריפט
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 03, 2018 7:11 pm

תגובהדורך אינטערשריפט » דינסטאג יולי 24, 2018 8:29 pm

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:כ'האב נאך א גוטע פאר בילדער פון די ערשטע תקופה, נאך מיט דעם חאלאט, אבער לע"ע קען איך עס נאך נישט ארויסגעבן.
אי"ה בהזדמנות

למען ידעו דור אחרון ביטע גיבט עס יישר כח

אינטערשריפט
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 03, 2018 7:11 pm

תגובהדורך אינטערשריפט » דאנארשטאג יולי 26, 2018 8:42 pm

קרייסלער האט געשריבן:במחילת כבודכם די בילד קוקט נישט אויס ווי רביה״ק מסאטמער ז״ל כהאב עס געוויזן פאר עטליכע אידן וואס האבן נאך די זכי׳ געהאט נהנה צו זיין מאורו און זיי האבן נישט געקענט דער קענען אינעם בילד צורת קדשו

זייט מוחל....אבער דאס איז 100 פראצענט די רבי זי"ע .....מערקט די איד וואס איז רעכטס פונעם בילד ביי די ערשטע בילד זעט מען אויך די צווייטער פון לינקס אויפן צווייטען בילד...קען באשטעטיגען

בבל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 427
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » דאנארשטאג יולי 26, 2018 9:02 pm

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:כ'האב נאך א גוטע פאר בילדער פון די ערשטע תקופה, נאך מיט דעם חאלאט, אבער לע"ע קען איך עס נאך נישט ארויסגעבן.
אי"ה בהזדמנות


חוץ בילדער האסטי נאך עפעס /חודשי תורה / כתבים/ריקארדינקס /ווידיא ?
ווי שפעטער עס קימט ארויס איז דא ווייניגער יודן וואס וועלן דערקענען געדענקען וואס זענען דערביי געווען עס איז נאך דא א יוד אין בארא פארק וואס האט געלערנט אין שווייץ ישיבה אין קען נאך איבערגעבן דעטאלן פין דיינע בילדער

אינטערשריפט
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 03, 2018 7:11 pm

תגובהדורך אינטערשריפט » דאנארשטאג יולי 26, 2018 9:09 pm

רבי סלאווער אייניקל ביטע שטעלט צו פארן ברייטן עולם תלמידי רבינו די סחורה

אינטערשריפט
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 03, 2018 7:11 pm

תגובהדורך אינטערשריפט » דאנארשטאג יולי 26, 2018 9:15 pm

איז נאך דא תלמידים פון רבין פון פארן מלחמה?

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1480
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » פרייטאג אוגוסט 03, 2018 1:21 pm

unnamed.jpg
unnamed.jpg (194.02 KiB) געזעהן 1241 מאל
אייוועלט שרייבעריי

על התורה ועל העבודה ועל הפורקן, ועעעל פליטת בית סופריהם, בנאות דעיששששששששעעעעעעעעעע ירביצנו, בראותם יחד תכלת וארגמן, און פערפל וואל...


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מרגניתא און 18 געסט