בלאט 3 פון 4

חבש כובע ישועה בראשו.

געשריבן: פרייטאג דעצמבער 08, 2017 12:17 pm
דורך רימנובער אייניקעל
רבניש האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:דער לעצטער לינקס איז רבי אהרן משה מחוסט

אינטערסאנט אז ס' זהעט זיך אן זיין פלאטשיקע הוט וואס ער האט נאך געטראגן דאהי אין אמעריקא , אבער אין די שפעטערע יארן האט ער עס געטוישט צו א הויכע רעבישע הוט.

וואס דאס איז א זעלטענע ערשיינונג פון רבי'ס וואס האבן דורכגעלעבט די קריג , און זיך אהער געצויגען קיין אמעריקא נאכן קריג .

וואס איז געווען די סיבה פונעם טוישן?

און וואס איז די זעלטענהייט אזוי גרויס וויפיל האבן דען געטוישט

די סיבה פארן טוישן דארפט איר זיי אנפרעגן

בדרך כלל די רבי'ס וואס האבן געטוישט צום ביישפיל באבוב און בלאזשוב , אינדערהיים זענען זיי געגאנגען א פלאכע הוט אבער דא אין אמעריקא האבן זיי גלייך אנגעהויבן טראגן א הויעכע הוט, און אזוי נאך רעבי'ס , משא"כ חוסטער רבי .

בדרך אגב די סטיטישנער רבי ר' יודעלע זצ"ל מיטן קלויזענבורגער רב זצ"ל זענען געווען גאליציאנער רבי'ס וואס האבן נישט געטוישט די הוט און געגאנגען פלאכע.

אויפן בילד מערקט זיך אן חוסטער רבי מיט לאנגע הויזן , דאכט זיך מיר אז שפעטער האט ער געטוישט אויף ווייסע זאקן .

געשריבן: פרייטאג דעצמבער 08, 2017 12:52 pm
דורך רבניש
ווייס מיר נאר פון צוויי וואס האבן געטויטש.
דער באבובער רב
מיטן בלוזעווער רב

דאס זאז איך
סאטמאר רב
קלויזנבורגער רב
פאפא רב
סטיטשין רבי
לאנצהוט רב
ועוד האבן דאך נישט געטוישט

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 11, 2017 2:03 am
דורך רימנובער אייניקעל
רבניש האט געשריבן:מצוה טאנץ מיטן סקאליער אין חוסטער רבין

אונטער רבי אתמר'ל איז זיין זון סטראזשניצער רבי און דערנעבן שטייט זיין ברודער נדבורנה חדרה.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 11, 2017 8:09 pm
דורך נאדווערנער אייניקעל
דאס איז ביים חתונה פון דער נאדווערנער חאדערער רבי מיט טאכטער פון זיין ברודער דער זוטשקערער רבי, זכר צדיקים לברכה.

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 11, 2017 8:14 pm
דורך רבניש
נאדווערנער אייניקעל האט געשריבן:דאס איז ביים חתונה פון דער נאדווערנער חאדערער רבי מיט טאכטער פון זיין ברודער דער זוטשקערער רבי, זכר צדיקים לברכה.

כמיין איז איר מאכט א טעות.

דער חתן אינדערמיט איז כ״ק אדמו״ר רבי אשר מרדכי מקליוולאנד - וויליאמסבורג זצ״ל

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 19, 2017 2:17 am
דורך רבניש
אינעם אנדערן אשכול פראבירט מען צו צוטרעפן נאך אינעם בילד
וועל איך שטעלן נאך ווער סיז מיר ניתוסף געווארן

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 19, 2017 2:19 am
דורך רבניש
רעכטס פונעם חתן איז זיכער סטראזניצער רבי דער אבי החתן. דאס איז שוין קלאר געשטעלט פארוואס נאכאמאל אנהייבן מיט שפעקולאציעס?

געשריבן: זונטאג דעצמבער 24, 2017 5:30 pm
דורך חמרא טבא
פון ר. צו ל. הרב ממאטערסדארף, אדמו"ר מסקאליע, רבי איתמר'ל, אדמו"ר מסטראזניץ, ?, רבי אהרן משה מחוסט
קסח.jpg
קסח.jpg (184.81 KiB) געזעהן 1829 מאל

געשריבן: מאנטאג ינואר 15, 2018 4:54 pm
דורך אבן יקרה
היינט (כ"ח טבת) איז די ייארצייט פון רבי ישכר בער מסטראז'ניץ זצוק"ל. זי"ע אמן

געשריבן: זונטאג פאברואר 11, 2018 6:43 pm
דורך ישלהוסיף
בית המדרש באר מים חיים

געשריבן: מאנטאג יולי 02, 2018 4:06 pm
דורך פריילעך אידל
לרגל די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא זצ"ל, י"ד תמוז, האט 'א בליק' וועבסייט פארעפענטליכט עטליכע הערליכע בילדער, פון דעם זוטשקע'ר רבי'ן זצ"ל, ווי אויך אפאר בילדער אינאיינעם מיט זיין פאטער ר' איתמר'ל זצ"ל, פון די ארכיוון פון ר' יואל שטראהלי.

איך גיי נישט אהער ברענגען אלע, און איך מיין אז א חלק זענען שוין בעבר באהאנדלט געווארן דא אויפן וועלטל, אבער עטליכע דערפון איז כדאי.

1.
ר. צו ל. אדמו"ר מזוטשקא, אביו ר' איתמר'ל, אדמו"ר מסטראזניץ זצ"ל
dgfg.jpg
dgfg.jpg (117.62 KiB) געזעהן 1231 מאל


2.
קען זיין שוין געווען דא אמאל
ר. צו ל. -, -(רחי"ל דייטש מהעלמעץ?), אדמו"ר רש"צ מספינקא, אדמו"ר מזוטשקא, יבלחט"א אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, החתן, -, -, אבד"ק ווערעצקי זצ"ל.
img350.jpg
img350.jpg (127.29 KiB) געזעהן 1231 מאל


3.
אדמו"ר ר' אתמר'ל זצ"ל (צענטער) מיט בנו אדמו"ר מזוטשקא זצ"ל (צווייטער רעכטס). די איבריגע? פון אונטן קוקט אויס ווי אדמו"ר מפיטסבורג זצ"ל.
Image-50.jpg
Image-50.jpg (111.05 KiB) געזעהן 1231 מאל

געשריבן: מאנטאג יולי 02, 2018 4:30 pm
דורך חמרא טבא
פריילעך אידל האט געשריבן:לרגל די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא זצ"ל, י"ד תמוז, האט 'א בליק' וועבסייט פארעפענטליכט עטליכע הערליכע בילדער, פון דעם זוטשקע'ר רבי'ן זצ"ל, ווי אויך אפאר בילדער אינאיינעם מיט זיין פאטער ר' איתמר'ל זצ"ל, פון די ארכיוון פון ר' יואל שטראהלי.

ר. צו ל. -, -(רחי"ל דייטש מהעלמעץ?), אדמו"ר רש"צ מספינקא, אדמו"ר מזוטשקא, יבלחט"א אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, החתן, -, -, אבד"ק ווערעצקי זצ"ל.


צווייטע לינקס זעהט מיר אויס צו זיין רבי אהרן אריה כ"ץ זצ"ל מפאלטיטשאן

געשריבן: מאנטאג יולי 02, 2018 4:31 pm
דורך פריילעך אידל
4.
אב ובנו. (ווער איז רעכטס?)
img718.jpg
img718.jpg (104.9 KiB) געזעהן 1223 מאל


5.
לכאורה א בילד פון דעם זעלבע חתונה ווי דא, און מען האט אידענטיפיצירט ווי פאלגנד:
פון ר. צו ל. שאצער רבי, אדמו"ר מ'סטראזשניץ, החתן רבי אשר מרדכי זצ"ל האדמו"ר מ'סטראזשניץ קליוולאנד, הרה"ק רבי איתמר'ל זצוק"ל, חתנו הרה"צ רבי שלום ישכר בער שפירא זצ"ל אדמו"ר מ'קעכניא, אדמו"ר מ'זוטשקא.
img372.jpg
img372.jpg (143.1 KiB) געזעהן 1223 מאל


6.
אדמו"ר מזוטשקא, אדמו"ר מסטראזניץ, רבי יעקב ישראל מטשערנאביל, -, אדמו"ר מסקאליע זצ"ל
20150506145520_00104A.jpg
20150506145520_00104A.jpg (142.67 KiB) געזעהן 1223 מאל

געשריבן: מאנטאג יולי 02, 2018 4:33 pm
דורך חמרא טבא
פריילעך אידל האט געשריבן:4.
לכאורה א בילד פון דעם זעלבע חתונה ווי דא, און מען האט אידענטיפיצירט ווי פאלגנד:
פון ר. צו ל. שאצער רבי, אדמו"ר מ'סטראזשניץ, החתן רבי אשר מרדכי זצ"ל האדמו"ר מ'סטראזשניץ קליוולאנד, הרה"ק רבי איתמר'ל זצוק"ל, חתנו הרה"צ רבי שלום ישכר בער שפירא זצ"ל אדמו"ר מ'קעכניא, אדמו"ר מ'זוטשקא.
20150506145520_00104A.jpg

וועלכע שאצער רבי דארף דאס צו זיין?

געשריבן: מאנטאג יולי 02, 2018 4:34 pm
דורך פריילעך אידל
7.
ל. צו ר. אדמו"ר מזוטשקא, אחיו ר' מאיר ממעקסיקא, אדמו"ר הבאר יעקב מנדבורנא, החתן (?), אדמו"ר מבערגסאז זצ"ל.
0000268A.jpg
0000268A.jpg (177.11 KiB) געזעהן 1216 מאל

געשריבן: מאנטאג יולי 02, 2018 4:35 pm
דורך חמרא טבא
פריילעך אידל האט געשריבן:
6.
אדמו"ר מזוטשקא, אדמו"ר מסטראזניץ, רבי יעקב ישראל מטשערנאביל, -, אדמו"ר מסקאליע זצ"ל
20150506145520_00104A.jpg

געשריבן: מאנטאג יולי 02, 2018 4:39 pm
דורך רבניש
חמרא טבא האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:לרגל די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר מזוטשקא זצ"ל, י"ד תמוז, האט 'א בליק' וועבסייט פארעפענטליכט עטליכע הערליכע בילדער, פון דעם זוטשקע'ר רבי'ן זצ"ל, ווי אויך אפאר בילדער אינאיינעם מיט זיין פאטער ר' איתמר'ל זצ"ל, פון די ארכיוון פון ר' יואל שטראהלי.

ר. צו ל. -, -(רחי"ל דייטש מהעלמעץ?), אדמו"ר רש"צ מספינקא, אדמו"ר מזוטשקא, יבלחט"א אדמו"ר ממונקאטש שליט"א, החתן, -, -, אבד"ק ווערעצקי זצ"ל.


צווייטע לינקס זעהט מיר אויס צו זיין רבי אהרן אריה כ"ץ זצ"ל מפאלטיטשאן


דאס איז עפעס א לייפער צורה
העלמעצער רב זיכער נישט.

געשריבן: מאנטאג יולי 02, 2018 4:42 pm
דורך חמרא טבא
פריילעך אידל האט געשריבן:3.
אדמו"ר ר' אתמר'ל זצ"ל (צענטער) מיט בנו אדמו"ר מזוטשקא זצ"ל (צווייטער רעכטס). די איבריגע? פון אונטן קוקט אויס ווי אדמו"ר מפיטסבורג זצ"ל.
[/]


דער בילד איז געווארן אויסגעשמועסט דא

געשריבן: דאנארשטאג יולי 12, 2018 1:40 pm
דורך dovidal
מי היה הרה"צ רבי מאיר בן הרה"צ ישכר בער
זצ"ל רבי מאיר גר במונקאטש

געשריבן: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:47 pm
דורך סידיראם
ווער איז געווען רבי מאיר ממעקסיקאו? וואס איז געווען די מעשה מיט אים, זיינע ברידער'ס זענען געווען פייערדיגע צדיקים וקדושים, אבער ער גייט נישט מיט קיין ווייסע זאקן, איז דא דורות פון אים?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 12, 2018 3:57 pm
דורך מיללער
סידיראם האט געשריבן:ווער איז געווען רבי מאיר ממעקסיקאו? וואס איז געווען די מעשה מיט אים, זיינע ברידער'ס זענען געווען פייערדיגע צדיקים וקדושים, אבער ער גייט נישט מיט קיין ווייסע זאקן, איז דא דורות פון אים?

viewtopic.php?p=628693#p628693

(פאר נייגער, איר מעסט צדקות און קדושה לויט די קאליר זאקן?)

געשריבן: דאנארשטאג יולי 12, 2018 4:22 pm
דורך סידיראם
ניין איך מעסט נישט לויט דעם קיין קדושה, אבער דאך זעענדיג זיין לבוש אנדערש ווי זיין משפחה האט מיר געמאכט פרעגן, איך האב מלבש געווען מיין קשיא אז מיר וואונדערט זיין לבוש, געמיינט האב איך צו פרעגן מער וואס איז פשט פון די שינוי פון אים מיט זיין משפחה, והוא פשוט.

געשריבן: דינסטאג יולי 17, 2018 4:40 pm
דורך רימנובער אייניקעל
פריילעך אידל האט געשריבן:4.
אב ובנו. (ווער איז רעכטס?)

20150506145520_00104A.jpg

חדרה רבי זצ"ל דער אינגסטע קינד פון רבי איתמר'ל זצ"ל , און איידים ביים ברודער זוטשקא רבי זצ"ל.

געשריבן: דינסטאג יולי 17, 2018 6:06 pm
דורך veltsman
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:4.
אב ובנו. (ווער איז רעכטס?)

20150506145520_00104A.jpg

חדרה רבי זצ"ל דער אינגסטע קינד פון רבי איתמר'ל זצ"ל , און איידים ביים ברודער זוטשקא רבי זצ"ל.

לא נראה כמותו כלל

געשריבן: מיטוואך יולי 18, 2018 12:21 am
דורך רימנובער אייניקעל
veltsman האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:4.
אב ובנו. (ווער איז רעכטס?)

img718.jpg
img718.jpg (104.9 KiB) געזעהן 1005 מאל

חדרה רבי זצ"ל דער אינגסטע קינד פון רבי איתמר'ל זצ"ל , און איידים ביים ברודער זוטשקא רבי זצ"ל.

לא נראה כמותו כלל

איך רעד פון דעם אויף די רעכטע זייט פונעם בילד
,נישט נאר ס'איז אים, נאר ס איז נראה כמותו ממש ועיין בתמונות של החדרה רבי מאותו שנים ותראה שזה ממש צורתו .