רבי אברהם שמעון ענגיל-הורוויץ זצ"ל הי"ד - "רבי שמעו'לע זעליחובער", במ"ס נהרי א"ש

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

רבי אברהם שמעון ענגיל-הורוויץ זצ"ל הי"ד - "רבי שמעו'לע זעליחובער", במ"ס נהרי א"ש

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג אפריל 23, 2017 2:36 pm

נאכנישט געטראפן קיין אשכול איבער דעם צדיק וקדוש.

געווען א משפיע אין די באקאנטע ישיבת חכמי לובלין, און האט שפעטער איבערגעלאזט די ישיבה צוליב זיינע דיפערענצן מיט די ראשי ישיבה איבער דעם ריכטיגן דרך הלימוד, ער האט געהאלטן אז מ'דארף ווייניגער עוסק זיין אין פלפול, נאר זיך ענדערש קאנצעטרירן אויף די גמ' מיט די ראשונים.

וואס האט מיר געברענגט היינט צו עפענען דעם אשכול איז. הערענדיג דעם היינטיגן שיעור פון המגי"ש נפלא ר' מנשה ישראל רייזמאן שליט"א זאגט ער אז הרב וואזנער ז"ל מתלמידי ר' שמעון ז"ל האא דערציילט, אז זיין רבי האט אמאל באשאפן א הינדל (אדער ווי מען רופט עס בינינו א כפרה...), אוו ס'איז מיר געווען העכסט אינטערסאנט, ווייל אזוינע מעשיות בין איך נישט געוואוינט צו הערן פון איינער וואס האט געלעבט אין די לעצטערע דורות.

האט איינער שוין געהערט דערפון?

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2395
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג אפריל 23, 2017 2:40 pm

די מעשה איז געדרוקט אין נהרי אש.

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » זונטאג אפריל 23, 2017 2:48 pm

לדיוקא ר' שמעון'לע איז אוועק פון יח''ל שוין נאך די פטירה פון ר' מאיר שפירא

הרב ישראל יצחק דאמב איז געווען א תלמיד מובהק פון ר' שמעון'לע
א'מונה ב'טחון ג'עלט

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » זונטאג אפריל 23, 2017 2:54 pm

http://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=94707#p94707

זעה פון דא און ווייטער איבער דעם סיפור התרנגול

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » זונטאג אפריל 23, 2017 2:57 pm

אין נהרי אש ברענגט ער פון ר' שמעון'לע איבער דעם גולם פון מהר"ל מפראג, צי דער מהר"ל האט געמאכט א גולם איז נישט קלאר אבער דאס איז זיכער אז צו מאכן א חיבור ווי גבורת ה' איז סאך מער וואונדערליך ווי באשאפן א גולם... לענינינו צו שרייבן אזא מאמר "שובה ישראל" און די אנדערע מאמרים נשגבים פון ר' שמעון'לע ועבודתו הנפלאה איז פיל מער ווי באשאפן א טשיקעלע...

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2691
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג אפריל 23, 2017 3:34 pm

להודיע האט געשריבן:אין נהרי אש ברענגט ער פון ר' שמעון'לע איבער דעם גולם פון מהר"ל מפראג, צי דער מהר"ל האט געמאכט א גולם איז נישט קלאר אבער דאס איז זיכער אז צו מאכן א חיבור ווי גבורת ה' איז סאך מער וואונדערליך ווי באשאפן א גולם... לענינינו צו שרייבן אזא מאמר "שובה ישראל" און די אנדערע מאמרים נשגבים פון ר' שמעון'לע ועבודתו הנפלאה איז פיל מער ווי באשאפן א טשיקעלע...

יפה אמרת!
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4996
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג אפריל 23, 2017 3:54 pm

El Rushbo האט געשריבן:וואס האט מיר געברענגט היינט צו עפענען דעם אשכול איז. הערענדיג דעם היינטיגן שיעור פון המגי"ש נפלא ר' מנשה ישראל רייזמאן שליט"א זאגט ער אז הרב וואזנער ז"ל מתלמידי ר' שמעון ז"ל האא דערציילט, אז זיין רבי האט אמאל באשאפן א הינדל (אדער ווי מען רופט עס בינינו א כפרה...), אוו ס'איז מיר געווען העכסט אינטערסאנט, ווייל אזוינע מעשיות בין איך נישט געוואוינט צו הערן פון איינער וואס האט געלעבט אין די לעצטערע דורות.

האט איינער שוין געהערט דערפון?

יא אסאך מאל, סיי פונעם ספר נהרי אש כנ"ל, און אויך פון די אייניקלעך פון הגר"ש וואזנער וואס האבן עס געהערט פון זייער זיידע זצ"ל וואס פלעגט עס נאכפארציילן פון א איד וואס האט געזאגט אז ער האט געזען וויאזוי ער האט עס באשאפען. מדבריו היה נראה אז ער האט געגלייבט די מעשה 100%

אבער פון אן איר אייניקל פון הרב דומב ז"ל שמעתי אז זיין זיידע האט עס נישט געגלייבט, אבער ער האט געזאגט, אזא גוטע מעשה איז א שאד ארויסצולאזן...
[די מעשה פונעם אייניקל פון הרב דומב, האביך געהערט אלס בחור פונעם איר אייניקל וואס איז אויך געווען א בחור, סאו כ'ווייס נישט ווי קראנט דער איר אייניקל איז געווען].
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » זונטאג אפריל 23, 2017 3:58 pm

די גאנצע מעשה איז געבויעט אויף א איד וואס האט אזוי פארציילט. דער דיון איז צי מדארף גלייבן יענעם אנאנימען איד. דער שבט הלוי האט אים יא געגלייבט, און הרב דומב האט אים נישט געגלייבט.

ישראל אברהם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 276
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 11, 2016 5:31 am

ס' יזכור גארוואלין וועגען ר' שמע'לע

תגובהדורך ישראל אברהם » זונטאג אפריל 23, 2017 5:03 pm

ס' יזכור גארוואלין.jpg

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג אפריל 23, 2017 6:32 pm

געפעלט מיר די ווארט שיימע...

ארך אפים
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2016 5:40 pm

תגובהדורך ארך אפים » זונטאג אפריל 23, 2017 7:05 pm

דער פאלטיטשאנער איז אויך געווען א תלמיד מובהק פון עם, ר' שמעול'ע האט עם געוואלט פאר א איידעם ואכמ"ל, ער פלעגט אויך דערציילן דברים נפלאים כ'האב געהערט פון א אייניקל אז ר' שמעול'ע פלעגט דאווענען פארן עמוד ימים נוראים, פארלערנען שיעורים, וכו' אין מען האט עם קיינמאל נישט געזעהן אריינקוקן און א ספר, מחזור וכדו',
א מעשה פלא דערציילט ער אז איינמאל האט ער געהערט א טומל אינדרויסן האט ער געפרעגט וואס גייט פאר, האט מען עם געזאגט אז א גרויסע געלערענטע גלח איז דא, האט ר' שמעול'ע געזאגט מען זאל עם פרעגן און וויפיל חלקים א געוויסע סעקטע (גלויבן) איז צוטיילט, האט מען געפרעגט דעם גלח, אין ער האט געזאגט א געוויסע # (דענק איך נישט יעצט) האט ר' שמעול'ע געזאגט אז ער ווייסט נישט וואס ער רעדט, עס איז אזויפיל אין אזויפיל (דענק איך נישט יעצט) האט מען עס איבערגעזאגט פארן גלח און ער האט מודה געווען, האט מען געפרעגט ר' שמעול'ע פון ווי ער וויסט האט ער געזאגט אז יעדע זאך וואס איז דא און די טומאה איז דא אין די קדושה לעומתו, איך זעה וויפיל ס'איז דא אין די קדושה ווייס איך וויפיל ס'איז דא אין די טומאה, ויהי לפלא.
איך ווייס נאך אונטערעסאנטע זאכן, ועוד חזון למועד.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2034
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » זונטאג אפריל 23, 2017 7:44 pm

להודיע האט געשריבן:אין נהרי אש ברענגט ער פון ר' שמעון'לע איבער דעם גולם פון מהר"ל מפראג, צי דער מהר"ל האט געמאכט א גולם איז נישט קלאר אבער דאס איז זיכער אז צו מאכן א חיבור ווי גבורת ה' איז סאך מער וואונדערליך ווי באשאפן א גולם... לענינינו צו שרייבן אזא מאמר "שובה ישראל" און די אנדערע מאמרים נשגבים פון ר' שמעון'לע ועבודתו הנפלאה איז פיל מער ווי באשאפן א טשיקעלע...

מאמר שובה ישראל.
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות."
— הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל


מפתח

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » זונטאג מאי 07, 2017 11:29 pm

להודיע האט געשריבן:די גאנצע מעשה איז געבויעט אויף א איד וואס האט אזוי פארציילט. דער דיון איז צי מדארף גלייבן יענעם אנאנימען איד. דער שבט הלוי האט אים יא געגלייבט, און הרב דומב האט אים נישט געגלייבט.


און פיר אויס... להודיע האט מכריע געווען אז רב וואזנער האט נישט גיט מכריע געווען... הא?

קודם כל רב וואזנער איז נישט געווען קיין חדר יונגל און אז ער האט געגלייבט דעם איד איז א סימן אז דער איז געווען אן איש אמת.

צווייטנס, אויף וואס זאל זיין געבויעט אן השערה אז עס זאל נישט זיין אמת. אמער, די עצם מציאות פון באשאפן א נפש איז א דבר ידוע ומוסכם, איי מען האט דאס נישט געהערט אין די לעצטערע דורות? להוי ידוע אז די גאנצע התנהגות פון רבי שמעונלע איז נישט געווען כפי ערך דורו כי הוא זה.

קוק די אלע פלאדיגע מעשיות וואס די תלמידים שרייבן און פארציילן אויף אים וועסטו פארשטיין אז מען רעדט דא פון אן "אויסטערלישן" אדם גדול.

ועוד אז רב דאמב זצ"ל האט דאס אריינגעשטעלט אינעם בפר איז מער מסתבר אז ער האט אויך פארשטאנען אז די זאך איז נישט רחוק עס זאל האבן געשעהן.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » זונטאג מאי 07, 2017 11:37 pm

צו באגרייפן 'אביסל' פון וואספארא מלאך אלקים מען רעדט דא, איז גוט צו קוקן דעם ספר נהרי אש, די באשרייבונגען פון תלמידים איבער אים, עס דערקענט זיך אז ער איז געווען עפעס, וואס נישט צופיל אין זיין דור זענען געווען ענליך. זכר צדיק לברכה.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

יום זה מכובד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2017 11:03 am
לאקאציע: ... והכבוד מוציאין את האדם מן העולם!

תגובהדורך יום זה מכובד » מאנטאג ינואר 08, 2018 11:58 am

איז פארהאן את בילד פון צורת קדשו?

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4996
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג ינואר 08, 2018 1:38 pm

תמונה ידועה
צוגעלייגטע
אברהם-שמעון-אנגל-233x300.jpg
אברהם-שמעון-אנגל-233x300.jpg (16.86 KiB) געזעהן 1738 מאל
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מאנטאג ינואר 08, 2018 2:28 pm

פאר דעם וואס ער איז געווען אין חכמי לובלין איז ער געווען ראש ישיבה אין תומכי תמימים ליובאוויטש אין ווארשה פאר א פאר יאר.

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4996
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג ינואר 08, 2018 2:58 pm

zugurnish האט געשריבן:פאר דעם וואס ער איז געווען אין חכמי לובלין איז ער געווען ראש ישיבה אין תומכי תמימים ליובאוויטש אין ווארשה פאר א פאר יאר.

זייער אינטערסאנט!

וועלכע רבי האט אים געשטעלט?

איז דא געשריבן ערגעץ פרטים איבער יענע תקופה וואס ער איז געווען אין די ישיבה?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מאנטאג ינואר 08, 2018 3:03 pm

דער רבי ריי"צ

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מאנטאג ינואר 08, 2018 3:07 pm

http://www.chabadlibrary.org/books/pdf/polin.pdf

זע עמודים צ"א-צ"ג, צ"ט,קא, קי.

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » מאנטאג ינואר 08, 2018 9:09 pm

zugurnish האט געשריבן:פאר דעם וואס ער איז געווען אין חכמי לובלין איז ער געווען ראש ישיבה אין תומכי תמימים ליובאוויטש אין ווארשה פאר א פאר יאר.

נאך וואס ער איז אוועק פון יח"ל איז ער געגאנגען קיין תו"ת, און רבי דאמב עם כמה תלמידים זענען מיט איהם מיטגעגאנגען (געהערט פון אידן וואס האבן עס געהערט פון רבי דאמב, אויך אויף קולמע איז אן אינטערוויו מיט א תלמיד פון יח"ל ר' מאיר שפירא (די זעלבע נאמען ווי דעם ר"י ר"מ זצ"ל) באריכות דאס ארויסגיין פון שמעון'לע זצ"ל.

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » זונטאג אפריל 15, 2018 7:16 pm

איינער איז באקאנט אויב ס'איז דא א דאטום פון א יארצייט?

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2693
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » זונטאג אפריל 15, 2018 10:04 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:איינער איז באקאנט אויב ס'איז דא א דאטום פון א יארצייט?

קיץ תש"ג, יותר מזה לא ידוע
לעצט פאראכטן דורך אדער יא אום מאנטאג אפריל 16, 2018 1:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » זונטאג אפריל 15, 2018 10:49 pm

בעצם איבער דעים גאון איז לא יאומן כי יסופר אז כמעט בדורינו אלה זאל זיך געפינען אזא סארט גאון וואס זאל קענען ממש זיין א סופר התורה באותיותיו. ווי דער טשעבינער רב זצוק"ל האט זיך אויסגעדריקט נאכ'ן אים באזוכן איינמאל, אז אזא גאון איז נישט דא, אפשר רבי יאשע (דער ראגעטשאבער) און אפשר רבי יאשע אויך נישט.

איך האב נישט געזעהן אין נהרי אש רעדן פון די משפחה פון דעם גאון פלאי רבי שמעונ'לע, ביי וועם איז ער געווען אן איידעם, צו האט ער געהאט קינדער, איז דא עפעס איבערגעבליבן דורות?
לעצט פאראכטן דורך עפל קאמפאוט אום זונטאג אפריל 15, 2018 11:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2693
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » זונטאג אפריל 15, 2018 10:51 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:איינער איז באקאנט אויב ס'איז דא א דאטום פון א יארצייט?

אויכעט נישט געפונען דא


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט