רבי מנחם עזריה מפאנו זי"ע - הרמ"ע מפאנו - ד' מנחם אב ש"פ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

רבי מנחם עזריה מפאנו זי"ע - הרמ"ע מפאנו - ד' מנחם אב ש"פ

תגובהדורך יציב פתגם » דינסטאג פאברואר 27, 2018 8:25 am

נאכנישט געטראפן קיין אשכול איבער דער הייליגער רמ"ע מפאנו זי"ע

ערכו עליו בויקיפדיה

FL12178326.jpg
FL12178326.jpg (115.87 KiB) געזעהן 1241 מאל

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דינסטאג פאברואר 27, 2018 8:35 am

כתובת בית החיים בעיר מנטובה, מקום מנוחת המקובל האלקי הרמ"ע מפאנו זי"ע
https://www.google.com/maps/@45.151155, ... 6656?hl=en

12010384785_201084a0c5_o.jpg
12010384785_201084a0c5_o.jpg (223.83 KiB) געזעהן 1238 מאל

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4013
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג פאברואר 27, 2018 10:14 am

יציב פתגם האט געשריבן:נאכנישט געטראפן קיין אשכול איבער דער הייליגער רמ"ע מפאנו זי"ע

ערכו עליו בויקיפדיה

FL12178326.jpg

עפעס דארף זיין א מימרא פונעם צאנזער רב אז ער'ט עם געזען מיט א בארד
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4594
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג פאברואר 27, 2018 10:32 am

דא האט איר בייגעלייגט די תולדות פון רמ"ע מפאנו געשריבן דורך הרב ר' יחיאל גולדהבר. דאס איז געשריבן אין איינע פון די מאמרים וואס ער שרייבט איבער די פולמוס פון הנחת תפילין בחוה"מ. די תולדות זענען בעיקר אין די ערשטע פאר עמודים, שפעטער איז ער מאריך איבער זיין שיטה בדין תפילין בחוה"מ, און איבער זיין שטעלונג בענין הזהר.

די תולדות זענען געשריבן מיט ר' יחיאל'ס געשמאק, א תענוג צו ליינען.

תולדות רמע מפאנו - יחיאל גולדהבר-1.pdf
(120.87 KiB) דאונלאודעד 67 מאל


המאמר המלא
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דינסטאג פאברואר 27, 2018 1:04 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:נאכנישט געטראפן קיין אשכול איבער דער הייליגער רמ"ע מפאנו זי"ע

ערכו עליו בויקיפדיה

FL12178326.jpg

עפעס דארף זיין א מימרא פונעם צאנזער רב אז ער'ט עם געזען מיט א בארד

נישט דער צאנזער רב, [דער צאנזער רב האט דעם רמ"ע זי"ע נישט געקענט זעהן, ער איז געווען א ערך פון א גוטע 200 יאר פריער.....], דער באר עשק איז אזוי מעיד
כידוע דער הייליגער מנחת אלעזר איז שטארק מאריך דערינען אין ספר דברי תורה, עי"ש


בנוגע דעם ציון הקדוש פונם הייליגן רמ"ע, כ'אב געליינט דיע וואך אין צייטונג אז דער קאסאנער רבי שליט"א איז געווען אויף א נסיעה קיין מאנטובה, און ער האט געהאט ממש סייעתא דשמיא מען האט עם געפנט דעם טויער פונם ביה"ח, עס שרייבט דארט דער גבאי ר' מנשה זילבער אז ווער ס'וויל ארגאניזרן א נסיעה אהין זאל זיך צו אים מעלדן, [אויך שטייט דארט אז די אינסטאנצן ווילן חלילה וחס חרוב מאכן דאס פלאץ היל"ת, אל תפק זממם]
ווילעך וויסן, איז דא בכלל א ציון אדער ס'יז ליידער א פוסט פעלד?, און צי א כהן קען ציקומען אדער נישט???
איז פארהאן א מעגליכקייט זיך משתטח זיין אויפן ציון פונם איש האלקים אויף וועמען דער הייליגער בני יששכר שרייבט אויף אים 'עיר וקדיש מן שמיא נחית'?

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4013
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג פאברואר 27, 2018 1:31 pm

זבחי צדק האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:נאכנישט געטראפן קיין אשכול איבער דער הייליגער רמ"ע מפאנו זי"ע

ערכו עליו בויקיפדיה

FL12178326.jpg

עפעס דארף זיין א מימרא פונעם צאנזער רב אז ער'ט עם געזען מיט א בארד

נישט דער צאנזער רב, [דער צאנזער רב האט דעם רמ"ע זי"ע נישט געקענט זעהן, ער איז געווען א ערך פון א גוטע 200 יאר פריער.....], דער באר עשק איז אזוי מעיד
כידוע דער הייליגער מנחת אלעזר איז שטארק מאריך דערינען אין ספר דברי תורה, עי"ש


בנוגע דעם ציון הקדוש פונם הייליגן רמ"ע, כ'אב געליינט דיע וואך אין צייטונג אז דער קאסאנער רבי שליט"א איז געווען אויף א נסיעה קיין מאנטובה, און ער האט געהאט ממש סייעתא דשמיא מען האט עם געפנט דעם טויער פונם ביה"ח, עס שרייבט דארט דער גבאי ר' מנשה זילבער אז ווער ס'וויל ארגאניזרן א נסיעה אהין זאל זיך צו אים מעלדן, [אויך שטייט דארט אז די אינסטאנצן ווילן חלילה וחס חרוב מאכן דאס פלאץ היל"ת, אל תפק זממם]
ווילעך וויסן, איז דא בכלל א ציון אדער ס'יז ליידער א פוסט פעלד?, און צי א כהן קען ציקומען אדער נישט???
איז פארהאן א מעגליכקייט זיך משתטח זיין אויפן ציון פונם איש האלקים אויף וועמען דער הייליגער בני יששכר שרייבט אויף אים 'עיר וקדיש מן שמיא נחית'?

חכם דו איינער און איך האב געמיינט אז דער רמ"ע מפאנו האט געוואונט אין די גלילות פון צאנז און איז געקומען צו פארן אויף שיינע שבתים?
די מימרא וואס איך געדענק איז עפעס איז אז איינער האט נאכגעזאגט פארן צאנזער רב אז ער'ט נישט געהאט קיין בארד האט ער געזאגט אז ווען ער לערנט זיינע ספרים זעהט ער עם מיט א בארד (או משהו כזה)
אגב די נסיעה האט געמאכט דער קאסובער רבי
דביה תחדי נפשא

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דינסטאג פאברואר 27, 2018 1:34 pm

האסט געשריבן דער צאנזער רב, אז 'ער האט עם געזעהן', פון וואנעט זאל איך וויסן וואס דו מיינסט??

גערעכט, כ'האב מיך טועה געווען ס'יז דער קאסוב'ער נישט דער קאסאנער, וטעות לגולם חוזק

shalsheles
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » דינסטאג פאברואר 27, 2018 1:38 pm

viewtopic.php?f=63&t=36314&p=1619364&hilit=איטאליע#p1619364

היינט ביים טעגליכען שיעור האט רבי מנשה י. רייזמאן שליט״א געזאגט אז דער היינטיגער שיעור איז נתנדב לע״נ רבי חנינא קארפמאן ע״ה וואס איז געווען זייער דבוק צו די תורה פון רמ״ע מפאנו זצוק״ל ״און איז א סאך געפארן צו זיין ציון״ און לכבודו נאכגעזאגט מתורתו של הרמ״ע מפאנו זצ״ל.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דינסטאג פאברואר 27, 2018 1:39 pm

מיין ברודער זז"ג איז געווען ביי זיין ציון פאר א צוויי יאר צוריק
דארף איך עם איבער פרעגן צו ער האט געקענט ציקומען

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4594
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג פאברואר 27, 2018 2:18 pm

דער קאסובער רבי זז"ג איז לעצטענס שטארק דבוק בתורת הרמ"ע מפאנו, כ'מיין אז ער האט ארויסגעגעבן א ספר איבער קדושת השבת בתורת הרמ"ע מפאנו.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אגודיסט
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2015 1:54 am

תגובהדורך אגודיסט » זונטאג מארטש 04, 2018 9:25 pm

צו די אלע מגיבים דא,
דער קאסובער רבי שליט"א פון בארא פארק איז שוין דבוק צענדליגע יארן אונעם רמ"ע מפאנו זי"ע עס זייט כמעט נישט דורך א תורה אדער א דרשה וואס ער זאגט נישט נאך א רמ"ע, נאכן הערן פאר עטליכע יאר צוריק אז מען ווייסט ווי דער רמ"ע ליגט, און מען קען צוקומען צום בית החיים האט ער מודיע געווען אז ער גאר שטארק חשק צו פארן אהין, למעשה עס האט זיך געשלעפט אפאר יאר, אבער פאר אפאר וואכן צוריק האט מען צוזאם געשטעלט א נסיעה און מען איז געפארן.
יעצט איז וועגן דעם ציון הק', דער רמ"ע האט געוואוינט און מאנטובה און ער איז נפטר געווארן ד' אב שנת ש"פ און מאנטובה און דארט נאמן געווארן, דער חיד"א און מעגל טוב ברענגט אז ער איז צוויי מאל געווען אויף זיין ציון, ליידער איבער די יארן איז עס חרוב געווארן, און די ארטיגע גאווערמענט האט עס פארוואנדעלט און א מיליטערשע באזע, ביים צווייטען וועלט קריג האבן די נאצים ימ"ש עס גענוצט, ישראל מאיר גבאי איז געווען דארט פאר בערך 35 יאר צוריק איז נאך געווען מצבות דארט, ליידער איבער די יארן איז אלעס חרוב געווארן, און אין די לעצטע פאר יאר האט די ארטיגע גאווערמענט אנגעפאנגען צו פלאנען איבער צו מאכן דעם פלאץ און אויס רייסן דעם גאנצען בית החיים, גרויסע מערכות גייען פאר און דער הייליגע באשעפער זאל העלפען אז זיי זאלן נישט קענען ארויספירן זייער פלענער, עס איז גאר וויכטיג אז עידן פון די גאנצע וועלט זאלן אהין פארן ספעצעיל מיט גרויסע גרופעס אזוי וועלן זיי זעהן אז עס זענען דא עידן וואס זענען אינטערסירט צו ראטעווען דעם פלאץ.

יצחק פון ישיבה
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

אינטרעסאנטע זאך

תגובהדורך יצחק פון ישיבה » מאנטאג מאי 14, 2018 4:02 pm

רמ"ע מפאנו לבד גדלותו בחכמת האמת, גווען הוכעט מופלג און חכמת הנגלה, דער חיד"א שראייבט אז רמ"ע האט מחבר גווען א ספר קיצור הרי"ף, חוץ פון ספר תשובותיו הקיים עד היום.
אזוי האכעט שראייבט דער חיד"א אז למעשה דער ספר 'כסף משנה' פוןן דער אייליגער ב"י, האט דער רמ"ע מפאנו געדרוקט בחיי בית יוסף, אובער דער הייליגע ב"י, איז נסתלק אינמיטן דער ארבעט, ולא הספיק בחייו לראות בהוצאת הספר לאור.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג מאי 14, 2018 4:09 pm

יצחק פון ישיבה האט געשריבן:רמ"ע מפאנו לבד גדלותו בחכמת האמת, גווען הוכעט מופלג און חכמת הנגלה, דער חיד"א שראייבט אז רמ"ע האט מחבר גווען א ספר קיצור הרי"ף, חוץ פון ספר תשובותיו הקיים עד היום.
אזוי האכעט שראייבט דער חיד"א אז למעשה דער ספר 'כסף משנה' פוןן דער אייליגער ב"י, האט דער רמ"ע מפאנו געדרוקט בחיי בית יוסף, אובער דער הייליגע ב"י, איז נסתלק אינמיטן דער ארבעט, ולא הספיק בחייו לראות בהוצאת הספר לאור.

זיין הייליג ספר 'עשרה מאמרות', איז בלול ומלא וגדוש, חידושים נפלאים אין אלע פיר חלקי התורה, סיי פשט, סיי רמז, סיי דרוש און סיי סוד, און כידוע ברענגט דער מגן אברהם אראפ להלכה אסאך פסקים פון דעם הייליג ספר

יצחק פון ישיבה
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

תגובהדורך יצחק פון ישיבה » מאנטאג מאי 14, 2018 4:38 pm

מעהאט נאך נישט גירעדט דא, אויף נאך א אינטרעסאנטע זאך: כידוע רמ"ע מפאנו איז גווען א תלמיד פון מוהר"י סרוג, בעל מחבר 'עמק המלך', וכידוע ס'איז ארויס עוררין לגבי קבלת מהרי סרוג וכו', ועגן אז ס'איז דא אסאך זאכן און קבלתו, וואס דער מהרח"ו האט עס ניט געברנגט כלל.
אובער איך האב געזען אמאל, אז דער מהר"י סרוג, איז געפאר'ן בהוראת האריז"ל גלייך נאך דער הסתלקות פון אריז"ל צו איטליה, כדי צו לערנען מיט רמ"ע מפאנו. סאיז אינטרעסאנט מרחיב זיין דער יריעה און דעם נושא, אויב איינער וייסט מער פרטים, און מראי מקומות, און ער קען שראייבן דא, תע"ב.

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 301
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » מיטוואך מאי 23, 2018 5:33 pm

זבחי צדק האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:נאכנישט געטראפן קיין אשכול איבער דער הייליגער רמ"ע מפאנו זי"ע

ערכו עליו בויקיפדיה

FL12178326.jpg

עפעס דארף זיין א מימרא פונעם צאנזער רב אז ער'ט עם געזען מיט א בארד

נישט דער צאנזער רב, [דער צאנזער רב האט דעם רמ"ע זי"ע נישט געקענט זעהן, ער איז געווען א ערך פון א גוטע 200 יאר פריער.....], דער באר עשק איז אזוי מעיד
כידוע דער הייליגער מנחת אלעזר איז שטארק מאריך דערינען אין ספר דברי תורה, עי"ש


שו"ת חתם סופר
אבל מהם ומהמונם הותרה הרצועה לגמרי בכל ארץ אטלי' שכל חכמיה מגולחי זקן ונתלים באילן גדול ר' מנחם עזרי' בעל עשרה מאמרות אבי המקובלים שהוא היה מגולח מבלי השאיר שערה א', וכן העיד עליו היש"ר מקאנדיא באילים שלו, והיה אומר שעפ"י חכמי המקובלים אין חוץ לארץ ראויה לכך


אידיש גערעדט, ער האט נישט געהאט קיין בארד עפ"י קבלה

יצחק פון ישיבה
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

זקן עפ"י קבלה

תגובהדורך יצחק פון ישיבה » זונטאג מאי 27, 2018 4:42 am

הגה"צ הישיש ר' שריה דבילצקי שליט"א, וואס ער איז פון גדולי המקובלים בדורינו, נוהג ככל הנראה עפ"י קבלה לחתוך ולסדר את זקנו. [אף שי"א אז זיין מנהג קומט פון זיינע חומרות און הלכות שבת]. אזוי הוכעט איז גווען דער מנהג פון חכם ב"צ אבא שאול, וואס לבד גדלותו בנגלה, ער איז גווען האכעט גרויס און קבלה כידוע.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1976
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג מאי 28, 2018 2:39 am

יצחק פון ישיבה האט געשריבן:הגה"צ הישיש ר' שריה דבילצקי שליט"א, וואס ער איז פון גדולי המקובלים בדורינו, נוהג ככל הנראה עפ"י קבלה לחתוך ולסדר את זקנו. [אף שי"א אז זיין מנהג קומט פון זיינע חומרות און הלכות שבת]. אזוי הוכעט איז גווען דער מנהג פון חכם ב"צ אבא שאול, וואס לבד גדלותו בנגלה, ער איז גווען האכעט גרויס און קבלה כידוע.

דער רמ"ע האט געשניטען ווייל חוץ לארץ איז נישט ראוי פאר א בארד, הגאון ר' שריה זאל האבן א רפואה שלימה בקרוב וואוינט אין אר"י, מילא איז נישט שייך דער רמ"ע'ס טעם.

יצחק פון ישיבה
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

תגובהדורך יצחק פון ישיבה » מאנטאג מאי 28, 2018 4:00 am

לחם לשובע האט געשריבן:
יצחק פון ישיבה האט געשריבן:הגה"צ הישיש ר' שריה דבילצקי שליט"א, וואס ער איז פון גדולי המקובלים בדורינו, נוהג ככל הנראה עפ"י קבלה לחתוך ולסדר את זקנו. [אף שי"א אז זיין מנהג קומט פון זיינע חומרות און הלכות שבת]. אזוי הוכעט איז גווען דער מנהג פון חכם ב"צ אבא שאול, וואס לבד גדלותו בנגלה, ער איז גווען האכעט גרויס און קבלה כידוע.

דער רמ"ע האט געשניטען ווייל חוץ לארץ איז נישט ראוי פאר א בארד, הגאון ר' שריה זאל האבן א רפואה שלימה בקרוב וואוינט אין אר"י, מילא איז נישט שייך דער רמ"ע'ס טעם.

אה"נ, איך האב ביז יעצט גיטראכט אז סי קומט פון דער זעלביקער טעם, אובער וי איך זעה, סי האט אנדערע טעם, קען זיין אז דער טעם פון ר' שריה איז וועגן אז פון דעם לשון האריז"ל איז משמע, אז מטאר נישט נאר עוקר זיין דער עיקרי השיער, אובער שנאיידן פון דעם אורך איז נישט קיין פראבלעם הוכעט לשיטת האריז"ל, [עכ"פ למקצת המקובלים], קען זיין אז דאס איז זיין טעם.

יצחק פון ישיבה
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

לגבי ענין זקנו של הרמ"ע

תגובהדורך יצחק פון ישיבה » מאנטאג מאי 28, 2018 4:56 am

און ספר יביע אומר, (ח"ט יו"ד ס"י) האט געשריבן א סאך מראי מקומות [פון אחרונים], וואס פון דעם איז מוכח קלאר דלא כהחת"ס, און בפשטות האט ער יא געהאט אבארד, נאר ער האט געשינטן דער אורך פון דעם שיער, ועיין שם שהסתפק בעיקר תמונת דיוקנו פון דעם רמ"ע אויב סאיז בכלל אריכטיגע בילד, היות אז עפ"י קבלה סאיז דא אגרויסע הקפדה נישט מאכן בילדער.

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מאנטאג מאי 28, 2018 3:03 pm

כבוד הר"ר יצחק, במחילת כבודך, אבער ס'איז א ווייטע מהלך צו מאכן א צד השוה פונעם הייליגן רמ"ע מפאנו ביז א היינטיגע ת"ח אין ארץ ישראל וואס איז נתגדול געווארן ברוח מדינת ליטא. אויב ס'איז אייך ניחא קען איך טרעפן נאך א צאהל 'גדולים' אהן בערד און דערנאך מסביר זיין טעמם ונימוקים 'כביכול' מיט רמזים און מקורות וכו', שתמחול ותסלח לא כן ידוע אצלינו, א צורת איד איז מיט א בארד, וכל המשנה ידו על התחתונה, ודי בזה לחכימא.

יצחק פון ישיבה
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

תגובהדורך יצחק פון ישיבה » מאנטאג מאי 28, 2018 4:02 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:כבוד הר"ר יצחק, במחילת כבודך, אבער ס'איז א ווייטע מהלך צו מאכן א צד השוה פונעם הייליגן רמ"ע מפאנו ביז א היינטיגע ת"ח אין ארץ ישראל וואס איז נתגדול געווארן ברוח מדינת ליטא. אויב ס'איז אייך ניחא קען איך טרעפן נאך א צאהל 'גדולים' אהן בערד און דערנאך מסביר זיין טעמם ונימוקים 'כביכול' מיט רמזים און מקורות וכו', שתמחול ותסלח לא כן ידוע אצלינו, א צורת איד איז מיט א בארד, וכל המשנה ידו על התחתונה, ודי בזה לחכימא.

כבוד הרב ידיעות שונות, לגופם של דברים, איך האלט וי דיר פונקטלעך לגבי חובת גידול הזקן. אובער איך האב גירעדט לגבי דער עיקר ענין פון גילוח הזקן עפ"י קבלה. און היות אז ר' שריה האט גאר אסאך עניינים ע"פ קבלה, און כידוע אסאך פון דער חסידישע רבע'ס האבן גילערנט ביי העם קבלה, איך האב געווואלט חוקר זיין דעם נושא.
יעצט אזוי, ר' שריה, האט אסאך מנהגים עפ"י קבלת הגר"א, און דער נפש החיים האט מדייק גווען פון לשון הזוה"ק, אז דער גאנצע איסור פון גילוח הזקן ע"פ קבלה, איז נאר שניידן אינגאנצן דער שיער ממקום גידולו, און שניידן סתם מן האורך איז קיין איסור נישט, האב איך גיעהרט פון מענטשן אז דאס איז זיין טעם.
אובער איך בין נישט משוה זיין כלל צו דער אנדערע 'גדולים', וואס האבן נישט קיין שייכות מיט חכמת האמת און פארשטיי נישט כלל און דעם זאכן.
און אגב, ר' שריה זאל זיין געזונט האט אסאך מנהגים עפ"י קבלה, אין פול זאכן וואס זנען ממש נישט מקובל ביי דער מתנגדים כלל, ואכמל"ב.

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דינסטאג מאי 29, 2018 6:21 pm

יצחק פון ישיבה האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:כבוד הר"ר יצחק, במחילת כבודך, אבער ס'איז א ווייטע מהלך צו מאכן א צד השוה פונעם הייליגן רמ"ע מפאנו ביז א היינטיגע ת"ח אין ארץ ישראל וואס איז נתגדול געווארן ברוח מדינת ליטא. אויב ס'איז אייך ניחא קען איך טרעפן נאך א צאהל 'גדולים' אהן בערד און דערנאך מסביר זיין טעמם ונימוקים 'כביכול' מיט רמזים און מקורות וכו', שתמחול ותסלח לא כן ידוע אצלינו, א צורת איד איז מיט א בארד, וכל המשנה ידו על התחתונה, ודי בזה לחכימא.

כבוד הרב ידיעות שונות, לגופם של דברים, איך האלט וי דיר פונקטלעך לגבי חובת גידול הזקן. אובער איך האב גירעדט לגבי דער עיקר ענין פון גילוח הזקן עפ"י קבלה. און היות אז ר' שריה האט גאר אסאך עניינים ע"פ קבלה, און כידוע אסאך פון דער חסידישע רבע'ס האבן גילערנט ביי העם קבלה, איך האב געווואלט חוקר זיין דעם נושא.
יעצט אזוי, ר' שריה, האט אסאך מנהגים עפ"י קבלת הגר"א, און דער נפש החיים האט מדייק גווען פון לשון הזוה"ק, אז דער גאנצע איסור פון גילוח הזקן ע"פ קבלה, איז נאר שניידן אינגאנצן דער שיער ממקום גידולו, און שניידן סתם מן האורך איז קיין איסור נישט, האב איך גיעהרט פון מענטשן אז דאס איז זיין טעם.
אובער איך בין נישט משוה זיין כלל צו דער אנדערע 'גדולים', וואס האבן נישט קיין שייכות מיט חכמת האמת און פארשטיי נישט כלל און דעם זאכן.
און אגב, ר' שריה זאל זיין געזונט האט אסאך מנהגים עפ"י קבלה, אין פול זאכן וואס זנען ממש נישט מקובל ביי דער מתנגדים כלל, ואכמל"ב.

פיין, איך הער וואס איר זאגט, אבער למעשה דארף מען וויסן אז ביי געוויסע קרייזן איז דער ענין פון שערן די בארד געווארן א פירצה בצורת היהדות מדור דור, די גאנצע זאך איז נשתרבב געווארן פון גזירת המלכות, אבער ס'דא אזעלכע וואס ווילן עס היינט כשר'ן ווי כאילו שערן די בארד איז א לכתחלה'דיגע זאך, און אז דאס איז גאר די ריכטיגע צורה פון א יוד, רח"ל מהאי דעתא!
אידישקייט איז מסורה!
אז מ'קוקט אין די ספרי הפוסקים איז א דבר ברור אז שערן די בארד איז א קלות, אין די לעצטע דריי הונדערט יאהר איז נאך קיינעם נישט איינגעפאלן צו זאגן אז ער שערט זיך די בארד עפ"י קבלה, שטעל דיך פאר די משכילים ווייסן פון דעם אויפטוה זיי וואלטן זיך מחי' געווען, מ'קען זיך שערן, אויסקוקן ככל הגוים בית ישראל, און ס'נאך העכער'ס אויך!! א געוואלדיגע המצאה!
יעצט ווען איינער וויל מיך פארקויפן אז מאן דהו שערט זיך די בארד מיט א העכערע כוונה און גאר טיפע ענינים, קויף איך עס נישט אזוי שנעל אפ.

באקאנט דאס ווארט דאכט זיך פון הייליגן ר"ר שמעלקא, "ס'איז גרינגער צו פאסטן לשם שמים, ווי עסן לשם שמים".
אז איינער טוהט אהן תפלין בישיבה היינט צוטאגס, און ער איז מכוון העכערע ענינים עפ"י קבלה, פיין נישט אזוי שווער צו מכוון זיין לשם שמים. און די זעלבע איז ביי אנדערע ענינים, אבער "שערן די בארד עפ"י קבלה מיט א כוונה לשם שמים" דאס הערט זיך שוין ווי א ליצנות.

בכלל איז נאך נישט ברור כשמש אז דער רמ"ע האט "געשוירן" (שעיווד) די בארד, ס'קען אפשר זיין אז די האר פון בארד איז איהם ארויסגעפאלן, צו אפשר איז דער גאנצער מעשה נולד געווארן דורך מקולקלים, וואס האבן עס געוואלט אנלייגן אויפן רמ"ע, או אפי' נניח אז ס'איז קלאר איז דאך בכל כתביו נישט מבואר טעמו ונימוקו, און קיין שום אנדערע מקובל ההולך לפני מחנה ישראל האט נישט אנגעזאגט מ'זאל זיך אזוי מתנהג זיין, און כש"כ וכש"כ אז קיינער האט זיך אזוי נישט נוהג געווען, איז ממילא צו בויען גג על גג אויף אזא דקות'דיגע זאך איז לענ"ד זייער נישט ריכטיג.

בפרט אז מ'דארף היינט זייער נזהר זיין נישט צו געבן קיין פתחון פה פאר געוויסע א. ג. אויפגעקלערט וואס האלטן זיך קלוגער און זוכן פון אונטער דער ערד אזעלכע "הייליגע" (שמייליגע) ענינים שונים ומשונים, און נאך מיט אן אילן (גדול) לתלות בו, ישתקע הדבר ולא יאמר!

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1719
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

א טייטש פונם הייליגן רמ"ע [חיקו"ד ח"א פ"א]

תגובהדורך ראספשע » דינסטאג מאי 29, 2018 6:33 pm

יהי חסדך ה' עלינו כאשר יחלנו לך
אנו מבקשים, רבוש"ע תשפיע לנו חסדך
כאשר יחלנו לך
לויט וויפיל ס'איז ערווארטעט פון 'דיר' נישט פון 'אונז'!
ועמוק היא

[כדי מ'זאל נישט פארקריכן]

יצחק פון ישיבה
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

תגובהדורך יצחק פון ישיבה » מיטוואך מאי 30, 2018 4:12 am

ידיעות שונות האט געשריבן:
יצחק פון ישיבה האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:כבוד הר"ר יצחק, במחילת כבודך, אבער ס'איז א ווייטע מהלך צו מאכן א צד השוה פונעם הייליגן רמ"ע מפאנו ביז א היינטיגע ת"ח אין ארץ ישראל וואס איז נתגדול געווארן ברוח מדינת ליטא. אויב ס'איז אייך ניחא קען איך טרעפן נאך א צאהל 'גדולים' אהן בערד און דערנאך מסביר זיין טעמם ונימוקים 'כביכול' מיט רמזים און מקורות וכו', שתמחול ותסלח לא כן ידוע אצלינו, א צורת איד איז מיט א בארד, וכל המשנה ידו על התחתונה, ודי בזה לחכימא.

כבוד הרב ידיעות שונות, לגופם של דברים, איך האלט וי דיר פונקטלעך לגבי חובת גידול הזקן. אובער איך האב גירעדט לגבי דער עיקר ענין פון גילוח הזקן עפ"י קבלה. און היות אז ר' שריה האט גאר אסאך עניינים ע"פ קבלה, און כידוע אסאך פון דער חסידישע רבע'ס האבן גילערנט ביי העם קבלה, איך האב געווואלט חוקר זיין דעם נושא.
יעצט אזוי, ר' שריה, האט אסאך מנהגים עפ"י קבלת הגר"א, און דער נפש החיים האט מדייק גווען פון לשון הזוה"ק, אז דער גאנצע איסור פון גילוח הזקן ע"פ קבלה, איז נאר שניידן אינגאנצן דער שיער ממקום גידולו, און שניידן סתם מן האורך איז קיין איסור נישט, האב איך גיעהרט פון מענטשן אז דאס איז זיין טעם.
אובער איך בין נישט משוה זיין כלל צו דער אנדערע 'גדולים', וואס האבן נישט קיין שייכות מיט חכמת האמת און פארשטיי נישט כלל און דעם זאכן.
און אגב, ר' שריה זאל זיין געזונט האט אסאך מנהגים עפ"י קבלה, אין פול זאכן וואס זנען ממש נישט מקובל ביי דער מתנגדים כלל, ואכמל"ב.

פיין, איך הער וואס איר זאגט, אבער למעשה דארף מען וויסן אז ביי געוויסע קרייזן איז דער ענין פון שערן די בארד געווארן א פירצה בצורת היהדות מדור דור, די גאנצע זאך איז נשתרבב געווארן פון גזירת המלכות, אבער ס'דא אזעלכע וואס ווילן עס היינט כשר'ן ווי כאילו שערן די בארד איז א לכתחלה'דיגע זאך, און אז דאס איז גאר די ריכטיגע צורה פון א יוד, רח"ל מהאי דעתא!
אידישקייט איז מסורה!
אז מ'קוקט אין די ספרי הפוסקים איז א דבר ברור אז שערן די בארד איז א קלות, אין די לעצטע דריי הונדערט יאהר איז נאך קיינעם נישט איינגעפאלן צו זאגן אז ער שערט זיך די בארד עפ"י קבלה, שטעל דיך פאר די משכילים ווייסן פון דעם אויפטוה זיי וואלטן זיך מחי' געווען, מ'קען זיך שערן, אויסקוקן ככל הגוים בית ישראל, און ס'נאך העכער'ס אויך!! א געוואלדיגע המצאה!
יעצט ווען איינער וויל מיך פארקויפן אז מאן דהו שערט זיך די בארד מיט א העכערע כוונה און גאר טיפע ענינים, קויף איך עס נישט אזוי שנעל אפ.

באקאנט דאס ווארט דאכט זיך פון הייליגן ר"ר שמעלקא, "ס'איז גרינגער צו פאסטן לשם שמים, ווי עסן לשם שמים".
אז איינער טוהט אהן תפלין בישיבה היינט צוטאגס, און ער איז מכוון העכערע ענינים עפ"י קבלה, פיין נישט אזוי שווער צו מכוון זיין לשם שמים. און די זעלבע איז ביי אנדערע ענינים, אבער "שערן די בארד עפ"י קבלה מיט א כוונה לשם שמים" דאס הערט זיך שוין ווי א ליצנות.

בכלל איז נאך נישט ברור כשמש אז דער רמ"ע האט "געשוירן" (שעיווד) די בארד, ס'קען אפשר זיין אז די האר פון בארד איז איהם ארויסגעפאלן, צו אפשר איז דער גאנצער מעשה נולד געווארן דורך מקולקלים, וואס האבן עס געוואלט אנלייגן אויפן רמ"ע, או אפי' נניח אז ס'איז קלאר איז דאך בכל כתביו נישט מבואר טעמו ונימוקו, און קיין שום אנדערע מקובל ההולך לפני מחנה ישראל האט נישט אנגעזאגט מ'זאל זיך אזוי מתנהג זיין, און כש"כ וכש"כ אז קיינער האט זיך אזוי נישט נוהג געווען, איז ממילא צו בויען גג על גג אויף אזא דקות'דיגע זאך איז לענ"ד זייער נישט ריכטיג.

בפרט אז מ'דארף היינט זייער נזהר זיין נישט צו געבן קיין פתחון פה פאר געוויסע א. ג. אויפגעקלערט וואס האלטן זיך קלוגער און זוכן פון אונטער דער ערד אזעלכע "הייליגע" (שמייליגע) ענינים שונים ומשונים, און נאך מיט אן אילן (גדול) לתלות בו, ישתקע הדבר ולא יאמר!


לגבי דער עיקר זאך, איך בין מסכים אינגאנצן, און בפרט אז אלע דורות יארן נאך יארן האבן דער חסידים גיהאט פשוט מסירות נפש בלייבן מיט בארד [ובפרט רביה"ק מסאטמאר זיע"א כידוע ביים קריג וכו']. אובער וואס זאל איך טאן אז דער גאנצע נושא איז נידון באמת און ספרי הפוסקים, און ביי אסאך ספרי קבלה, און בכלל דער חת"ס האט געזאגט אז דער רמ"ע האט האפ גשערט זיין בארד אינגאנצן [קרי, אז האט ער נישט געהאט אינגאנצן בארד, און דער בילד איז אינגאנצן נישט ריכטיג], ואמנם פשטות לשון המקובלים, אז סאיז א גרויסע איסור צו שניידן אפילו איין שערה, מ"מ היות אז גברא רבא כהחת"ס האט מעיד גווען אזא זאך אויף איינער פון גדולי ישראל המקובל בכל תפוצות ישראל בנגלה ובנסתר, איך האב געטראכט מברר זיין דעם נושא. אובער לעיקרו של דבר, איינער וואס ויל דוקא שערן זיין בארד רח"ל, עליו ועל כוותיה אמרו חז"ל 'אם ביקשת להחנק - התלה באילן גדול'.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1976
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מיטוואך מאי 30, 2018 6:55 am

ידיעות שונות האט געשריבן:
יצחק פון ישיבה האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:כבוד הר"ר יצחק, במחילת כבודך, אבער ס'איז א ווייטע מהלך צו מאכן א צד השוה פונעם הייליגן רמ"ע מפאנו ביז א היינטיגע ת"ח אין ארץ ישראל וואס איז נתגדול געווארן ברוח מדינת ליטא. אויב ס'איז אייך ניחא קען איך טרעפן נאך א צאהל 'גדולים' אהן בערד און דערנאך מסביר זיין טעמם ונימוקים 'כביכול' מיט רמזים און מקורות וכו', שתמחול ותסלח לא כן ידוע אצלינו, א צורת איד איז מיט א בארד, וכל המשנה ידו על התחתונה, ודי בזה לחכימא.

כבוד הרב ידיעות שונות, לגופם של דברים, איך האלט וי דיר פונקטלעך לגבי חובת גידול הזקן. אובער איך האב גירעדט לגבי דער עיקר ענין פון גילוח הזקן עפ"י קבלה. און היות אז ר' שריה האט גאר אסאך עניינים ע"פ קבלה, און כידוע אסאך פון דער חסידישע רבע'ס האבן גילערנט ביי העם קבלה, איך האב געווואלט חוקר זיין דעם נושא.
יעצט אזוי, ר' שריה, האט אסאך מנהגים עפ"י קבלת הגר"א, און דער נפש החיים האט מדייק גווען פון לשון הזוה"ק, אז דער גאנצע איסור פון גילוח הזקן ע"פ קבלה, איז נאר שניידן אינגאנצן דער שיער ממקום גידולו, און שניידן סתם מן האורך איז קיין איסור נישט, האב איך גיעהרט פון מענטשן אז דאס איז זיין טעם.
אובער איך בין נישט משוה זיין כלל צו דער אנדערע 'גדולים', וואס האבן נישט קיין שייכות מיט חכמת האמת און פארשטיי נישט כלל און דעם זאכן.
און אגב, ר' שריה זאל זיין געזונט האט אסאך מנהגים עפ"י קבלה, אין פול זאכן וואס זנען ממש נישט מקובל ביי דער מתנגדים כלל, ואכמל"ב.

פיין, איך הער וואס איר זאגט, אבער למעשה דארף מען וויסן אז ביי געוויסע קרייזן איז דער ענין פון שערן די בארד געווארן א פירצה בצורת היהדות מדור דור, די גאנצע זאך איז נשתרבב געווארן פון גזירת המלכות, אבער ס'דא אזעלכע וואס ווילן עס היינט כשר'ן ווי כאילו שערן די בארד איז א לכתחלה'דיגע זאך, און אז דאס איז גאר די ריכטיגע צורה פון א יוד, רח"ל מהאי דעתא!
אידישקייט איז מסורה!
אז מ'קוקט אין די ספרי הפוסקים איז א דבר ברור אז שערן די בארד איז א קלות, אין די לעצטע דריי הונדערט יאהר איז נאך קיינעם נישט איינגעפאלן צו זאגן אז ער שערט זיך די בארד עפ"י קבלה, שטעל דיך פאר די משכילים ווייסן פון דעם אויפטוה זיי וואלטן זיך מחי' געווען, מ'קען זיך שערן, אויסקוקן ככל הגוים בית ישראל, און ס'נאך העכער'ס אויך!! א געוואלדיגע המצאה!
יעצט ווען איינער וויל מיך פארקויפן אז מאן דהו שערט זיך די בארד מיט א העכערע כוונה און גאר טיפע ענינים, קויף איך עס נישט אזוי שנעל אפ.

באקאנט דאס ווארט דאכט זיך פון הייליגן ר"ר שמעלקא, "ס'איז גרינגער צו פאסטן לשם שמים, ווי עסן לשם שמים".
אז איינער טוהט אהן תפלין בישיבה היינט צוטאגס, און ער איז מכוון העכערע ענינים עפ"י קבלה, פיין נישט אזוי שווער צו מכוון זיין לשם שמים. און די זעלבע איז ביי אנדערע ענינים, אבער "שערן די בארד עפ"י קבלה מיט א כוונה לשם שמים" דאס הערט זיך שוין ווי א ליצנות.

בכלל איז נאך נישט ברור כשמש אז דער רמ"ע האט "געשוירן" (שעיווד) די בארד, ס'קען אפשר זיין אז די האר פון בארד איז איהם ארויסגעפאלן, צו אפשר איז דער גאנצער מעשה נולד געווארן דורך מקולקלים, וואס האבן עס געוואלט אנלייגן אויפן רמ"ע, או אפי' נניח אז ס'איז קלאר איז דאך בכל כתביו נישט מבואר טעמו ונימוקו, און קיין שום אנדערע מקובל ההולך לפני מחנה ישראל האט נישט אנגעזאגט מ'זאל זיך אזוי מתנהג זיין, און כש"כ וכש"כ אז קיינער האט זיך אזוי נישט נוהג געווען, איז ממילא צו בויען גג על גג אויף אזא דקות'דיגע זאך איז לענ"ד זייער נישט ריכטיג.

בפרט אז מ'דארף היינט זייער נזהר זיין נישט צו געבן קיין פתחון פה פאר געוויסע א. ג. אויפגעקלערט וואס האלטן זיך קלוגער און זוכן פון אונטער דער ערד אזעלכע "הייליגע" (שמייליגע) ענינים שונים ומשונים, און נאך מיט אן אילן (גדול) לתלות בו, ישתקע הדבר ולא יאמר!

קודם כל בארואיג זיך, נעם א גלעזל קאווע, און דעמאלטס שרייב....

הייבסט אן, "
אז מען קוקט אין די ספרי הפוסקים איז שניידען די בארד א קלות,
מי לנו גדול פון רשכבה"ג מרן דער הייליגער חתם סופר זי"ע וואס איז מתיר בשופי צי שניידען דער בארד, און ער שרייבט אז "אין בו ריח של איסור" און נאך שרייבט ער "
אבל אשר שם פניו נגד מגולחי הזקן, לא ידעתי מה הרעש הגדול הזה
", הוי אומר במחלוקת שנויה.

נאך שרייבסטו "
אין די לעצטע דריי הונדערט יאהר איז נאך קיינעם נישט איינגעפאלן צו זאגן אז ער שערט זיך די בארד עפ"י קבלה
", אבער דער הייליגער חתם סופר שרייבט פונקט פארקערט
"ומה שרמז לספרי מקובלים שכתבו שלא להושיט ידים בדקני כלל אין לי עסק בנסתרות, אבל מהם ומהמונם הותרה הרצועה לגמרי בכל ארץ אטלי' שכל חכמיה מגולחי זקן ונתלים באילן גדול ר' מנחם עזרי' בעל עשרה מאמרות אבי המקובלים שהוא היה מגולח מבלי השאיר שערה א', וכן העיד עליו היש"ר מקאנדיא באילים שלו, והיה אומר שעפ"י חכמי המקובלים אין חוץ לארץ ראויה לכך"


נאך שרייבסטו,
בכלל איז נאך נישט ברור כשמש אז דער רמ"ע האט "געשוירן" (שעיווד) די בארד, ס'קען אפשר זיין אז די האר פון בארד איז איהם ארויסגעפאלן, צו אפשר איז דער גאנצער מעשה נולד געווארן דורך מקולקלים, וואס האבן עס געוואלט אנלייגן אויפן רמ"ע

פון ווי נעמט די העזה צי שרייבען אזוינע דיבורים, נאך וואס דער הייליגער חתם סופר שרייבט קלאר אז דער רמ"ע האט געשוירען דער בארד, ווי שוין ציטירט, וועסטו זאגן אז ער האט אפגעקויפט פון מקולקלים?! ר"ל מהאי דעתא.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: טראכט א מינוט און 21 געסט