רבי יעקב יוסף ווייס זצ״ל מספינקא - י״ט ניסן תשמ״ח - ובניו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

רבי יעקב יוסף ווייס זצ״ל מספינקא - י״ט ניסן תשמ״ח - ובניו

תגובהדורך רבניש » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 3:17 am

כ״ק מרן האדמו״ר הרב הצדיק רבי יעקב יוסף ווייס זצ״ל
האדמו״ר מספינקא
ניו יארק - בני ברק

איז געבוירן צו זיין טאטען הרה״ק רבי ישראל חיים ווייס זצ״ל בנו בכורו של מרן החקל יצחק זי״ע, בן מרן הגה״ק ה״אמרי יוסף״ מספינקא זי״ע.

ביום י״ב ניסן תרע״ו בעיירה ספינקא

בעת זיין געבורט איז זיין מאמע אוועק (זי איז געווען א טאכטער פון הרה״צ רבי אלעזר רובין מסאסוב) אזוי איז ער אריין צום זיידן החקל יצחק אין שטוב ווי ער איז נתגדל געווארן אין אויפגעוואקסן ביים זיידן ווי א אייגן קינד.
ווי ער האט זיך זייער אפגעגעבן מיט אים און אריינגעלייגט מאוצרו הטוב ווי ער האט ער קונה געווען מבאר מים החיים תורה עבודה וחסידות.

בשנת תרצ״ו האט ער חתונה געהאט מיט בתו של הרה״צ רבי אלתר מנחם מענדל מבורשא, בן האדמו״ר מבארשא, נאך די חתונה האבן אים די בארשא אידן אויפגענומען פאר זייער רב.

בעתן צווייטן וועלט קריג האט ער פארלוירן זיין רעבעצין מיט דריי קינדער, ובתוכם זיין הייליגן זיידן דער חקל יצחק
וואס איז נרצח געווארן ביום י״ג סיון תש״ד, און אויך זיין טאטען וואס איז אומגעקומען בכ״ט אייר תש״ד.

דער ספינקער רבי האט בניסים איבערגעלעבט דעם קריג און האט חתונה געהאט בזיווג שני עם הרבנית הצ׳ פערל בת דודו הגה״צ רבי אברהם אביש מקראלי זצ״ל חתן ה״חקל יצחק״ זצ״ל, און איז צוריק געגאנגען צו זיינע פארבליבענע רעשטלעך בני הקהילה אין בארשא, און דארט ווייטער ממשיך געווען מיט פעולת צוריק אויפצובויען מיט די שארית הפליטה דאס אידישקייט אין שטאט, מיט מקוואות, כשרות, און אויפגעשטעלט א תלמוד תורה.

אבער אזוי ווי די קאמוניסטישע רעגירונג האט זיך דערוויסט פון זיינע פעילות פאר אידישקייט האט ער געמוזט אנטלויפן קיין אראד ראמעניע וואס האט נישט אזוי געליטן פון די מלחמה.

דארט אין אראד איז געווען פילע ספינקער חסידים ווי זיי האבן זיך געפרייד צו האבן בתוכם דער איינציגסטער פארבליבענער באח״ב לבית ספינקא. און האבן אים מכתיר געווען לאדמו״ר מספינקא, ווי די רבי האט געטון פעילות לרוב אויפצוהייבן די שארית עם ישראל.

אבער ווי דאס קאמוניזם האט זיך פארשפרייט מער און מער האט ער געמוזט גיין ווייטער פון אראד אויך און איז ארויסגעקומען קיין אמעריקא ווי ער האט זיך באזעצט אין די אידישע קראון הייטס ווי ער האט געגרינדעט א ביהמ״ד און צוריק אנגעהויבן פירן זיין חצר הק׳ וממשיך שושילתא דדהבא לבית ספינקא.

דאס חסידות איז שפעטער אריבער צו די אידישע בארא פארק ווי די רבי האט געגרינדעט די תלמוד תורה וישיבה ״אמרי יוסף״ ספינקא וואס גייט אן לשם ולתפארת.

פילע חסידים פון די ספינקא רבין דעם חקל יצחק זצ״ל זענען אויך אנגעקומען נאכן וועלט קריג קיין א״י ירושלים און בני ברק, האבן זיי געהאט א בקשה צום רבין ער זאל קומען מחדש זיין די שרשרת הזהב של אבותיו הק׳ דארט אין בני ברק און דינען אלס זייער מנהיג אין רבי אויך, און אזוי ארום צוריק משכלל זיין חסידות ספינקא אין ארה״ק.

א גרויסע שמחה האט ארומגענומען די ספינקא חסידים אין ארה״ק אז דער ספינקער רבי האט אויסגעהערט דעם ווארימען רוף משמה און האט מחליט געווען ארויף צו גיין קיין בני ברק און דארט אויך גרינדען א הויף ע״ש וע״ד אבותיו הק׳ און אז זיי האבן זוכה געווען אז דער נכדו בכורו פון זייער רבין האט מסכים געווען צו קומען דינען פאר זיי אויך אלס מורה דרך ומנהיג רוחני, אזוי האט די רבי איינגעטיילט מקום משובו במשך השנים בין חסידיו אין ארה״ב און חסידיו ומעריציו אין ארה״ק.

א שיינער ציבור צווישן זיי געהויבענע חסידים ואנשי מעשה האבן זיך געווייקט ביים ספינקער רבין, ביי זיינע גאר הארציגע און ווארימע תפילות וואס זענען געווען א שם דבר, א גרויס התעוררת האט תמיד געהערשט ביים עולם הערענדיג דעם רבינס דביקות׳דיגע נעימות׳דיגע תפילות.

די הערליכע טישן בימי שבת ויו״ט וואס איז געפירט געווארן בנוסח ספינקא - זידיטשוב און צוזאמען מיטן רבינס ווארימע הייליגע ספעציעלע תניעת מיט זיין קול עריבת האט געשאפן א שוואנג פון נאך פרישע חסידים וואס זענען געקומען זיך ווייקן און מסתופף זיין בצילו הק׳ בצילא דמהימנותא.

די ספינקער חסידים פארציילן אז פאר זיי איז געווען יעדע פשוטע שבת ווי א ספעציעלער יו״ט, די הייליגע מחזה הוד ורום, און די געעואלדיגע ברען און הרגשת קדושת ויופי השבת וואס די רבי האט אין זיי אריינגעלייגט דורך זיין געוואלדיגע עבודה ליגט זיי נאך אין די ביינער און דאס פארגעסן זיי קיינמאל נישט, די הייליגע תורת און די ווארימע סיפורי צדיקים איז געווען פאר זיי אן אמתער עולם הבא של יום שבת מנוחה.

א גרויס דביקות בתורה האט דער ספינקער רבי געהאט וואס ער קונה געווען ביי זיין גרויסן הייליגן זיידן אין הויז, און דעם אהבת התורה האט ער געוואלט איבערגעבן פאר דעם יונגערן דור האט ער געגרינדט א ישיבה דארט אין בני ברק אויך, ווי די דרך הלימודים איז געפירט געווארן דורכן רבין.

אן א צאל יודן פלעגן קומען זיך שואל עצה זיין מיטן ספינקער רבין, יעדעס איד האט געפינען א שוץ און ווארימקייט און א אוזן קושבת ביים רבין און ביתו היה פתוח לרווחה לכל, און די רבי אליינס האט יעדן מקבל געווען בסבר פנים יפות מיט א גוט ווארט.

גדולי ארה״ק האבן אים שטארק מעריץ געווען און ארויסגעוויזן כבוד והערצה.

כאטש וואס דער רבי האט אויפגעבויעט נאכן קריג אלצדינג פונדאסניי סיי זיין אייגן שטוב און סיי די חצר הק׳ ספינקא האט די רבי געהאט נאך פיל עגמות נפש בחייו און אלעס אנגענומען מיט אן אמונה און שטארקייט.
צוויי פון זיינע חשובע זון וואס די רבי האט געלייגט גרויס האפענונג אויף זיי אז זיי גייען זיין פון די ממשיכי שלשלת הק׳ זענען יונג אוועק איבערלאזנדיג קליינע יתומים.

בנו הרה״צ רבי אברהם אביש ז״ל איז אוועק ממחלה קשה ובנו הרה״צ רבי יצחק אייזיק ז״ל איז אוועק בתאונת דרכים.

אבער נחת דקדושה און ווי דער גאלדענער קייט לבית ספינקא ציהט זיך ווייטער האט די רבי אויך זוכה געווען צו זעהן ביי בניו החשובים האדמורים המפורסמים שליט״א.

האדמו״ר רבי ישראל חיים שליט״א - מספינקא בני ברק
האדמו״ר רבי נפתלי צבי שליט״א - מספינקא בארא פארק
בנו האדמו״ר רבי מאיר אלעזר שליט״א - מספינקא 18

נסתלק ביום ד׳ דחוה״מ פסח שנת תשמ״ח - בן ע״ב שנים, ונטמן באוהל שבחלקת ספינקא בפתח תקוה ע״י ציון סבו הגה״ק ה״אמרי יוסף״ מספינקא.

אוועטאר
יענקל
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 31, 2009 7:17 pm

תגובהדורך יענקל » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 7:18 am

סדר הבנים: ר' אביש זצ"ל, ר' נפתלי צבי שליט"א, ר' יצחק אייזיק זצ"ל, ר' ישראל חיים שליט"א, ר' מאיר אליעזר שליט"א.

יערסלוב
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובהדורך יערסלוב » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 7:38 am

ר' יעקב יוסף מספינקא זצ"ל

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3988
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 7:59 am

בנו ר' יצחק אייזיק איז אוועק אין א קאר עקסידענט אויפ'ן וועג אהיים פון די באבא סאלי'ס לוי'. זיין זון פירט היינט באדמו"רת ספינקא ערגעץ לעבן בני ברק
צוגעלייגטע
3-768x605.jpg
ר' יצחק אייזיק עם אביו
3-768x605.jpg (74.63 KiB) געזעהן 2604 מאל

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2774
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 8:09 am

דריידל האט געשריבן:בנו ר' יצחק אייזיק איז אוועק אין א קאר עקסידענט אויפ'ן וועג אהיים פון די באבא סאלי'ס לוי'. זיין זון פירט היינט באדמו"רת ספינקא ערגעץ לעבן בני ברק

זיינע קינדער פירן אדמורות (כלומר בתי מדרש) אין בני ברק.
רבי אלתר בן ציון מאיר אביש (וואס ער איז אויך געווען אין די עקסידענט און גאר שווער פארוואונדערט, אין ארויס ממוות לחיים, ונוסף לו שמו אלתר ע"י זקינו האדמו"ר רי"י בעת מסע הלויית בנו רי"א כשהצדיק עליו את הדין בגבורה עילאה) האדמו"ר מספינקא רמת אהרן בבני ברק,
ורבי אהרן ישראל חיים האדמו"ר מספינקא גני גד בבני ברק.

אוועטאר
יענקל
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 31, 2009 7:17 pm

תגובהדורך יענקל » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 8:34 am

אויכעט דער נאמען "בן ציון" איז צוגעלייגט (איך האב געהערט אמאל די סיבה: ווייל דאס איז געווען אז מ'האט דערציילט פארן זיידן אנהייב אז סיי דער זוהן אין סיי דער אייניקל זענען אין א שווערע צושטאנד, מ' האט נאכנישט געוואלט דערציילן אז דער זוהן איז שוין נישט דא, האט ער געזאגט מ'זאל צולייגן די 2 נעמען)

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2774
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 9:06 am

דער זיידע איז געווען דעמאלטס אין חו"ל, מ'האט איהם מודיע געווען אז ס'איז פאסירט עפעס געפערליך, און ער איז גלייך ארויס צום וועג.
אבער למעשה די לויה פון ר' אייזיק איז אפגעשטופט שפעט אויף דער נאכט, נישט נאר ווייל מ'האט געווארט אויף זיין טאטע, נאר מ'האט געמיינט זיכער אז ס'גייט זיין 2 לויות ל"ע אינאיינעם [אויסער די אנדערע 3 הרבנים ר' יהושע מרגלית, בערקאוויטש, בלאס, וואס זענען געהארגעט אויפן פלאץ אין זייערע לויות זענען שוין געווען במשך דעם טאג. אוי איז דאס געווען א שווארצע טאג אין בני ברק], אבער בחסדי הי"ת, נאך 6 וואכן ליגנדיג אהן קיין סימן חיים בין מוות לחיים, איז ער צוריק געכאפט בחסדי הי"ת.

יערסלוב
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 10, 2015 1:16 pm

תגובהדורך יערסלוב » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 9:17 am

אבן יקרה האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:בנו ר' יצחק אייזיק איז אוועק אין א קאר עקסידענט אויפ'ן וועג אהיים פון די באבא סאלי'ס לוי'. זיין זון פירט היינט באדמו"רת ספינקא ערגעץ לעבן בני ברק

זיינע קינדער פירן אדמורות (כלומר בתי מדרש) אין בני ברק.
רבי אלתר בן ציון מאיר אביש (וואס ער איז אויך געווען אין די עקסידענט און גאר שווער פארוואונדערט, אין ארויס ממוות לחיים, ונוסף לו שמו אלתר ע"י זקינו האדמו"ר רי"י בעת מסע הלויית בנו רי"א כשהצדיק עליו את הדין בגבורה עילאה) האדמו"ר מספינקא רמת אהרן בבני ברק,
ורבי אהרן ישראל חיים האדמו"ר מספינקא גני גד בבני ברק.


ר' אביש מספינקא רמת אהרן מיט'ן ברידער ר' ישראל חיים מספינקא גני גד, ביים ציון פינעם זיידען דער אמרי יוסף זצ"ל
צוגעלייגטע
בניו של ר' יצחק אייזיק מספינקא.jpg
בניו של ר' יצחק אייזיק מספינקא.jpg (16.82 KiB) געזעהן 2578 מאל

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:23 am

איז האדמו״ר רבי מאיר אלעזר שליט״א - מב״פ 18, אן איידעם ביים סאסרעגנער רב?
צוגעלייגטע
RenderedContent-F99AC73B-8622-46DF-9C40-171E1B39B6DA.JPG
RenderedContent-F99AC73B-8622-46DF-9C40-171E1B39B6DA.JPG (89.62 KiB) געזעהן 2553 מאל

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:28 am

יענקל האט געשריבן:סדר הבנים: ר' אביש זצ"ל, ר' נפתלי צבי שליט"א, ר' יצחק אייזיק זצ"ל, ר' ישראל חיים שליט"א, ר' מאיר אליעזר שליט"א.


ווער זענען דעם ספינקא רבינס איידעמער, און ווי זענען די בנים אדמורים איידעמער ?

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2774
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:32 am

רבניש האט געשריבן:
יענקל האט געשריבן:סדר הבנים: ר' אביש זצ"ל, ר' נפתלי צבי שליט"א, ר' יצחק אייזיק זצ"ל, ר' ישראל חיים שליט"א, ר' מאיר אליעזר שליט"א.


ווער זענען דעם ספינקא רבינס איידעמער, און ווי זענען די בנים אדמורים איידעמער ?

ר' יעקב יוסף בזיוו"ש נאכן קריג געווען איידעם ביי דודו ר' אביש פון קראלי, שוואוגער מיט זיין שוועסטער קינד ר' הערשל'ע ספינקער.

די קינדער, האדמורי"ם ר' נפתלי צבי איז איידעם ביי ר' שמחה רובין מטומאשוב. ר' ישראל חיים ביי האדמו"ר מביאלא פשיסחא זוהן פון חלקת יהושע זצ"ל. ר' מאיר אלעזר איידעם פון סאסרעגענער זאל מאריך ימים זיין זז"ג און שטארק.
ר' יצחק אייזיק איז געווען איידעם ביי הרב ווייס נוה אחיעזר רב.

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:38 am

אבן יקרה האט געשריבן:ר' יצחק אייזיק איז געווען איידעם ביי הרב ווייס נוה אחיעזר רב.


נוה אחיעזר רב ווערט געזהן אינעם בילד אויבן געשטעלט דורך דריידל צוזאמען מיטן איידעם לינקס פון ספינקא רבין

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6175
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:41 am

רבניש האט געשריבן:כ״ק מרן האדמו״ר הרב הצדיק רבי יעקב יוסף ווייס זצ״ל
האדמו״ר מספינקא
ניו יארק - בני ברק
צוגעלייגטע
s-l1600 (3).jpg
s-l1600 (3).jpg (376.04 KiB) געזעהן 2536 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6175
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:43 am

ווערט געזען בניו רבי יצחק אייזיק ולהבחל"ח רבי ישראל חיים
1 (1).jpg
1 (1).jpg (76.87 KiB) געזעהן 2532 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6175
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:44 am

ביי א ב"מ בבית אדמור מביאלא ב"ב זצ"ל
צוגעלייגטע
IMG_0177.jpg
IMG_0177.jpg (71.77 KiB) געזעהן 2528 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6175
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:45 am

ביים ציון פון זיין זיידע דער אמרי יוסף זי"ע
צוגעלייגטע
909.jpg
909.jpg (82.13 KiB) געזעהן 2527 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6175
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:46 am

ביי די כנסי' גדולה שנת תשי"ד
צוגעלייגטע
כנהג תשיד.jpg
כנהג תשיד.jpg (39.47 KiB) געזעהן 2527 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6175
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:47 am

ביי די חתונה פון בנו רבי אביש ז"ל
צוגעלייגטע
ת.jpg
ת.jpg (223.73 KiB) געזעהן 2526 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6175
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:48 am

Capture.JPG
Capture.JPG (180.61 KiB) געזעהן 2524 מאל

פון דא
דביה תחדי נפשא

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2774
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:50 am

רבניש האט געשריבן:
אבן יקרה האט געשריבן:ר' יצחק אייזיק איז געווען איידעם ביי הרב ווייס נוה אחיעזר רב.


נוה אחיעזר רב ווערט געזהן אינעם בילד אויבן געשטעלט דורך דריידל צוזאמען מיטן איידעם לינקס פון ספינקא רבין

ניין, ס'איז טאקע דער נוה אחיעזר רב ר' משה יעקב ווייס זצ"ל, אבער ס'איז נישט דער שווער פון ר' יצחק אייזיק, נאר דער שווגער. ר' אייזיק איז געווען איידעם ביי זיין טאטע ר' אברהם צבי זצ"ל דער ערשטע נוה אחיעזר רב. אייניקלעך פון הרה"צ ר' אהרן דער ברודער פון אמרי יוסף זצ"ל.

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2774
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:55 am

חמרא טבא האט געשריבן:ווערט געזען בניו רבי יצחק אייזיק ולהבחל"ח רבי ישראל חיים
1 (1).jpg

ווערן אויך געזען, הרב זאלמאנאוויטש רב פון עכו, און הרב משה יעקב ווייס רב נוה אחיעזר ב"ב. [ביידע ווערן אויך געזען פריערט ביי די בילד מיט די קינד. א אנדערע מאורע. הרב זאלמאנאוויטש איז געווען א שכן פון די ספינקא ביהמ"ד]

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:56 am

חמרא טבא האט געשריבן:ביים ציון פון זיין זיידע דער אמרי יוסף זי"ע


דאס איז זיכער נאך ביים ארגינאלן ציון בעיירה ספינקא פארן מפנה זיין קיין פתח תקוה, בתשל״ב.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 11:29 am

אבן יקרה האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:
יענקל האט געשריבן:סדר הבנים: ר' אביש זצ"ל, ר' נפתלי צבי שליט"א, ר' יצחק אייזיק זצ"ל, ר' ישראל חיים שליט"א, ר' מאיר אליעזר שליט"א.


ווער זענען דעם ספינקא רבינס איידעמער, און ווי זענען די בנים אדמורים איידעמער ?

ר' יעקב יוסף בזיוו"ש נאכן קריג געווען איידעם ביי דודו ר' אביש פון קראלי, שוואוגער מיט זיין שוועסטער קינד ר' הערשל'ע ספינקער.

די קינדער, האדמורי"ם ר' נפתלי צבי איז איידעם ביי ר' שמחה ישכר בער רובין מטומאשוב. ר' ישראל חיים ביי האדמו"ר מביאלא פשיסחא זוהן פון חלקת יהושע זצ"ל. ר' מאיר אלעזר איידעם פון סאסרעגענער זאל מאריך ימים זיין זז"ג און שטארק.
ר' יצחק אייזיק איז געווען איידעם ביי הרב אברהם צבי ווייס נוה אחיעזר רב.

רבי אביש ז"ל איז געווען אן איידעם ביי רבי נתן מזידיטשוב תל אביב (זיין אלמנה האט געהייראט בזוו"ש רבי יעקב לייב גאלדמאן אב"ד זוועהיל בני ברק - בזיווגו השני, און בזווש"ל האט זי געהייראט הרה"צ רבי דוב בעריש מייזליש שליט"א אב"ד סאטמאר ב"פ 53 - בזיווגו השני {דערויף זענען דא וואס זענען משער אז די תשובה פונעם ברך משה לגבי אן אשה קטלנית וואס האט א קינד פונעם צווייטן מאן איז געוואנדן צו זיין געוועזענע איידעם}).

חיי אריכי
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 25, 2017 3:23 pm

תגובהדורך חיי אריכי » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 11:44 am

אז ס׳איז דא אן אשכול פון רבי יענקעלע ספינקער, קען מען נישט אויסלאזן דאס שטימע וואס ער האט געהאט,
ער האט געהאט אן אויסער געווענדליכע מתיקות׳דיגע שטימע,
ער פלעגט דאווענען מיט אויסטעלישע ווארימקייט און מיט אן אבנארמאלע מתיקות,
דאס זינגען זיינע, האט פארגאפט יעדן צוהערער, און אריינגעברעגט און א נייעם וועלט פונעם עולם הנגינה,
דאס תנועה פון ״הכל יודוך״ האט דורך געשניטן ביז די טיפסטע פינטל און הארץ,
עמעציר וואס האט דאס נישט געהערט קען זיך דאס גארנישט מצייר זיין,
אלע וואס געדענקן דאס, רעדן מיט אויסטערלישע בענקשאפט.

אבן יקרה
שר האלפיים
תגובות: 2774
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובהדורך אבן יקרה » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 11:48 am

חיי אריכי האט געשריבן:אז ס׳איז דא אן אשכול פון רבי יענקעלע ספינקער, קען מען נישט אויסלאזן דאס שטימע וואס ער האט געהאט,
ער האט געהאט אן אויסער געווענדליכע מתיקות׳דיגע שטימע,
ער פלעגט דאווענען מיט אויסטעלישע ווארימקייט און מיט אן אבנארמאלע מתיקות,
דאס זינגען זיינע, האט פארגאפט יעדן צוהערער, און אריינגעברעגט און א נייעם וועלט פונעם עולם הנגינה,
דאס תנועה פון ״הכל יודוך״ האט דורך געשניטן ביז די טיפסטע פינטל און הארץ,
עמעציר וואס האט דאס נישט געהערט קען זיך דאס גארנישט מצייר זיין,
אלע וואס געדענקן דאס, רעדן מיט אויסטערלישע בענקשאפט.

ס'איז באקאנט אז אמאל איז ער געקומען א שבת אין וויז'ניץ אין דער אמרי חיים האט איהם צוגעשיקט צום עמוד אויף שוכן עד [זעלטן אז דער אמ"ח האט דאס אוועק געגעבן], האט ער געדאוונט אויף די וויז'ניצע נוסח [ער איז דאך א איידעם געווען בזיוו"ר אין בורשא].
נאכ'ן דאווענען האט איהם דער אמרי חיים געזאגט, אויף א וויז'ניצע קל אדון האב איך שוין געקענט צו גיין, איך האב געוואלט צו הערן אויף א ספינקא הכל יודוך..


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פייווישעל און 5 געסט