רבי משה טייטלבוים מאוהעל הישמח משה זצ"ל - כ"ח תמוז תר"א

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5334
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג ינואר 11, 2015 12:50 pm

שמואלישעי האט געשריבן:מי זה ? משמשו של מהר"ם ט"ב

המצבה נמצאה בביה"ח בטשעטשאוויץ (Secovce, Slovakia)

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16334
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:54 pm

ממשפחת ישמח משה
צוגעלייגטע
021.jpg

נח הערש
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 03, 2014 9:45 pm

תגובהדורך נח הערש » דאנארשטאג יולי 09, 2015 12:57 pm

עס קומט שוין די גרויסע טאג כ"ח תמוז די יארצייט, און די איינקלעך כ"ק מרנן אדמורי"ם מהר"א ומהרי"י מ'סאטמאר שליט"א וועלען פוקד זיין ציון קודשו וואלט איך געוואלט בעטען פון ווער עס גייט פון די סגל חבורה זאל ביטע אונז איפערמירען מיט אפדעיט'ס און בילדער (אויב מעגליך אפילו צו עפענען א אשכול פאר זיך פון אלעס איאיינעם חנוכת הבית, הכנסת ספר תורה, פרייואטע פליגער פון ריישע וכדומה)
ישר בשם די אלע וואס וועלען אויך הנאה האבען

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25319
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 09, 2015 1:41 pm

נח הערש האט געשריבן:עס קומט שוין די גרויסע טאג כ"ח תמוז די יארצייט, און די איינקלעך כ"ק מרנן אדמורי"ם מהר"א ומהרי"י מ'סאטמאר שליט"א וועלען פוקד זיין ציון קודשו וואלט איך געוואלט בעטען פון ווער עס גייט פון די סגל חבורה זאל ביטע אונז איפערמירען מיט אפדעיט'ס און בילדער (אויב מעגליך אפילו צו עפענען א אשכול פאר זיך פון אלעס איאיינעם חנוכת הבית, הכנסת ספר תורה, פרייואטע פליגער פון ריישע וכדומה)
ישר בשם די אלע וואס וועלען אויך הנאה האבען

אידישע וועלט האט א שטרענגע פאליסי נישט צו באשרייבן "לעבעדיגע" רביים, אדמורי"ם וחצרות חסידים.

עס איז א וויכטיגע א שטארקע פאליסי און האפנטליך וועט די הנהלה עס אינפארסירן, אלזא, איידער איר ברענגט באריכטן/בילדער, מאכט זיכער אז עס גרעניצט זיך נישט מיט זאכן שאין רוח המקום נוחה מהם, כדי אז איר זאלט נישט נאכדעם זיין א צועק על לשעבר.

אן אפגעבריטער

נח הערש
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 03, 2014 9:45 pm

תגובהדורך נח הערש » דאנארשטאג יולי 09, 2015 2:04 pm

מיר רעדען חלילה נישט פון קיין שום קאנטעווירסעל שמועסען בלויז אונז האלטען אפדעיטעד מיט די נייעס

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג יולי 09, 2015 2:08 pm

נח הערש האט געשריבן:מיר רעדען חלילה נישט פון קיין שום קאנטעווירסעל שמועסען בלויז אונז האלטען אפדעיטעד מיט די נייעס


גלייב אן אלטער איד, אם אין זקנה כאן יש חכמה כאן, מיללער איז גערעכט, לאזט עס ביטע געמאך
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

מה ידידות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » דאנארשטאג יולי 09, 2015 10:18 pm

פון ווי נעמט זיך די משפחה נאמען טייטלבוים דער ישמח משה'ס פאטער האט דאך געהייסן שיף?
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » פרייטאג יולי 10, 2015 3:21 am

מה ידידות האט געשריבן:פון ווי נעמט זיך די משפחה נאמען טייטלבוים דער ישמח משה'ס פאטער האט דאך געהייסן שיף?

דער ישמח משה האט געהאט א שוואגער וואס האט געהייסן טייטלבוים, און עס איז אנגענומען אז צוליב די שוועסטער האט ער זיך געטוישט דעם משפחה נאמען.

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3010
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » פרייטאג יולי 10, 2015 10:44 am

ממשה עד משה
רביה"ק בעל ברך משה זצ"ל
ביים ציון פון זקינו הרה"ק בעל ישמח משה זצ"ל
צוגעלייגטע
רבי 7.jpg
רבי 7.jpg (26.99 KiB) געזעהן 1918 מאל
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

דעוויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

תגובהדורך דעוויס » פרייטאג יולי 10, 2015 4:57 pm

דער ישמח משה'ס טאטע האט מען געטראפן אפאר יאר צוריק אין זבארעוו
איז באקאנט וואו זיין מאמע ליגט ?

גליטשעדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובהדורך גליטשעדיג » זונטאג יולי 12, 2015 1:58 am

דער טאטע פון ישמח משה רבי הערשעלע האט געוואוינט אין פשעמישל. סוף ימיו איז ער געגאנגען וואוינען צו די קינדער אין זבארוב. ער האט געהאט דארט א זון און א טאכטער. רבי יענקעלע פון פשעווארסק איז געווען אן אייניקל פון ישמח משה׳ס שוועסטער.

דעוויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

תגובהדורך דעוויס » מאנטאג יולי 13, 2015 3:33 pm

אין הגאון הקדוש הישמח משה שטייט אז דער ישמח משה האט גע'דרש'נט ביי די עלף יאר און דאס איז געווען די לעצטע דרשה וואס זיין מאמע האט געהערט פון אים, לויט דעם ליגט זיין מאמע אין פשעמישל. אבער ווען איז איר יארצייט??

ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובהדורך ולא מיין » מאנטאג יולי 13, 2015 3:47 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:
נח הערש האט געשריבן:מיר רעדען חלילה נישט פון קיין שום קאנטעווירסעל שמועסען בלויז אונז האלטען אפדעיטעד מיט די נייעס


גלייב אן אלטער איד, אם אין זקנה כאן יש חכמה כאן, מיללער איז גערעכט, לאזט עס ביטע געמאך

לכאורה געמיינט פארקערט.

איז דאס א נייער פאליסי? כ'געדענק מ'זאל האבן באשריבן פארשידענע נייעסער און באריכטן פון די לעבעדיגע רביים כ"י.
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מאנטאג יולי 13, 2015 6:40 pm

ווי איז דער מקור פון די מעשה אז דער ישמח משה זי"ע האט זיך געטראפן מיט'ן ווילנא'ער גאון, ווען ער איז נאך געווען א קינד. און דער גאון האט אים פארענטפערט אלע זיינע קשיות און אים געהייסן אהיימגיין ווייל די וועלט וועט אים נאך דארפן?

דעוויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

תגובהדורך דעוויס » מאנטאג יולי 13, 2015 6:48 pm

אין הגה"ק בעל ישמח משה, ששמע מר' משה האלבערשטאם.
ובספר הגר"א מווילנא ירושלים תשי"ח, בשם א' מחכמי ירושלים נכדו של רבינו.

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מאנטאג יולי 13, 2015 6:56 pm

דעוויס האט געשריבן:אין הגה"ק בעל ישמח משה, ששמע מר' משה האלבערשטאם.
ובספר הגר"א מווילנא ירושלים תשי"ח, בשם א' מחכמי ירושלים נכדו של רבינו.


דעיוויס: א מקור מיין איך ספעציפיש פון די אנהייב ת״ר יארן. נישט 100 יאר נאך די פטירה.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג יולי 13, 2015 6:57 pm

ערגעץ האב איך געלייענט א מאמר וואס איז מעלה ערנסטע פקפוקים אויף די גאנצע מעשה, כ'קען זיך נישט יעצט דערמאנען וואו כ'האב עס געזעהן

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » מאנטאג יולי 13, 2015 7:00 pm

נישט אז איך גלייב נישט די מעשה!
נאר א מעשה אז דער ישמח משה זאל זיך אלץ קינד טרעפן מיט׳ן גר״א, נאכן גיין מיילן ווייט אליינס פון פרעמיסלא קיין ווילנא, דארף זייער שטארקע מקור.

דעוויס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 29, 2015 6:25 pm

תגובהדורך דעוויס » מאנטאג יולי 13, 2015 7:09 pm

נאטרוליסט
די מעשה האט נישט קיין ערנסטע מקור, און איז ווארשיינליך קיינמאל נישט געווען... איך האב נאר געענטפערט וואו עס איז געדרוקט.

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » מאנטאג יולי 13, 2015 7:30 pm

אזא זאך וואלט דער לאפאשער רב געדארפט דערמאנען, דאס אליין'ס איז א ראיה להיפוך

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

שיינע מעשה

תגובהדורך האנטעך » מיטוואך יולי 15, 2015 3:45 pm

בהשחה פרטית האב איך פונקט היינט לכבוד די יארצייט געטראפען א מעשה פון דעם ישמח משה, אין די מפתחות לתשובות קול ארי', דארט ברענגט דער מוציא לאור א אייניקל פון קול ארי' א מעשה וואס ער האט געהערט פון זיין זיידן.

אין תשובת קול ארי' איז געדרוקט פינעף תשובות פון סימן ה' בענין ברכת המצוות, וואס דער קול ארי' האט אפגעשריבן אין זיינע יונגע יארען אין א קונטרס, ער האט דאן געוואוינט אין די שטאט איהעל, סמוך על שולחן חותנו ר משה לייב גינצלער ז"ל, ווען ער האט גענדיגט זיין קונטרס האט ער עס געגעבן איבערצוקוקן פאר דעם ייטב לב, וואס איז דאן געווען איהעלער רב אויפן ישמח משה'ס פלאץ.

דער יטב לב האט עס געקוקט אין ווען ער איז געזעצען אין די שטוב וואס דער ישמח משה פלעגט דארט דאווענען בחיים חיותו, ביינאכט האט ער עס איבער געלאזט דארט אויפן טיש.

יענע נאכט איז דער ישמח משה געקומען אין חלום צום קול ארי'ס שווער רמ"ל גינצלער און אים געזאגט, "זעהסטו כ'האב דיר נישט אפגענארט ווען כ'האב דיר צוגערעדט צו נעמען דעם ר' אברהם יודא שווארץ פאר אן איידעם, איך האב יעצט געזעהן א שיינעם קונטרס פון אים, און ער האט אים נאכגעזאגט א שיינעם חידוש, וואס ער האט געזעהן דארט אין יענע קונטרס".

צופרי האט דער שווער דערציילט די חלום פארן קול ארי', און דער קול ארי' האט געזאגט אז זיין שווער פלעגט קיינמאל נישט קוקן וואס ער לערנט און זיינע חידושים וואס ער שרייבט. און פון יענע טאג איז די קונטרס ספעציעל געווען חשוב אין די אויגען פון דעם קול ארי'. זכותו יגן עלינו אמן.

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » מיטוואך יולי 15, 2015 4:00 pm

באקאנטע מעשה, אזוי צו אזוי, דאס איז א מעשה אויפן קול אריה, אדער אויפן ייטב לב, נישט אויפן ישמח משה

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

תגובהדורך האנטעך » מיטוואך יולי 15, 2015 4:03 pm

לדעתי איז עס א מעשה אויפן ישמח משה אז גדולים צדיקים במיתתם יותר מבחייהם

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מיטוואך יולי 15, 2015 4:05 pm

נאטרוליסט האט געשריבן:ווי איז דער מקור פון די מעשה אז דער ישמח משה זי"ע האט זיך געטראפן מיט'ן ווילנא'ער גאון, ווען ער איז נאך געווען א קינד. און דער גאון האט אים פארענטפערט אלע זיינע קשיות און אים געהייסן אהיימגיין ווייל די וועלט וועט אים נאך דארפן?


אויף קול סאטמאר נעכטען פארציילט ר' שמואל בר"מ פריעדמאן נ"י, אז הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע האט געזאגט אז ס'איז מקובל אין די משפחה אז דער ישמח משה האט זיך געטראפען מיט'ן ווילנער גאון,

יעצט דארף איך א מקור אז די רבי זאל עס האבען געזאגט!
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך יולי 15, 2015 4:08 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:ווי איז דער מקור פון די מעשה אז דער ישמח משה זי"ע האט זיך געטראפן מיט'ן ווילנא'ער גאון, ווען ער איז נאך געווען א קינד. און דער גאון האט אים פארענטפערט אלע זיינע קשיות און אים געהייסן אהיימגיין ווייל די וועלט וועט אים נאך דארפן?


אויף קול סאטמאר נעכטען פארציילט ר' שמואל בר"מ פריעדמאן נ"י, אז הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע האט געזאגט אז ס'איז מקובל אין די משפחה אז דער ישמח משה האט זיך געטראפען מיט'ן ווילנער גאון,

יעצט דארף איך א מקור אז די רבי זאל עס האבען געזאגט!

ווערט געברענגט אין מושיען ח"א


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 11 געסט