רבי חיים יצחק ירוחם זצ"ל מאטלטשטאדט - י"ט תשרי תש"ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

רבי חיים יצחק ירוחם זצ"ל מאטלטשטאדט - י"ט תשרי תש"ג

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » מוצ"ש נובעמבער 18, 2017 5:09 pm

הגה"ק ר' חיים יצחק ירוחם זצ"ל דער אלטשטאט'ער רב

איז געבוירן אום י"א חשון תרכ"ה אין מעליץ - גאליציע אלס בן יחיד צו זיין פאטער הרה"ח ר' שרגא זאב ז"ל און זיין מוטער מרים שרה ע"ה, נאך אפאר יאר פון ווארטן האבן זיי זיך אויסגעבעטן אט דעם קינד, וואס מיט זיין געבארט האט ער ליכטיג געמאכט די שטוב פון די עלטערן, און מיט יארן שפעטער האט ער ליכטיג געמאכט גאנץ גאליציע.

אין זיינע יונגע יארן איז ער שוין אנערקענט געווארן אלס גרויסער מתמיד און בעל כשרון, טראץ זיין שוואכע גוף, און געזונט שוועריגקייטן פון וואס ער האט געליטן האט ער גאנץ שנעל גע'שם'ט אלס עלוי. איינמאל ווען ער איז נישט געווארן האט זיין מוטער געבעטן פון הרה"ק ר' יהודה'לע מעליצער זי"ע זאל אויף איהם מתפלל זיין, האט ער געזאגט דעם פסוק 'אל תגעו במשיחי' צולייגענדיג אז במשיח"י מאכט ח'יים י'צחק ב'ן מ'רים ש'רה י'חיה.

אלס יונג קינד האט ער געהאט די זכיה אז זיין מאמע האט איהם גענומען זעהן די צורה פונעם הייליגען 'דברי חיים' פון צאנז זי"ע, וואס דאס האט איהם אויף אלע יארן איבערגעלאזט א שטארקע רושם.

אין יונגען עלטער פון צען יאר, האט דער שטאטישע מלמד געזאגט צום טאטע'ן אז ער איז שוין אסאך צו גרויס אין לערנען אסאך מער ווי פאסיג פאר זיין עלטער, און דערפאר האבן זיינע עלטערן איהם גענומען קיין טארנא און דארט האט ער אנגעהויבן אריינגיין אין די ישיבה וועלט אין די ישיבה פון הגאון ר' נפתלי צבי סג"ל גאלדבערג זצ"ל ראבד"ק טארנא. דארט איז ער ווידער שנעל געווארן באקאנט אין די גאנצע שטאט מיטן טיטל 'דער מעליצער עילוי' וואס איז סיי א זעלטענע בעל כשרון און סיי א מתמיד עצום.

נאך א קורצע צייט האט דער טארנא רב אנגעטראגן צו זיין ברודער הגאון ר' נתן הלוי גאלדבערג זצ"ל אבד"ק לימאנאוו, צו נעמען דעם יונגען תלמיד חכם פאר אן איידעם, און דער שידוך איז טאקע געשלאסן געווארן ווען דער חתן און די כלה זענען נאך געווען בלויז עלעוו יאר אלט.

כ"א אדר תרמ"ג האט ר' חיים יצחק חתונה געהאט מיט די רעבעצין רחל דינה ע"ה יונגסטע טאכטער פון דעם לימינאווער רב, וואס ווען איר פאטער האט זיך אמאל פארזוימט אין צאנז אויף א שטיק צייט צוליב א מגיפה אין לימינאוו, האט דער הייליגער צאנזער רב זי"ע איר געוואונטשען זי זאל האבן א מאן א גרויסע תלמיד חכם.

נאך די חתונה איז ער געווארן אויפגענומען אלס רב אין טימבארג, און ווי אויך האט ער געדינט אלס סגן רב אין לימינאוו וואו ער האט געהאלפן זיין שווער מיט פירן די קהילה. ער האט פארגעלערנט שיעורים פאר בעלי בתים און פאר בחורים, און ממש נישט אפגעהערט פון לערנען יומם ולילה.

איבער זיין גרויס התמדה ווערט דערציילט, אז אמאל אינמיטען סעודת שבת - וואס דעמאלס איז ער אויך געווען פארטיפט אין א ספר און געלערנט - האט ער בטעות עריינגעלייגט דעם לעפל אין דעם זאלץ מעסטל אנשטאט אין די זופ, און אפילו נאכן אריינלייגען דעם לעפל אין מויל האט ער דאס נישט באמערקט צוליב זיין גרויס פארטיפטקייט.

פון צייט צו צייט איז ער געפארן קיין בעלזא צו הרה"ק מהר"י מבעלזא זי"ע, אזוי אויך איז ער געפארן צו הרה"ק דער שינעווע רב און צו הרה"ק ר' שלמה'לע באבוב'ער זי"ע. און זיין גאנצע השקפה און הנהגה איז געווען אויפן חסיד'ישען דרך וואס ער האט פון זיי מקבל געווען.

זיין שווער זצ"ל וואס איז שוין געווען אין די עלטערע יארן, און עס איז איהם שווער אנגעקומען די הנהגת הקהילה, האט זיך געבעטן ביי איהם ער זאל איבערנעמען די רבנות, אבער ער האט דאס אפגעזאגט נישט וועלנדיג געשטערט ווערן פון לערנען. אבער נאך אסאך מוטשענען האט ער צום סוף אנגענומען דעם פאסטען, און אין יאר תרמ"ח אין עלטער פון דריי-און-צוואנציג איז ער געווארן רב אין שטאט לימינאוו, וואו ער האט געפירט די קהילה על מי מנוחות, און באלויכטן פאר די גאנצע שטאט און פארן גאנצן געגנט ארום. פון גאנץ גאליציע האט מען צו איהם געשיקט שאלות אין הלכה, און די גרויסע עלטערע גדולים פון יענע צייט, זענען ארויס פון התפעלות זעהנדיג זיין בקיאות און גאונות.

חודש אדר תרס"ז איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין די גרויסע קהילה 'אלטשטאט' [אזוי פלעגט מען רופען דעם שטאט 'סטארי סאמבור' - 'סאמבור ישן' - 'עיר ישן'], מיט א גרויסן קבלת פנים בתופים ובמחולות איז ער געווארן אויפגענומען דורך די גאנצע שטאט אין די גאסן, דארט האט ער גלייך אויפגעשטעלט א ישיבה, און מרביץ תורה געווען פאר יונג און אלט. כאטשיג אז פון נאך אסאך שטעט איז מען געקומען צו איהם זיך בעטן זאל נעמען ביי זיי דאס רבנות, אבער ער האט יעדען אפגעזאגט.

סוף יאר תרע"ד ווען די ערשטע וועלט קרוג האט געבוזשעוועט אין די לופט, איז ער אנטלאפן פון אלטשטאט מיט זיין גאנצע משפחה און נאך וואנדערן אפאר יאר האט ער זיך אום חודש כסליו תרע"ז באזעצט אין די הויפט שטאט ווינא, וואס איז דעמאלס געווען א עיר ואם בישראל, און דארט איז געווען צופרידן אז ער דארף זיך נישט אפגעבן מיט א קהילה אבער פארט האט ער געוואלט ענדערש זיך געפונען אין די אלטע היים גאליציע. תרפ"ט איז ער דורך דעם ווינטער געווען אין אלטשטאט אבער זעהנדיג אז דאס נעמט איהם צופיל אוועק פונעם לערנען, איז ער צוריק קיין ווינא, און דארט האט ער איבערגעגעבן דאס רבנות פאר זיין זוהן הג"ר שרגא זאב זצ"ל.
דארט אין ווינא איז ער פארבליבען ביז נאנט צום צווייטען וועלט קרוג, אבער ווען ס'האבן אנגעהויבן נענטער צו ווערן די צרות, איז ער פון דארט אנטלאפן ערשט קיין בערלין, און פון דארט

קיין קראקא, וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן א שטיק צייט. און נאך וואס דארט איז שוין אויך געווארן שווער די מצב, איז ער צוריק צו זיין שטאט אלטשטאט, און דארט מקרב געווען אלע פליטים וואס זענען אהינגעלאפן פון מעריב גאליציע, און זיך געזארגט אסאך פאר אלע זייערע געברויכן.

חודש אב תש"ב, ווען די רשעים ימש"ו האבן איינגענומען אלטשטאט, איז ער געפירט געווארן צום לאגער אין שטאט סאמבור, אבער זיין גוף איז שוין געווען שרעקליך אפגעשוואכט און פארמאטערט, אן קיין כוחות הגוף, און אהן זיינע קינדער און אייניקלעך, און געבליבן געבונדען צום בעט, און לויף פון זיבען וואכן.

י"ט תשרי תש"ג, האט דער גרויסער גאון וקדוש אויסגעהויכט זיין נשמה, מיטליידענדיג מיט די מיליאנע קדושים וואס זענען גע'הרג'עט געווארן אין די יארן.

מנוחתו כבוד אין א אהל אין שטאט סאמבור.

זיינע חידושים, תשובות און דרשות זענען געדרוקט אין 'ברכת חיים'.

זיעועכי"א.


קרעדיט: נצר מטעי
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » מוצ"ש נובעמבער 18, 2017 5:10 pm

הגה"ק זצ"ל אין מארינבאד
באגלייט מיט זיין זוהן ממלא מקומו ר' שרגא זאב ז"ל
און זיין תלמיד הנה"ח ר' לייביש רובינפעלד ז"ל פון לוגאנא
צוגעלייגטע
154.jpg
154.jpg (90.83 KiB) געזעהן 3275 מאל
לעצט פאראכטן דורך סוואליעווער אייניקל אום מאנטאג נובעמבער 20, 2017 10:21 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » מוצ"ש נובעמבער 18, 2017 5:11 pm

נאך א בילד
צוגעלייגטע
הרב מאלטשטאט 2.gif
הרב מאלטשטאט 2.gif (28.01 KiB) געזעהן 3275 מאל
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » מוצ"ש נובעמבער 18, 2017 5:11 pm

קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » זונטאג נובעמבער 19, 2017 11:50 am

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:זיין ספר
http://www.hebrewbooks.org/7479

(ברכת חיים)
אויך איז פארהאן ברכת יצחק (שהדפיס בעצמו, ספר קטוע)
עס איז אויך פארהאן ברכת חיים תניינא, איך טרעף עס נישט אויף ה"ב.

סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2010 9:41 pm

נכדו

תגובהדורך סטרעטענער אייניקל » זונטאג נובעמבער 19, 2017 4:31 pm

נכדו היה הרה"ג רבי יעקב תאומים זצ"ל שנסתלק בפסח לפני שנה
והיה לו אלטשטאדטער ביהמ"ד בבארא פארק
הוא היה אצל זקינו לפני המלחמה
וראה באשכול רבי יעקב תאומים
כתוב שם גם על זקינו
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]

יערסלוב
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובהדורך יערסלוב » זונטאג נובעמבער 19, 2017 10:16 pm

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:הגה"ק זצ"ל אין מארינבאד
באגלייט מיט זיין זוהן ר' אהרן ז"ל
און זיין תלמיד הנה"ח ר' לייביש רובינפעלד ז"ל פון לוגאנא


א טעות פין דער לינקע זייט פינעם אלשטאדאט רב זצ"ל
איז זיין זין הגה"צ ר' שרגא זאב אבד"ק אלאשטאדט זצ"ל

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » מאנטאג נובעמבער 20, 2017 10:20 am

יערסלוב האט געשריבן:
סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:הגה"ק זצ"ל אין מארינבאד
באגלייט מיט זיין זוהן ר' אהרן ז"ל
און זיין תלמיד הנה"ח ר' לייביש רובינפעלד ז"ל פון לוגאנא


א טעות פין דער לינקע זייט פינעם אלשטאדאט רב זצ"ל
איז זיין זין הגה"צ ר' שרגא זאב אבד"ק אלאשטאדט זצ"ל

יישר כח יערוסלאב!
עס האט זיך מיר אויך געדאכט אז ר' אהרן איז געווען יונגער.
אבער פשוט דארט ווי איך האב געטראפן דעם בילד איז מאחוריו געשטאנען בנו ר' אהרן.

[גייעך שוין פאררעכטען אויבן - מען זאל נישט איבער מאכן דעם טעות].
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » דינסטאג נובעמבער 21, 2017 5:07 pm

אויף איהם איז געזאגט געווארן "הכל תלוי במזל אפילו ספר תורה שבהיכל", ער איז געווען גערעכנט פאר כמעט די גרעסטע פוסק אין גאליציע, ער איז געווען ארויף געקוקט און געשעצט, ער האט געשריבען תשובות לאלפים, און היינט ליידער קוים וואס מען ווייסט פון איהם.

ער האט שוין אליין געהאט אנגעגרייט זיינע כתבים צי עס ארויס געבן, אבער ליידער צוליב די ביטערע קריג איז עס נעלם געווארן.

ער האט אויך איבער געלאזט דורות ישרים ומבורכים, אייניקלעך פון זיינע איידעמער כ"ק ר' יהושע אייכענשטיין זצ"ל הי"ד אדמו"ר מזידיטשויב מגרוו"ד, הג"ר (?) תאומים זצ"ל, הג"ר (?) הלוי הורוויץ זצ"ל אביו של הגאון ר' נתן זצ"ל ממאנסי, כ"ק ר' דוד'ל האלברשטאם זצ"ל אדמו"ר מקשאנוב וומסב"ג אביו של ר' הגאון ר' משה זצ"ל מקיוויאשד.

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » דינסטאג נובעמבער 21, 2017 5:09 pm

בילד
בילד

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1597
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג נובעמבער 21, 2017 7:31 pm

חזון-איש'ניק האט געשריבן:אויף איהם איז געזאגט געווארן "הכל תלוי במזל אפילו ספר תורה שבהיכל", ער איז געווען גערעכנט פאר כמעט די גרעסטע פוסק אין גאליציע, ער איז געווען ארויף געקוקט און געשעצט, ער האט געשריבען תשובות לאלפים, און היינט ליידער קוים וואס מען ווייסט פון איהם.

ער האט שוין אליין געהאט אנגעגרייט זיינע כתבים צי עס ארויס געבן, אבער ליידער צוליב די ביטערע קריג איז עס נעלם געווארן.

ער האט אויך איבער געלאזט דורות ישרים ומבורכים, אייניקלעך פון זיינע איידעמער כ"ק ר' יהושע אייכענשטיין זצ"ל הי"ד אדמו"ר מזידיטשויב מגרוו"ד, הג"ר (?) תאומים זצ"ל, הג"ר (?) הלוי הורוויץ זצ"ל אביו של הגאון ר' נתן זצ"ל ממאנסי, כ"ק ר' דוד'ל האלברשטאם זצ"ל אדמו"ר מקשאנוב וומסב"ג אביו של ר' הגאון ר' משה זצ"ל מקיוויאשד.

למלאות החסר:
חתנו ר' יעקב יצחק הלוי (טענצער) הורוויץ אב"ד ריגליץ.
בתו אשת ר' פנחס יוסף תאומים מקריסניפאל-תל אביב (אבי בניה) ובזו"ש אשת ר' יוסף תאומים אב"ד קאלבסוב ניו יארק. (צוויי מאהל תאומים, יא.)

גם היו לו בנים, ר' שרגא זאב הי"ד ממלא מקומו (בחייו) באלטשטאט ובנו ר' אהרן מדפיס ספרו.
גם היו לו עוד חתנין רבנן הי"ד, עי' בהקדמת בנו ר' אהרן לס' ברכת חיים.
לעצט פאראכטן דורך הסרפד אום מיטוואך נובעמבער 22, 2017 10:32 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

יערסלוב
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובהדורך יערסלוב » מיטוואך נובעמבער 22, 2017 9:25 am

חזון-איש'ניק האט געשריבן:בילד
בילד


בתמונה רואים שהגאון הרב מאלטשטאדט זצ"ל מעשן, שמעתי סיפור מפי נכדו הגה"צ שליט"א

הרב מאלטשטאדט זצוק"ל היה מעשן עד שאביו צוה עליו לא לעשן. הוא בקש מאביו להוריד את החיוב כיבוד אב, כדי שאם אי פעם יעשן לא יעבור עליו. אביו הסכים. עד סוף ימיו של הרב מאלטשטאדט זצ"ל, היה מתחרט על זה באומרו שאם היה נשאר החיוב של כיבוד אב היה יכול לקיימו גם לאחר פטירתו על ידי שלא יעשן, וכעת הפסיד ההזדמנות

אוועטאר
וואנאוויטשער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2016 4:10 am

תגובהדורך וואנאוויטשער » זונטאג נובעמבער 26, 2017 12:45 pm

זיין איידעם איז געוועזן רבי ישראל דוד רוקח אב"ד קיטוב.
המצפה לישועה
נו"נ לזקני הק' מוואניאוויטש זיע"א

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1176
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 5:17 pm

קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

בית המשתה
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

תגובהדורך בית המשתה » פרייטאג דעצמבער 14, 2018 6:10 am

איינער ווייסט עפעס וועגן די מחלוקת וואס איז פארגעגאנגען ווען ער איז געווארן רב אין שטאט לימנוב?

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » פרייטאג דעצמבער 14, 2018 10:37 am

בית המשתה האט געשריבן:איינער ווייסט עפעס וועגן די מחלוקת וואס איז פארגעגאנגען ווען ער האט געוואלט ווערן רב אין שטאט לימנוב?
דביה תחדי נפשא

בית המשתה
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

תגובהדורך בית המשתה » פרייטאג דעצמבער 14, 2018 4:00 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
בית המשתה האט געשריבן:איינער ווייסט עפעס וועגן די מחלוקת וואס איז פארגעגאנגען ווען ער האט געוואלט ווערן רב אין שטאט לימנוב?

עי' לעיל
זיין שווער זצ"ל וואס איז שוין געווען אין די עלטערע יארן, און עס איז איהם שווער אנגעקומען די הנהגת הקהילה, האט זיך געבעטן ביי איהם ער זאל איבערנעמען די רבנות, אבער ער האט דאס אפגעזאגט נישט וועלנדיג געשטערט ווערן פון לערנען. אבער נאך אסאך מוטשענען האט ער צום סוף אנגענומען דעם פאסטען, און אין יאר תרמ"ח אין עלטער פון דריי-און-צוואנציג איז ער געווארן רב אין שטאט לימינאוו, וואו ער האט געפירט די קהילה על מי מנוחות, און באלויכטן פאר די גאנצע שטאט און פארן גאנצן געגנט ארום. פון גאנץ גאליציע האט מען צו איהם געשיקט שאלות אין הלכה, און די גרויסע עלטערע גדולים פון יענע צייט, זענען ארויס פון התפעלות זעהנדיג זיין בקיאות און גאונות

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מוצ"ש דעצמבער 15, 2018 8:23 pm

אהא און וואס געשען נאכדעם?
דביה תחדי נפשא

בית המשתה
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 4:39 pm

תגובהדורך בית המשתה » זונטאג דעצמבער 16, 2018 1:07 pm

חמרא טבא האט געשריבן:אהא און וואס געשען נאכדעם?

נו דאס וויל איך וויסן
ר' חיים יענקל לימנוב'ער (שוואגער פון בעל קדושת ציון מ'באבוב זצ"ל הי"ד) איז דאך אויך געוועהן רב דארט, ניין?

צדיק'ל
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 6:25 pm

תגובהדורך צדיק'ל » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 3:13 pm

בית המשתה האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:אהא און וואס געשען נאכדעם?

נו דאס וויל איך וויסן
ר' חיים יענקל לימנוב'ער (שוואגער פון בעל קדושת ציון מ'באבוב זצ"ל הי"ד) איז דאך אויך געוועהן רב דארט, ניין?

ר' חיים יענקל איז געווארן רב נאכדעם וואס ער איז געווארן רב אין אלטשטאדט, איך פארשטיי נישט נו ווער זאגט ס'מיז זיין א פראבלעם

צדיק'ל
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 6:25 pm

תגובהדורך צדיק'ל » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 3:24 pm


אוועטאר
שמן
שר חמש מאות
תגובות: 639
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 4:01 pm

צדיק'ל האט געשריבן:
בית המשתה האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:אהא און וואס געשען נאכדעם?

נו דאס וויל איך וויסן
ר' חיים יענקל לימנוב'ער (שוואגער פון בעל קדושת ציון מ'באבוב זצ"ל הי"ד) איז דאך אויך געוועהן רב דארט, ניין?

ר' חיים יענקל איז געווארן רב נאכדעם וואס ער איז געווארן רב אין אלטשטאדט, איך פארשטיי נישט נו ווער זאגט ס'מיז זיין א פראבלעם

איך מיין אז ער איז למעשה קיינמאל נישט געווארן עמטליך רב אין לימנוב, אויב איינער האט א ראי' אויף, אל תמנע טובה

צדיק'ל
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 6:25 pm

תגובהדורך צדיק'ל » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 5:27 pm

שמן האט געשריבן:
צדיק'ל האט געשריבן:
בית המשתה האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:אהא און וואס געשען נאכדעם?

נו דאס וויל איך וויסן
ר' חיים יענקל לימנוב'ער (שוואגער פון בעל קדושת ציון מ'באבוב זצ"ל הי"ד) איז דאך אויך געוועהן רב דארט, ניין?

ר' חיים יענקל איז געווארן רב נאכדעם וואס ער איז געווארן רב אין אלטשטאדט, איך פארשטיי נישט נו ווער זאגט ס'מיז זיין א פראבלעם

איך מיין אז ער איז למעשה קיינמאל נישט געווארן עמטליך רב אין לימנוב, אויב איינער האט א ראי' אויף, אל תמנע טובה

אז דער אלטשטאדטער רב איז רב געווען דארטן קוקט אויף דעם
און אז רבי חיים יענק'ל איז געווען רב דארט קוקט אויף דעםhttps://www.ivelt.com/forum/download/file.php?id=24290&mode=view

צדיק'ל
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 6:25 pm

תגובהדורך צדיק'ל » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 5:30 pm

דא האט איר א בריוו וואס דער קהילה פון לימינוב האט ארויסגעלייגט אונטער געחתמ'ט דער אלטשטאטער רב'ס נאמען

צדיק'ל
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 6:25 pm

תגובהדורך צדיק'ל » מאנטאג אוקטובער 07, 2019 5:39 pm

דא קענט איר זעהן א בילד פון ר' חיים יענק'ל ביים אויפנעמען דער קיסר אין די שטאט לימינוב
[image][/image]https://www.ivelt.com/forum/download/file.php?id=24290&mode=view
צוגעלייגטע
לימינוב.png
לימינוב.png (148.77 KiB) געזעהן 485 מאל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 10 געסט