רבי אברהם מנחם דאנציגער זצ״ל - מאלכסנדר ארה״ק - תרפ״א - תשס״ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי אברהם מנחם דאנציגער זצ״ל - מאלכסנדר ארה״ק - תרפ״א - תשס״ה

תגובהדורך רבניש » דינסטאג פאברואר 06, 2018 12:35 am

כ״ק מרן אדמו״ר הרב הגאון הצדיק כקש״ת
רבי אברהם מנחם דאנציגער זצ״ל
מאלכסנדר - ארה״ק



איז געבוירן צו זיין טאטען הרהגה״צ אדמו״ר רבי יהודה משה זצ״ל, ביום ג׳ תמוז תרפ״א.

(זייער אפעציעלער נאמען איז געווען טיבערג, און ווען די קליין ביסל פארבליבענע אלכסנדר חסידים וואס זענען פארבליבן נאכן קריג האבן אויפגענומען זיין טאטן בשנת תש״ז לשרת כאדמו״ר לבית אלכסנדר, זייענדיג אן איידעם ביי רבי בצלאל יאיר דאנציגער זצ״ל א ברודער מיטן די אלכסנדר רביים דער ״ישמח ישראל״ און דער ״תפארת שמואל״ האט אים זיין טאטע געהייסן טוישן דעם נאמען צו ״דאנציגער״ וואס איז געווען די משפחה נאמען פון די אלכסנדר רביים. - דער טאטע דער ״אמונת משה״ איז קיין אלכסנדר אייניקל דאכצעמיר נישט געווען, נאר זייער מקורב ביים ״ישמח ישראל״ זצ״ל אבער דער זון שוין יא דורך רבי בצלאל יאיר, בן הרה״ק אדמו״ר רבי יחיאל זצ״ל - מאלכסנדר)

ער האט גלערענט תורה וחסידות ביי זיין זיידן רבי בצלאל יאיר זצ״ל און לאדזש, (ווי רבי בצלאל יאיר איז געווען דער מנהיג רוחני אין שטאט פאר די חסידי אלכסנדר) און אויך ביי זיין טאטען, בעל ה״אמונת משה״

ער איז ארויף קיין ארה״ק צוזאמען מיט זיין טאטען און די גאנצע משפחה בשנת תרצ״ד.

ווי ער האט געלערנט דארט אין ישיבת בית יוסף נובהרדוק.

ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית הצ׳ אסתר לאה ע״ה בת הרב ר׳ חנני׳ יוסף האלפרין נכד הרה״ק בעל התניא זצ״ל.

נאך די חתונה האט ער געלערנט אינעם כולל פון מרן הגאון מטשעבין זצ״ל.

ביום כ״ג אדר ראשון איז זיין טאטע ה״אמונת משה״ נסתלק געווארן און צו די שלושים פון זיין טאטען ה״אמונת משה״ האבן אים די זקני החסידים מכתיר געווען לממלא מקום אביו באדמורת אלכסנדר.

זיין טאטע שרייבט אין די צוואה ״ויפה כח הבן מכח האב ובטוח אני באלה ובזכות שלושת אבות שהקב״ה לא ימאס תפלתו שיתפלל בני יחידי הצדיק רבי אברהם מנחם שליט״א בעד האנשים הצריכים לישועה בכל ענינים״

בעת די שבעה איז אויך צווישן די מנחמים געקומען כ״ק האדמו״ר רבי ירחמיאל יהודא מאיר מאמשינוב זצ״ל און ער האט זיך אויסגעדריקט ״חסין קדוש ברוב טובך נהל עדתיך״

דער אלכסנדר רבי איז געווען פארעכענט אלס איינע מגדולי התורה והחסידות אין ארה״ק זייענדיג א תלמיד חכם מובהק וצדיק וישר, די אלכסנדר חסידים זענען געווען זייער צוגעבינדן צו זייער רבין וואס האט זיי געפירט ע״ד ווארקי - אלכסנדר בצניעות מרובה און באהבת ישראל.

נסתלק בי״ז אדר ב׳ שנת תשס״ה ונטמן בביה״ח פונוביז.
תורותיו נדפסו בספר ״אמרי מנחם״

בניו:
ממלא מקומו כ״ק אדמו״ר רבי ישראל צבי יאיר שליט״א - מאלכסנדר.
רבי שניאור זלמן שליט״א - רב ביהמ״ד אלכסנדר קליוולאנד אוהייא.
רבי יחיאל שליט״א.

חתניו:
כ״ק אדמו״ר רבי חיים שאול טואב שליט״א - ממאדזיץ.

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1221
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג פאברואר 06, 2018 7:45 am

בניו כ"ק אדמו"ר ריי"צ שליט"א - חתן הגר"מ בערגמאן ז"ל ר"י הרשב"י [אבי רמ"צ שליט"א ר"י הרשב"י וחתן הרב שך זצ"ל]
רבי שניאור זלמן שליט"א מאלכסנדר קליוולאנד - חתן הרב יעקב העניג שליט"א
רבי יחיאל שליט"א - חתן הגרב"צ רוטנער זצ"ל אב"ד חליסה
חתניו:
כ"ק אדמו"ר רבי חיים שאול טאוב שליט"א - ממאדז'יץ
כ"ק אדמו"ר רבי יעקב פרנקל שליט"א - מבוטושאן
הרב החסיד רבי מאיר הלפרט שליט"א - ב"ר לייבוש בער אב"ד וואסלוי חתן רש"ש מחוסט
הרה"ג ר' דב זוננבאנד שליט"א - ראש כולל מעייני הישועה ב"ב

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1221
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מיטוואך פאברואר 07, 2018 10:35 am

די שוואוגערס האדמו"ר ממאדז'יץ שליט"א [רעדט] ולימינו הגר"ד זונבאנד [מיט די ספאדיק], חתני כ"ק מרן אדמו"ר מאלכסנדר זצוק"ל, די וואך אין לאנדאן ביי הכנסת ס"ת פון משפחת לעוו
צוגעלייגטע
מאדזיץ זונבאנד.jpg
מאדזיץ זונבאנד.jpg (175.44 KiB) געזעהן 668 מאל

אוועטאר
חמרא טבא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3419
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך פאברואר 07, 2018 10:38 am

דער אמונת משה
Yehuda_Mosse_Tiberg_Dentziger.jpg
Yehuda_Mosse_Tiberg_Dentziger.jpg (85.79 KiB) געזעהן 667 מאל


דער אמרי מנחם
20081221_18535130315_אלכסנדר זצל בהדלקת נרות חנוכה.jpg
20081221_18535130315_אלכסנדר זצל בהדלקת נרות חנוכה.jpg (85.23 KiB) געזעהן 667 מאל

(אינטרעסאנט אז ס'איז נאך קיינעם בייגעפאלן דעם רעיון פונעם נאמען אויפ'ן בענקל)
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
זענדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » מיטוואך פאברואר 07, 2018 10:56 am

חמרא טבא האט געשריבן:(אינטרעסאנט אז ס'איז נאך קיינעם בייגעפאלן דעם רעיון פונעם נאמען אויפ'ן בענקל)

שוין געזען אין נאך פלעצער
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

אוועטאר
זענדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » מיטוואך פאברואר 07, 2018 11:04 am

נאך א בילד מיטו בענקל
1200px-רבי_אברהם_מנחם_דנציגר.JPG
1200px-רבי_אברהם_מנחם_דנציגר.JPG (157 KiB) געזעהן 660 מאל
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

אוועטאר
זענדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » מיטוואך פאברואר 07, 2018 11:05 am

מערקווידיג די נוסח המציבה
AvrahamMenachemMiAlexander.jpg
AvrahamMenachemMiAlexander.jpg (32.09 KiB) געזעהן 660 מאל
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1221
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מיטוואך פאברואר 07, 2018 11:26 am

דער שוועסטער קינד פונעם אלכסנדר רבי'ן זצ"ל מאמע, דער לעצטער אלכסנדר רבי פאר'ן קריג, דער גרויסע עקידת יצחק הרה"ק רבי יצחק מנחם דאנציגער הי"ד [בן הרה"ק התפארת שמואל זצוק"ל, אחיו ומ"מ בקודש של הישמח ישראל זצוק"ל]
בפקודת קדשו, האט רבי יהודה משה די איידעם פון זיין פעטער רבי בצלאל יאיר [דער ברודער פון דעם ישמח ישראל מיט די תפארת שמואל], מיט זיין זוהן רבי אברהם מנחם זצוק"ל נאך א יונגע קינד דעמאלטס אונטער בר מצוה, האבן אפגעלאזט פוילין ארויפגייענדיג קיין אר"י, זאגנדיג אז ער זעהט שווארצע וואלקנ'ס אויף אירופא, און ער שיקט איהם אהין בבחינת והיה המחנה הנשאר לפליטה.
ערשט נאכ'ן קריג האט מען פארשטאנען ווי ווייט האט דאס געמיינט.
פון גאנץ חסידות אלכסנדר, וואס איז געוועהן די צווייטע גרעסטע חסידות אין פוילין נאך גער, מיט רבבות רבבות וואס האבן זיך געווייגט בצ"ק פונעם עקידת יצחק ולמעב"ק, איז כמעט גארנישט געבליבן הי"ד, אויסער די אפאר געציילטע שרידים אין אר"י.
צוגעלייגטע
עקידת יצחק.jpg
עקידת יצחק.jpg (18.25 KiB) געזעהן 659 מאל
לעצט פאראכטן דורך אבן יקרה אום מיטוואך פאברואר 07, 2018 11:42 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
חמרא טבא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3419
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך פאברואר 07, 2018 11:30 am

זענדל האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:(אינטרעסאנט אז ס'איז נאך קיינעם בייגעפאלן דעם רעיון פונעם נאמען אויפ'ן בענקל)

שוין געזען אין נאך פלעצער

למשל?
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
זענדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » מיטוואך פאברואר 07, 2018 2:32 pm

א כת"י פון רבי אברהם מנחם וואס ער האט געשריבן פאר זיין זוהן ר' יחיאל אויף א חומש:
אפשר האט עס די מאמע געשריבן?
0006613_-1973-.jpeg
0006613_-1973-.jpeg (95.3 KiB) געזעהן 626 מאל
0005865_-1973-.jpeg
0005865_-1973-.jpeg (110.4 KiB) געזעהן 626 מאל
לעצט פאראכטן דורך זענדל אום מיטוואך פאברואר 07, 2018 2:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

אוועטאר
זענדל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 5:41 am

תגובהדורך זענדל » מיטוואך פאברואר 07, 2018 2:32 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
זענדל האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:(אינטרעסאנט אז ס'איז נאך קיינעם בייגעפאלן דעם רעיון פונעם נאמען אויפ'ן בענקל)

שוין געזען אין נאך פלעצער

למשל?

תוא"י
ל'א נ'שאר ז'ולת ד'לת ע

מודה ומהלל
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 25, 2018 10:52 am

תגובהדורך מודה ומהלל » מיטוואך פאברואר 07, 2018 3:23 pm

משוחח עם האדמו"ר מסטריקוב זצ"ל.
נראה מאחור בנו הרבי שליט"א.
צוגעלייגטע
34195.jpg
34195.jpg (88.65 KiB) געזעהן 619 מאל

מודה ומהלל
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 25, 2018 10:52 am

תגובהדורך מודה ומהלל » מיטוואך פאברואר 07, 2018 3:25 pm

בחתונת נכדו האדמו"ר מלוצק שליט"א.
נראה משמאל אדמו"ר מקרלין סטולין שליט"א אחיו של החתן.
צוגעלייגטע
Scan0013.JPG
Scan0013.JPG (386.72 KiB) געזעהן 618 מאל

מודה ומהלל
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 25, 2018 10:52 am

תגובהדורך מודה ומהלל » מיטוואך פאברואר 07, 2018 3:28 pm

מימין ה"באר יעקב" מנדבורנה זצ"ל, ומשמאל האדמו"ר מלובלין זצ"ל.
צוגעלייגטע
ג' אדמורים.jpg
ג' אדמורים.jpg (24.66 KiB) געזעהן 617 מאל

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך פאברואר 07, 2018 4:01 pm

מודה ומהלל האט געשריבן:בחתונת נכדו האדמו"ר מלוצק שליט"א.
נראה משמאל אדמו"ר מקרלין סטולין שליט"א אחיו של החתן.

איז דער לויצקער רבי אן איידעם ביים אלכסנדר רבין שליט״א ?

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2764
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך פאברואר 07, 2018 4:01 pm

זענדל האט געשריבן:א כת"י פון רבי אברהם מנחם וואס ער האט געשריבן פאר זיין זוהן ר' יחיאל אויף א חומש:
אפשר האט עס די מאמע געשריבן?
0006613_-1973-.jpeg
0005865_-1973-.jpeg

שיינט מער ווי א פרוינישע שריפט

אוועטאר
חמרא טבא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3419
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך פאברואר 07, 2018 4:02 pm

רבניש האט געשריבן:
מודה ומהלל האט געשריבן:בחתונת נכדו האדמו"ר מלוצק שליט"א.
נראה משמאל אדמו"ר מקרלין סטולין שליט"א אחיו של החתן.

איז דער לויצקער רבי אן איידעם ביים אלכסנדר רבין שליט״א ?

יא
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3419
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך פאברואר 07, 2018 4:08 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:
מודה ומהלל האט געשריבן:בחתונת נכדו האדמו"ר מלוצק שליט"א.
נראה משמאל אדמו"ר מקרלין סטולין שליט"א אחיו של החתן.

איז דער לויצקער רבי אן איידעם ביים אלכסנדר רבין שליט״א ?

יא

image171.jpg
image171.jpg (103.37 KiB) געזעהן 594 מאל


image170.jpg
image170.jpg (567.04 KiB) געזעהן 594 מאל
דביה תחדי נפשא

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1221
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מיטוואך פאברואר 07, 2018 4:29 pm

רעכטס איז זייער פאטער ר' עזרא שוחט ע"ה חדב"נ הרה"ק ר' יוחנן מסטאלין זי"ע

אוועטאר
חמרא טבא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3419
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג פאברואר 13, 2018 10:23 am

היתר הוראה וואס דער רבי'ס טאטע דער אמונת משה האט באקומען פונעם אסטראווצע גאון זצ"ל
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (65.66 KiB) געזעהן 462 מאל
דביה תחדי נפשא

געלויבט
שר מאה
תגובות: 107
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 30, 2017 3:48 am

תגובהדורך געלויבט » דינסטאג פאברואר 13, 2018 12:53 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:
מודה ומהלל האט געשריבן:בחתונת נכדו האדמו"ר מלוצק שליט"א.
נראה משמאל אדמו"ר מקרלין סטולין שליט"א אחיו של החתן.

איז דער לויצקער רבי אן איידעם ביים אלכסנדר רבין שליט״א ?

יא

image171.jpg


image170.jpg

אונטערן סטאלינער רבי'ן שליט"א ווערט געזעהן הגה"ח ר' אהרן יוסף בריזל זצ"ל

אוועטאר
חמרא טבא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3419
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך פאברואר 21, 2018 10:38 am

דער רבי זצ"ל אין די אינגע יארן
צוגעלייגטע
ססס.JPG
ססס.JPG (15.36 KiB) געזעהן 328 מאל
דביה תחדי נפשא

מודה ומהלל
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 25, 2018 10:52 am

תגובהדורך מודה ומהלל » מיטוואך פאברואר 21, 2018 4:21 pm

בקריאת המגילה
צוגעלייגטע
אלכסנדר זצל בקריאת המגילה.jpg
אלכסנדר זצל בקריאת המגילה.jpg (16.17 KiB) געזעהן 314 מאל

מודה ומהלל
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 25, 2018 10:52 am

תגובהדורך מודה ומהלל » מיטוואך פאברואר 21, 2018 4:22 pm

בעריכת השולחן ביום הפורים
צוגעלייגטע
אלכסנדר זצל בפורים.jpg
אלכסנדר זצל בפורים.jpg (62.44 KiB) געזעהן 314 מאל

אבן יקרה
שר האלף
תגובות: 1221
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » מיטוואך פאברואר 21, 2018 4:59 pm

דער אלכסנדר רבי זצ"ל איז געווען מיוחד במינו אין מידת הזריזות, זייער פרי געדאוונט, זייער שנעל געפירט די טישן.
ווען אידן זענען געגאנגן צום דאווענען יו"ט אינדערפרי, אלכסנדר חסידים זענען שוין געווען אויף די וועג צוריק אהיים.
די טיש אין פורים איז מן הסתם ערגעץ אין די פארמיטאג שעות [מ'זעהט ס'איז ליכטיג אינדרויסן]


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט