הרה"צ מרת שרה שלומצי ע"ה מזידיטשויב פרעמישלאן - כ"ט תשרי תש"ז

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

הרה"צ מרת שרה שלומצי ע"ה מזידיטשויב פרעמישלאן - כ"ט תשרי תש"ז

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג אוקטובער 31, 2016 3:03 pm

היינט כ"ט תשרי איז די יא"צ פון הרבנית הצדיקת מרת שרה שלומצי ע"ה בת הרה"ק רבי מנחם מענדיל אייכנשטיין זיע"א מזידיטשויב, און אשת חבר הרה"ק רבי ברוך רובין מברעזדאוויץ זיע"א (בן הרה"ק רבי מאיר מגלאגוב זיע"א וואס זיין יא"צ איז אויך היינט).
זי איז געווען ברייט באקאנט אין ירושלים עיה"ק אלץ א בעלת מופת, און אסאך מעשיות האבן זיך געדרייט ארום איר

ס'ווערט דערציילט (שמעתיו מנכדיה) אז נאך איר פטירה האט א איד אפגעקויפט די דירה, ווען ס'איז געקומען צו קידוש מאכן, האט זיך די דירה איבערגעפילט מיט מייז, מיט גרויס פחד האט דער איד אפגעכיפעט דאס קידוש, און די מייז זענען מיט אמאל פארשווינדן, דער איד האט אפגעהאטעמט מיט דערלייכטערונג, די קומענדיגע וואך האט זיך דאס זעלבע איבערגעשפילט, ווי נאר ער הייבט אויף דאס בעכער צו קידוש מאכן, איז די דירה פיל געווארן מיט מייז, דער האט זיך שוין זיין שטארק דערשרקאן, און אריבער געלאפן צו הרה"ק מזוויעהל זיע"א,
פרעגט אים ר' גדליה משה, וואו וואונסטו, הייבט ער אן צו מסביר זיין אויף רחוב חוני המעגל דעם נאמער, א בעיסמענט דירה, אבער דער צדיק פארשטייט נישט, ביז ער פרעגט אים וועמענ'ס דירה איז דאס געווען, זאגט אים דער איד, אז דאס איז געווען די דירה פון די זידיטשויב פרעמישלאנער רעבעצן...
אזוי!! איז גיי צו צים לאך פון די מייז, און זאג זיי אז די באבע איז שוין נישטא,
וכך הוה, דער איד האט אזוי געטוהן, און מער האט ער פון קיין מייז נישט געהערט.




דא איז בייגעלייגט אויסצוגן פון וואס מ'האט דעמאלט'ס געשריבן אויף די רעבעצן
צוגעלייגטע
הרבנית הצדקנית מרת שרה שלאמצי ע''ה מזידיטשויב פרעמישלאן בת הרה''ק רבי מנחם מענדיל מזידיטשויב זיע''א ואשת הרה''ק רבי ברוך מברעזדאוויץ זיע''א מנו''כ בהר הזיתים.JPG
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג אוקטובער 31, 2016 3:13 pm

דארף מען בעטן פון דעם טריסקער צדיק זאל ארויסלייגן דא די בילד פון איר מציבה

גראדע איז אינטרעסאנט אנצומערקן, אז זי האט זיך אליינ'ס פארגעשריבן איר נוסח המציבה, נאר נישט שרייבנדיג דעם יום הפטירה,

אבער די ירדנ'ער האבן שפעטער חרוב געמאכט איר מציבה צוזאמען מיט פילע אנדערע מציבות, דעריבער האבן שפעטער די אייניקלעך איבער געמאכט דעם נוסח המציבה, אויף א אנדער נוסח, און פון איר אלטער נוסח איז נישט געבליבן קיין זכר (כפי מיטב ידיעתי).
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1012
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

שמאטענע רעבעצין

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » זונטאג נובעמבער 20, 2016 9:35 am

אפאר נקודות וואס איך האב געהערט איבער איר:

- אין ירושלים פלעגט מען איר רופען 'די שמאטענע רעבעצין' ווייל זי פלעגט גיין ארום געבינדען מיט שמאטעס.

- זי פלעגט צו גיין א טלית קטן.

- זי פלעגט קומען יעדן אינדעפריה צו די ישיבה פון הרב דושינסקיא זצ"ל אויפצוזוכען הרה"ח ר' יעקב אליעזר ווייס ז"ל [וועלכע איז נאך געווען א בחור] און איהם בעטן ער זאל ענטפערן אמן נאך אירע ברכות. און ס'פלעגט זיך מאכן אז ר' יעקב אליעזר איז געווען אין שיעור צימער אינמיטען שיעור פון רב דושינסקיא, און זי פלעגט שטיין אינדרויסן לעבן פענסטער און שרייען 'יעקב לעיזער, יעקב לעיזער...' ביז רב דושינסקי האט איהם געוואונקען ער זאל גיין צו איר, ווייל אויב נישט ווער זי נישט אויפהערן צו רופן...

- זי האט אמאל געדארפט האבן עפעס א געוויסע דאקומענט פון א רעגירונגס אופיס [דאכט זיך ביי די געבורט פון איר אייניקל הרה"צ ר' מרדכי דוד כהנא זצ"ל מספינקא ירושלים] ווי נאר זי איז אריינגעקומען אינעם אופיס, האט זיך דער מיניסטער - נעבעך א פרייער איד - אויפגעשטעלט מלא קומתו, און גלייך געזאגט אז ער וועט איר אונטער'חתמ'ענען וועלכע דאקומענט זי דארף נאר. ווייל ס'איז ביי איהם א גרויסע זכיה ארויס צו העלפן זיין רבי'נס א טאכטער.

ת. נ. צ. ב. ה.
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג יולי 09, 2018 6:27 pm

בזכות דעם אשכול איז אפיר געקומען דעם אשכול אויך, וועל איך יעצט מגיב זיין דערויף (ווייס איך נישט פארוואס איך האב דעמאלט'ס דאס נישט באמערקט)

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:- זי פלעגט צו גיין א טלית קטן.

כפי ששמעתי מנכדיה איז דאס ליגנט, זי פלעגט האבן א טלית קטן אנגעהאנגען אין די קלאמקע פון שטוב, און ווען זי פלעגט וואונטשן פלעגט זי דאס אנכאפן.

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:- זי האט אמאל געדארפט האבן עפעס א געוויסע דאקומענט פון א רעגירונגס אופיס [דאכט זיך ביי די געבורט פון איר אייניקל הרה"צ ר' מרדכי דוד כהנא זצ"ל מספינקא ירושלים] ווי נאר זי איז אריינגעקומען אינעם אופיס, האט זיך דער מיניסטער - נעבעך א פרייער איד - אויפגעשטעלט מלא קומתו, און גלייך געזאגט אז ער וועט איר אונטער'חתמ'ענען וועלכע דאקומענט זי דארף נאר. ווייל ס'איז ביי איהם א גרויסע זכיה ארויס צו העלפן זיין רבי'נס א טאכטער.

די מעשה איז געווען אסאך שפעטער, איר אייניקל הה"צ ר' מרדכי דוד זצ"ל איז נאך געבוירן געווארן אינדערהיים, ווען זי איז שוין געווען אין א"י, די מעשה איז פארגעקומען, ווען זי האט געוואלט באקומען סערטעפעקיט'ס פאר איר דאפלטער אייניקל הרה"צ ר' נחמן זצ"ל (בן בתה מרת מירל גאלה ע"ה, וחתן בנה הה"צ ר' יעקב ישראל וישורון זצ"ל), און ס'האט זיך געמאכט שוועריקייטן, און זי איז אריבער אין אפיס זעהן וואס זי קען טון, און טרעפנדיג דעם אויבנדערמאנטער פרייער איד, האט ער זיך אויפגעשטעלט מלא קומתו פאר איר, דערקענענדיג אז איז ר' מענדעלע זידיטשובער'ס טאכטער.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1012
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » מאנטאג יולי 09, 2018 6:37 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:בזכות דעם אשכול איז אפיר געקומען דעם אשכול אויך, וועל איך יעצט מגיב זיין דערויף (ווייס איך נישט פארוואס איך האב דעמאלט'ס דאס נישט באמערקט)

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:- זי פלעגט צו גיין א טלית קטן.

כפי ששמעתי מנכדיה איז דאס ליגנט, זי פלעגט האבן א טלית קטן אנגעהאנגען אין די קלאמקע פון שטוב, און ווען זי פלעגט וואונטשן פלעגט זי דאס אנכאפן.

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:- זי האט אמאל געדארפט האבן עפעס א געוויסע דאקומענט פון א רעגירונגס אופיס [דאכט זיך ביי די געבורט פון איר אייניקל הרה"צ ר' מרדכי דוד כהנא זצ"ל מספינקא ירושלים] ווי נאר זי איז אריינגעקומען אינעם אופיס, האט זיך דער מיניסטער - נעבעך א פרייער איד - אויפגעשטעלט מלא קומתו, און גלייך געזאגט אז ער וועט איר אונטער'חתמ'ענען וועלכע דאקומענט זי דארף נאר. ווייל ס'איז ביי איהם א גרויסע זכיה ארויס צו העלפן זיין רבי'נס א טאכטער.

די מעשה איז געווען אסאך שפעטער, איר אייניקל הה"צ ר' מרדכי דוד זצ"ל איז נאך געבוירן געווארן אינדערהיים, ווען זי איז שוין געווען אין א"י, די מעשה איז פארגעקומען, ווען זי האט געוואלט באקומען סערטעפעקיט'ס פאר איר דאפלטער אייניקל הרה"צ ר' נחמן זצ"ל (בן בתה מרת מירל גאלה ע"ה, וחתן בנה הה"צ ר' יעקב ישראל וישורון זצ"ל), און ס'האט זיך געמאכט שוועריקייטן, און זי איז אריבער אין אפיס זעהן וואס זי קען טון, און טרעפנדיג דעם אויבנדערמאנטער פרייער איד, האט ער זיך אויפגעשטעלט מלא קומתו פאר איר, דערקענענדיג אז איז ר' מענדעלע זידיטשובער'ס טאכטער.

כ'געדענק אז כ'האב עס געהערט פון א אדם חשוב, בינעך אבער נישט זיכער פון וועם
יתכן אז פון כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א [ר' ישראל חיים ווייס מדונולו ב"ב]
וואס ער האט דאס געהערט פון ר' יעקב אליעזר הנ"ל
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג יולי 09, 2018 6:38 pm

וועל איך געוואר ווערן אויף די ציצית, די אנדער מעשה ווייס איך קלאר אז ס'איז געווען ביי נעמען סארטאפיקיט'ס
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אחד מעיר
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 31, 2017 3:11 pm

תגובהדורך אחד מעיר » דינסטאג יולי 10, 2018 5:55 pm

הילולא דצדיקיא האט געשריבן:וועל איך געוואר ווערן אויף די ציצית,

גם אני שמעתי מכמה מנכדיה שזה שקר
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:די אנדער מעשה ווייס איך קלאר אז ס'איז געווען ביי נעמען סארטאפיקיט'ס

זה היה כשהיא רצתה לקבל סרטיפקטים עבור נכדה רבי יוסף מאיר מספינקא י-ם ואכן הועילה והוא עלה על ידם לא"י עם משפחתו.
נכדה רבי נחמן עלה אחרי המלחמה.

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מיטוואך יולי 11, 2018 1:17 pm

אחד מעיר האט געשריבן:
הילולא דצדיקיא האט געשריבן:די אנדער מעשה ווייס איך קלאר אז ס'איז געווען ביי נעמען סארטאפיקיט'ס

זה היה כשהיא רצתה לקבל סרטיפקטים עבור נכדה רבי יוסף מאיר מספינקא י-ם ואכן הועילה והוא עלה על ידם לא"י עם משפחתו.
נכדה רבי נחמן עלה אחרי המלחמה.

תיקון טעות, זי איז געגאנגען נעמען סארטיפעקיט'ס פאר איר דאפלטער אייניקל ר' נחמן, אבער משום מה האט ער נאכנישט געקענט ארויף גיין, און זיין ברודער ר' יוסף מאיר האט געדראויעט אויף אים צו ווערן פארטריבן, דעריבער האט ר' נחמן דאס איבערגעגעבן פאר זיין יונגערן ברודער, ער זאל כאטש ראטעווען זיך מיט די משפחה, און די באבע איז טאקע אין אנפאנגע געווען ברוגז פארוואס מ'האט איר אויסגעשפילט, ואהמ"ל
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

טייטל
שר האלף
תגובות: 1173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 1:35 pm


אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1206
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג אוקטובער 08, 2018 3:57 pm

ייש"כ הרב טייטל פארן צוצייכענען

אולי כדאי צאמצושמעלצן, פון דארט אהער
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט