רבי שלמה אליהו ליכטער זצ"ל - סופר סת"ם - ג' חשון תשע"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 6:54 pm

כ'האב פאראכטען צוויי טעותים. איינס אז "איך האב איין חסיד אין פולין" האט הרה"ק רבי יהושע זי"ע געזאגט און נישט הרה"ק רבי ישכר דוב זי"ע.

און אז רבי חיים יהושע איז געבוירען י"ז אדר תר"ס (נישט תרס"א). און דערובער ביי רבי שלמה אליהו'ס ברית י"ז אדר תרפ"ה (ר' חיים יהושע'ס יום הולדת) איז ער אלט געווארען 25 יאר.

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 1:01 pm

זכרונות האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:אין פרשת מסעי תשע"ד איז געווען א באשרייבונג אויף אים פון הרב אלחנן זאב פריעדמאן שליט"א אין די אידישע צייט. ביטע ווער עס קען זאל אהער שטעלען א סקען דערפון.

פארשאפט

עס איז איבערגעדרוקט געווארען לעצטע וואך, און די המשך די וואך.

אויך איז היינט געווען געדרוקט אין "דער איד" א הערליכע באשרייבונג אויף רבי שלמה אליהו וואס א אייניקל האט געשריבען.

אויך איז נעכטען געווען א פיינע באשרייבונג אין "דער בלאט".

מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 1:40 pm

יישר כח, יוראפ ודעימיה, פארן באלערנדן אשכול, האמיר שטארק הנאה געהאט, און אויך אסאך צער געהאט, הלוואי וואלט איך אים זוכה געווען צו קענען לערנען בחיים חיותו.

יהא זכרו ברוך, ויושר יליץ בעד ביתו ובעד הקהל, וינוח בשלום עד יבוא מבשר ויקוצו וירננו שוכני עפר, במהרה.
הוי 'מחשב'...

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

ווי שטייסטו אין דער תורה

תגובהדורך זכרונות » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 3:05 pm

היות עס איז א דבר בעתו וועלען מיר ברענגען דער שטיקעל יעצט כאטש מיר וואלטען געוואלט גיין מיט עפעס א סדר.

זייענדיג אין דער שטאט ביסק אין סיביר, אין דער אלטיי געגענט, לעבען דער בארדער פון מאנגאליע,
https://en.wikipedia.org/wiki/Biysk
https://en.wikipedia.org/wiki/Altai_Mountains
איז ר' שלמה אליהו קראנק געווארען ווי טויזענטער אנדערע מיט טיפוס רח"ל. (דאס איז לכאורה געווען צווישען זימער תש"ב און ווינטער תש"ג)

ער איז געווען א פאר וואכען אין שפיטאל און געווען זייער שוואך. איז זיין טאטע אים געקומען באזיכען און פרעגט אים: אלי', ווי שטייסטו אין דער תורה? (דאס הייסט ווי ווערסטו מרומז אין די תורה)

ר ' אלי' האט אויסענווייניג אין זיין מחשבה אנגעהויבען זאגען צו זיך פסוק ביי פסוק פון בראשית ברא אלקים, ביז ער איז אנגעקומען צום היינטיגען סדרה פרשת וירא און זאגט צו זיין פאטער אז דער פסוק "ויאמר אברהם אנכי אשבע" (בראשית כ"א כ"ד) איז "אשבע" ראשי תיבות "שלמה אליהו בן עטל".

זאגט אים זיין טאטע: אלי' (ער האט אים גערופען עלע), די וועסט האבען א גאנצע רפואה; "ויאמר אברהם", אברהם איז מידת החסד, זאגט דער מידת החסד "אנכי אשבע" איך באשעפער בין מיט דיר עלע; די וועסט זיין געזונט.

וכך הוי; ער איז ארויס מכלל חולה מסוכן און שוין געמעגט פארלאזען די שפיטאל; און ווי מען האט אים געגעבען רשות צו גיין האט ער זיך געיאגט אהיים גיין און לייגען תפילין וואס מען האט נישט אריין געלאזט אין שפיטאל פאר די 29 טעג וואס ער איז דארט געווען (ער פלעגט זאגען אז "29" טעג האט ער נישט געלייגט תפילין אין זיין לעבען). די שפיטאל האט מורא געהאט אז אנדערע וועלען זיך אנשטעקען און חק ולא יעבור נישט אריין געלאזט קיין פערזענליכע זאכען.

זיין משפחה האט נישט געוויסט אז ער פארלאזט פינקט יעצט די שפיטאל, און זיי זענען דערפאר אים נישט געקומען העלפען. איז אליין האט ער זיך געשלעפט מיט די לעצטע כוחות א גאנצע טאג אהיים.

אויפען וועג איז ער א דורך צוויי ווארשעווער בחורים, וואס ווי זיי האבען אים דערזעהן זאגט איינער צום צווייטען מיט ווינדער "דער לעבט נאך? ער איז שוין געווען באלד אויף יענער וועלט א פאר וואכען צוריק".

פינקט אין יענעם טאג האבען זיך זיינע עלטערען אריבער געצויגען צו א אנדערע דירה (און ער האט נישט געוויסט דערפון און אויך נישט געוויסט ווי), אבער דער באשעפער האט אים דא אויך נישט פארלאזט, און האט בהשגחה פרטית באגעגענט זיין מאמע ע"ה ערגעץ אויפען גאס, און זי האט אים שוין געהאלפען און געפירט צו זייער נייע דירה ווי ער האט דאס ערשטע מאל געלייגט תפילין נאך אזוי פיל טעג.

ער האט געזאגט, אז וואס וואלט ער געטוהן ווען ער טרעפט נישט זיין מאמע? ווי וואלט ער געגאנגען; און האט שוין קיין כח אויך נישט געהאט מער צו גיין נאכען קריכען א גאנצען טאג (איבער 5 שעה) אן קיין כוחות אהיים.

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » מאנטאג אוקטובער 29, 2018 11:16 am

פאר די וואס טוהען אין די משפחה, נעמטס אין אכט אז איך האב פאראכטען א טעות אין א פריערדיגע תגובה, אז ר' אליעזר'ס ווייב האט געהייסען פריידא, און פריידא'ס מאמא האט געהייסען חי' וואס זי איז געווען דער שוועסטער פון מרת לאה אשת הרה"ק רבי יוסף יארטשעווער זי"ע.

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 6:46 pm

דער ספר התניא וואס רבי חיים יהושע זצ"ל האט באקומען במתנה אין בערלין, אוו ער שרייבט אריין און חתמ'עט זיין נאמען.

עס איז געדרוקט געווארען אין תל אביב אין שנת תש"ג.

ר' חיים יהושע שרייבט אריין:

הספר היקר לקוטי אמרים ניתן לי
במתנה מאת הבחור היקר יעקב
שלמה שליט"א טשעפלין דפה בערלין

חיים שיע ליכטער
סופר סת"ם


עס איז לכאורה הג"ר יעקב שלמה פריעדמאן (שפעטער א רב אין פתח תקוה) וואס הג"ר שלמה אליהו (מיט הג"ר איטשע גראניק) האבען צוזאם אינטער געשריבען היתר עגינות.
צוגעלייגטע
IMG_0059.JPG
IMG_0059.JPG (141.38 KiB) געזעהן 617 מאל
IMG_0058.JPG
IMG_0058.JPG (39 KiB) געזעהן 617 מאל

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 6:58 pm

א מדרש רבה (ווילנא תר"ה) וואס זיי האבען געהאט אין לאגער לעכפעלד.

ר' שלמה אליהו שרייבט אריין פאר זיין טאטע:

זה המדרש שייך
להרבני מוה"ר חיים שיע ליכטער
סופר סת"ם בלאגער לעכפעלד
היום ד' פרשת לסדר
כי ד' א' יברכך ושמחת
בכל הטוב תש"ח לפ"ק
צוגעלייגטע
IMG_0066.JPG
IMG_0066.JPG (46.99 KiB) געזעהן 607 מאל
IMG_0067.JPG
IMG_0067.JPG (140.96 KiB) געזעהן 607 מאל
IMG_0069.JPG
IMG_0069.JPG (16.08 KiB) געזעהן 607 מאל
לעצט פאראכטן דורך זכרונות אום מיטוואך נובעמבער 14, 2018 7:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 7:09 pm

דא איז דער "ביזנעס" קארטעל וואס ר' שלמה אליהו האט געמאכט פאר זיין טאטע.

ואגב, פלעגט הרה"ק רבי יענקעלע אנרופען א שילדעל ביים טיר פון א רב אדער סופר א "אשם תלוי".

ער איז אמאל (א סאך מאל) געגאנגען באזוכען רבי חיים יהושע, און מיט אים איז איין מאל מיט געגאנגען ר' ראובן אייזנער. זוכענדיג פאר דאס הויז אויף דיווישען עוועניו (רבי יענקעלע האט נישט געדענקט קיין הייזער), זאגט רבי יענקעלע פאר ר' ראובן אז מען דארף זוכען א אשם תלוי. ווינדערט זיך ר' ראובן "וואס איז דאס"? זאגט אים רבי יענקעלע אז ביי יעדער רב הענגט אין דרויסען א "שילדעל" מיט זיין נאמען!

ואגב איז דער מצוה כיבוד אב ואם ביי ר' אלי' געווען אויסטערליש (אפשר וועגען דעם זוכה געווען צו אריכת ימים). ער האט קיינמאל גארנישט אפגעזאגט פאר זיינע עלטערען און געלאפען אין דער מיטען פון דער נאכט אויב מען האט אים גערופען.

היות זיין טאטע איז געווען מופרש מעולם הזה און גענומען זייער לאנג דאס שרייבען און די טבילות; פלעגט ר' אלי' ארויס העלפען זיין טאטע מיט דעם אויך און געהאלפען מגיה זיין די ספרי תורות וואס מען האט אים געברענגט צו מגי' זיין. ער האט געקענט אוועק געבען א פאר שעה א טאג פאר זיין טאטען יעדען טאג, און נישט גענומען קיין פרוטה בשכרו.
צוגעלייגטע
IMG_0028.JPG
IMG_0028.JPG (23.99 KiB) געזעהן 601 מאל

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 6:44 pm

יא, עס מוז טאקע זיין הג"ר יעקב שלמה פריעדמאן, ווייל אין די כתבים פון רבי חיים יהושע דערמאנט ער אים מיטען גאנצען נאמען; ער שרייבט:

ויהי בשלח פרעה את העם ולא נחם א', וכי פרעה שלחם ברצונו...

גם הוא"ו של ולא נחם ... הי' צריך להיות בלא וי"ו...

שמעתי פירוש יפה מן הרב יעקב שלמה פרידמאן שליט"א ...ששמע מפי הרה"צ הק' מבלאזוב זי"ע שפירש כך, כי איתא משה... הלך אצל פרעה שיתן לישראל שטר שחרור ויחתום עצמו כי ה[שת]חרר את ישראל. ויהי בשלח פרעה את העם, הסופי' תיבות הם "חתימה" ...

ער איז דערנאך מאריך אין אויסטייטשען דער פסוק און פארענטפערען די דיוקים, אבער עס פעלען נאך צו פיל ווערטער עס צו ברענגען כמו שהוא.

(די כתבים ברעקלען זיך און געשריבען מייסטענס מיט א פענסיל און שוין היפש אויס געמעגט, איז דערובער האט מען נאך נישט ארויס אלע ווערטער איבעראל; דערפאר האביך געברענגט נאר ראשי פרקים)

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 7:17 pm

אז מען רעדט שוין פון זיינע כתבים וואס ער האט געשריבען אין סיביר און אין דייטשלאנד, וועלען מיר ברענגען נאך א שטיקעל ווי ער דערמאנט אז ער איז אין סיביר.

אין א שטיקעל הייבט ער אן אזוי: בקבלת התורה, ועתה אם שמוע תשמעו בקולי ושמרתם את בריתי והייתם לי סגולה מכל העמים וכו' אלה הדברים אשר תדבר אל בני ישראל.

בעזהשי"ת עש"ק חקת תש"ג לפ"ק ביסק, ראיתי בספר היקר קרן ישועה מכ"ק הרה"צ מריבאטיטש זצוק"ל במאמרי חודש תשרי מביא קושיות המפרשים למה מועיל תשובה, הלא מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחול. ותירצו המפרשים ז"ל שאנחנו ישראל עם קרובו נקראים בנים למקום כמ"ש בנים אתם לד' א', ואב שמחל על כבודו כבודו מחול, ולעוה"ע באמת אינו מועיל תשובה לפי שהקב"ה נקרא עליהם מלך כמ"ש מלך א' על גוים (תהלים מ"ז ט).

ואלם יש עוד בנמצא תירוץ אחר על זה דמועיל תשובה לבני ישראל, דהנה תנאי התנה הקב"ה במעשי בראשית שאם יקבלו ישראל את התורה מוטב ואם לאו יחזור את העולם לתוהו ובוהו, א"כ לפי"ז אנחנו ישראל עם קדושו אשר קבלנו את התורה הק', נעשינו שותפים במלכותו יתברך שמו ומקיימים מלכותו כי אין מלך בלא עם, וע"כ שפיר מועיל לנו תשובה.

והנה אף שהתירוץ הראשון בלבד נאמר בספה"ק, עכ"ז מוכרחין אנחנו לבוא גם לתירוץ הב', כי באמת מצינו הרבה פסוקים כי הקב"ה נקרא מלך ישראל כמו שנאמר ויהי בישרון מלך, כה אמר מלך ישראל וגואלו. ועוד מצינו כמה פסוקים דאנו נקראים ג"כ עבדים, א"כ קשה קושיות המפרשים האיך מועיל תשובה הלא מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחול. ע"כ בתירוץ השני שאנו שותפין במעשי בראשית באמצעות התורה שקבלנו כנ"ל, ובזה מפרש בספר הנ"ל מאמר הפסוק בתמניא אפי "למשפטיך עמדו היום", וכבר ידוע כי היום הוא... כי הכל עבדיך בבחינת עבדים לולא תורתך שעשועי אז אבדתי בעניי, כי לא הי' מועיל תשובה אם הי' לנו דין עבדים, אך כיון שקיבלנו את התורה מועיל תשובה אף לדין עבדים, מחמת השותפות שיש לנו במלכותו כביכול ית"ש, והבן, עכ"ל בספר הנ"ל אף שאין זה ממש לשונו. (גלייב נישט אז ער האט געהאט דער ספר דארט אין סיביר)

נאכדעם ברענגט ער נאך א שטיקעל פונעם זעלבן ספר במאמרי חודש תשרי מאמר ו', און זאגט אויף דעם אייגענס.

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 7:31 pm

דאס איז דער ספר קסת סופר (ווארשא תרנ"ט) וואס ער האט געהאט מיט זיך אין סיביר, און זיין זוהן ר' שלמה אליהו שרייבט אריין:

לד' הארץ ומלואה זה הקסת שייך להרבני
מו"ה חיים יהושע ליכטער
סופר סת"ם בטומשוב דלובלין
ועכשיו בסיביר בעיר ביסק יצ"ו

און נאכדעם צו געשריבען מיט א בליי (פענסיל): ועכשיו בלאגער לעכפעלד יצ"ו
--
אויפען דעקל וואס איז געבינדען מיט וואסארע געדרוקטע פאפיר וואס עס איז געווען, שרייבט ער די פאלגענדע:

מלחמת רוסיא ויאפאן מתחלת א' דר"ח אלול תש"ה לפ"ק ביסק יצ"ו

שפעטער איז "מתחלת" אויס געמעקט און צוגעשריבען מיט א בליי "התחלה".
--
דער רוסישער-יאפאנעזער מלחמה האט זיך אנגעהויבען august 9 1945 וואס איז געווען אדר"ח אלול תש"ה
https://en.wikipedia.org/wiki/Soviet%E2 ... panese_War
צוגעלייגטע
IMG_0065.JPG
IMG_0065.JPG (206.3 KiB) געזעהן 515 מאל

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 7:45 pm

דא איז דער ספר חכמת אדם (פונעם חי' אדם תלמיד הגר"א) אין וואס ר' שלמה אלי' האט געלערענט צוזאמען מיט רבי יענקעלע אין סיביר.

ביידע ספרים (דעס מיט דער קסת סופר) ליגט אויף א טישטוך ביי וועליכע רבי חיים יהושע מיט רבי יענקעלע האבען געגעסען און געלערענט אין סיביר.

דאס טישטוך דארף צו זיין איבער 100 יאר אלט. דאס האט רבי חיים יהושע באקומען ביי זיין חתונה אין תר"פ דרשה געשאנק פון זיין שווער'ס שווער רבי אליהו אהרן שטראסבורגער ראש הקהל אין טאמישוב. אויב עס איז געווען דענמאלט שפאגעל ניי אדער שוין געווען א ירושה ווייס איך נישט.

דאס איז בימים ההם געווען פארעכענט אלס א זייער טייערע טיטשוך וואס נאר גבירים קענען זיך דאס ערלויבען; און ווייל דאס איז געווען ווערטפול און אויך זייער שטארק, איז האבען זיי דאס גענוצט איין צופאקען דערין זייער דלות וואס זיי האבען מיט זיך מיט געברענגט פון טאמישוב ביז קיין סיביר ביז קיין דייטשלאנד ביז קיין אמעריקע.
צוגעלייגטע
IMG_0062.JPG
IMG_0062.JPG (190.73 KiB) געזעהן 509 מאל
IMG_0063.JPG
IMG_0063.JPG (331.14 KiB) געזעהן 509 מאל

מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 9:45 pm

שכח! זכרונות.
הוי 'מחשב'...

איימעניט
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובהדורך איימעניט » דאנארשטאג נובעמבער 15, 2018 10:10 pm

זעהר אינטערסאנט

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 5:06 pm

מיר האפען בעזהשי"ת זיך צו פארקאטשען די ארבעל און נעמען שרייבען. קודם אזוי, און נאכדעם (ווען מיר האבען די ריכטיגע פלאץ אויפען טעיפ ווי ער זאגט עס) וועלען מיר בל"נ נאכאמאל עס ברענגען ווארט ביי ווארט מפי ר' שלמה אליהו בעצמו.

ר' שלמה אליהו ב"ר חיים יהושע ב"ר אברהם ב"ר שלמה ב"ר אליעזר הנקרא רבי לייזער ליכטער זצ"ל.

ר' לייזער ליכטער איז געבוירען צו זיין טאטע רבי שמחה זצ"ל אין זאלקווא, און ווי געזאגט איז ר' שמחה'ס ווייב מרת חי' געווען א טאכטער פון רבי אהרן זצ"ל פון סטארי דזיקוב ("דער ריכטיגע דזיקוב" פלעגט ר' שלמה אלי' זאגען), און ר' אהרן (תלמיד החוזה) איז אויך געווען דער שווער פון הרה"ק רבי יוסל'ע יארטשובער זי"ע פון טומושוב.

ר' לייזער איז געווען א חסיד פון הייליגען שר שלום מבעלזא זי"ע. און ווען דער שר שלום איז נסתלק געווארען כ"ז אלול תרט"ו, איז ער מיט א חבר שוין געווען אין צאנז אויף ראש השנה תרט"ז.

זיכענדיג א רבי זענען זיי געפארען און געפארען ביז זיי זענען אן געקומען קיין רוסלאנד צו הרה"ק רבי משה מקאברין זי"ע, וואס האט זיי געזאגט: אינגעלייט, פארטס צוריק אהיים קיין בעלז, ער איז א גענוג גרויסע רבי פאר ענק; (עפעס אזוי האט ער געזאגט, די פינקטלטיכע ווערטער ווי ר' אלי' האט עס געזאגט האב איך נישט צו די האנט).

זענען זיי צוריק געפארען קיין בעלזא און מקבל מרות געווען פון הרה"ק רבי יהושע'לע מבעלזא זי"ע. די חסידים זענען געווען זיייער ברוגז אויף זיי און אויך אויף די אלע וואס זענען אוועק פון בעלזא זיך זיכען א נייע רבי; אבער דער בעלזא רב האט זיי אדרבא מקרב געווען.

רבי לייזער איז אויף גענומען געווארען אלס שוחט אינעם שטעטל וואנחאט (אדער וויחאט) לעבען היבנוב און דער בעלזא רב זי"ע איז געקומען צו פארען אויף שבת עסען פון זיין שחיטה, צו ווייזען אז ער איז נישט בייז אויף אים.

ביז דא האט ר' שלמה אליהו דערציילט.

טרעפען מיר אין ספר הוד קדומים פון נאראל א ענליכע מעשה. דארט (עמ' ק"כ) ווערט געברענגט אז רבי יעקב משה מהובנוב זצ"ל, א זוהן פון הרה"ק רבי פייוויש מהובניב זי"ע מבני היכלא פון הייליגען חוזה מלובלין זי"ע, האט אויך נישט באלד מקבל מרות געווען פון הרה"ק רבי יהושע מבעלז זי"ע נאר איז געפארען צו הרה"ק רבי יצחק אייזיק מזידיטשווב זי"ע, און ערשט א יאר שפעטער צוריק געקומען און אנגעהויבען צוריק פארען קיין בעלזא ווי דער בעלזא רב האט זיך מיט אים געפרייט.

פאר די בעלזא חסידים האט דאס זייער פארדראסען, אז לא די וואס ער איז אנטלאפען קומט ער נאך צוריק און דער בעלזא רב ווייזט אים ארויס א חיבה יתירה!

האט דער בעזלא רבי זי"ע געזאגט: אונז האבען געהאט עטליכע וויכוחים איבער די ירושה פון א טאביק פושקע פונעם טאטע; יעדער האט עס געוואלט. איז אויב אויף א דומם פון טאטען, א טאביק פושקע, האט יעדער משתוקק געווען דאס אריין צו באקומען, איז דאך כל שכן א צומח, און כ"ש א חי, ומכ"ש איינער וואס איז אין די מדריגה פון א "מדבר" פונעם ירושה פון טאטען!

ר' שלמה אלי' האט נישט געוויסט אז רבי יעקב משה מהיבנוב איז געווען א איידעם ביי הרה"ק רבי יוסף יארטשובער פון טאמושוב; דאס האט מען ערשט לעצטענס אויס געפונען. אבער לפי זה ווייסען מיר אז די צוויי קאזין'ס (ביידע פון זייער ווייבער האבען געהייסען פריידא, און ביידע פון זייער שוויגער'ס זענען געוווען שוועסטער, טעכטער פון רבי אהרן מסטארי דזיקוב) זענען די צוויי קאזין'ס ביידע אוועק געפארען פון בעלז און ביז א יאר שוין צוריק געקומען.

אלזא איז שטארק ימלט אז רבי יעקב משה (זיין ערשטע קאזין) איז געווען דער חבר וואס ר' שלמה אלי' פלעגט אלץ דערציילען זענען ארום געפארען זיכען א נייעם רבי ביז זיי זענען אן געקומען צו הרה"ק רבי משה מקאברין זי"ע וואס האט זיי צוריק געשיקט אל שורשם.
לעצט פאראכטן דורך זכרונות אום מאנטאג נובעמבער 19, 2018 5:39 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 5:29 pm

נאך א קנייטש צו דער מעשה; דער שטאט היבנוב וואס איז לעבען בעלז און א שטאט פון בעלזא חסידים, איז נישט קיין פערצופאל. דארט האט רבי יעקב משה געהאט א ווארט זייענדיג דער זוהן פון הרה"ק רבי פייוויש מהובנוב זי"ע, און עס איז בלתי ספק ביי מיר אז רבי יעקב משה (וואס איז געווען זיין קאזין און אויך שטארק ימלט דער חבר מיט וועם ער האט געזיכט א נייע רבי) איז געווען אינסטרומענטל און אים אויף נעמען אלס שוחט אין דער דערנעבייעדיגען שטעטל וואנחאט בגלילות הובנוב.

איך ווייס אבער נישט ווי איז דאס שטעטל און ווי עס הייסט אויפען מאפע; דער וואס ווייסט אדער האט א אהנונג ביטע אריין קומען.

די משפחה וואלט עס זייער געוואלט וויסען, ווייל עס איז זייער מעגליך אז ער ליגט דארט און נישט אין נאראל ווי זיין אשת חבר מרת חי' האט געוואוינט לאחר פטירתו סוף ימי' און הרה"ק רבי יהושע'לע טומושובער פלעגט איר גיין באזוכען דארט, ווי ר' שלמה אלי' פלעגט דערציילען.

וואנחאט, וויחאט, אדער עפעס ענליך; איינער האט עפעס א אהנונג פון וואסארע שטאט מען רעדט?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12637
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 7:34 pm

איר האט דערמטאנט הרה"ק ר' יעקב מפשעווארסק אין סיביר
זיין שווער הרה"ק ר' איציקעל איז נישט דארט געווען?
דא איז א פאר בלעטער פון "איש ההלכה" וועגען הרה"ג ר טובי' גאלדשטיין
וועגען די IGLOO סוכה האט ער דערציילט?
וועגן די אומגעלונגענג מצות באקען?



זכרונות
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 11:07 am

מען מוז פארשטיין אז דער תקופה אין סיביר איז געווען 6 לאנגע יארען פון שנת ת"ש ביז אין מיטען פסח תש"ו. עס האט שוין פאר טייל אויס געזעהן ווי זיי גייען דארט בלייבען.

די 6 יאר, איז געווען איין געטיילט אין פארשידענע תקופות, פון דער ערשטע תקופה (די שווערסטע תקופה) ווי זיי זענען געווען פארעכנט ממש פאר פארברעכער און גרויסע פארברעכער, ווי זייער לעבען איז געווען הפקר פאר מורד זיין אין קאמיוניזם און נישט אן נעמען קיין רוסישע בירגערשאפט, ביז דאס לעצטע יאר אין שנת תש"ו, שוין נאך די מלחמה האט זיך גע'ענדיגט, און פעקליך פון די דזוינט איז געקומען אין גרויסען און מען האט שוין געהאט רעלאטיוולי מכל טוב.

אין אנהויג איז מען ממש געשטארבען פאר הינגער, פארפרוירען געווארען פון קעלט, קראנק געווארען פון אלע מחלות וואס באטרעפט אויסגעהונגערטע און אויסגעמאטערטע מענטשען, און ועל כולם זענען זיי געווען געצווינגען צו ארבעטען שווער (שבת אויך) מעלות השחר עד צאת הנשמה. (ווי אזוי מען האט זיך ארויסגעדרייט מיט מסירות נפש פון צו ארבעטען אין שבת האט ער אויך פארציילט)

דערובער איז אין אנהויב געווען אומעגליך צו גיין ווי מען האט געוואלט, עסען וואס מען האט געוואלט, און באקען מצות און בויען סוכות, בויען מקואות. עס איז אפילו נישט געווען קיין מעל צו באקומען צו באקען מצות, און ווער רעדט נאך פון א אויווען צו געפינען, האלץ פאר א סוכה, וכו וכו' וכו'.

דערובער דארף מען פארשטיין אז יעדער מעשה מוז מען הערען אין קאנטעקסט, ווען עס האט פאסירט און ווי עס האט פאסירט און אין וואסערע אומשטענדען עס האט פאסירט.

אבער פאר די וואס טוהען נישט אין די פרטים (אדער ווייל עס גייט זיי נישט אן, אדער ווייל עס איז נישט נוגע), איז נאר אינטרעסאנט די נקודה פון דער מעשה אדער פונקט וואס רבי יענקלע זי"ע האט פארציילט.

מיר וועלען אי"ה דערציילען דא פארשידענע מעשיות און נייע אינפארמאציע פון די 6 יאר, טייל מיט רבי יענקלע דארט און טייל אן אים דארט. רוב פון די תקופה (און ספעציעל די ערשטע יארען) איז ער געווען מיט זיין שווער; אבער שפעטער געווען אין ביסק ביי רבי חיים יהושע און שפעטער שוין געהאט זיין אייגענע דירה און געלערענט מיט תלמידים פאר פרנסה און געשיקט יעדען ראש חודש געלט פאר זיין ווייב און קינדער; און אויב נישט געהאט האט ער געבארגט אדער באקומען. ספעציעל האט ער מכיר טובה געווען ר' שלמה אליהו'ס איינציגסטע שוועסטער יבלח"ט אין שיקאגו, וואס האט פארדינט געלט און איז אייביג געווען גרייט צו בארגען אדער געבען פאר רבי יענקעלע די נויטיגע געלט צו שיקען.

רבי יענקלע'ס הכרת הטוב צו איר איז געווען אזוי אויסטערליש אז דאס ערשטע פראגע וואס ער האט געפרעגט ווען איינער פון די משפחה איז געקומען צו אים, איז געווען "וואס מאכט פערילע". רבי יענקלע איז איר טאקע נישט שילדיג געבליבען ווי ער האט געזאגט פאר ר' שלמה אליהו אז ער וועט זיי געדענקען סיי בעולם הזה און סיי בעולם הבא; זי האט געהאט א גליקליך לעבען די אלע יארען; זאל דער באשעפער איר ווייטער העלפען לאריכת ימים טובים ושנים.

ווען רבי יענקלע רעדט פון באקען מצות רעדט ער מסתמא סיי ביי זיין שווער און סיי מיט רבי חיים יהושע; אבער ווען ער רעדט פון בויען א סוכה איז לכאורה רעדט ער ביים שווער, ווייל ר' שלמה אליהו האט דערציילט אז אין דער דירה וואס זיי האבען געהאט אין ביסק איז געווען געבויעט (שוין פון פריער) א חאטקע (hut) צוגעשטעפעט צום הויז וואס איז כמעט געווען א כשר'ע סוכה, וואס זיי האבען נישט געדארפט צו פיל צולייגען עס צו מאכען כשר. אפשר רעדט ער פון די ציבור'ישע סוכה. מיר וועלען זעהן מיט די צייט וואס נאך ווערט אויס געקלארט פון זיינע דערציילונגען. אויב איינע האט גענויע ווערטער וואס רבי יענקלע האט געזאגט איבער די ענינים געברענגט דא, איז ביטע עס מיר שיקען אין אישי, וועל איך עס בל"נ צוזאם שטעלען מיט וואס ר' שלמה אליהו האט דערציילט, אויב עס איז דא וואס.
לעצט פאראכטן דורך זכרונות אום מיטוואך נובעמבער 21, 2018 12:10 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12637
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 12:51 pm

זכרונות האט געשריבן:מען מוז פארשטיין אז דער תקופה אין סיביר איז געווען 6 לאנגע יארען פון שנת ת"ש ביז אין מיטען פסח תש"ו. עס האט שוין פאר טייל אויס געזעהן ווי זיי גייען דארט בלייבען.
.....................
מיר וועלען אי"ה דערציילען דא פארשידענע מעשיות און נייע אינפארמאציע פון די 6 יאר, טייל מיט רבי יענקלע דארט און טייל אן אים דארט. רוב פון די תקופה (און ספעציעל די ערשטע יארען) איז ער געווען מיט זיין שווער; אבער שפעטער געווען אין ביסק ביי רבי חיים יהושע ....

אהא!
זעט אויס אז די עובדא פון ר' טובי' זצ"ל מיט צדיקי פעשעווארסק איז געווען פון אנהייב פאר ביסק ווען די ליכטערס זענען נישט געווען ציזאם מיט רבי יענקלע

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4003
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 1:01 pm

קיקיון האט געשריבן:
זכרונות האט געשריבן:מען מוז פארשטיין אז דער תקופה אין סיביר איז געווען 6 לאנגע יארען פון שנת ת"ש ביז אין מיטען פסח תש"ו. עס האט שוין פאר טייל אויס געזעהן ווי זיי גייען דארט בלייבען.
.....................
מיר וועלען אי"ה דערציילען דא פארשידענע מעשיות און נייע אינפארמאציע פון די 6 יאר, טייל מיט רבי יענקלע דארט און טייל אן אים דארט. רוב פון די תקופה (און ספעציעל די ערשטע יארען) איז ער געווען מיט זיין שווער; אבער שפעטער געווען אין ביסק ביי רבי חיים יהושע ....

אהא!
זעט אויס אז די עובדא פון ר' טובי' זצ"ל מיט צדיקי פעשעווארסק איז געווען פון אנהייב פאר ביסק ווען די ליכטערס זענען נישט געווען ציזאם מיט רבי יענקלע

הגה"צ רבי משה לויפער זצ"ל בעל אשרי למשה היה שם - והרה"ק רבי יעקלע מפשעווארסק זי"ע התפלל אצלו
אגב השוויגער של בעל אשרי למשה נפטרה בביסק ונקברה שם

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 2:14 pm

קיקיון האט געשריבן:
זכרונות האט געשריבן:מען מוז פארשטיין אז דער תקופה אין סיביר איז געווען 6 לאנגע יארען פון שנת ת"ש ביז אין מיטען פסח תש"ו. עס האט שוין פאר טייל אויס געזעהן ווי זיי גייען דארט בלייבען.
.....................
מיר וועלען אי"ה דערציילען דא פארשידענע מעשיות און נייע אינפארמאציע פון די 6 יאר, טייל מיט רבי יענקלע דארט און טייל אן אים דארט. רוב פון די תקופה (און ספעציעל די ערשטע יארען) איז ער געווען מיט זיין שווער; אבער שפעטער געווען אין ביסק ביי רבי חיים יהושע ....

אהא!
זעט אויס אז די עובדא פון ר' טובי' זצ"ל מיט צדיקי פעשעווארסק איז געווען פון אנהייב פאר ביסק ווען די ליכטערס זענען נישט געווען ציזאם מיט רבי יענקלע

ריכטיג, שטארק יתכן אז עס איז געווען אין בארנול ווי עס איז געווען א ראש ישיבה פון נאווארדאק רבי יוסף שלמה האראוויץ זצ"ל, און מיט אים זענען געווען אנדערע ליטווישע בחורים און אויך הגה"צ רבי יצחק אורלאנסקי זצ"ל.

זכרונות
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 19, 2018 12:26 pm

תגובהדורך זכרונות » דינסטאג נובעמבער 20, 2018 2:22 pm

dovidal האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:
זכרונות האט געשריבן:מען מוז פארשטיין אז דער תקופה אין סיביר איז געווען 6 לאנגע יארען פון שנת ת"ש ביז אין מיטען פסח תש"ו. עס האט שוין פאר טייל אויס געזעהן ווי זיי גייען דארט בלייבען.
.....................
מיר וועלען אי"ה דערציילען דא פארשידענע מעשיות און נייע אינפארמאציע פון די 6 יאר, טייל מיט רבי יענקלע דארט און טייל אן אים דארט. רוב פון די תקופה (און ספעציעל די ערשטע יארען) איז ער געווען מיט זיין שווער; אבער שפעטער געווען אין ביסק ביי רבי חיים יהושע ....

אהא!
זעט אויס אז די עובדא פון ר' טובי' זצ"ל מיט צדיקי פעשעווארסק איז געווען פון אנהייב פאר ביסק ווען די ליכטערס זענען נישט געווען ציזאם מיט רבי יענקלע

הגה"צ רבי משה לויפער זצ"ל בעל אשרי למשה היה שם - והרה"ק רבי יעקלע מפשעווארסק זי"ע התפלל אצלו
אגב השוויגער של בעל אשרי למשה נפטרה בביסק ונקברה שם

ר' שלמה אליהו האט טאקע איבער אים דערציילט אז ער איז 16 חדשים (אדער 14 חדשים) געלעגען אין בעט און זיך געמאכט קראנק כדי ער זאל נישט דארפען ארבעטען שבת.

דארף נאך טרעפען עס אויף טעיפ צו ער לייגט נאך עפעס צו.

זיך מאכען קראנק איז אויך נישט פשוט, ווייל די NKVD (ענ-קע-ווע-דע, די געהייימע רוסישע פאליציי) האבען געוואכט אויף אלעם און באזוכט די הייזער זייער אפט. איז חוץ די עצם צער פון ליגען אזוי לאנג אין א בעט, איז עס געווען א גרויסע מסירות נפש'דיגע זאך נישט צו ווערען געכאפט.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: הבעש''ט און 25 געסט