רבי ישראל דוב בער גילערנטער זצ"ל אב"ד יאשיניצא בעל רביד הזהב ודביר המוצנע - כ"ה סיון תרי"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

רבי ישראל דוב בער גילערנטער זצ"ל אב"ד יאשיניצא בעל רביד הזהב ודביר המוצנע - כ"ה סיון תרי"ח

תגובהדורך ידיעות שונות » דינסטאג מאי 29, 2018 1:46 am

הרה"ק רבי ישראל דוב בער גילערנטער זצוקלל"ה זי"ע
אבד"ק סטאפשעט - יאשיניצא
מחבר ספר הקדוש רביד הזהב - דביר המוצנע
מגדולי תלמידי הרה"ק בעל זרע קודש מראפשיץ זי"ע


נאך נישטא קיין אשכול אויף דעם גאון וקדוש, וועט מען אנהייבן מיט די אנטדעקונג פונעם יומא דהילולא, מאוצרותיו של הרב יציב פתגם געברענגט פון אן אנדערע אשכול

יציב פתגם האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:רבי ישראל דוב בער גילערנטער אב"ד יאשניצא בעל רביד הזהב ודביר המוצנע

הרביד הזהב נפטר ביום כ"ה סיון תרי"ח

מקור: 'לוח זכרון' בעריכת הג"ר אברהם סג"ל איטינגא מדוקלא זצ"ל (נדפס בתוך מכ"ע 'מחזיקי הדת', פר' שלח תרס"ה, עמ' 7)
unnamed (1).png


זיינע קינדער שרייבן אין די הקדמה צום ספר: ובעוה"ר כשהגיע לששים שנה שקעה שמשו, והלך לגנו לחזות בנועם ה'.

לויט דעם אויבנדערמאנטן חשבון קומט אויס אז דער הייליגער רביד הזהב איז געבוירן געווארן בשנת תקנ"ח. (און איז אלט געווען אינגאנצן ניין און צוואנציג יאהר בעת פטירת רבו מרן הרה"ק מראפשיץ זי"ע בשנת תקפ"ז).

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4013
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג מאי 29, 2018 1:49 am

באקאנט דריי מופתים וואס דער רביד הזהב האט פארציילט וואס ער האט אליין מיטגעהאלטן ביי זיין גרויסן רעבין דער ראפשיצער רב זי״ע
דביה תחדי נפשא

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דינסטאג מאי 29, 2018 1:54 am

דער רביד הזהב איז מפורסם על שם ספרו הקדוש, וועלכע איז געווען זייער פארשפרייט בקרב החסידים בכל רחבי פולין און גאליציע, אלס איינער פון די שטערקסטע ספרי חסידות בימיו.

דער ספר איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאהל בשנת תר"ל, און א צווייטע מאהל בשנת תרל"ו.
אין הקדמה צום צווייטן דרוק שרייבן די בני המחבר המו"ל בזה"ל: זה ששה שנים שנתגלה ספר רביד הזהב ויצא לאור מתחת מכבש הדפוס, ומצא הספר הקדוש חן בעיני כל רואיו, וכל חיך אשר יטעם מאמרותיו הטהורים בכל לב ידרשוהו, ובפרט שנשא חן וחסד בעיני הגאונים וצדיקי דורינו שליט"א, וכאשר נתנו מהודם ויעידון ויגידון בהסכמותיהם בשבח והלל על ספר רביד הזהב, וכאשר ידענו מפי רבנים גאונים וקדושי עליון אשר מעת שיצא ספר רביד הזהב כליל בהדרו מבית הדפוס והגיע לידם הקדושה לא זזו מחבבו ולא פסק מעל שלחנם הטהור זה השלחן אשר לפני ה', ונדפסו בעזרת הש"י שלשת אלפים ספרים ונתחלקו עד לא נשאר מהם אפילו מספר אש נער קטן יכתבם.

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך מאי 30, 2018 4:05 am

חמרא טבא האט געשריבן:באקאנט דריי מופתים וואס דער רביד הזהב האט פארציילט וואס ער האט אליין מיטגעהאלטן ביי זיין גרויסן רעבין דער ראפשיצער רב זי״ע


באקאנט אז ער האט געזעהן דריי מופתים, אבער די מעשה גופא איז נישט באקאנט, וועל איך עס מעתיק זיין ממקורו.

די מקור איז אין 'אהל נפתלי' פון הרב הגאון המפו' בחיבוריו הנפלאים רבי אברהם חיים שמחה בונם מיכלזאהן זצ"ל, ער ברענגט דארט נאך דעם סיפור הדברים, וואס ער האט מקבל געווען אין א בריוו פון הרב הגאון רבי אברהם איטינגא מדוקלא וואס האט עס געהערט פון א זוהן פון בעל רביד הזהב.

וזה לשונו באהל נפתלי:
-אות מ"ח
[עוד שם במכתבו של רבי אברהם איטינגא] שמעתי מפי הרב [רבי אברהם יוסף יעקב געלערנטער] מיאשניצא, ששמע מפי אביו הרה"צ [רבי ישראל דוב בער אבד"ק יאשניצא] בעל רביד הזהב, שהי' ט"ו שנים אצל הרה"ק מראפשיץ, שלשה מופתים שראה אצל הרה"ק הנ"ל.

מופת הראשונה: פעם אחת בליל א' דסוכות, באה אשה אחת לפניו עם ילד קטן על זרועותי', והתינוק הי' חולה במחלת 'אבצערונג', ויאמר הרה"ק בזה הלשון: "איך האב אפילו פיינט צו זאגן, נאר איך מוז זאגן, דאס קינד איז נישט אויסגעלייזט געווארן". והאשה הודית כי לא נפדה, וחקרו ודרשו החסידים מאיזה עיר היא, ונודע להם הי היא מעיר רחוקה כארבעים פרסה מעיר ראפשיץ, ואז ראו בעליל כי כיון הרה"ק ברוח הקודש.

- אות מ"ט
[עוד שם], מופת ב' מהנ"ל: פעם אחת בחג הסוכות, הי' לו להרה"צ בעל רביד הזהב מכה על רגלו, והי' יושב אחורי התנור והכיריים, כי ירא לשבת בין אנשים לבל ידחקו אותו. בהושענא רבה עמד איש אחד אצלו, ובעת חבטת ההושענא חבט בשגגה על רגלו, ומגודל הכאב נפל לארץ ויתעלף, והרה"ק מראפשיץ עמד אצל העמוד, ופניו למזרח, והרגיש תיכף ברגע זו שהתחיל לתהעלף, ויגש אליו ויאמר לו: "ישראל בער לעב (כן קרא אותו) בודאי יכאב לבך, בוא עמי אל החדר ותסעד לבך במעט יין שרף ועוגה אחת".

- אות נ'
[עוד שם], מופת ג' מהנ"ל: הרה"צ בעל רביד הזהב הנ"ל הי' חתן לנגיד אחד בעיר רימינוב, והי' אוכל ט"ו שנים מזונות על שלחן חותנו, והי' לו חבר הרב החסיד רבי יאטשי בן הרב רבי בעריש, בן הרה"צ רבי אברהם אלחנן מפלאנטשע, שהי' אוכל גם כן מזונות על שולחן חותנו, והם היו אוהבים נאמנים, ממש אהבת דוד ויהונתן הי' ביניהם, ותמיד היו הולכים ביחד אל הרה"ק רבי ר' נפתלי, והיו יושבים אצל השולחן תמיד ביחד.
והרבי ר' נפתלי הי' דרכו בקודש לחלק בעצמו ככרות לחם אצל השולחן, והי' מנהגו כי להשני ריעים אהובים הנ"ל הי' נותן תמיד שתי ככרות לחם, שהיו תואמים ודבוקים יחד, כה הי' מפשט כל הימים. פעם אחת התגנבה פתאום אל קצת טינא בלב זה על זה, ולא ידעו מדוע, רק הרגישו בלבם איזה טינא. וכאשר חלק הרה"ק הככרות בליל שבת קודש, לקח הרה"ק שני ככרות שהיו תואמים יחדיו, והפריד את הדבקים, ונתן לזה ככר לחם אחת ולזה ככר לחם אחת.
אחר הסעודה כשהלכו לביתם, התחילו להרהר בענין זה, ויאמרו איש אל אחיו: "מה זאת עשה הרבי לנו שהפריד את הככרות ונתן לנו, אין זאת כי אם אשמים אנחנו על הטינא שיש בלבנו זה על זה". ובכן פייסו זה את זה, ושלחו אחרי יישן שרף וישתו לחיים, ונעשה אהבה ואחוה ביניהם יותר מבתחילה.
למחר בסעודת הצהרים נתן להם שני ככרות תואמים כבתחילה, אז ראו עין בעין כי רוח הקודש הופיע בבית מדרשו.
ע"כ מספר אהל נפתלי

מה ידידות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » מיטוואך מאי 30, 2018 10:50 am

ידיעות שונות האט געשריבן:דער ספר איז געדרוקט געווארן צום ערשטן מאהל בשנת תר"ל, און א צווייטע מאהל בשנת תרל"ו.

דאס וואס איז געדריקט געווארן בשנת תרל"ו איז דער צווייטער חלק פונעם ספר מיטן נאמען דביר המוצנע

Capture.JPG
Capture.JPG (104.95 KiB) געזעהן 604 מאל
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג יוני 04, 2018 10:41 am

יציב פתגם האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:רבי ישראל דוב בער גילערנטער אב"ד יאשניצא בעל רביד הזהב ודביר המוצנע

הרביד הזהב נפטר ביום כ"ה סיון תרי"ח

מקור: 'לוח זכרון' בעריכת הג"ר אברהם סג"ל איטינגא מדוקלא זצ"ל (נדפס בתוך מכ"ע 'מחזיקי הדת', פר' שלח תרס"ה, עמ' 7)

מקור נוסף שהרביד הזהב נפטר בשנת תרי"ח, כיון שבאותו שנה נתקבל בנו לממלא מקומו ביאשניצא
image (59).png
image (59).png (40.52 KiB) געזעהן 556 מאל

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג יוני 04, 2018 11:39 am

בכמה מקורות כתבו שהרביד הזהב נפטר ביום כ"א תשרי, וטעותם נבעה לכאורה שנתחלפו להם עם בעל מחבר רביד הזהב אחר, שחי בדור הקודם, הלא הוא הגאון רבי דוב בער טריוויש זצ"ל ראב"ד ווילנא, שאכן נפטר בכ"א תשרי תקס"ד (ראה: 'עליות אליהו', ווילנא תרנ"ב, דף לו. הערה קיב)

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך יוני 06, 2018 9:31 am

יציב פתגם האט געשריבן:בכמה מקורות כתבו שהרביד הזהב נפטר ביום כ"א תשרי, וטעותם נבעה לכאורה שנתחלפו להם עם בעל מחבר רביד הזהב אחר, שחי בדור הקודם, הלא הוא הגאון רבי דוב בער טריוויש זצ"ל ראב"ד ווילנא, שאכן נפטר בכ"א תשרי תקס"ד (ראה: 'עליות אליהו', ווילנא תרנ"ב, דף לו. הערה קיב)

אלפסי (בערכו) כותב שנפטר בשנת תרכ"ח, (בלי מקור), אך לכאו' זה טעות גמור, כי עפ"י חשבון זה נמצא שנולד בשנת תקס"ח, והי' בן י"ט שנים בעת פטירת רבו מראפשיץ, וגיל צעיר זה אינו בהתאם למעמדו כאחד מגדולי תלמידי ראפשיץ ומהמקורבים ביותר בבית רבו הק', (אשר הראה לו חביבות יתירה שלא בערך הרגיל).

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך יוני 06, 2018 11:09 am

ידיעות שונות האט געשריבן:אלפסי (בערכו) כותב שנפטר בשנת תרכ"ח, (בלי מקור), אך לכאו' זה טעות גמור, כי עפ"י חשבון זה נמצא שנולד בשנת תקס"ח, והי' בן י"ט שנים בעת פטירת רבו מראפשיץ, וגיל צעיר זה אינו בהתאם למעמדו כאחד מגדולי תלמידי ראפשיץ ומהמקורבים ביותר בבית רבו הק', (אשר הראה לו חביבות יתירה שלא בערך הרגיל).

שטימט מיט וואס יציב פתגם האט געברענגט אויבן מרבי אברהם איטינגא:
שמעתי מפי הרב [רבי אברהם יוסף יעקב געלערנטער] מיאשניצא, ששמע מפי אביו הרה"צ [רבי ישראל דוב בער אבד"ק יאשניצא] בעל רביד הזהב, שהי' ט"ו שנים אצל הרה"ק מראפשיץ.

לפי די תקס"ח/תרכ"ח ווערסיע ברויך מען זאגן אז ער האט זיך געווייקט ביי זיין רבי'ן בהיותו גיל ד' או ה'!

אגב, די פאמיליע ביימער אויפן געוועב צייגן אויך אן תרכ"ז-ח. אבל משם אינו ראי' כלל. יעדער שרייבט נאך דעם צווייטן'ס טעות.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5819
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך יוני 06, 2018 11:54 am

דער ספר רביד הזהב איז דא צו באקומען היינט צוטאגס?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » מיטוואך יוני 06, 2018 12:02 pm

יא, לעצטענס איבערגעדריקט אין 2 שיינע נייע בענדער

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך יוני 06, 2018 12:47 pm

chrome_2018-06-06_12-46-04.png
chrome_2018-06-06_12-46-04.png (327.1 KiB) געזעהן 465 מאל

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5819
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך יוני 06, 2018 12:53 pm

יציב פתגם האט געשריבן:
chrome_2018-06-06_12-46-04.png

וואו קען מען דאס באקומען? איך האב דאס נאכנישט געזען אין ספרים סטאר
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך יוני 06, 2018 5:06 pm

מצבת בנו וממלא מקומו הגאון רבי אברהם יוסף יעקב גילערנטער זצ"ל בעל מחבר אמרי יא"י - על הר הזיתים

IMG_0155.JPG
IMG_0155.JPG (238.6 KiB) געזעהן 444 מאל

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך יוני 06, 2018 5:28 pm

ש'כח הרב יציב פאר דעם אנטדעקונג.

ווי מ'קען זעהן אין די הסכמות על ספר בנו ומ"מ הגאון רבי אברהם יוסף יעקב גילערנטער זצ"ל, איז ער - זיין זוהן - געווען רב אין יאשניצא ביז (בערך) שנת תרע"ב, און דעמאלטס איז ער ארויף קיין ארץ ישראל צו דינען דעם אויבערשטן על אדמת קודש בירושלים (כדרך כמה מצדיקים הקודמים), ביז זיין פטירה בשנת תרע"ו.

ער שרייבט אין הקדמה (וואס כנראה איז עס געשריבן געווארן לאנג פארן דרוקן דעם ספר) "וכאשר יזכני ה' הטוב להוציאם לאור וכו', ובפרט כאשר יזכני ה' ברב רחמיו וחסדיו לישב על התורה ועל העבודה כאשר עם לבבי על אדמת הקדש ירושלים תוב"ב".
זעהט מען אז דאס איז געווען מגמת חפצו ותשוקתו.

----

כדאי צו וויסן איז דא עפעס א ידיעה ווער האט ממשיך געווען די רבנות אין יאשניצא ביזן קריג?
לעצט פאראכטן דורך ידיעות שונות אום מיטוואך יוני 06, 2018 6:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך יוני 06, 2018 6:08 pm

דא שטייט אז איין פון די קינדער פון רבי אברהם יוסף יעקב ז"ל האבן משמש געווען אלץ אב"ד יאשניצא צווישן די צוויי מלחמות.
https://www.jewishgen.org/yizkor/pinkas ... 00220.html

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך יוני 06, 2018 7:30 pm

רב מונאוויטש האט געטראפן עפעס א שפיץ, יישר כחך וחילך.

*
למעשה פעהלט נאך אינפארמאציע איבער משפחת הרביד הזהב וצאציו אחריו, איז לאמיר אנהייבן, און ווער ס'האט מוסיף צו זיין מדילי' אל ימנע מן הרבים.

בניו:
רבי משה גילערינטער זצ"ל (מו"ל ספר רביד הזהב)
רבי אברהם יוסף יעקב גילערינטער זצ"ל אבד"ק יאשיניצא
רבי נפתלי צבי זצ"ל מהארדענקא (נקרא ע"ש רביה"ק מראפשיץ)
רבי ישעי' יחיאל מיכל זצ"ל מסאניק

חתניו:
רבי יוסף שמואל זצ"ל אבד"ק קוטב (ב"ר משה דוב ז"ל)

---
א מערקווידיגע זאך, די קינדער פון רביד הזהב שרייבן "ולמד תורה אצל מחותנו הרב הגאון הקדוש המפורסם מו"ה יעקב צבי יאליש זצ"ל" (ה"ה בעל מלוא הרועים-קהלת יעקב זי"ע), דארף מען מברר זיין ווי אזוי איז מחותנות'שאפט צושטאנד געקומען.
כ'האב שוין אנגעמערקט אויף דעם אינעם אשכול פון מלוא הרועים, ולע עלה בידי לברר עד כה.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מיטוואך יוני 06, 2018 7:48 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:א מערקווידיגע זאך, די קינדער פון רביד הזהב שרייבן "ולמד תורה אצל מחותנו הרב הגאון הקדוש המפורסם מו"ה יעקב צבי יאליש זצ"ל" (ה"ה בעל מלוא הרועים-קהלת יעקב זי"ע), דארף מען מברר זיין ווי אזוי איז מחותנות'שאפט צושטאנד געקומען.
כ'האב שוין אנגעמערקט אויף דעם אינעם אשכול פון מלוא הרועים, ולע עלה בידי לברר עד כה.

זיין אייניקל רבי מנחם גילערנטער (בן בנו רבי משה, מו"ל ספר רביד הזהב) איז געווען א איידעם ביי הרה"צ בי אליעזר יהודה לייבוש יאליש זצ"ל מסטרי, בנו יחידו של בעל מלא הרועים זי"ע

image (61).png
image (61).png (99.54 KiB) געזעהן 413 מאל

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך יוני 06, 2018 9:10 pm

יציב פתגם האט געשריבן:הרביד הזהב נפטר ביום כ"ה סיון תרי"ח

מקור: 'לוח זכרון' בעריכת הג"ר אברהם סג"ל איטינגא מדוקלא זצ"ל (נדפס בתוך מכ"ע 'מחזיקי הדת', פר' שלח תרס"ה, עמ' 7)

יציב פתגם האט געשריבן:בכמה מקורות כתבו שהרביד הזהב נפטר ביום כ"א תשרי, וטעותם נבעה לכאורה שנתחלפו להם עם בעל מחבר רביד הזהב אחר, שחי בדור הקודם, הלא הוא הגאון רבי דוב בער טריוויש זצ"ל ראב"ד ווילנא, שאכן נפטר בכ"א תשרי תקס"ד (ראה: 'עליות אליהו', ווילנא תרנ"ב, דף לו. הערה קיב)


אהלי צדיקים האט א דריטע גירסא, י"ט אלול.
http://www.zadikim.org/68773.html#ad-image-0

מאין להם זאת???
לעצט פאראכטן דורך ידיעות שונות אום מיטוואך יוני 06, 2018 9:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך יוני 06, 2018 9:19 pm

מי יודע האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:
chrome_2018-06-06_12-46-04.png

וואו קען מען דאס באקומען? איך האב דאס נאכנישט געזען אין ספרים סטאר

איינער האט מיך לעצטנס פארציילט בשם דער מו"ל ר' נפתלי ווייטץ נ"י, אז ער האט ממש נאר געציילטע איבערגעבליבן ביי זיך אין בעיסמענט, און ער פלאנט עס איבערצודרוקן בעז"ה, ווען דאס גייט זיין ווייס איך נישט.

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4013
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך יוני 06, 2018 10:19 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:למעשה פעהלט נאך אינפארמאציע איבער משפחת הרביד הזהב וצאציו אחריו, איז לאמיר אנהייבן, און ווער ס'האט מוסיף צו זיין מדילי' אל ימנע מן הרבים.

בניו:
רבי משה גילערינטער זצ"ל (מו"ל ספר רביד הזהב)
רבי אברהם יוסף יעקב גילערינטער זצ"ל אבד"ק יאשיניצא
רבי נפתלי צבי זצ"ל מהארדענקא (נקרא ע"ש רביה"ק מראפשיץ)
רבי ישעי' יחיאל מיכל זצ"ל מסאניק

אין דער ספר דת משה וישראל וואס רבי יציב ברענגט צו שטייט אז דער רבי ישעי׳ יחיאל איז געווען רב אין נאוויטאניץ
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4013
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך יוני 06, 2018 10:35 pm

ער שרייבט אויך דארט אז דער רביד הזהב׳ס טאטע האט געהייסן רבי אברהם יוסף און זיין רעביצין האט געהייסן רבקה פעסיל זי איז געווען די טאכטער פון רבי דוד פון סאטינוב א זון פון הה״ק רבי ישראל חריף מסאטינוב בעמח״ס תפארת ישראל תלמיד הבעשה״ק
דביה תחדי נפשא

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך יוני 06, 2018 11:09 pm

אין ספר אמרי יא"י (מובא לעיל ע"י רב יציב) האט זיין זוהן פארצייכנט די יחוס למעלה בקודש
צוגעלייגטע
בן הרביד הזהב - יחוסו הרם.JPG
בן הרביד הזהב - יחוסו הרם.JPG (72.72 KiB) געזעהן 371 מאל

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1396
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך יוני 06, 2018 11:41 pm

איך האב באמערקט אז דער צבי לצדיק אין זיין הסכמה על ספר הנ"ל באטיטלט רבי אברהם יוסף יעקב זצ"ל מיטן טערמין "מחו'". ווי אזוי איז דער בלאזוב'ער רבי געווען א מחותן מיט יאשניצא?

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך יוני 06, 2018 11:51 pm

נישט ווייניגער אינטערסאנט אז אין הסכמה פון דרכי תשובה שטייט: בידעי ומכירי קאמינא ש"ב הרב וכו'.

(ס'איז מסתבר צו זאגן אז אויפן זעלבן וועג וואס ער איז א מחותן מיט בלאזוב איז ער אויך א קרוב מיט מונקאטש, וחדא מיתרצת בחבירתה).


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט