רבי אלעזר שפירא זצ״ל - מקיוויאשד - תרמ״ח - תשל״ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2762
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי אלעזר שפירא זצ״ל - מקיוויאשד - תרמ״ח - תשל״ג

תגובהדורך רבניש » דינסטאג דעצמבער 05, 2017 8:48 pm

כבוד קדושת הגה״ק פאר מקדושים
רבי אלעזר שפירא זצ״ל
אבדק״ק קיוויאשד


איז געבוירן צן זיין טאטען הה״ק רבי מרדכי מבערטש, בהנ״ק רבי צבי אלימלך מבערטש. בהה״ק רבי אלעזר מלאנצוט, בן הגאון הקדוש רבי צבי אלימלך בעל ״בני יששכר״ זי״ע.

און צו זיין מאמען הרבנית ברכה בת הגאון המקובל רבי אברהם שמחה הורוויץ מבארנוב - מירושלים זצ״ל, בן הה״ק רבי ישראל זצ״ל מבראנוב, בן הה״ק רבי אליעזר מדזיקוב, בן הגאון הקדוש בעל ״זרע קודש״ מראפשיץ זי״ע.

ביום ט״ז מרחשון שנת תרמ״ח אין די שטאט בערטש.

ער האט נאך יונק געווען פון זיין בארנובער זיידן ווי ער האט געוויילט פילע מאל בצחיצות קדשו פאר שבתים וימים טובים, ווי דער זיידע האט אים ארויסגעוויזן גרויס חביבת און ספעציעלע קירבות אזוי ווייט אז ער האט דעם רב ביי די זיבעצן יאר איינמאל מכבד געווען מיט ״אתה הראת״ שמחת תורה ביי זיך אין ביהמ״ד.

ביי די צען יאר האט ער געהאט די זכיה זיך מסתופף צו זיין ביים הייליגן שינעווער רב ווי ער איז געפארן מיט זיין זיידן דער בערטשע רב און זיין טאטען.

דער רב פלעגט שטענדיג פארציילן פון די געהויבענע צוויי שבתים וואס ער האט געוויילט אין שינעווע. ער האט אלעס געדענקט ווייל דער טאטע האט עס כסדר געהאלטן אין איין חזרן מיט אים ער זאל נאכמאכן די תניעות פונעם שינעווער רב כדי עס זאל אים גוט אריינגיין אין קאפ און ער זאל עס געדענקן.

בזיווג ראשון האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון הגה״צ רבי חיים זיידא הגר זצ״ל מראדוויץ, אן אייניקל פון הרה״ק רבי חיים מקאסוב זצ״ל, און איידעם ביי הגה״ק רבי מאיר יודא שפירא זצ״ל אב״ד ביקאווסק, זי איז געווען א יתומה פון איר מאמען וואס איז נפטר געווארן בעת איר געבורט (אזוי איז אויך געווען מיט איר באבען בעתן געבורט פון די מאמע) זי איז אויפגעוואקסן ביים ביקאווסקער זיידן ווי א אייגן קינד, און ער האט געקליבן דעם רב פאר אן איידעם. און די בריוון וואס דער ביקאווסקער רב שרייבט צום רב אלס חתן שרייבט ער דעם טיטול ״המיועד ליהות חתני״

דער ביקאווסקער רב האט מרגיש געווען אז די זעלבע וואס האט פאסירט מיט די כלה׳ס מאמע און באבע קען ביי איר אויך פאסירן האט ער אפגעשיפט די חתונה איינמאל און נאכאמאל.. אין צווישן איז דער מחותן רבי חיים זיידא נסתלק געווארן, און שפעטער מיט צוויי יאר איז אויך דער זיידע מביקאווסק נסתלק געווארן, די חתונה איז באשטימט געווארן אויף חודש כסלו תר״ע דורכן פעטער דער מ״מ הרה״ק רבי דוד מביקאווסק זצ״ל, חתן רבי יהושע מדזיקוב זצ״ל בזוו״ר, ובזיוויג שני ביי הרה״ק הקדושת יו״ט מסיגוט זצ״ל.

ער איז געבליבן אויף קעסט ביים פעטער רבי דוד׳ל זצ״ל.

דער ביקאווסקער זיידע האט גוט געזהן און ליידער קורץ נאכן געבורט פונעם ערשטן קינד איז הרבנית נפטר געווארן.

דער רב האט נאכאמאל חתונה געהאט מיט הרבנית הצ׳ בת שבע די טאכטער פון הגה״צ רבי יוסף אייכנשטיין זצ״ל מטארניפאל, בן הרה״ק רבי סענדר ליפא, בהרה״ק רבי יצחק אייזיק מזידיטשוב זצ״ל.

בשנת תר״פ איז ער אויפן ציטאט פון ש״ב הגה״ק ה״מנחת אלעזר״ ממונקאטש זצ״ל וואס האט אגב זייער מחשיב געווען דעם רב און א שטארקע ידידות איז געווען צווישן די צוויי קרובים, האט ער זיך באזעצט אין קיוויאשד וואס האט באלאנגט אלס א גלילות צו ארשיווע דינענדיג דארט אלץ דיין ומורה הוראה אין שטאט.

אום תרפ״ו ווען דער סאטמאר רב האט איבערגעלאזט ארשיווע און געווארן רב אין קראלי האבן טייל קהילות פון די גלילות׳ן אויפגענומען א אייגענעם רב, דאן האבן זיי אויפגענומען זייער באליבטן דיין אלס אפעציעלער רב אין שטאט.

אזוי האט דער רב געפירט דעם שטאט בנתיבות התורה והיראה פאר אריבער צוואנציג יאר ביז די שווערע צייטן פון די צווייטע וועלט קריג איז אנגעקומען און די רב האט מורא געהאט אז מוועט אים פארשיקן זייענדיג א פוילישער בירגער איז ער געגאנגען קיין בערגסאז ווי זיין טאטע האט געוואוינט און דאס רבנות אין שטאט האט ער איבערגעגעבן פאר זיין איידעם הגה״צ רבי יצחק אייזיק אייכענשטיין זצ״ל - אב״ד קיוויאשד בקווינס.

נאך פילע מיטמאכענישן האט זיך דער רב ענדליך זומער תש״ד געשווערצט דעם גרעניץ קיין ראמעניע דארט האט ער זיך אויפגעהאלטן ביז צו די ענדע מלחמה.

בשנת תש״ז איז דער רב אנגעקומען בשעה טובה קיין אמעריקא און זיך באזעצט קודם אין די איסט סייד פאר א שטיק צייט, דערנאך אריבער קיין וויליאמסבורג ווי ער האט געגרינדעט זיין ביהמ״ד לתורה ולתפלה, לגמ״ח, ולחסידות, ״קהל בני יששכר קיוויאשד״ קודם אויף די הופּפּער גאס שפעטער אויף פּענן סט. ווי עס שטייט היינט בהמשכת נכדו כ״ק האדמו״ר שליט״א.

דא אין וויליאמסבורג האבן זיך חשובע אידן חסידים ואנשי מעשה ארומגרופירט ארום דעם קיוויאשדער רב און ער איז געווען צו זיי זייער ווי א געטרייער טאטע ומנהיג און איבערגעגעבן פאר זיי פון זיינע הייליגע דרכים שקיבל מאבותיו הק׳ און משפיע געווען אויף זיי ברוחניות ובגשמיות.

דער רב האט געטראגן יעדן פון זיינע אנ״ש וואס האבן זיך אין אים מדבק געווען על מצחו תמיד. ווען סתם אידן פלעגן אריינקומען מיט א קוויטל פלעגט ער דאס נישט ליינען זאגענדיג ״איך בין נישט קיין רבי״. אידן מקורבים פארציילן ווינדערליכע עפיזאדן וויזוי דער רב האט זיי געשיצט פון אלעם בייזן.

כאטש וואס דער רב איז בהווית העולם בכלל נישט געווען באקאנט האט מען אבער געזהן זיינע ליכטיגע אויגן בעת מענטשען פלעגן זיך קומען דורכרעדן עניני מסחר וביזנעס און דער רב האט געצה׳ט גאר קלוגע און פארקטישע עצות במסחר. און אזוי אין יעדע זאך.

דער רב האט געגרינדעט א קיוויאשדער ישיבה פון ווי עס זענען ארויסגעקומען שיינע פירות בתורה וביראה טהורה האבענדיג דעם רב אלס זייער מורה דרך בעבדות ה׳.

אויך דער רב האט דא געגרינדט א וויכטיגער גמ״ח וואס פיגורירט נאך ביזן היינטיגן טאג און האט שוין במשך השנים ארויסגעהאלפן טויזענטער יודן בעת הצורך און געשטעלט אויף די פיס פילע אידן מיט נויטיגע הלוואות.

אויסער דעם גמ״ח פלעגט דער רב זצ״ל פארטיילן שווערע געלטער אויף צדקה סיי פאר עניים דא אין אמעריקא און סיי פאר עניי ארץ ישראל אבער אלעס איז געטון געווארן אן א שום אפעציעלן נאמען, נאר מיט א געוואלדיגע מתן בסתר אז מזאל נישט וויסן פון ווי די גרויסע שטענדיגע חשובע נדבות קומען. איינמאל האבן די בחורים וואס פלעגן מסדר זיין די קאנווערטן עס זאל ווערן ארויסגעשיקט - נישט וויסענדיג דעם גרויסן קפידה פונעם רב אז עס דארף זיין מתן בסתר אויפן געהיימסטן אופן, און האבן ארויפגעשטעלט דעם רב׳ס זיגל אויף די קאנווערטן.. ווען דער רב האט דאס געזהן האט ער שנעל באפוילן די בחורים צו לויפן אין פּאסט אפיס און צוריק ברענגן אלע קאנווערטן און אלעס איבערמאכן.!

טראץ די שוואכקייט פון וואס דער רב פלעגט שטענדיג ליידן זייענדיג א גוף חלש כל ימיו האט ער אבער קיינמאל נישט נאכגעזלאכט אפי׳ פון א תנועה קלה בעבודתו הק׳ און קיין שום ענין.

נסתלק כ״ד אייר שנת תשל״ג - ונטמן בנוי דזערסי חלקת קיוויאשד.

חתניו: הגה״צ רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין זצ״ל מקיוויאשד - קווינס.

מ״מ הגה״צ רבי משה האלברשטאם זצ״ל - מקיוויאשד.
לעצט פאראכטן דורך רבניש אום מאנטאג דעצמבער 11, 2017 7:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2762
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג דעצמבער 05, 2017 8:51 pm

RenderedContent-459A3628-B70B-4481-8779-834E511B2C67.JPG
RenderedContent-459A3628-B70B-4481-8779-834E511B2C67.JPG (95.56 KiB) געזעהן 1188 מאל

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2762
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג דעצמבער 05, 2017 8:58 pm

ביי א חתונה מיט הגה״ק מקאשוי זצ״ל
צוגעלייגטע
IMG_2284.JPG
IMG_2284.JPG (183.74 KiB) געזעהן 1182 מאל

אוועטאר
חמרא טבא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3418
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 2:44 pm

חתנו ומ"מ הה"צ רבי משה הלברשטאם זצ"ל עם יבלחט"א בנו ומ"מ שליט"א
צוגעלייגטע
111.jpg
111.jpg (57.89 KiB) געזעהן 1141 מאל
דביה תחדי נפשא

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 3:06 pm

דער אידישער געדאנק (ערגעץ תשנ"ח) שיין באשריבן קורות ימי חייו,
אז האסט איינגעהאנדלט א זקניך ויאמרו לך חלק י' י"ל במוצ"ש העבר בדינער ק"י, איז דא א הערליכער רייכער שמועס מיט ר' משה זצ"ל וואו ער וויקלט אויף צווישן אנדערן שיינע זכרונות פון חמיו הגדול זצ"ל.
וואס כ'געדענק אויפ'ן מינוט : דאס לעצטע באזוך לפני פטירתו איז ער אריין אי ביהמ"ד און געזאגט האלטנדיג די האנט אויפ'ן מזוזה צוויי הדרכות: מ'זאל נישט האבן שייכות מיט די ציונים, און מ'זאל אלעס פרעגן פונעם רב (סאטמארער רבי'ן)
דערציילט ר' משה ער איז אריין לאחר פטירתו צום דברי יואל פרעגן צי ער מעג זאגן ה' מלך ביי ס"ג וויבאלד זיין שווער האט נישט געזאגט כמנהג דינוב, האט דער רבי געזאגט מוסיף זיין מעג מען. ר' משה האט דערויף צוגעלייגט אז די עובדא איז מפורסם אין כמה מקומות מיט שיונים, זעט אויס זיי האבן אנגענומען די הוראה, מוסיף זיי מעג מען...
לעצט פאראכטן דורך לא לנו אום דאנארשטאג דעצמבער 07, 2017 12:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2762
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 3:17 pm

לא לנו האט געשריבן:דער אידישער געדאנק (ערגעץ תשנ"ח) שיין באשריבן קורות ימי חייו, די חומר איז לכאורה גענומען פון ספר תולדות בני יששכר י"ל ע"י חתנו ר' משה זצ"ל.
אז האסט איינגעהאנדלט א זקניך ויאמרו לך חלק י' י"ל במוצ"ש העבר בדינער ק"י, איז דא א הערליכער רייכער שמועס מיט ר' משה זצ"ל וואו ער וויקלט אויף צווישן אנדערן שיינע זכרונות פון חמיו הגדול זצ"ל.
וואס כ'געדענק אויפ'ן מינוט 2 נקודות: דאס לעצטע באזוך לפני פטירתו איז ער אריין אי ביהמ"ד און געזאגט האלטנדיג די האנט אויפ'ן מזוזה צוויי הדרכות: מ'זאל נישט האבן שייכות מיט די ציונים, און מ'זאל ?
צווייטנס דערציילט ר' משה ער איז אריין לאחר פטירתו צום דברי יואל פרעגן צי ער מעג זאגן ה' מלך ביי ס"ג וויבאלד זיין שווער האט נישט געזאגט כמנהג דינוב, האט דער רבי געזאגט מוסיף זיין מעג מען. ר' משה האט דערויף צוגעלייגט אז די עובדא איז מפורסם אין כמה מקומות מיט שיונים, זעט אויס זיי האבן אנגענומען די הוראה, מוסיף זיי מעג מען...


נו אדרבה ברענג אהער איינע פון די אויבן דערמאנטע מראה מקומת
איז דער ״אידישער געדאנק״ נאך אוועילבל ערגעץ ווי?

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך דעצמבער 06, 2017 3:25 pm

רבניש האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:דער אידישער געדאנק (ערגעץ תשנ"ח) שיין באשריבן קורות ימי חייו, די חומר איז לכאורה גענומען פון ספר תולדות בני יששכר י"ל ע"י חתנו ר' משה זצ"ל.
אז האסט איינגעהאנדלט א זקניך ויאמרו לך חלק י' י"ל במוצ"ש העבר בדינער ק"י, איז דא א הערליכער רייכער שמועס מיט ר' משה זצ"ל וואו ער וויקלט אויף צווישן אנדערן שיינע זכרונות פון חמיו הגדול זצ"ל.
וואס כ'געדענק אויפ'ן מינוט 2 נקודות: דאס לעצטע באזוך לפני פטירתו איז ער אריין אי ביהמ"ד און געזאגט האלטנדיג די האנט אויפ'ן מזוזה צוויי הדרכות: מ'זאל נישט האבן שייכות מיט די ציונים, און מ'זאל ?
צווייטנס דערציילט ר' משה ער איז אריין לאחר פטירתו צום דברי יואל פרעגן צי ער מעג זאגן ה' מלך ביי ס"ג וויבאלד זיין שווער האט נישט געזאגט כמנהג דינוב, האט דער רבי געזאגט מוסיף זיין מעג מען. ר' משה האט דערויף צוגעלייגט אז די עובדא איז מפורסם אין כמה מקומות מיט שיונים, זעט אויס זיי האבן אנגענומען די הוראה, מוסיף זיי מעג מען...


נו אדרבה ברענג אהער איינע פון די אויבן דערמאנטע מראה מקומת
איז דער ״אידישער געדאנק״ נאך אוועילבל ערגעץ ווי?

כ'האב דעם אידישן געדאנק, אריינסקענען וועט זיין בייהילפיג?
ווער ס'האט נאר אמאל איבערטראטן דעם שוועל פון הגה"צ רב דקהל יראים וואודרידזש שליט"א דארף האבן צו דערציילן פון מו"ר מקיוויאשד זצ"ל

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2017 12:04 pm

קורות ימי חייו אין אידישער געדאנק, אייר תשנ"ט.
דארט ברענגט ער א שלל ענינים מפי תלמידו אין ספר "יאושר בארץ"

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2762
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מאנטאג דעצמבער 11, 2017 7:51 pm

מיט די הילף פון דעם חשובן ניק ״לא לנו״ האט מען אפדעיטעיד תולדות הצדיק מקיוויאשד זצ״ל ביים אנהייב פונעם אשכול.

ארויסגענומען אויסצוגן פון דעם אמאליגען ״אידישער געדאנק״ וואס דער ניק החשוב האט געסקענט פאר אונז. תשועת חן לו.

דארט איז עס ארגינעל געשריבן באריכות דורכן כותב וידען בקורות עם ישראל הרה״ג ר׳ שמואל שלמה טעללער שליט״א

אוועטאר
חמרא טבא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3418
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 10:18 am

דער רב זצ"ל
צוגעלייגטע
IMG_2281.jpg
IMG_2281.jpg (317.17 KiB) געזעהן 891 מאל
דביה תחדי נפשא

דריידל
שר האלף
תגובות: 1904
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 11:50 am

איז ער געגאנגען מיט א ירושלים'ר קאפטן?

אוועטאר
חמרא טבא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3418
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 12:26 pm

דער רב זצ"ל מיט זיינע ערשטע קאזינס רעכטס רבי ישראל יוסף הורוויץ מריגליץ און לינקס רבי רפאל הורוויץ מקאלאמייע בני רבי אלטר אליעזר מסטאשוב הי"ד בן הה"ק מבארנוב זצ"ל
IMG_2282.jpg
IMG_2282.jpg (107.83 KiB) געזעהן 832 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3418
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג דעצמבער 24, 2017 5:39 pm

ביי א שמחה אין א שמועס מיט חתנו ומ"מ
IMG_2283.jpg
IMG_2283.jpg (44.67 KiB) געזעהן 725 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5216
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג פאברואר 05, 2018 2:53 pm

קיוויאשדער רב בראש השלחן מיט הגה"צ רבי יאסעלע דעעשער זצ"ל (פערטער רעכטס), ווער זענען די איבריגע?

רבנים.jpg
רבנים.jpg (63.12 KiB) געזעהן 591 מאל

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2336
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » זונטאג פאברואר 11, 2018 6:36 pm

חזרה על היתר מאה רבנים
צוגעלייגטע
20180211_152515 - Copy.jpg
20180211_152515 - Copy.jpg (89.66 KiB) געזעהן 516 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24893
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג פאברואר 11, 2018 11:02 pm

ישלהוסיף האט געשריבן:חזרה על היתר מאה רבנים

אייוויי וואס איז דארט פארגעקומען?

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2762
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » זונטאג פאברואר 11, 2018 11:28 pm

מיללער האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:חזרה על היתר מאה רבנים

אייוויי וואס איז דארט פארגעקומען?

קודם זעה מיר הפנים אז אמאל פלעגן די רבנים אויך צוריק צוען... כבר היה לעולמים.

ליפשיטץ
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 23, 2017 8:54 am

תגובהדורך ליפשיטץ » זונטאג יוני 17, 2018 11:33 am

רבניש האט געשריבן:

דער ביקאווסקער זיידע האט גוט געזהן און ליידער קורץ נאכן געבורט פונעם ערשטן קינד איז הרבנית נפטר געווארן

עס איבער געבליבן א קינד פון די ערשטע רביצין ע"ה?

אוועטאר
חמרא טבא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3418
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג יוני 17, 2018 2:56 pm

יציב פתגם האט געשריבן:קיוויאשדער רב בראש השלחן מיט הגה"צ רבי יאסעלע דעעשער זצ"ל (פערטער רעכטס), ווער זענען די איבריגע?

רבנים.jpg

דער בילד איז ווארשיינליך אין פאריז נאכן קריג ווארום אין דערמיט זיצט רבי זלמן שניאורסאהן און דער צווייטער לינקס איז דער אפשא רב
דביה תחדי נפשא


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: חאצקל פרייליך און 13 געסט