הצדיק אבד: הגאון הצדיק מ'קאפיש זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2093
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 9:05 pm

דברים אלו האט געשריבן:און אלטן בית החיים?

נעבן ציון פון רבותה"ק מסאטמאר זי"ע
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 9:07 pm

דברים אלו האט געשריבן:און אלטן בית החיים?


לעבן קבורת אביו ואמו, חמיו וחמותו, ושלש אחיו ע"ה
Mr President We're tiered of winning so much

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6818
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 9:10 pm

מיט רבו מובהק הגה"צ רבי אברהם לייטנער זצ"ל
צוגעלייגטע
IMG-20181114-WA0122.jpg
IMG-20181114-WA0122.jpg (74.4 KiB) געזעהן 2069 מאל
Mr President We're tiered of winning so much

מחשב
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 9:12 pm

זיין מתינות איז געווען להפליא, קיינמאל זיך נישט געיאגט, דאס דאווענען געווען ווארט ביי ווארט. כ'געדענק אמאל ס'איז אויסגעקומען צו דאווענען מיט אים אין א מנין א טאג וואס מ'ליינט אין די תורה, און ס'איז נישט געווען קיין לוי, ער איז דאך א כהן, האט מען אויסגערופן דאס ערשטע מאל צו כהן, ער האט געמאכט דעם ברכה מיט אזא מתינות, ווארט ביי ווארט, כמונה מעות, און דערנאך האט מען אים אויסגערופן נאכמאל צו לוי, כ'בין געווען זיכער נו.. דאס מאל וועט שוין גיין אביסל שנעלער... אבער ווי וואס ווען, נאכמאל מיט די גאנצע פרישקייט כאילו ס'איז דאס ערשטע מאל ער איז עולה.

געווען א גאון בחסד, צאמגעשטעלט שווערע טויזענטער דאללער פאר צובראכענע יודן, א אויסטערלישע לב רחום, זיך געפרייט מיט יעדן'ס שמחה ממש ווי א אייגענע, און אלעס מיט אזא פשטות, מיט אזא ענוות חן, נישט געמאכט פון זיך גארנישט, מענטשן זענען געגאנגען אין פייער פאר אים, ווי עס זאגט עדות די פילע טויזענטער יודן וואס האבן זיך געשלעגלט אנצוואונטשען 'לשנה טובה'. און ער, תורה מונחת בקרן זוית וקרן אורה.

עס וועט נאך אסאך ארום גערעדט ווערן איבער זיין גדלות, מיר האבן פארלוירן א ריז, אוי טאטע! על מי נטשת הצאן?! בארזים נפלה שלהבת, עס וויל זיך וויינען און וויינען, נישט גערישט און נישט געראכן, אזא ביטערע בשורה, זאל השי"ת אויפרעכטן און טרייסטן די גאנצע חשוב'ע משפחה, די פילע טויזענטע תלמידים, און גאנץ כלל ישראל, און מיר זאלן שוין בקרוב זוכה זיין צוריק זיך צו פאראייניגן מיט אים און מיט אלע צדיקי הדורות בתחיית המתים, במהרה ממש.
הוי מחשב...

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 9:14 pm

דארף לכאורה צו זיין ארום נ"ו-נ"ח
ווער האט געהאט די מאס געוואגקייט צו כאפן אזא בילד?
איז דער בחור אונטערן קאפישער רב ז"ל (אוי ס'ציפט!) זיין זוהן להבחל"ח אשר שמואל הי"ו (אדער גאר יעקב הי"ו)?

שיר דברי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 14, 2017 10:01 am

תגובהדורך שיר דברי » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 9:16 pm

פאליק האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:און אלטן בית החיים?


לעבן קבורת אביו ואמו, חמיו וחמותו, ושלש אחיו ע"ה

לא חמותו.

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2093
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 9:17 pm

נאך נישט דא קיין פרטים איבער די לוי'?
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

1cpw
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 02, 2014 9:35 pm

תגובהדורך 1cpw » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 9:20 pm

איך בין אפאר יאר צוריק אריין אין זיין ביהמ"ד ביי ה' מלך, ממש הימלען געריסן. און די שלוש סעודות תורה נאכדעם איז געווען מיט א פלאקער. בכלל האט מען אלעמאל געקענט מערקן אויף זיין צורה א קאך. א אינערליכער גליענדער פלאקער פארן באשעפער. איך האב נישט געלערנט ביי אים. אבער איך האב צוגעזעהן זיין עבודת התפילה, ממש צוגעבינדן, צוגעבינדן מיט זיין גאנצע נשמה. איך האב אים איינמאל געהערט פארלערנען אור החיים הקדוש, מיט אזא אינערליכן קאך, פונקן פייער. איך געדענק איך האב אים אמאל געבעטן חיזוק אלץ בחור, ער האט מיך אזוי מחזק געווען. אויפגעהויבן. ער פלעגט פאדערן קדושה דאס איז באקאנט. מ'האט געקענט שפירן א העכערקייט זייענדיג אין זיין סביבה. בכלל איז ער געווען זייער א צאמגענומער מענטש.

אין די אופן וויאזוי ער האט מחנך געווען זיינע קינדערלעך שיחיו, קען מען זיך אויך אסאך אפלערנען. בעיקר וואס מ'קען זיך אפלערנען פון אים איז די צוגעבינדנקייט צו אלוקות. העכערקייט. הימלישקייט. אויסגעקוקט ווי זיך פארעקלט פון גשמיות. פון גראבקייט. ביי אים איז געווען די עיקר די נשמה. מ'האט געזעהן אויף אים א יוד וואס איז געווען גרייט צום דינסט. עבודת השי"ת.

גם זה יעבור
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

תגובהדורך גם זה יעבור » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 9:34 pm

עכט היימיש האט געשריבן:פרטים איבער די לוי'?

@SatmarLive: BDH! Hght"z Aved Kapish, Reb Ahren God Katz ZTL (68). Lavaya tomorrow 9:00am at Bim"d Kapish 481 Bed. Ave Wmsbg, then in KY front of Bihc"h.

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 9:47 pm

ליידער פין די שענסטע און בעסטע תלמידים פינעם רבין זענען ליידער אוועקגעריסן געווארן די לעצטע תקופה

א צדיק אמת קאפישע רב ווער עס האט געהאט שכל אריינצוכאפן
זכר צדיק וקדוש לברכה

אוועטאר
שמע בני מוסר
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 5:54 pm

לויה

תגובהדורך שמע בני מוסר » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 10:05 pm

עכט היימיש האט געשריבן:נאך נישט דא קיין פרטים איבער די לוי'?

יום ה' בשעה 9 בבוקר מבית מדרשו
b]...To make money OVERNIGHT work in a NIGHT SHIFT[/b]

אידיש.טייפינג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

תגובהדורך אידיש.טייפינג » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 10:21 pm

עס קלינגט נאך אין די אויערן זיין תהלים מיט א קול חוצב בייםכננוס רבבות אין בארקלעי צענטער וואס האט אויפגעשאקלט דעם גאנצן עולם

הרב_שלום
שר ששת אלפים
תגובות: 6981
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 10:31 pm

א יוד וואס איז געווען 24 שעה אינעם טאג פארנומען מיט תורה עבודה און גמילות חסדים (24 איז ווייל די טאג פארמאגט נאר 24 שעה)
תורה: א תלמוד חכם מופלג פלעגט זיצען און זיין קליינע ספרים שטוב און האקן שטיקער
עבודה: זיין קאך און ברען ביים דאווענען איז נישט צו באשרייבען (מען קען שרייבען פילע בלעטער ווי אזוי זיין עבודה האט אויסגעזעהן)
גמילות חסדים: פלעגט שאפען שווערע געלטער פאר אנדרע אידן (פלעגט אויפשטיין אין די פריע פארטאגס שעהן און ארום לויפן ביי די מנינים)
Diapers: Save $30 when you spend $100
https://amzn.to/2uLJKvF

Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1071
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 10:36 pm

Screen Shot 2018-11-14 at 10.35.40 PM.png
Screen Shot 2018-11-14 at 10.35.40 PM.png (195.15 KiB) געזעהן 1620 מאל
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 10:44 pm

אין קליימער בהמ'' ד בין איך אמאל ציגעגאנגן צי מנחה אין ווי פארשטענדליך געווארט אויפן רב פאר הויכע שמו'' ע די מתפללים האבן מיר געווינקען נישט צי ווארטן ביז איינער איז ציגעקימען צי מיר אין געזאגט אז די רב וויל דייקה נישט מען זאל ווארטן אויף אים

מחשב
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 10:47 pm

בבל האט געשריבן:אין קליימער בהמ'' ד בין איך אמאל ציגעגאנגן צי מנחה אין ווי פארשטענדליך געווארט אויפן רב פאר הויכע שמו'' ע די מתפללים האבן מיר געווינקען נישט צי ווארטן ביז איינער איז ציגעקימען צי מיר אין געזאגט אז די רב וויל דייקה נישט מען זאל ווארטן אויף אים


וואס ווי באקאנט פלעגט ער האבן גאנצע ליסטעס מיט נעמען מזכיר צו זיין, וואס דאס האט גענומען גאר א לאנגע צייט, ספעציעל ביי שומע תפילה, און דוכט זיך אז א שמו"ע ביי אים האט גענומען קרוב צו פופצן מינוט, יעדע איינע.
הוי מחשב...

דער רב
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 7:28 pm

תגובהדורך דער רב » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 10:50 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:בד"ה
איז ער א זון פונעם דזשיבויער רב ר' אשר שמואל?

(פון זשיבויער דיין, וויאזוי מ'פלעגט אים רופן)

און דאס איז ער טאקע געווען, פארן קריג האט ער מכהן געווען אלץ 'דומ"ץ' אין זשיבוי אינטער זיין ערשטער שווער.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3934
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 10:56 pm

דער רב האט געשריבן:
בשבילי נברא האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:בד"ה
איז ער א זון פונעם דזשיבויער רב ר' אשר שמואל?

(פון זשיבויער דיין, וויאזוי מ'פלעגט אים רופן)

און דאס איז ער טאקע געווען, פארן קריג האט ער מכהן געווען אלץ 'דומ"ץ' אין זשיבוי אינטער זיין ערשטער שווער.

זיין שווער האט מען אויך גערופן די קאפיש'ע דיין

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 11:22 pm

ער האט אן איידעם בן של ר' יחזקאל כהנא ז"ל מקרית יואל
ווער נאך מיו"ח?

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 11:25 pm

אן אינטערעסאנטע זאך, ביידע מחותנים - ר' יחזקאל כהנא און קאפישער רב זצ"ל - זענען אויפגעוואקסן אין אוריגוואי, ר' הערש אלימלך כהנא האט געוואוינט דארט בשעת דער דזשיבויער רב רבי אשר שמואל זצ"ל איז געווען דארט רב.

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2100
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 11:29 pm

לוי' אין קרית יואל: פארנט פון ביהמ"ד הגדול ויואל משה 5 גארפיעלד רד. בשעה 12:00, דערנאך ביים שטח הישן פונעם בית החיים.

בשורות טובות.

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3672
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 11:32 pm

ווער זענען די קינדער?

אני מבין
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 8:29 pm

תגובהדורך אני מבין » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 11:40 pm

די רב זצ״ל לאזט איבער א ריזיגע חלל פאר הונדערטער אידן וואס האבן שטענדיג נהנה געווען מעצה ותושיע און בפרט פאר די מתפללי בית המדרש וואס זענען געווען אדוק ומקושר צו אים

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6110
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 11:42 pm

פאליק האט געשריבן:.

אינעם בילד פון די באזוך פון מהרזל, וואס זאגט די עולם צום סעט דברי יואל אויפן שעלף?
דביה תחדי נפשא

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1778
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 11:43 pm

יש מזל האט געשריבן:דארף לכאורה צו זיין ארום נ"ו-נ"ח
ווער האט געהאט די מאס געוואגקייט צו כאפן אזא בילד?
איז דער בחור אונטערן קאפישער רב ז"ל (אוי ס'ציפט!) זיין זוהן להבחל"ח אשר שמואל הי"ו (אדער גאר יעקב הי"ו)?

ס'זעהט גראדע אויס צו זיין בנו הר"ר אשר שמואל הי"ו


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט