רבי דוד הלוי יונגרייז ראב"ד ירושלים זצ"ל - כ"ג תשרי תשל"ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

וללמוד אני צריך
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » זונטאג אוקטובער 07, 2018 1:36 am

א קרוב מיינער וואס וואוינט אין די 'בתי אונגארן' אין ירושלים עיה"ק, האט מיר אנגעוויזן אויף א טיפער בעיסמענט וואס האט געדינט אלץ שוץ-קעלער פאר עטליכע משפחות אין די געגענט בשעת די "זעקס טאגעדיגע מלחמה"

צווישן די משפחות איז געווען זיין אייגענע משפחה און רבי דוד יונגרייז ז"ל מיט זיין עזר כנגדו ע"ה.

אין שוץ-קעלער האט מען נישט געמעגט עפענען קיין לעקטער. אלע משפחות קינד און קייט אלע זענען געווען אין איין גרויסע שטוב. פאר עטליכע טעג נישט אריין און נישט ארויס. שטעלץ ענק אליין פאר ווי אזוי דאס האט אויסגעקוקט.

האטער האט מיר אנגעוויזן מיטן פינגער אויף א קליינעם פענסטער וואו רבי דוד האט געלייגט זיין גמרא און געלערנט לאור החמה פון נץ החמה ביז צאת ממש לא פסיק פומיא מגירסא במלוא מובן המילה!! נישט וויינעריי פון די קליינע בעביס, א דומפיגע פינסטערע קעלער, באמבעס, טאנק וואס זענען דורכגעפארן עטליכע פוס אוועק פאר ווער עס קען די שמאלע מאה שערים גאסן. גארנישט האט אים מבטל געווען פון עוסק זיין בתורה כאילו ער זיצט ביי א באקוועמען שטענדער אין ביהמ"ד.

יהא זכרו ברוך!!

זיסקינד
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 6:57 am

איך מיין אז ס'איז הגרא"מ ברטשטיין - סד"ד ולבחל"ח הגר"א שלעזינגער

תגובהדורך זיסקינד » זונטאג אוקטובער 07, 2018 3:26 am

מענטשאלע האט געשריבן:מיט רא"מ ברייטשטיין און רי"י דאמב אין לאנדאן


איך מיין אז רעכט'ס פון דער ראב"ד איז הג"ר אליקים שלעזינגער, ר"י הרמה, און נישט הגרי"י דאמב

אוועטאר
זענדל
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » זונטאג אוקטובער 07, 2018 6:10 am

מענטשאלע האט געשריבן:כי הנה המלכים נועדו, דער בי"ד הגדול בירושלים
פון ר' צו ל'
הרב אברהם יוחנן בלומנטל, הגרי"י רייזמן, הגר"פ עפשטיין, הגר"ד ינוגרייז, הגרז"ר בענגיס, ר' ישראל זופניק, מהרי"מ דושינסקיא (די ערטשע - דריטע יאר פנאך זיין טאטנ'ס הסתלקות, מוכרח כי הגרז"ר בענגיס ווערט געזען) שטייט פון אונטן הרב יוסל דוידוביץ מנהל מוסדות דושינסקיא

נאך בילדער פון יענעם מעמד:
צוגעלייגטע
002.jpg
002.jpg (323.07 KiB) געזעהן 182 מאל
001.jpg
001.jpg (253.44 KiB) געזעהן 182 מאל
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

אוועטאר
חיים בער וויינשטאק
שר חמישים
תגובות: 71
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 29, 2013 10:48 am

תגובהדורך חיים בער וויינשטאק » זונטאג אוקטובער 07, 2018 11:00 am

זענדל האט געשריבן:
מענטשאלע האט געשריבן:הגה"ק מתולדות אהרן ביי די לווי, ער האט אויסגעטוהן דעם שטריימל אסרו חג צוליב די לוויה

ווער זענען די גבאים?

ער פלעגט גיין בגדי שבת אסרו חג ביז חצות.

די גבאים זענען הרה"ח ר' חיים ראטה זז"ג (רעכט אויפן בילד) און הר"ר אפרים פרידמאן הי"ו (לינקס אויפן בילד)


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט