ר' דוב אריה לעווינטאהל ז"ל רב דקהל בני אברהם פילעדעלפיע, פא.

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

וללמוד אני צריך
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

ר' דוב אריה לעווינטאהל ז"ל רב דקהל בני אברהם פילעדעלפיע, פא.

תגובהדורך וללמוד אני צריך » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 2:15 pm

בס"ד

היינט ד' תשרי איז דער יארצייט פון הרב דוב אריה בן ר' אברהם ע"ה.

הרב לעווינטאהל איז געבוירן געווארן אין קאוונע, ליטא צו זיינע עלטערן ר' אברהם הכהן לעווינטאהל און זיין רבעצין ע"ה, ל"ג בעומר שנת תרכ"ד. ער איז נפטר געווארן שנת תשי"ג לפ"ק.

ער איז געווען רב אין זיין קהלה "בני אברהם" אין פילעדעלפיע פאר איבער 60 יאר! למעשה איז ער געווען דער רב בה"א הידיעה אין גאנצן שטאט, על פיו יצאו ועל פיו יבואו כל דבר.

עס איז כמעט נישט געווען א וואוילטעטיגע ארגענעזאציע, נאציאנאלע מוסדות אדער רבנישע קערפערשאפט, וואס האט זיך געגרינדעט דא אין אמעריקא און הרב לעווינטאהל זאל נישט האבן א יד דערין.

ער האט שטארק געקעמפט פאר כשר פלייש אין אמעריקא. ער האט פרובירט צו טוען יותר מכפי יכלתו פאר אידישקייט דא אין אמעריקא. מ'קען זאגן אז ער האט אסאך מקריב געווען און אויסגעטרעטן דעם וועג פאר אידן וואס זענען געקומען פון אייראפע נאך די קריג. מ'דארף אים מכיר טובה זיין.

לפי מיטב ידיעתי איז נישט דא קיין ערליכע דורות פון אים. עס וואלט געווען כדי ווער עס קען, זאל צינדן א ליכט, לערנען א משנה אדער געבן א פרוטה לצדקה לעילוי נשמתו.

ת.נ.צ.ב.ה.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11995
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:25 pm

ער האט איבערגענומען זיין שווער רב אליעזר קליינבערג אין תרנ"א. זיין שווער (איידעם פון הג"ר ישראל ליפשיץ ראב"ד בווילנא) איז געקומען (האביך געזעהן) בעצת דער רב הכולל אין תר"ן.

ווער איז געווען דארט רב פאר דעם?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25361
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:33 pm

געהערט מאחורי הפרגוד אז אין איינע פון די אידישע אויסגאבעס גייט זיין אן ארטיקל איבער הרב לעווענטהאל און די קהלת בני אברהם

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2737
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:35 pm

ר' יונה מאכט נישט קיין נסיעה? בין הזמנים וואלט געווען היפש קליענטן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

וללמוד אני צריך
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:37 pm

SPUSMN האט געשריבן:ער האט איבערגענומען זיין שווער רב אליעזר קליינבערג אין תרנ"א. זיין שווער (איידעם פון הג"ר ישראל ליפשיץ ראב"ד בווילנא) איז געקומען (האביך געזעהן) בעצת דער רב הכולל אין תר"ן.

ווער איז געווען דארט רב פאר דעם?


ר' ישראל סאקס ע"ה. נישט דא קיין סאך אינפארמאציע איבער אים. זייער אן אלטע קהלה.

מאנכע ווילן זאגן אז רבי אליעזר קליינבערג איז שוין געקומען תרמ"ט.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11995
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:38 pm

א ייש"כ.

ווי קען איך ליינען עפעס וועגען ר' ישראל סאקס? ווען בערך איז ער אנגעקומען? זענען געווען נאך ערליכע רבנים דארטען בימים ההם (פאר תר"ן), און ווער זענען זיי געווען?
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:40 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

וללמוד אני צריך
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:40 pm

SPUSMN האט געשריבן:א ייש"כ.

ווי קען איך ליינען וועגען ר' ישראל סאקס?


וויפל איך האב דערווייל געגראבן איז מיר דערווייל נישט געלונגען צו טרעפן אינפארמאציע איבער אים.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19734
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:48 pm

וללמוד אני צריך האט געשריבן:מאנכע ווילן זאגן אז רבי אליעזר קליינבערג איז שוין געקומען תרמ"ט.

האסט סמוכין אנדערש צו וואס?

נלב"ע ר"א אדר א' תרנ"א
http://kevarim.com/rabbi-eliezer-kleinberg-2/

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25361
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:55 pm

מצבתו בקברים - עם הרבה חומר עליו:
http://kevarim.com/rabbi-dov-aryeh-bernard-levinthal/

מצבת חותנו הרב קליינבערג:
http://kevarim.com/rabbi-eliezer-kleinberg-2/

ידיעה בעיתונות על הבחרו כנציג יהדות אמריקה בקונגרס העולמי (ווארסיילס קאנפרענץ) בשנת תרע"ח
https://chroniclingamerica.loc.gov/lccn ... d-1/seq-1/

ובאייוועלט המורחבת
תמונות:
viewtopic.php?p=589532#p589532
viewtopic.php?p=411126#p411126
בחירתו כרב הכולל במקומו של הרב הכולל רי"י:
viewtopic.php?p=259840#p259840

ערכו בזשעני - עם פרטים על צאצאיו
https://www.geni.com/people/Rabbi-Berna ... 4552789161

מודעה בJTA על פטירתו
https://www.jta.org/1952/09/25/archive/ ... dies-at-88

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11995
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:58 pm

א דאנק אייך אלע.

געזעהן אז רב בעלקין פרעזידענט פון ישיבה יוניווערסיטי (הרב רעוועל'ס ממלא מקום) האט חתונה געהאט מיט א אייניקעל. כ'ווייס פון איינעם וואס מען האט אנגעטראגען פאר זיין (בעלקין'ס) טאכטער.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 4:00 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

וללמוד אני צריך
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 21, 2018 12:28 am

תגובהדורך וללמוד אני צריך » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 4:00 pm

מיללער האט געשריבן:מצבתו בקברים - עם הרבה חומר עליו:
http://kevarim.com/rabbi-dov-aryeh-bernard-levinthal/

מצבת חותנו הרב קליינבערג:
http://kevarim.com/rabbi-eliezer-kleinberg-2/

ובאייוועלט המורחבת
תמונות:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 32#p589532
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 26#p411126
בחירתו כרב הכולל במקומו של הרב הכולל רי"י:
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 40#p259840

ערכו בזשעני - עם פרטים על צאצאיו
https://www.geni.com/people/Rabbi-Berna ... 4552789161

מודעה בJTA על פטירתו
https://www.jta.org/1952/09/25/archive/ ... dies-at-88


אה, יישר כח!!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25361
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 4:04 pm

צועד בראש המחנה במצעד הרבנים המפוסמת עשי"ת תש"ד (75 יאר צוריק!)
בילד
הרב לעווענטהאל מימין ליד ר' ישראל רז"ב, ר' אליעזר סילבר והגר"א קלמנאוויטש

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4592
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 5:41 pm

שיינער פארטרעיט פונעם פילאדעלפיער רב, רבי אליעזר בויסקער - קליינבערג זצ"ל
צוגעלייגטע
download (2).png
download (2).png (333.85 KiB) געזעהן 284 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 649
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 9:11 pm

א הודעה נתפרסם געווארן דורך רבני פילאדעלפיא, מערקט די חתימה פון רב לעווינטאהל זצ"ל דער ערשטע רעכטס, נאכגעפאלגט ביי די חתימה פון רבי אליעזר יאלעס זצ"ל.

פילאדעלפיא.JPG
פילאדעלפיא.JPG (54.72 KiB) געזעהן 103 מאל

גענומען פון דא מאוצרו של יציב פתגם


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פראהביטש און 18 געסט